Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 153 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #996
מאנטאג יולי 02, 2012 6:55 pm#21315
איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
זייער אסאך אשכולות דא דרייען זיך ארום איבער די נושא פון די חינוך סיסטעם,
זייער אסאך טעמעס הייבען זיך אן און ענדיגען זיך דערמיט דירעקט אדער אומדירעקט,

מיר געבן יעצט איבער דאס ווארט פאר די חברי הקאווע שטיבעל,
איר זענט יעצט די וועד החינוך/הקהלה/הצניעות/הנהלה אד"ג, איר זענט פולקאם בארעכטיגט איינצופירען סיי וועלכע תקנה איר ווילט, אדער אויפלעזן סיי וועלכע תקנה איר ווילט, איר זענט פולקאם בעה"ב צו מאכען סיי וועלכע טויש איר ווילט און די חינוך הבנים און אויך בהנהגת הקהלה,

וואס וואלט איר געטוישט? וואס וואלט איר איינגעפירט? וואס וואלט איר מבטל געווען?
מאנטאג יולי 02, 2012 7:04 pm#21318
איך וואלט גענצליך געטוישט די חינוך סיסטעם. און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך), בעסער טרענירטע מנהלים (וואס רעכנט אויך אריין מנהלים וועלכע קענען דיטעקטען עביוז און ווייסן וויאזוי זיך צו באנעמען דערמיט כדבעי), א רעפארמירטע לימודי חול וועלכע זאל זיין סיי ערנסטער און סיי ס'זאל אנהאלטן פאר לכה"פ ביז די 15. ביי די 18 וואלט איך איינגעפירט א ישיבות-בלויז-פאר-ערנסטע-מתמידים סיסטעם, די איבריגע זאלן אדער קענען גיין לערנען א פאך אדער גיין ארבעטן לויט זייער יכולת'ן און רצונות, און אפשטופן דעם זמן הנישואין ביז 25. עס זענען דא נאך פיל איינצעלהייטן אינעם חינוך סיסטעם וואס איך וואלט געטוישט, אבער דאס איז אין א נאטשעל אלע מעידזשאר טזשעינדזשעס.
מאנטאג יולי 02, 2012 7:15 pm#21319
יידל האט געשריבן: און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,
מאנטאג יולי 02, 2012 7:29 pm#21323
פריינדליך האט געשריבן:

פריינדליך, דו ווייסט די היסטאריע פון חדרים ביי כלל ישראל?
מאנטאג יולי 02, 2012 7:33 pm#21325
אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,
מאנטאג יולי 02, 2012 7:38 pm#21327
פריינדליך האט געשריבן:אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,

עס איז זייער רעלעווענט. מיין פוינט איז אז אונזער היינטיגער חינוך סיסטעם איז נישט אידיש און נישט גוי'איש. עס איז נישט צום שפייען און נישט צום שלונגען.

די יסודות וויאזוי איך וויל ס'זאל אויסזען האב איך שוין געשריבן אויבן.

אגב, איך האלט סיי ווי אז אזוי ווי איך האב אויבן אראפגעמאלן גייט די חינוך אויסזען אין 50 ביז 100 יאר ארום.
מאנטאג יולי 02, 2012 7:39 pm#21328
עז לאנג וואס די סיסטעם איז געפירט ביי ילודי אשה קען דאס נישט זיין 100% פערפעקט, ווייל א יומען ביאינג איז נישט 100% פערפעקט, אבער א סיסטעם וואס פארנעמט קריטיק, און זוכט זיך צו פארבעסערן, איז די נענטסטע צו פערפעקט וואס איז שייך.

די ווארט סיסטעם איז שוין געוורן א קלישעי, וואס מ'נוצט אויף יעדע זאך וואס מ'איז נישט צופרידן אין אונזער קאמיוניטי, איך מיין אז מ'קען זיי צוטיילען אויף אסאך קליינע פראבלעמען וואס טייל פון זיי זענען אנגעהאנגען אין אנדערע פראבלעמען (לדוגמה, חתונה הוצאות, וואס קומט פון דעם אז יעדער מוז יעדעם נאכמאכן און יעדער מוז לעבן אויפן זעלבן סטאנדארט, העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט) און טייל פון זיי זענען פראבלעמען וואס האבן לאו דוקא צו טוהן מיט די ברייטע "סיסטעם" פראבלעם.

נא, זאכן וואס איך וואלט געוואלט טוישן? אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער גייט אריין אין כמעט יעדע אשכול וועט איר טרעפן לרוב.

--

יידל האקט. גערעכט, ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם" פון בעסער טרענירטע מלמדים, אדער צו לערנען א פאך ביי די 18, ווייל ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם"! ס'קיינמאל נישט געווען קיין וואן-סייז-פיטס-אלל יודישקייט, נישט געווען קיין G&G רעקלעך וואס יעדער איז געגאנגען די זעלבע, נישט געווען קיין שטאפענע/ביבער הוטן וואס מוז אויסזען גענוי די זעלבע ביי יעדן.

