Under maintenance
הויפט זייט » וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11538
זונטאג יוני 04, 2017 1:47 pm#373114
וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
אין דעם היינטיגן נומער פון "המבשר" ווערט געדרוקט א ריזיגער העדליין מיט דברי מחאה קעגן דברי בוז וקלון וואס איז געדרוקט געווארן אין "דער איד" קעגן די גדולי האגודה פון אמאל און היינט, אויפ'ן באזיס פון שקרים לגבי דעם א.ג. "גזירת הגיוס". דער המבשר גייט דורך פונקט ביי פונקט און ווייזט אן וואספארא שקרים דער איד קארמעט זיינע לייענער, הויפטזעכליך אנווייזנדיג דעם פאקט אז עס איז נישטא קיין איין בחור וואס זיצט אין תפיסה אויב האט ער זיך געשטעלט פאר א פטור/דיחוי אין צייט.

מיר ווייסן נישט פון היינט ווי אמת האט זערא ווערד אין די אויגן פון די בעלי השקפה אין סאטמאר. עס איז דא איין ציל: בויען אילוזיעס ארום דער סאטמארער שיטה, און פראפאגאנדירן וויפיל עס גייט. עס נישט קיין שפיל מיט אמת, נאר א שפיל מיט נוצן די שרעקעוודיגסטע ווערטער און ווילדסטע פראזן צו צערייצן די געמוטער פון די נאאיווע נאכפאלגער און לייענער.

ווען המבשר גייט און פרובירט אפצואווענדן דעם איד מיט פאקטן, מאכט די רעדאקציע א נארישן טעות. דער איד איז נישט אינטערעסירט אין פאקטן, און פאקטן קענען אים נישט אפפרעגן. פארקערט, דער ארטיקל שפילט גאר אריין אין די הענט פון דער איד רעדאקציע, זייענדיג א כבוד אז מ'באציט זיך צו זיי, און א באווייז ווי די "ציונים" שפירן זיך באדראעט פון די מעכטיגע ארטיקלען אינעם איד.

דער איד וועט נישט נעמען די מי צו פרובירן אפענטפערן דעם המבשר מיט פאקטן, ווייל פאקטן קומען בכלל נישט אריין אין דעם לעקסיקאן פון סאטמארער פראפאגאנדע מלחמות. דער איד'ס רעאקציע וועט נאר זיין נאך פראפאגאנדע, נאך ווילדע פראזן, ווייטער צו שטופן די אגענדע.

די פראפאגאנדע-מיניסטארן פון דער איד פארשטייען נאר זייער אייגענע שפראך. עס וועט זיי נאר שטערן ווען המבשר וועט זיי אראפרייסן מיט די זעלבע גראבע לופטיגע לשונות - פשוט אויסדרייען די קאנאנען צו דער אנדערער זייט.

עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון. עס איז גענוי דער זעלבער פראבלעם ווי די אויפריכטיגע פרעסע האט מיט טראמפ'ס כסדר'דיגע שקרים. וויאזוי דארף מען זיך באציען צו זיי, אן געבן פאר טראמפ די עטענשאן וואס ער גארט אזוי. המבשר זאל זיין קלוג און נישט געבן פאר'ן איד נאך פראפאגאנדע אמוניציע. שיס נישט קיין פאקטן ווען פאקטן זענען מיינונגלאז. שריי אויך "גיוואאאאאלד!"
זונטאג יוני 04, 2017 1:51 pm#373115
דיין תגובה איז אזוי אויפריכטיג אזוי ווי די אמעריקאנער אויפריכטיגע פרעסע...
זונטאג יוני 04, 2017 2:07 pm#373116
א דאנק. און דא האב איך געמיינט אז דו ביסט א בלינדער טראמפיסט.
א לימוד אז מ'טאר קיינעם נישט אונטערשאצן.
זונטאג יוני 04, 2017 2:17 pm#373118
ראובן האט געשריבן:א דאנק. און דא האב איך געמיינט אז דו ביסט א בלינדער טראמפיסט.
א לימוד אז מ'טאר קיינעם נישט אונטערשאצן.

@ראובן האסט געליינט דעם מכתב פון די אמעריקאנע ראשי ישיבות? ארבעטן זיי אויך פאר דער איד?
זונטאג יוני 04, 2017 2:25 pm#373119
ניין. כ'האב ערגעץ געשריבן אז די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאגן ליגנט? די נושא דא איז די שקרים פון דער איד. עס איז מעגליך אז מ'קען מאכן אן ענליכן קעיס דורך נוצן אמת, און אפשר טוען דאס די דערמאנטע ראשי ישיבות.
זונטאג יוני 04, 2017 2:52 pm#373132
ראובן האט געשריבן:ניין. כ'האב ערגעץ געשריבן אז די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאגן ליגנט? די נושא דא איז די שקרים פון דער איד. עס איז מעגליך אז מ'קען מאכן אן ענליכן קעיס דורך נוצן אמת, און אפשר טוען דאס די דערמאנטע ראשי ישיבות.

