Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

קאווע שטיבל • איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11536
מאנטאג יוני 05, 2017 1:28 am#373287
א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?

און אז דו וועסט גיין אין אן איטאליענער אדער ספאנישע געגנט און מ'וועט דיך אטאקירן וועללן זיי עס בארעכטיגן אז זיי האבן פיינט אידן. און א איד וואס קומט אין זייער געגנט קומט זיך נאר רייצן. ממילא מעג מען איהם אנקלאפן די ביינער...!
מאנטאג יוני 05, 2017 2:11 am#373290
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
זיי טענה׳ן אז דער מדינה וויל מאכען אז א פרומע זעלנער איז א נארמאלע ערשיינונג, און צו דעם שרייען זיי נאך די חברה. ביי די יוגענד זאל עס נישט זיין נארמאל

איך זאג זייער מיינונג, נישט מיינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 05, 2017 6:14 am#373297
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
ליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י
מאנטאג יוני 05, 2017 7:58 am#373300
ליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!
מאנטאג יוני 05, 2017 8:05 am#373301
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!

איך דארף שוין איבעררעכענען מיינע ווערטער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 05, 2017 9:29 am#373310
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י

בעצם די תקופת הסתגלות וואס עס שטייט אין די בריוו און די קנאים ניצן די לשון צו אויפווייזן אז בעצם וויל מען צווינגען די גאנצע עולם התורה אין מיליטער איז בעצם געניצט געווארן אויף פארקערט עס איז געניצט געווארן צו אראפ נעמען די גזירה פון לפיד מיטן טענה אז די חרדים זענען נישט צוגעוואונט דערצו און מען קען נישט פון איין מאל אויפן אנדערן זיי אריין צווינגען.
מאנטאג יוני 05, 2017 10:52 am#373327
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
גר ותושב האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלעןם.

וואס האט מען פון געלט אויב האט מכן נישט קיין מוסדות עס צו ניצן פאר לויט ווי די קנאים לייגן עס אראפ גייען זיך אלע ישיבות צומאכן ביז יאר 2023 איר האלט טאקע אז בעלז צאנז וויזניץ ועוד ועוד זענען גרייט צו צושפארן זייער שווער אויסגעהארוועטע ישיבת על מנעול ובריח?

דעיס איז נישט קיין גרויסע קושיא, דער בעלזער רב און הרב שטיינמאן האלטן לכאורה סייווי אז א גרויסער עולם און אפשר אפילו אז רוב עולם דארף גיין ארבעטן און זיי זענען זיכער גערעכט מיט דעם די שאלה איז צו זיי זענען גרייט אז די אלע וואס דארפן גיין ארבעטן זאלן גיין אין מיליטער.
מאנטאג יוני 05, 2017 10:57 am#373328
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
berlbalaguleh האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?

און אז דו וועסט גיין אין אן איטאליענער אדער ספאנישע געגנט און מ'וועט דיך אטאקירן וועללן זיי עס בארעכטיגן אז זיי האבן פיינט אידן. און א איד וואס קומט אין זייער געגנט קומט זיך נאר רייצן. ממילא מעג מען איהם אנקלאפן די ביינער...!

דיין משל מיט די איטאליענער, ווענדט זיך אויב דער איד בלאנדזשנט בטעות אריין דארט, איז איין זאך, אויב אבער גייט ער אהין זיך צו רייצן מיט זיי, ווען איך פארשטיין די איטאליענער.
די זעלבע איז מיט די חרדקים, אויב די סיבה זיי זענען אהינגעקומען איז זיך צו רייצן, איז עד א שלעכטקייט און א רשעות פון זיי, ווען זיי וואלטן ווען סתם בטעות אריינגעבלאנדזשעט, וואלט איך בעסער פארשטאנען די פאליציי.
מאנטאג יוני 05, 2017 11:02 am#373329
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
קפה נמס האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.

