Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!

דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 89 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11654
פרייטאג יולי 21, 2017 5:41 pm#379870
דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
עס איז נישט געווען גרינג, אבער נאך אלע שוועריגקייטן זענען מיר גאר פרייליך צו מעלדן אז דער וועקער נומער 9 איז שוין געגאנגען צום דרוק, און וועט זיין צו באקומען אנפאנג קומענדיגע וואך.
פרייטאג יולי 21, 2017 5:43 pm#379871
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
חסדי השם כי לא תמנו,
העמיר האבן וואס צו ליינען 'נעקסטע' וואך שבת
פרייטאג יולי 21, 2017 6:38 pm#379881
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
א געשמאקע ניין טעג??
פרייטאג יולי 21, 2017 7:04 pm#379884
קוקט אויס געזינטע טאפיקס.
ביז היינט האב איך געפרעגט פארוואס דויערט אזוי לאנג.
כפרעג שוין נישט.
זונטאג יולי 23, 2017 8:27 am#379925
כזעה עס שוין אויף עמעזאן, כ'קען שוין קויפן אדער דארף ווארטן אויף א ספעציעלן מעלדונג? עס ווייזט ווייטער דעם בעק קאווער האפנטליך קען מען עס נאך אויסגראדן.
זונטאג יולי 23, 2017 10:40 am#379936
בן תמליון האט געשריבן:כזעה עס שוין אויף עמעזאן, כ'קען שוין קויפן אדער דארף ווארטן אויף א ספעציעלן מעלדונג? עס ווייזט ווייטער דעם בעק קאווער האפנטליך קען מען עס נאך אויסגראדן.

נאך נישט קויפן, און דער פרייז איז נאך נישט ריכטיג.
זונטאג יולי 23, 2017 10:42 am#379937
אינהאלט
זונטאג יולי 23, 2017 11:00 am#379938
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
אז לעיקוואד האט געשיקט א מאמר האט זיך זיכער געלוינט דאס ווארטן!
זונטאג יולי 23, 2017 11:25 am#379948
לויפט און קויפט!

m https://www.amazon.com/gp/aw/d/1973834480/ m
זונטאג יולי 23, 2017 11:29 am#379949
יא! ראובן האט דאס נאכאמאל באוויזן!
אין די צייט וואס יעדער איינער מיינט אז מיט יעדער אויסגאבע ווערט די ארבעט לייכטער און לייכטער, אזש מ'נעמט דאס פאר גרענטעד, איז אבער די מציאות פארקערט גאר.
דעס מאל האט ער געארבעט כמעט איינער אליינס און דאס דורכגעשוויצט ביזן זיך דערזעהן מיט נאך א הערליכן וועקער, ביז צום לעצטען דיטעיל!
בשם כל הקהל הקודש; א ריזיגן יישר כח. איך ווארט בכליון עינים דאס צו ליינען בקרוב.

א דאנק וואס האבן צוגעלייגט א פלייצע. ובפרט די גראפיקער.

ידידך עוז
פיקאסא
זונטאג יולי 23, 2017 12:02 pm#379950
רבותי, איך בין אין טיפער שאק, איך וועל זיך מודה ומתוודה זיין אז איך האב שוין כמעט אויפגעגעבן אויף דעם וועקער, די שווערעקייטן מיט וואס עס איז דאס מאל אנגעקומען איז כמעט נישט צום באגרייפן, יעדעס מאל איז עס א אויסטערלישע אונטערנעמונג אבער דאס מאל איז עס עולה על כולנה, און ווען מען ליינט דעם אינהאלט און מען באטראכט דעם דעקל רופט דאס ארויס שטוינונג אפילו סתם אזוי, כ''ש ווען מען ווייסט וואס עס ליגט אלס אונטער דעם,

קאדאקס ATUB @ראובן ATUB .
זונטאג יולי 23, 2017 12:23 pm#379951
מזל טוב!

נאר פון דער דעקעל קען מען זע'ען אז דאס איז עפעס אויסערגעווענדליך.

