Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10592
מאנטאג יוני 06, 2016 10:32 pm#336863
עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
די זון שיקט אירע ערשטע שטראלן. דער געדרענג ווערט שטערקער און שטערקער מיט יעדער פארבייגייענדער מינוט. דער עולם רייסט זיך אריין צו גיין אין געריכט זאל, מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם שפאנענדן ספעקטאקל. און פלוצלינג, דער רבי אליינס איז דא! דער רבי אין באגלייטונג פון א מאסע חסידים, ווענדט זיינע טריט צום געריכט אריינגאנג. עס ווערט א געדרענג, אבער די פאליציאנטן שטייען פעלזן פעסט. בלויז דער וואס פארמאגט אן איינטריט- קארטל, וואס די גאר טיכטיגע האבן זיך פארשאפט פאר גרויס געלט, זענען ערלויבט אריין צו גיין אינעם געריכט-זאל.

דער זייגער קלאפט נאנט פאר צען. דער געריכט גייט שוין אנהויבן די ערשטע סעסיע.

עס שפאנט אריין א פרוי אויסגעפיצט פון קאפ ביז פיס. זי איז איינגעהילט אין א טייערן מאנטל, געקליידעט אין עלעגאנטע קליידער, טייערע שטיקער צירונגען, מיט אמעריקאנער ברילן אויפן פנים, און א היטל אויפן קאפ. דער רייכער פרוי - א רעבעצין גאר - איז דא פאר עפעס דרינגענד. אזש זי קען זיך נישט צוריק קערן צום טאג טעגליכן לעבנסשטייגער, און איז דערפאר געקומען צו פארן דעם שווערן וועג מעבר לים, פונעם ווייטן אמעריקע.

דער טאג איז פעברואר 1927 ,28. דער לופט פון ראדימנא צו פשעמישל איז אויף א הויכע דרוק. היינט הייבט זיך אן א געריכט, וואס מאכט זיך גאר זעלטן - אויב בכלל. אין געריכט וועט אנטשידן ווערן די קלאגעס פונעם געערטן ראדימנער רבי'ן - וואס דינט אין צוגלייך אויך אלס שטאט'ס רב אין ראדימנא, אנטקעגן א פרוי פון אמעריקא, וואס שאנטאזשירט אים. פון דארט און ווייטער, וועט זיך ציען די געריכט קלאגעס אנטקעגן דעם גרויסן "וואונדער ראבינער", וואס האט אנגעבליך געפאטשקעט א בלאטע אינעם ווייטן אמעריקע.

דער געריכט אנטשפרעכט צו זיין העכסט אינטערעסאנט.

דאס שטעטל ראדימנא

דאס שטעטל ראדימנא, אין פוילן, איז פלאצירט אויפן מאפע אונטער די יארעסלאווער גיבערניע, ביי די סוב-קארפאטן פראווינץ. ס'געפונט זיך א שפאן אריבער פון די גרויסע שטעט פשעמישל און יארעסלאוו, און נאנט צום טייך סאן. דאס שטעטל ראדימנא איז שוין באוואוינט פאר צענדליגער צו הונדערטער יארן, און איז פאר יארן געווען א צענטער פאר סוחרים צו טון מסחר, האנדל וואנדל.

רעדים (ווי דער שטאט הייסט אין אידיש) איז אפט געווען פארמישט אין שלאכטן, און צוליב איר טעריטאריאלער סטאטוס זייענדיג אויפן גרעניץ מיט אוקריינא, איז זי אפט געווען א צענטער פונקט פאר קריג, געפונענדיג זיך נישט ווייט פונעם שטאט פשעמישל. ווען עס איז פארגעקומען ביטערע שלאכטן ביים ערשטן קריג איבער פשעמישל, איז איר שכן ראדימנו נישט פארשוינט געווארן.

אום מאי דעם 23'סטן אויפדערנאכט, האט אויסגעבראכן אין שטאט די באקאנטע "בעטל אוו ראדימנא". א קאמפ צווישן די רוסישע בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אלעקסי בראסילאוו', און דער דייטשער אכטער בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אוגוסט וואן מאקענסאן'. די רוסן האבן טאקע געזיגט אין פשעמישל, אבער דא אין ראדימנו זענען זיי געכאפט געווארן אין סורפרייז אטאקע. די עסטרייך-אונגארישע מיליטער האט העפטיג באמבאדירט די רוסן, וואס האבן באין ברירה געמאכט א ריקצוג, דערביי אפשניידענדיג דער קריטיש וויכטיגער בריק אריבער די טייך סאן.

Radymno 3.jpg
Radymno 3.jpg (16.03 KiB) געזען געווארן 12232 מאל
דער שטאט אין חרבנות


די שלאכטן איבער דעם קליינטשיג שטאט, איז געווען טעריטאריאליש א קריטישע. דער שלאכט אין ראדימנו האט אריינגענומען אין זיך אזויפיל ווי: זיבעציג אפיצירן, ניין טויזענט קעמפער, צוויי אין פופציג קאנאנען - צען דערפון שווערע ארטילעריע. ווי פארשטענדליך, האט אזא שלאכט מער ווייניגער צוגרינד געלייגט דאס שטעטל, און איר געלאזט אין א הויפן ברוכווארג.

דער שטעטעל פארמאגט היינט צוטאגס עטליכע טויזענט נפשות. 5,501 צו זיין מער פונקטליך. היינט וואוינען דארט כמעט נישט קיין אידן. אבער אין די יארן פון וואס מיר רעדן, איז דער שטאט געווען באוואוינט מיט א ריזיגער אידישער קהילה, אייגענטליך - 1,250 אין צאל, כמעט האלב פון די שטאט'ס פאפולאציע. די צווייט גרעסטע געמיינדע נאך די רוימישע-קריסטן זענען געווען די אידן.

רוב אידן זענען געווען פרומע אידן. הגם אסאך אידן זענען געווען ציוני'סטן, איז אבער די שטימונג אין שטאט אין מערסטנסטייל געווען א פרומע.

דער רב אין שטאט איז געווען הגה"צ רבי שמואל שפירא. רבי שמואל האט דינענדיג אלץ רב גלייכצייטיג געדינט אלץ רבי פאר פולע חסידים, ידידים, און ראדימנער לאנדסלייט. דער רב איז
געווען גאר רעספעקטירט אין שטאט, זייענדיג באקאנט אלץ אן ערליכער און גאט'ס פארכטיגער מאן.

Radymno 2.jpg
א ראדימנער אידל אין צענטער פונעם הויף פארנט פון שול


רבי שמואל שפירא איז א רעכטער בן אחר בן, און ממשיך, פונעם הייליגן בני יששכר פון דינוב זי"ע. צוגלייך איז זיין עלטער-עלטער-שווער געווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע.

רבי שמואל איז געווען א זון פון דער לאנצוטער רב רבי מנחם מענדיל פנחס זצ"ל, וואס נאך די פטירה פון זיין טאטן דער "יודעי בינה" מלאנצוט, האט ער געדינט אלץ לאנצוטער רב צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שמחה (הקובעת
פרשה לעצמה). דער יודעי בינה זעלבסט, איז געווען א זון פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע.

אין יונגן עלטער פון 16 יאר, האט רבי שמואל חתונה געהאט מיט הרבנית רחל דער טאכטער פונעם גלאגוב'ער רב. צוערשט האט ער געוואוינט אויף קעסט ביי זיין שווער אין גלאגוב, וואו ער איז געווען א רב דארט אין שטאט. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין ראדימנו, ווי ער האט אנגעפירט מיט די רבנות פאר אריבער דרייסיג יאר אין דעם גרויסן קהילה אין שטאט.

