Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10592
זונטאג אקטאבער 30, 2016 7:07 pm#353195
אנגעהויבן ארבעטן אויף די פערדע פארזעצונג. וועט ערשיינען אינעם 'אסיף' בקרוב.
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 3:34 pm#354536
דער ראדימנער פראצעס - פערדער פארזעצונג (אסיף):
פון זלאטע'ס שידוך מיט דאמיניק'ן האט זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז. זלאטע איז צוריק געקומען פון מאריענבאד קיין ראדימנא, אבער האט איר חתן אברהם נישט געקענט געפונען.

דאמיניק האט דערשנאפט פון דאס ביסל אינפארמאציע וואס ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף איר, אז זי איז פאר אים נישט פאסיג. אן אנטוישטער, האט ער אפגעהאקט די צוגרייטונגען צום חתונה, און געבראכן דעם שידוך. ווייזנדיג זלאטע'ן זיין רוקן, האט ער זיך צוריקגעדרייט צו זיין רוטינער לעבן ווי ביז יעצט.

זלאטע האט געווענדעט אירע טריט צום באן סטאנציע אפרייזנדיג צוריק קיין אושווענצים. אין אושווענצים איז זי אריבער איינשטיין ביי איר פלומעניק דוד ווייס. זלאטע האט פיין פארברענגט ביי איר פלומעניק און פלומעניצע אין שטוב, שמועסענדיג זכרונות און פאמיליע אנדענקענישן.

זלאטע האט זיי פארציילט, אז זי האט דא אין פוילן קרובים פון איר פארשטארבענער מאן בצלאל: "דאס איז דער ראדימנער רב מיט זיין משפחה, זיי האבן מיך גאר שטארק מקרב געווען ווען איך בין אנגעקומען קיין פוילן. ער גייט אין די נאנטע טעג אריבערשיקן צוויי פון זיינע טעכטער מיט א מתנה פאר מיר".

***

ווי ערווארטעט זענען די ראדימנער רבי'נס טעכטער אנגעקומען קיין אושווענצים. די טעכטער מאניע האלבערשטאם און חוה קלינגבערג האבן אנגעקלאפט אין טיר פון דוד ווייס, וואו זיי זענען פארבעטן געווארן זיך היימיש צו מאכן.

די ערשטע פאר טעג זענען געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג. זיי האבן שטילערהייט פארהאנדלט מיט זלאטע, אז זי זאל פון זיי פארשוואונדן ווערן אויף אייביג. זלאטע האט זיך געהאלטן ביי אירס, און זיי האבן איר אהין דערלאנגט נאך צוויי שנירלעך פערל, האפנדיג אז דאס וועט ווירקן אויף אירע פארלאנגען - אבער אומזיסט.

זיי האבן אפילו אהין געגעבן דאס טייערסטע: דער טאביק פושקעלע פונעם הייליגן בני יששכר. דער טאביק פושקע וואס ער האט באקומען בירושה איז געווען פון זייער טאטע'נס טייערסטע און חשוב'סטע חפצים וואס ער פלעגט היטן דערויף ווי אויף זיינס א קינד.

דוד איז שאקירט געווארן הערענדיג די קראקאווער רעבעצין קלינגבערג ספאזמירט און קוויטשעט: "איך וויל נישט לעבן! איך וועל נישט איבערטראגן די חרפה!".

- "וואס גייט דא פאר?" האט זיין שאלה געלאנדעט, האלב צו זיך האלב צו רעבעצין קלינגבערג.

די ראדימנע טעכטער, פרוי קלינגבערג, און פרוי האלבערשטאם - די צאנזער רעבעצין, האבן אויסגעבראכן אין א געוויין, פארציילנדיג פאר דוד ווייס וואס ס'גייט דא פאר. "מיר זעען נישט קיין וועג ארויס! העלף אונז ארויס אין אונזער טרויעריגער לאגע. אונז וועלן זיך מער פאר קיין מענטשן זיך נישט קענען באווייזן דאס פנים פון בושה" - האבן זיי אונטער געקרעכצט.

דוד האט אפירגענומען זיין מומע זלאטע און איר א פרעג געטון: "זלאטע, זאג מיר, וואס דא גייט פאר? די גאנצע מעשה".

זלאטע האט אים פארציילט אלץ וואס האט זיך אפגעשפילט, און וואס זי פארלאנגט פון דער ראדימנער רבי'ן. "אויב ער האט מיט מיר חתונה געהאט, זאל ער זיך אפטיילן פון זיין פרוי" - איז זלאטע מסביר ווי א געניטער אדוואקאט.

- "אבער אלץ א רב, א צדיק, וואס וואוינט שוין מיט זיין פרוי דרייסיג יאר, קען ער דאס נישט האבן געטון", אייסערט זיך איר נעפיו ווייס.

- "געבט נאר א קוק! דא האט איר דעם דאקומענט אז ער האט לעגאל חתונה געהאט צו מיר! פארוואס מאכט איר מיר צונישט?", שרייט זלאטע מיט קענטיגער אויפברויז.

מר. ווייס האט אזאנס מער נישט געקענט דערהייבן.

- "טרעפט אייך א צווייטער דירה וואו זיך אויפצוהאלטן. גייט וואו איר ווילט, אבער ביי מיר קענט איר נישט בלייבן", האט ער איר קלארגעשטעלט אומצוויידייטיג.

***

זלאטע איז ארויס שפאצירן איבער די אושווענצינער גאסן, און דערנאך איז זי אריבער צו א צווייטן, א באקאנטן אין אושווענצים, חיים פויזנער.
1. דער אידישער מארק אין אושווענצים.jpg
דער אידישער מארק אין אושווענצים

ביי פויזנער'ן האט זלאטע פריש אנגעהויבן צו שיקן בריוון צום ראדימנער רבי'ן. אין אירע בריוון פלעגט זלאטע שרייבן איבער איר לאגע. צומאל פלעגן די בריוון זיין געשריבן פול מיט ווייטאג, א צווייט מאל פון אויפרעגעניש, און א דריטע מאל פון בענקעניש צו זיין 'שלום עליכם' און 'קידוש מאכן'...

יעצט ביי פויזנער אינדערהיים האט זי אפגעשריבן גאר א שארפן בריוו, ווי זי טאדעלט דעם ראדימנער רבי'ן מיטן מיטלסטן פינגער...

מיר וועלן ציטירן א קליין שטיקל פונעם בריוו (דער בריוו אין פולן קאנטעקסט וועט פארגעליינט ווערן און א שפעטערע קאפיטל), ווי זי שרייבט אים איבער דעם דיאלאג וואס זי האט געפירט מיט דעם רבי'נס טעכטער ביי ווייס אינדערהיים:

"בשעת דיינע טעכטער זענען דא געווען, האב איך זיי געזאגט: ענטווערער-אדער: אדער איך וועל געבן אייער מאמע'ן 4000 דאלאר, זי זאל נעמען פון דיר א גט, און ארויף גיין קיין ארץ ישראל, און אויב נישט, זאלסטו מיר געבן א גט.

איך האב זיי אויך דערמאנט דער משפט פון שלמה המלך מיט די צוויי ווייבער, מיטן לעבעדיגן קינד. די מאמע פון לעבעדיגן קינד האט רחמנות געהאט און געזאגט: "געבט איר אוועק דאס קינד". אזוי איז ביי מיר אויך דאס אייגענע... אדער די ווילסט לעבן מיט מיר אזוי ווי דער סדר העולם איז, אדער, פארפאלען, בלייבן ביי יענע, און געב מיר א גט...

...דערמיט וואס דו האסט אהער געשיקט דיינע צוויי טעכטער, אז זיי זאלן מיט מיר דורכקומען, האסטו זיך גאר קיין טובה נישט געטון. טאמער האט נאך קיינער נישט געוואוסט, איז דער עולם - דורך דיינע טעכטער - געוואהר געווארן די גאנצע מעשה..."

***

די צוויי רעבעצינ'ס זענען אהיימגעפארן פון אושווענצים מיט ליידיגע הענט, נישט באווייזנדיג צו עררייכן א פארשטענדעניש מיט זלאטע'ן. איידער די טעכטער האבן זיך געשיידט, דער ערשטער קיין קראקא, און דער צווייטער קיין צאנז; האט פרוי קלינגבערג געמאלדן פאר זלאטע, אז אויב קומט זי קיין קראקא, קען מען אפשר זעהן עפעס אויסצוארבעטן, אז זי זאל זיין גליקליך און צופרידן.