--

פריידליך האקט. אדרבה! איך וואלט צוריק געגאנגען צום אי-סיסטעם, דאס איז נאך געווען די בעסטע פון אלעם.
מאנטאג יולי 02, 2012 7:51 pm#21329
בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע m http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization m
מאנטאג יולי 02, 2012 7:55 pm#21330
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,

איך פארשטיי באמת נישט דיין קושיא, ס'איז א שעת חירום, יעדער וואס האט א אויג אין קאפ זעהט פאר אז דער ביז איצטיגער חסידישער סיסטעם גייט באנקראט, יעצט וואס איז די שאלה צו א אנדערע סיסטעם איז שוין אויספרובירט צו נישט, אין אויב נישט?? קען מען דען בלייבן מיט דעם סיסטעם? עט ליעסט דארף מען פרובירן וואס מען קען, נאך אלעם האט די סיסטעם געפעילט
מאנטאג יולי 02, 2012 7:57 pm#21332
יידל האט געשריבן:בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization

רוף עס דעצענטערליזאציע, רוף עס אינדיווידואיזם, אבער איך קען דאס נישט פאדערן, נישט ווי לאנג מ'וואוינט צוזאמען אין א גרויסע שטאט. גיימער שוין צוריק צו נאך א זאך וואס וואלט זיך געמעגט טוישן, דאס ארויסמופן אין קלענערע שטעטלעך און נישט דארפן בלייבן אונטערן מאמעס פארטוך, דאס וועט לעזן די האוזינג פראבלעם וואס מיר האבן. אבער אסאך זאכן מוזן זיך טוישן כדי דאס זאל זיין טוה-באר, צוריק צום הא בהא תליא...
מאנטאג יולי 02, 2012 8:17 pm#21335
איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.
מאנטאג יולי 02, 2012 8:24 pm#21336
איינער האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.

פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'
מאנטאג יולי 02, 2012 8:26 pm#21338
בנוסף צו די אויבענדערמאנטע ענינים, וואלט איך אוועקגעשטעלט א שטארקערע יסוד אויף עבודת המדות. מען קען היינט טרעפן גרויסע תלמידי חכמים, און ס'גרעסטע חלק פון זיי האבן פארדארבענע מדות רעות, ווי גאווה, סעלפישנעס, מחלוקת, קנאה ותאוה וכבוד, א.א.וו.

און אפילו די פשוט'ע מענטשן, נישטא קיין כבוד הבריות, מ'מאכט אוועק אנדערע מענטשן ווי גארנישט, לשה"ר און רכילות איז נארמאל, מ'פאסמאקעוועט זיך מיט פאליטיק.

כ'וואלט מעורר געווען מער אנטקעגן לוקסוס, און נאכמאכן א צווייטן, געפעלן פאר "יענעם".

און אויך וואלט איך מער גערעדט עניני אמונה און בטחון והשגחה פרטית, און מער אהבת ה' (=געשמאק אין אידישקייט), און איבערגעטייטשט יעדע וואך פאר די תלמידים די ווערטער "אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו במצוותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך, ושמך הגדול והקדוש עלינו קראת", און זיכער געמאכט אז יעדער תלמיד קען דאס פון חלום ארויס. די אלע זאכן זענען ווי לופט צום אטעמען אין דעם דור.

קענען אויסענווייניג גאנץ בבא בתרא איז זייער חשוב, אבער מחמת איזה סיבה ארבעט עפעס נישט דער "המאור שבה יחזירנה למוטב".

דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

וע"ע כאן.
מאנטאג יולי 02, 2012 8:47 pm#21348
שמעקעדיג פארפאלן דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. און די ערשטע נקודה וואס דו זאגסט וועגן חשובע אידן מיט פארדארבענע מדות האלט איך ליידער אזויפיל מיט יעדן טאג. ס'איז א שרעק וואספארא פראים די מזרח אידן און אפילו שיינע ת"ח קענען זיין צומאל, אז ס'פארשעמט די תורה וואס זיי לערנען . אויף די איז געזאגט געווארן . "נבילה טובה הימנו" ווען די צייט וועט מיך ערלויבן וועל איך אי"ה שערן מיטן עולם מיינע איבערלעבענישן מיט אזעלכע מביישי התורה. זאל די עולם וויסן וואס נישט צוטוהן און אויף וועלכן אופן נישט צו ערציען די קינדער.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:26 pm#21358
דער שמעקעדיג איז עפעס אבנארמאל, מיט זיינע אנאליזן אין די אלע ענינים.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:30 pm#21359
"צדיק ורע לו רשע וטוב לו" איז נישט א חק. ס'האט צענדליגער הסבירים, פשטים, תירוצים.
מאנטאג יולי 02, 2012 9:43 pm#21362
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקעל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,
מאנטאג יולי 02, 2012 11:07 pm#21394
פריינדליך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,

איך מיין אז די כוזרי זאגט אז עפעס וואס מען טאר נישט פרעגן דארף מען אוועקלויפן פון עס. מ'מעג פרעגן אבער נאר ווען מ'וויל וויסן און נישט ווען מ'וויל טשעלענדזשן! און מ'דארף אויך קענען עקסעפטן אן ענטפער פון "איך ווייס נישט", יקו.
מאנטאג יולי 02, 2012 11:10 pm#21395
יידל האט געשריבן:פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'

דאס מיינט נישט אז די רבנים דארף דאס אינפארסירן, לויט מיין פארשלאג וועלן די רבנים האבן פרייער האנט צו מעורר זיין איבער די חומר ענין.
מאנטאג יולי 02, 2012 11:27 pm#21403
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