ווי עס פאסט פאר אזא יחסן, האט ער טאקע געטון גאר לייטישע שידוכים מיט זיינע זיבן קינדער.
צווישן זיי: זיין איידעם רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, א זון פון רבי משה'לע שיניאווער. זיין איידעם דער גארליצער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם (פון אמעריקא). זיין איידעם רבי מנחם מענדיל קלינגבערג, דער זאלאזשיצער רבי'ס א קינד.
זיין זון רבי יעקב יוסף, מיטן טאכטער פון ראדלובער רב אין טורנא. געוואוינט אין לאנדאן. און צוויי טעכטער אין די רייע: מינדל, און יהודית'ל שפירא.

דער ראדימנער רבי'ן איז נפטר געווארן י"ט שבט תרצ"ח. צוענדיגענדיג זיינע לעצטע יארן אין א ביטערע פארפאלגעניש.


וואס טראכט דעם רבי'נס טאכטער, ווען
זי עפנט א פאסט בריוול, און זעהט דערין סם
פילעכלעך וואס די טאטע ברויך געבן פארן מאמען?


וואספארא טונקעלע געשעפט מאכט דער
ראדימנער רב אין א געריכט הויז אין די בראנקס?


המשך יבוא אי"ה
מאנטאג יוני 06, 2016 10:34 pm#336864
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
יעצט וועל איך דארפן ווארטן א חודש בוזן המשך?
מאנטאג יוני 06, 2016 10:36 pm#336865
זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?
מאנטאג יוני 06, 2016 10:37 pm#336866
Radymno1.jpg
א זעלטן קלארער בילד פונעם ראדימנער רבי'ן


Radymno Synagogue.jpg
דער שוהל אין ראדימנא
דינסטאג יוני 07, 2016 11:19 am#336951
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
דער געוואגטער איז שוין איינמאל געוואגט.
ס'זעהט אויס אז ס׳קימט א מעסיוו ארטיקל.
I sure hope אז מען וואט נישט דארפען ווארטען לאנג אויף די המשך Keep them coming

lead, follow, or get out of the way
דינסטאג יוני 07, 2016 12:12 pm#336973
טאמבל סאס האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?

טאמבל סאס: נעה...ווען ער זאגט אויס איז ער דאך אויס קאפעליטש מאכער. וועט שוין קיינער נישט זיין אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. מ'קען עס דאך אליינס אפ-ליינען...אזוי פייגער'ט דער עולם פאר נייגעריגקייט. וגם אני בתוכם. ב"ה אויפגעטון. נאר איין בקשה האביך. ער זאלל אונז נישט פיהרן קטנ'ען אזוי ווי דער "חקרן" מיט זיינע ריזשינ'ער מעשה'לעך. וואס א גרויסער טייל דערפון איז זיכער געווען פריש-געבאקענע, אבער געשמאקע סחורה. אבער האט אויפגעהערט פראדוצירן אינ דער מיט...!
דינסטאג יוני 07, 2016 6:04 pm#337040
זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, און כ'קוק ארויס אויף דעם המשך.
דינסטאג יוני 07, 2016 9:42 pm#337099
זייער אינטערעסאנט, אבער האסט אונז אלע געלאזט הענגען מיט נייגער
דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:00 am#340772
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
איך פארשטיי נישט. אויב איז זי זלאטע אזא משוגענע געווען און דאס איז געווען די צוועק פון איר קומען צו ראדימנו, פארוואס האט דער רב אריינגענומען איר צו זיך אהיים? און וואס האבן זיי געשמועסט אין האטעל פריוואט יענעם צופרי? פארוואס גיט זי זיך אהן ווי דער רעבעצינס קרובה ענדישער ווי דער רב'ס? איז זי באמת געווען? האט נישט דער רב'ס פרוי געקענט איר אייגענע משפחה? א מין קוריאזע מעשה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דינסטאג יולי 12, 2016 8:45 pm#341773
"דער ראדימנער פראצעס" (וועקער #2)
דער גרויסער שול אין ראדימנא איז איבערגעפולט. דער עולם איינגעוויקלט אין ווייסן, גרייט זיך צום שופר בלאזן. ס'טוט זיך א מורמלעריי, איינער מיט א תחינה, א צווייטער מיט א ספר'ל איינגעבויגן, א דריטער מיט א תהילים'ל פארוויינט די אויגן. ווען פלוצלינג...

עס יאגט אריין צווישן די מענער א פארסאפעטע פרוי, מיט א קוויטש: "אידן ראטעוועט!!! איך וויל נישט שמאכטן אין טורמע". הינטער איר יאגט נאך א פאליציאנט און פירט איר שטורמיש ארויס פון שול.

דער סצענע האט געמאכט א מהפיכה אין שול. אין א זייט, צווישן די גרויסע טומל, האט זיך בליציג פארמירט א קופקע'לע, עטליכע פלינקע אידן האבן זיך שנעל אריענטירט, און געמאכט א שנעלע באראטונג. די עסקנים האבן פרובירט צו כאפן וואס עס האט דא אקארשט פאסירט, און וואס טוט מען ווייטער. בליץ שנעל זענען זיי געקומען צום החלטה: מען וועט ווארטן מיטן שופר בלאזן! און א דעלעגאציע לאזט זיך אין וועג צום דערנעבנדיגן שטאט פשעמישל, צום פרעזידענט פונעם קהילה ד"ר לייב לאנדוי אז ער זאל אינטעווענירן ביי זיינע פריינט צווישן די הויכע פענסטער, אז מען זאל באפרייען דעם אידישן פרוי אנקומענדיג צו ד"ר לייב לאנדוי אינדערהיים, האבן זיי פארצווייפלטערהייט פארגעלייגט די שרעקעדיגע פאסירונג וואס האט אנומעלט צושטערט די שופר בלאזן אין שול.

"געערטע ברודער" - ווענדט זיך צו זיי ד"ר לאנדוי אין קורצע דיבורים. "איר ווייסט אז איך בין אויסגעשפראכן סיי ווען, נישט צו לאזן ארעסטירן א אידישער פרוי אין טורמע, ווער רעדט נאך אין סאמען יו"ט ר"ה. אבער דא, איז זי ארעסטירט געווארן אויף מיין אינציאטיוו אליינס! זייטס מצליח".

***

דער שיף האט נארוואס געאנקערט ביים פארט. זלאטע רובין שטייגט אראפ אויפן באדן, און פארט תיכף צו צום שטעטל ראדימנו. אנקומענדיג אין די שפעטע נאכט שעות, איז זי תיכף פארפארן צו אייזענבערג'ס האטעל וואס געפונט זיך צופיסנס פונעם באן שטאנציאן. די פרוי האט זיך אנגעגעבן אלץ א רעבעצין פון יאסי, רומעניע.

radymno train station street clear.jpg

דעם באן סטאנציע אין ראדימנו


נאך א קורצע איינקוואטירונג, בעט זלאטע פונעם האטעל אייגענטומער מר. אייזענבערג, אריבערצורופן דעם רב פון שטאט צו זיך אין האטעל צימער. מר. אייזענבערג האט קלארגעשטעלט פאר פרוי רובין, אז ס'איז נישט שייך צו גיין אין די קליינע נאכט שעות וועקן א מענטש. ווי נאר ס'וועט ווערן לעכטיג וועל איך אים גיין רופן דא אהער. זלאטע האט אן אומגעדולדיגער מסכים געווען דערצו.

