Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טייערע חתונות, פארוואס?

טייערע חתונות, פארוואס?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11596
דאנערשטאג יוני 22, 2017 3:50 pm#376519
טייערע חתונות, פארוואס?
די חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג האט אויפגעשטורעמט דעם יהדות החרדית, קיינער קען נישט איגנארירן די נייעס און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף די חתונה, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדענ'ס הארץ געבט א ציפ ווען מען הערט איבער די חתונה, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות, און די זעלבע אויך קלענערע שמחות, זענען שוין לאנג איבערגעגאנגען אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישער פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט קומען צוויי מחותנים און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; ווער זאגט אז מען דארף נעמען א ביליגע חתונה זאל, ווען מען דארף בכלל נישט קיין זאל? ווער הייסט נעמען א שפילער און זינגער, ווען מען קען זיך אן עצה געבן אויך אן דעם? פארוואס נעמען א בדחן, ווען די חתונה איז פרייליך אויך אזוי? און פארוואס דארף מען סערווירן דאס עסן, אראפלייגן פילע טעלערס אויף אלע פלעצער, און האלב דערפון זאל גיין אין מיסט, ווען מען קען שטעלן דאס עסן אין די זייט און יעדער זאל זיך אליין נעמען לויט ווי אזוי זיין הארץ באגערט?

ביידע מחותנים זענען ברוך ה' נישט קיין ארימעלייט, זיי וואלטן זיך רואיג געקענט ערלויבן צו מאכן אן אזוי-גערופענע 'נארמאלע' חתונה אין א נארמאלע זאל, די קשיא איז נאר: "פארוואס?" פארוואס מוז מען מאכן א טייערע חתונה? ווייל יעדער טוט אזוי? ווייל עס 'קומט' אזוי? ווען מען זאל אריינטראכטן מיט אביסל מער שכל וועט מען זען אז עס איז בלויז א נארישקייט אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אפילו די וואס האבן יא דאס געלט צו קענען מאכן רואיגערהייט א שיינע רייכע חתונה, איז דאס אויך נישט ריכטיג צו אויסגעבן אזויפיל געלט אויף די חתונה נאכט אליין, א זאך וואס לויפט דורך אין געציילטע שעות, און נאכדעם האט מען גארנישט פון די אלע שווערע געלטער וואס מען האט אויסגעגעבן. ענדערש דארף מען נעמען דאס געלט און עס געבן פאר די פרישע פאר-פאלק אז זיי זאלן קענען גרינגערהייט אנהויבן זייער לעבן און זיך שטעלן אויף די פיס. מען קען מיט די געלט צאלן א חלק פון א דאון פעימענט פאר א דירה, מען קען מיט די געלט ארויסהעלפן דעם פרישן אינגערמאן זיך צו קענען מסדר זיין א שיינע פרנסה; און אפילו מען זאל נוצן די געלט צו צאלן די דירה-געלט פאר די פרישע פאר-פאלק פאר עטליכע חדשים, ביז ווען זיי וועלן זיך שוין קענען אליין אן עצה געבן, האט זיך עס אויך פיל מער געלוינט ווי צו מאכן א טייערע חתונה וואס מען האט גארנישט פון דעם, קוים אפשר אביסל כבוד, און רוב מאל דאס אויך נישט.

ווי אזוי האט נאר יענער געזאגט? עס איז כדאי צו ליידן אלע בזיונות, אבי צו באקומען אביסל כבוד... א מענטש שטעלט זיך אהער ווי אן עושר, ער וועט ווייזן פאר די גאנצע שטאט וואס ער האט, ער מאכט א שמחה אזוינס און אזעלכעס, און וואס זאגט דער עולם דערצו? מען דארף נישט ווארטן ביז נאך די שמחה, נאך בשעת דער עולם זיצט ביי די הערליכע שמחה, הבשר עודנו בין שיניהם, מען האט נאכנישט אינגאנצן אראפגעשלינגען די טייערע פליישן, בארעדט מען שוין דעם בעל שמחה, "נעעבעך... קוק ווי ער רייסט זיך אזוי אויף?" "ער מוז שפילן עושר" "ער האט נישט בעסערס וואס צו טון מיט זיין געלט?". און אזוי אינצווישן, אינמיטן רעדן פון דעם נארישן בעל שמחה וואס האט פארברענט אזויפיל געלט פאר די נארישע/מעכטיגע שמחה, קומט דער בעל שמחה צו צום טיש, יעדער וואונטש אים אן שיין מזל טוב און געבט אים א שיינעם קאמפלימענט ווי שיין די שמחה איז אהערגעשטעלט... און דער גרעסטער חידוש איז נאך אז דער זעלבער מענטש וואס האבן היינט אראפגעקוקט און בארעדט דאס זיך אויפרייסן ביי א שמחה, וועט מארגן אויך מאכן אזא סארט שמחה, ווייל ער מוז דאך נאכמאכן יענעם... און ביי זיין שמחה וועט ער אויך ארומגיין צווישן די טישן אפנעמען זיין כבוד, דאס ביסל כבוד וואס ווערט דערטראנקען אין א ים מיט בזיונות, און ער וועט זיך נאך שפירן גוט דערמיט...

ב"ה אז ביי די יעצטיגע חתונה האבן די מחותנים גענוצט זייער אייגן שכל, א טייערע חתונה וועט גארנישט ניצן אין לעבן פאר די חתן כלה, מען וועט מאכן די חתונה אויפ'ן ביליגסטן אופן וואס שייך, מען וועט קענען שלאפן נאכדעם מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געווארפן אזויפיל טייער אידיש געלט אין די מיסט.

מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן פון דעם אז מען דארף מאכן דאס חתונה מאכן ווי גרינגער און ביליגער. דאס וואס די חתונות קאסטן אזוי טייער, מאכט אז מענטשן זאלן נישט האבן קיין חשק חתונה צו מאכן די קינדער, מען פרובירט דאס אפצושטופן אויף ווי ווייט מעגליך. מענטשן שפארן זיך אפ געלט פאר לאנגע יארן צו קענען מיט דעם חתונה מאכן די קינדער, און קוים וואס עס קלעקט פאר'ן ערשטן קינד. דאס חתונה מאכן א קינד קומט אן אזוי שווער, און מיט אזויפיל פרעשור, אז מען פארלירט דעם אפעטיט צו דעם אינגאנצן.

עטליכע יאר צוריק האט איינער געפרעגט פון מוהרא"ש ווען און ווי אזוי וועט מען קענען אריינברענגען אין די גאנצע אידישע וועלט נישט צו מאכן אזא גרויסער בער פון א חתונה, נאר חתונה מאכן גרינג און ביליג. האט מוהרא"ש אים געענטפערט: "וואס האסטו מיט די גאנצע וועלט? קודם לאמיך פרובירן צו פועל'ן ביי מיינע אייגענע מענטשן אז זיי זאלן דאס קענען באווייזן"...

אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל אין ארץ ישראל האט מוהרא"ש געבויעט א חתונה זאל, וואס יעדער קען דארט חתונה מאכן אומזיסט, און דאס איז גענוצט געווארן, און ווערט נאכאלץ גענוצט, דורך די ארטיגע איינוואוינער מיט גרויס סוקסעס. יעדער שטעלט זיך צו צו קאכן און באקן עפעס פאר די חתונה, און אזוי ווערט צוזאמגעשטעלט די סעודה, און די איינציגסטע זאך וואס קאסט פאר די מחותנים איז נאר די פאר דאלער אפצורוימען די זאל נאך די חתונה. הונדעטער, צי טויזנטער, חתונות זענען שוין געפראוועט געווארן אין דעם זאל. די פאר-פעלקער וואס האבן חתונה געהאט דארט האבן ב"ה א פיין לעבן, זיי זעען שוין נחת פון זייערע קינדער, און טייל אויך שוין פון אייניקלעך, עס האט זיי גארנישט געשאדט אין לעבן דאס וואס זייער חתונה האט נישט געקאסט דאס בלוט פאר זייערע עלטערן.

דאהי אין אמעריקע איז עס נישט געווארן איינגעפירט, תלמידי היכל הקודש האבן אלץ פרובירט איינצוציען דעם פאסיק ווען עס קומט חתונה צו מאכן די קינדער, אבער יעצט זענען זיי געגאנגען א טריט ווייטער צו קענען אראפציען די הוצאות אויף נאך מער, צו מאכן די חתונה אין שול, און אויף די ביליגסטע וועג, אויף אזא אופן אז די חתונה נאכט זאל ממש גארנישט קאסטן.

פארשטייט זיך אליין אז א גרויס חלק פון די הוצאת החתונה איז נישט דוקא די חתונה נאכט; אבער אויף דעם פאל, ווען דער ציל איז געווען נישט צו קוקן אויף קיין שום אנגענומענע סטאנדארטן, האט מען אודאי פרובירט צו שפארן ווי ווייט מעגליך אויף אלע פראנטן, מען האט אויספרובירט אויב מען קען טאקע חתונה מאכן א קינד אן קיין שום הארץ ווייטאג.

אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, וואס דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי זיך נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... אבער פאקטיש איז דאס א גרויסע הארץ ווייטאג. אבער אז מען האט נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע...

קיין תנאים סעודה האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? צום ערשט איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן; און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שוך פאר די כלה? אפשר אין עטליכע יאר ארום וועט די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן א הארץ אטאקע רח"ל?

פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה א-לי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה... די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך.

פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי קלויבן עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשט דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט?

פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. פאר'ן קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש - נעעעבעך.

די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מען קען זיך איינשפארן. איינער וואס איז קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, ער טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד.

