Under maintenance
הויפט זייט » וואס איז די ווייניגסטע וואס איך דארף גלייבן?

וואס איז די ווייניגסטע וואס איך דארף גלייבן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1156
פרייטאג יולי 20, 2012 4:51 pm#26690
וואס איז די ווייניגסטע וואס איך דארף גלייבן?
איך בין אן עהרליכער איד מדקדק בקלה כבחמורה, אבער איך בין בטבע א סקעפטיק. איך האב נישט ליב צו גלייבן מער וויפיל איך דארף. עס איז מיר א צייט צוריק אויסגעקומען צו דאונלאדען אויף מיין טעלעפאן א פרייע ebook מיט דעם נאמען: What's the Least I Can Believe and Still Be a Christian?
קריסטיעניטי אינטערעסירט מיר א הויקער, אבער בחינם איז מיר אינטערסאנט געווען וויאזוי דער בוך קען מינימיזירן נאר די וויכטיגסטע חלקים וואס "מ'מוז" גלייבן כדי צו בלייבן אן עהרליכער קריסט.
אבער איך האב געטראכט, הלוואי איז דא אזא בוך אויף אידישקייט!! מיר זענען אזוי אנגעלייגט מיט זאכן וואס מ'גלייבט און וואס מ'זאגט אונז אז "מ'מוז" גלייבן, אז אזא מענטש ווי מיר וויל האבן א גיידבוק וואס זאל קלאר ארויסברענגען די וויכטיגסטע זאכן וואס מ'דארף באמת גלייבן.
איך פארשטיי אז די י"ג עקרים איז דער פלאץ ווי אנצופאנגען. אבער פון די אלע טויזענטער זאכן וואס מ'איז אונז מחנך, וואס מ'פרעגעלט אריין אין אונזערע קינדער, וואס זענען וויכטיג פאר מיר, פאר מיינע קינדער, און וואס קען איך ארויסטראסקענען פון פענצטער, און וואס קען איך זאגן פאר מיינע קינדער אז זיי דארפן נישט גלייבן?

אה, נאך איין זאך. קיינער זאל זיך נישט יעצט נעמען שרייבן אז "מ'גלייבט וואס מ'גלייבט" און עס איז נישט מעגליך מחייב זיין צו גלייבן, און וויאזוי קען איך אויספארעמען וואס איך גלייב לויט וואס מ'מוז גלייבן? - אדער גלייבסטו יא, אדער נישט. דאס איז א גוטע טענה וואס דארף א עקסטערע אשכול. איך וויל דא דורכשמועסן נאר דאס וואס איך האב דערמאנט, צו דורכטון וואס איז דא א חיוב צו גלייבן. א דאנק.
פרייטאג יולי 20, 2012 6:18 pm#26712
איינמאל דו גייסט מיט די מהלך המחשבה אז דו ווילסט זיין די מינומים איד, און גלייבן די ווייניגסטע וואס איז שייך, וועט מיט די צייט אויסקומען אז דו וועסט אפילו אין די מינומים אויך נישט גלייבן, אז מ'הייבט אן אראפגליטשן פונעם בארג קען מען מער נישט סטאפן אינמיטן ביז מען דערזעט זיך אונטן א צוקלאפטער.
פרייטאג יולי 20, 2012 6:19 pm#26713
ער פרעגט להלכה
פרייטאג יולי 20, 2012 6:33 pm#26717
ס'אינטערסאנט אלע גרים טענה'ן אז ווען זיי זענען געווען אלץ גוים אין סעקאהל אין זיי האבן געפרעגט שאלות האט מען זיי געזאגט אזאלכע שאלות טאר מען נישט פרעגן,און וועגן דעם האבן זיי פארשטאנען צו טוישן רעליגיעס!!
איז מיין שאלה ענטפערט מען דען ביי אונז יא ווען מען פאנגט אן צו פרעגן שווערע שאלות?
פרייטאג יולי 20, 2012 7:08 pm#26728
שיטה מקובצת,

לויט וועם פרעגסטו קאנסארוויטיוו, ריפארם,קארלבאך, ארטאפראקס, מאדערען ארטאדאקס,אלאטרע ארטעדאקס, חרידי?
יעדע חדר האט זיך זיינע זאכן וואס מ'מיז גלייבען
דרך אגב אויב די בעל העיקרים וואלט געשריבן א ספר אויף הלכה וואס מען וואלט געקענט טרעפן דעראין סתירה'דיגע משמעות ,אויף צי
דרייען מיט די גראבע פינגער אין ישיבה אזוי ווי די יד חזקה פימעם רמב''ם. איז יתכן אז די וואלסט נישט אנגעהויבן ביי דרייצען נאר ביי דריי.
מוצ"ש יולי 21, 2012 11:58 pm#26756
נולד מאוחר האט געשריבן:שיטה מקובצת,

וואס זענען די דריי פונעם בעל העקרים?
זונטאג יולי 22, 2012 2:21 am#26829
נישט פארגעסן די נייע י"ג עקרים

m http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... kkarim.pdf m

דאכט זיך אז די אלע עיקרים האבן ערנסטע יסודות און היימישע מקורות!
זונטאג יולי 22, 2012 10:20 am#26850
שיטה,
איך מיין אז דו דארפסט צו ערשט קלארער מאכן דיין שאלה. איך נעם אן אז דו ווילסט וויסן וואס מ׳דארף גלייבן כדי צו זיין אן ארטאדאקסישער איד, אבער אפילו אזוי, וויאזוי דעפינירסטו ״מ׳דארף״ - וויפיל מ׳דארף גלייבן כדי צו צופרידן שטעלן גאט אדער צופרידן צו שטעלן די געזעלשאפט?
אין נארמאטיווער ארטאדאקסיע איז אנגענומען אז די 13 עקרים איז דאס גאנצע וואס גאט פארלאנגט, אוודאי, מ׳קען גיין טיפער דערין, אבער דעם רמב״מ׳ס עקרים זענען אנגענומען אלס בינדנד. אבער וואס מ׳דארף גלייבן לויט דער געזעלשאפט? דאס ווענדט זיך וואו דו דרייסט זיך. אין רוב בתי מדרשים פון די חסידי׳שע געגנטער וואלט מען דיך גערופן ״אפיקורס״ און פארבאטן אריינצוטרעטן בלויז פאר׳ן מסתפק זיין אין דער געטליכקייט פון דעם בעש״ט אדער דעם רבי׳ן ר׳ אלימלך, אדער פאר׳ן זאגן אז אן אנגענומענע אמונה טפילה, ווי נישט עסן עקן פון ברויט, דארף מען נישט נאכגיין. איז דעריבער וויכטיג צי די שאלה איז צווישן דיר און גאט, אדער וואס דו קענסט זאגן פאר מענטשן - וואס דאן איז נישט נוגע וואס גאט וויל, נאר וואס די געזעלשאפטליכע נארמעס זענען.
זונטאג יולי 22, 2012 12:18 pm#26875
קלוג און יונג האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:שיטה מקובצת,