@שמעון וואלף,
ביטע גלייך נישט צו "פאקטן" וואס ראדני עסקנים אין אמעריקע האבן אנגעפירקלט אויף פלאקאטן צו "פאקטן" וואס די וואס לעבן דארטן זאגן... ווילסט וויסן פאקטן? הייב אויף א טעלעפאן צו א ברודער, קאזין, חבר וואס וואוינט אין א"י און פרעג אים צו ער קען בחורים וואס מ'האט געשלעפט בכפי' אין מיליטער. ס'איז אבנארמאל ווי אין די דור פון אינפארמעישאן קען מען פירן א גאנצע ציבור ביים בארד.

דיין צווייטע סברא איז במחכ"ת נאכמער מאדנע. די גרעסערע ראשי ישיבות פון פאנעוויטש, מיר, חברון, סלאבאדקע, גור, צאנז, וויזניץ, בעלז, באיאן, סלאנים זענען אלע גרייט פאר די געלט און פאנדינג פאר זייערע ישיבות צו לאזן טויזנטער חרדיש'ע בחורים פאלן אין מיליטער.... זאג נאר, אויף וועלכע איד אין אמעריקע וואלסטו געגלייבט אזא בלבול ? נאכמער, לויט'ן פלאן וועט ביז דריי יאר כמעט גארנישט בלייבן פון די גרעסערע ישיבות אויך נישט, נו, פאר וועמען וועלן זיי דעמאלטס נעמען פאנדינג ???

איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע אידן פון ארץ ישראל עס זעהט אויס פונקט ווי דא יעדער דערציילט די פאקטן לויט וועלכער קרייז ער געהערט.

בנוגע די צווייטע טענה וויאזוי מען קען חושד זיין די ראשי ישיבות, די קנאים טענה'ן אז הרב שטיינמאן האלט פשוט אזויווי אסאך דא אין קאווע שטיבל האלטן אז רוב עולם דארף גיין אין מיליטער, און אלע אנדערע פארלאזן זיך אויף אים.
מאנטאג יוני 05, 2017 11:50 am#373333
אונטער חכם האט געשריבן:

דו האסט געהערט פון איינעם וואס קען א בחור וואס מ'האט גענומען בכפי' אין מיליטער?
מאנטאג יוני 05, 2017 12:01 pm#373337
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
איך האב שוין גראדע דאס אויך געהערט אבער נאר פון קנאישע עסקנים וואס איך ווייס נישט וויפיל מען קען זיי גלייבן. אבער איך האב בעיקר געמיינט צו ענטפערן אויף דעם וואס דו זאגסט אז מען קען רעדן צו סיי וועם אין ארץ ישראל, סתם מענטשן ווייסן דארט פונקט ווי דא.
מאנטאג יוני 05, 2017 2:53 pm#373377
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב שוין גראדע דאס אויך געהערט אבער נאר פון קנאישע עסקנים וואס איך ווייס נישט וויפיל מען קען זיי גלייבן. אבער איך האב בעיקר געמיינט צו ענטפערן אויף דעם וואס דו זאגסט אז מען קען רעדן צו סיי וועם אין ארץ ישראל,סתם מענטשן ווייסן דארט פונקט ווי דא .

הייסט אזוי, ס'איז שוין דא 12,000 חרדי'שע בחורים אין מיליטער און בחורים מיט קרייזלדיגע פיאות דרייען זיך מיט מדים און קיינער ווייסט נישט דארט דערפון...
שומו שמים, אזא גזירה איז נאך קיינמאל נישט געווען...
מאנטאג יוני 05, 2017 4:26 pm#373384
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
קיינער זאגט נישט אז עס זענען דא 12000 בחורים און קיינער זאגט אויך נישט אז עס זענען נישט דא קיין חרדישע בחורים אין מיליטער. די שאלה איז נאר צו מען צווינגט טאקע אדער די אלע וואס גייען גייען מרצונם הטוב.
מאנטאג יוני 05, 2017 4:30 pm#373388
אונטער חכם האט געשריבן:קיינער זאגט נישט אז עס זענען דא 12000 בחורים און קיינער זאגט אויך נישט אז עס זענען נישט דא קיין חרדישע בחורים אין מיליטער. די שאלה איז נאר צו מען צווינגט טאקע אדער די אלע וואס גייען גייען מרצונם הטוב.