זייער גוט ארויס געברענגט איין חלק פון מיין תגובה, אבער עס איז דא נאך א וויכטיגער חלק, פון זיין אפן אפילו פאר דראסטישע טוישונגען, צוליב גערעכטע קריטיק, פארשטייט זיך נאר עפ״י תורה.
דינסטאג יולי 03, 2012 12:09 am#21411
איך זעה אז די אשכול איז אביסעל פארפארן פונעם ענין, וועל איך איבערפרעגן די זעלבע פראגע וואס פריינדליך האט געפרעגט מיט א קליינע הוספה.
דא און אמעריקע - בעסער געזאגט נוי יארק - זענען דא אסאך ערליי ארטאדאקסישע אידען, שומר תורה ומצוות. חסידישע-ליטווישע-יעשיווישע-יעקישע-מאדערענע-ליבאוויטשע-און נאך אסאך, א יעדער האט א אנדערע לעבנ'ס שטייגער, השקפות און סיסטעמ'ס. קענסטו אנווייזען אויף איינע פון די אויבערדערמאנטע אז זייער וועג איז די בעסטע? איז דא א וועג וואס דארט איז נישט די קיין drop outs אויף "זייער" מדרגה?
דינסטאג יולי 03, 2012 4:08 am#21423
איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז די חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים. מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די מוסדות וכו׳ מחנך צו זיין אייערע קינדער. אננעמענדיג דעם כלל, איז דאך זיכער אז עס זענען דא פילע צובראכענע שטיבער וואס פאר סיי וואספארא סיבה קומען די קינדער ארויס נישט ווי עס דארף צו זיין... יעדער פאמיליע לויט זייער דרגה אין השקפה-חסידות, ד.מ. איך רעד אפילו פון מאדערן ארטאדאקס וכדו׳ אויף זייער לעוול. איז דערפאר שווער צו זאגן אז מען קען זעהן א ״סיסטעם״ אן ארויסגעפאלענע, דראפ אוטס וכדו׳..

נאר וואס דען? דער סיסטעם קען נישט זיין פערפעקט, אבער כאטש זאל דער סיסטעם נישט ״שטערן״ פון מחנך זיין. ד.ה. אז ווען דער מלמד-מנהל-מוסד איז ״שב ואל תעשה״ איז נאך גוט. וואס איז אבער ווען ער קומט זאגן-פסק׳נן פארקרומטע דעות (שטערן ועוד... ואכמ״ל) ?

איך גלייב אז דאס איז דער ערשטער סטעפ פאר א decent סיסטעם... די מלמדים זאלן נישט פירן אונזערע קינדער אין תהום און מיר זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן פאר אונזערע קינדער...
דינסטאג יולי 03, 2012 8:05 am#21424
צוריק צום זעלבע פראגע, קענסט געבען א ביישפיל פון א געוויסע מוסדות/קרייז/קולטור פון צווישען די ארטאדאקסישע אידן וואס טוען ווי אזוי די זאגסט, און די חינוך איז דארט בעסער אויף זייער לעוועל?
דינסטאג יולי 03, 2012 9:04 am#21425
נוי יארק האט געשריבן:איך זעה אז די אשכול איז אביסעל פארפארן פונעם ענין, וועל איך איבערפרעגן די זעלבע פראגע וואס פריינדליך האט געפרעגט מיט א קליינע הוספה.
דא און אמעריקע - בעסער געזאגט נוי יארק - זענען דא אסאך ערליי ארטאדאקסישע אידען, שומר תורה ומצוות. חסידישע-ליטווישע-יעשיווישע-יעקישע-מאדערענע-ליבאוויטשע-און נאך אסאך, א יעדער האט א אנדערע לעבנ'ס שטייגער, השקפות און סיסטעמ'ס. קענסטו אנווייזען אויף איינע פון די אויבערדערמאנטע אז זייער וועג איז די בעסטע? איז דא א וועג וואס דארט איז נישט די קיין drop outs אויף "זייער" מדרגה?

נניח אז נישט, איז וואס? דערפאר קענען מיר נישט זיין די בעסטע? פארוואס זאלן מיר נישט האבן א חינוך לשם ולתפארת?
דינסטאג יולי 03, 2012 9:34 am#21430
אזוי ווי יעצט, קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז צופרידען.
און טוישען צו א וועג וואס מען האט נישט קיין בלוי-פרינט ווי אזוי עס קוקט אויס, איז גאר גאר א גרויסע ריסק! איך מיין אז אינז וואלטען נישט איינגעשטעלט אונזערע קינדער אויף אזא עקספערימענט.
דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:20 pm#23919
לאדיך אפ האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:ייש״כ, נאך א שאלה,

אויב זאגט אנדערש ווי עס שטייט און זוהר הייסט ער א כופר??

כופר=לייקענען. א כופר אין וואס?

יידל האט געשריבען:

יידל האט געשריבן:
רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח האט געשריבן:שלשה הן הכופרים בתורה:
  1. האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה
  2. וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס
  3. והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים
כל אחד משלשה אלו כופר בתורה.

יעצט איז מיין שאלה. אויב זוהר וואס איז געשריבען געווארען דורוך חז״ל האט די זעלבע דין, אז איינער וואס לייקענט זאכען וואס עס שטייט דארט הייסט א כופר??
פרייטאג יולי 13, 2012 1:49 am#23952

האלט א מינוט. די יעב"ץ איז געווען א כופר?
פרייטאג יולי 13, 2012 8:44 am#23957
איך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ
איך פרעג א טריקענע שאלה לגבי זוהר וואס געשריבען געווארען דורוך די חז״ל, איינער וואס זאגט אנדער אדער ער גלייבט נישט דערין. הייסט ער א כופר אדער נישט??
פרייטאג יולי 13, 2012 8:58 am#23958
פריינדליך האט געשריבן:איך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ

פליז לאז מיר וויסן ווען דו קומסט אן צום יעב"ץ.
פרייטאג יולי 13, 2012 9:20 am#23960
געפילטע פיש האט געשריבן:פליז לאז מיר וויסן ווען דו קומסט אן צום יעב"ץ.

