איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
צי פארשטיין ריכטיג די נושא און צי קענענן דעבאטירען די אישו, דארף מען קודם ארויסהאבען וואס עס איז די ציל פינעם סיסטעם, ווי אזוי מען וויל אנקימען דערצי, און דערנאך קען מען מאכען א אפשאצונוג צי מען איז טאקע אנגעקימען ווי מען האט געוואלט אנקימען אדער נישט, אזוי איז די בעסטע וועג אפצושאצען צי די די סיסטעם ארבייט אדער נישט,
די ענין וואס מיר דעבאטירען און דעם אשכול האט דריי חלקים 1} א ציל, דאס הייסט א זאך וואס מען וויל אויפטיען 2} א סיסטעם, דאס הייסט פעולות ווי אזוי מען וויל אנקימען צום ציל, 3} רעזולטאטען, דאס הייסט נאכדעם וואס עס איז דא א ציל און די פעולות דאס אויסציפירען דארף ארויסקימען רעזולטאטען פון די פעלות וואס מען האט געטיען, לאמיר אויסשציעסן יעדע זאך עקסטער,
1}דער ציל
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ער האט אמאל געזאגט פאר איינע פון די ליטווישע גדולים אז זיין ציל און זיין קהלה איז נישט צו האבן א כולל פון לומודי תורה נאר זיין גאנצע שטרעבן איז איין זאך, אויפצישטעלן א דור פון ערליכע בעה"ב א דור פון בעה"ב וואס זאלען ארבייטען על המחיה ועל הכלכלה און פארט זיין ערליך און דינען דעם באשעפער אא"וו, מיט די מעשה איז די בעסטע מסביר צי זיין וואס אונזער ציל און לעבן איז, מיר האבן איין ציל אליינס צו זיין ערליך און מחנך זיין אונזערע קינדער אז זיי זאלען אויך זיין ערליך זיי זאלען אויסוואקסען ערליכע בעה"ב וואס זיי זאלען דאווענענן דריי מאל א טאג האבן א שיעור און זיך אויפירען ווי אז איד דארף זיך אויפירען און אלע הינזיכטען,
זיכער איז אמת אז עס איז נישט דא קיין גדר ווי בעסער מען קען אלץ זיין, יעדע דור דארף אויך ארויסגעבען דיינים/מגי"ש/בעלי השפעה/רבנים אד"ג, אבער ווען מען רעדט פינעם דור בכללוית רעדט מען פון די רוב וואס גייען אריין און די גדר פון ערליכע בעה"ב, און נישט פון די גדר וואס גייען אריין און די גדר פון כלי קודש,
2} א סיסטעם
כדי אנציקימען צי די ציל, האט מען אויפגעשטעלט תלמיד תורה'ס ישיבות און מיידעל סקול'ס, מחנך צי זיין דעם קימענדיגען דור צי תורה צי יראת שמים צי גיטע מידות און בככלית צי דינען השי"ת, עס איז איראניש אז סאטמער האט ציגעלייגט איין זאך וואס זייער מייסד האט נישט געטיען, זיי האבן געמאכט א כולל זיי זאגען אז עס א עדשאסמענט וואס פעלט זיך אויס צים היינטיגיען דור הגם אז אמאל האט עס נישט אויסגעפעלט אבער דאס איז א עקסטערע שמיעס פאר זיך,
און חינוך לייגט מען היינט אריין גרויסע כוחות סיי מיט די עשה טוב און סיי מיט די סור מרע, עס איז שוין היינט אנדערש ווי אמאל, טייל שרייבער האבן געשריבען אז מען דארף האבן בעסערע מלמדים אדער אריינברענגן א שמחה און אידישקייט אא"וו, עס איז אמת אז די זאכען זענענן זייער זייער וויכטיג, עס איז אבער אויך אמת אז די זאכען זענענן היינט דא, מען פראקציטיקט עס טאג טעגליך {איך רעד פון די צוויי סאטמערס וואס זיי האבן די גרעסטע מוסדות, אנדערע מוסדות ווייס איך נישט} און די לעצטע 10 15 יאר איז אריינגעקימען דראסטישע שינוים און די חינוך מען האט געווארפען עלטערע נישט טויגליכע מלמדים מען האט אריינגעברענגט יונגע מנהלים, די חדר איז היינט צוטאגס איין שטיק לעבעדיקייט און פול מיט אקטיוויטעטען זאכען וואס מיר האבן ניטאמאל געקענט חלום'עןן פאר 15 יאר צירוק, און דאס אלעס איז צי פארדאנקען די סאטמערע מחלוקה, אזוי האבן די נייע מוסדות זיך שטארק געקענט וועלען אויפצינעמען א גאר גיטע סטעיף פון גיטע מלמדים און מנהלים און די אלטע האבן באקימען א שטארקע קאמפיטישען, אזוי אז ביידע ארבייטען היינט באמת מיט א קלארקייט לטובת הילד, און די זעלבע גייט און און די אנדערע שטעט קר"י ב"פ אא"וו,
אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען,
3}רעזולטאטען