איך האב נישט געליינט דער איד, אבער איך האב יא געליינט די בראשור'ן פון די מערכה, און מ'קען זיך פארלאזן אז דאס איז קאפי/פעיסט, איך האב דורכגעליינט דעם מכתב (טוה מיר א טובה און ליין עס אליינס) און איך זעה אז זיי זענען צוגעקומען צו די זעלבע מסקנה ווי די מערכה פיהרער.

מיט איין אויסנאם, אז זייער פראבלעם איז מער די פאקט אז מ'נעמט אוועק א בן ישיבה פון די גמרא, אויב ער ארבעט אין די גראסערי זעה איך נישט קלאר וואס זיי האלטן (@ליטוואק, קענסטו אויסקלארן). בעת וואס די פרומע קנאים, האבן א פראבלעם מיטן זיין אין צה"ל בכלל
זונטאג יוני 04, 2017 2:56 pm#373137
א. דאס אליינס אז מ'ווייזט אז ביי זיי איז אמת וויכטיג און ביי זיי נישט, איז א תכלית.

ב. פאר אידען אין לעיקוואוד איז וויכטיג צו הערן די תירוצים. מארגן נאכט קומט פאר א 'כנס הסברה' צו ערקלערן פאר די קאלטע לעיקוואודערס פארוואס מ'דארף גיין און אז ס'איז נישט קעגן הרב שטיינמן וכו'.

ג. אין לעיקוואוד האט מען געהאנגען דער נאמען פון א חשוב'ער איד אלס א שטיצער. ער איז א גרויסע ת"ח און זייער אן ערליכער, נאר פארשטאנד אין פאליטיק פעלט איהם היבש. ער לעבט אין די וואלקענעס כפשוטו. דערווייל איז ער די איינציגסטער וואס איז גרייט צו לייגען זיין נאמען בפומבי. איינער האט איהם געפרעגט פארוואס ער מישט זיך אריין, האט ער געענטפערט אז ס'האט נישט די מינדעסטע שייכות צו פאליטיק. ווען א צייטונג שרייבט דאס אויס, וועט אפשר עפעס אריינגיין ביי איהם אין קאפ.
זונטאג יוני 04, 2017 3:07 pm#373144
פון אייוועלט

אלט מאנרא שר חמש מאות
זונטאג יוני 04, 2017 1:56 pm

רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען
אין אטאקע קעגן "דער איד"

די רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען אין מדינת ישראל, "המבשר" און "יתד", האבן זיך דעם זונטאג צופרי צעלאזט און זענען ארויסגעקומען אין זייערע פאדערשטע זייטן מיט א ווילדער אטאקע קעגן "דער איד", דער שופר פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום, וואס וואגט זיך צו פארשפרייטן די אמת'ע, טרויעריגע און ביטערע פאקטן פון דער שרעקליכער גזירת שמד פון גיוס וואס בושעוועט אין ארה"ק, וואס ליידער זענען די נציגים פון די חרדישע פארטייען, די חברי כנסת המינים, די וואס האבן צוגעשטימט דערצו און העלפן ליידער צו אריבערצופירן טויזנטער בחורי הישיבות צו שמד ממש.

די ווילדע פרעצעדענטלאזע אטאקע קעגן "דער איד" האט באשיינפערליך געוויזן די אומגלויבליכע השפעה פון שרייבן נאכאנאנד קעגן דער ביטערער גזירה, און ווי עס וועקט אויף די גאנצע אידישע וועלט, אריינגערעכנט אזעלכע וואס געפינען זיך צווישן זייערע שיכטן און קרייזן אין ארץ ישראל, וואס אלע שרייען געוואלד, ווי קען מען צולאזן אזא הפקרות'דיגע הנהגה צווישן די חרדישע פארטייען, וואס וואגן זיך צו טרעטן אויף אלעם הייליגן און העלפן שטופן דעם ציוניסטישן וואגן בארג אראפ אויף אזא שוידערליכן גאלאפ.

אין דער זעלבער צייט, בלאזט עס אויך אריין א מורא'דיגן חיזוק אינעם אומגעפעלשטן חרדי'שן אידנטום, דאס זען די זידלערייען און פארלוימדונגען אין דער רעליגיעז-ציוניסטישער פרעסע, אלעס ווייל מ'לאזט נישט אויסלעשן און צונישט-מאכן די שארפקייט פון דער שרעקליכער גזירה, ווי זיי וואלטן ווען געוואלט, לייגט ארויף א פילפאכיגן גרעסערן פליכט אויף יעדן איד לבא לעזרת ה' בגבורים, און ארויסגיין מיט די מאסן זיך משתתף זיין אינאיינעם מיט די גדולי ומאורי ישראל ביים בעפארשטייענדן כינוס הרבבות פון יהדות אמעריקע, קומענדיגן זונטאג פרשת שלח אין בארקלעיס סטאדיום אין ניו יארק, וואו מ'וועט בעז"ה אויפטרייסלען די וועלט איבער דעם שוידערליכן "גזירת שמד" אין ארה"ק און נישט לאזן דערשטיקן די פינסטערע גזירת הגיוס וואס באדראעט דעם עקזיסטענץ פון כלל ישראל בארה"ק.
זונטאג יוני 04, 2017 3:09 pm#373145
:lol: :lol: :lol:
זונטאג יוני 04, 2017 3:16 pm#373151
ראובן האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

איך זעה דארט בסך הכל לופט, אויסגעלייגט אסאך ווערטער פונעם דיקשאנערי. קיין שקר זעה איך נישט דארט, אבער אויב יא וואלט איך עס ערווארטעט פון זיי.