רבותי! דער געדרוקטע מעניו פאר אונז איז אלץ געווען אויף אן אופן אז דו ביסט נישט קיין מענטש אויף וועמען מ'קען זיך פארלאזען. מ'האט אלץ מורא געהאט צו געבען חומר צו טראכטען. דער וועקער איז דער ערשטע מיט אמת'ער כבוד פאר דער מענטשהייט. קוק די אויסוואל פון נושאים וואס מ'קען דא ליינען. קיינער זאגט דיר 'נע, ס'איז נישט פאר דיר', קיינער וויל נישט באהאלטען גארניש פון דיר. דער וועקער איז אן איינליידעננג פאר דיר אז דו ביסט א וויכטיגער מענטש! יא, דיין מיינונג איז וויכטיג, און דו האסט א פלאץ ביים טיש און דו קענסט אויך הערען אינפארמאציע און דאס איינשלינגען, פארשטייען און דערהערען. מעגסט זיך דינגען, צולייגען און אפווענדען. אבער שלאפען גייסטו נישט. הכי קרא שמו וועקער.
מיט'ן קויפען דער וועקער האסטו אנגענומען דער קאמפלימענט, דו האסט זיך באקרוינט מיט'ן נאמען פון א מענטש צווישען מענטש, נישט קיין נומער, און נישט איינער וואס אנדערע זענען מחליט וויאזוי ער זאל טראכטען און וואס דארף פארהוילט ווערען פון איהם.

א דאנק פאר אלע שרייבערס (דאס מאל בין איך נישט איינער פון זיי, מערצעשעם נעקסטע מאל) און ארבעטארערס, דער גראפיקער הרוצה בעילום שמו, ועל כולם המנצח על מלאכת בית ה' ATUB @ראובן ATUB
זונטאג יולי 23, 2017 12:55 pm#379952
יעצט קען יעדער יחיד האבן א חלק און די הצלחה פונעם וועקער דורך שיקען צו אלע באקאנטע און פריינד די בייגעלייגטע עד
צוזאמען מיט די לינק:
m https://www.amazon.com/gp/aw/d/1973834480/ m

שרייבט אויך צו אפאר ווערטער כחכמתך.
דעס האב איך געשריבן צו מיינע חברה:

העלא!
האסט שוין געזעהן דעם נייעם וועקער פארן זוממער?
אויב נישט באשטעלט דאס יעצט אויף עמאזאן. איך גאראנטיר דיר א שיינע פאר שעות קורת רוח!
זןך אויף עמאזאן veker 9 אדער דרוקט אויף דעם דיירעקט לינק:
m https://www.amazon.com/gp/aw/d/1973834480/ m

טיים טו גאו וויירעל!
זונטאג יולי 23, 2017 1:30 pm#379953
מ'פרעגט מיר וועגן דעם "שקר-ליין" ארטיקל, וויל איך קלאר מאכן דאס וואס ווערט קלאר געמאכט אין דעם ארטיקל זעלבסט.
די פארפּעסטיגונג פון שקר ביי אלע אונזערע אויסגאבעס איז אן עקלהאפטיגע ערשיינונג, און מ'דארף לוחם זיין קעגן דעם.

קינדליין איז בשום אופן נישט ערגער ווי אנדערע אויסגאבעס. פארקערט, איך פערזענליך נעם קינדליין ערנסטער ווי די אנדערע ווייל כ'ווייס אז זיי האבן א געוויסע אינטערעסע צו זיין בעסער, און ווייל זיי זענען געווידמעט פאר קינדער.

קינדליין האט נישט קיין דין אויסגאבע, נאר א דין "פענאמען". דאס איז אן ערשיינונג ביי אונז און פארדינט אונזער אויפמערקזאמקייט. כ'ווייס אז קינדליין איז סענסיטיוו צו קריטיק, אבער דער פאקט אז קינדליין ווערט ארויסגעהויבן ווי די וויכטיגסטע צווישן אלע היימישע אויסגאבעס איז נאר א פאזיטיווע זאך פון א מארקעטינג פערספעקטיוו. פון קינדערלעך איז ניטאמאל ווערד צו רעדן.
זונטאג יולי 23, 2017 3:32 pm#379984
ראובן האט געשריבן:כ'ווייס אז קינדליין איז סענסיטיוו צו קריטיק,

:like
איידל געשריבן...
זונטאג יולי 23, 2017 3:39 pm#379988
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
שוין באשטעלט, איך ווייס נישט צי דאס איז ערלויבט פאר די 9 טעג, נעם איך זיך אינטער אז איך וועל מאכן א סיום אויפן וועקער.
זונטאג יולי 23, 2017 3:56 pm#379989
WOW
אין קוים עטליכע שעה...
קאוד: וועל אויס אלע
Amazon Best Sellers Rank: #2,221 in Books
#1 in Books > Religion & Spirituality > Judaism > Movements > Orthodox
זונטאג יולי 23, 2017 4:00 pm#379991
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
ראובן האט געשריבן:WOW
אין קוים עטליכע שעה...
קאוד: וועל אויס אלע
Amazon Best Sellers Rank: #2,221 in Books
#1 in Books > Religion & Spirituality > Judaism > Movements > Orthodox