ווען מאניע האלבערשטאם איז אהיימגעקומען קיין צאנז, האט זי באשלאסן איינצושפאנען חיים לעהרער פאר הילף. מאניע האט געוואוסט אז חיים לעהרער איז א געשוואוירענער אנהענגער פון איר טאטע'ן, דער ראדימנער רבי'ן, און וועט גרייט זיין צוצולייגן א פלייצע ארויסצוהעלפן. זי האט אויסגעפאקט דאס גאנצע פעקל אירע פאר לעהרער'ן, האפענדיג אז די ישועה ליגט ביי אים.  

חיים האט ארויסגעוויזן גרויס מיטלייד און סימפאטיע צו פרוי האלבערשטאם'ס נעבעכדיגער שילדערונג.

- "זארגט נישט, איך וועל טון וואס איך קען צו העלפן אייער טאטע'ן!", האט לעהרער געזאגט, נאכן אויסהערן אירע קרעכצן און זיפצן, אן איר איבערהאקן אפילו איין מאל.

לעהרער, ווילנדיג זיין זיכער אז זאכן גייען ריכטיג, האט זיך תיכף פארבינדן מיט א לעגאלן אדוואקאט צו הערן ראט און נעמען שריט.

חיים לעהרער איז אראפגעפארן קיין קראקא צום הויז פון הרב מענדיל קלינגבערג (איידעם ביים ראדימנער) אויף כאזשע ציאלא - גאס נומער 12. לעהרער און קלינגבערג זענען ארויס אויף א שפאציר  מטכס עצה צו זיין  וויאזוי מען זעט זיך ארויס פונעם פלאנטער.

- "זלאטע איז געווען ביי מיר אינדערהיים, און דרייט מיר דאס קאפ וועגן מיין שווער, זאל זי גיין צו אלע רוחות און צוריה לאזן", האט הרב קלינגבערג זיך אפגערעדט פאר לעהרער.

2. א מזט צום שידוך שליסן פון הרב מענדל קלינגבערג.png
2. א מזט צום שידוך שליסן פון הרב מענדל קלינגבערג.png (64.26 KiB) געזען געווארן 10564 מאל

אזוי שפאצירנדיג איבער די קראקעווער אידישער געסלעך, געבט הרב קלינגבערג א ציה דאס ארבל פון לעהרער, און פינטלט מיטן פינגער: "געב א קוק! דארט שפאצירט זי די שווארצע זלאטע!".

- "דו בלייב דא פון אונטערוויילעכץ, קום נישט מיט", שעפשעט לעהרער, געכאפט אין א קענטיגער שאק.

[center]
3. קראקאווער אידן  קופקענען אין די  אידישע געסלעך.jpg

קראקאווער אידן קופקענען אין די אידישע געסלעך
[/center]
לעהרער האט אנגעהויבן שפרייזן מיט שנעלע טריט, גרייכנדיג זלאטע ביים נעקסטן געסל.

- "מומע'שי איר זענט א היגער?".  

- "וואס איז דאס אייער עסק, יונגערמאן?".

- "איך האב א קראנק קינד, און איך דארף א רבי'ן".

- "ווי אזוי הייסט אייער קינד מיט דער מאמע'ס נאמען?".  

- "איר זענט א רבי?".

- "איך קאן דאס זעלבע וואס א רבי קאן!".

מיט דעם האט זיך געענדיגט די ערשטע געשפרעך צווישן חיים לעהרער און זלאטע רובין.

***

חיים איז פון דארט אוועק צו קלינגבערג אינדערהיים זיך אראפצולייגן, און אויסרוען די פעקל ביינער פונעם לאנגן רייזע.

הרה"ג ר' מנחם מענדל קלינגבערג - נשיא פועלי אגודת ישראל אין קראקא, האט קיין גרויס הויז נישט געהאט, האט ער פלאצירט לעהרער צו שלאפן אינעם קינדער צימער, אינאיינעם מיטן קליינעם רייזקע קלינגבערג.  

4. רויזעלע קלינגבערג.jpg
רייזקע (שושנה) קלינגבערג


שלאפן האט ער ממילא נישט געקענט, האט ער צוגענייגט אן אויער צו הערן וואס זלאטע רובין וועט באלד האבן צו פארקויפן ווען זי קומט אהער.

באלד דערויף, איז זלאטע ארויפגעקומען צו די קלינגבערג'ס אינדערהיים. זלאטע האט ליארעמט און פארפירט:

- "שטארבן זאל ער שמואל'קע, אבער קומען מוז ער!",  האט זי קאמאנדעוועט.

- "ווער איז דא אין שטוב?" האט זי געפרעגט, נאכן ארויסהערן הוסערייען פונעם קינדער שטוב...

- "אה, דאס איז דער ראדימנער רב'ס עלטערער זון, יאנקעלע פון לאנדאן, דזשעק פון לאנדאן" (הרה"ג יעקב יוסף שפירא, מח"ס רשמי שאלה על מקוואות).

זלאטע עפנט דער טיר פון קינדער צימער, און בלייבט שטיין א געפלעפטער זעהענדיג דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער מענטש, וואס האט פריער געזוכט א רפואה פאר זיין קראנקן קינד...
 

וואס האט פאסירט ווייטער?

ליינט מיט שפאנונג אינעם קומענדיגן קאפיטל...
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 5:44 pm#354559
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
געוואגטער א גרויסן יישר כח, פאר דיין טירחא להכין אותנו כשולחן ערוך מוכן צו ליינען, פון דאס דראמאטיש שטיקל היסטאריע.
כהאף נאר אז אפילו די וועקער וועט נישט ממשיך זיין אזוי ווי ביז אהער, נאר אויף אן אנדערע אופן, אבער דיין ארטיקל וועט ווייטער אנגיין...
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:45 pm#354880
בל"נ לפי הזמן והזימון.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:44 pm#354897
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
שטארק הנאה געהאט חזק ואמץ
מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:47 pm#359937
יעצט צוגעענדיגט די פיפטע פארזעצונג.
אנטשפרעכט צו אנטהאלטן שטורמישע און דראמאטישע מאמענטן.

וועט אי"ה ערשיינען אינעם פראכטפולן וועקער זשורנאל בקרוב.
זונטאג יאנואר 22, 2017 2:09 am#360285
פארוואס דווקא דארט לייג דא אויך ארויף בבקשה

שכוח
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:18 pm#361745
זייער אינטרעסאנט דער נייעם חלק אינעם וועקער
אבער טייערע געוואגטער ווען באקומען אונז דער נעקסטער קאפיטל?
איך געב א לייק פאר יענעם ארטיקל דראט
אונז ווארטן מיט דארשט
מיטוואך פעברואר 08, 2017 5:23 pm#362312
יעצט געליינט אינעם וועקער. העכסט אינטערעסאנט און עלעגאנט געמאסטן.
מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:36 pm#362322
ווי קען איך זעהן די חלק וואס מען האט געשריבן אין די וועקער
איך וויל אויך זעהן ...
מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:17 pm#362331
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
פרעג גאנצל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:22 pm#362333
לץ
___
ס'וועט האפענטליך ארויף גיין נאך שבת.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:23 pm#362678
דער ראדימנער פראצעס - פיפטער פארזעצונג (וועקער 7#)
אין קורצן פון פריער:

די סענזאציאנאלע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט א צירקע ניינציג יאר צוריק, אינעם שטעטל ראדימנא אינעם אידישן פוילן. איין שיינעם טאג איז אנגעקומען צום ראדימנער רב אינדערהיים א פרוי זלאטע רובין, וואס איז געווארן אנגעגעבן אלס א קרוב פון אמעריקע, און איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס כבוד.

נאך עטליכע טעג האבן דעם רב'ס טעכטער געהערט ווי זי אמפערט זיך מיט זייער טאטן אז ער קומט איר א גט, און זי האט געשריגן אז טאמער באקומט זי עס נישט גייט זי מאכן א סקאנדאל. הערשט יעצט האבן זיך זיי געכאפט אז די מאדנע סטראשונקע בריוו צו זייער טאטן וואס זיי האבן געליינט און שנעל צוריק פארקלעבט, קומט פון איר. זיי האבן פארהאנדלט מיט איר דורך געבן צירונג און געלט און אפילו אנגעטראגן א שידוך פאר איר, אלעס כדי זי זאל זיך האלטן דאס מויל און אפטראגן פון שטאט. למעשה פונעם שידוך האט זיך אויסגעלאזט א זייפן-בלאז.

זלאטע האט געהאלטן אין איין שיקן בריוו, און דער הויף האט נאכאנאנד פרובירט איר צו פארגיטיגן און פארשווייגן.

