דינסטאג יוני 20, 2017 7:36 pm#376133
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאלדלעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן
"דאן - [הארט איידער די מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
איר הערט ווערטער?!
דאס איז פונעם אמעריקאנער דיפענס מיניסטער, נישט קיין סאטמארע חסיד, ער זאגט עס אזוי לפי תומו.
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!
#הרבימסאטמארצודק
גר ותושבווען אן אמעריקאנע אנגעפרעסענע פיקל וואס ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן זאגט אז עס איז נישט געוועין קיין ניסים ונפלאות קומט עס לכאורה מתוך טיפשות און עס איז נישט ווערט קיין תירוץ אבער אויב איז עס נאר מחמת חוסר ידיעה דעמאלט זאל ער גיין שמועסן מיט די יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די מלחמה און עס ליגט זיי נאך אין די ביינער די אויפראסן און די שיסערע פון איבער די גדר דורך די רוצחים נאכדעים קען מען רעדן.
דרך אגב דא האסטו צוויי נקודות וואס איך זעי אויבן אויף (איך האב נישט געפענט די לינק)
קודם כל עס האט געדורט קוים דריי טעיג צו איינעמען די קאנאל און נישט ציווישן זיבן צו ניין ווי זייער נביאות האט פאראויס געזאגט
📎 IMG_20170619_222335.jpg
ועוד זיי האבן געשאצט אז ישראל גייט ביישטיין די אטאקעס פון סיריע זיי האבן זיך אבער נישט געראכט אז ישראל גייט זיי גרינגער הייט געוואונען
📎 IMG_20170619_221414.jpg