אדער איז דא א דריטע מציאות, אז ס'איז דא מסיתים ומדיחים וואס זוכן איינצורוקן בחורים פון צובראכענע אדער ספרדישע שטובער, אזוי ארום נאכצוקומען די קוואטעס אין דעם זמן ההסתגלות.

קפה, איז דאס אויסגעשלאסן?
דינסטאג יוני 06, 2017 12:35 pm#373576
באקומען אין וואטסעפפ
דינסטאג יוני 06, 2017 2:16 pm#373589
מוצש"ק פ' נשא תשע"ז לקדם כ"ק הגאון הגדול מוהר"ר ליבוש לייזער אדמו"ר מפאשווערסק
שליט"א, רב טובט"ס

מאוד לא יונעם לי להציע הדברים דלהלן לפני הדר"ג שליט"א, כי אין בדרכי להתערב ולהיכנס לעניינים הקשורים לזולתי מבלי שנתבקשתי לכך, אך מה אעשה כי הנני מרגיש כי לא אצא ידי חובתי אם לא אציע הדברים הבאים לפני הדרתו, ואקוה כי ידונני לכף זכות ויבין לדעי.

הנה לאחרונה המצב בארה"ק במחנה החרדים גועש ורועש מאוד והכוונה לדיבורים והמעשים הקשורים לענייני גיוס בני ישיבות, אשר למעשה ראוי שיהיה שקט ולא ידברו, ולא יעשו פעולות מלחמה והתגרויות כי המצב כעת בעצמותו אין בו שינוי לרעה מאשר מקודם ואדרבא.

ומה שטוענים שיש כאלו בעיקר מעדות הספרדים שנופלים בפח הגיוס, דבר זה של נפילה בפח לא נתחדש עתה וקיים לדאבונינו כל השנים תחת שלטון הרשע והכפירה כאן ותמיד, וגם כעת משתדלים למעט ככל האפשר ולהציל הניתן להציל.

וכל הפרסומים בזה כאילו נתחדש לאחרונה כאן מצב של החמרה, ויותר מזה, בעניין הזה, אין בזה ממש, ומקורם לא ממקור טוב וטהור קא אתי, ואין צריך להאריך.

והנה בכל עיקרי הנהגה בכל עניינים אלו הקשורים להצלת בני תורה מגיוס לצבא, הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם, וממשיכי דרכם בכל זה, ומזה אין לזוז, כי הסכנה מרובה, והנודע לכל מי שנמצא כאן בארה"ק, ומי יודע מה יוכל לקרוא חלילה לכל עולם התורה בארה"ק, על ידי דרכים ופעולות חדשות שלא שערום רבותינו הנ"ל.

ואוסיף בזה כי יש המתנכלים בכל זה כנגד המוסד הנכבד הנקרא ועד הישיבות, שמנהלם וכל העסקנים שם עושים מה שביכולתם לעזור לבני הישיבות הצריכים לסייעם בנושאים אלו, ולדאבון לבנו לא תמיד יש בכולם לסייע, ובמקום לעוזרם ולסייעם מתנכלים כנגדם בכל מיני עלילות ודברי שקר וכזב שאין להם שום אחיזה במציאות.

והנני חוזר ומתנצל בפני כ"ק שליט"א, כי נכנסתי ללא רשות לרשות שאיננה שלי מבלי קבלת רשות, אבל היות ומוכר לי מוסד זה וכל מה שמסביב מצאתי לנכון לשמור על כבודו ושלמותו ואקווה כי הדר"ג ידונני לכף זכות כדרכו הטוב וכאשר באמנה איתו מאז ומתמיד.
ברוב הוקרה ויקר דושתה"ר דב לנדו
דינסטאג יוני 06, 2017 2:20 pm#373590
דינסטאג יוני 06, 2017 2:53 pm#373592
איך גיי מיך נישט חלילה דינגען מיטן רב שליט"א, אבער איין נקודה פארשטיי איך נישט:
הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם,

זענען נישט די בריסק'ע ראש ישיבות ארויסגעקומען אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אין חו"ל?
עכ"פ הגרא"י האט אזוי געשריגן עטליכע וואכן צוריק.
דינסטאג יוני 06, 2017 3:08 pm#373593
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
כ'בין שוין אינגאנצן צימושט.בילד

lead, follow, or get out of the way!
דינסטאג יוני 06, 2017 4:23 pm#373599
איסר האטלקי האט געשריבן:איך גיי מיך נישט חלילה דינגען מיטן רב שליט"א, אבער איין נקודה פארשטיי איך נישט:
הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם,

זענען נישט די בריסק'ע ראש ישיבות ארויסגעקומען אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אין חו"ל?
עכ"פ הגרא"י האט אזוי געשריגן עטליכע וואכן צוריק.