עס איז נישט מער ווי נאטירליך אז נאכדעם וואס מען ווייסט שוין וואס די ציל איז, אז מען זאל כאפען א בליק און זען צי מען איז אנגעקימען צום ציל אדער נישט, ווי אזוי זעט מען דאס? ווי אזוי מעסט מען דאס? זייער פשוט מען גייט אריין און ביהמ"ד און באטראכט די אינגעלייט און מען א חשבון צי צען קימט אן צום ציל אדער נישט,
הקדמה איינס, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגן אז ער וויל זען א 100% סוקסעס דאס מיינט אז יעדער וואס איז אריין אינעם סיסטעם איז ארויס ווי מען האט געוואלט, וועט דאך יעדער מודה זיין אז יענער איז נישט גערעכט, עס איז נישט מעגליך צי האבן קיין 100% סוקסעס, עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין,
הקדמה צוויי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל זיין אויפן זעלבען דרגה דאס מיינט אז זיי זאלען ביידע דאווענענן אייניג/האבן אייניג יראת שמים/לערנען די זעלבע, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, און מען דארף עס ניטאמאל מסביר זיין
הקדמה דריי, ווען עס זאל יעצט קימען א שרייבער און זאגען אז ער וויל אז יעדער וואס האט יא מצליח געווען זאל מער נישט האבן קיין נסיונות ער זאל למשל קיינמאל נישט האבן קיין נסיון פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכים אא"וו, וועט דאך יעדער מודה זיין אז ער איז נישט גערעכט, ווייל א מענטש איז באשאפען געווארען צי פייטען נסיונות דאס איז די גאנצע ציל פון זיין אויף דער וועלט און פארדעים באקימט מען שכר,
יעצט לאמיר גיין און ביהמ"ד און זיך אומקיקען און זען צו די ציל מיט די רעזולטאטען שטימען,
דעתי נוטה, אז יא מיר קימען אן צום ציל, עס איז דא א הערליכע דור פון בעה"ב וואס דינענן דעם באשעפער און מיטשען זיך זי האבן הייליגע ערליכע אויגן, מיטעשען זיך דאווענענן ווי א איד יעדער לויט זיין שטייגער, און מיטשען זיך אויפציציען א דור געטריי לשם לתורתו, דאס איז די צלך און דאס האבן מיר, מיר האבן ערליכע קהילות מיט ערליכע אינגעלייט וואס זיכען צי שטייגען און זיין ערליכע אידן, איינמאל איינער קימט שוין צי די שלימות פון זיין דרגה דאן שטארבט ער, אויף דער וועלט זענענן נאר דא נישט קיין פערפעקטע מענטשן, מענטשן וואס קענענן זיין א הולך גיין העכער און העכער,
מאכט נישט קיין טעות, פראבלעמען ביי די אינגווארג איז איז אייביג געווען, השכלה און אלע אנדערע איבלען איז נישט א אויסגעטראכטע מעשה פון א מעשה ביכעל וואס מען האט אנגעלייגט אויף אידן, עס איז זאכען וואס עס איז אייביג געשען רח"ל נאר ביי א גוי געשענט עס נישט, אמאל האט עס געהייסן שבתי צבי היינט הייסט עס אויפגעקלערט, אמאל האט עס געהייסען השכלה היינט הייסט עס טעכנעלאגיע אבער הצד השווה שבהן שכרכם להזיק, און מען קען זיך דערפין נישט אויסהיטען גאנצטע שטעט זענען אזוי אפגעפארען פון אידישקייט, און היינט וויבאלד מען וואינט מער צוזאם געשטיפט זעט זיל עס מער אן, אבער פרעצענטואל איז עס ווייניגער ווי אמאל און דערהיים פאר די מלחמה,
עס איז איראניש, אז די דור האט מער מצליח געווען מיט זייערע בעה"ב ווי מיט די כלי קודש, עס איז אבער א שמיעס פון וואס עס איז ליידער זייער ווייטאגליך און אסור צי רעדן{לשה"ר רכילות איז אסור צי רעדן}
איך בין מודה אז מען דארף מאכען דא דארט קליינע שינוים וואס פעלט זיך שטארק אויס, און מען וועט ציקימען דערצו שפעטער ביי די קימענדיגע תגובה, אזוי אויך קען מען רעדן גאנצע'טע בלעטער לגבי די פרט פון "אין די פרט פון סיסטעם ליגט אויך א מענטענעיס פראגראם, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז שוין ארויס פון חדר/ישיבה/כולל, איז דא א קהלה מיט תקנות וואס זיי גיבען זיך אפ אז אינגעלייט זאלן ווייטער האבן זייערע צרכים וואס זיי דארפען און קענענן ווייוער שטייגען" אי"ה ביי די קימעדיגע תגובה,
ביטע אויב מעגליך זיך האלטען צום נושא האשכול, ייש"כ