דא האט עפעס מיט מיין שאלה לגבי זוהר? פאר וואס איז עס אזוי שווער צו ענטפערן א יא ניין שאלה? ווי אזוי איז מיין אנקימען צום יעב״ץ געווארען א חלק פון די תשובה?
פרייטאג יולי 13, 2012 9:43 am#23961
איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה, ווי די זוהר קומט אריין דא, אבער וואס יידל מיינט צו פרעגן איז אז די יעב"ץ וואס האט געהאלטן אז די זוהר האט ר' שמעון נישט געשריבן, אויב איז ער אויך א כופר.
פרייטאג יולי 13, 2012 9:59 am#23967
מיין שאלה איז זייער פשוט,

אויף תורה שבכתב ווייסען מיר שוין מה דינו איינער וואס לייקענט, תורה שבע״פ ווייסע מיר שוין אויך יידל האט פריער געברענגט א רמב״ם,
מיין שאלה איז לגבי זוהר. איז עס א חלק פון תורה שבע״פ וויבאלד די חז״ל האבן עס געשריבען און עס האט די זעלבע דין אדער נישט??

די חלק פינעם יעב״ץ קען מען שמיעסן עקסטער. איך רעד באופן כלל לויט ווי עס איז אנגענימען,
פרייטאג יולי 13, 2012 10:29 am#23973
איך מיין אז תורה שבעל פה מיינט די די מצוות דרבנן, הלכות לדוגמה לא תבערו אש, אז ס'מיין אנצינדען, און נישט ברענען, און אלס דעם זענען צדוקים ביתוסים, כופרים.
נניח אז זוהר איז יא א חלק פון תושבע"פ, מיינט אבער נישט אז איינער וואס האלט אז ס'נישט נוגע למעשה איז א כופר.
פרייטאג יולי 13, 2012 10:34 am#23974
די טראכסט אז עס איז דא א חילוק צווישען מצות און אגדה/לימוד, וואס עפעס טראכסט אזוינס נאר ביי זוהר?

איך וועל דיר מסביר זיין מיין שאלה. עס איז דא א גמרא פון כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה וכו׳
איינער וואס גלייבט נישט און די חז״ל איז דאך לכאורה א כופר. די זעלבע ענליכע זאך איז דא און זהר אויך.
איז מיין שאלה איינער וואס וועט לייקענענן אזא שטיקעל זהר. וועט ער הייסען א כופר אדער נישט??
פרייטאג יולי 13, 2012 10:58 am#23977
לאו דוקא, קודם כל, נישט יעדע תני רב תחליפא מוז זיין אז דאס איז געווען די פארפולער קאנסענסוס, אפשר איז געווען אנדערע אמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערש, און לאמיר זאגן אז יא, קענסט דאך לערנען אסאך פשטים אין דעם, אז נישט ממש, ס'מיינט נאר ווי צופרידען ער וועט זיין וכו' נאך אזעלכע חסידישע תורות, סא איינער וואס האלט אז אויב גייט ער נישט בעטן קיין רעיז גייט ער נישט דעקן די חודש ווערט נאך נישט קיין כופר פאר דעם. און איינער וואס גייט דורך א שווערע מצב און ס'איז עם שווער צו אינטערנעלייזען יעצט אז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אא"כ... הייסט אויך נישט קיין כופר, חוצמזה וואס ס'דא וואס קריגען זיך מיט די לעוועל פון השגחה.

איך מיין אבער אז מיר זענען פארקראכן פון די שמועס דא, ווער דען אויב נישט דו זאל וועלן אז דער עולם זאל שמועסן וועגן די גוטע זאכן פון די סיסטעם? קענסט עפענען א אשכול דן צו זיין גדרי כופר, מי ומי ההולכים.
פרייטאג יולי 13, 2012 11:12 am#23985
סנישט מסתבר אז מיין זיידע וואס האט געלעבט פאר די זהור איז נתגלה געווארן האט נישט געהאט קיין אנונג פין די זוהר ,זיין אייניקעל וואס האלט אז חזל האבן דאס ניט געשריבען אדער אז געוויסע שטיקלעך איז אריינגעשווערץ געווארן זאל דארפאר ווערן אויסגעשלאסן פין כלל ישראל.
אז איינכר גלייבט נישט אין פאלטשע ירושלמי וואס חזל האבן גישריבן איז ער א כופר?
אז אן ארטעדאקסישע חוקר האט ריאות ברירת אז זוהר איז נישט געשריסען געווארן דורך ר שמעון איז ער נישט קיין כופר.
נאכמכר אפי מען זאל הייהט טרעפן כתבי ידות וואס אביי האט געשריבן ,גייט דאס נישט ארעין אין כלל פין תורה שבלפה וואס די רמבם זאגט אז מאיז א כופר אייב מען לייקכנט דאס. וויבאלד סאיז נישט דורך די חתימותהתלמוד קאמיטע.
אזוי איז די רמבם מסביר די שטארקייט פין תלמוד.
ווי קומט עס דא אריין?
סשטייט אין זהור די עדזש פין די וועלט? כמיין אין זהור איז משמכ אז די וועלט איז עלטער פין 5000 יאר.בונה עלמות ומחריב שרייבט די תפארת ישראל לייגט צי נאך אפרר טטיזענט יאר פאר סראשית ברא.
פרייטאג יולי 13, 2012 11:24 am#23988
פריינדליך האט געשריבן:די טראכסט אז עס איז דא א חילוק צווישען מצות און אגדה/לימוד, וואס עפעס טראכסט אזוינס נאר ביי זוהר?