הרב אברהם יהושע האלט פעסט מיט הרב שטיינמן, און איך גלויב נישט ער האט אזוי געזאגט סתם אזוי. מ'זאגט עפעס פון ר' דוד, אבער ער פארטרעט גארנישט זיין טאטע, וכידוע וד"ל. דער חזו"א, בריסקער רב און אלע מנהיגי האומה דעמאלס, האבען זיך פעסט געשטעלט קעגען גיוס בני הישיבות, נישט גיוס חרדים, נישט גיוס חסידים און נישט גיוס בוחרי אגודה, נאר אז דער געלעגענהייט זאל בלייבען פאר יעדער איינער צו בלייבען אין לערנען ווי לאנג ער וויל. מאנכע האבען ווייניג כבוד פאר לערנען, און דעריבער דינגען זיי זיך אויף דער חזו"א ודעימיה, און זיי האלטען אז 'אדער אלע גייען נישט, אדער אלע גייען יא', וע"ז קא בכינא.
דינסטאג יוני 06, 2017 4:32 pm#373601
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

הרב ליטוואק.

קענסט קלארשטעלן וואס די שטעלונג פון די ליטווישע גדולים זענען בנוגע אן ארבעטס אינגערמאן? מוז ער זיך שטעלן?. איז עס תלוי במחלוקת? די גאנצע נושא דרייט זיך נאר ארום די בני ישיבות!

פון הרב שטיינמאן'ס בריוו צו הרב סגל איז משמע אז ער האלט אז ממש נאר א מחלל שבת וואס קען נאר ווערן בעסער דארט זאל זיך מתגייס זיין אנדערע באלאנגען נישט דארט. זענען אנדערע גדולים מסכים דערמיט?
דינסטאג יוני 06, 2017 4:48 pm#373603
בריעף פון ר' דוב לאנדאו צו פשעווארסקער רבי
דינסטאג יוני 06, 2017 4:50 pm#373604
בריעף פון ר' גרשון עדעלשטיין און ר' דוב לאנדאו צו נאוואמינסקער רבי
דינסטאג יוני 06, 2017 5:11 pm#373610
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
דאס ווייסט מען בידיעה אז דער כלליות׳דיגע פטור איז נאר פאר בחורים וואס לערנען און א ישיבה טאר נישט זיין אן עיר מקלט פון מיליטער.

בנוגע א יונגערמאן וואס ארבעט, האט מען אלס בדיעבד אוועק געקוקט און געהאפט אז ס׳וועט זיין בסדר, און אין רובו ככולו פון פעלער, האט מען זיך אן עצה געגעבען און נישט געדארפט דינען, און אפילו די וואס יא, איז עס נישט געווען אין קריגעריי נאר ׳דזשאבניקים׳.

יעצט איז מהשערה, נישט פון א מקור.
א בחור וואס לערנט נישט איז דער פראבלעם. מצד אחד, א ישיבה קען איהם נישט ראטעווען ווייל ער לערנט נישט. און הרב שך האט טאקע געזאגט מערערער מאל ברבים ׳אותם שלא לומדים, שילכו לצבא׳. אבער שיקען בידים איז דאך א סכנה עצומה. הרב שטיינמן זאגט אין זיין בריוו אז ער האט נאר נישט צוריק געהאלטען ביי א טאטאלער גוי. ווען א בחור דרייט זיך אין די גאסען, זינדיגט נישט און מצווה׳ט נישט, דארף מען איהם מקרב זיין צו תורה. ווען נישט, דארפען עסקנים איהם פראבירען צו פטר׳ן פון מיליטער. אבער נישט נוצען דער אויסגעהארעוועטער פטור תורתם אומנותם פאר די חברה. דער חזו"א האט באטיטלט אלס רודף דער וואס נוצט דער פטור פאר איינער וואס לערנט נישט.