לויט וועם פרעגסטו קאנסארוויטיוו, ריפארם,קארלבאך, ארטאפראקס, מאדערען ארטאדאקס,אלאטרע ארטעדאקס, חרידי?
יעדע חדר האט זיך זיינע זאכן וואס מ'מיז גלייבען
דרך אגב אויב די בעל העיקרים וואלט געשריבן א ספר אויף הלכה וואס מען וואלט געקענט טרעפן דעראין סתירה'דיגע משמעות ,אויף צי
דרייען מיט די גראבע פינגער אין ישיבה אזוי ווי די יד חזקה פימעם רמב''ם. איז יתכן אז די וואלסט נישט אנגעהויבן ביי דרייצען נאר ביי דריי.

וואס זענען די דריי פונעם בעל העקרים?

3. תורה מן השמיים 2. השגחה 1. מציאות השם.
דא קענסטו זען אלע שיטות
זונטאג יולי 22, 2012 12:23 pm#26878
מציאות השם, תורה מן השמים, און מציאות שכר ועונש שוין לשנג נישט נאכגעקוקט כ'על נאכאמאל נאכקוקן קען זיין ביזט גערעכט
זונטאג יולי 22, 2012 12:29 pm#26880
בעפאר מ'קען בכלל אריינגיין וויפיל איז די מינימום וואס מ'קען גלייבן אין נאך אלץ זוכה זיין לחיי עולם הבא דארף מען דורכטון א צווייטע נושא: צו איז שייך א פסק הלכה אויף א אמונה'דיגע מחלוקת. אויב איז שייך צו זאגן אז אין א געוויסע ענין ווי עס איז דא א מחלוקת, לדוגמא, צו מ'דארף גלייבן אז ר' שמעון בר יוחי האט געשריבן דעם זוהר, איז שייך אז עס זאל זיין לגבי דעם א פסק הלכה, וועט אויסקומען אז היינט צו טאגס, אויב איינער זאגט אז דער זוהר איז נישט געשריבן געווארן דורך ר' שמעון בר יוחי איז א כופר, וויבאלד רוב רובם פון די יהדות שומרי התורה האלטן אז זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י און ע"פ כללי הפסיקה איז דאס די הלכה היינט.
אויב אבער איז נישט שייך א פסק הלכה לגבי עניני אמונה והשקפה, איז נישט שייך אנצואווייזן גבולות און א מינימום וויפיל מ'מוז גלייבן, פשוט ווייל זייער אסאך מאל וועסטו זיין א כופר לויט איינעם! נעם למשל די עשר ספירות. לויט טייל ראשונים גדולי ספרד (ווי די ריב"ש און ר' אברהם אבולעפיא) איז אמונה בי' ספירות כפירה און איז זיך סותר צו ייחוד ה'. לויט רוב מקובלים איז כפירה בי' ספירות א כפירה בתורת משה. וועלכע צד דו זאלסט נאר אננעמען, ביזטו א כופר לויט איינעם. פארשטייט זיך אז אויב זאגט מען אז ס'שייך פסק הלכה לגבי אמונה, קען מען זאגן אז מיר פסק'נען ווי די מקובלים וזהו.
זונטאג יולי 22, 2012 12:40 pm#26884
די עיקרים מיינען נישט אז נאר דאס דארף מען גלייבן דאס זענען די עיקרים ווי די אב מלאכות לכבי הלכות שבת און פון דעם קומען ארויס אסאך זאכן וואס מ' דארף גלייבן אין די יודישע רעלעגיע ווי צום ביישפיל אלעס וואס שטייט אין די תורה דארף מען גלייבן אלס תורה מן השמים די שאלה וואס שטעלט זיך איז צו דארף מען גלייבן אז דער הייליגער בעל שם טוב איז געפאהרן קפיצות הדרך וכדו'
זונטאג יולי 22, 2012 12:42 pm#26885
מ'דארף דאך אויך גלייבן אז די תורה של בע"פ איז ניתנו מסיני, ניין? קומט דאך אויס אז מ'מןז גלייבן אין יעדן ווארט פון חז"ל.
זונטאג יולי 22, 2012 12:48 pm#26887
אמת הגם עס ווערט נישט געברענגט אין די עיקרים גלייבן מיר אזוי אבער ווי ענדיגט זיך די חז"ל, זוהר? גאונים, אריז"ל שו"ע? תלמידי בע"ש? פארן קריג? נאכן קריג? דארף איך גלייבן א היינטיגן רבין ווען ער פארציילט א מעשה פון ר' מאיר פרימישלאנער
זונטאג יולי 22, 2012 1:00 pm#26894
נס קאווע האט געשריבן:די עיקרים מיינען נישט אז נאר דאס דארף מען גלייבן דאס זענען די עיקרים ווי די אב מלאכות לכבי הלכות שבת און פון דעם קומען ארויס אסאך זאכן וואס מ' דארף גלייבן אין די יודישע רעלעגיע ווי צום ביישפיל אלעס וואס שטייט אין די תורה דארף מען גלייבן אלס תורה מן השמים די שאלה וואס שטעלט זיך איז צו דארף מען גלייבן אז דער הייליגער בעל שם טוב איז געפאהרן קפיצות הדרך וכדו'

כ'מיין אז די עיקרים איז א זאך וואס א איד מיז וויסען ,תורה מיז ער נישט וויסען.
למשל אן עם הארץ די תורה מיז ער נישט לערנען אבער די עיקרים מיז ער וויסען,לויט די רמב''ם 13און לויט די בעל העקרים 3.
אז ער קומט ארויף אויף יענע וועלט מ'פרעגט עם וויאזוי האט געהייסען די ערשטע מענטש? ערזאגט איך ווייס נישט, קען ער נאך גיין אין גןעדן. משאכ אז ער ווייסט נישט מציאת השם גייט ער אין גיהונים.
זונטאג יולי 22, 2012 1:02 pm#26896
נס קאווע האט געשריבן:אמת הגם עס ווערט נישט געברענגט אין די עיקרים גלייבן מיר אזוי אבער ווי ענדיגט זיך די חז"ל, זוהר? גאונים, אריז"ל שו"ע? תלמידי בע"ש? פארן קריג? נאכן קריג? דארף איך גלייבן א היינטיגן רבין ווען ער פארציילט א מעשה פון ר' מאיר פרימישלאנער

חז"ל ענדיגט זיך ביים לעצטן פון די אמוראים
זונטאג יולי 22, 2012 1:05 pm#26898
זר זהב האט געשריבן:מ'דארף דאך אויך גלייבן אז די תורה של בע"פ איז ניתנו מסיני, ניין? קומט דאך אויס אז מ'מןז גלייבן אין יעדן ווארט פון חז"ל.