איך וועל דיר מסביר זיין מיין שאלה. עס איז דא א גמרא פון כל מזונתיו של אדם קצובין לו מראש השנה וכו׳
איינער וואס גלייבט נישט און די חז״ל איז דאך לכאורה א כופר. די זעלבע ענליכע זאך איז דא און זהר אויך.
איז מיין שאלה איינער וואס וועט לייקענענן אזא שטיקעל זהר. וועט ער הייסען א כופר אדער נישט??

ס'שטייט אין תורה ואהבת לרעך כמוך און אין די תורה חדשה ( new testement)להבדיל שטייט אויך ואהבת לריעך, אז איינער לייקענט אין די נייע תורה איז ער א כופר?
פרייטאג יולי 13, 2012 11:49 am#23998
פריינדליך האט געשריבן:איך האלט נאך נישט ביים יעב״ץ
איך פרעג א טריקענע שאלה לגבי זוהר וואס געשריבען געווארען דורוך די חז״ל, איינער וואס זאגט אנדער אדער ער גלייבט נישט דערין. הייסט ער א כופר אדער נישט??

צווישן די היינטיגע פוסקים איז עס א מחלוקת צווישן הגר"ח קנייבסקי (וועלכער שרייבט אז איינער וואס גלייבט נישט אין זוהר איז נישט ראוי מצרף צו זיין צו א מנין) און הגר"ע יוסף.

אבער מ'דארף פארשטיין אז די שאלה איז נישט אויפגעקומען היינט. דער הייליגער רמ"א האט נישט געוואוסט פאר זיכער ווער עס האט געשריבן דעם זוהר. קוק נאר וואס ער שרייבט אין דרכי משה יו"ד סי' ס"ה ס"ק י"ב, וז"ל: "שמעתי כי בעל ספר הזוהר הוא סתם רבי שמעון המוזכר בתלמוד שהוא רשב"י".

אבער עס גייט פיל ווייטער ווי דעם. דער יעב"ץ האט מען שוין פריער געברענגט. קוק נאר אריין אין זיין מטפחת ספרים. עס איז אויך באקאנט די ווערטער פונעם חת"ס וואס ער האט געזאגט אויף ר' משה קוניץ'ס "בן יוחאי", ווי הר"מ קוניץ פרובירט צו פארענטפערן די ראיות פונעם יעב"ץ.

דער הייליגער נודע ביהודה שרייבט ווי פאלגנד:
‫
נודע ביהודה האט געשריבן:והנה זה לא יכחישו כל בעלי הזוהר ובעלי כתבי האר"י, שאין הזוהר מקובל ביד האומה‬ ‫הישראלית דור אחר דור איש מפי איש, כמו שמקובל בידינו המשנה והתלמוד בבלי‬ ‫וירושלמי וספרי וספרא ותוספתא ומכילתא מפי התנאים והאמוראים, דור אחר דור‬ ‫עד חכמי המשנה והתלמוד בעצמם, והם מפי כנה"ג מפי הנביאים איש מפי איש,‬ עד משה מפי הגבורה, ומעתה נדון ק"ו, אם במה שמקובל בידינו אמרו כלל גדול, כל‬ ‫ברייתא דלא מתניי' בי' ר' חייא ור' אושעי' לא מתבינן מינה, הרי שחששו שלא נמלטו‬ ‫מן הטעות והשיבוש, וכמה פעמים אמרו אטו מתרצתא היא משבשתא היא, ואיך‬ ‫נסמוך על כתובים הנמצאים כמה מאות שנה אחר מיתת רשב"י, ולאו רשב"י חתום על‬ ‫דבר ודבר, ואם הרבה דברים יצאו ממנו מי יודע כמה נתוספו עליהם, ואפילו באותן‬ שיצאו ממנו מי יודע אם לא נשתבשו.‪