@ליטוואק,

א) דו באציהסט זיך צו די המבשר און יתד ענטפער פאר דער איד? אויב די באשולדיניגונגען פון דעם א.ד. מכתב שטעלן זיך ארויס אלץ ריכטיג, זעה איך דא א מאסיווער שקר וואס די פאליטיקער האבן אנגעדרייעט און אריינגעדרייעט אין דעם די גדולי הדור, דו זעהסט ער אנדערש? מ'האט געמאכט א שטילע אגריעמענט מיט די באהערדע, אז מ'גייט צורוה לאזן די גרויסע עסטעבלישד ישיבות, אויפן חשבון פון כפרות שלאגן מיט די שוואכערע חברה

2) עמיר ווארטן צו הערן וואס די רעספאנס גייט זיין
זונטאג יוני 04, 2017 3:21 pm#373157
די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען. זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

סתם אזוי, וואס איז פשט אין ארויסלייגן אזא בריוו אין די עפענטליכקייט?
זונטאג יוני 04, 2017 3:24 pm#373159
אזוי קוקט אויס ווען א צייטונג האט נישט א געהעריגער רעדאקטער און די גאנצע שיטה פונעם צייטונג איז געלט מיט אגענדע. יעדע שטיקל פון יעדער קאלום שרייבער זאגט עפעס אנדערשט, איינער שרייבט אז כאטש מ'נעמט נאך נישט יעדעם בכפיה איז דאס אבער די אנהייב פון א גזירה מיט א דריי יעריגער פלאן אריינצונעמען אלע חרדים אין מיליטער, א צווייטער ברענגט א ליסט פון עטליכע פופציג בחורים וואס זענען פארפלאנטערט מיטן מיליטער, א דריטע פראפעגאנדע צעטיל שרייט אז 12000 בחורי ישראל זענען שוין פארכאפט אין מיליטער, בשעת וואס אין א עדיטאריעל שטייט אז מ'צילט בעיקר אויף די שוואכערע ווי בעלי תשובה און אזעלעכע פון פארשטיפטע ישובים. יעדער זינגט א אנדערע ניגון און דער ליינער גייט ארויס צעטימלט און צעמישט נישט וויסנדיג וואס די גזירה איז בכלל און וואס ס'גייט בכלל פאר. בו בשעת ווען אין איין ארטיקל האקט מען אויף דאס עצם זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און גאנץ סאטמאר אין ארץ ישראל שטעלט זיך געהעריג.
א צייטונג מוז האבן א רעדאקטער און א שניט אויף וואס מ'לויפט, מ'קען נישט צוזאמקלאפן ארטיקלן פון זעכצן אנדערע שרייבער און היידא מ'גייט צום דריק.
זונטאג יוני 04, 2017 3:26 pm#373160
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען. זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

מ'דינגט זיך אויפן מציאות? אין סעיף ג' טענה'ן זיי, אז זיי האבן 'מברר' געווען.

דאס ארויסלייגן אין דער עפענטליך איז בפשטות ווייל מ'וויל דא עפעס 'אויפדעקן' עפעס וואס זיי ווייסן שוין בבירור אז ס'איז אמת, ווי איידער 'מברר' זיין דעם אמת.
זונטאג יוני 04, 2017 3:28 pm#373162
איך גיי נישט בלינדערהייט. איך וויל אפענע באווייזן.
זונטאג יוני 04, 2017 3:31 pm#373163
מסכים, איך גלייב אז די חותמים וואלטן אויך נישט אונטערגענומען אזא שריט אן קיין 'אפענע באווייזן', וואס זיי האבן געטוהן איז פרעצעדענטלאז.
זונטאג יוני 04, 2017 3:52 pm#373171
אינטערסאנט

סאטמארע עסקנים דארפן מסביר זיין פאר לעיקוואדע ר"י זאלן מסביר זיין פאר א"י אז ס'הערשט א גזירה.............

די פאקט ס'הערשט א גזירה מ'זעיט אפען טריט און שריט ווי אזוי מ'ארבעט דא שטילערהייט מיט התחכמות ווי אזוי אריין צו דרייען ווי מער חרדישע אין מיליטער מיט'ן ציל זיי אפצושמד'ן

נאר וואס דען היות סאטמאר אליין איז געווען פארנומען אראפצורייסן אמתע ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פון א גדול בישראל און מ'זוכט נאך אלס צו לויפן צווישן טראפן אז מ'זאל נישט חלילה דארפן צוקומען מודה צו זיין אז דער גדול בישראל האט יא געזאגט דעם אמת און היות הרב יצחק שטערן האט נאך אלס נישט קיין צייט צו געבן עטענשאן און ער קען נישט פארנעמען צו ארבעטן לויט די הוראות פון דעם גדול ע"כ דרייט מען זיך ארום ווי א ספינער און ווי דער פוילער וואס ארבעט דאפעלט
זונטאג יוני 04, 2017 4:38 pm#373175
אויב שוין יא פון אייוועלט דאן ברענג דעם זיסן שטיקל.