יעצט ווען זלאטע האט געוויילט אין קראקא ביים ראדימנער רבי'נס איידעם קלינגבערג, האט זיך געמאכט איין טאג ווען זי האט שפאצירט אויף דער גאס אז דער ראדימנער רב'ס איידעם האט שפאצירט הינטער איר מיט א חבר זיינעם, חיים לעהרער, א געשוואוירענער אנהענגער פונעם ראדימנער רבי'ן. לעהרער איז געלאפן פאראויס און זיך צוגעשארט צו איר, פרעגנדיג צי זי ווייסט וואו עס וואוינט א רבי וואס קען וואונטשן זיין מ'כלומר'שט קראנק קינד. אזוי האבן זיי פארפירט א שמועס פאר עטליכע מינוט. דערנאך ווען זלאטע איז צוריקגעקומען צו קלינגבערג אינדערהיים איז לעהרער געווען באהאלטן אינעם צווייטן צימער, אונטערהערנדיג אירע פלאפלערייען. ווען זלאטע האט געהערט א גערודער פונעם צווייטן צימער האט מען איר בארואיגט אז דאס איז יאנקעלע, דעם רבי'נס זון פון לאנדאן. זלאטע האט אים געוואלט זעהן, איז זי צוגעגאנגען געבן א בליק אריין.

זלאטע געבט א דריי דאס קלאמקע און בלייבט שטיין ערשטוינט... דאס איז דאך נישט קיין צווייטער ווי דעם מענטש וואס זי האט פריער געזען אויף דער גאס!

-----

 - "וואאאאס?! דו ביסט יאנקעלע," גיט זלאטע א קוויטשע. "איך האב דאך דיר ערשט יעצט געזען אויף דער גאס?"

חיים לעהרער האט באשלאסן ער האט קיין צוויי ברירות נאר שפילן 'יאנקעלע'.

- "פרוי לעבן, וואס רעדט איר? איך בין נארוואס אנגעקומען פון לאנדאן נאכדעם וואס כ'האב באקומען א דעפעשע אז די מאמע מיינע איז קראנק."

- "אבער איר זענט צום רבי'ן גארנישט ענליך," פרעגט זלאטע צעטומלט.

- "איר זעט נישט איך פארמאג דעם זעלבן שווארצן בארד ווי דעם טאטן?"

זלאטע האט פארצויגן א שמועס מיט יאנקעלע, בעטנדיג אז ער זאל ערלעדיגן פונעם רבי'ן א גט וואס קומט זיך איר ערליך.

"יאנקעלע, זייט וויסן, איך בין דאך נישט אייער מאמע, נאר א שטיף מאמע. זאג דעם טאטן ער זאל מיך געבן א גט! ער דארף דאס טון דערפאר ווייל איך האב א קינד פון דיין פאטער."

אויף זיין פראגע ווי אזוי זי האט געקענט קומען קיין פוילן איבערלאזנדיג דאס קינד אליינס, האט זי ערקלערט, "איך האב דאס קינד איבערגעלאזט ביי א חבר'טע."

"זלאטע, איך בין שוין 49 יאר, איך וואלט געווען נייגעריג צו זען ווי אזוי עס זעט אויס מיין ניי-געבוירענעם ברודער," זאגט יאנקעלע האלב סארקאסטיש.

"וואס וואונדערסטו זיך אזוי? איך בין נישט מער ווי 50 יאר, אין מיינע יארן קען מען נאך האבן קינדער."

יאנקעלע האט זיך מער שוין נישט געקענט באהערשן. דאס געדולד זיינע האט געפלאצט, און האט זיך גענומען שרייען מיט קולות: "דו פרעכע ליגנערין וואס דו ביסט! דיין טאטע איז מרדכי פערלמאן און איז שוין אוועק באלד 60 יאר!"

זלאטע האט פון גרויס אויפרעגונג געוויזן א העכסט מיאוס'ן סימן, ווי צו ווייזן אז זי איז ווירקליך נאך רעלאטיוו א יונגע פרוי, און האט האסטיג אוועקשפאצירט.

זלאטע איז א טאג דערנאך פון דארט אוועק מיט איר קרוב דוד ווייס פון אושווענצים.

אין באגלייטונג פון איר פלומעניק דוד ווייס, איז זלאטע אפגעפארן צו דער קראקאווער באן סטאנציע. זי האט איינגעהאנדלט צוויי בילעטן פאר זיך און פאר דוד, און אים נישט געוויזן די דעסטינאציע זייערע, נישט וועלנדיג אים פארציילן וואו אהין מען פארט.

krakow train station.jpg
קראקאווער באן סטאנציע

אויף דער באן האט זלאטע אים אויסגעזאגט אז מען פארט קיין ראדימנע... "אוי... איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט דאס שלום עליכם פונעם רבי'ן, איך בענק זיך נאך זיין קידוש, די זמירות און די טיש-פירן."

אנקומענדיג צו זייער דעסטינאציע זענען זיי אריבער צום ראדימנער רבי'ן אין שטוב. זלאטע און דוד האבן געוויילט עטליכע טעג ביים ראדימנער אינדערהיים, א זאך וואס האט געהויבן די דרוק אין הויף. דער רבי האט זיך געבעטן ביי דוד ווייס ער זאל זלאטע'ן ארויספירן פון שטעטל: "זי איז שוין דא ביי מיר צום דריטן מאל, איך האב שוין נישט קיין כח צו איר."

זי האט זיך אבער איינגע'עקשנ'ט צו בלייבן ביז נאך שבת, צו וואס זי האט אזויפיל געגארט און געגלוסט. מען האט איר דאן אהין געגעבן די לעצטע צוויי פערל אלס לא יחרץ. פארמאגנדיג שוין 6 פערל מיט זיך, האט זלאטע זיך בארואיגט און צוריקגעפארן קיין קראקא.

אבער אויב האט איר געמיינט אז די זאך האט זיך בארואיגט, האט איר זיך טועה געווען. ס'האט זיך ערשט יעצט אנגעהויבן...

זלאטע האט געשיקט קיין ראדימנע א סטראשונקע אנגעבנדיג אן ענד-טערמין אז אויף דער פופצנטער אין אוגוסט דארף דער רבי אפ'גט'ן זיין פרוי, אז נישט דארף זי פינף טויזענט זלאטעס! זי האט געסטראשעט אז טאמער מען וועט זיך נישט וויסנדיג מאכן גייט ווערן הויך יו"ט - זי וועט עפנטליך ארויסקומען מיט דער אפערע, און ס'גייט זיין אן ערנסטער סקאנדאל.

downloadfile-10.jpeg
דער אידישער מארק אין קראקא

אויפ'ן וועג אהיים קיין קראקא האט דוד איר געפרעגט פארוואס ביי קלינגבערג אינדערהיים האט זי געבעטן פיר טויזענט זלאטעס און יעצט האט זי עס ארויף גערוקט צו פינף טויזענט, האט זי גלאט געענטפערט: "האלט דיין פיסק! אין אמעריקע האט ער מיר געקאסט מער פון דעם."

דער ראדימנער הויף האט געקאכט ווי א קעסל. ווי אזוי האלט מען אפ דעם סקאנדאל פון פלאצן? טאמער זי נעמט זיך רעדן איבער די גאסן פון פוילן און די צייטונגען וועלן דערשמעקן א פעט ביינדל, ווער ווייסט וואס דא וועט זיין? די עטליכע מענטשן וואס ווייסן שוין עפעס איז גענוג בזיונות, טאמער די גאס וועט געוואויר ווערן וועט דער רבי דאס געזונט זיך אויפעסן אין שאנדע; דאס רבי'סטעווע דערלייגן און פון רבנות רעזיגנירן.

צופיל ברירות האט מען נישט געהאט. דער ראדימנער רבי'נס איידעם, דער צאנז-שינאווער רבי, האט דורך א חבר זיינעם זיך פארבינדן צו אן אדוואקאט, פרעגן וואס זיי קענען טון צו ראטעווען דעם מצב. זיי האבן אים נישט פארציילט איבער וועמען די רעדע איז, בלויז אז די רעדע איז איבער א רב אין קאנגרעס פוילן.

 

זיי האבן געוואוסט אז אפילו דורכ'ן געריכט נעמט אן ארדער מינימום דריי-פיר וואכן. וועט מען נעמען דעם שאנס און פרובירן צו שלעפן כאטש נאך עטליכע וואכן?

מיט ווייניג צייט און נאך ווייניגער רואיגקייט, האט דער ראדימנער רבי, אין באגלייטונג פון די משפחת המלוכה, זיך געגרייט ארויסצולאזן זיך דעם לאנגען וועג קיין קראקא צו פארהאנדלען מיט פרוי זלאטע רובין.

נישט קוקנדיג אויף זיין שוואכקייט, האט דער רב מיט זיין סוויטע זיך אריבערגעפעקלט קיין קראקא. אין קראקא האט זיך אנגעהויבן די פארהאנדלונגען צווישן זלאטע רובין און דעם ראדימנער רבי'ן.