דער בעל תשובה מאהבה, תלמידו של הנודע ביהודה שרייבט:
תשובה מאהבה חלק א סימן כו האט געשריבן:את זה כתבתי לדעת האיש ההוא שהספר הזוהר כלו קדוש אבל אני אומר הריני‬ ‫נשבע בתורת ה' שבספר הזוהר נמצאו כמה זיופים וקלקולים אשר הוסיפו ועלה אחת‬ ‫מתלמוד בבלי הויות דאביי ורבא קדוש יותר מכל ספר הזוהר …כי אם אמת הדבר‬ ‫שהחבור הזה הוא מהתנא ר' שמעון בר יוחאי אשר ר' יהודה הנשיא קבל גם ממנו‬ ‫כמבואר בהקדמ' הרמב"ם לספרו יד החזקה איך לא זכר את הספר הזה בחבורו ש"ס‬ משניות או בשום מקום ואף ר' יוחנן שחיבר תלמוד ירושלמית אינו מזכירו בשום‬ ‫מקום ורבינא ורב אשי שחברו תלמוד בבלי מאה שנים אחר חבור תלמוד ירושלמי,‬ ‫והיו סוף אמוראים ולא שמו רמז בכל התלמוד מספר הזוהר ורבה בר נחמני שחיבר רבות ושוחר טוב וכיוצא בהם הרבה לא זכרו מחבור רשב"י.‬ ‫גם רבנן סבוראי והגאונים והרי"ף והרמב"ם ורש"י ותוס' והרמב"ן והרשב"א והרא"ש‬ ‫והטור, והילקוט שמעוני אשר אסף ולקט כל המדרשות והמכילתות והברייתות, כלם‬ לא ידעו ולא ראו ממנו דבר עד שזה קרו' לשלש מאות שנים ענו ואמרו שמצאוהו‬ ‫ואיזהי כנסיה אשר קבלוהו בכנופיה, כמו תלמוד בבלי וירושל'… ואין אני חלילה‬ ‫מטיל דופי ופגם בכבוד התנא אלדי ר' שמעון בר יוחאי, כי הוא היה מחסידי עליון‬ ‫אלא אני אומר לאו גושפנקא דרשב"י ועזקתיה חתום עליה, ומי שיש לו חצי דעת יגיד‬ ‫כן שהרי נזכרו בספר הזוהר כמה תנאים ואמוראי' שהיו אחר רשב"י שנים רבות‬ במספר והארכתי בזה במקום אחר מפי ספורים ומפי ספרים כמבואר בס' מטפחת‬ ‫להגאון מוה' יעב"ץ זצלל"ה שגזר אומר שחלו בו ידים מזייפים וחשד את החכם ר'‬ משה דיליון יעיי"ש.‪

דער בעל תשובה מאהבה שרייבט אויך אין א צווייטע פלאץ בשם הג"ר יונתן אייבשיטץ:
תשובה מאהבה האט געשריבן:חי נפשי כי שמעתי בנעורי מפי הגאון המקובל‬ הגדול שהי' יודע הזוהר וכל ספרי האר"י ז"ל בע"פ, הוא הרב מוהר"ר יונתן אייבשיטץ‬ ‫זצ"ל, שהי' אומר לשומעי דבריו בעניני הקבלה, כשראה שהם מפקפקים בהם, ואמר אם‬ ‫לא תאמינו אין בכך כלום, כי אין אלו מעיקרי אמונתנו, וכן היה אומר לאלו המביאים‬ ‫הקדמות מדברי הקבלה ליישב איזו גמרא או מדרש, לא חפצתי בזאת, ומה חדוש עפ"י‬ הקבלה תוכל ליישב מה שתרצה, אמור לי הפשט הברור ע"י נגלה ואז אודך.

א תלמיד פונעם חת"ס איז מעיד אז זיין רבי האט אים געזאגט אויפן זוהר ווי פאלגנד:
חתם סופר האט געשריבן:אילו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן‬ ‫לבררם מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות‬ מאוד מחזיק דפים מעוטים

לאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?
פרייטאג יולי 13, 2012 1:10 pm#24034
יידל האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?

לאמיר פאר א מינוט פראבירען צו רעדן פון דיין מהלך, ווי אזוי איז עס במציאות?
איז מען שוין גארנישט מחיוב צו גלייבען צוליב די טעמים וואס די ברענגסט בשם חת"ס/נ"ב?

איז יעדער פאר זיך א בר הכי אפצומאכען אז איף גלייב נישט, און...... דעיסט איט?

קען - למשל - א ניק און קאווע שטיבעל שרייבען פארקערט ווי עס שטייט אינעם זוהר, און עס וועט זיין א פשטות אז ער איז בארעכטיגט דערצו נישט מכח OTD נאר מכח ווייל עס איז נישט מחייב?

איך וועל בעסער מסביר זיין מיין שאלה, די מערסטע ווי מיר אידן רעדן היימט צוטאגס פינעם זוהר איז לגבי חומר העוון ז"ל
לשיטתך, קען יעצט קימען א ניק און צוצייכענענן דעם נ"ב אדער חת"ס, און זאגען פארקערט לגבי די ענין?
פרייטאג יולי 13, 2012 1:17 pm#24037
געפילטע פיש האט געשריבן:לאו דוקא, קודם כל, נישט יעדע תני רב תחליפא מוז זיין אז דאס איז געווען די פארפולער קאנסענסוס, אפשר איז געווען אנדערע אמוראים וואס האבן געהאלטן אנדערש, און לאמיר זאגן אז יא, קענסט דאך לערנען אסאך פשטים אין דעם, אז נישט ממש, ס'מיינט נאר ווי צופרידען ער וועט זיין וכו' נאך אזעלכע חסידישע תורות, סא איינער וואס האלט אז אויב גייט ער נישט בעטן קיין רעיז גייט ער נישט דעקן די חודש ווערט נאך נישט קיין כופר פאר דעם. און איינער וואס גייט דורך א שווערע מצב און ס'איז עם שווער צו אינטערנעלייזען יעצט אז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אא"כ... הייסט אויך נישט קיין כופר, חוצמזה וואס ס'דא וואס קריגען זיך מיט די לעוועל פון השגחה.

.