בעפאר אכט אזייגער אינדערפרי, איז דער רב - רבי שמואל שאפירא אריבערגעגאנגען צום האטעל. נאך א קורצע שמועס מיט פרוי רובין, איז דער רב אוועק צו זיך אהיים מיט א טיפן קנייטש אויפן שטערן.

radymno train station street.jpg

דעם גאס פון אייזענבערג'ס האטעל


ס'איז נישט לאנג פארביי, און פרוי רובין קלאפט אן ביים רב אין שטוב. זלאטע האט זיך אנגעגעבן אלץ א קרובה צום רב'ס משפחה(-נעמליך, דער ראדימנער רב'ס שווער האט געהייסן רובין. מיין מיינונג.) זי איז תיכף געלאדענט געווארן זיך היימיש צו מאכן. מען האט איר אויפגענומען מיט אפענע ארעמס, און איר איינקוואטירט אין א באזונדערע שלאף צימער ביים רב אינדערהיים.

דער ראדימנער רעביצין רחל שפירא, האט איר פארבעטן אויף מיטאג. זיי האבן געגעסן געשמאק און פארברענגט איינגענעם, שמועסנדיג פון אלעמען און אלץ. די טעכטער זענען ארויס פארברענגען אין גארטן וואס איז געווען אין די בעק פונעם הויז, און די צוויי פרויען זענען געבליבן אינעווייניג פארליבט אין א שמועס.

- "איר ווייסט?" - רופט מיסיס רובין זיך אן צום רב'ס פרוי. "איך האב געבוירן א קינד פון דיין מאן".

- "ו-ו-ו-א-א-א-ס-ס-ס... וואס רעדט איר נארישקייטן?..." - האט רעביצין שפירא געפרעגט א צוטרייסלטער.

רעביצין שפירא זיצט שאקירט ביז גאר און אטעמט שווערליך, ביז זי שרייט א צושוידערטער: "וואס הייסט, ווי איז דאס מעגליך? ער קען שוין יארן נישט האבן קיין קינדער... שוין גאנצע אכט יאר, וואס ער איז שלאַף! מיר האבן קיין נאנטע שייכות שוין אזויפיל יאר. וואס פלאפלסטו נארישקייטן?".

- "יא יא, איך האב מיך שוין מיינע וועגן, און ער האט מיט מיר געהאט א לעכטיג קינד" - זאגט פרוי רובין געלאסן.

רעביצין שפירא איז שוין אין אירע מיטעלע זעכציגער יארן. דרייט זיך אלץ מיט א לוסטיג פנים, מיט א שטעמפל פון פארצייטיש רבי'שע יחוס, פרישע קינדערישע אויגן, פול מיט תמימות. טראגט א ווייסע זיידן געבלימטע טוך וואס פארשלייפט זיך אונטערן האלז, און אויף די נאטורלעך רויטע ליפן, איז אלץ א לייכטקייט איבערגעצויגן.

- "אבער איר זאגט נישט קיין אמת, קוזין מיינע! מיין מאן איז נישט בכח פאר אזאנע זאכן, איך בין גרייט דאס צו שווערן ביי א ספר תורה אין שול! קום נאר אין שול אריין".

די מיטאג האט זיך געענדיגט מיט א זויערקייט, און זלאטע איז זיך צוריק אריין אין איר צימער.

זלאטע רובין האט זיך אויפגעהאלטן ביים רבי'ן אין שטוב פאר די קומענדיגע 15 טעג. במשך די צייט האט זי מיטגעהאלטן אלעס ביים רבי'ן, די זמירות, שלום עליכם, די סעודות שבת, די טישן, אא"וו. זי איז דעם גאנצער צייט געווארן סערווירט ווי עס פאסט פאר א קרובה פון דערווייטנס. מען האט איר אפילו גערופן "רעביצין" אויף איר מאדנער קאפריז.

במשך די פופצן טעג, האט זי זיך מערערע מאל איינגעהאנקערט מיטן רב אין א טענה'ריי, פארלאנגענדיג א גט פונעם רב. זלאטע האט געסטראשעט אומ'צוויידייטיג: איך דארף א גט פון דיר כדת של תורה, אז נישט פארצייל איך פארן גאנצן שטאט וואס די האסט געטון..." דער רב האט פרובירט ס'זאל זיין אויף א שטילן טאן, די טעכטער זיינע זאלן נאר נישט געוואויר ווערן וואס דא קאכט זיך אפ.

ס'האט אבער נישט לאנג געדויערט, און די טעכטער פונעם רב האבן דערשמעקט ווער ס'איז זייער אנגעגעבענער קרוב זלאטע רובין.

ראצעלע און איידי, די טעכטער פונעם רב, האבן זיך דערמאנט פון די מאדנע בריוון וואס זיי האבן געליינט אין די פאסט. ווארשיינליך איז זי דער יעניגער וואנזיניגער, וואס האט געדראעט מיט דאס ארגסטע. איר יחוס אהער שטאמט שוין גארנישט אלץ קרוב.

מיט עטליכע וואכן פריער, האבן די רב'ס טעכטער געעפענט די פאסט בריוון, און זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע בריוו. דער שיקער שרייבט צו זייער טאטן: "טו איר אריין די פיגולקעס (-פילן) אין טיי אדער קאווע, וועט זי שוין שלאפן".

עטליכע טעג שפעטער שרייבט זי ווידער: "די פילן זענען פאר איר, נישט פאר דיר. איר קענט איר שוין שטעלן א מציבה", אונטערגעשריבן: "זלאטע רובין".

די טעכטער דערשראקענע און צומישטע, האבן שנעל צוריק פארקלעבט די בריוון, דער טאטע זאל נאר נישט זען אז נאך איינער האט געליינט די בריוון.

אין איינע פון די טעג, ווען זלאטע האט זיך גע'פלפל'ט מיטן רב איבער באקומען א גט, האט זי זיך גע'טענה'ט אן אויפהער: "איך וויל א גט! איך וויל א גט!".

דער רב טענה'ט: "איך קום דיר גארנישט".

- "אבער דו האסט מיט מיר חתונה געהאט" אייסערט זי זיך ווייטער.

- "יא יא, דו האסט מיר געצווינגען מיט א רעוואלווער אויף מיין קאפ, א ברירה האביך דען געהאט?".

די טענער זענען געווען אזוי הויך אז דער רב'ס טאכטער מינדי האט מיטגעהאלטן די גאנצער וויכוח צווישן איר טאטע אין זלאטע. דער רב צוזעענדיג דאס, האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס אין חלשות, די בושה איזגעווען אין לשער.

***

ווער איז דער מאדנער פארשוין'טע "זלאטע רובין"?

סאלאטע (ווי זי פלעגט זיך אפט אידענטיפיצירן) רובין, איז געבוירן צו חסיד'ישע עלטערן אין שטאט ניי-סאנז. איר טאטע איז געווען א גבאי ביי איינע פון די רוזשינע אייניקלעך אין הויף. זלאטע אליינס איז אבער געווארן אויפגעצויגן גאר פרימיטיוו. זי האט נישט געקענט שרייבן גארנישט, ניטאמאל פליסיג ליינען, און אין קורצן: אן אנפאלבעט'קע. מיט אזא געלונגענקייט האט זי טאקע זוכה געווען צו ווערן א כלה צו איר אויסגעוועלטן מאן, שמואל קראפף - דער וואסער טרעגער פון ניי-סאנז.

נישט פארביי קיין ירח ימים און דער פופצן יעריגער זלאטע'לע איז שוין געווען 'חוזרת לבית אביה' מיט א צוועלווער אין האנט...