ווען זלאטע האט אנגעהויבן שפירן אז מען שלעפט ארום מיט איר, האט זי באשלאסן צו טון א פרעך-רייצערישן אקט, נעמליך, זלאטע האט פארנט פונעם גאנצן עולם זיך גענומען שפילן מיט די שנירלעך פערל וואס זי האט באקומען פונעם רבי'נס טעכטער, דערביי זיך אנרופנדיג הויך אויפ'ן קול: "זאג נאר שמואל, דו זעסט איך טראג דיינע פערל; קוק נישט אזוי בייז אויף מיר, ווינטש מיר איך זאל זיי טראגן אין א גליקליכער שעה אויף מיין גאנץ לעבן!" דער רבי איז שטיין געבליבן א געלעמטער פון איר רייצערישער אקט.

"נו, ווינטש שוין," האט זלאטע ציניש איבערגעזאגט. דער ראדימנער האט באין ברירה איר געוואונטשן זי זאל זיי טראגן געזונטערהייט.

דער איידעם פון רבי'ן, האלבערשטאם, דער שפעטערדיגער צאנז-שינאווער רבי, האט אזא אקט נישט געקענט אראפשלינגען. איר רייצעריי האט אים ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, אזש ער האט זיך ווילדערהייט כמעט א ווארף געטון צו זלאטע איר צו פארשווייגן אויף דעם ביליגן אקט. צו מזל האט אים זיין פרוי, רביצין מאניע, שנעל א שלעפ געטון צו א זייטיגן צימער. "זלמן יודא! נאר נישט קיין סקאנדאל, האלט דיך איין! נישט פאר דעם זענען זיי אלע געקומען דא אהער קיין קראקא."

זלאטע האט פארלאנגט דער רב זאל איבערשרייבן זיין הויז אין ראדימנע אויף איר נאמען. זלאטע האט געוואוסט אז דאס גייט נישט געשען, און די צווייטע אפציע פון פינף טויזענט זלאטעס האט גרעסערע שאנסן צו ענדיגן די פארהאנדלונג. דער רב האט ענדליך געגעבן זיין צושטימונג, זאגנדיג אז ער שטימט איין דערויף, אבער ער ברויך האבן דריי וואכן צו שאפן דאס געפאדערטע. דערווייל וועט מען איר געבן צען זלאטעס ריבית געלט יעדע וואך, ביז דעם באשטימטן טאג קומט, וועט דער רב איר אהין דערלאנגען דעם גאנצן סכום.

דער רב האט איר תיכף אהינגעגעבן די ערשטע צען זלאטעס פאר דער ערשטער וואך.

זלאטע האט זיך בארואיגט און געזאגט אז זי וועט ווארטן דריי וואכן, אבער קיין צענט זאל נישט פעלן!

די משפחה איז זיך צעגאנגען, יעדער צו זייער דעסטינאציע, ווען דער רב מיט א חלק פון די משפחה קערט זיך אום אהיים קיין ראדימנע. דער רב איז געווען זייער באאומרואיגט, ערשט יעצט הייבט זיך אן דער פראבלעם פון 'כסף מנלן'. פון וואנעט שאפט מען גאנצע פינף טויזענט זלאטעס?




די צייט רוקט זיך דערווייל פאראויס, דער זייגער האט קיין דרך ארץ פאר קיינעם. ס'איז אינמיטן חודש אלול, מען בלאזט שוין שופר אין שול, דער לדוד ה' אורי ווארעמט דאס הארץ. מען האלט שוין אין דער דריטער וואך, אבער דער פארלאנגטער סכום האט דער רב נאך ווייט נישט צוזאמגעקראצט - ניטאמאל נאנט צום אסטראנאמישן סכום.

קאפיטלעך תהלים האט מען געמורמלט ביים רב אינדערהיים אנע אויפהער, בפרט די רביצין האט נישט אויפגעהערט שעפשען תפלות באגלייט מיט הייסע טרערן. חוץ דאס תהלים זאגן האט מען אין רבי'נס שטוב מער גארנישט געקענט טון צו לינדערן דעם מצב.

והנה - און אט, די דריי וואכן האבן זיך געענדיגט. ס'איז ערב ראש השנה אין אלע אידישע שטיבער. יעדער גרייט זיך צום בעפארשטייענדן יום הדין ווען דער פארכטיגער שופט וועט בסקירה אחת דורכבליקן אלע מענטשן קריסטאל קלאר. אבער דער רבי קען פון קיין תקיעת שופר דרשה נישט טראכטן יעצט, ס'ליגן אים יעצט גענצליך אנדערע מחשבות אויפן געדאנק.

זלאטע איז דערווייל אין קראקא וואו זי האלט זיך אויף, מיטן פלאן דארט צו זיין אויף יו"ט. דערווייל ווארט זי אין איר אכסניא אז דער רב זאל אנקומען מיט דעם אפגערעדטן געלט, אבער אין קול ואין עונה.

זלאטע האט זיך פרובירט בארואיגן מיט דער סברא אז ערב יו"ט איז דאך א פארנומענע צייט, מען וועט זיך שוין אויסקלארן תיכף נאך יו"ט.

דערווייל איז די נאכט צוגעפאלן, ס'איז יו"ט אין שטאט. דער עולם וואונטשט זיך ווארעם לשנה טובה. אין ראדימנא גייט דער גאנצער ציבור זיך וואונטשן ביים רבי'ן, וועלכער דינט צוגלייך אויך אלץ שטעטלישער רב, א לשנה טובה און אויסבעטן אלע גוטע ברכות פארן בעפארשטייענדן יאר.

דער רבי וואונטשט יעדן מיט א שמייכל ווי גארנישט גייט פאר, אבער מען קען זאגן אז ביים רבי'ן אויפן געדאנק איז זיכער געליגן א בקשה אז דאס יאר זאל זיין ת'גלה ר'עת פ'ני ז'לאטע בקרוב.

בום! א האסטיגער קלאפ אין טיר.

זלאטע עפענט די שפארע א בליק צו טון ווער עס קלאפט...

"וואאאאס….? וואס ווילט איר?"

"מיר זענען פשעמישלער פאליציי, איר זענט אונטער ארעסט!"

זלאטע האט פרובירט שטעלן א ווידערשטאנד, אבער אומזיסט. מען האט זלאטע'ן אפגעפירט אינמיטן דער נאכט קיין פשעמישל. אזויפיל איז איר געלונגען צו איינבעטן אז זיי זאלן כאטש ווארטן ביז אינדערפרי איר צו נעמען אין ארעסט. זיי האבן איר דאס נאכגעגעבן, און איבערנאכט איז זי איינגעשטאנען אין אן אכסניא.

downloadfile-12.jpeg
פשעמישלער פאליציי ביים פשעמישלער באן הויף

אויפצומארגנס, ווען זלאטע איז געפירט געווארן איבער די גאסן אין פשעמישל האט זי זיך געהאלטן פארהעלטניסמעסיג רואיג. ווען מען איז אדורך נאנט צום גרויסן שול האט זלאטע זיך א רייס געטון און אריינגעלאפן אינעם שול אריין, שרייענדיג מען זאל איר ראטעווען פון איר אומגליק, פאראורזאכנדיג א בהלה און א איבערקערעניש הארט פאר שופר בלאזן (ווי באשריבן אינעם צווייטן קאפיטל).

downloadfile.png
אידן אין פארנט פונעם גרויסן שול אין פשעמישל


זלאטע איז אבער אויפ'ן פארלאנג פונעם פשעמישלער פרעזידענט אדוואקאט לאנדוי געבליבן איינגעשפארט אין תפיסה.

ווי אזוי האט זיך אלעס אנגעהויבן? ליינט מיט שפאנונג דעם קומענדיגן קאפיטל.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:39 pm#362679
ווען קומט דער נעקסטער טייל איך האף פאר'ן וועקער?!
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:07 pm#362743
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. איך בין שוין באלד אזוי ווי זלאטע. איך קען נישט עסן. איך קען נישט שלאפן. איך ווארט שוין פאר'ן נעקסטן קאפיטל מיט שפאנונג. אן עקסטער יישר כח פאר די בילדער. ס'כאפט מיך אן א שטארקע בענקעניש צו די צוויי שטעט ראדימנא און קראקא...! מיט דעם אידישן מארק און די אידישע גאסן... :o
זונטאג מאי 07, 2017 9:43 pm#370191
דער זעקסטער פארזעצונג איז יעצט באשטעטיגט געווארן. וועט אי"ה ערשיינען אינעם פראכטפולן "זוממער וועקער".