געווענליך פארשטיי איך דיינע תגובות {אפילו אז ע"פ רוב בין איך נישט מסכים דערמיט} די תגובה איז עפעס אומפארשטענדליך, זיי זיך בעסער מסביר אויב מעגליך,

אזוי אויך צייכען צי אויב מעגליך צו די שרייבסט דא זאכען וואס די טראכסט, אדער זאכען וואס די האסט מקובל {למשל עלטערן/רביים/וכו'} און די ווייסט אז דא איז די מציאות?!
פרייטאג יולי 13, 2012 1:18 pm#24038
פריינדליך וואס ווילסט ציקימען מיט די זוהר הקדוש?
איז דא ע פרישע שמועס איבער די זהור?
פרייטאג יולי 13, 2012 1:26 pm#24044
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן וועגן אונז. לאמיר רעדן וועגן די אלע אויבן דערמאנטע. זענען זיי כופרים (חלילה)?

לאמיר פאר א מינוט פראבירען צו רעדן פון דיין מהלך, ווי אזוי איז עס במציאות?
איז מען שוין גארנישט מחיוב צו גלייבען צוליב די טעמים וואס די ברענגסט בשם חת"ס/נ"ב?

איז יעדער פאר זיך א בר הכי אפצומאכען אז איף גלייב נישט, און...... דעיסט איט?

קען - למשל - א ניק און קאווע שטיבעל שרייבען פארקערט ווי עס שטייט אינעם זוהר, און עס וועט זיין א פשטות אז ער איז בארעכטיגט דערצו נישט מכח OTD נאר מכח ווייל עס איז נישט מחייב?

איך וועל בעסער מסביר זיין מיין שאלה, די מערסטע ווי מיר אידן רעדן היימט צוטאגס פינעם זוהר איז לגבי חומר העוון ז"ל
לשיטתך, קען יעצט קימען א ניק און צוצייכענענן דעם נ"ב אדער חת"ס, און זאגען פארקערט לגבי די ענין?

אה, איך כאפ שוין צו וואס דו ווילסט צוקומען.
מען דארף נישט לייקענען אין זוהר כדי צו קענען אריינרעדן לגבי חומר העוון פון ז"ל. איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צום חת"ס וואס שרייבט צו איינער וואס פרעגט אז אין זוהר שטייט אז מ'איז מחיוב מיתה אויב מ'רירט צו דעם בארד. זאגט דער חת"ס אין לנו עסק בנסתרות. וואס מיינט דאס? אז דער חת"ס האט געלייקענט אז מ'איז מחויב מיתה? ניין, ער זאגט אז די זוהר איז למעלה מהשגותינו, מיר פארשטייען דאס נישט און דערפאר לאנשים כערכנו דארפן מיר זיך נישט פירן ע"פ דעם זוהר (עכ"פ אין דעם פרט). די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.
פרייטאג יולי 13, 2012 1:33 pm#24046
יידל, איז דיין לעצטע תגובה געווען א אד-האמינום פראבע? אויב יא איז עס אומזינסט, דארפסט אינגאצען נישט ענטפערן עס איז אסאך גרינגער און ריינער,

יידל האט געשריבן:די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.

איז דאס דייך תירוץ? אז מען דארף גארנישט גלייבען, און יעדער דארף אלעס - אליינס - נעמען און קאנטעקסט??
פרייטאג יולי 13, 2012 1:41 pm#24049
פריינדליך האט געשריבן:יידל, איז דיין לעצטע תגובה געווען א אד-האמינום פראבע? אויב יא איז עס אומזינסט, דארפסט אינגאצען נישט ענטפערן עס איז אסאך גרינגער און ריינער,

אד-האמינום? חס ושלום! האב איך איינעם פערזענליך אטאקירט? איך מיין אז איך האב דיך געענטפערט לגופו של ענין, אויב דו מיינסט אנדערש, ביטע ווייז מיר ווי אין מיין תגובה ליגט באהאלטן אן אטאקע.
[="פריינדליך"quote="יידל"]די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.

איז דאס דייך תירוץ? אז מען דארף גארנישט גלייבען, און יעדער דארף אלעס - אליינס - נעמען און קאנטעקסט??[/quote]
אז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.
פרייטאג יולי 13, 2012 1:45 pm#24050
לאמיר ענדיגען די שמיעס וואס איך האב געוואלט דא,

א בלאט צוויי צירוק איז געווען א גאנצע שמיעס אז קול דודי האט געשריבען כפירה,

דאס איז קלאר אז האט געשריבען זאכען וואס עס איז פארקערט ווי עס שטייט פון חז"ל און אין זוהר,
האב איך פראבירט מיט שיינעם אויסצישמיעסן סטעפ ביי סטעפ ווער עס הייסט א כופר, ווי ווייט א איד איז מחיוב צו גלייבען,

די מערסטע בין איך אנגעקימען מיט יידל ווי ער זאגט אז לשיטת הגר"ח קנייבסקי טאר מען דעם ניק קול דודי נישט מצרף זיין צו מנין,

מיר ווייסען אלע, און מיר זענענן קלאר דערין, איינער וואס זאגט אפילו א קיצו של יוד אנדערש ווי חז"ל האבן געזאגט איז א כופר, מיר דארפן קיינעם נישט הסכמה דערויף, עס איז נאר אסאך מאל גוט ווען מען קען אנדערע אויך אריינברענגן תחת כנפי השכנה,

אבער עס האט א גבול ווי וויט מען קען פראבירען, איינמאל איך זע אז מען ענפערט שוין פארדרייט, און מען איז שוין נישט גרייט מודה צו זיין, איז די שמיעס פון מיין זייט פערטיג,
פרייטאג יולי 13, 2012 1:53 pm#24057
יידל האט געשריבן:אד-האמינום? חס ושלום! האב איך איינעם פערזענליך אטאקירט? איך מיין אז איך האב דיך געענטפערט לגופו של ענין, אויב דו מיינסט אנדערש, ביטע ווייז מיר ווי אין מיין תגובה ליגט באהאלטן אן אטאקע.