ס׳דוכט זיך אז די היינטיגע סומאטוכע האט זיך אנגעהויבען ביי א פאליטישע צוזאמענקומפף פון דער ליכוד פארטיי, ווי א דרשן האט געזען א פאר בחורים צווישען די פארזאמעלטע און ער האט געפרעגט "וואס טוהן זיי דא?" פון דעם איז נשתלשל געווארען די גאנצע גזירה.
דינסטאג יוני 06, 2017 6:58 pm#373618
ליטוואק,
דער חזו"א האט באטיטלט אלס רודף דער וואס נוצט דער פטור פאר איינער וואס לערנט נישט
מקור?
דינסטאג יוני 06, 2017 7:50 pm#373622
נ נח האט געשריבן:ליטוואק,
דער חזו"א האט באטיטלט אלס רודף דער וואס נוצט דער פטור פאר איינער וואס לערנט נישט
מקור?

איך האב געוואלט רעדאגירען אז ער האט זיי געהאלטען פאר רודפים פון די ישיבות, נישט רודף פון מסכת סנהדרין. די מקור דארף צו זיין אין אלע ספרים וועגען דער חזו"א; פאר הדור, מעשה איש. איך וועל אפשר שפעטער נאכקוקען.

א ברייטער באריכט אויף דער מחלוקת היינט אין א"י, פון דער צד פון הרב שטיינמן, קענט איהר ליינען אין דער בוך גענומען פון דא
מיטוואך יוני 07, 2017 12:21 am#373647
ס'שוין איינמאל דא א גזירה פון גיוס, גיוס רבנים צום כינוס..... :D :D :D
מיטוואך יוני 07, 2017 2:48 am#373667
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
@ליטוואק,
דרך אגב, אלע בריסקער קינדער אינקלודינג ר' אברהם יהושע זענען אלץ געווען שונאים פאר רב שטיינמן. ס'איז נאר די לעצטע פאר יאר זינט די עץ/הפלס פארטיי פארשפרייט זייערע שקרים האט זיך רא"י ארויסגעשטעלט קעגן זיי.
מיטוואך יוני 07, 2017 4:41 am#373682
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
איך בין געווען אין בריסק ווען חק טל איז אריבער. ר׳ אברהם יהושע האט קיין ווארט נישט געזאגט אויף איהם. פארקערט, ער האט חוזק געמאכט פון די קנאים אלס ליידיגייערס.
מיטוואך יוני 07, 2017 10:12 am#373701
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
איך ווייס נישט צו ר' אברהם יושע איז געווען א שונא פאר הרב שטיינמאן אבער מיט הרב אויערבאך האט ער זיכער שוין לאנג חשבונות.
מיטוואך יוני 07, 2017 11:41 am#373709
וואס איז אנגענומען אופ'ן גאס, איז דער בריוו פון ר''ג אדלשטיין אוטענטיש?
דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:31 am#373833
יעלה ויבא האט געשריבן:כ'בין שוין אינגאנצן צימושט.בילד

lead, follow, or get out of the way!
14.jpg
13.jpg
דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:23 pm#373874
נעעעע איז דען דא א גזירה??? ס'פאלטיר ביי ? ?
כאיש צבא קבע וכאחד שרחוק מאד מלהתנגד לצבא, אבל כמי שיודע דברים מאחורי הקלעים וער להם אני חייב לשתף אותך במשהו חמור מאד שמתרחש כעת בצבא ולא מתוך כוונות רעות של הצבא. הפוך. אלא במטרה למלא את מכסת הייעדים של הציבור החרדי ללכת לצבא כפי שנקבע בחוק, כדי שהציבור החרדי יוכל לשבת וללמוד ולא יהיה חשוף לבעיה מקבלת הפטור של בן ישיבה.