נאכן זיין זיבן יאר א גרושה, האט זי פריש חתונה געהאט צו שאול אדלער. שאול איז געווען א רייכער יונגאטש, ווי זלאטע פלעגט אלץ דערציילן איבער זיינע אכט קארעטעס איינגעשפאנט צו זעכצן ריטערישע פערד!

Radymno Rebbetzin.jpg
Radymno Rebbetzin.jpg (25.6 KiB) געזען געווארן 11783 מאל

די 'רעבעצין' זלאטא


זלאטע פון ניי-סאנז און שאול פון סיטשאווע (בוקאווינא), האבן נאך א שטיק צייט באשלאסן צו פארווירקליכן די טרוים פון מיליאנען אייראפעאישע אידן. נעמליך, צו עמיגרירן קיין אמעריקע. דער ארט וואו פון די מיסט טרעקלעך טראפט ארויס גאלד אנשטאט מיסט, און גליק קויפט מען פאר פעני'ס.

זיי האבן עמיגרירט קיין אמעריקא, דא אין אמעריקא האבן זיי געלעבט עטליכע יאר צוזאמען, אבער עלנד אנע קינדער. זלאטע האט אים אפגע'גט, טענה'נדיג אז ער קען נישט האבן קיין קינדער, און אין אזא לעבן איז נישט ווערד אויפצושטיין.

זלאטע מיט פיר טויזענט דאלער אין האנט, האלב פון איר געוועזענער מאנ'ס פארמעגן, איז אריין אין וועג צו זוכן א דריטן מאן... זי האט זיך אנגעשטויסן אין א אידל בצלאל שמאיע. זלאטע אין איר מאן האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס, וואו זיי האבן אנגעפירט אן אנצוג געשעפט. עד כדי כך, אז זיי האבן פארמאגט עטליכע הייזער אין באסטאן-מאס', וואו זיי האבן דאן געוואוינט. נאך עטליכע יאר, האט זיך דאס רעדל א קליינער דריי געטון, און זיי האבן פארקויפט דאס געשעפט. אין יארע 1923 האט משפחת רובין )(בצלאל שמאיע האט זיך געטוישט זיין נאמען צו רובין) מיט זייערע דריי קינדער - וואס בצלאל האט מיטגעברענגט צום חתונה - זיך אריבער געצויגן קיין ניו יארק.

דא איז איר מאן געשטארבן נאך זיך מוטשענען מיט א קראנקהייט רח"ל. פרייטאג אויפדערנאכט ליגענדיג אין בעט האט ער אויסגעהויכט די נשמה, במעמד זיין פרוי זלאטע, און דער ראדימנער רב וואס האט זיך דאן געפונען אינעם דירה.

פון איר מאן'ס פטירה און ווייטער, האט זיך ארויסגעצייגט גאר שטארק א קראנקהייט פון וואס זלאטע האט געליטן. זי האט פארמאגט א אדנער "פעטיש", נעמליך, צו זיין א "רעביצין". זי פלעגט זיך דרייען ביי רבנים, רבי'ס, בנש"ק'לעך- "גוטע אידן" ווי מ'האט זיי גערופן - אונטער דיפיס.

וואו זי האט נאר געקענט, האט זי פרובירט אנצוקניפן באציאונגען אין רבי'שע הויפן, און מדור 'חדשות אני מגיד' תמוז תשע"ו 25 זי איז געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט וואו ס'פעלט אויס, אולי וועט איר געלונגען חתונה צו האבן גאר מיט א רבי אליינס.

איין ביישפיל:
טאקע יעצט וויילנדיג ביים ראדימנער רב אינדערהיים, האט זי געצווינגען דעם רעביצין רחל שפירא, צו שרייבן א בריוו צום רעביצינ'ס
ברודער אלעזר (-הלוא הוא דער סאסובער רבי ר' אלעזר רובין, חדב"ן הרה"ק רבי שלמה מ'סאסוב זי"ע,) באפעלנדיג צו שרייבן אקוראט אזויווי זי דיקטירט, כדלהלן:

- "ליבער ברודער! מיין מאן איז געפערליך קראנק, מען האט צו אים ארויסגערופן א פראפעסאר פון קראקא, ער דארף האבן גרויס רחמים. בעט פאר אים, ער זאל בלייבן א טאטע צו זיינע קינדער. זלאטע רובין וויל מיט דיר חתונה האבן, זי וועט דיר געבן 10,000 דאלאר נדן, און וועסט קענען טון מיטן געלט וואס נאר דו וועסט וועלן".

sosov.JPG


sosov visit.JPG

די מעלדונגען איבער סאסובער רבינ'ס באזיך אין ניו יארק

***

זלאטע זיצט שוין איבער א וואך ביים רב אין דירה. די מצב איז גיהינום. יא! וויפיל מען פרובירט זיך נאר צו האלטן אין א רואיגע אטמאספער אין זלאטע'ס געגנווארט, מאכט זיך נאך און נאך קאמפליקאציעס מיט איר. "איך האב פונקט אזויפיל רעכט צום רב ווי דיר" - שרייט זלאטע איין פארנאכטס צו רעביצין שפירא וואס פארבייסט שטייף אירע ליפן. אזא מין אנשיקעניש האט זיך אריינגעפארקט ביי זיי אין שטוב, אן א פלאן ארויס צו גיין פון דארט.

ביים רב אין הויף איז מען זיך צוזאם געקומען אויף א געהיימע מיטינג. א געקליבענע צאל משפחה מיטגלידער האבן אנטיילגענומען, זען צו טרעפן א לעזונג וויאזוי זיך אפצושאקלן פון דעם אנשיקעניש "זלאטע רובין". אט איז איינער אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק, איר צו לאזן לופטערן פון ראדימנער רב'ס דירה.

וואס פאסירט ווייטער?

ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.
דינסטאג יולי 12, 2016 9:32 pm#341781
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!
מיטוואך יולי 13, 2016 12:26 am#341803
געוואלדיג האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!

געוואלדיג: מפני מעשה שהיה (אדער גאר לא היה ולא נברא). ס'דא א חשוב'ער ניק (וואס דער עולם דינגט זיך נאך איבער דעם ערשטן אות פון זיין נאמען). ער האט אנגעהויבן צו פארציילן זייער א זיסע מעשה באזירט אויף א אמת'ע היסטארישע געשעעניש וועלכע איז זיך פארלאפן אין איינע פון די גרעסטע און בארימטסטע רבי'שע הויפן. נאר אינמיטן האט מען אנגעהויבן חושש צו זיין אז דאס איז פריש געבאקענע סחורה. אבער דער בעל מספר האט ווייטער געבאקן און געצויגן די פעדימער לויט זיין רייכע פאנטאזיע. ווען ער איז אנגעקומען צו א קול-דע-סאק. א בלינד געסל פון ווי ס'נישט דא קיין מוצא האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. דערווייל איז אבער די עולם שוין געווען שטארק אנגעצויגן. (כמעט) א יעדער האט שוין זייער שטארק געוואלט הערן די שפעטער'דיגע אנטוויקלונגען. מ'האט זיך ממש געבעטן צו איהם ער זאלל ממשיך זיין די מעשה. ר'האט אבער נישט געקענט. האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. משא"כ דער מספר פון די זייער אינטרעסאנטע געשיכט איז אן אמת'ער חוקר. אבער דאך וויל ער זיך באווארענען. ווייל מ'קען דאך נישט וויסן...נאר ער, דער בעל מספר (און אונז. די עולם-גולם) האפן אז ער וועט אי"ה ממשיך זיין די מעשה ביז'ן סוף...!
מיטוואך יולי 13, 2016 9:29 am#341831
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
געוואגטער, א גרויסער ייש״כ.
כ'האב עס געליינט מיט דורשט, און נאכן ענדיגן בין געבליבן דורשטיגער.