ווער ס'האט הנאה געהאט פון די ערשטע פינעוו פארזעצונגען און האט נאך נישט געלייקט, קען יעצט גיין לייקען.
געדענקט, א גוט ווארט צו א לייק פאדערט נישט קיין סך אבער געבט א שטארקע באוסט פאר א שרייבער פארצוזעצן.
זונטאג מאי 07, 2017 9:47 pm#370193
איך האף אז ס'וועט זיין א דאפעלטע פארציע משלים צו זיין אויף די פסח וועקער.
דינסטאג יולי 04, 2017 3:48 pm#377818
ווען קומט שוין די נעקסטער חלק דא אין שטיבל?
דינסטאג יולי 04, 2017 9:21 pm#377860
דער געוואגטער יונגל:איך גיי טון דאס וואס זלאטע האט געטון. איך סטראשע דיך דא. און גאנץ קאווע שטיבל (און אפשר איי-וועלט אויך,בשתיקה) איז עדות. אויב דו גייסט נישט אנהייבן שרייבן ווייטער דעם המשך פון די מעשה מיט'ן ראדימנער פראצעס, וועל איך אנהייבן אליינס אויספאנטאזירן דעם המשך. און איך האף אפצובאקן א גוט געבעקס פון וואס די ליינערס וועלן זיך אי"ה באלעקן די פינגערס...! ס'איז שוין כלו כל הקונצן. דו האסט שוין אויסגעניצט אלע תירוצים. און דער עולם פלאצט פאר נייגעריגקייט...!

איך קען ב"ה א ביסל די מלאכת האפי'. און פונקט אזוי ווי אין א שכינות'דיגן אשכול האט דער מחבר אנגעהויבן בקול רעש גדול. נאר אינמיטן דעם סיפור הדברים האט ער זיך ארומגעזעהן אז ער איז אויסגעלאפן פון סחורה, האט ער אנגעהויבן צו באקן פרישע געבעקסן. און ווען דאס האטציך אויך געענדיגט, האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן...! אנא. איך בעט נישט ביי דיר קיין פינף טויזנט זלאטעס אדער פיהר שנירלעך פערל. אפילו נישט קיין גאלדענעם זייגער. איך האב איין בקשה צו דיר. הייב אן שרייבן דעם המשך הסיפור האמיתי...ייש"כ למפרע...!
מיטוואך יולי 05, 2017 10:52 am#377913
.
פרייטאג יולי 07, 2017 1:31 am#378215
ר' בערל, ביטע טוה עס עניוועי. איך וויל לייענען ביידע מעשיות.
זונטאג יולי 09, 2017 5:41 pm#378399
דער פרישער ארטיקל מיט א גוט שטיקל דראמא דערינען וועט זיין צו ליינען די וואך אינעם נייעם וועקער. אין דא אין שטיבל צוויי דריי וואכן שפעטער.


בערל, כ'האף דו קימסט נישט ארויס מיט קיין סקאנדאלן אנטקעגן מיר ווייל אז יא קלאג איך דיר אן פאר שאנטאזש. ס'וועט זיין בושות צו זען ווי א זיבעציג יעריגער באס דרייווער קומט מיט זיין געלן באס אין געריכט זאל ווען אונטערן ארעם א בערגל צוקנייטשטע צייטונגען פון דער איד תשכ"ג
זונטאג יולי 09, 2017 11:05 pm#378442
דער געוואגטער יונגל: איך האב ב"ה אן אייגענע זלאטע. זי הייסט יענטע. און זי האט אויכעט א פיסק אויף שרויפן. און זי האטציך פארטשעפעט אויף א חשוב'ן, פראמינענטן ראש ישיבה פון א וועלט בארימטע ישיבה אז לויט ווי ס'דאכטציך איהר האט ער צוגעזאגט צו ווערן איהר חתן. און נאכדעים האט ער חרטה געהאט. און חתונה געהאט מיט א קרענקליך מיידל וואס ליגט א סאך אפ אין בעט. שוין...! מער וויל איך נישט פארציילן. נאר ס'איז גענוג אנצורייצן דעם אפעטיט פון די חשוב'ע ליינערס. כבקשת ריכטיג. אז ער וויל ליינען ביידע מעשיות...פאר מער פרטים און אינטרעסאנטע אנטוויקלונגען פון די העכסט אינטרעסאנטע און אויסגעטראכטע געשיכטע ליינט די קומענדיגע פארזעצונג וואס וועט אי"ה ערשיינען בקרוב...!
זונטאג יולי 09, 2017 11:41 pm#378453
ר' בערל געב אכטונג ווען די הייבסט זיך אן מיט די ליטאים דא...
זונטאג יולי 09, 2017 11:46 pm#378454
וואלווי: וואס זאלל איך טון אז די מעשה איז זיך פארלאפן (אדער האט געקנט פארלויפן) אין די ליטא. ניין. נישט אין לעיקוואוד...!
זונטאג יולי 09, 2017 11:50 pm#378457
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
בילד
דער בלאט דער וואך
איז דאס די היימישע טוויסט פון די מעשה?

(איך לייג עס דא ווייל עס זעהט אויס ווי אן אנדערע מעשה לפע"ד איז נישט קיין ספוילער, אבער אויב יא זאל מען עס אראפנעמען)
מאנטאג יולי 10, 2017 8:27 am#378494
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
ראדזימין און ראדימנע איז לאו היינו הך.
דער היימישער נאמען פאר ראדימנע איז רעדים.
מאנטאג יולי 31, 2017 11:56 am#380844
נאאא ווען קומט עס שוין אונז ווארטען בקוצר רוח
מאנטאג יולי 31, 2017 3:35 pm#380900
האנדעל דיך אן דער וועקער אויף ת"ב.

דא איז שוין די דראמע פונ'ם ראדימנער פראצעס אריין און א הויכען שטאפל!

דער געוואגטער שפינט דאס וועב אויפ'ן העכסטען פארנעם.
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:42 pm#381041
אבער אויב מען וויל נישט צאלן געלט מען האט נישט קיין געלט פאר דעם...
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:51 pm#381254
??????????
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:31 am#381696
איך ווייס ס'גייט שוין אויף די נערווען אבער פארוואס איז דאס די איינציגסטער באשרייבונג פון וועקער וואס איז נאכנישט דא?
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:54 am#381811
ס'דא. ביים נוזסטענד אין ב"פ, מארסי ברודוועי, אין טובי'ס, לעסט באט נאט ליסט, אויף עמעזאן!
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:55 pm#384014
דער ראדימנער פראצעס זעקסטער פארזעצונג: (#9)
אין קורצן פון פריער: "דער ראדימנער פראצעס" איז א העכסט שפאנענדע געשיכטע וואס ווערט צום ערשטן מאל באשריבן עקסקלוסיוו פאר'ן "וועקער", און ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס דורשט און נייגער.


מיר האבן געשריבן אין די לעצטערע קאפיטלען ווי אזוי א פרוי מיטן נאמען זלאטע רובין איז געקומען פון אמעריקע קיין פוילן אנצוקלאגן א רבי'ן פון פילע חסידים און אנהענגער, אז ער האט צו איר געבוירן א קינד! און דער רבי זאל דערפאר זיך אפ'גט'ן פון זיין יעצטיגער רעבעצין און איר, זלאטע רובין, דערקלערן אלס די ריכטיגע רעבעצין...


נאכ'ן שיקן פילע סטראשע בריוון צום רבי'נס הויז וואו דעם רבינ'ס טעכטער ליינען די טונקעלע בריוון, און נאך פילע שאנטאזשירונגען אויפן ראדימנער רבי'ן וועלכע דראען צו צעברעקלן זיין עקזיסטענץ, הייבן זיך אן די פארהאנדלונגען צווישן די טעכטער און זלאטע רובין.  


אפילו נאך די גרויסע 'שווייג צוקערלעך' שטיקער זילבער וואס מען האט איר צוגעטיילט האט זלאטע רובין נאך אלץ געמאנט ווי כאילו מען האלט ביים אנהייב. נאך א שפיצל וואס דעם רבינ'ס מקורבים האבן אויסגעפירט זענען פארגעקומען די ענדגילטיגע פארהאנדלונגען צווישן זלאטע רובין און דעם רבי'ן אליין. דער רבי איז זיך געקומען שלעפן מיט די לעצטע כוחות קיין קראקא צו הערן שאנדפולע אויסברוכן פון א פרוי וואס האלט אים ביים קארג.


נאך א הסכם האט מען זיך פארגליכן אז זלאטע רובין וועט באקומען פינף טויזנט דאלאר ביי דער ענדע פון דריי וואכן. דער לעצטע טאג פון די דריי וואכן, ערב ראש השנה אויפדערנאכט, אנשטאט א שליח זאל אנקומען מיט דאס געלט, זענען אנגעקומען א גרופע פאליציי-אפיצירן, און זלאטע איז געווארן אפגעפירט אין פשעמישלער תפיסה - דעם 27'סטן אין סעפטעמבער 1927, אום סאמע יו"ט ראש השנה, ווי זלאטע שמאכטעט יעצט ביז א ווייטערדיגער מעלדונג פון געריכט.


ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן דאס גאנצער געשעפט? לאמיר צוריק רוקן דעם זייגער מיט עטליכע יאר פריער.



* * *


דער טאג איז אן איינגענעמער, ס'בלאזט א ווארימע לופטעל אויפן דעק, די רייזנדע קענען נישט אראפנעמען די פארגלאצטע אויגן וואס קוקן זיך איין אינעם ענדלאזן אטלאנטיק צו די מיילן און מיילן בלויע וואסער, בשעת דאס גערודער פונעם מאטאר מישט זיך אויס מיט די רונדעס כוואליעס וואס די שיף לאזט הינטער, זיך שאפנדיג א סארט מעלאדיע אין די אויערן.


ס'איז טיף  אינמיטן אפריל 1923. די ראסיליאן שיף רייזט שוין עטליכע וואכן איבערן אטלאנטיק, ווען פון דערווייטנס מערקט זיך א קליין פינטעלע. די רייזנדע האבן געשווינד זיך ארויפגעאיילט אויפן דעק. דער עולם איז געשטאנען צעדריקט ווען דאס פינטעלע פון דערווייטנס ווערט גרעסער און מערקבארער יעדע מינוט, זיך ארויסשיילנדיג ווי פון א געדעכטן נעפל. "יא דאס איז עס!" הערט זיך א געשריי, "דאס איז דער סטעטשו אוו ליבערטי..."  די סטאטוע פון פרייהייט.

2696039_10_copy_PNG2_grande.png
אויפגעהייטערטע פאסאזשירן פאכען צום סטעטשו אוו ליבערטי


די רייזענדע האבן אנגעהויבן שאלן פאר פרייד און זיך ארויסגעלאזט אין פריידיגע געזאנגען, ווען יעדע פאר מינוט הערן זיך פרישע אייפערדיגע אויסשרייען פון די פאסאזשירן געמישט מיט טרערן פון גליק. מענטשן זעען שוין די טרוימען פון גאלד-געפלאסטערטע שאסייען קומען צו דער ווירקליכקייט, די גאט-געבענטשטע לאנד פון קאלאמבוס האלט פאר זיי אפען אירע ארעמעס מיטן לייכט-פאקל אין האנט.  אך, ווי ריכטיג די הייליגע ווערטער: "וויינט זי מיט שטילע לעפצן... געב מיר דיינע פארמאטערטע, מידע, דיינע ארימע..."


roussillon.jpg
roussillon.jpg (46.61 KiB) געזען געווארן 7170 מאל
דער ראסיליאן שיף


אויף דער שיף אין א ווינקל זיצט זיך הגאון רבי שמואל שפירא, דער ראדימנער רב, בליקנדיג אין א ספר'ל, און ס'קיצלט אים. טאקע דער רייכער אמעריקע אבער ס'איז דאך טריפה! מיינע זיידעס זענען דאך געווען פייער אנטקעגן דעם אמעריקאנער שמעלץ-טאפ. דער רב פרובירט פריש מעיין זיין אינעם ספר'ל - איבערצוקומען די הורא געשרייען פון די ארומיגע פאסאזשירן - אבער אן ערפאלג.


* * *


ביים ראדימנער רבי'ן אין שטוב מאכט מען שוין די לעצטע הכנות ווען דער טאטע גייט אפרייזן קיין אמעריקע אויף עטליכע חדשים. דער ראדימנער רבי האט נאך געהאט אינדערהיים זיינע דריי אינגסטע טעכטער, און קיין נדן האט ער פאר זיי נישט פארמאגט.


ווי פילע שטעטלישע רבנים, האט רב שפירא באשלאסן צו פארן קיין אמעריקע שאפן דעם נדן פאר זיינע טעכטער. דער רב האט אנגענומען די איינלאדונג פון די ראדימנער לאנדסלייט אין אמעריקע, צו קומען קיין אמעריקע משפיע זיין פון זיין גרויסקייט, און אין איינוועגס וועלן זיי דורכפירן געלט אקציעס און באנקעטן לכבודו איינצוזאמלען דעם נדן.


דער רב האט זיך ווארעם געזעגנט פון זיין קהילה און פון זיין רעבעצין מיט די טעכטער. די טעכטער האבן ארויסבאגלייט זייער גרויסן טאטן פון דערהיים אריין אינעם פיאקער, און באגלייט מיט בענקעדיגע אויגן ביז דער פיאקער איז פארשוואונדן געווארן אינעם חלל אריין. דער רב איז געפארן ביז דער באן-סטאנציע וואו דער באן-צוג האט אפגערייזט צום גרויסן פארט שטאט.


דער רב איז דורך די שיף-מאנשאפט אריבער די מעדיצינישע אונטערזוכונג, דעם פארהער פון די באאמטע, און באקומען דעם נויטיגן סערטיפיקאט אזוי צו קענען זיך איינהאנדלען א רייזע-בילעט מיט דער שיף.

yivovd_27881-1.jpg
yivovd_27881-1.jpg (12.84 KiB) געזען געווארן 7170 מאל
פוילישע בירגער פילן אויס די שריפטן צו קענען עמיגרירן פון פוילן.


דער ראדימנער רב האט זיך איינגעהאנדלט א טיקעט פארן ראסיליאן שיף אינעם דריטן קלאס - גערופן דער סטרידזש אפטיילונג. דער ראסיליאן מיט אירע שווערע הונדערטער פאסאזשירן האט בשלום אפגערייזט פונעם האוורע האפן אין פראנקרייך אויפן וועג קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג הינטער זיך א שווארצן רויך וואס האט חוצפה'דיג אריין געהאקט צווישן די האנט פאכעריי פון די באגלייטער ביים בארטן צו זייערע באליבטע גליקליכע אויפן שיף.


$T2eC16J,!)cE9s4PsMyMBQgcKE89T!~~60_1.jpeg
$T2eC16J,!)cE9s4PsMyMBQgcKE89T!~~60_1.jpeg (27.1 KiB) געזען געווארן 7170 מאל
די פאסאזשיר ליסטע פון דער ראסיליאן שיף.


נאך עטליכע שטורמישע וואכן אויפן ים, האט די שיף ענדליך דערגרייכט דעם ניו יארקער בארטן שבת פרשת כי תצא, און האט געאנקערט ביי די ניו יארקער האפן. נאך די רייכע ערשטע און פארמעגליכע צווייטע קלאס פאסאזשירן זענען אראפ פון דער שיף זענען די דריטע קלאס פאסאזשירן - דאס מערהייט פון דער שיף - אפגעפארן מיטן פערי צום באקאנטן "אינזל פון האפענונג" עליס איילענד.


דער ציבור האט אנגעהויבן אפשטייגן אין א שורה ווארטנדיג צו קענען דורכגיין דעם פארלאנגטן פראצעדור אויפן אינזל. דער רב איז פארבליבן אויפן שיף ביז נאך שבת נישט וועלנדיג פארשוועכן דעם שבת קודש.


* בילד: די עליס איילענד רעקארד פונעם ראדימנער רבי


דער ראדימנער רב האט באטראטן דעם אמעריקאנער באדן. נאכן באקומען זיין לאנדונגס קארטל מיט א נומער איז דער רב ארויף צום צווייטן שטאק איבערלאזנדיג זיינע באגאזשן אינעם באגאזש צימער. אויפן וועג ארויף צום רעדזשעסטערי האל אויפן צווייטן שטאק איז דער רב אריבער די פארלאנגטע אונטערזוכונג פון די דאקטוירים וועלכע זענען געשטאנען אונטן און אויבן פון די טרעפ גרונטליך אנאליזירנדיג דעם געזונט-צושטאנד פון יעדן באזונדער.


אינעם רעדזשעסטערי האל האט זיך געטון א געפילדער און געדרענגעניש. א געמיש פון ראסן, קולטורן און שפראכן, וויינענדיגע קינדער מיט אנגעצויגענע עלטערן. דאס נערוועזיטעט וואס האט זיך געגאסן אויף די פנימ'ער איז געווען גאר פארשטענדליך, מען ווארט צו ווערן גערופן פאר א קרייץ-פארהער. מיט דעם פארהער זענען די באאמטע מחליט צי מ'ווערט אריינגעלאזט אין די פאראייניגטע שטאטן אדער מ'פארט צוריק פון וואנעט מ'איז געקומען.