במחנה מז"י הקים הצבא מדור בשם "עידוד גיוס" מאחורי השם הזה מסתתר מגמה לגייס בתוך עשור את רוב בחורי חב"ד לצבא. עד היום מונו 140 מעודדי גיוס בחב"ד שזה תפקידם הרשמי לדבר על לב הבחורים ולפתות אותם שיש משכורות טובות בצבא וכי הישיבה זה מקור לבטלה ולשעמום.

עכשיו תשאל מדוע תפסו את חב"ד? התשובה מעניינת הם גילו שחב"ד זה מקום ש"כל אחד עושה מה בא לו", הם החליטו ללכת על חב"ד. השיטה עובדת מאד מתוחכם. הם מגיעים מהצד של שליחות קודש וכעת גם הוסיפו שיש לזה היתר מבית הדין העליון של חב"ד להתגייס בתור בחורים והם מסבירים שבחב"ד יש כמה פלגים אבל הם הצליחו להתאחד בנושא הגיוס לצבא מהמשיחיסטים ועד הממסד בחב"ד ובית הדין.

ראיתי את התדריכים כולל בניירות העמדה והזדעזעתי. הבנתי כיצד עומדים לקחת עדה מפוארת שהייתה לשם ולתפארת ולהוציא לה את כל החן וההדר. כל זמן שזה היה בתחום הסביר והיו כללים נוקשים מי הולך ומתי כמו שהיה אצלנו בשנות השבעים והשמונים זה היה בסדר אבל כעת הכל נפרץ לחלוטין.

למרות שאני מבית ליטאי כואב לי לראות יום יום את התדרוכים שמקבלים חב"דניקים תמימים איך לשכנע את החברים שלהם ולעשות אוירה בקהילות של חב"ד שכולם מתגייסים. ולהגיד לך את האמת לפעמים בא לי להכניס סטירה לאיזה חב"דניק לראות את התמימות והטפשות שנוזלת מהם ולא מבינים שמישהו משחק איתם.

שמעתי מספר פעמים את הדיווחים שמעבירים מידי יום ראשון ורביעי מעודדי הגיוס בחב"ד למפקדים שלהם ואני המום איך עורכים להם סימולציות לדעת לעמוד מול שאלות נוקבות ומה לענות וכיצד לפורר את ישיבות חב"ד מבפנים ולהטיח באלו שלא רוצים להתגייס אתה שייך לדור האתמול אתה תהיה מסכן רק בצבא נותנים לך מחשבים ועתיד כלכלי לחיים. ומעודדי הגיוס מגיעים לדווח על סיפורי ההצלחות שלהם. וכל יום נופלים ברשת הזאת בחורים תמימים.

בעבר לפני 15 שנים הם היו שולחים למשימות דתיים לאומיים או כאלו שפרשו ולכן היה להם קשה כיום מעודדי הגיוס נראים אברכים תמימים ומסכנים והם מקבלים משכורת מהצבא שכל תפקידם לשכנע ולעשות אוירה ולכן משחררים אותם מוקדם הביתה מקבלים בונוסים והטבות ולא מטילים עליהם תעסוקה ודברים אחרים וככה הם עושים גם עבודה נוספת מהצד.

הבעיה שאני מגלה בצבא כמי שרואה את הדברים מהצד כיצד דווקא הסחורה של חב"ד בצבא נופלת יותר מהציבור הדתי לאומי. בעוד ששם זה אידיאל ללכת לצבא וזה דבר מקודש מבחינה דתית בחב"ד הולכים להתפרקות ואתה מתחיל לראות את הזלזול בכל דבר שבקדושה. בתפילות במניין ובעוד דברים שהשתיקה יפה להם.

חשבתי לתומי שיבואו החבדניקים לצבא אני יראה מבצע תפילין אהבת ישראל יותר אידשקייט ואני מגלה לפתע שזה בדיוק ההיפך החילוניים מצליחים למשוך את החבדניקים לכיוונים שלהם של סמרטפונים ווואצפים וקבוצות עם חיילות וכל היום צ'אפחות ודיבורים שלא מזכירים שמדובר בחסידי חב"ד.