די מעשה איז אבער אז די חתן כלה דארפן אויך האבן די שכל צו וויסן און פארשטיין וואס די לעבן איז, אז נישט די גאנצע לעבן איז די חתונה מיט'ן גאנצן טאראראם, די לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, דעמאלט הויבט זיך אן די נארמאלע לעבן. דער חתן זאל פארשטיין אז עס איז וויכטיגער אז זיין טאטע זאל זיין געזונט, ווי ער זאל האבן נאך א פאר שיך אויף די חתונה. די כלה זאל שפירן אז עס בעסער צו האבן א קלייד ווייניגער, און פאר איר מאמע זאל נישט דרוקן דאס הארץ. צו דעם דארף מען האבן חינוך פון פריער, צו דעם דארף מען האבן אז מען זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די חברים און פון די חבר'טעס, אויב די חתן און כלה ווילן נישט אליין, זיי פארשטייען נישט אליין וואס עס וועט זיי מאכן פרייליך, דאן קען מען זיי נישט חתונה מאכן אויף א ביליגע וועג, דאס רופט זיך אין אמעריקע "טשיילד עביוז", די קינדער ווערן געפייניגט און געשעדיגט פון דעם.

ביי אונזער פאל האבן אבער די חתן כלה געלערנט אין די ברסלבע מוסדות, דער חתן האט געלערנט אין ישיבה וואו ער האט געהערט די דרשות פונעם ראש ישיבה און זיך אויסגעלערנט וואס דאס לעבן איז, אנשטאט צו מדריך זיין די בחורים אזעלכע זאכן וואס זיי גייען נישט קענען נוצן א טאג נאך די חתונה, אזוי ווי מען לערנט א מענטש צען יאר צו זיין א לויער און נאכדעם שטעלט מען אים אריין אין שפיטאל און מען הייסט אים זיין א דאקטער... אין ישיבה לערנט מען מיט די בחורים וואס דער אמת'ער לעבן איז, עס איז נישטא קיין פארמעסט ווער עס קען האבן א טייערערע שטריימל, ווער עס קען האבן א גרעסערע בענד ביי די חתונה. די כלה האט געלערנט אין די ברסלבע סקול, וואו זי האט אויך געלערנט די זעלבע זאכן פון די לערערינס און די מנהלת, עס איז נישטא קיין רייץ צווישן די מיידלעך ווער עס קען זיך מער אויפרייסן, ווער עס קען ארויסרייסן מער געלט פון די צעבראכענע עלטערן. און אזוי איז דער חתן פרייליך, די כלה איז פרייליך, די עלטערן פון ביידע זייטן זענען פרייליך. נו, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם.

דער אמת איז אז עס איז נישט נאר בעפאר די חתונה וואס קומט אן אזוי שווער, נאך די חתונה הויבט זיך אן א פרישע פרשה מיט די נאכטמאל געגעסעכץ די ערשטע שטיק צייט נאך די חתונה. עס איז געווארן אזוי איינגעפירט אז די פרישע פאר-פאלק גייען יעדע נאכט צו א צווייטן עסן נאכטמאל, איין נאכט צו די מאמע, איין נאכט צו די שוויגער, און אמאל גייט מען אויך צו ברידער און שוואגערס.

פארשטייט זיך אז ווען די קאפל קומט עסן, קען מען נישט פשוט צולייגן נאך צוויי פארציעס צו די געווענליכע נאכטמאל וואס מען קאכט פאר די גאנצע פאמיליע; פאר די קאפל דארף מען צוגרייטן גאר א ספעציעלער נאכטמאל, עס דארף האבן א פארשפייז צו אנרייצן דעם אפעטיט, א געשמאקע ספעציעלע זופ מיט היימישע זופ-מאנדל, די הויפט טעלער דארף האבן אין זיך כאטש דריי סארט מאכלים, א פראטין, א סטארטש, און א וועטשטעבל; און נאכדעם קומט א קאמפאט, אן אייז-קריעם, אדער אן אנדערע נאכשפייז צו אפשווענקען די פיינע סעודה.

דער יונגערמאנטשיק איז בכלל נישט צוגעוואוינט צו די אלע סארט ספעציעלע מאכלים, אלס בחור האט ער קוים געגעסן נאכטמאל בכלל, זיין מאמע האט זיך געדארפט בעטן ביי אים צו עסן א נארמאלע נאכטמאל, ווען ער האט ענדערש געוואלט אריינכאפן עפעס אין מויל און יוצא געווען. און יעצט ווען ער קומט עסן ביי די שוויגער, דארף ער זיך צווינגען צו עסן כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער. די שוויגער מוטשעט זיך אן, זי רופט ארום אלע קרובים און באקאנטע זיך אויסצולערנען פרישע רעסעפיס כדי נישט צו פארשעמען איר נייער איידעם, און דער איידעם מוטשעט זיך אויפצועסן דעם טעלער כדי נישט צו פארשעמען די שוויגער, און אזוי פאפט מען זיך איינער דעם צווייטן, און קיינער פארדינט גארנישט דערפון.

ווען די שוויגער גייט ארויס א מינוט, בעט זיך דער אינגערמאן ביי זיין פרישע ווייבל אז זי זאל טוישן טעלערס מיט אים, אזוי וועט די שוויגער כאטש מיינען אז ער האט עס אויפגעגעסן, און ווען די שוויגער קומט צוריק אריין און זעט ווי דער איידעם האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די פיינע נאכטמאל, ווייסט זי שוין וואס ער האט ליב, און די קומענדיגע נאכט וועט זי עס מאכן נאכאמאל...

איין מעלה האט די מעכטיגע נאכטמאל אז ווען די פאר-פאלק גייט שוין אהיים, האט די שוויגער שוין פון וואס צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן, זי קען זיך שוין אפרעדן ווי שווער זי האט געארבעט צוצוגרייטן אזא פיינע נאכטמאל, און פאר איר פרישער צדיק'ל איז ניטאמאל בייגעפאלן צו געבן א גוט ווארט און זאגן א ש'כח פאר די עסן, ער האט געכאפט פעק און זעק און געלאפן אין כולל ערב. איין לימוד זכות איז דא אויף אים, אז זיין חתן מדריך האט אים פארגעסן אנצוזאגן פאר די חתונה אז מען דארף זאגן ש'כח פאר די שוויגער פאר די נאכטמאל, ער וואלט דאס אבער געמעגט ארויסדרינגען פון א קל וחומר פון ווען דער כתה א' רבי האט אים געזאגט צו זאגן ש'כח ביים באקומען אן אפשערן פעקל.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, ווען דער 'יענער' וואלט נישט געדארפט געפעלן פאר'ן צווייטן 'יענער', וואלט זייער פיין געווען ווען די שוויגער לייגט אריין נאך א שטיקל טשיקן אין טאפ, און גיסט צו נאך אביסל וואסער צו די זופ, סיי די שוויגער וואלט זיך מחיה געווען און נישט געדארפט ארבעטן אזוי שווער, און סיי דער איידעם וואלט זיך מחי' געווען מיט א נארמאלע נאכטמאל, אזוינס וואס ער איז אלץ געווען צוגעוואוינט דערצו.

מען כאפט נישט אז די נייע קאפל זענען סך הכל נעכטן געווען א בחור און א מיידל, מען נעמט עס אזוי ערנסט אז ווען די קאפל קומט דארף די שטוב זיין שפיגלדיג ריין. ווייסן זיי דען נישט ווי אזוי עס זעט אויס א אידישע שטוב, אבער ניין, ווען די קאפל קומט דארף מען אויפהויבן די קארפעט און אונטערווארפן אלע שמוץ. און בכלל דארף מען טרעפן א פלאץ, אין די קליינע דירות, וואו די קאפל זאל עסן רואיג, אלע קינדער מוזן זיך איינשפארן אין די שלאף צימערן ביז די קאפל ענדיגט עסן. פארוואס זאל עס נישט זיין נארמאל אז עס איז צוגעקומען נאך א קינד צו די פאמיליע, און זיי קענען עסן נאכטמאל נארמאל אזוי ווי די גאנצע פאמיליע.

דער אמת איז אז דאס גאנצע גיין עסן ביי יענעם נאך די חתונה איז א נארישקייט, די שענסטע זאך איז ווען די פרישע פאר-פאלק עסט אינדערהיים אינאיינעם. א גאנצן טאג זענען זיי נישט אינדערהיים, ווען מען קומט שוין ענליך אהיים דארף מען שוין לויפן עסן נאכטמאל, און נאכדעם דארף שוין דער אינגערמאן לויפן אין כולל ערב. און ווען דען זאלן די צוויי אביסל פארברענגען אינאיינעם און אנהויבן אינאיינעם זייער נייער לעבן?

און דער כולל ערב פעלט אויך נישט אויס אזוי וויכטיג. פארוואס זאל נישט דער פרישער אינגערמאן עפענען א גמרא אינדערהיים און לערנען אויפ'ן קול, אזוי וועט זיין ווייב אים ארויפקוקן אז זי האט א וואוילער מאן וואס לערנט, דאס וואס ער זאגט אז ער לערנט א גאנצן טאג אין כולל, דארף זי אים שוין גלייבן אויפ'ן ווארט, ווען זי האלט דאס אבער מיט מיט די אייגענע אויגן, איז דאס גאר אנדערש.

חז"ל זאגן "כל בית שאין דברי תורה נשמעים בו בלילה אש אוכלתו", דאס מיינט נישט נאר א פיזישער פייער, דאס מיינט אויך א פייער פון מחלוקת, אז די ווייב האט נישט אויף וואס ארויפצוקוקן אויף איר מאן, זי זעט נישט זיין יראת שמים, זי זעט אים נישט לערנען, פארוואס זאל זי אים שעצן? ווען זי זיצט אבער ביינאכט אינדערהיים און זי האלט מיט ווי איר מאן עפענט א אידיש ספר און לערנט אינדערהיים, ווערט דער מאן זייער ארויפגעקוקט אין אירע אויגן.

א אינגערמאן האט אמאל געזאגט אז אזוי ווי מען דארף דאך זאגן א מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען, דעריבער פירט ער זיך אז יעדן טאג איידער ער גייט אין כולל ערב, זאגט ער פאר זיין ווייב אז ער גייט יעצט לערנען...