די רענק גייט ארויף דורך די צאל קאפיעס וואס ווערן פארקויפט? אדער ווען א אייטעם ווערט פארקויפט שנעל? אדער ביידע?
זונטאג יולי 23, 2017 4:19 pm#379997
ראובן האט געשריבן:מ'פרעגט מיר וועגן דעם "שקר-ליין" ארטיקל, וויל איך קלאר מאכן דאס וואס ווערט קלאר געמאכט אין דעם ארטיקל זעלבסט.
די פארפּעסטיגונג פון שקר ביי אלע אונזערע אויסגאבעס איז אן עקלהאפטיגע ערשיינונג, און מ'דארף לוחם זיין קעגן דעם.

קינדליין איז בשום אופן נישט ערגער ווי אנדערע אויסגאבעס. פארקערט, איך פערזענליך נעם קינדליין ערנסטער ווי די אנדערע ווייל כ'ווייס אז זיי האבן א געוויסע אינטערעסע צו זיין בעסער, און ווייל זיי זענען געווידמעט פאר קינדער.

קינדליין האט נישט קיין דין אויסגאבע, נאר א דין "פענאמען". דאס איז אן ערשיינונג ביי אונז און פארדינט אונזער אויפמערקזאמקייט. כ'ווייס אז קינדליין איז סענסיטיוו צו קריטיק, אבער דער פאקט אז קינדליין ווערט ארויסגעהויבן ווי די וויכטיגסטע צווישן אלע היימישע אויסגאבעס איז נאר א פאזיטיווע זאך פון א מארקעטינג פערספעקטיוו. פון קינדערלעך איז ניטאמאל ווערד צו רעדן.



באשטעלט! יישר כח פאר'ן מגלה זיין פרצופם פון "... ליין" אויפן דעקל, דו געב נישט קיין דעקל פאר קיינעם...
זונטאג יולי 23, 2017 7:27 pm#380010
באשטעלט.
זונטאג יולי 23, 2017 8:01 pm#380011
אן עמעזאן רעוויו.
זונטאג יולי 23, 2017 8:08 pm#380012
נוסח יצחק לאווי
זונטאג יולי 23, 2017 8:48 pm#380018
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
ראובן האט געשריבן:WOW
אין קוים עטליכע שעה...
קאוד: וועל אויס אלע
Amazon Best Sellers Rank: #2,221 in Books
#1 in Books > Religion & Spirituality > Judaism > Movements > Orthodox

האלט שוין ביי 1,973
מאנטאג יולי 24, 2017 11:31 am#380083
באשטעלט!

יי"כ @ראובן און די גאנצע מערכת.
מאנטאג יולי 24, 2017 11:54 am#380084
באשטעלט. א גרויסן דאנק פאר ATUB @ראובן ATUB און פאר אלע וועלכע האבן צוגעלייגט א האנט צו די שווערע ארבעט.
מאנטאג יולי 31, 2017 2:57 pm#380886
א טייל פון ק''ש, און א טייל זענען אריינגעקומען אין אימעיל.
מאנטאג יולי 31, 2017 6:13 pm#380917
כ'בין אביסל שפעט דא, אבער איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן יישר כח פאר ATUB @ראובן ATUB והחבורה פאר די געטליכע וואונדערליכע אויסגאבע. יישר כח אויך פאר'ן איינפאקן מיינע ווערק אין מייסטערהאפטיגע גראפיקס.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:53 pm#381240
וועלעכע ארטיקעל האט גידארפט דו שווערע גרעפעקעס?
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:20 pm#381250
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'בין אביסל שפעט דא, אבער איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן יישר כח פאר @ראובן והחבורה פאר די געטליכע וואונדערליכע אויסגאבע. יישר כח אויך פאר'ן איינפאקן מיינע ווערק אין מייסטערהאפטיגע גראפיקס.

דיינע מייסטערהאפטיגע ארטיקלען האבן מיר אנגעמאכט ביידע פשטים פון ויחד יתרו.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:56 pm#381306
חמלה גדולה האט געשריבן:וועלעכע ארטיקעל האט גידארפט דו שווערע גרעפעקעס?