אסאך ראשונים האבן אנדערש פארשטאנען לגבי אגדתא. לדוגמא די רמב"ן אין ספר הויכוח שרייבט "עוד יש לנו ספר שלישי הנקרא מדרש ... וזה הספר, מי שיאמין בו - טוב, ומי שלא יאמין בו, לא יזיק". און אזוי אויך די ריא"ז אין מס' סנהדרין ואכמ"ל.
זונטאג יולי 22, 2012 1:10 pm#26900
נולד מאוחר האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן:די עיקרים מיינען נישט אז נאר דאס דארף מען גלייבן דאס זענען די עיקרים ווי די אב מלאכות לכבי הלכות שבת און פון דעם קומען ארויס אסאך זאכן וואס מ' דארף גלייבן אין די יודישע רעלעגיע ווי צום ביישפיל אלעס וואס שטייט אין די תורה דארף מען גלייבן אלס תורה מן השמים די שאלה וואס שטעלט זיך איז צו דארף מען גלייבן אז דער הייליגער בעל שם טוב איז געפאהרן קפיצות הדרך וכדו'

כ'מיין אז די עיקרים איז א זאך וואס א איד מיז וויסען ,תורה מיז ער נישט וויסען.
למשל אן עם הארץ די תורה מיז ער נישט לערנען אבער די עיקרים מיז ער וויסען,לויט די רמב''ם 13און לויט די בעל העקרים 3.
אז ער קומט ארויף אויף יענע וועלט מ'פרעגט עם וויאזוי האט געהייסען די ערשטע מענטש? ערזאגט איך ווייס נישט, קען ער נאך גיין אין גןעדן. משאכ אז ער ווייסט נישט מציאת השם גייט ער אין גיהונים.

מחלוקת רמב"ם וראב"ד צו אן אפיקורס בשוגג איז אויך אן אפיקורס לגבי שכר ועונש.
זונטאג יולי 22, 2012 1:19 pm#26905
יידל האט געשריבן:

וואס מיינט אן שוגג אין וואס מיינט א מזיד?
זונטאג יולי 22, 2012 1:20 pm#26907

מזיד הייסט אז ער ווייסט אז מ'דארף גלייבן און דאך איז ער א כופר, שוגג הייסט אז ער ווייסט נישט אז מ'דארף אזוי גלייבן. (האסט נאך קיינמאל נישט געהערט הג"ר חיים סאלאווייטשיק'ס אויסדרוק להסביר שיטת הרמב"ם אז "נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס"?)
זונטאג יולי 22, 2012 1:32 pm#26912
יידל האט געשריבן:בעפאר מ'קען בכלל אריינגיין וויפיל איז די מינימום וואס מ'קען גלייבן אין נאך אלץ זוכה זיין לחיי עולם הבא דארף מען דורכטון א צווייטע נושא: צו איז שייך א פסק הלכה אויף א אמונה'דיגע מחלוקת. אויב איז שייך צו זאגן אז אין א געוויסע ענין ווי עס איז דא א מחלוקת, לדוגמא, צו מ'דארף גלייבן אז ר' שמעון בר יוחי האט געשריבן דעם זוהר, איז שייך אז עס זאל זיין לגבי דעם א פסק הלכה, וועט אויסקומען אז היינט צו טאגס, אויב איינער זאגט אז דער זוהר איז נישט געשריבן געווארן דורך ר' שמעון בר יוחי איז א כופר, וויבאלד רוב רובם פון די יהדות שומרי התורה האלטן אז זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י און ע"פ כללי הפסיקה איז דאס די הלכה היינט.
אויב אבער איז נישט שייך א פסק הלכה לגבי עניני אמונה והשקפה, איז נישט שייך אנצואווייזן גבולות און א מינימום וויפיל מ'מוז גלייבן, פשוט ווייל זייער אסאך מאל וועסטו זיין א כופר לויט איינעם! נעם למשל די עשר ספירות. לויט טייל ראשונים גדולי ספרד (ווי די ריב"ש און ר' אברהם אבולעפיא) איז אמונה בי' ספירות כפירה און איז זיך סותר צו ייחוד ה'. לויט רוב מקובלים איז כפירה בי' ספירות א כפירה בתורת משה. וועלכע צד דו זאלסט נאר אננעמען, ביזטו א כופר לויט איינעם. פארשטייט זיך אז אויב זאגט מען אז ס'שייך פסק הלכה לגבי אמונה, קען מען זאגן אז מיר פסק'נען ווי די מקובלים וזהו.

איז דא צד סזאל נישט זיין שייך א פסק הלכה אויף די עינינים?
כ'פארשטיי אז די רמב''ם האט מער געמיינט די דעה ווי די טעקניקאל הלכה , אבעראין די וועלט פין הלכה וויאזוי זאל נישט זייןהלכות אויף אמונה?
וואס וועט שיטה טאן גארנישט גלייבען אדער נאר וואס מאכט עם סעננס?
זונטאג יולי 22, 2012 1:42 pm#26923
תורה מן השמים מיינט דען אז ער דארף קענען די גאנצע תורה? אז ער קען נישט דארף ער גלייבן איינעם וואס קען יא
נישט צו פארקריכן די שאלה איז נישט ווען מ' הייסט א אפיקורס די שאלה איז וואס דארף מען גלייבן
זונטאג יולי 22, 2012 1:59 pm#26932
נס קאווע האט געשריבן:תורה מן השמים מיינט דען אז ער דארף קענען די גאנצע תורה? אז ער קען נישט דארף ער גלייבן איינעם וואס קען יא
נישט צו פארקריכן די שאלה איז נישט ווען מ' הייסט א אפיקורס די שאלה איז וואס דארף מען גלייבן