לאמיר צוריקגיין צום ענין און מסיים זיין מעין הפתיחה, עס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די חתונה אז אויב מען וויל - קען מען. א מענטש דארף זיין קלוג פאר זיך און נוצן זיין געלט אויף אמת'ע גוטע צוועקן, און זיך איינשפארן אזויפיל צער און הארץ ווייטאג. מען וועט גרינגער און שנעלער חתונה מאכן די קינדער, און זען פיל אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:16 pm#376532
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
יישר כוחך ברסלבער
מיר זענען פרייליך דיר צו זעהן דא לעבעדיג, ברוך השם אויף גוטע זאכן, פרייליכע זאכן.
מיר ווארטן אויף נאך.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:54 pm#376538
ב"ה אז ביי די יעצטיגע חתונה האבן די מחותנים גענוצט זייער אייגן שכל


U mean they got manipulated by a massive control freak- i am not saying its not a good idea to save that money for better reasons or perhaps to help the couple
but the problem is when the whole conversation is about if its good or not to make a wedding in Bhm"d
but if you are close to the families and to the kehila you know the real issue is that there is a massive manipulator - control freak that cant hold himself back from mixing in private lives
דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:08 pm#376540
מען האט מיר געבעטן פונעם גליון היכל הקודש אז זיי ווילן נוצן דעם ארטיקל. אט איז די pdf פונעם גליון.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:20 pm#376541
יעדעס ווארט דיינער איז גאלד. אומר ועושה. גייט ארום צו די רבנים, אדמורים, און ראשי ישיבות וואס חתמ׳ נען קול קוראס און פראטעסטען וכדו זאללען זיי מוחל זיין און אויסרופן כלפי קהל עם ועדה אז לוקסוס איז דער נומבער איינס פראבלעם אין אונזער געזעלשאפט.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:52 pm#376543
ישר כח ברסלבער. ניכרים דברי אמת
ס'איז ווערד צו צילייגען א אמת ווארט פון דוד רעמזי..
“We buy things we don't need with money we don't have to impress people we don't like.”
― Dave Ramsey
דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:56 pm#376544
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
זייער שיין ארויס געברענגט@ברסלבער ווי געווענליך. איין נקודה וואס דו האסט געשריבען איז ספעציעל וויכטיג. דאס אז מען דארף אזוי ווערן מחונך אז נישט איז עס טשיילד אביוז. אפשר דארף מען אן הייבן קודם מיט דעם.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:28 pm#376549
איך זעה די עולם דא לויבט אויס אזוי שיין @ברסלבער זאלט עטס וויסען אז דאס איז מער ווייניגער אראפ. געשריבן די שיעורים פון די ראש ישיבה הרב יואל ראטה כמעט ווארט ביי ווארט.

@ליטוואק דא האסטו א שיעור פון די ראש ישיבה!

זיך צו באלעקן מיט א יעדע ווארט
דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:32 pm#376550
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
נוצען עקסטרעמע משלים איז נישט קיין חכמה. ווייניג מאכען חתונה אויסצוקראצען די אויגען פון די שכנים.
דער וואס מאכט נארמאל חתונה, מיט נארמאלע מוזיק און עסען, קען אויך שווער דערהייבען דער לאסט פון די הוצאות.

און קיינער שטופט נישט אפ דער חתונה מאכען צוליעב א מאנגאל פון געלט. מוהרא"ש האט גערעדט אין דער וועלט אריין.

דער גאנצע מתנה געבעכץ איז אן אונגארישער פראבלעם, נישט ביי אלע אידען. איך האב נישט קיין אתרוג פושקע, נישט קיין מגילה צו מגילה האלטער און נישט קיין גרויסע פסח קערה. פון עפעס א פעטער האב איך באקומען א פלאכען קערה אלץ דרשה געשענק, און דאס נוץ איך. מיין חתונה איז געווען א וואך פאר חנוכה, האט מען מיר, אומערווארטעהייט, געקויפט א מנורה, און נישט קיין ספעציעלען טייערע. מעבעל האב איך, פופצען יאר נאכ׳ן חתונה, נאכאלס נישט געקויפט געהעריג, איך שלאף אויף א היי רייז. און איך האב מיט ברסלב גארנישט.
דאס גייען עסען ביים שווער\טאטע האב איך נישט בייגעוואוינט, אבער מסתמא האט עס מער מיט עלטערען וואס ווילען ווייטער פיהרען דער לעבען פון זייער קינדער ווי מיט פענסי עסען.

און די ווערטער "וואס פעלט אויס" איז א מצומצמ׳דיגע בליק. יא, ביי אונז איז חתונה האבען א חשוב׳ער זאך, און חשוב׳ער זאכען ווערען באצייכענט מיט א חשוב׳ער סעודה. מ׳קען חתונה האבען מיט א מנין און קיכעל מיט טונא, אבער דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג. מ׳רופט צוזאמען חברים, און מ׳איז זיי מהנה און מכבד כפי ערכם. יא, ס׳איז נישט גרעניצלאז, אבער דער נערישקייט פון זאגען אז א גלעזעל סעלצער איז גענוג פאסט פאר איינער וואס לעבט אין אן אנדערע פלאנעט.

מ׳קען צוזאמען זיצען זוכען עצות וויאזוי פטור צו ווערען פון האלב די לאסט פון איבעריגע הוצאות, אבער מיט דער קאפ פארשטעקט ערגעץ, איז עס נישט קיין וועג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:52 pm#376551
ליטוואק סארי אבער דו לעבסט אין עולם הדמיון...
דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:13 pm#376553
sorry for writing in English its just easier from this computer..
Hakdumeh - i don't have anything personal against this Yoeli Roth
i also like to be againts the system and love when ppl do things out of the box , even more i know bucherim that yoeli had saved their yiddishkeit

BUT!.. for some reason i know a lot of whats going on their in the Kehille and some families probably more then most of the ppl there know
and because of that its painful for me to see that the whole argument is about if its good or not to do a wedding in a shul or if the derech of his yeshive is good or not
Hello People ! this is not the issue here, this guy is a control freak - manipulator that can make ppl so depended on him and make them because he is the only place that are doing right and all other yeshivos, rebbe's kehilos, choson teachers therapists, etc, are all very bad ppl he is the only one who knows chinuch sholom bayis financials and what not
on the other hand he can mix in in their private lives and be the only one who decides on very critical and decisions and matters that is far beyond his knowledge and experience
i can write a whole book of exact information of shocking episodes and facts that i know first hand on his damage and manipulation .. but i cant do it here for understandable reasons

i agree that most of his ppl dont really suffer from his power abuse but i know from quite a few that suffer silently alot of them are even big fans of him that dont get that he is menuplating them
same is about this whole shiduch from the beginning till the wedding in the yeshive but i cant disclose details here, sorry

i also love davening there its geshmak some times and went to him few times but this guy is a massive menupilator

the other thing you can see yourself - on the many YouTube videos from him, is that as times goes by he gets more and more comfortable to say whatever he wants and talk such shtusim and non sense and alot of times
very damaging things for bucherim yungerleit and woman
if i will know how to cut out from long speaches some shorter clips of really dangraous and stupid stuff that he said i will do it
and i can also show you how is even says some terrible stories about himself without even Chaping that he talks on camera
דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:22 pm#376556
שכח ברסלבר און קאנגראטולעישאנס פאר דיין סוקסעספול וואך... לדעתי איז די גאנצע חתונה דיבאטע נעריש, איך געב עס איינס אדער צוויי יאר ביז ממש יעדער גייט עס נאכטון יעדע קהילה גייט עס אפערען פאר זייערע מעמבערס עס וועט פשוט נישט מעגליך זיין אנדערשער. די פאקט אז מען מאכט שוין היינט טיי אווענטס ביי די ערשטע חתונה פון א נארמאלער בעה"ב איז אזוי צודרייט אז דער עולם וועט זיך אויפוועקן פון זיך אליינס גענוג איז גענוג די אויפרייסערישע חתונות האט מיט יודישקייט גארנישט און אז מען קען נישט קען מען נישט. איך גלייב אויך אז יעדער איז מסכים מיט רבי יואל אבער די קנאה פלאקערט דאך מוז מען עס קריטיסייזן... כל הכבוד לך
דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:37 pm#376560
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נוצען עקסטרעמע משלים איז נישט קיין חכמה. ווייניג מאכען חתונה אויסצוקראצען די אויגען פון די שכנים.
דער וואס מאכט נארמאל חתונה, מיט נארמאלע מוזיק און עסען, קען אויך שווער דערהייבען דער לאסט פון די הוצאות.

און קיינער שטופט נישט אפ דער חתונה מאכען צוליעב א מאנגאל פון געלט. מוהרא"ש האט גערעדט אין דער וועלט אריין.

דער גאנצע מתנה געבעכץ איז אן אונגארישער פראבלעם, נישט ביי אלע אידען. איך האב נישט קיין אתרוג פושקע, נישט קיין מגילה צו מגילה האלטער און נישט קיין גרויסע פסח קערה. פון עפעס א פעטער האב איך באקומען א פלאכען קערה אלץ דרשה געשענק, און דאס נוץ איך. מיין חתונה איז געווען א וואך פאר חנוכה, האט מען מיר, אומערווארטעהייט, געקויפט א מנורה, און נישט קיין ספעציעלען טייערע. מעבעל האב איך, פופצען יאר נאכ׳ן חתונה, נאכאלס נישט געקויפט געהעריג, איך שלאף אויף א היי רייז. און איך האב מיט ברסלב גארנישט.
דאס גייען עסען ביים שווער\טאטע האב איך נישט בייגעוואוינט, אבער מסתמא האט עס מער מיט עלטערען וואס ווילען ווייטער פיהרען דער לעבען פון זייער קינדער ווי מיט פענסי עסען.

און די ווערטער "וואס פעלט אויס" איז א מצומצמ׳דיגע בליק. יא, ביי אונז איז חתונה האבען א חשוב׳ער זאך, און חשוב׳ער זאכען ווערען באצייכענט מיט א חשוב׳ער סעודה. מ׳קען חתונה האבען מיט א מנין און קיכעל מיט טונא, אבער דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג. מ׳רופט צוזאמען חברים, און מ׳איז זיי מהנה און מכבד כפי ערכם. יא, ס׳איז נישט גרעניצלאז, אבער דער נערישקייט פון זאגען אז א גלעזעל סעלצער איז גענוג פאסט פאר איינער וואס לעבט אין אן אנדערע פלאנעט.