הזדעזו ארץ תבל ומלואה ארבע מאה פרסאות....
די יהדות החרדית איז אויפגעטרייסלט אויף די שרעקליכע אטאקע פינעם צייטונג יתד נאמן אנקעגן ערליכע יראים ושלמים, נאך וואס די איד מידי שבוע בשבוע העצט מיט יעדע מין אויסדריק קעגן זייער מנהיג, נאכדעם וואס איז ארויס געקומען קונטרסים הסברה, מודעות, פאשקעווילין, דרשות, האטליין׳ס אלעס צו באשמיצן זייער מנהיג מיטן ערגסטען רח״ל, נאכדעם וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט אז די יעצטיגע עצרת איז נישט קעגן ביבי אדער יאיר לפיר שר״י נאר עס איז געווידמעט אומדירעקט קעגן זייער מנהיג, האבן זיי זיך דערוואגט אין געהאט די העזה צושרייבן אן ארטיקל קעגן די עצרת? אפילו זיי האבן נישט געהאקט קעגן איינער פרעזענדליך, אדער באשמוצט חלילה א גדול בישראל... אבער וויאזוי האבן זיי זיך דערוואגט ארויס צוקומען מיט אזא ריזן ׳אטאקע׳?????
דער וואס קען היסטערי ווייסט אז נישט קיין חילוק וואס אונז טוען, זעמער אלץ געווען די וויקטעם׳ס...
זונטאג יוני 04, 2017 8:07 pm#373198
ראובן האט געשריבן:אין דעם היינטיגן נומער פון "המבשר" ווערט געדרוקט א ריזיגער העדליין מיט דברי מחאה קעגן דברי בוז וקלון וואס איז געדרוקט געווארן אין "דער איד" קעגן די גדולי האגודה פון אמאל און היינט, אויפ'ן באזיס פון שקרים לגבי דעם א.ג. "גזירת הגיוס"


ATUB @ראובן ATUB קוקט אויס איר קענט קיין המבשר נישט ליינען
זייערע אטאקע איז נישט אויף מאמרים אין דער איד, דער איד שרייבט שוין ווייסעך וויפיל וועגן די גזירה פרוש האט קיין פיפס געגעבן
די המבשר ווייטיגט אז די בריוו פון די רבני חו"ל איז אנגעקומען קיין אר"י

יעצט ביטע שיין ATUB @ראובן ATUB זייטשע מוחל און פארענטפערט די שקרים מיט וואס המבשר איז זיך מטפל צום בריוו.
זונטאג יוני 04, 2017 8:52 pm#373205
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
דאס איז אלץ געווען דער פראבלעם פון אגודת ישראל. זייענדיג אליין ערנסטע מענטשן, קענען זײ זיך נישט פארשטעלן ווי ווייט ציניש און נישט ערליך זענען די קנאים.
דאס איז שוין געווען אזוי פארן מלחמה, ולאחריו, ועד היום הזה עדיין טח מראות עיניהם מיט וואספארא ביליגע חברה מ'האנדלט דא.
זונטאג יוני 04, 2017 8:53 pm#373206
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען.
הייסטעס די חכי"ם זענען נאמן אז גארנישט קומט נישט פאר, גוט.
זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

סתם אזוי, וואס איז פשט אין ארויסלייגן אזא בריוו אין די עפענטליכקייט?
צו פארשטיין געבן על מה יצא הקצף פין די פרוש/גפני בלעטער
זונטאג יוני 04, 2017 8:56 pm#373207
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
פארוואס זענען די ח"כים ווייניגער באגלויבט ווי די שמ"קים פון אמעריקא? זיי זענען עפעס ווייניגער ערליך ווי די דרייקעפ אויף די אנדערע זייט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 04, 2017 9:01 pm#373209
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זענען די ח"כים ווייניגער באגלויבט ווי די שמ"קים פון אמעריקא? זיי זענען עפעס ווייניגער ערליך ווי די דרייקעפ אויף די אנדערע זייטצ׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הייבסט אהן רעדין אויף אייערע גדולים
וואסי דאס, הזאת ליטוואק ?
זונטאג יוני 04, 2017 9:03 pm#373210
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
ווער רעדט פון גדולים? מ׳רעדט פון די אנדרייערס וואס לויפען ארום די ראשי ישיבות\רבנים און מנהיגים מיט ׳פאקטען׳ געזויגען, אויפ׳ן בעסטען פאל, פון פינגער ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 04, 2017 9:07 pm#373212
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער רעדט פון גדולים? מ׳רעדט פון די אנדרייערס וואס לויפען ארום די ראשי ישיבות\רבנים און מנהיגים מיט ׳פאקטען׳ געזויגען, אויפ׳ן בעסטען פאל, פון פינגער ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פון ווי זויגען די וואס זיצן אויף די געהאלטן פינעם כנסת המינים?
זונטאג יוני 04, 2017 9:09 pm#373213
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
דאס האסטו נישט געליינט. ביי מיר דער ׳כנסת המינים׳ און דער ׳כנסת הסאטמורים׳ זענען נישט אנדערש איינס פון די צווייטען. נאר די ח"כים דארפען זיך פארענטפערען צו גדולי ישראל און די עסקני היהדות החרדית דארפען נישט. און די ח"כים האבען א וועג צו וויסען און די מסירות נפש׳דיגע לוחמים האבען נישט, אחוץ פינגערס און אנדערע (הענגעדיגע און אומאפהענגעדיגע) ארגאנען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יוני 04, 2017 9:14 pm#373214
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס האסטו נישט געליינט. ביי מיר דער ׳כנסת המינים׳ און דער ׳כנסת הסאטמורים׳ זענען נישט אנדערש איינס פון די צווייטען.
ענטפער גענוי פון ווי זויגען די חכי"ם און פרוואס זיי פארקויפן דיר א באבקע
נאר די ח"כים דארפען זיך פארענטפערען צו גדולי ישראל
שיינע חלומות
און די עסקני היהדות החרדית דארפען נישט. און די ח"כים האבען א וועג צו וויסען
אינפא. איז היינט אפען פאר יעדן, וואס ווייסט מען נישט היינט? אז חב"ד באקומט געלט און אויסטויש צו שיקן בחורים לשמד? די אויגן איז דיר פארשטעלט ?