וווער זאגט אז מען דארף קענען די גאנצע תורה?
זונטאג יולי 22, 2012 2:14 pm#26945
כ' האב נישט געזאגט אז מ' מוז (אויך נישט אז מ' מוז נישט) מען דארף אבער גלייבן אז תורה מן השמים וויל אהן דעם צופאלט די רעליגיע
זונטאג יולי 22, 2012 2:49 pm#26955
נס קאווע האט געשריבן:תורה מן השמים מיינט דען אז ער דארף קענען די גאנצע תורה? אז ער קען נישט דארף ער גלייבן איינעם וואס קען יא
נישט צו פארקריכן די שאלה איז נישט ווען מ' הייסט א אפיקורס די שאלה איז וואס דארף מען גלייבן

כ'פארשטיי נישט וואס די זאגסט דא ,צי וועם באציסטו דיך דא?
זונטאג יולי 22, 2012 7:14 pm#27134
געפילטע פיש האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:איה"נ סענעטאר ליבערמאן האלט זיך אויף פאר א ארטעדאקס איד, ער פארט אפילו נישט מיט א קאר שבת, מאטי {מרדכי ביי די וואלען} קאנער איז אויך א איד און שעלי סילווער אויך
אין וואסערע קאטאגאריע וואלסטו אריינגעלייגט אונזערע באבעס וואס האבן געמוזט גיין שבת אין פאבליק סקול, (זיי פלעגן זיך צוברעכען די בלייען זיי זאלן נישט מוזן שרייבען), זענען זיי געווען ארטאדאקסישע אידן?

ווי שוין געשריבען האב איך אגריט און פרינציפ מיט דיר, אבער בנוגע דאס וואס די פרעגסט דא, זענענן די צוויי זאכען נישט קיין פארגלייך

ליבערמאן/סילווער/קאנער, די דריי זענענן נישט אייניג און זייער סטאטוס בשעת סילווער איז א שומת"צ איז קאנער זייער ווייט דערפון, און ליבערמאן איז ערגעץ אינדערמיט,

אבער די אלע דריי זענענן בגדר תינק שנשבה בשעת אונזערע באבעס זענענן געווען געצווינגען, עס איז א חילוק פון הימל ביז ערד,
זונטאג יולי 22, 2012 7:21 pm#27142
פריינדליך האט געשריבן:ליבערמאן איז ערגעץ אינדערמיט,

איך בין נישט באקאנט. וועלכע חלק תורה ומצוות איז ליבערמאן נישט שומר?
זונטאג יולי 22, 2012 7:23 pm#27144
יידל האט געשריבן:
האסט פארדרייט די אשכול. כדרכך בקודש.
אט איז שיטה'ס פראגע:

איך האב דיר שוין איינמאל געענפערט אויף דיין ערשטע פריוו, און דאס האט געזאלט זיין גענוג אויף די קימעדיגע אויך,

פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וואס איז די טייטש פון פתי יאמין לכל דבר? א חיוב? א הצעה? א עצה?

דאס ווייס איך גראדע יא,

ווער עס האט פארדרייט וואס, קען יעדער באשליסען פאר זיך, צי די פסוק פון אל תיטוש באלאנגט אהער אדער נישט האט מען דעבאטירט און מען האט עס שיין אויסגעשמיעסט, עס איז געווען מיין רעכט צו פארשטיין אז יא,

האב הצלחה, בתקווה להבנה
זונטאג יולי 22, 2012 7:27 pm#27146
דו ווילסט זאגן אז אל תטוש תורת אמך באדייט אז מ'מוז גלייבן אלע אויבנדערמאנטע?
פתי יאמין לכל דבר באדייט אז מ'מוז טרראכטן בעפאר מ'גלייבט אלע אויבנדערמאנטע.
זונטאג יולי 22, 2012 7:29 pm#27148
פריינדליך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:איה"נ סענעטאר ליבערמאן האלט זיך אויף פאר א ארטעדאקס איד, ער פארט אפילו נישט מיט א קאר שבת, מאטי {מרדכי ביי די וואלען} קאנער איז אויך א איד און שעלי סילווער אויך
אין וואסערע קאטאגאריע וואלסטו אריינגעלייגט אונזערע באבעס וואס האבן געמוזט גיין שבת אין פאבליק סקול, (זיי פלעגן זיך צוברעכען די בלייען זיי זאלן נישט מוזן שרייבען), זענען זיי געווען ארטאדאקסישע אידן?

ווי שוין געשריבען האב איך אגריט און פרינציפ מיט דיר, אבער בנוגע דאס וואס די פרעגסט דא, זענענן די צוויי זאכען נישט קיין פארגלייך

ליבערמאן/סילווער/קאנער, די דריי זענענן נישט אייניג און זייער סטאטוס בשעת סילווער איז א שומת"צ איז קאנער זייער ווייט דערפון, און ליבערמאן איז ערגעץ אינדערמיט,

אבער די אלע דריי זענענן בגדר תינק שנשבה בשעת אונזערע באבעס זענענן געווען געצווינגען, עס איז א חילוק פון הימל ביז ערד,

איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת איך קען זיי אלע נישט פערזענליך (ווער די גיהנום איז קאנער?) און איך ווייס נישט וואס זיי טוען און זעכער נישט וואס זיי גלייבען. די סיבה פארוואס כ'האב צוגעברענגט וועגן מיין באבע איז פשוט ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט וואס יענעמס מצב איז.
אגב, וואס מיינט בכלל די ווארט ארטאדאקסיש? צי האט עס הלכהדיגע כללים? איז מען דן וואס יענער גלייבט, אדער וואס יענער טוט למעשה?
זונטאג יולי 22, 2012 7:32 pm#27151
פריינדליך האט געשריבן:
קלוג און יונג האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:וואס איז די עברי טייטש פון: אל תיטוש תורת אימך? איז עס א חיוב? א הצעה? א עצה?

עס איז א פסוק אין משלי און פשוט מיינט עס א הצעה נישט אפצונייגען פון די מענערס, באשיידענקייט און אלע אנדערע זאכען וואס א מאמע לערנט א קינד אין יסודות פון לעבן

דאכט זיך אז די האסט שוין איינמאל געשריבען דיין אפטייטש און די פסוק,
אבער וואס איז שייך צי טיען אז הג"ר חיים קאניעווסקי שליט"א איז מחולק מיט דיר? אפשר ברענגסטע מער ראיה צי דיינע ווערטער??