מ׳קען צוזאמען זיצען זוכען עצות וויאזוי פטור צו ווערען פון האלב די לאסט פון איבעריגע הוצאות, אבער מיט דער קאפ פארשטעקט ערגעץ, איז עס נישט קיין וועג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק אני מצטרף צו דיין נקודה

מענטשן אין אלגעמיין האבן א אישו וואס רופט זיך עקסטרעים

ס'איז נישט געלונגען עקסטרעים רעכטס ציט מען זיך צו עקסטרעים לינקס

און אגב דעס אז א פארמעגליכער זאל זיך ערלויבן בשעת די חתונה צו מאכן די מערסטע שיין און עלעגאנט איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן נאך פונדערהיים און פריערד להבדיל ביים גויאישן וועלט איז אויך אזוי

ס'האט זיך געמאכט א פראבלעים מיט'ן סטענדערט די סטענדערט איז נאכגעלאפן די עשירים און נאר דערפאר ווייל ס'איז שיין און די עשירים גייען אלס ווייטער ביז ווי די שגעון טראגט היינט א פעקעזש חתונה אין אימפעריעל איז פונקט אזוי שיין ווי א קאנטינענטל חתונה פון 30 יאר צוריק

עכ"פ דער פראבלעים איז סטענדערט און ס'איז טאקע א פראבלעים אבער דערפאר זאל מען גיין אויף עקסטרעים לינקס האט נישט קיין פשט
דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:22 pm#376567
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש. קיינער לאסט די קינדער נישט אוועק פון אינטערן פארטיך, נאר א געזינטען נאך טעם אויב ווילן זיי אפציען ערגעץ, אוו מען שעלט זיי אז מען גייט איבערהאקן די גאלדענע קייט, חוץ פארשטייט זיך אויב פארן זיי הארווען אויף ארץ ישראל דאן קען זיך יא די קאפל אנייצע געבען, אבער ווי נאר זיי קומען ציריק מיז עס זיין אינעם פארשאלטענסטע פלאץ אויפן כדיר וויליאמסבורג..
דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:29 pm#376568
פליקער האט געשריבן:די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש.

הלוואי געט מען נישט א טיש, יעדע חתונה מאל קומט מיט א טיש. און גיי פארשטיי פארוואס א אינג קאפל דארף א ריזיגע טיש אין הויז וואס נעמט אויף דעם גאנץ דייננג רום ווען סנישטא ווי זיך צו רירן, אבער די מאמע שרייט א אידיש הויז קומט מיט א ריזיגע טיש
דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:36 pm#376570
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
ליפא האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:די חתונה מאכן היינט איז שוין כמעט ווי אויסגעראטן פאר וועל עס וויל זיין נארמאל, צווישען די פרדתים און כתרים, אפריונים קען מען חתונה מאכן מעיסיג, אבער דירות דאב לייגט א חתן כלה אין קרקע, טאקע נישט די עלטערן, ווייל זיי האבן בלויז מיטלייד, און טאקע נאר דאס פארל, און קיינער גיבט נישט קיין טיש.

הלוואי געט מען נישט א טיש, יעדע חתונה מאל קומט מיט א טיש. און גיי פארשטיי פארוואס א אינג קאפל דארף א ריזיגע טיש אין הויז וואס נעמט אויף דעם גאנץ דייננג רום ווען סנישטא ווי זיך צו רירן, אבער די מאמע שרייט א אידיש הויז קומט מיט א ריזיגע טיש

ליפא האט נישט יורד געווען לסוף דעתי,איך האב נישט גערעט פון קיין שלחן איך האב נישט געוואלט רעדען א מיסע ווארט, האב איך אויסגעדרייט יוצרת
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:05 pm#376573
כ'בין זיך מצטרף צו די ווערטער פון איזהו נשמה אין ענגליש, הערנדיג זיינע דרשות אויף יו טוב ווי אלץ און אלעס און אלעמען איז גארנישט, פול מיט גאוה און שטאלץ, און נאר ער איז דער אמת'ער אמת, שמעקט עס אלץ מער און מער ווי א קולט פירער וואס איינס פון די הויפט שטריכן איז דאס בעשן און בעשן און בעשן, האקן אויף אלץ און אלעמען און פארזיכערן אז נאר ער איז א סעיוו העיווען.
זיין סארקאזם איז זייער קיוט אבער עט סאם פוינט הויבט מען אן ברעכן און גרוילן פון זיין נעגאטיווע ענערגיע, סך הכל רעדט מען פון א יונגערמאנטשיקל א היימישער יואלי ר' משה ראטה זון, לא קרה ולא שנה, (דאס אז ער איז מוהרא"ש א תלמיד פאר אפאר יאר גיט אים אויך נישט די גרויסע לייסענס וערבך ערבא צריך), און אז ער נעמט קאנטראל אויף מענטשנס לעבן און זאגט מיינונגען און שטעלונגען אויף יעדן אספעקט פון אידישקייט און דיקטירט יעדע טייל פון לעבן איז היבש איבער די מאס.
בנוגע די חתונה, איז עס געוויס סתם א ראדיקאלע אנטי עסטאבלעשמענט מאנעוורע, ס'איז דא א דרך הממוצע וואס טוישט זיך לפי המצב והסביבה, און קיינער וואוינט נישט היינט אין א הויז געפלאסטערט מיט ערד און מ'שלאפט נישט אין קיין בעט פון היי, ס'איז דא נארמאלע פשוט'ע צרכים און סדר העולם (כ'רעד פון מינימום, נישט קיין לוקסוס, ווי אולם עקשטיין אין קרית יואל וכדו', א געהעריגע סעודת החתונה וכו'), און ווייניגער ווי דעם גרעניצט זיך מיט משוגע.
אזויפיל איז עס גוט געווען אלס א וועיק אפ קול ווידעראמאל צו דיסקוסירן די ביטערע פראבלעם פון חתונה הוצאות צו אנהויבן פרובירן אויפקומען מיט ריכטיגע עצות נישט אז יעדער קהלה מיטגליד זאל אפקאכן איין מאכל וואס דאס זענען נישט קיין לאנגטערמיניגע אדער פראקטישע עצות צום פראבלעם.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:37 pm#376579
עס רעגט מיך שוין אויף... אויף יעדן קען מען זאגן שלעכטס, ומתוך שבחו בא לידי גנותו. זיינע אויפטוען זענען בלי ספק פיל מער פון זיינע מעגליכע חסרונות. עפטער אלל, יעדער רבי און מנהיג האלט בשיטה אז ער איז דער בעסטער, זיין דרך איז דער איינציגסטער ריכטיגער מהלך, און יענעמ'ס נישט. ס'איז נישט קיין נייעס...

אבער ווי קומט בכלל אבער די טענות דא? איר קענט גיין צום ר' יואל ראטה אשכול און שמועסט ענק אויס דארטן! אפגעזען וואס ער האט געטון נעכטן און אייער נעכטן (איך בין אויך נישט מסכים צו אלעם ואכ"מ), אבער דא רעדט מען פון א היסטארישע זאך, וואס יארן לאנג ווארט מען שוין אויף דעם דורכברוך, און ענדליך בחסדי ה' האבן מיר עס זוכה געווען מיטצולעבן! מזל טוב, יהדות החרדית! זה היום קוינו לו!

מענטשן רעדן דא (און אין אייוועלט נאך מער) שטותים והבלים, מען לייגט אריין די טייערע לוקסוס חתונה אין העכערע ענינים, הלכה און חסידות, וואס לכבוד דעם זענען מענטשן מחוייב זיך צו שעכטן און כאפן הארץ אטאקעס!! אזוינע משוגעים? אזוי ווי יענער 'חכם' וואס קויפט איין יעדע וואך אין גראסערי פאר 1500 טאלער און לייגט צו "לכבוד שבת קודש", אמער דאס באקומט מען דאך צוריק.... אזוי אויך דארף מען איינקויפן די טייערסטע איטאליענע פורניטשער און 6000 דאלערדיגע שטריימלעך מיט כלה פעקעדזשעס צוליב עפעס א מימרא פון א צדיק וואס האט געזאגט אז בשעת מ'מאכט חתונה א קינד קומען די השפעות אראפ און ווער עס קויפט נישט א נייע קאפאטע איז א טיפש...

אשריך ר' יואל! דאס איז א געוואלדיגע מאמענט! אויב וועט עס ווערן איינגעריסן אין כלל ישראל, וועט די זכות זיין נקראת על שמך!

רבותי, קבל את האמת ממי שאמרו!! מען מעג זיך אמאל אויסטון די נעגאטיווע ברילן! אויב וועט ער מצליח צו זיין אויסצורייסן די טייערע שמחות וועלן מיר אלע אן אויסנאם הנאה האבן!!!

ביטע דיסקוסירן דא בלויז וואס איז שייך די טעמע פון טייערע חתונות, נישט ר' יואל'ן זעלבסט.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:47 pm#376581
שמעקי, דו פונקט ווי יעדער ווייסט אז די אלע נושאים זענען געקניפט און געבינדן ואי אפשר להפרידם.

סיי די האקן אויף אלע רביס ורבנים, סיי אראפהאקן אלעס אויף דער וועלט חוץ זיך, דאס אריינשטעלן 10 יעריגע קינדער אין איין כתה מיט 17 יעריגע בחורים, סיי די אנדערעידש שידוכים, סיי די עקלהאפטיגע טענץ כגרועים שבקלאבס, ווי אויך אן די מינימאלסטע רעספעקט פאר די מעמד הנכבד (זעה די קליפס וויאזוי די חברה גייען אנגעטוהן) ועוד ועוד ועוד.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:28 pm#376591
עס איז נישט א ווערטעל, אין ריגעל פארניטשור זאגען די סעילס לייט אז עס איז נארישקייט נישט צו ספענדען ווייל די השפעה קומט אראפ (צו זיי זיכער).

אלעס קומט צוריק, שכר לימוד, מזון האשה והבנות, די קאר, די הויז, הוצאות שבת (א גאנצע וואך עסט מען די טשולענט), אלעס קומט צוריק, און דערנאך קומען די טשעקס צוריק פין די באנק.

ווען ר' יואל ראטה איז גערעכט, איז פארפאלן, ער איז גערעכט, וויש אפ די נאז, און יעדער קהילה זאל צושטעלן א זאל בחנם, מיט א גאר ביליגער פרייז פאר עסען, און הרג'נען דער פארשאלטענע מינימאם וואס די קעיטערער מאכען.

