מאנטאג יולי 3, 2017 8:25 am#377597
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/news/anti-jewish-banner-holocaust-memorial-new-jersey-lakewood-synagogue/">http://www.cbsnews.com/news/anti-jewish ... synagogue/</a>
תורה ומדעhttp://www.cbsnews.com/news/anti-jewish-banner-holocaust-memorial-new-jersey-lakewood-synagogue/
טאמבל סאספאר אזעלכע וואס ווילן אביסל הדרכה איידערן גיין אין תפיסה
<a class="postlink" href="http://larrynoodles.com/satmar-flame-throwers/">http://larrynoodles.com/satmar-flame-throwers/</a>
איך אויךקאנאדא האלט אויך ווי פינטער.
עס איז צויי באזונדערע זאכן, מען דארף זיך לערנען א לעססאן אבער דאס מיינט נישט אז עס קומט זיך שטראפן פון צענדליגער יארן. א אויסנאם איז די וואס דרייען אריין אנדערע ווי סאמעט און די וואס זענען ממשיך צו דיפראודען נאכן ווערן געווארנט אזוי ווי סאמעט און די לעיקוואד חברה.
berlbalagulehטאמבל סאוס: ייש"כ. איך קען דעם אלטן 80 יעריגן רעזידענט פערזענליך. איך האב אמאל געארבעט אין איינס פון זיינע לעגיטימע ביזנעסעס. צו מיר איז ער געווען א פיינער און אנשטענדיגער, אפילו פריינטליכער בעה"ב. ער האט געלעבט גוט מיט זיין יונגערן, פארשטארבענעם ברודער. ער האט אבער געמאכט איין גרויסן טעות אין זיין לעבן (וואס האט אפשר גורם געווען צו זיין אונטערברענגונג.) ער האט געקויפט א פראפערטי צוזאמען מיט זיין ברודער. און ביידע משפחות האבן אויפגעבויעט הייזער. די רעזולטאט איז געווען אז די קאזינס האבן זיך פיינט געהאט שנאת מוות. און (לויט ווי שכנים דערציילן) אז זיי האבן געהאט א טעגליכע צערעמאניע פון ארויסגיין א יעדער אויף זיין פארטש און זיך קריגן און צוזאמען שעלטן דעם אנדער'ן.
איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א טויגליכער ענטרעפענעור. נאר שפעטער האביך געהערט אז ער איז געשטאנען אונטער א סאך טונקלע, און אפענע קרימינאלע געשעפטן. ווי שמוגלען געווער קיין סאוט אמעריקע. א סאך פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די היימישע געגנט זענען אויך געווען איהם צו פארדאנקען. א טייל האט ער אפילו אנגעדרייט שלא על מנת לקבל פרס. נאר העלפן איין פראקציע פון א קהילה אקעיגן די אנדערע.
איך פערזענליך האב רעספעקט און דאנקבארקייט פאר איהם. ווייל ער האט זיך אייביג גוט באנומען צו מיר ווען איך האב געארבעט ביי איהם. און געצאלט פונקטליך אין צייט. און אייביג גערעדט בסבר פנים יפות...!
berlbalagulehבלו מאאן: איך האב גערעדט איבער אן אנדערן 80 יעריגן איד וועלכער איז פארמשפט' צו לעבנסלענגליכע תפיסה. אריינגעדרייט דורך זיינע אייגענע נעפיוס (ברודער'ס קינדער) וועלכע זענען געגאנגען אין קאורט און מגלה געווען א טייל פון זיינע מעשים טובים וואס ער האט אנגעשטעלט. זיי האבן נאכנישט אויסגעפונען אלעס. אבער דאס איז א רעזולטאט פון וואוינען בשכינות פון נאנטע משפחה מיטגלידער. אפשר איז דא א הסבר עפ"י נגלה אויך פאר די צוואת ר' יהודא החסיד וועלכער האט געזאגט אז 2 ברידער'ס זאללן נישט וואוינען צוזאמען אין איין הויז. ער האט עס באזירט אויף א פסוק אין די תורה...ס'שטייט. כי ישבו אחים יחדיו...ומת אחד מהם...! אבער, עכ"פ מ'זעהט אז ס'איז נישט א גוטע זאך. א יעדער דארף שטרעבן זיך צו פארטראגן מיט די שכנים. אבער משפחה זאללן זיך נאר טרעפן אויף שמחות. נישט אריין קריכן א יעדער אין דעם אנדער'נ'ס קישקעס...!
טאמבל סאסאיך פארשטיי נישט. דאס אז א מענטש האט א הארץ פון פוטער און העלפט מענטשן מיינט שוין אז מען מעג פארקוקן ווען ער צינדט פייערס, בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, באגנבעט אינשורנס קאמפאניס און פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? ווי שטייט אז א באנטש מיט חסד איז דוחה א באנטש מיט אכזריות? אויף דעם שטייט לא מעוקצך ולא מדובשך.
טאמבל סאסאיך פארשטיי נישט. דאס אז א מענטש האט א הארץ פון פוטער און העלפט מענטשן מיינט שוין אז מען מעג פארקוקן ווען ער צינדט פייערס, בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, באגנבעט אינשורנס קאמפאניס און פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? ווי שטייט אז א באנטש מיט חסד איז דוחה א באנטש מיט אכזריות? אויף דעם שטייט לא מעוקצך ולא מדובשך.
שבת אחיםדי אנדערע זייט משפחה קען איך אויך, איך בין א פערזענליכע פריינד מיט איינע פון זיינע נעפיוס הרה״ח ר׳ ש. י. שליטא פון ב״פ א סאטמאר חסיד מהר״א, ער איז א וויואלער איד א זעלטנע פיינע הארץ, א ריזיגע בעל צדקה בסתר ובגלו. ער קומט צו אלע מיינע שמחת פון אנפאנג ביז די ענדע.
איך קען נישט גלייבן אז אזא איד זאל האבן געטוהן אזא זאך, און למעשה איז ער מיין איך טאקע נישט געוועהן פארמישט אין די פרשה מיטן פעטער.
שמעקעדיגאינזער שמואל היילמאן איז דער הויפט היץ קאפ אין די ארטיקל.:o
<a class="postlink" href="http://www.latimes.com/nation/la-na-new-jersey-orthodox-20170923-story.html">http://www.latimes.com/nation/la-na-new ... story.html</a>