יידל האט געשריבן:אה, איך כאפ שוין צו וואס דו ווילסט צוקומען.
מען דארף נישט לייקענען אין זוהר כדי צו קענען אריינרעדן לגבי חומר העוון פון ז"ל. איך האב שוין אמאל צוגעצייכנט צום חת"ס וואס שרייבט צו איינער וואס פרעגט אז אין זוהר שטייט אז מ'איז מחיוב מיתה אויב מ'רירט צו דעם בארד. זאגט דער חת"ס אין לנו עסק בנסתרות. וואס מיינט דאס? אז דער חת"ס האט געלייקענט אז מ'איז מחויב מיתה? ניין, ער זאגט אז די זוהר איז למעלה מהשגותינו, מיר פארשטייען דאס נישט און דערפאר לאנשים כערכנו דארפן מיר זיך נישט פירן ע"פ דעם זוהר (עכ"פ אין דעם פרט)..

וואס שטייט דא??
דו האלסט טאקע אז איך שרייב דא כדי צו טרעפן היתרים? איך האב געשריבען א משל מסביר צו זיין ציין שאלה, און די האסט גענימען מיין משל און געמאכט דערפון די נושא,

יידל האט געשריבן:אז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.

יידל האט געשריבן:די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.

אמונה איז קלאר ווי שווארטץ און ווייס, מען קען עס נישט נעמען אין קאנטעקסט, מען קען עס נישט טוישען, מען קען עס נישט דרייען. און מען קען נישט אנעמען נאר א חלק דערפון, אז די שרייבסט אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט איז טייטש אז די נעמסט עס נישט אן מיט קיין אמונה, נאר עס איז זאך וואס איז תלו און דיין דעת, ווילסטע ביסטו מסכים, און אז די ווילסט נישט ביסטע נישט מסכים, דאס מיינט אז די גלייבסט נישט,
פרייטאג יולי 13, 2012 2:00 pm#24059

פארוואס טראכסטו אז איך האלט אז דו שרייבסט דא כדי צו טרעפן היתרים? מיין ערשטע שורה האט נישט קיין שייכות מיט די קומענדיגע פאראגראף.
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אז מען דארף גאר נישט גלייבן?! אז מען דארף אלעס אליינס נעמען אין קאנטעקעס?! דו ביזט זיכער אז דו רעדסט פון מיין תגובה? ווייל איך האב נישט קיין השגה פון וואס דו רעדסט.

יידל האט געשריבן:די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.

אמונה איז קלאר ווי שווארטץ און ווייס, מען קען עס נישט נעמען אין קאנטעקסט, מען קען עס נישט טוישען, מען קען עס נישט דרייען. און מען קען נישט אנעמען נאר א חלק דערפון, אז די שרייבסט אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט איז טייטש אז די נעמסט עס נישט אן מיט קיין אמונה, נאר עס איז זאך וואס איז תלו און דיין דעת, ווילסטע ביסטו מסכים, און אז די ווילסט נישט ביסטע נישט מסכים, דאס מיינט אז די גלייבסט נישט,
[/quote]
פארוואס טראכסטו אז איך האב גערעדט פון אמונה? אודאי איז אמונה נישט תלוי אין מיין דעת, און איך בין מחויב אנצונעמען אלעס וואס אמונה איז כולל אין זיך. איך האב גערעדט פון אינדיווידואלע שאלות וואס מען דארף נעמען אין קאנטעקסט. געוויסע זאכן זענען נישט שווארץ אויף ווייס (אזוי חומרת עוון ז"ל אדער חומרת עוון שניידן די בארד) און מ'דארף נעמען די ברייטע קאנטאקסט אין באטראכט פאר מ'גיט איינעם א פטר אפ אלס כופר.
פרייטאג יולי 13, 2012 2:02 pm#24060
פריינדליך, הער אויף אריינטייטשן אין מיינע ווערטער באהאלטענע כוונות. ביטע. איך מיין וואס איך שרייב און גארנישט מער.
פרייטאג יולי 13, 2012 5:30 pm#24101
יידל האט געשריבן:פריינדליך, הער אויף אריינטייטשן אין מיינע ווערטער באהאלטענע כוונות. ביטע. איך מיין וואס איך שרייב און גארנישט מער.

:

יידל האט געשריבן:די נקודה איז אז מ'דארף אלעס נעמען אין קאנטעקסט. גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס.

איך האב פארשטאנענן אז די שרייבסט די ווערטער אויף גאנץ ספר זוהר,
דערפאר האב איך דיר געשריבען אז אויב די גלייבסט אינעם זוהר 100% דאן איז עס פינקט ווי שווארטץ אויף ווייס, און מען קען עס נאר נעמען כמות שהוא,
און פון דאס האבן מיר גערעדט די גאנצע צייט, צו זוהר איז און די גדר אז מען דארף עס אננעמען פינקט ווי א גמרא אדער נישט, צו מען מעג שרייבען אנדערש אדער נישט, און ווי איך האב פארשטאנענן ביסטו געווען ביי די הנחה אז עס איז נישט ווי א גמרא,

אנטשולדיגט פאר די מיספארשטעדעניש,
פרייטאג יולי 13, 2012 8:07 pm#24122
.