אני שואל אם מספרים להם שליחות אז למה אני לא רואה את השליחות שעל זה סיפרו לנו כל השנים. מדוע שאותם חבדניקים מגיעים לצבא הם נהפכים ללא יותר מבורג במערכת המשומנת? היכן החן של החסידות החב"דית?

התופעה הזאת של מעודדי גיוס בחב"ד במספרים הללו החל השנה שהוקם במז"י מדור עידוד גיוס שמושקע שם משאבים גדולים למפעילים. אם רבני חב"ד ומעצבי דעת הקהל לא יעצרו את זה יהיה שם פשוט אסון. הצבא עושה זאת לאחר שבכל החוגים החרדים יותר והחרדים פחות הוא פשוט חסום ושומרים על הילדים שלהם ורק בחב"ד נותנים להם לפעול כאוות נפשם. חב"ד נמצאת כעת רגע לפני שיאבדו טוטאלית את השליטה על הבחורים שלהם.

אמר לי אחד המפקדים שהוא מאד אוהב את החב"דניקים בצבא הם הכי ממושמעים ועושים כל המוטל עליהם ללא ציוץ. אחד המפקדים אמר לי שאת העתיד לגיוס החרדים הם רואים בחב"ד שנותנת להם הכל ומעולם לא התווכחו איתם וכי מדובר בהנהגה מאד חלשה שאין להם מרות ואיש הישר בעיניו יעשה. שילוב של הנהגה רופסת מול מסע יח"צ חסר תקדים וכסף ענק הרי לך תוצאות הרות אסון!!! אותו מפקד אמר לי גלויות הציבור החרדי במיינסטרים חייב לשמור על הבחורים שלו ולא יכול לספק את היעדים ולפי ההחלטות הפוליטיות בממשלה שמועבר לדרגים הצבאים הבכירים אי אפשר לעשות נגדם כלום ולכן הפתרון היחיד זה חב"ד, ולכן הוקם המדור עידוד גיוס שהוא לא יותר משם כיבוס לגיוס בחורי ישיבות חב"ד.

אני כותב את הדברים מתוך המעט שביכולתי לעשות ולהעביר את המידע לגורמים הרלוונטיים אני מאד מקווה שמישהו שם יתעורר

דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:36 pm#373878
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
פון וואו קומט דאס
דאנערשטאג יוני 08, 2017 7:41 pm#373886
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
אונטער חכם האט געשריבן:פון וואו קומט דאס

דארפסט נאך פרעגען? עפעס א פארדרייטען חשבון עגזיסטירט דא, כאילו רז"ל ט"ב גייט אן וואס חב"ד׳סקע בחורים טוהן אויף זייער אייגענע חשבוןק מ׳נעמט א סאך נייעס, און מ׳נייט דערפון א גאנצע גזירה. קיין שום אינפארמאציא וואס איז געווען פאר דעם, וואס הייסט ׳מעמד בן ישיבה׳, ווען האבען גדו"י געקעמפט צו פטר׳ן ׳חרדים׳ פון מיליטער אין היסטוריה, וואס פארא ברירות האבען זיי למעשה. גארנישט. נאר סיסמאות\לאזונגען.
דאנערשטאג יוני 08, 2017 7:42 pm#373887
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
אונטער חכם האט געשריבן:פון וואו קומט דאס

דארפסט נאך פרעגען? עפעס א פארדרייטען חשבון עגזיסטירט דא, כאילו רז"ל ט"ב גייט אן וואס חב"ד׳סקע בחורים טוהן אויף זייער אייגענע חשבון. מ׳נעמט א סאך נייעס, און מ׳נייט דערפון א גאנצע גזירה. קיין שום אינפארמאציא וואס איז געווען פאר דעם, וואס הייסט ׳מעמד בן ישיבה׳, ווען האבען גדו"י געקעמפט צו פטר׳ן ׳חרדים׳ פון מיליטער אין היסטוריה, וואס פארא ברירות האבען זיי למעשה. גארנישט. נאר סיסמאות\לאזונגען.
דאנערשטאג יוני 08, 2017 7:42 pm#373888

דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:15 pm#373894
איש את רעהו האט געשריבן:
כאיש צבא קבע וכאחד שרחוק מאד מלהתנגד לצבא, אבל כמי שיודע דברים מאחורי הקלעים וער להם אני חייב לשתף אותך במשהו

הצבא עושה זאת לאחר שבכל החוגים החרדים יותר והחרדים פחות הוא פשוט חסום ושומרים על הילדים שלהם ורק בחב"ד נותנים להם לפעול כאוות נפשם.