און דער רבי וואס וועט מבטל זיין שבת שבע ברכות ( וואס קאסט באלט מער ווי די חתונה נאכט) איז מזומן לחיים עולם הבא. (אקעי, לחיי עולם הזה אויב ער גלייבט נישט).
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:53 pm#376595
דער עולם קריטיקירט דא מער וויינגער פארוואס מ'דארף גיין צו אזא עקסטריעם, מ'קען דאך גיין א מיטל וועג.
דארף מען פארשטיין, וואס איז די מיטל וועג פון וואס מ'רעדט? די וועג וואס קאסט צום ווייניגסטענס פערציג אלפים? איז דאס וואס די נארמאלע מיטל וועג איז?

כלל ישראל האט שוין פרובירט ס'בעסטע, קודם מיט חתונה מאללס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט צו זיין א סעווינגס, כהיום איז עס א געהעריגע ביזנעס, ס'שפארט נישט עכט קיין געלט פאר מחותנים, ס'קאסט כמעט פונקט ווי איבעראל, אויף אזויפיל העלפט עס אז ס'האלט מחותנים אין די ליניע, און אויב איינער וויל ספענדן קען דער צווייטער זאגן אז ער נעמט נאר וויפל די מאלל געט,

דערנאך איז געקומען די קהילה תקנות, ביליגע זאלן וכו', קיין גאנצע רפואה צו אונזער סעלעברעטי מכה פון חתונה מאכן כאילו מ'איז א האליוואד עקטער איז עס נישט, העכסטענס שפארט עס דריי צו פיר טויזענט דאללער פון א צווייטע סטענדערט זאל, (צומאל קומט עס אויס טייערער ווייל יעדע ריר קומט צו טשארדזשעס, פון ערגעץ דארף דאך די זאל פארוואלטונג מאכן געלט, אבער דאס לאמיר לאזן אין א זייט), אין קורצן חתונה מאכן איז נישט עכט ביליגער געווארן, אויב עפעס איז די פרייז נישט ארויף, ס'איז בסך הכול, מ'האט פרובירט און ווער ס'וויל קען שפארן אפאר אלפים, אבער ס'איז ווי א נאדל אין שטרוי זאק פון וואס ס'קאסט, נאך אלע שפארעכצער טרעפט זיך א מחותן אז דאס שידוך טוהן מיט זיין קינד האט אים געקאסט פערציג טויזענט דאללער, כמעט קיינער צאלט נישט היינט ביליגער פון דעם.

נאכן פרובירן פאר כאטש פופצן יאר, וואס איך האלט שוין מיט, און נאכן דורך אקערן די נושא יעדן שני וחמישי, איז מען נישט געקומען צו א לעזונג, מ'האט אייביג געהאט האפענונג אויף א צווייטע המצאה, אבער מ'איז געבליבן ביים האפן, די מיטל וועג איז געבליבן ביי פערציג טויזענט דאללער, נא, ווי זאל א אינגערמאן זיך ערלויבן אזא מיטל וועג? אין מיינע אויגן איז דאס בכלל נישט קיין מיטל וועג, ס'איז נאך אלץ טייערער פון וואס א עוורידזש אינגערמאן קען זיך ערלויבן, במילא פאר מ'קריטיקירט אז מ'דארף נישט גיין אזא עקסטריעם דארף מען טראכטן צו ס'איז בכלל דא א צווייטע נארמאלע מהלך.
פרייטאג יוני 23, 2017 12:04 am#376597
זיבען שבע ברכותן מיט שבת ש״ב קען קאסטען פון פופצן ביז צוואנציג אלפים. רבותי, מיר זענען דאך אן עם חכם ונבון, ווען זענען מיר געווארען אזוי פארריקט? אויף א וואך פון סעודות ספענדעט מען אזוי פיהל געלדט?!
מיין זוהנ׳ס מלמד זאגט מיר אז ער מאכט 750$ א וואך. א סאסייעטי וואס באצהלט מלמדים פון זייערע יוגענט כמעט דאס זעלבע ווי א דשעניטאר, און מאכט שמחות וואס קאסט לאחר המעשה בין שני הצדדים 150,000$, און דער פארפאלק האט ניט אמאל א דאך אדער א פרנסה, דארף טוהן אן ערענסטע פשפוש המעשים און זעלבסט ריפלעקציע.
פרייטאג יוני 23, 2017 12:38 am#376602
זאגט מיר איינער, אז אויב מ'וויל וויסן אויב עס ליגט דערינטער עטוואס מער פון ביליגע מאניפולאציעס און פובליסיטי, זאל מען פרעגן די פאלגענדע שאלה:

א חתונה נאכט שפארט איין אפאר אלפים, אבער דאס איז אומגעפער דריי חדשים רענט פון דעם נעבעכדיגן קאפעל, וואס מוזן אוודאי וואוינען אין וומסב"ג - די טייערסטע חסידישע געגענט. אבער א מינט, אויב יואלי ראטה מיינט עס אמת'דיג ערענסט, און ער בלוטיגט פאר זיינע חברה, פארוואס הייבט ער זיך נישט אויף מיט זיין ישיבה, און מופט אריבער קיין מאנטיסעלאו צו ווייסעך וואו?! ס'האבן זיך שוין אפילו געגרינדעט עטליכע ישובים'לעך אין די קעטסקילס, און זיין ברסלבע חברי' טוט ממילא אנדערש פון יעדן, און ער האט דאך א שליטה אויף זיינע חסידים, נו פארוואס טוט ער נישט דאס וואס פאדערט זיך טאקע פאר די פרישע קאפעל, אז זיי זאלן זיך נישט דערשטיקן א האלבע יאר נאכען חתונה?

נאר וואס דען? פובליסיטי איז אזא חתונה, אבער ארויס פון געגענט פאדערט שוין אמת'דיגע אפערוויליגקייט.


איך ווייס טאקע נישט וואס צו ענטפערן.
פרייטאג יוני 23, 2017 12:45 am#376605
דער איד און דער בלאט ביידע דעקן אויפן דעקל זייערע די היסטארישע חתונה וואס האט דורכגעבראכן צום ערשטן מאל פעלזן פעסטע מויערן.

די חילוק איז נאר, דער בלאט באטיטלט עס אלס: "וויליאמסבורג ווידער מוסטער פאר דורכברוך...", וויפיל האסטו אנגעארבעט אז זיי זאלן זיך הייבן פון וויליאמסבורג? און דא, ווען זיי זענען שוין ענדליך אין די נייעס, נעמסטו נאך קרעדיט פאר דעם שטאט פון וואו דו האסט זיי געוואלט ארויסווארפן?...
פרייטאג יוני 23, 2017 6:00 am#376611
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
עקסטרעם, ביי מיר, האט נישט געמיינט דער לעזונג זיינער. ס׳האט זיך באצויגען צו דער שפראך פון ברסלב׳ער.

ווען איינער פארשטייט אז דא שטויסט זיך אן צוויי ווירדעס, מ׳דארף חתונה מאכען מיט כבוד פאר׳ן מעמד, מיט כבוד פאר די געסט און משפחה, אבער מצד שני טאר מען נישט גנבנ׳ן, פארשטייט מען. אבער ברסלב׳ער האט געמאכט א ריזיגע דריי מיט׳ן נאז, אז א ווארט פעלט נישט אויס, א חתונה סעודה איז אויך נישט קריטיש וויכטיג מער ווי א מנין יוצא צו זיין, וכו׳. דאס איז עקסטרעם.

און די סבה פארוואס אלע אלטע לעזונגען זענען אומגעלונגען איז ווייל מ׳האט זיך נישט באצויגען צום פינטל. דער עולם זוכט עס נישט. יא, וויפיהל מ׳רעדט זיך אפ, האלט מען נישט ביים נידערען די סטאנדארד פון לעבען. איידער חתונה מאכען, לאמיר זע׳ען מ׳זאל עפעס לעבען מיט א חשבון פון נישט ארויסווארפען געלט אויף טעיק אוט עסען מיט די לעצטיגע סעלפאון, מיט טייערע באקליידונג און א יערליכע צוויי מאנאטיגע (!) וואקאציע אין די בערג. דו ווייסט, דער ביבער הוט וואס דו טראגסט פאר $200 פעלט בכלל נישט אויס? א צוואנציג דאללאר׳דיגע קאסקעט איז פונקט גוט.

ס׳איז דא נאך און נאך, אבער דער עיקר איז, מיר זענען ספאוילט קינדער וואס גיבען נישט אויף גארנישט, אלץ איז ביהרג ואל יעבור. מיר האלטען נישט ביים זאגען ניין צו זיך צו די ווייב און די קינדער.

מ׳קען מחנך זיין צו פארשטייען אז ביידע זאכען זענען אמת, מ׳וויל שיין אבער נישט אלעמאל באקומט מען דאס. און דא קומט מען אן צו די שאלה צו יואלי ראטה האט עפעס א שייכות צו חינוך......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יוני 23, 2017 6:29 am#376612
ארי נוהם האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז אויב מ'וויל וויסן אויב עס ליגט דערינטער עטוואס מער פון ביליגע מאניפולאציעס און פובליסיטי, זאל מען פרעגן די פאלגענדע שאלה:

א חתונה נאכט שפארט איין אפאר אלפים, אבער דאס איז אומגעפער דריי חדשים רענט פון דעם נעבעכדיגן קאפעל, וואס מוזן אוודאי וואוינען אין וומסב"ג - די טייערסטע חסידישע געגענט. אבער א מינט, אויב יואלי ראטה מיינט עס אמת'דיג ערענסט, און ער בלוטיגט פאר זיינע חברה, פארוואס הייבט ער זיך נישט אויף מיט זיין ישיבה, און מופט אריבער קיין מאנטיסעלאו צו ווייסעך וואו?! ס'האבן זיך שוין אפילו געגרינדעט עטליכע ישובים'לעך אין די קעטסקילס, און זיין ברסלבע חברי' טוט ממילא אנדערש פון יעדן, און ער האט דאך א שליטה אויף זיינע חסידים, נו פארוואס טוט ער נישט דאס וואס פאדערט זיך טאקע פאר די פרישע קאפעל, אז זיי זאלן זיך נישט דערשטיקן א האלבע יאר נאכען חתונה?