ס'איז נישט אריין ווייל קיינער האט זיך נישט אנגערופן.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 9:16 pm#381313
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'בין אביסל שפעט דא, אבער איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן יישר כח פאר @ראובן והחבורה פאר די געטליכע וואונדערליכע אויסגאבע. יישר כח אויך פאר'ן איינפאקן מיינע ווערק אין מייסטערהאפטיגע גראפיקס.

זעהר שיינע שטיקל פאעזיע, בארירענד.
די גראפיקס איז עפעס אויסערגעווענליך, אנע גראפיקס וואלט עס געווען כנשמה בלי גוף.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 5:03 pm#381480
א פרישער שיפמענט איז היינט דעליווערט געווארן צום ניוזסטענד 13-49 אין בארא פארק.
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:27 pm#381722
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
קודם וויל איך אפגעבן א גרויסן יישר כח פאר דע אלע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיטן ארויס געבן דעם וועקער, און בעיקר פאר @ראובן מיט @שלום שטיסל (ראובן'ס לעצטע נאמען ווייסעך נישט) כ'ווייס אז כ'בין שוין אביסעל שפעט דא, מ'האלט שוין אין מיטן גרייט מאכן דע נייע וועקער און כ'בין נאך ביזי מיטן אלטן, אבער ענדערש שפעטער ווי קיינמאל. 


דער אמת איז אז דאס מאל האבעך געהאט ווייניגער צייט ווי ביים וועקער נומ' 8 דאן האבן מיר געהאט שבועות אסאך צייט מיט רואיגע מינוטן ווען צו ליינען, און דאס מאל איז דא ארטיקלן מיט מער טיפערע אינהאלט וואס דאס פארלאנגט מער קאנצעטראציע.


גלייך ווען כ'האב עס געקויפט האב איך מיך ארויס געלאזט אויף א געיעג צו טרעפן את שאהבה נפשי, אבער ביקשתיו ולא מצאתיו, מיין פעיוואריט יואב איז נישט צום באקומען.

כ'בין זיכער אז כ'בין נישט די איינציגסטער וואס האט עס גשפירט. אבער דאס איז ח"ו נישט קיין טענה צו @ראובן, נאר צו @יואב אליין. קען זיין אז @יואב ברוח קדשו האט געוויסט אז דער וועקער וועט ארויסקומען אין סאמע ראש חודש אב וואס מ'איז ממעט בשמחה, האט ער נישט געוואלט מכשיל זיין קיינעם, אקעי כ'געב עם דע בענעפיט אוו דע דאוט.


כ'האף אז אינעם נעקסט וועקער הבע"לט וועט @יואב באשיינען מיטן פולן פראכט, ס'גייט ערשיינען אין אלול-תשרי, ווי ס'הערשט א "רעדה", מוז מען האבן דעם יואב'ן אביסעל אריין צו שיינען דעם "וגילו" אויך.


מיין בעסטע ארטיקל דערווייל איז ראובן'ס "אמונה קריזיס" פארדעם פארלאנגט זיך אן עקסטערע תגובה.
מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:46 pm#382650
:lol:
ער האט זיך דערמאנט...

m http://bshch.blogspot.com/2017/08/blog-post_5344.html m
זונטאג אוגוסט 20, 2017 12:26 pm#382885
עספיעט צו לעזען.

אלעס שיין, אבער די קאפלאן א מייסטערווערק און א מוסטער - איז עס - פאר אנדערע שרייבער. ווינדערן עס טוט מיר - שטארק, פארוואס קאפלאן האט דעם דעקל נישט געמאכט.
זונטאג אוגוסט 20, 2017 12:37 pm#382887
קאפלאן איז זייער פראמינענט אויפ'ן דעקל.
זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:32 pm#382892
Re: דער "וועקער" פאר'ן זומער איז שוין דא!
ווען איז די דעדליין?
זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:31 pm#382896
קומענדיגער מיטוואך איז דער דעדליין פאר דער תשרי אויסגאבע, און דער שרייבן פארמעסט.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:26 pm#384053
איך האב שוין ארויפגעשטעלט דער ראדימנער פראצעס פארזעצונג פון דער זומערדיגן וועקער. ליינט און האט הנאה.
הערות והארות זענען וועלקאם.

א גרויסן שכח ATUB @ראובן ATUB פאר דיין הילף, דו טוסט א געניטער ארבעט!