לענ״ד באלאנגט יעדער פּרק אין א באזונדער אשכול.
פרייטאג יולי 15, 2016 11:07 am#342303
זייער א שפאנענדע מעשה, רייך געשריבן. איז דאס פיקציע אדער אן אמת'ע מעשה?

אגב וואס איז פשט אין דער פאראגראף? פשוט א ט"ס?

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואו זי האט נאר געקענט, האט זי פרובירט אנצוקניפן באציאונגען אין רבי'שע הויפן, און מדור 'חדשות אני מגיד' תמוז תשע"ו 25 זי איז געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט וואו ס'פעלט אויס, אולי וועט איר געלונגען חתונה צו האבן גאר מיט א רבי אליינס.



.
פרייטאג יולי 15, 2016 12:25 pm#342327
טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. א. אויב איז זי זלאטע אזא משוגענע געווען און דאס איז געווען די צוועק פון איר קומען צו ראדימנו, פארוואס האט דער רב אריינגענומען איר צו זיך אהיים? ב. און וואס האבן זיי געשמועסט אין האטעל פריוואט יענעם צופרי? ג. פארוואס גיט זי זיך אהן ווי דער רעבעצינס קרובה ענדישער ווי דער רב'ס? ד. איז זי באמת געווען? ה. האט נישט דער רב'ס פרוי געקענט איר אייגענע משפחה? ו. א מין קוריאזע מעשה.


א. זי האט געסטראשעט אז זי גייט פארציילן אין ביהמ"ד פונקטליך וואס ער האט געטון מיט איר.
ב. זי האט דארט פארלאנגט א כשר'ע גט כדת וכדין.
ג. כ בין נישט זיכער צו דווקא פון איר זייט. כ'מיין זי האט זיך מער אנגעגעבן אלץ קרובה צו די 'משפחה'. גראדע ביידע די רב און זיין פרוי האבן פארמאגט קרובים מיט די נאמען רובין.
ד. כ'ווייס נישט.
ה. זאג די קענסט דיין עלטער פעטער'ס שניר'ס איידעם? -איך נישט. פארגעס נישט, מען רעדט דא פארן קריג, ווען אפי' ביי חתונות איז ביי א סך חתונות נישט געווען מער ווי 10 ביז 20 מענטשן, און זיכער נישט די קרובים פון ווייטערע שטעט. ממילא די מציאות איז געווען אז מ'האט געוואוסט פון קרובים צו זאגן פי כמה ווייניגער.
ו. און נאך ווי...

____
ATUB @געוואלדיג ATUB די 'אויב' איז אן אריכות הדברים. אויף איין פרט האב איך זיך גע'אימיילט א לאנגע צייט מיט שש'ן (אגב, דער רוקן ביין פון אלץ) ווי מיר זענען געקומען צו אן עמק השוה אבער ס'איז מער דערפון ואכמ"ל (אוטש. בשכל"ע ודו"ק וק"ל פסת"ם פספסי"ם וטשעטרע)

____
שכח בערל פאר די קאמפלימענט.
____
ATUB @מפוזרי ATUB א דאנק. אויב איינע פון די אחראים האלט אז ס'זאל גיין אלץ א באזונדערע אשכול -זאל ער עס אריבער רוקן.

____
ATUB @הוגה ATUB , ס'איז אן אמת'ער מעשה! מיט שווערע כוחות דאס צו דעשיפרירן לעלות על שולחן מלכים.
די אריינגעפאלענע ווערטער זענען א טהור ספרדי.
דינסטאג יולי 19, 2016 1:05 pm#342819
יוי יוי יוי, איך האב נישט קיין ווערטער,

שוין אפאר וואכן וואס איך זעה דא אין קאווע שטיבל וועגן עפעס א וועקער. יא יא, וועקער, שוין גענוג געהאט פונעם וועקער אין ישיבה, איך גיי מיך נישט ביי די יארן נעמען א נייעם וועקער אויפן קאפ. אבער יעצט זעה עס איז שוין דא א צווייטער וועקער, נו, דאס זעהט שוין עפעס עפעס אינטערעסאנט, יעדן חודש א נייעם וועקער, אקעי, עמער געבן א קוק.

איך לאדן מיר אראפ ביידע וועקערס און מען נעמט זיך קוקן.

איך ווער נתפעל, פיינע נייעס, ארטיקלען איינס נאך איינס, איינס בעסער פונעם צווייטען, מען בליקט אזוי דא אהער און דא אהין, און פון אלע ארטיקלען האט מיך עפעס דאס מערסטע געצויגן דער ראדימנער פראצעס. פרעג מיך נישט פונקטליך פארוואס, עפעס האט דער שרייבער מצליח געווען מיך צו פאנגען נאר פון מיין בליקן אויף דעם ארטיקל.

איך לייען עס אפ, און איך זאג אייך זוי פיל, איך האב טויזענט מאל חרטה אז איך האב עס געליינט. ניין... פארשטייט מיך גוט, נישט אז איך האב חרטה אז איך האב עס געליינט. איך האב אבער חרטה אז איך האב עס געליינט יעצט און נישט געווארט ביז ער ענדיגט דעם פארזעצונג. ווייל ווען איך האב געענדיגט ווי ער האלט האב איך געשפירט ווי מיין מוח פליעט מיר ארויס פון מיין קאפ.

איך האב פלעין נישט קיין ווערטער, איך ווייס נישט וואס, אבער עפעס אזאן מעשה האב איך נאך נישט געליינט, און עס שפילט מיר מיט די נערוון אז איך פלאץ פון נייגעריגקייט.

איך ווייס נישט צו עס איז דער מעשה אליינס צו וויאזוי דער שרייבער לייגט עס אראפ, עס איז לכאורה ביידע, דער געוואגטער איז שוין גארנישט אזא אינגל, ער איז א געוואגטער שרייבער, און א געוואגטער פארשער, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט האב איך אויך געזוכט אינעם גוגל הדור און נישט געפונען, און דאס אז ער האט מצליח געווען אויפצוגראבן אזא מעשה איז שוין אליינס א געוואגטע אקציע, און דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס.

בקיצור, ער האט מיך גוט צוגעפיקסט, און איך פייגער יעצט צו וויסן דעם סוף.

העי, געוואגטער, הער מיך גוט אויס, "אויב" גייסטו ענדיגן דעם ארטיקל, הרי טוב, און "אויב" חלילה נישט...
דינסטאג יולי 19, 2016 1:51 pm#342831
ביידע, די בילדער, שיינען דאס פון איין בילד זיי זענען. קוק - אליינס - דא. צו דען קען מען - מיט רעכט - אויספירן דאס זיי זיינען - אין די ענדע - פארהייראט געוויזן?
דינסטאג יולי 19, 2016 7:07 pm#342886
הדד, אזא אויפרייס wow! אזא קאמפלימענט באקום איך איינס אין א שמיטה. דאס איז כ'קאווע חמה על גוף קרה ,ווי א געזאלצענע מאטיאש מוצאי תוניס.

____
ATUB @בן נריהו ATUB פילייכט ווערטער איר זאגט. דיזען בילד -יענער אהין- פון זיי צוויי איז. אוקעי, מיין קאפ ספינט איך זעה שוין שטערנ'ס. גענוג גראד גערעדט.