נאר וואס דען? פובליסיטי איז אזא חתונה, אבער ארויס פון געגענט פאדערט שוין אמת'דיגע אפערוויליגקייט.


איך ווייס טאקע נישט וואס צו ענטפערן.

ענטפער יענעם אז א חכם האט די מעגליכקייט צו מבחין זיין בין דין לדין, בבחי' תוכו אכיל וקליפתו זרק. און מקיים זיין דברי הרמב"ם קבל את האמת ממי שאמרו.
פרייטאג יוני 23, 2017 7:03 am#376614
ער גיט דיר איינס איזער שון אלעס שולדיג. מקען נאר מנופולירן, קריטקירן ווען מגיט אזאך וואס קיינער
פרייטאג יוני 23, 2017 8:45 am#376617
קימט זיך אלע קרעדיטס פאר ראטה
אלע טענות לויט ווי איך זעה איז אימפארגינערישקייט
צי די טענה אויב ער מיינט עס אמת'דיג פארוואס מופט ער נישט צו ביליגע געגענטער?
איך ווייס קלאהר ער ארבעט דערויף
פרייטאג יוני 23, 2017 12:25 pm#376635
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
דער אמת'ע פראבלעם לדעתי ליגט ביי די בחור און מיידל, זיי האלטן בעפאר זייער גרעסטן טויש אין לעבן, זיי גייען זיך ארויסרוקן פון די עלטערן'ס שטוב און אנפאנגן אן אייגענע ווירטשאפט, נאטורליך איז אזא זאך געבינדן מיט אסאך עמאושענס, און דאן איז די בעסטע שעת הכושר פארן בחור'ל/מיידל צו רייטן אויפן פאטער'ס רוקן און ארויסרוקן ווי מער געלט פונעם טאטע'ן פאר זיין/איר הנאה חולפת. דער בחור האט נאכנישט געארבעט א טאג אין זיין לעבן, אבער פינעף טויזענט דאלער פאר א גזירה אויפן קאפ אום שבת שיינט אים צו זיין א פיינע עצה, ער וואלט צוגערעדט זיינע חברים צו טוהן דאס זעלביגע (ווען ס'העט ווען אויסגעפעהלט).

דער בחור טראכט מסתמא אז מיין טאטע וועט סייווי האבן חובות... נו, וועט עס העכסטנס זיין מיט אפאר אלפים מער... אבער דעם טייערסטן זינגער ברויך איך נאכאלץ.
פרייטאג יוני 23, 2017 1:15 pm#376639
עס איז ממש צו ברעכן... איך האב איבערגעקוקט צענדליגע מאל די קעפל, איך געפין מיך אין "קאווע שטיבל" אדער איך האב בטעות אריינגעבלאדזעטש אין "איי וועלט"...

אזא קטנות? אזא גיעול? ער שרייבט געב א קוק אויך זיינע חברה ווי זיי גייען אנגעטון.... דאס זענען דיינע גאביטש שעפעלע, דאס זענען טייערע נשמות וואס דו האסט ארויסגעווארפן... יא! דיינע גאביטש, קוק זיי אן אזוי גייען זיי אנגעטון. דו קענסט ניטאמאל קוקן אויף זייער זייט, דו מורמעל'סטיך אונטערווען דו גייסט זיי אריבער: קוק אן די שקצימ'לך... און ער זיצט מיט זיי טאג און נאכט, ער העלפט זיי, וויפיל פון די שקצים האבן שוין הערליכע שטובער, הלאוי אויף דיר געוואוינשטן אזא שטוב...

ער רעדט נעגעטיוו... יא! אודאי! אז עס זענען דא אזעלכע פארפוילטע מענטשן ווי דו, אזעלכע נידערטרעכטיגע פינסטערע חברה וואס זייער גאנצע אני ואפסי איך מיין רבי, מיין מיינונג און אז איינער האלט א האר... יא א האר אנדערש ווי מיר איז אויס מיט איהם, האט ער נישט קיין ברירה ער מוז רעדן נעגעטיוו, ער מוז דאך אנגרייטן זיינע שקצים פון דיר שגץ וואס דו צוברעכסט איהם.

יא! ער רעדט מאטריעליסטיש, וואס זאל ער טוהן ער זאל פארגלייזן די אויגן ווי דיין רבי'ן... און זיין גוט צו נעמען און נעמען און נעמען כבוד געלט בנינים פאר די קינדער און פייפן אויף זייער אייגענע מענשטן, נישט לייגן קיין הענט אין קאלט וואסער פאר דיר חסיד שוטה וואס פאטשט פאר איהם... ער רעדט א שפראך וואס מען פארשטייט אודאי עס טוט וויי אז א יונגערמאן זאל האבן א שפראך צו די דור און דו נישט איך פארשטיי די קנאה וואס עסט דיר, אבער פארפאלן דאס איז די פאקט.

אזוי פארפוילט אזוי פארשימלט, דאס קנאה שנאה גאוה כבוד אז מיין פארטיי קען נישט נעמען קרעדיט דערפאר איז ממש שנאה מקלקלת את השורה, ישראל כשהם יורדין הם יורדין עד לעפר, אזא מין נידריגקייט... אפשר טוסטו דאס וואס טוט? הער שוין אויף קלאטשן און באזינגן דיינע צדיקים... קלאטשן און באשרייבן... וואס האט דיין צדיק דיר געגעבן און לעבן חוץ אויסגעלערנט שנאה קנאה רציחה לשון הרע רכילות

די מחליף פרה בחמור, נעמסט א חמור וואס ניטאמאל די פלייש קענסטו פון איהם עסן... אנשטאטס א רבי וואס קען דיר געבן, אלעס ווייל די קענסט נישט קוקן אויף די פאקטן וואס פאטשן דיר ב"ה און פנים.

דיין רבי דיין ראש ישיבה.... איך קום דאך פון איהם... איך בין נישט קיין קיבוץני'ק א גר וואס מען קען מיך איינרעדן וואס עס טוט זיך דא או8נטער די קוליסן, איך האב געפאשעט צוזאמען מיט דיר ביים רבי'ן ראש ישיבה איך האב איהם געגעבן צייט, און איך ווארט אויף איהם 70 יאר ער זאל מיר העלפן... איך לויף איהם נאך... איך ווארט אפשר איך וועל איהם קוויטלן, פדיונען, און גארנישט... גארנישט, יעצט אז איך האב געגעבן א טויש צו א רבי וואס סערווט מיך, קומסטו מיך מהפך זיין קערה על פיה און זאגן אז ער איז א עגאאיסט?

איך האב געמיינט אז די סיסטעם מענטשן זיי זענען די מחריבים, דערווייל זעה איך אז די מהרסים, די וואס זענען קליגער דעי זענען נאך סאך מער פארפוילט, דער פרומער היימישער עולם האט איהם באגריסט הערליך שיין אפילו זיי האבן איהם געוואלט באגראבן מיט 6 7 יאר צוריק, אבער מען האט געזעהן די פירות האבן זיי צוריקגעצויגן, מען איז איהם מחזק... מען געבט איהם קוראדזש, און די קלוגער אויבער חכם, וואס דער סאסייעטי איז דיר נישט גוט, דרייסטיך ארום מיט א זאך פארשימעלטע טענות וואס מען האב פראבירט צו פיטערן די תמימי לב ווי לאנג צמען האט געקענט, אבער עס האט שוין עקספייערט, און די מרוב חכמתך פראבירסטו עס נאך צו פיטערן דא אין ק"ש... אבער ב"ה יודישע קינדער זענען נביאים בני נביאים און אז זיי זעהען איינער וואס ארבעט מיט אן אמת ווערן זיי נישט פארפירט ווערן פון די פאר פינסטערע טיפשים

שוין! גענוג איז גענוג. והבן כי קצרתי!
פרייטאג יוני 23, 2017 1:42 pm#376643
דו מאכסט א פאלשע צוויי צדדים. די צדדים זענען נישט צווישען האלבערשטאם\טייטלבוים\הגר\רוקח\טווערסקי און ראטה. די שאלה איז צווישען ראטה אן שכל און ראטה מיט שכל. ער פיהרט זיך נישט אויף מיט שכל און פארשטאנד, נאר מיט שלעגעריי. טאמער ער איז 'אנוס', ער קען נאר רעדען נעגאטיוו, ווייל ס'איז טאקע אזוי שווארץ, זאל ער מוחל זיין און לאזען די ארבעט פאר דער וואס קען יא אן רעדען נעגאטיוו. גארנישט ווערט נישט געבויט מיט נעגאטיוו, און מיר וועלען נאך זע'ען די תוצאות פון הריסת נערים.

יא, וויבאלד דער סיסטעם איז אזוי פארדארבען, קומען מענטשען און רייטען אויף די אנטוישטע און מ'נוצט אויס די פראבלעמען זיך צו בויען. דאס איז די צווייטע קלאפ וואס זיי דארפען ליידען. נישט נאר דער מחלה טוט וויי, נאר דער שארלאטאן וואס קומט אלץ דאקטאר גיבט די קלאפ פון די אנדערע זייט.
פרייטאג יוני 23, 2017 2:03 pm#376655
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מאכסט א פאלשע צוויי צדדים. די צדדים זענען נישט צווישען האלבערשטאם\טייטלבוים\הגר\רוקח\טווערסקי און ראטה. די שאלה איז צווישען ראטה אן שכל און ראטה מיט שכל. ער פיהרט זיך נישט אויף מיט שכל און פארשטאנד, נאר מיט שלעגעריי. טאמער ער איז 'אנוס', ער קען נאר רעדען נעגאטיוו, ווייל ס'איז טאקע אזוי שווארץ, זאל ער מוחל זיין און לאזען די ארבעט פאר דער וואס קען יא אן רעדען נעגאטיוו. גארנישט ווערט נישט געבויט מיט נעגאטיוו, און מיר וועלען נאך זע'ען די תוצאות פון הריסת נערים.