די קומענדיגע פאר פסוקים רעדן פון א מאמע וואס זאגט איר קינד בני, חבר דיך נישט מיט שלעכטע מענטשן. אז חברים זאגען דיר לאמיר גיין מאכען א האלד אפ און מ'וועל מיר זיך טיילן מיט די געלט און ס'וועט גארנישט פאסירן, זאלסטו וויסען אז צום סוף וועט זיי זיין שלעכט.
ווי קומט דא אריין מסורה מיט אמונה?
אויך, די זאגסט ר' חיים קאניעווסקי קריגט אויף מיינע ווערטער. ער קריגט נישט ער רעדט לויט דרש. אויב שוין קריגען דארפסטו נישט גיין ביז ר' חיים, רש"י קריגט אויך. אבער רש"י זאגט אויך אז והיו לאותות 'ולמועדים' ולימים ושנים, אז מועדים מיינט ימים טובים און עס איז גערופען על שם העתיד.
נאר, ס'איז דרש און ס'איז דא פשט
זונטאג יולי 22, 2012 7:32 pm#27152
קאנער איז א סאטמערע דשאוק, איך מיין אז ער איז זייער זייער שוואך און אידישקייט, אבער פאר עטליכע יאר צוריק פאר די וומסב"ג וואלען האט איין פראקציע פון סאטמער אים א נאמען געגעבן ר' מרדכי אנשטאט מאטי,
זונטאג יולי 22, 2012 7:35 pm#27155
קלוג און יונג האט געשריבן:די קומענדיגע פאר פסוקים רעדן פון א מאמע וואס זאגט איר קינד בני, חבר דיך נישט מיט שלעכטע מענטשן. אז חברים זאגען דיר לאמיר גיין מאכען א האלד אפ און מ'וועל מיר זיך טיילן מיט די געלט און ס'וועט גארנישט פאסירן, זאלסטו וויסען אז צום סוף וועט זיי זיין שלעכט.
ווי קומט דא אריין מסורה מיט אמונה?
אויך, די זאגסט ר' חיים קאניעווסקי קריגט אויף מיינע ווערטער. ער קריגט נישט ער רעדט לויט דרש. אויב שוין קריגען דארפסטו נישט גיין ביז ר' חיים, רש"י קריגט אויך. אבער רש"י זאגט אויך אז והיו לאותות 'ולמועדים' ולימים ושנים, אז מועדים מיינט ימים טובים און עס איז גערופען על שם העתיד.
נאר, ס'איז דרש און ס'איז דא פשט

איך פארשטיי דיין מהלך, אבער ווי נישט ווי שרייבט ר חיים אז פון די פסוק לערענט מען עפעס ארויס,
די קענסט אים נישט סתם אזוי איגנארירען עפעס הסבר דארפסטע ברענגן, איך גיי נאכאמאל אהער ברענגן דעם פוסק ר חיים, און אדרבה זאג די ווי אזוי די גיבסט זיך א עצה דערמיט,
זונטאג יולי 22, 2012 7:39 pm#27159
ר' חיים רעדט וועגן מנהגים, נישט השקפה.
זונטאג יולי 22, 2012 8:12 pm#27175
השקפה איז הארבער ווי מנהגים, אז ער איז מחמיר במנהגים איז זיכער אז השקפה איז הארבער
זונטאג יולי 22, 2012 8:38 pm#27192
א גרויסער דאנק עולם פאר'ן זיך אזוי ווארעם אנרופן צו מיין שאלה. דער עולם האט אויפגעברענגט אסאך גוטע נקודות.
לאמיך רעאגירן צו עטליכענע תגובות.

שמואל הלוי האט געשריבן:איינמאל דו גייסט מיט די מהלך המחשבה אז דו ווילסט זיין די מינומים איד, און גלייבן די ווייניגסטע וואס איז שייך, וועט מיט די צייט אויסקומען אז דו וועסט אפילו אין די מינומים אויך נישט גלייבן, אז מ'הייבט אן אראפגליטשן פונעם בארג קען מען מער נישט סטאפן אינמיטן ביז מען דערזעט זיך אונטן א צוקלאפטער.

m http://yourlogicalfallacyis.com/slippery-slope m

zurich האט געשריבן:ס'אינטערסאנט אלע גרים טענה'ן אז ווען זיי זענען געווען אלץ גוים אין סעקאהל אין זיי האבן געפרעגט שאלות האט מען זיי געזאגט אזאלכע שאלות טאר מען נישט פרעגן,און וועגן דעם האבן זיי פארשטאנען צו טוישן רעליגיעס!!
איז מיין שאלה ענטפערט מען דען ביי אונז יא ווען מען פאנגט אן צו פרעגן שווערע שאלות?

גוטע פוינט. און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס עס פאלן אוועק אזויפיל פון אידישקייט, ווי אויסגעשמועסט אין די בוך פון פאראנאק מארגאליז, m http://www.amazon.com/Off-Derech-Observ ... 1932687408 m .
אבער מיר זענען נישט משועבד צו קליינקעפיגע מענטשן וואס ווילן נישט ענטפערן עניני אמונה. רבינו הגדול רבי אביגדור מילער זי"ע שרייבט שוין אין זיינע ביכער אז די וואס מיינען אז "אמונה פשוטה" מיינט נישט ענטפערן אויף פראגעס זאלן וויסן אז דאס איז סתם פוילקייט. אמונה איז א זאך וואס מ'דארף ארבעטן דערויף און דווקא פרעגן און ענטפערן.

נולד מאוחר האט געשריבן:שיטה מקובצת,

לויט וועם פרעגסטו קאנסארוויטיוו, ריפארם,קארלבאך, ארטאפראקס, מאדערען ארטאדאקס,אלאטרע ארטעדאקס, חרידי?

פארגעס פון לעיבעלס. איך וויל זיין גענוג א כשר'ער איד אז מ'זאל מיך קענען מצרף זיין צו מנין אין יעדן שול.

דבילה האט געשריבן:נישט פארגעסן די נייע י"ג עקרים

http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... kkarim.pdf

א ריזיגן דאנק פאר'ן דאס צו-ווייזן!! דאס איז א געוואלדיגע ארבעט. איך וויל שפעטער צוריקקומען צו דעם.