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די אינפא איז סודות'פול?
זונטאג יוני 04, 2017 10:59 pm#373231
פרעגסט א חבר הכנסת וואס טוט זיך ? הערסטו דאס
אין גזירת גיוס,
אין יעדים,
אין מדינה,
אין ממ"ח,
אין ציידי נפשות,
אין צבא,
אין קשיים ביוקרטיים מכוונים,
אין שיתוף פעולה של הצבא עם וועד הישיבות בקידום היעדים,
אין גזירת גיוס,
אין בג"ץ,
אין תקופת הסתגלות,
אין גזירת חינוך,
אין רדיפות,
אין אקדמיה,
אין שילוב כלכלי,
אין סתימת פיות דיקטטורי,
אין אלפי חיילים חרדים ששולבו בצבא בשנים האחרונות,


פשוט, אין שום דבר,
יש רק 'מרנן ורבנן'
מאנטאג יוני 05, 2017 12:21 am#373266
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער רעדט פון גדולים? מ׳רעדט פון די אנדרייערס וואס לויפען ארום די ראשי ישיבות\רבנים און מנהיגים מיט ׳פאקטען׳ געזויגען, אויפ׳ן בעסטען פאל, פון פינגער ארויס.

אפשר פארדעם שלאגט מען זיך אזוי שטארק מ'זאל נישט מבטל זיין מציצה בפה
מאנטאג יוני 05, 2017 2:05 pm#373367
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען. זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

סתם אזוי, וואס איז פשט אין ארויסלייגן אזא בריוו אין די עפענטליכקייט?

וואס איז געווארן מיט די כינוס הסברה נעכטן אין לעיקוואד?
מאנטאג יוני 05, 2017 2:07 pm#373368
דער כינוס הסברה איז היינט נאכט. אחד מגדולי העסקנים פון א"י וועט מיטטיילען פאקטען וכמו פאקטען פאר די אלע אויסהערערס. ביז ווילנאג מ'זאגט נישט קלאר וואס וועט זיין דער מעניו גיי איך נישט. איך גיי נאר פאר עסען
מאנטאג יוני 05, 2017 2:10 pm#373369
עפעס זעיט אויס צומישעניש דארט אין גרויסן
מאנטאג יוני 05, 2017 2:10 pm#373370
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער כינוס הסברה איז היינט נאכט. אחד מגדולי העסקנים פון א"י וועט מיטטיילען פאקטען וכמו פאקטען פאר די אלע אויסהערערס. ביז ווילנאג מ'זאגט נישט קלאר וואס וועט זיין דער מעניו גיי איך נישט. איך גיי נאר פאר עסען

שאץ נישט אונטער דיין ראלע אלץ ק.ש. קארעספאנדענט אין דעם ליטווישן העמיספערע.

אז דו ווילסט דוקא, ערלעדיג איך א סאפער פאר דיר, אדער א יאר מקוה געלט. אבער גיין מוזטו!
מאנטאג יוני 05, 2017 2:14 pm#373372
גאנצל האט געשריבן:עפעס זעיט אויס צומישעניש דארט אין גרויסן


דער פירערשאפט אין לעיקוואוד איז זייער נישט מסודר'דיג, דעריבער קען קיינער נישט רעדען בשם דער לעיקוואוד ציבור. די ראשי ישיבות ווייסען נישט וואס צו טוהן און וועלכע זייט צו שטיצען.
מאנטאג יוני 05, 2017 2:21 pm#373373
וואס זענען זייערע ספיקות