ענדליך איז געקומען די רייע פונעם רבי'ן. דער פארהער נעמט טאקע נישט מער ווי צוויי מינוט אבער די צוויי מינוט איז א צוויי מינוטיגער פארהער! דער רבי איז דורך בשלום, און באקומען זיין לאנדונגס קארטל. דער רבי האט געשפרייזט צום פערי האל, און גענומען פון דארט דעם פערי צום ניו יארקער האפן.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:19 pm#384019
דער ראדימנער פראצעס זעקסטער פארזעצונג: (#9)
ביים "פּיער" האבן שוין אפגעווארט א גרויסן צאל אידן - ראדימנער, לאנצוטער און גלאגובער לאנדסלייט, און סתם אזוי גאליציאנער אידן מוקירי רבנן, וואס זענען געקומען אויפנעמען דעם גרויסן גאסט פון אייראפע מיט גרויס פרייד. פון דארט איז דער קאראוואן מיט די פילע אויטאס וואס האבן זיך נאכגעשלענגלט דעם רבינ'ס אויטא געפארן צוריק אין שטאט אריין צום קבלת פנים.

באריכטן איבער דער אנקום פון דער ראדימנער רבי


מען איז צוגעפארן צום גרויסן רישא-קארטשינער ביהמ"ד אויף ווילעט סטריט, וואו עס איז געפראוועט געווארן א גרויסן קבלת פנים ווי עס פאסט זיך פאר אזא גאסט. ס'זענען געווען עטליכע דרשות, און דער גרויסער חזן ר' ישראל שור האט מהנה געווען מיט זיין שטימע. דער רב האט פארשטייט זיך אויסגענוצט די געלעגנהייט זיך צו באגריסן מיט אלטע לאנדסלייט און אנקניפן באציאונגען מיט נייע פריינט.


דער רבי האט געדונגען א דירה אויף 263 סטאנטאן סטריט, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן במשך דאס וויילן אין אמעריקע. דער רב איז אויך ארומגעפארן צו זיינע פריינט אין פארשידענע מקומות, און פלעגט  פארן אויף שבתים קיין נוארק און קיין פילאדעלפיע. קיין נוארק פלעגט ער א סך פארן, דארט האט ער פארמאגט א סך אנהענגער און ער פלעגט פאר זיי פראווען די תפילות און סעודות שבת.


פון צייט צו צייט זענען געווארן אפגעראכטן באנקעטן לכבודו. איין אזא באנקעט איז צוגעשטעלט געווארן דורך איינע פון דעם רבינ'ס קרובים, מרס. הערנער, און איז פארגעקומען אין באסטאן, מאסאטשוסעטס. דארט, ווען פילע מענטשן האבן זיך פארגעשטעלט ווער זיי זענען, האט מען צווישן אנדערע אויך פארגעשטעלט פארן רבי'ן א איד בצלאל רובין מיט זיין ווייב זלאטע רובין. בצלאל האט זיך אנגעגעבן אלס קרוב צו דעם רבינ'ס פרוי רחל רובין (די טאכטער פון דעם גלאגובער). פון דאן און ווייטער האט משפחת רובין אנגעקניפט א שטארקער ידידות מיטן ראדימנער רבי'ן.


ווער איז דאס בצלאל רובין מיט זיין ווייב זלאטע?


בצלאל רובין, אן אלמן, און זלאטע פערלמאן, א גרושה פון צוויי מענער, האבן חתונה געהאט אין עסטרייך, בצלאל'ס געוועזענער היימלאנד און וואו זלאטע האט יעצט געוואוינט. בצלאל האט מיטגעברענגט דריי קינדער פון זיין פריערדיגן​ זיווג. פון דארט האבן זיי זיך ביידע באזעצט אין באסטאן, וואו זיי האבן שיין מצליח געווען אין דער קליידער אינדוסטריע, און בצלאל האט געצויגן חיונה דורך פירן א  סוט געשעפט. ערשט 15-20 יאר שפעטער האט דאס פארפאלק לעגאל חתונה געהאט אין באסטאן דורך הגאון הכותב המשכיל אברהם משה שערעשעווסקי זצ"ל, רב בכל הקהילות  ב'סאוט ענד' באסטאן.


2017-09-04-13-11-06-640873662.jpeg
2017-09-04-13-11-06-640873662.jpeg (3.71 KiB) געזען געווארן 7161 מאל
הרב שערעשעווסקי


831_1901-07-bpl.jpg
דער אידישער ארבעטס קווארטל אין באסטאן


צוליב געזונט אורזאכן האבן זיי ביידע זיך געברויכט אריבערציען וואוינען קיין ניו יארק, און זיי האבן זיך באזעצט אין דער בראנקס.


דער ראדימנער רבי פלעגט פון צייט צו צייט ארויפגיין באזוכן ביי בצלאל'ן אין שטוב. זלאטע פלעגט זיך פרובירן צו מישן אין די שמועסן צווישן איר מאן און דעם רבי'ן, א חכם איז זי געווען א קליינע, א חסיד'סטע א גרויסע, און אן אנאלפאבעטקע נאך א גרעסערע... זי פלעגט רעדן וועגן "גלאט פאלשע פיש"... און נאך אמעראצישע ווייבערישע השגות.


א צייט שפעטער איז בצלאל קראנק געווארן און געפאלן אין בעט אריין. דער ראדימנער רבי פלעגט כסדר קומען מבקר חולה זיין צו אים אין שטוב אויף וואלענטין סטריט. איין שיינעם טאג באקומט דער רבי א בריוו וואו בצלאל בעט אז דער רבי זאל שוין אריבער קומען צו אים. ווען בצלאל האט געזען דעם רב האט ער זיך אנגעהויבן בעטן, "היות מיינע טעג זענען געציילטע, בעט איך דעם רבי'ן אז דער רבי זאל האלטן אן אויג אויף זלאטע'ן נאך מיין שטארבן, און איר ארויסהעלפן מיט וואס ס'פעלט זיך אויס." דער רבי האט צוגעשאקלט מיטן קאפ.


* בילד: מערידזש לייסענס פון בצלאל און זלאטע רובין


שווערע וואכן זענען פארביי, און בצלאל האט אויסגעהויכט זיין נשמה פרייטאג אויף דער נאכט אין אנוועזנהייט פון די נאנטע בני משפחה און דעם ראדימנער רבי'ן. די בכיות אין שטוב זענען געווען געפערליך אזש ס'האט בכלל נישט אויסגעקוקט ווי שבת קודש. היות ס'איז שוין געווען שבת, האט מען אפגעשטופט די לוויה אויף זונטאג נאכמיטאג.


דער רבי אין באגלייטונג פון זיין גבאי'ן ר' לייב נוימאן זענען שוין געבליבן דארט אין שטוב פאר די סעודות שבת און איבערגעשלאפן ביז זונטאג צו דער לוויה. דורכאויס די גאנצע סעודה איז דער רבי געווען פארנומען צו בארואיגן די צעבראכענע אלמנה מיט חיזוק ווערטער, כסדר דערמאנענדיג אז ס'שבת קודש און מען טאר נישט טרויערן אין דעם טאג.


זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די לוויה וואו עס האט זיך משתתף געווען א גרויסער ציבור אידן, ווען אין שפיץ באגלייט דער ראדימנער רבי. ווילנדיג אז ס'זאל זיין א ריזיגער עולם אפצוגעבן דעם כבוד אחרון פאר איר באליבטן מאן, האט זלאטע געטיילט א גאנצן דאלאר פאר יעדן משתתף - און ס'האט זיך טאקע אנגעזען. בצלאל איז געקומען למנוחה אין "הר יהודה סעמעטערי" אין סייפרעס היל, קווינס.


בילד 8: מצבה


פון נאך בצלאל'ס פטירה האט זלאטע אנגעהויבן זיך דרייען ביים רבי'ן, ארויסהעלפנדיג מיט דער ווירטשאפט אין שטוב. דער רבי האט צופיל אכט אויף איר נישט געלייגט, זייענדיג פארנומען מיטן לערנען און פראווענען אידן. נישט לאנג דערנאך, ווען זלאטע האט זיך נאך נישט אינגאנצן ערהוילט פון איר מאנ'ס שטארבן, איז גע'חתמ'עט געווארן אט דער שאקירנדער הסכם. ליינט און שטוינט:



ב"ה

מיר אונטערגעשריבענע, דהיינו הרב שמואל שאפירא און האשה מרת זלאטע רובין, פון צו הויזע פערלמאן, די אלמנה פון בצלאל רובין ע"ה, זענען מיר זיך מתחייב פאר הש"י בכל מיני שבועות וחרמות  מיט קבלת קנין און תקיעת כף, אז אויב הרב ר' שמואל שאפירא וועט חס ושלום ווערען אן אלמן, איז ער מחויב תיכף ומיד מודיע זיין וועגען דעם, אליין אדער דורך א שליח די אשה מרת זלאטע הנ"ל.