יאנקל האט געשריבן:שיטה,
איך מיין אז דו דארפסט צו ערשט קלארער מאכן דיין שאלה. איך נעם אן אז דו ווילסט וויסן וואס מ׳דארף גלייבן כדי צו זיין אן ארטאדאקסישער איד, אבער אפילו אזוי, וויאזוי דעפינירסטו ״מ׳דארף״ - וויפיל מ׳דארף גלייבן כדי צו צופרידן שטעלן גאט אדער צופרידן צו שטעלן די געזעלשאפט?
אין נארמאטיווער ארטאדאקסיע איז אנגענומען אז די 13 עקרים איז דאס גאנצע וואס גאט פארלאנגט, אוודאי, מ׳קען גיין טיפער דערין, אבער דעם רמב״מ׳ס עקרים זענען אנגענומען אלס בינדנד. אבער וואס מ׳דארף גלייבן לויט דער געזעלשאפט? דאס ווענדט זיך וואו דו דרייסט זיך. אין רוב בתי מדרשים פון די חסידי׳שע געגנטער וואלט מען דיך גערופן ״אפיקורס״ און פארבאטן אריינצוטרעטן בלויז פאר׳ן מסתפק זיין אין דער געטליכקייט פון דעם בעש״ט אדער דעם רבי׳ן ר׳ אלימלך, אדער פאר׳ן זאגן אז אן אנגענומענע אמונה טפילה, ווי נישט עסן עקן פון ברויט, דארף מען נישט נאכגיין. איז דעריבער וויכטיג צי די שאלה איז צווישן דיר און גאט, אדער וואס דו קענסט זאגן פאר מענטשן - וואס דאן איז נישט נוגע וואס גאט וויל, נאר וואס די געזעלשאפטליכע נארמעס זענען.

דאס אז מ'וועט מיך אנרופן "אפיקורס" אויב איך גלייב נישט אין רבי ר' אלימלך ז"ל איז נישט ווייל זיי האלטן אז מ'איז טאקע אן אפיקורס. והא ראיה, אויב וואלט איך געווען א מאדערענע איד, וואלטן זיי מיך רואיג מצרף געווען צו מנין אפילו איך וואלט געזאגט אז איך גלייב נישט אין די אמאליגע חסידישע רבי'ס. פאר מיר, אויב איך וועל זאגן אז איך גלייב נישט אין רבי ר' אלימלך, וועט מען האבן א "ני דזשערק" רעאקציע, וויבאלד איך בין אויפגעוואקסן מיט די אמונה אין ר' אלימלך'ס מופתים, און זיי קענען נישט פארנעמען אז איינער זאל האלטן אין עפעס אנדערש ווי מ'האט אים מחנך געווען.
עכ"פ, מיין נקודה איז אז למעשה האלט קיינער נישט אז זאגן אז דער בעש"ט איז געווען א בעל דמיון, חלילה, איז אפיקורסת. נאר אויב איך גיי עס זאגן וועט מען שרייען "אפיקורס", כאטש מ'האלט נישט אזוי באמת.
ועוד יש לומר, אז מ'האלט יא אזוי באמת. איי פארוואס דעם מאדערענעם וועלן זיי נישט באטראכטן ווי אן אפיקורס אויב ער זאגט די זעלבע זאך - דאס איז ווייל ער איז אזוי נתחנך געווארן און ער איז אן ערליכער איד און גלייבט אלעס וואס מ'האט אים מחנך געווען מיט. אבער אויב איך וועל האבן א ספק אין עפעס וואס מ'האט מיך מחנך געווען מיט , האלטן זיי (ענדליך צו שמואל הלוי'ס מיינד סעט), אז דאס איז א סליפערי סלאופ, און אז איך בין גרייט צו לייקענען אין דעם כח פון רבי ר' אלימלך , לייקען איך שוין מסתמא אויך אין די עשרת הדברות.

יידל האט געשריבן:איך גיי אויסרעכענען אפאר פון די זאכן וואס מ'פרעגלט און אונז אריין און דו (אדער עניבאדי) זאל זאגן טשעק אדער עקס:
  • ✓ עס זענען פארהאן שדים
  • X אויב מ'פארבויעט א לאך קומט צרות אויפן מענטש
  • ✓ רשב"י האט געשריבן דעם זוהר
  • X רימניצער רבי האט געמאכט מופתים למעלה מדרך הטבע
  • X מ'מעג נאר עסן טשיקן זופ פרייטאג צונאכטס, נישט קיין אנדערע זופ
  • ✓ עס איז דא א ירידת הדורות און אונזער דור איז שוואכער ווי די פאריגע
  • X א רבי קען זאגן דיעות אין מעדעצינישע שאלות
  • X מען קען היילן קרענק דורך געבן צדקה פאר קופת העיר
  • X מחלוקת צאנז רוזין איז געווען העכערע זאכן
  • X פרויען מוזן גיין מיט די זעלבע לבוש ווי די מאמע איז געגאנגען
  • X סאטמארע רבי (בעל דברי יואל) האט געהאט רוח הקודש
  • X חז"ל האבן נישט געקענט מאכן קיין טעות אין וויסנשאפטליכע ענינים
  • X משנה ברורה איז פוסק אחרון
  • X עס האבן קיינמאל נישט עקזעסטירט דינעזארס
  • ✓ ציונות איז כפירה
  • X מ'טאר נישט איבערגיין א קינד
  • X מ'טאר נישט עסן די עק פון א ברויט
  • X דער בעש"ט איז געווען א תלמיד פון אחיה השילוני
  • ✓ מיט שמות הק' קען מען מאכן קבלה מעשית
  • X מ'טאר נישט זאגן ווי אלט מ'איז

זייער שיין, יידל. איך האב אריינגעפילט טשעקס און עקסעס אויף וואס פון די זאכן איך גלייב יא אדער נישט.
זונטאג יולי 22, 2012 8:56 pm#27202
פריינדליך האט געשריבן:השקפה איז הארבער ווי מנהגים, אז ער איז מחמיר במנהגים איז זיכער אז השקפה איז הארבער