אגב סאטמאר עיטש קיו ווייסט פון טיקעטס וואס מ'גייט טיילן דארט
מאנטאג יוני 05, 2017 2:42 pm#373374
איך גלויב נישט אז מ'וועט פארקויפען טיקעטס אין לעיקוואוד, דא וועט עס זיין אומזיסט.
מאנטאג יוני 05, 2017 2:48 pm#373376
ליטוואק, ביטע גיי און ברענג א באריכט, ביי אזעלעכע האקעלע ענינים קוקט מען נישט אויף גשמיות.
מאנטאג יוני 05, 2017 4:17 pm#373383
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
קען מען ערגעץ זעהן דעם המבשר אנליין
מאנטאג יוני 05, 2017 6:50 pm#373409
איינער קען מיך מסביר זיין וויאזוי א ליידיגער ניילאן זעקל קען "פליען" אין א ספעציפישער ריכטונג?
(דער איד)
מאנטאג יוני 05, 2017 7:56 pm#373416
דער פראבלעם מיט דער מערכה איז אז ביידע זייטען זענען מסלף און זאגען שקרים

א. די צד הפלג הירושלמי וועגען ארעסטירען בחורים, מען האט נאכנישט ארעסטירט קיין שום בחור וואס האט זיך געשטעלט צייטליך, פונקט ווי אלע יארען מאז התייסדות המדינה, הן אצל הקנאים והן אצל החסידים והליטאים האט מען זעך אייבג געשטעלט באקומען א דיחוי אדער א פטור.

ב. עס איז געווארען שטרענגער דער ענין פון תורתו אומנתו, עס איז דא קוואטעס וואס מוז ערפילט ווערן יעדעס יאר פון חרדים וואס גייען צום מיליטער, די קוואטעס ווערן פארגרעסערט יעדעס יאר, אויב די קוואטעס ווערן נישט פילן מרצון זאגט דער געזעץ אז מען וועט נעמען פון אזעלכע וואס תורתם אומנתם [דהיינו נאך 1800 וואס דאס הייסט לומדים מתמידים וואס זיי באקומען א דיחוי אין נאכדעם ווענדט זיך אין די קוואטעס]

ג. אויכעט יעדע ישיבה וואס וועט נישט צושטעלן א מספר מסויים פון בחורים צום מיליטער וועט ווערן געקנס'ט, מיט אוועק נעמען פאנדס פון די ישיבה וכדומה, די קנסות האט מען מצליח געווען אפצישטיפען ביז 2023 וואס דעמאלטס וועט מען אנהייבען קנסענען

ד. אויכעט האט מען ארלעדיגט אז מען וועט נישט בודק זיין בציציותיו פון די וואס זענעין זיך מתגייס, נאר אויב קומען זיין פון פרומע הייזער אדער גלערנט אין פרומע ישיבה קטנות ווערן זיי גערעכענט אלטץ חרדים וואס זענען זיך מתגייס, און דאס גייט אויפן חשבון פין די קוואטעס.

ה. אויכעט אין לעצטע פאר יאר האט מען אקטיעוו אנגעהויבען צו קאמפעינען אין די חרדישע געגענטער שלעפען דעם ציבור זיך מתגייס זיין, מיט צוזאגען פאנדס, לימודים פון פארשידענע פאכען וכדומה

ו. אויכעט די קנסות אויף משתמט זיין איז געווארען אסאך הארבער און שטרענגער

ז. סוף פסוק צו זאגען אז עס איז נישטא קיין פרישע גזירות איש שקר, אבער אויכעט צו זאגען אז מען כאפט בחורים פון די גמרות צו די מיליטער איז אויכעט שקר.

ח. די מלחמה ביי די ליטווישע איז על דרכי המלחמה, הרב שטיינמאן האלט בדרכי נועם מיט שתדלנות, אין אז דערווייל האט מען אפגעשטיפט ביז 2023 איז הצלה פורתא און ביז דיין וועט דער אייבירשטער העלפען [עכ"פ זיין פראבלעם וועט דאס שוין נישט זיין] הרב אויערבאך מיט נאך אנדערע האלטען מען טאר נישט האנדעלען בכלל מיט די רעגירונג מען טאר נישט געבען א פינגער נאר אזוי קען מען מצליח לגמרי, אבער לדעתי די שיטה קען נאר ארבעטען ווען אלע האלטען מיט דעם אין שטעלן זעך נישט, ווייל די מדינה וועט נישט ארעסטירען לשיטתו טויזענטער בחורים א יאר, אבער למעשה רוב הציבור האלט נישט מיט דעם מהלך ממילא וועט דאס נישט מצליח זיין
מאנטאג יוני 05, 2017 8:03 pm#373417
זאגסט דאך אליינס:
אוהב ספרים האט געשריבן:א, מען האט נאכנישט ארעסטירט קיין שום בחור וואס האט זיך געשטעלט צייטליך.


די איבריגע איז סתם געמאלט הבלים ושקרים.
מאנטאג יוני 05, 2017 8:10 pm#373418
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
דער שטאך צו הרב אהרן לייב איז נישט אין פלאץ, אבער אחוץ דעם זאגסטו גוט.

נאר ס׳איז דא נאך נקודות.
דער רעגירונג אינוועסטירט אין דעם אז חרדים זאלען קענען פילען באקוועם אין מיליטער. דאס מיינט אז מ׳זאל נישט דארפען פארלעצען הלכה, און אויך נישט חרדישע הנהגות, דארט אין מיליטער. דאס טוט שטאר מינערען די ׳שמד׳ וואס מ׳האלט אין איין שרעקען דער עולם מיט דעם. שפעטער זאגען די חברה אז מ׳צאלט געלט פאר מענטשען צו כאפען פרומער, אנשטאט׳ס אנערקענען אז דאס איז די היפך פון שמד.