דער אמת איז, דער בילד פארנעמט א פראמינעט ארט אינעם סענזאציאנאלער פראצעס. נעמליך, זלאטע האט אט דעם בילד געצייגט פאר די גאנצער גאס און אין געריכט, קוקט'ס: דא איז פאר אייך א בילד ווי דער רב האט זיך מיט מיר - נישט טראכטענדיג פון די קאנסעקווענצן - פאטאגראפירט אזוי ליבליך.
דינסטאג יולי 19, 2016 7:29 pm#342891
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784 m

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.
דינסטאג יולי 19, 2016 8:13 pm#342899
דער געוואגטער יונגל: ס'איז נאך ווארשיינליך אין יענע צייטן נישט געווען אזא קאנצעפט ווי פאטא-שאפ. ווייל אויב יא וואלט זלאטע נישט געדארפט אנקומען צו אירע טריקערייען און אינטריגעס...ניין. כ'וויס נישט דעם המשך פון די מעשה. און כ'ווארט שוין בכליון עיניים. נאר איך האב גאנץ א גוטע אימעדזשינעישן...אזוי זאגט דער עולם... :lol:
דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:53 am#343056
מפוזרי האט געשריבן:הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.


מפוזרי דו ביסט גוט
דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:35 am#343057
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
חזו מאן גברא רבא קאמסהיד עליה
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:09 pm#343081
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
@דער געוואגטער יונגעל איך געדענק נישט די לעצטע מאל איך זאל אזוי שטארק ארויס קוקען און ווארטען פאר א פארזעצונג. דער מעשה איז סיי אידישע היסטוריה און סיי עפעס וואס קיינער דערציילט נישט ממילא מוז איך וויסן דער מעשה. פלאס דיין שרייבן מאכט עס זייער ציענדיג . איך שטעל מיך פאר אז דעס איז אמאל געווען רעיטיד סחורה... ביטע זעצט פאר די געשיכטע. תודה רבה.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:27 am#345238
געמיינט האביך אז אינעם וועקער די חודש וועט זיין א המשך צו די מעשה
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:11 pm#345246
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
עס איז נישטא?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:25 pm#345286
גם אני בחלומי, געזעצן און געווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און... געבליבן מיטן צינג אינדרויסן...
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:13 am#345367
טאמבל סאס האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?

הדד בן בדד האט געשריבן:, דער געוואגטער איז שוין גארנישט אזא אינגל, ער איז א געוואגטער שרייבער, און א געוואגטער פארשער, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט האב איך אויך געזוכט אינעם גוגל הדור און נישט געפונען, און דאס אז ער האט מצליח געווען אויפצוגראבן אזא מעשה איז שוין אליינס א געוואגטע אקציע, און דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס.

.

גוגל איז נישט די שליסל דא, נישט קענענדיג זיך אייהאלטן האב איך דאס אליינס אויפגעזוכט, (כ'גיי נישט זאגן וואו ווילאנג געוואגטער גייט ווייטער מיט די מעשה, אויסער אויב ער וועט נעמען ערנסט דעם "אויב"...) יויש איז דאס א מעשה! אזא מכשפה קומט אראפ איינמאל אין זעקס טויזענט יאר! כ'בין נייגעריג וויפיהל שש וועט אויספיהרן כלפי צענזור, כ'זעה אז אפילו די אנטיסעמיטן בשעתו האבן זיך נישט ערלויבט אלעס און זיך אויך צענזורירט...

די בילד וואס די ברענגסט פון זלאטע איז צו מאדערן, דא האט איהר א בילד מיט די שמונה בגדים:
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:17 am#348678
ראדימנו ראדימנו, ס'באזזט און גרילצט נאכאנאנד. אן אישי אן אימייל, וואס גייט פאר מיטן "ראדימנער פראצעס"? ס'קומט א המשך? איז עס פיקטיוו? האסט חרטה? וכאלו וכאלי.

איך האב קיינעם נישט געענטפערט געהעריג. איך בין געווען אויסטערליש פארנומען צוליב א פלוצים אונטערגעקומענע צופאל. איך בעט אייך אלע איבער דערפאר. בכלל מעג איך זאגן אז ס'נישט שיין פון מיר אז איך הייב אן א פארזעצונג און נעם דערנאך א שארטסטאפ. דא עקא פארוואס איך האב ממשיך געווען מיטן צווייטן פארזעצונג, ס'פשוט נישט עטיש צו פירן דעם ציבור אויף א רייד. האסט אנגעהויבן די ערשטע חלק, זיי ממשיך! פארפאלן די באן דארף פארן ווייטער.

פארנומען שמאנומען, אהער מיט די המשך!

נו נו, כ'הער וואס דו זאגסט. איך בין עפעס דא צו באוואסערן דיין נייגער?

איז אזוי. איך שטיי דא מיט עטליכע אישוס באדייטנד'טע ווי מינדליכע, ואין מוקדם ומאוחר צוליב א חוסר דאזע פון רואיגקייט לצמצם די דזשעלי שבמוחי.

1. די מעשה איז א מעשה וואס אנטהאלט אין זיך ראמאנס, ליבע, טשידן, הייסקייט, וכאלי וכאלי, זאכן וואס נאר טאטעס און מאמעס מעגן רעדן און דעזיגנירטע צייטן און ערטער. ס'געבט מיר א קיצעל פון צייט צו צייט צו עס פאסט אזאנס צו פאבלישן אין א פאבליק פארשפרייטן זשורנאל.

איך האלט אין איין באקומען שארפע אימיילס פון פריינט יודעי היסטאריע וגארביטש'ו אז ס'גלייכער זיך צו אפשאקלן דערפון באצייטנס. איין ביישפיל:
געוואגטער איך בעט זיך בתחנונים ביי דיר, שרייב נישט איבער די ראדימנא פרשה. ובזכות זה זאלסטו געבענטשט ווערן פון הימל. ראה הזהרנוך


נאך איינס:
כבוד הרב חכם וסופר שי'

איך בין מחוייב מוחה צו זיין אויף דיין לעצטע שריט פון באשרייבן ​די פרשת הרה"צ מרעדים, ס'איז כבוד ה' הסתר דבר, וחכמים הזהרו בדבריכם
כה דברי השפל
....


און נאך איינס:
ווער האט דיר געגעבן רשות צו פארשפרייטן אזא סיפור? ניבול פה איז ביי דיר גארנישט?


לכאורה קען איך דאס 'סאלווען' דורך משפר ומנקה זיין די לשון וסגנון הכתיבה.

2. ס'מיר אונטערגעקומען עפעס אומגעראכטן, עפעס וואס כ'האב נישט געקענט פאראויס שאצן. היות ס'פאדערט שטארק קאנצענטראציע און רואיגקייט אזוי אויך א סך צייט, איז נישט שייך געווען צו שרייבן בכלל. דער אמת איז אז דער סיבה איז שוין נישט עכט רעלעוואנט אויף פון יעצט און ווייטער. (האפענטליך).

3. לייקס. (סאררי שש איך טרעט אריין אין דיין טעריטאריע) אפשרייבן א לענגס און א ברייטס און באקומען דערפאר צוועלעוו נישטיגע לייקס איז א שטארקע טוירן-אף. ס'מאכט מיר פילן ווי כ'שרייב עפעס וואס איז ווערד לפי צלוחית -נישט מער. לדעתי ליגט דא א פעסטע קעיס און פאר אזא שוואכע רעספאנס שטיקט זיך פשוט מיין פענע. די טינט פארגליווערן זיך איידערן זען דעם פאפיר.