ווען האשה מרת זלאטע וועט די דאזיגע באריכט באקומען, דארף זי פארן צו הרב שאפירא, וואו ער זאל זיך נאר געפינען, אזוי, אז זי זאל קומען צום רבי'ן נישט שפעטער ווי אין משך פון 6 חדשים פון טאג, זינט זי וועט האבן די ידיעה באקומען.


זי מוז אבער קומען צום רבי'ן אלס א פנויה, הן לויטן אידישן דין, הן בדיניהם, און מוז דערויף האבן א כתב און צייגענישן. ווען זי וועט קומען צום רבי'ן מיט דעם דאזיגן כתב און פאפירן, איז דער רבי מחויב חתונה צו האבען מיט האשה מרת זלאטע הנ"ל כדת משה וישראל, בלי שום טענות ומענות.


אפילו אויך איצט, כל זמן דער רבי איז מיט זיין ווייב, האט מרת זלאטע הנ"ל דאס רעכט צו פארן צום רבי'ן צו יעדער צייט, ביי אים וואוינען אזוי לאנג ווי זי וויל און הרב שאפירא איז מחויב איר מפרנס צו זיין בכבוד ובהרחבה.


אין ביידע אופנים איז האשה מרת זלאטע מחויב צו קומען צו הרב שאפירא מיט איר גאנצן פארמעגן, מיט אלע אירע מטלטלים, וואס זי קען נאר מיטנעמען, מיט אלע תכשיטים און טייערע חפצים, מלבושים וכדומה, פון אירע היפאטעקן דארף זי העכסטנס מיטנעמען 3000 דאלאר, אבער דאס רעשט געלט, דהיינו 4500 דאלאר, מוז זי מיטברענגען אן שום טענות ומענות.


אויב דער רבי וועט מיט איר חתונה האבן, גייט אריבער איר גאנץ פארמעגן אין רשות פון רבי'ן און זי וועט ממלא זיין זיין רצון אין אלע ענינים.


יום ה' פרשת קורח, ג' לחודש תמוז תרפ"ה (25טן יוני 1925). פה, עיר ניו יארק.

ולראיה באנו על החתום:

שמואל שאפירא, החופ"ק ראדימנא

זלאטע המכונה סאלאטע רובין.


ווי אזוי האט אזוינס געקענט פאסירן? וואס האט פאסירט ווייטער? ליינט מיט שפאנונג אינעם קומענדיגן קאפיטל
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:08 pm#384029
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
דאס קומט פון וועקער נומער 9?
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:12 pm#384043
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
יא. א געוואגטער גנב...

Sent from my LG-LS993 using Tapatalk
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:46 pm#384056
הנאה געהאט ווי אלעמאל. געליינט צוויי מאל. איך ווארט מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:01 pm#384064
דער געוואגטער יונגל:יישר כח. די מעשה האט מיך געהאלטן צוגענאגלט צו מיין בענקל. איך האב איבערגעליינט א יעדעס ווארט. און א יעדע שורה. און זיך שטארק מחיה געווען. איך בין אזוי ווי א קליין יונגל וואס מ'געט איהם אייזקריעם. ווען ער ענדיגט עס אויפצועסן בעט ער ביי זיין טאטע אדער מאמע אז מ'זאלל איהם קויפן נאך. און ווען ער ענדיגט דאס אויך בעט ער ווייטער אלץ נאך...!

נאך איין באמערקונג.: די אידישע ארבעטס געגנט אין באסטאן זעהט אויס א ביסל אזוי ווי בראדוועי ביי סאוטה 8'טע סטריעט. דארט איז אויכעט דא א פלאמבינג סופליי און א הארדוועיר סטאר...!
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:09 pm#385296
איז דא א המשך אינעם נייע וועקער?
זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:28 pm#386311
ווי אלעמאל איז די פארזעצונג פון דער געשיכטע געווען פון מיינע בעסטע שטיקלעך אינעם וועקער. איך מוז צולייגן אז דער ליטעראטורישע ניווא פון די יעצטיגע קאפיטל איז געווען עפעס אויסטערליש געוואלדיג. סיי די שריפט און סיי די אופן וויאזוי די קאפיטל איז צוטיילט. די פריערדיגע קאפיטלן זענען אויך געווען זייער גוט אבער דאס מאל איז עס געווען אויסנאם גוט, ווי כאילו אן אנדערע שרייבער האט עס געשריבן. איך שרייב דאס אלץ א קאמפלימענט.

אפאר קליינע נקודות:

פון די דאזיגע קאפיטל קומט אויס אז זלאטע זאגט דעם אמת, ווען נישט וואלט די רבי נישט מורא געהאט פון איר שוואנגערן.

דו לייגסט אראפ דער העסטער פארק עפעס אויסערגעווענדליך. איז די קורצע פאעמע אייגנס?

וועלן מיר אמאל אויסגעפונען פון וואנעט דו האסט גענומען די מעשה בכל פרטיה ודיקדוקיה?

מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף די קומענדע קאפיטלן. יישר כח!


.
זונטאג אקטאבער 08, 2017 7:11 pm#386315
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
ווען איינער זאגט אויף א רב ממנו הרתה, וועט דער אמת נישט העלפען.

דער פרק האב איך די מערסטע הנאה געהאט, ווייל אין די אלע פריערדיגע נומער׳ן, זענען מיר געבליבען ביים ענדע מיט די זעלבע שאלות ווי ביים אנהייב. דאס איז די ערשטע מאל וואס עטוואס איז פארענטפערט געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 10:00 pm#386369
א גרויסן שכח הוגה פאר דיין קאמענט. עס זאגט מיר אז ס'איז דא אן אינטערעסע אין מיין ארבעט, און ס'געבט א שטארקע שטופ אויף ווייטער.

יעצט קוקט טאקע אויס ווי זלאטע האט מער רעכט, אבער זארג דיך נישט, זיי וועלן זיך נאך הארגענען ביי די קעפ! ווער ס'וועט זיגן אין די ענדע? פאר דעם דארפסטו ווארטן מיט געדולד.

די פאעמע איז א קליינער אויסצוג פון דער פאעטיקער א. ל. וואלפסאן איבער העסטער פארק.

אי"ה אין די ענדע וועל איך בל"נ שרייבן איבער די מקורות און דעטאלן פון דער געשיכטע.



לוטפאק, אוודאי איז דער שאדן א גרויסע, די בושה איז דא. אבער טאמער א מענטש באווייזט צו פארגלייבן א מערהייט מענטשן אין זיין אומ'שולד איז עס אויך א שטיקל געווינס. א נחמה פורתא.

ס'וועט געוויס זיין אינטערעסאנט צו וויסן וועם אמעריקאנער און פוילישע אידן, גוים, אישי ציבור, גלחים, פראמינענטע רבנים, און סתם עמך מענטשן גלייבן.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:15 am#386463
אפשר בין איך צומישט, אבער וויאזוי קומט דער העסטער פארק אריין אין דער געשיכטע?
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:37 am#386473
ציטירט פונעם וועקער:
דרייט זיך ארום א צובראכענע זלאטע. אן אלמנה שוין נישט צום ערשטן מאל, עלנד ווי א שטיין דרייט זי זיך רוב פונעם טאג אונטער די אויסגעשלאגענע ביימער אין "העסטער פארק" (זעט זייטיגן קעסטל)

צו בארייכערן דעם ארטיקל און אריינצופירן דעם ליינער אין דער דעמאלדס'דיגע תקופה; צו מיט לעבן די שולדערונג מיט לעבעדיגע פארבן, האב איך צוגעלייגט דעם חלק איבער העסטער פארק!
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:54 pm#386692
דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:09 pm#387171
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
זוחלים ורועדים פון דער נעקסטע ארטיקל @געוואגטער. אין כמוך!
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 5:30 pm#387200
ווען לייגט מען אריין דער פארזעצונג פין וועקער 10 דא אין די שטיבל
איך קען שוין נישט ווארטן..
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:41 pm#387204
התם ומתמם עם תמימים: דו האסט א ברירה צו קויפן דעם וועקער. ס'קאסט נישט אזוי טייער. א סטעיק אין א רעסטאראנט איז א סאך טייערער. חוץ אויב דו ביסט א קארגער...!
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:30 pm#387211
אנטשולדיגט איך בין נישט קיין קארגע
אבער איך האב נישט קיין איבריגע דאללער
אין איך קויף נאר וואס מען דארף וויכטיג נישט קיין איבריגע זאכן

איך האף אז די פארשטייטס מיר
עס איז דא אזעלכע מענטשן אויף די וועלט וואס האבן נישט קיין איבריגע דאללער'ס.....