יא, וויבאלד דער סיסטעם איז אזוי פארדארבען, קומען מענטשען און רייטען אויף די אנטוישטע און מ'נוצט אויס די פראבלעמען זיך צו בויען. דאס איז די צווייטע קלאפ וואס זיי דארפען ליידען. נישט נאר דער מחלה טוט וויי, נאר דער שארלאטאן וואס קומט אלץ דאקטאר גיבט די קלאפ פון די אנדערע זייט.


וואס זאלן מיר טון אז מיר ווארטן שוין יארן אויף די פאזיטיווע.... אז זיי זאלן שוין עפעס מאכן מיט פאזעטיווע שריט, אבער עס האט פארשפעטיגט צו קומען, און דא קומט איינער און ער איז פאזעטיוו, זיינע שריט זענען פאזיטיוו סך הכל איז ער נעגעטיוו קעגען די וואס זענען נעגעטיוו צו זייערע אייגענע פירות וואס זענען פארבלאנדזשעט געווארן צו איהם
פרייטאג יוני 23, 2017 2:06 pm#376656
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
כנראה ווייסטו נישט די פראבלעם פון נעגאטיוו און וואס פאזיטיוו מיינט.
ער איז נעגאטיוו צו די תלמידים זעלבסט, צו זייער ערציאונג, צו זייער סביבה און זייער טראכטסגאנג. ער מיינט אז דערמיט קען ער זיי העלפען. ועי׳בזה בישיבת ישרש יעקב ודו"ק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יוני 23, 2017 2:42 pm#376672
אז איך דארף מעיין זיין טויג שוין נישט, דאס מיינט אז דו האסט געבויעט א שיטה. און קאפ אין וואנט מען וועט הרג'ענען מענטשן פאר די שיטה,

עס קען זיין אז תשובת ישרש יעקב קען איך נישט, עס קען זיין תורת הנפש מיט השכלה פארשטייאיך נישט, אבער ריאליטי וואס פארלאנגט נישט קיין השכלה מיט מראי מקומות דאס קען איך זייער גוט... והא ראי' איך האב בוחר געווען צו פארלאזן מיינע צדיקים וואס האבן מיך פארפירט כדי צו טרינקן ריין וואסער פון איינער וואס פארפירט מיך נישט....

און קען זיין אז אין השכלה ביסטו אויסגעקאכט אין דעם ענין פון נעגעטיוו פאזעטיוו מיט מראי מקומות, דער עולם לאזט זיך אביר שוין נישט פארפירן מיט מראי מקומות אין השכלות..... שטימט עס מיט ריאלעטעט קויפט מען עס און אז נישט ווארפט מען עס אוועק צום טייוול
פרייטאג יוני 23, 2017 3:03 pm#376681
ליטוואק באגייט זיך זייער נעגאטיוו מיט דעם רוטה. וואלט ווען א פאזיטיווע ניק עס געזאגט פאזיטיוו אז ער איז צו נעגאטיוו וואלט איך ווען געקענט דערהערן.
פרייטאג יוני 23, 2017 3:04 pm#376682
אקעי, איך זעה דו ביסט שטארק צוהיצט און דער קאפ איז צייטווייליג נישט אין קראפט.

בארואיג זיך, טרעף דעם חילוק צווישען 'תשובות' און 'ישיבת', און טראכט אריין. ס'וועט נישט זיין צו שווער.

איך האב נאר הנאה פון דיין שפראך. יענער נוצט דער לאזונג פון 'קוק ווי זיי קוקען אויס', אבער איך נוץ דער לאזונג 'משכיל'. מאי אולמיה האי סיסמא מהאי סיסמא?
פרייטאג יוני 23, 2017 7:04 pm#376708
איך האב געזעהן אז עס שטייט ישיבת ישרש יעקב, אבער איך האב געהאפט אז איך האב נישט צו טוהן מיט אזא פ ע ר... וכו' וואס ברענט א ראי' פון א ישיבה וואס איז א סעמפל ווי א ישיבה קען דורכפאלן... אבער בגדול,

טא לכבודך האב איך עס געמאכט פאר תשובת ישרש יעקב, אםשר דארט איז דא עפעס א ראי', אבער דו ווילסטו דווקא ברענגען נאך א דורכפאל אויפצוווייזן דאס אומרעכט פון א געלונגענע סיסטעם

אגב איך מוז דיך קעמפלימענטן פאר'ן מיר שרייבן אז איך שרייב שיין טראץ מיר זענען פארמישט אין א געפעך דאס איז א נקודה וואס איך וועל יא נעמען פון דיר
פרייטאג יוני 23, 2017 7:18 pm#376710
ארי נוהם האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז אויב מ'וויל וויסן אויב עס ליגט דערינטער עטוואס מער פון ביליגע מאניפולאציעס און פובליסיטי, זאל מען פרעגן די פאלגענדע שאלה:

א חתונה נאכט שפארט איין אפאר אלפים, אבער דאס איז אומגעפער דריי חדשים רענט פון דעם נעבעכדיגן קאפעל, וואס מוזן אוודאי וואוינען אין וומסב"ג - די טייערסטע חסידישע געגענט. אבער א מינט, אויב יואלי ראטה מיינט עס אמת'דיג ערענסט, און ער בלוטיגט פאר זיינע חברה, פארוואס הייבט ער זיך נישט אויף מיט זיין ישיבה, און מופט אריבער קיין מאנטיסעלאו צו ווייסעך וואו?! ס'האבן זיך שוין אפילו געגרינדעט עטליכע ישובים'לעך אין די קעטסקילס, און זיין ברסלבע חברי' טוט ממילא אנדערש פון יעדן, און ער האט דאך א שליטה אויף זיינע חסידים, נו פארוואס טוט ער נישט דאס וואס פאדערט זיך טאקע פאר די פרישע קאפעל, אז זיי זאלן זיך נישט דערשטיקן א האלבע יאר נאכען חתונה?

נאר וואס דען? פובליסיטי איז אזא חתונה, אבער ארויס פון געגענט פאדערט שוין אמת'דיגע אפערוויליגקייט.


איך ווייס טאקע נישט וואס צו ענטפערן.


אויב דאס איז דיין נחמה צו קענען זאגן שלום עלי נפשי עס מיינט נישט מיך, ב"ה מיר קענען זאגן ראטה האט גארנישט אויפגעטון.... האב איך פאר דיר שלעכטע נייעס, ער האט שוין ארויסגעשיקט פולע פון זיינע יונגעלייט צו נייע געגענטער, ווי בלומינבערג, בלומינגראוו, און דשזורסי סיטי, עס קומט צו פארן א ווען פון דשורסי סיטי פול מיט קינדער פון זיינע תלמידים, ועוד ידו נטיה

מען וועט מוזן אפיר זיכן בעסערע טענות אנרעגען איהם ווייל 'עט סאם פוינט' וועט מען מוזן זאגן: ראטה איז טרייף, ווייל דאס איז די מסורה, מטעם הכמוס, אזוי ווי להבדיל אין סקווירא ווען ס'איז געקומען צו די אישו פון ברסלב און דער ארסענעל פון תירוצים איז אויסגעלאפן איז עס געווארן א מסורה.
מוצ"ש יוני 24, 2017 10:33 pm#376711
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
ישרש יעקב איז געווען א דורכפאל ווייל נעגאטיוו ארבעט נישט, אפילו ווען ס׳איז גערעכט. און אזוי איז אייביג מיט נעגאטיוו.

ס׳איז א פערספעקטיוו, נישט קיין אמת צו שקר נושא. ווען מ׳רעדט צו בחורים פון דער גאס, ווי שלעכט דער גאס איז און ווי מיר זענען בעסער ווי זיי, מאכט מען די גאס פאר דער פשטות צו וואס מיר שטעלען זיך. ווען מ׳רעדט בכלל נישט פון דער גאס, נאר פון זיך און וואס מ׳קען אלץ טוהן מיט זיך און וואס איז אונזער פליכטעו, האט מען אויסזיכטען צו בלייבען טאקע אנדערש פון דער גאס.

אבער אונזער חתן דינן, יואלי ראטה, איז גארנישט אפגעשיידען פון דער גאס, ער איז א שטיק גאס א פולען מעמבער פון סאסייעטי. ער מאכט כאילו ער האט זיך דערהויבען דערפון, אבער ווען דאס וואלט געווען אמת, וואלט ער נישט אזויפיהל גערעדט פון דער גאס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש יוני 24, 2017 11:36 pm#376716
מיש-נייעס האט געשריבן:עס קומט צו פארן א ווען פון דשורסי סיטי פול מיט קינדער פון זיינע תלמידים, ועוד ידו נטיה

אין זשערסי סיטי וואוינט איין חסיד זיינער מיט זעקס זיבן קינדער, (ב.ב. שמו) אים האט נישט יואל ראטה אהינגעשיקט נאר זיין לענדלארד וואס האט אים געזוכט ארויסצוזען האט אים מיעץ געווען אהינצוגיין. בידעי ובמכירי. זענען דא נאך משפחות פון זשערזי סיטי וואס שיקן אהין?
זונטאג יוני 25, 2017 12:03 am#376724
כ'מיין אז יואלי ראטה איז בכלל נישט נעגאטיוו.

רעדען אויף אנדערע הייסט נישט נעגאטיוו.

זאגען די אייגענע בחורים אויב די וועסט נישט לערנען גמרא מיט תוס' וועל איך דיר ארויסווארפן איז נעגאטיוו.

זאגען די אייגענע בחורים אויב די וועסט נישט טראגען הוט און רעקעל אין הונדערט דעגריס וועט מען דיר שיקען לופטערען איז נעגאטיוו.

זאגען קינדער אז די עלטערען האבען שמד טעלעפאנען איז נעגאטיוו.

זאגען קינדער אז זיי זאלען מתפלל זיין די עלטערען זאלען דאווענען מיט מנין און נישט אינדערהיים ביחידות איז נעגאטיוו.

און די ליסטע קען אנגיין אזוי לאנג ווי די לענגסטע פיליבאסטער.

און דער מציאות איז אז די אלע מוסדות גייען שוין אהן פיפציג זעכציג יאר און פארמאכן זיך נישט צוליב זיין נעגאטיוו.