אדרבה, האסט יא הנאה געהאט? נו ווייז כאטשיג די מינומאלסטע ארויס צו ווייזן צופרידענהייט.

4. עס איז א גרויסע אחריות צו אויפוויקלן אזא פרשה אויפגריבלן און צולייגן אויף טעלערלעך. אזא סקאנדאל פאדערט געוואגטקייט - אבער ס'קען נאר גיין ווען ס'קומט באגלייט מיט אחריות.
עס פאדערט אן אומ'געהויערע אחריות צו אזאנס מפרסם זיין. דער ראדימנער רב איז נישט געווען אבי איינער. ער איז געווען א שיינער גאון, אן ערליכער ונכבד בעיני הבריות און צו אלעם א רעכטער אייניקל צום בני יששכר. אז מען קען נישט דעם פולן בילד ווי אזוי דער אמאליגן לעבנסשטייגער איז געווען אויף פארשידענע אספעקטן מיילשטיינער ווייט פון אונזער היינטיגן באגריף, קען מען פאלש אפלערנען די גאנצע פראצעס -וואס פון דעם האב איך מורא. אז איינער האט ריכטיג ארויס די אנדערשקייטן פון די שטעטעלישע לעבן אינדערהיים צו אונזער היינטיגן לעבן אזא איינער וועט זען די סיטואציע מיט ריכטיגערע ברילן.
אן אימייל:
כ'גלייב נישט אז איר באקומט באצאלט, אויב יא דאן איז נאך דא עפעס א נסיון. אבער אז נישט בעט איך דיר בכל לשון של בקשה, קלער זיך איבער און שרייב נישט דער חלק שני. דאס מפרסם זיין ברבים בפרט פאר אנשי דלא מעלי וואס וועלן מאכן דערפון סם המוות, פון וואנעט נעמסטו די אחריות און געוואגטקייט?


דאס אלעס איז א קורצער איבערשמיעס צאמגעקלאפט פון וואס ס'פליסט מיר אינעם רערל צווישן הארץ אינעם צינג.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:33 am#348681
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
יישר כח פאר די ערקלערונג. דער מעשה האט מיר געצויגען גלייך ביים אנהייב און איך בין געווען פון די פילע אנטוישטע ווען סאיז נישט געווען אין די נאכפאלגענדע וועקערס.
די אישוס וואס דו ברענגסט ארויף לגבי פארשפרייטן אזא מעשה, אפשר איז די עצה עס נאר ארויפלייגען אויפ'ן שטיבעל.
און לגבי לייקס פארשטיי איך אז אסאך ארבעט גייט אריין און עס געבט חשק אויף ווייטער, ממילא נעם איך מיך אונטער בלי"נ צו לייקען מכאן ולהבא. אפשר זאל מען מאכן א פעטישען און זאמלען חתימות וואס וועלן זיך אונטערנעמען דאס זעלבע.

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:14 am#348684
א דאנק פאר די ערקלערונג, ביסט שוין געקומען צו אן החלטה? ביסט נאך אינטרעסירט אין מיינונגען פונעם עולם, אדער האסט שוין געהערט גענוג?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:16 am#348685
יא, כ'בין אינטערסירט צו הערן דיין מיינונג.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:48 am#348701
געוואגטער יונגעל,

קודם כל, א גרויסן יישר כוח פאר דעם הערליכן ארטיקל. כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט, און כ'קוק ארויס אויפ'ן המשך.

דיין ערשטע טענה וועגן הצניעות יפה, איז לענ"ד נישט ריכטיג. וועקער איז נישט "דאס אידישע ליכט", און מיר מעגן זיך ערלויבן צו שרייבן מושגים וואס זענען, נאך אלעם, נישט פרעמד אפילו פאר קינדער וואס קענען עטליכע פסוקים חומש.

דיין צווייטע טענה וועגן חסרון אין לייקס פארשטיי איך זייער גוט, און את חטאי אני מזכיר אז איך האב אויך פארפעלט צו לייקן הגם כ'האב זייער הנאה געהאט. אלזא הגם ווייניג לייקס איז קלאר א טענה, און דער עולם דארף זיך פארבעסערן אין דעם ענין, זאלסטו עס אבער נישט נעמען פאר אן אנדייטונג אז מ'איז נישט מכיר טובה ח"ו.

איך וויל זיך מצרף זיין צו דער בקשה אז דו זאלסט ממשיך זיין.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:36 pm#348711
את חטאי אני מזכיר היום, איך האב אויך נישט ערליך געלייקט פשוט ווייל אויסער די ערשטע ארטיקל בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען דעם המשך, מחמת חוסר זמן, און כ'האב אלץ געטראכט מארגן, נעקסטע וואך גיי איך קויפן ביי ניוז סטענד, ליינען, פרינטן וכו', אבער די אינטערעסע איז גאר גרויס.
בנוגע געוואגטערס קאנסערן, ס'איז אמת אז מ'דארף שרייבן איידל און חלילה נישט נכשל ווערן אין ניבול פה! גלייכצייטיג איז אבער אויך א חוב קדוש נישט צו מחפה זיין אויף די מענטשליכע שוואכקייטן וואס קענען זיך מאכן אפילו ביי גרויסע צדיקים. פון די גרעסטע חסרונות אין חינוך איז אהערצושטעלן אלע תולדות פון צדיקים אז במעלליו יתנכר נער, און ביי די אכט האט ער שוין געקענט ש"ס וכו'.
געבן די אמת'ע פארבן איז די גרעסטע מוסר השכל אז אל תאמין בעצמך, און דער גרעסטער צדיק איז אויך א מענטש און אפילו מ'פאלט דורך איז נישט עק וועלט. וואס דארף מען מער ווי דעם אז אין חז"ל טרעפט מען פילצאליגע געשיכטעס אויף די גרעסטע צדיקים א שטייגער ווי ר' עקיבא און ר' מאיר, טאקע צו לערנען א דרך תשובה פאר אלעמען.
און דאס איז נישט נאר מיין שיטה, נאר איך האב אמאל אזוי געהערט פון איינעם פון די גרעסטע עובדים בדורינו, וואס האט געזאגט מיט א תקיפות, אז לדעתו דארף מען דרוקן א ספר מיט אלע מכשולות ווי צדיקים זענען דורכגעפאלן. און ער האט אויסגעברייטערט, אז עס זענען געווען צדיקים וואס זענען דורכגעפאלן מיט חמורות שבחמורות אויף א פארנעם ווי דוד המלך, און לדעתו דארף מען דאס חזרן, לערנען און געדענקען, און ארויסנעמען דעם לימוד אז ווען מ'כאפט א פאטש, ווי שטארק נאר, הייבט מען זיך גלייך אויף.
העווינג דעט סעד, פארשטיי איך זייער גוט דיין דילעמע און פחד פון פרעשור וכדו'. דעריבער, אויב באשליסטו אז דו ווילסט נישט ממשיך זיין וואלט איך יא געשטיצט און אפילו פארלאנגט, אז איינמאל האסט אנגעהויבן, זאלסטו כאטש ארויסשטעלן דעם המשך אין מאחורי אדער שבת אחים בלויז פאר אונז.
אדאנק
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:34 pm#348722
איך וויל אויך אויסדרוקען מיין שטיצע צו פארזעצן מיט די המשך, און לוא יהא סדא א סיבה נישט צו שרייבען וואלט מען עס געדארפט איבערקלערן בעפארן שרייבען נישט יעצט לאחר המעשה (בעסער געזאגט אינמיטען די מעשה..)