פריינדליך טייערער, דו ביסט ביכולת ארויסצוברענגן א מענטש פון די כלים. איך גיי מיך אבער זייער שטארק איינהאלטן און דיר ענטפערן א סטרעיטפארווערד ענטפער.
השקפה איז טאקע הארבער ווי מנהגים, אבער דאס ענטפערט נישט וואס כ'האב דיך געפרעגט. ווען ר' חיים זאגט אז מ'טאר נישט טוישן פון א קהילה מנהג רעדט ער ארום בהל' מנהג, און זאגט אז מכח ואל תטוש טאר מען נישט משנה זיין.
לגבי השפקה זאגט ער נישט אז מ'טאר נישט טוישן, און ס'קומט בכלל נישט אריין ואל תטוש. קומט פריינדליך און מאכט א ק"ו. מה-דאך מנהגים טאר מען נישט טוישן כל שכן השקפה. אויף דעם איז די תירוץ: השפקה האט אנדערע דינים ווי מנהגים. צ.ב.ש.: צו מעג א מזרח'ניק טוישן זיין השפקה צו א קנאי'שע השפקה? איך גלייב אז פריינדליך וועט נישט שרייען דא אז ער איז עובר אויף ואל תטוש, נאר ער וועט זאגן אז מ'מעג. (אויב מאך איך א טעות און דו האלטסט אז דער מזרח'ניק טאר נישט משנה זיין זיין השקפה, ביטע לאז וויסן). משא"כ א מנהג, אפילו לקולא האלט ר' חיים אז מען טאר נישט משנה זיין. איי, השקפה איז הארבער? די תירוץ איז אז השפקה האט אנדערע רולס ווי הלכה און מנהג.
זונטאג יולי 22, 2012 9:24 pm#27213
יידל האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:השקפה איז הארבער ווי מנהגים, אז ער איז מחמיר במנהגים איז זיכער אז השקפה איז הארבער

אויף דעם איז די תירוץ: השפקה האט אנדערע דינים ווי מנהגים. צ.ב.ש.:

1}צו מעג א מזרח'ניק טוישן זיין השפקה צו א קנאי'שע השפקה? איך גלייב אז פריינדליך וועט נישט שרייען דא אז ער איז עובר אויף ואל תטוש, נאר ער וועט זאגן אז מ'מעג.

2}משא"כ א מנהג, אפילו לקולא האלט ר' חיים אז מען טאר נישט משנה זיין. איי, השקפה איז הארבער? די תירוץ איז אז השפקה האט אנדערע רולס ווי הלכה און מנהג.

איך האב דיר נישט 100% פארשטאנענן דערפאר האב איך צוטיילט דיין תגובה,
נומבער איינס האב פארשטאנענן און עס איז זייער פשוט,און עס איז ניטאמאל א מדובר דא, ווייל עס איז א פשטות אז א מענטש מעג זיין פרימער ווי זיינע עלטערען,

נומבער צוויי זעט אויס ווי עס איז דא א טעות הכתיב, אדער זיי עס בעסער מסביר, מן הסתם האסטע פארטוישט די ווארט לקולא מיט לחומרא, ביטע זיך מסביר זיין
זונטאג יולי 22, 2012 10:13 pm#27241

א מענטש מעג זיין פרומער ווי זיינע עלטערן?! וואס איז פלוצים געשען מיט אל תטוש?
און ניין, ס'נישט קיין טעות הכתיב. ר' חיים האלט אז א מענטש מוז אויספאלגן זיין קהילה'ס מנהג אפילו לקולא.

(חוץ מזה וואס מהיכי תיתי אז זיין א קנאי איז פרומער ווי זיין א מזרח'ניק? ביידע זענען השקפות, קיין איינע פון זיי איז נישט "פרומער" פון צווייטען).
זונטאג יולי 22, 2012 10:17 pm#27243
א מזרח'ניק וואס ווערט א קנאי איז נישט פרומער פון א מזרחי שטאנדפונקט, פונקט ווי א קנאי וואס ווערט א מזרח'ניק ווערט נישט פרומער פון א קנאי'שע שטאנדפונקט.
זונטאג יולי 22, 2012 10:21 pm#27245
יידל האט געשריבן:און ניין, ס'נישט קיין טעות הכתיב. ר' חיים האלט אז א מענטש מוז אויספאלגן זיין קהילה'ס מנהג אפילו לקולא.

דאס איז נייעס פאר מיר, עס איז מיר אינטערסאט צו הערן,
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער איך וויל פאר האבן א קליינע דוגמה ווי אזוי עס קימט אויס און פראקטיק, ווי און ווען ביי וועלכע הלכה מנהג איז שייך אז א מענטש מוז גיין לקולא אלץ מנהג המקום,
זונטאג יולי 22, 2012 10:25 pm#27246

איך ווייס? עסן בהמה פלייש אין יו"ט און זיך פארלאזן אויף די ניקור? ניצן יאנעווע/מאראקאנע/ארץ-ישראל'דיגע אתרוג? עסן נישט-פארברענטע מצות פאר א געווארענע בריסקער?
זונטאג יולי 22, 2012 10:44 pm#27257
געפילטע פיש האט געשריבן:א מזרח'ניק וואס ווערט א קנאי איז נישט פרומער פון א מזרחי שטאנדפונקט, פונקט ווי א קנאי וואס ווערט א מזרח'ניק ווערט נישט פרומער פון א קנאי'שע שטאנדפונקט.

די פארשטייסט אז ווען מען ניצט דא די ווארט קנאי/מזרחי, איז עס נאר געבארגטע נעמען אויף געוויסע גרופעס אידן, עס מיינט אבער נישט אז מען רעדט פון די דירעקטע צווי קעגן זייטיגע מהלכים וואס די צוויי האבן צווישען זיך
זונטאג יולי 22, 2012 10:46 pm#27258
שיטה מקובצת האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איך גיי אויסרעכענען אפאר פון די זאכן וואס מ'פרעגלט און אונז אריין און דו (אדער עניבאדי) זאל זאגן טשעק אדער עקס:
  • ✓ עס זענען פארהאן שדים
  • X אויב מ'פארבויעט א לאך קומט צרות אויפן מענטש
  • ✓ רשב"י האט געשריבן דעם זוהר
  • X רימניצער רבי האט געמאכט מופתים למעלה מדרך הטבע
  • X מ'מעג נאר עסן טשיקן זופ פרייטאג צונאכטס, נישט קיין אנדערע זופ
  • ✓ עס איז דא א ירידת הדורות און אונזער דור איז שוואכער ווי די פאריגע
  • X א רבי קען זאגן דיעות אין מעדעצינישע שאלות
  • X מען קען היילן קרענק דורך געבן צדקה פאר קופת העיר
  • X מחלוקת צאנז רוזין איז געווען העכערע זאכן
  • X פרויען מוזן גיין מיט די זעלבע לבוש ווי די מאמע איז געגאנגען
  • X סאטמארע רבי (בעל דברי יואל) האט געהאט רוח הקודש
  • X חז"ל האבן נישט געקענט מאכן קיין טעות אין וויסנשאפטליכע ענינים
  • X משנה ברורה איז פוסק אחרון
  • X עס האבן קיינמאל נישט עקזעסטירט דינעזארס
  • ✓ ציונות איז כפירה
  • X מ'טאר נישט איבערגיין א קינד
  • X מ'טאר נישט עסן די עק פון א ברויט
  • X דער בעש"ט איז געווען א תלמיד פון אחיה השילוני
  • ✓ מיט שמות הק' קען מען מאכן קבלה מעשית
  • X מ'טאר נישט זאגן ווי אלט מ'איז