דער עיקר וואס די פרומער שלוחים האבען געארבעט דערויף, איז אז דער שר הבטחון זאל קענען טוהן מיט דער געזעץ ככל העולה על רוחו. דערמיט האבען זיי א געוואלדיגע ישועה, אבער דאס קען מען פארשטייט זיך נישט דערמאנען אין דער עפענונג. די אלע מוחים און שרייערס וואס פאדערען א תירוץ, ריזיקירען די גאנצע אפמאך, און בשעת אז זיי האבען אליינס נישט קיין לעזונג פאר דער מיליטער פראבלעם, זענען זייער מעשים א פארברעך. זיי שיקען ישיבה בחורים אין מיליטער בידים, און דערנאך באשולדיגען זיי זייערע קעגענער פאר זייערע מעשים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 05, 2017 8:24 pm#373422
איך אויך האט געשריבן:זאגסט דאך אליינס:
אוהב ספרים האט געשריבן:א, מען האט נאכנישט ארעסטירט קיין שום בחור וואס האט זיך געשטעלט צייטליך.


די איבריגע איז סתם געמאלט הבלים ושקרים.


קענסט מיר ווייזען איין שקר אדער סתם דעמאגאגיע בפיך?
מאנטאג יוני 05, 2017 8:25 pm#373423
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער שטאך צו הרב אהרן לייב איז נישט אין פלאץ, אבער אחוץ דעם זאגסטו גוט.

נאר ס׳איז דא נאך נקודות.
דער רעגירונג אינוועסטירט אין דעם אז חרדים זאלען קענען פילען באקוועם אין מיליטער. דאס מיינט אז מ׳זאל נישט דארפען פארלעצען הלכה, און אויך נישט חרדישע הנהגות, דארט אין מיליטער. דאס טוט שטאר מינערען די ׳שמד׳ וואס מ׳האלט אין איין שרעקען דער עולם מיט דעם. שפעטער זאגען די חברה אז מ׳צאלט געלט פאר מענטשען צו כאפען פרומער, אנשטאט׳ס אנערקענען אז דאס איז די היפך פון שמד.

דער עיקר וואס די פרומער שלוחים האבען געארבעט דערויף, איז אז דער שר הבטחון זאל קענען טוהן מיט דער געזעץ ככל העולה על רוחו. דערמיט האבען זיי א געוואלדיגע ישועה, אבער דאס קען מען פארשטייט זיך נישט דערמאנען אין דער עפענונג. די אלע מוחים און שרייערס וואס פאדערען א תירוץ, ריזיקירען די גאנצע אפמאך, און בשעת אז זיי האבען אליינס נישט קיין לעזונג פאר דער מיליטער פראבלעם, זענען זייער מעשים א פארברעך. זיי שיקען ישיבה בחורים אין מיליטער בידים, און דערנאך באשולדיגען זיי זייערע קעגענער פאר זייערע מעשים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי זעסטו א שטאך?
מאנטאג יוני 05, 2017 8:25 pm#373424
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
אז 2023 גייט איהם נישט אן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 05, 2017 8:27 pm#373425
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער שטאך צו הרב אהרן לייב איז נישט אין פלאץ, אבער אחוץ דעם זאגסטו גוט.

נאר ס׳איז דא נאך נקודות.
דער רעגירונג אינוועסטירט אין דעם אז חרדים זאלען קענען פילען באקוועם אין מיליטער. דאס מיינט אז מ׳זאל נישט דארפען פארלעצען הלכה, און אויך נישט חרדישע הנהגות, דארט אין מיליטער. דאס טוט שטאר מינערען די ׳שמד׳ וואס מ׳האלט אין איין שרעקען דער עולם מיט דעם. שפעטער זאגען די חברה אז מ׳צאלט געלט פאר מענטשען צו כאפען פרומער, אנשטאט׳ס אנערקענען אז דאס איז די היפך פון שמד.

דער עיקר וואס די פרומער שלוחים האבען געארבעט דערויף, איז אז דער שר הבטחון זאל קענען טוהן מיט דער געזעץ ככל העולה על רוחו. דערמיט האבען זיי א געוואלדיגע ישועה, אבער דאס קען מען פארשטייט זיך נישט דערמאנען אין דער עפענונג. די אלע מוחים און שרייערס וואס פאדערען א תירוץ, ריזיקירען די גאנצע אפמאך, און בשעת אז זיי האבען אליינס נישט קיין לעזונג פאר דער מיליטער פראבלעם, זענען זייער מעשים א פארברעך. זיי שיקען ישיבה בחורים אין מיליטער בידים, און דערנאך באשולדיגען זיי זייערע קעגענער פאר זייערע מעשים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אכן שכחתי להוסיף דער ענין פון שר הבטחון, דאס איז א מעלה ואליה וקוץ בה, ווייל איין טאג וועט דאס דער בגץ אפהאלטן און דאס איז ווייטער א צייטווייליגער סאלושען.