אותו מפקד אמר לי גלויות הציבור החרדי במיינסטרים חייב לשמור על הבחורים שלו ולא יכול לספק את היעדים ולפי ההחלטות הפוליטיות בממשלה שמועבר לדרגים הצבאים הבכירים אי אפשר לעשות נגדם כלום

דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:17 pm#373896
@איש,
דו פארשטייסט עברית ?
דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:30 pm#373897
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:פון וואו קומט דאס

דארפסט נאך פרעגען? עפעס א פארדרייטען חשבון עגזיסטירט דא, כאילו רז"ל ט"ב גייט אן וואס חב"ד׳סקע בחורים טוהן

די ראשי ישיבות באמעריקא האבן געשריבן אז עפעס קומט דא פאר נישט רז"ל
דריטענס מע דארף זיין א ב-ה-מ-ה צו זאגן אז פינקט עפעס יעצט האט זיך געמאכט אז די מופקר'דיגע קרייזן מאכן הסכמים צו געבן זייערע בחורים לשמד
עס איז יעצט דא גרויסע צאל וואס פאלן צו זיי א קרבן ביי ספרדישע און ליבאוויטשע ווי די הפקרות ההנהגה איז גרויס.
פרייטאג יוני 09, 2017 1:22 am#373937
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
איש את רעהו, פון וואו קומט אבער די ציטוט וואס דו האסט דא געברענגט?
זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm#374150
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נ נח האט געשריבן:ליטוואק,
דער חזו"א האט באטיטלט אלס רודף דער וואס נוצט דער פטור פאר איינער וואס לערנט נישט
מקור?

איך האב געוואלט רעדאגירען אז ער האט זיי געהאלטען פאר רודפים פון די ישיבות, נישט רודף פון מסכת סנהדרין. די מקור דארף צו זיין אין אלע ספרים וועגען דער חזו"א; פאר הדור, מעשה איש. איך וועל אפשר שפעטער נאכקוקען.

א ברייטער באריכט אויף דער מחלוקת היינט אין א"י, פון דער צד פון הרב שטיינמן, קענט איהר ליינען אין דער בוך גענומען פון דא

[url=http://www.bhol.co.il/120255/מכתב-נשיא-הוועד-נחשף-דחיית-גיוס-רק-למי-שתורתו-אומנותו.html]לינק[/url]
דינסטאג יוני 13, 2017 4:09 pm#374946
Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!
איך האב פונקט געטראפען דער מקור פונ׳ם חזו"א. דאס איז אין פאר הדור, חלק ד, עמ׳ רס. ס׳איז אויף אוצה"ח פאר דער וואס וויל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 14, 2017 3:58 pm#375087
אין אן אנדערע אשכול שרייבט איינער אז דער נאוואמינסקער האט צוריקגעצויגן, וואו קען איך ליינען איבער דעם? גוגל האט אונטערגענומען א שווייגעניש.
מיטוואך יוני 14, 2017 4:09 pm#375088
דא האט איר
מיטוואך יוני 14, 2017 4:16 pm#375089
א דאנק. בלייבט נאר איבער צו פארשטיין וואס דא טוט זיך (אויב איז די בריוו טאקע אמת..)
פרייטאג יוני 01, 2018 6:20 am#404241
היום יום נוסח וילמסבורג.jpg
פרייטאג יוני 01, 2018 6:49 am#404245
cictim האט געשריבן:
היום יום נוסח וילמסבורג.jpg

אייזן!!!!
זונטאג יוני 03, 2018 10:30 pm#404633
בן ישי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:
היום יום נוסח וילמסבורג.jpg

אייזן!!!!

די טעות איז נאר אז דאס איז נישט "נוסח וויליאמסבורג", ס'איז פון לאנדאן. ליין איבער די תוכן הדברים, מיט די טעלפאן נומערן.