יואל ראטה איז בלויז פאזיטיוו. רעדט איין די שוואכע קעפ צו זאגען גמרא און משניות אזוי ווי מען זאגט תילים, און שלום על ישראל. רעדט איין די באמעס אז מען קען ביי אים האבען א דוד טיים ווייל ער מאכט אויך א קומזיץ וכו'. און אזוי לאנג ווי זיי קויפן זיין .... אקעי, זיינע תורות וועט עס אנגיין.

זאגען אז ער רעדט נעגאטיוו איז א פרעכער ליגענט.
זונטאג יוני 25, 2017 12:23 am#376729
האסט געברענגט בלויז די נעגאטיווע חלקים פון כלל ישראל און די פאזיטיווע חלקים פון ראטה.

יא, ער איז נעגאטיוו ווען ער רעדט פון אנדערע שיכטן, און מיר זענען צומאל אויך נעגאטיוו ווי אין די פעלער וואס דו דערמאנסט, וואס ברויך טאקע א תיקון.

מיר טוען זיך אבער נישט אויף מיט אונזער נעגאטיוויטי אזוי ווי ער וואס פרובירט זיך צו בויען דערמיט. געווענליך נוצט מען עס בחוסר ברירה, נישט אלס לכתחילה און מיטל זיך צו הייבן.
זונטאג יוני 25, 2017 12:46 am#376730
איסר האטלקי האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:עס קומט צו פארן א ווען פון דשורסי סיטי פול מיט קינדער פון זיינע תלמידים, ועוד ידו נטיה

אין זשערסי סיטי וואוינט איין חסיד זיינער מיט זעקס זיבן קינדער, (ב.ב. שמו) אים האט נישט יואל ראטה אהינגעשיקט נאר זיין לענדלארד וואס האט אים געזוכט ארויסצוזען האט אים מיעץ געווען אהינצוגיין. בידעי ובמכירי. זענען דא נאך משפחות פון זשערזי סיטי וואס שיקן אהין?


איך קען דיר אויף דעם נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט, איך ווייס נאר אז ביי זיין שיעור מאנטיג נאכט קומען צוגיין זיינע תלמידים פון איבעראל וואס פון דארט האב איך גענאשט אביסל אינפארמיציע, און איך ווייס אז ער האלט אין איין שטופן זיינע תלמידים זיך צו ציען צו נייע געגענטער, און אין די אלע דריי אויבענדערמאנטע געגענטער וואוינען שוין זיינע תלמידים, איך ווייס נישט ווער עס איז ב.ב.
מאנטאג יוני 26, 2017 10:21 am#376815
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מאכסט א פאלשע צוויי צדדים. די צדדים זענען נישט צווישען האלבערשטאם\טייטלבוים\הגר\רוקח\טווערסקי און ראטה. די שאלה איז צווישען ראטה אן שכל און ראטה מיט שכל. ער פיהרט זיך נישט אויף מיט שכל און פארשטאנד, נאר מיט שלעגעריי. טאמער ער איז 'אנוס', ער קען נאר רעדען נעגאטיוו, ווייל ס'איז טאקע אזוי שווארץ, זאל ער מוחל זיין און לאזען די ארבעט פאר דער וואס קען יא אן רעדען נעגאטיוו. גארנישט ווערט נישט געבויט מיט נעגאטיוו, און מיר וועלען נאך זע'ען די תוצאות פון הריסת נערים.

יא, וויבאלד דער סיסטעם איז אזוי פארדארבען, קומען מענטשען און רייטען אויף די אנטוישטע און מ'נוצט אויס די פראבלעמען זיך צו בויען. דאס איז די צווייטע קלאפ וואס זיי דארפען ליידען. נישט נאר דער מחלה טוט וויי, נאר דער שארלאטאן וואס קומט אלץ דאקטאר גיבט די קלאפ פון די אנדערע זייט.


נקוט כלל זה בידך

אז די מצב איז נעגאטיוו איז געווענליך די איינציגסטע וועג עס צו טוישן בלויז מיטן פראסקענען דעם נאקעטן מציאות אין פנים אריין, אין צוגאב צו דעם כלל פון "אז עס טוט וויי שרייט מען".

געווען אמאל א האלאקוסט און געוויסע האבן פרובירט מעורר צו זיין אז "עס גיסט זיך בלוט אין אייראפע " ולא עלתה על דעת פון סיי וועמען פשוט מסביר צו זיין די פאזיטיווע חלק.

רוב רובם פון מחותנים גייען אריבער א פערזענליכע האלאקאוסט
מאנטאג יוני 26, 2017 4:55 pm#376859
כלומר
ליטוואק טענה'ט אז מען מוז נישט גיין אזוי עקסטרעם ווי ראטה, מען קען מאכן אין א זאל, נאר נישט געבן עקסטער זאכען וואס שרויפן אויף די פרייז, און מען מוז נישט קויפן מען בכלל וכו'.

אין דער ענד האלט דאס זעלבע ווי ראטה, נאר איין זאך זאגט ער אנדערש, אז די סעודה קומט צו זיין א סעודה ברוב עם, ווייל עס איז דאך א... חתונה.

כ'זעה נישט מיט וואס ער איז ווייניגער עקסטרעם.

א חתונה קאסט ביליגערהייט 14000 דאלאר.

לעומת חתונה מאכען קאסט 70000 דאלאר א צד.

ממילא ווען מען וועט האלטען ביי די לעצטע זיבען טויזענט, וועט מען שוין אדורכקומען צווישן ראטה און ליטוואק.

לעת עתה ברענט א פייער און חוץ ראטה זיצען אלע רבי'ס מיט די קאפ אין די ערד ווי די בת היינט, און דער עיקר סיבה? ווייל זיי מאכן אויך חתונה.
מאנטאג יוני 26, 2017 9:01 pm#376893
איך זעה די כאפסט נישט, ליטוואק איז נאך פון די גרעסטע שטיצער פון די ביליג חתונה מאכן, זיין פראבלעם איז נישט דאס ביליג חתונה מאכן, נאר דער פאקט ווער עס האט עס דורכגעבראכן דאס איז עס איהם זייער שווער צו פארדייען...

מיר קענען איהם באמת העלפן ער זאל נישט מוזן געבן גערעכט פאר טייערע חתונות, מען דארף נאר זעהן אז די קרעדיט זאל נישט גיין פאר ר' יואל ראטה

אפשר קען מען מאכן קליינע שינויים ווי למשל געבן מילכיג ביי די חתונה סעודה וכדומה... איך האב געגעבן איין דוגמה אבער מעןקען זיכער טרעפן נאך שינויים קלים כדי אז מען זאל נישט מוזן געבן די קרעדיט פאר וועם עס קומט...
דינסטאג יוני 27, 2017 10:04 am#376957
עס ווענדט זיך פארוואס מען איז מוחה אויף טייערע חתונות, אויב מען מיינט עס (נעבעך) ערענסט, פיין.

דער פראבלעם איז אז רוב פון די מוחים און שרייערס זענען אומפארגענערס און היפאקריטען. נעם למשל דער (אזוי גערופענע) רעבא, איך וויל נישט דא פורס בשמו זיין, ער האט געהאקט און געפרעדיגט אנטקעגן ראוז קעסטל און אפי' געשאלטען אז דער וואס וועט דארט חתונה מאכען וועט נישט זעהן קיין הצלחה ביי זיינע קינדער, אבער ער איז דאך א רעבא, איז אפאר וואכען נאך דעם האט ער אליין חתונה געמאכט דארט. און אין פוצה פה ומצפצף... קיינער זאגט איהם נישט גארנישט.

אסאך פון די מוחים אנטקעגן טייערע חתונות ווילען אז נאר "זיי" זאלען מעגן אנדערע חס ושלום עס איז דאך דא תקנות, אבער נאר ביז געלט, איינמאהל מען האט אפאר דולר (אדער מען ווערט א רעבא) זענען די תקנות פאר אן אנדערען
דינסטאג יוני 27, 2017 2:05 pm#376993
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס ווענדט זיך פארוואס מען איז מוחה אויף טייערע חתונות, אויב מען מיינט עס (נעבעך) ערענסט, פיין.

דער פראבלעם איז אז רוב פון די מוחים און שרייערס זענען אומפארגענערס און היפאקריטען. נעם למשל דער (אזוי גערופענע) רעבא, איך וויל נישט דא פורס בשמו זיין, ער האט געהאקט און געפרעדיגט אנטקעגן ראוז קעסטל און אפי' געשאלטען אז דער וואס וועט דארט חתונה מאכען וועט נישט זעהן קיין הצלחה ביי זיינע קינדער, אבער ער איז דאך א רעבא, איז אפאר וואכען נאך דעם האט ער אליין חתונה געמאכט דארט. און אין פוצה פה ומצפצף... קיינער זאגט איהם נישט גארנישט.

אסאך פון די מוחים אנטקעגן טייערע חתונות ווילען אז נאר "זיי" זאלען מעגן אנדערע חס ושלום עס איז דאך דא תקנות, אבער נאר ביז געלט, איינמאהל מען האט אפאר דולר (אדער מען ווערט א רעבא) זענען די תקנות פאר אן אנדערען


איך האב הנאה ביזט איש אמת, ממנו ילמדו וכן יעשו אפילו א סקווערער האט נישט מורא צו זאגן די אמת ווען עס קומט קרעדיט פאר'ו ברסלבער
דינסטאג יוני 27, 2017 3:13 pm#377000
Re: טייערע חתונות, פארוואס?
דער נייעם שריט פון יואלי וועט נישט אויפטוהן פאר קיינעם אחטץ אפשר זיין סטאדע. פארוואס? ווייל ער איז וואס ער איז און זיין מעשים זענען מעשה חרבן נישט בנין.

אינטרעסאנט צו באמערקען די ברסלב׳ער ניקס. וויבאלד איך בין נישט קיין סקווערער שוואנץ, בין איך דאך דער וואוילער. ממילא איז מיין פארטיי וואויל, און מיר מעגעו זיין שווענץ פאר אונזער פארטיי. אנטשולדיגט, אבער שוואנץ בלייבט שוואנץ, צו פאר טווערסקי הגר רוקח אדער ראטה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יוני 27, 2017 6:08 pm#377027
צו פאר ליטווישאיזם.