די ערשטע נקודה איז אדרבה, בעיני הקנאים בפרט, א גרעסערע ענין פון שמד ודי צודקים בזה, דאס ווייזט וויפיל די מדינה איז גרייט צו טוען אבי קום אין מיליטער
מאנטאג יוני 05, 2017 8:32 pm#373427
Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"
דער חשבון פון אליה וקוץ בה איז א חשבון פאר תלמידי חכמים מנהיגים, נישט אונגארישע שטעקען רבונעם, וואס האבען ׳מסורות׳ אין קאפ אין וואנט קנאות, און טענה׳ן ניטאמאל אז זיי האבען א לעזונג. די פלג הירושלמי רעדט אויך נישט פון קיין לעזונג, נאר פוסטע לאזונגען פון מסירות נפש. נאר איינער זאגט און נעמט אחריות פאר זיינע ווערטער, און ער טענה׳ט אז דאס איז עפעס וואס מ׳קען ריזיקירען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 05, 2017 8:33 pm#373428
ויש עוד להוסיף טאקע לפנים טוט די מיליטער פארשידענע פעולות לפנים גרינגער מאכען פאר די פרומע, אבער מצד שני איז אגאצנע צייט דא פראבלעמען, דא ארעסטירט מען וועגען נישט שערען די בארד אדער אזעלכע וואס ווילען נישט הערן שירת נשים, אדער מען צווינגט צו קאכען שבת מיט תירוצים שונים וכו' דאס איז ברור אז איינער וואס גייט אריין אין מיליטער נישט קיין באום קומט צוריק פון דארט אינגאנצען אנדערש


ב. ביי די ליטווישע איז דא נאך א ענין אנטקעגען די מיליטער וואס ביי די חסידישע איז נישט אזוי הארב, דער ענין פון גייען ארבעטען, דאס איז ביי די ליטווישע אפגעפרעגט אינגאצנען אפילו אויב ער וועט האבין א שיעור צופרי און ביינאכט אזזוי ווי דער המון טוט דא אין אמעריקא לדוגמא. ממילא כל זמן מען גייט נישט אין מיליטער קען מען דאך מילא נישט ארבעטען לעגאל, אבער אז מען וועט גייען אין מיליטער וועט מען ח"ו אנהייבען צו ארבעטען.
מאנטאג יוני 05, 2017 8:34 pm#373429
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער חשבון פון אליה וקוץ בה איז א חשבון פאר תלמידי חכמים מנהיגים, נישט אונגארישע שטעקען רבונעם, וואס האבען ׳מסורות׳ אין קאפ אין וואנט קנאות, און טענה׳ן ניטאמאל אז זיי האבען א לעזונג. די פלג הירושלמי רעדט אויך נישט פון קיין לעזונג, נאר פוסטע לאזונגען פון מסירות נפש. נאר איינער זאגט און נעמט אחריות פאר זיינע ווערטער, און ער טענה׳ט אז דאס איז עפעס וואס מ׳קען ריזיקירען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין נישט קיין מנהיג נישט קיין ת"ח, איך געב מיין אייגענער בשר ודגים מיינונג ווי איך מיט מיין קרומער שכל זעהט דער ענין נאך ליינען דעם געזעץ מיט אלע תיקונים פון די לעצטע פאר יאר
מאנטאג יוני 05, 2017 8:35 pm#373430
אוהב ספרים האט געשריבן:ויש עוד להוסיף טאקע לפנים טוט די מיליטער פארשידענע פעולות לפנים גרינגער מאכען פאר די פרומע, אבער מצד שני איז אגאצנע צייט דא פראבלעמען, דא ארעסטירט מען וועגען נישט שערען די בארד אדער אזעלכע וואס ווילען נישט הערן שירת נשים, אדער מען צווינגט צו קאכען שבת מיט תירוצים שונים וכו' דאס איז ברור אז איינער וואס גייט אריין אין מיליטער נישט קיין באום קומט צוריק פון דארט אינגאנצען אנדערש


ב. ביי די ליטווישע איז דא נאך א ענין אנטקעגען די מיליטער וואס ביי די חסידישע איז נישט אזוי הארב, דער ענין פון גייען ארבעטען, דאס איז ביי די ליטווישע אפגעפרעגט אינגאצנען אפילו אויב ער וועט האבין א שיעור צופרי און ביינאכט אזזוי ווי דער המון טוט דא אין אמעריקא לדוגמא. ממילא כל זמן מען גייט נישט אין מיליטער קען מען דאך מילא נישט ארבעטען לעגאל, אבער אז מען וועט גייען אין מיליטער וועט מען ח"ו אנהייבען צו ארבעטען.



חב"ד האט הסכמים לאור די נייע גיוס געזעץ
דאס איז גענימען 80 פראצענט פין א קיבוץ אידן און זיי פארשיקט אין מיליטער
מאנטאג יוני 05, 2017 8:36 pm#373431
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז 2023 גייט איהם נישט אן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


לא אמרתי עס גייט איהם נישט אהן, אבער עס וועט זיין פראבלעם נישט זיין, און זיי זאגען קלאר עד אז כבר יעזור השם