זייער שיין, יידל. איך האב אריינגעפילט טשעקס און עקסעס אויף וואס פון די זאכן איך גלייב יא אדער נישט.

שדים: דער רמב"ם האט נישט געגלייבט
זוהר: דער נודע ביהודה, דער יעב"ץ און דער בעל תשובה מאהבה האלטן אז מ'מוז נישט גלייבן
ירידת הדורות: דער רמב"ם האט נישט געהאלטן דערפון
ציונות: הרב קוק האט געהאלטן דערפון
קבלה מעשית: אסאך ראשונים האבן נישט געהאלטן דערפון

קומען מיר צוריק צו צו די פראגע וואס איך האב אויבן געפרעגט: איז דא אזא זאך ווי פסק הלכה לגבי אמונה והשקפה?
זונטאג יולי 22, 2012 10:47 pm#27259
פריינדליך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:א מזרח'ניק וואס ווערט א קנאי איז נישט פרומער פון א מזרחי שטאנדפונקט, פונקט ווי א קנאי וואס ווערט א מזרח'ניק ווערט נישט פרומער פון א קנאי'שע שטאנדפונקט.

די פארשטייסט אז ווען מען ניצט דא די ווארט קנאי/מזרחי, איז עס נאר געבארגטע נעמען אויף געוויסע גרופעס אידן, עס מיינט אבער נישט אז מען רעדט פון די דירעקטע צווי קעגן זייטיגע מהלכים וואס די צוויי האבן צווישען זיך

ניין ניין, איך האב דוקא יא גערעדט פון די צוויי קעגנזייטיגע מהלכים וואס די צוויי האבן.
זונטאג יולי 22, 2012 11:04 pm#27269
יידל האט געשריבן:קומען מיר צוריק צו צו די פראגע וואס איך האב אויבן געפרעגט: איז דא אזא זאך ווי פסק הלכה לגבי אמונה והשקפה?

מעג מען עס נעמען איין סטעפ אויף צוריק?

די ווערטער הלכה מיט אמונה שטימען נישט איינס מיטען צווייטען, ווער און ווי ניצט מען די ווערטער הלכה לגבי אמונה?
איז עס א הלכה אז מען דארף גלייבען די י"ג עיקרים אדער א חיוב?
זונטאג יולי 22, 2012 11:53 pm#27277
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:און ניין, ס'נישט קיין טעות הכתיב. ר' חיים האלט אז א מענטש מוז אויספאלגן זיין קהילה'ס מנהג אפילו לקולא.

דאס איז נייעס פאר מיר, עס איז מיר אינטערסאט צו הערן,
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול אבער איך וויל פאר האבן א קליינע דוגמה ווי אזוי עס קימט אויס און פראקטיק, ווי און ווען ביי וועלכע הלכה מנהג איז שייך אז א מענטש מוז גיין לקולא אלץ מנהג המקום,

איך ווייס ערשט-האנטיג פון ליטווישע ראש ישיבות וואס ערלויבן נישט בחורים צו וואקסן בערד אויב זייערע עלטערן האבן נישט בערד!
זונטאג יולי 22, 2012 11:58 pm#27278
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:קומען מיר צוריק צו צו די פראגע וואס איך האב אויבן געפרעגט: איז דא אזא זאך ווי פסק הלכה לגבי אמונה והשקפה?

מעג מען עס נעמען איין סטעפ אויף צוריק?

די ווערטער הלכה מיט אמונה שטימען נישט איינס מיטען צווייטען, ווער און ווי ניצט מען די ווערטער הלכה לגבי אמונה?
איז עס א הלכה אז מען דארף גלייבען די י"ג עיקרים אדער א חיוב?

'ך וואלט גענומען נאך א סטעפ צוריק. איז שייך א חיוב צו גלייבן סיי וואס? אויב עפעס קען מען דן זיין צו דער וואס גלייבט נישט איז נאך אלץ שייך צו דעם "דת" טראץ זיין נישט אמונה, און וועלכע פון די עיקרים זענען קריטיש אויף דעם, אבער "חיוב" "הלכה" מאן דכר שמיה?

און אויב ווערט דיר נתגלה בנבואה א "חיוב" צו גלייבן אז דו ביסט גאר א קינד פון א פערד א זכר וואס האט בחלום מרביע געווען דיין מאמע'ן, 'עסטו נאך אלץ זיין א קנאקער און גלייבן?
פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:42 pm#33734
א אינטערסאנט קוואט פינעם רבין בעל דברי יואל זי"ע זצ"ל אינעם צייטונג די וואך געשריבען דורוך איינעם וו. סופר
עס איז דא א שיטה פינעם רמב"ם אז עס איז דרייצן עיקרים מיר איז גענוג אז ער גלייבט און איין עיקר

די רבי האט עס געזאגט פאר א משפחה וואס עס זיך געקימען אפרעדן אויף א איידעם אז ער טויג נישט,
פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:44 pm#33735
פריינדליך האט געשריבן:א אינטערסאנט קוואט פינעם רבין בעל דברי יואל זי"ע זצ"ל אינעם צייטונג די וואך געשריבען דורוך איינעם וו. סופר
עס איז דא א שיטה פינעם רמב"ם אז עס איז דרייצן עיקרים מיר איז גענוג אז ער גלייבט און איין עיקר

די רבי האט עס געזאגט פאר א משפחה וואס עס זיך געקימען אפרעדן אויף א איידעם אז ער טויג נישט,

ער שרייבט כאטש וועלכע עיקר?