אין ערגסטען פאל מוז מען אפשר טאקע נישט אלעס שרייבען בפרטי פרטים אבי די עיקר מעשה זאל שטילען די דורשט און אינטערעסע פונעם עולם, ווי זאגט דער וועלט: ליגענט טאר מען טאקע נישט זאגען, אבער סמיינט נאך נישט אז מען מוז אויסזאגען דער אמת...
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:31 pm#348738
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
שוין תשובה געטון: יעצט געגעבן די דרייסיגסטע לייק פאר די ערשטע תגובה.

Sent from my XT1528 using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:48 pm#348740
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
מענטשען האבען נישט געלייקט ווייל מ'האט געליינט אינ'ם וועקער, נישט אנליין, ופשוט.

לגופו של ענין, אין אחר כוכב כלום. ער האט עס גוט אוועק געשטעלט. נאר טאמער מ'איז מחליט נישט ווייטער צו גייען, ביטע געבען עכ"פ די לינקס ווי מ'קען אליינס נאכפארשען די המשך.
ייש"כ
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:55 pm#348743
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: איך האלט אין איין באקומען שארפע אימיילס פון פריינט יודעי היסטאריע וגארביטש'ו אז ס'גלייכער זיך צו אפשאקלן דערפון באצייטנס. איין ביישפיל:

איך בין מחוייב מוחה צו זיין אויף דיין לעצטע שריט פון באשרייבן ​די פרשת הרה"צ מרעדים, ס'איז כבוד ה' הסתר דבר, וחכמים הזהרו בדבריכם
כה דברי השפל
....


איך פארשטיי נישט, ממ"נ ענדיגט זיך די מעשה אז דער ראדימנער איז טאקע געווען א טלית שכולו תכלת איז דאך דאס ממש כבוד ה' דבר דבר, ווידעראום אויב ענדיגט זיך עס אז עס איז שוין גארנישט אזא טלית שכולו תכלת נאר עס האט אויך לובן אריינגעמישט פארוואס רופט ער אים הרה"צ און פארוואס איז כבוד ה' הסתר דבר?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:57 pm#348744
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
קען זיין די בילבול האט זיך אויסגעארבעט (עיין ערך וועבערמאן) וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:00 pm#348745
דער געוואגטער האט א ספק זיין הארץ צאפלט איהם, ער אליין האט חשק צו מפרסם זיין די מעשה אבער מצד שני ציטערט ער מצד ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים, איך בין א שותף מיט זיינע ספיקות כאטש מיין נייגער ברענט אין מיר האב איך אפילו מורא פון א בקשה צו די לינקס, עס איז א האקעלע נקודה און אויב דאס איז דיין אפהאלט פארשטיי איך דיר, עס איז א שווערע החלטה.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:03 pm#348746
געוואלדיג האט געשריבן:דער געוואגטער האט א ספק זיין הארץ צאפלט איהם, ער אליין האט חשק צו מפרסם זיין די מעשה אבער מצד שני ציטערט ער מצד ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים, איך בין א שותף מיט זיינע ספיקות כאטש מיין נייגער ברענט אין מיר האב איך אפילו מורא פון א בקשה צו די לינקס, עס איז א האקעלע נקודה און אויב דאס איז דיין אפהאלט פארשטיי איך דיר, עס איז א שווערע החלטה.

למעשה איז עס פאר אונז א חיזוק אז סאיז נאך דא צווישען אינז אזאנע וואס עס טוליעט נאך אין זיי די פינק אין הארץ און האבען ביי זיך אביסעלע יראת שמים
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 3:29 pm#348747
איך האב עס געליינט מיט דארשט און געלייקט בשפע בשעתו. איך קוק ארויס מיט האפענונג אויף די המשך הסיפור. דו האסט א געוואלדיגע רייכע שריפט. ביטע אנטויש אונז נישט.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:30 pm#348809
דאנקע אייך אלע פאר דו גוטע רעיונות און געדאנקען. ס'האט מיר געגעבן א שטופ אויף פראנויס.
באזונדער כוכב, דיינע ווערטער ווילן זיך להשתקע בלבי זיין.

איך האב שוין אנגעהויבן ארבעטן פאר די קומענדיגער פארזעצונג חלק ג'.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:03 am#348829
וואס האט אים געבאדערט צו געבן א גט און פטור אן עסק? איך וואלט ווען געגעבן 10 גיטין'ס אבער פוץ פון דא.
ווער איז געווען דעס אנגעבליך קינד?
איז פארהאן אייניקלעך פון דעם קינד? (קען מען דאך נעמען DNA...)
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:24 am#348861
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
א גט אינוואלווד א רב, סופר, עדים וכו' וואס וואלט אנגעמאכט א שטינק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:24 am#348878
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
איך שעם זיך פאר מיר אליינס
איך בין א תובע בפה, בגלוי ובסתר, אדער בגלוי כבסתר, און נישט נאר בפה נאר בידים אויך, (כתיבה הוי מעשה), איך ליין אזוי געוואגטערס אמתלא, און איך טראכט זיך ביי מיר שלום עלי נפשי, איך האב עס זיכער געלייקט,
קוק איך אזוי אדורך די תגובות פון אנהייב ביזן סוף, און לחרפתי זעה איך ווי די הענטעלע איז ארויף, קודם האב איך אראפ געדרייט אלע הענטעלעך, און דערנאך קום איך אריין דא, זיך אנטשולדיגן ברבים, און באדאנקען און בעטן פון געוואגטער ממשיך צו זיין, על דעת כוכב ותלמידיו ותלמידיו תלמידיו.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:35 pm#351762
דער ראדימנער פראצעס - דריטער פארזעצונג:
היות דער פראצעס ענטהאלט אין זיך אן א שיעור אומקלארע באריכטן און אפט אפי' קעגנזייטיגע אינפארמאציע; במילא איז כמעט נישט שייך ס'זאל נישט אריינפאלן קיין סתירות דא און דארט. איך פרוביר צו אויסקלארן דו מערסטע קראנט און פארלעסליך וואס איז שייך. ביטע עס נעמען מיט פארשטענדעניש.

***
זלאטע זיצט ביים ראדימנער רב אין שטוב ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, באקוועם אז נאר. נו פארוואס דען נישט? מען געבט איר דאך דא אויף א גאלדענעם טאץ, וואס נאר ס'פארשמעקט זיך איר.
דער שטימונג אין שטוב איז געווארן א נידערגעשלאגענע און א דערביטערטע. מען האט פון איר געוואלט פטור ווערן ווי אמשנעלסטן.
איין פריהמארגן ווארפט זלאטע איר פארשלאג פאר רעבעצין שפירא: "טוט מיר א טובה און טרעט אפ פון דא, פארט קיין ארץ ישראל און לאזט מיר דא זיין, איך געב אייך דערפאר צוויי א האלב טויזנט דאלער!".
רעבעצין שפירא האט זיך דערפון נישט צוטון געמאכט.
זלאטע האט ווי אנגעהויבן צו ליציטירן, געאפפערט דריי טויזנט דאלער אפטרעט געלט, ארויף מער און מער -ביז אזויפיל ווי פיר טויזנט דאלער אפטרעט געלט- אבער רעבעצין שפירא האט דאס קאטעגאריש צוריקגעווארפן.
זלאטע האט באשלאסן צו געבן א צי דעם שטריק אויפן פארקערטן ריכטונג. נעמליך, געשאסן א פארלאנג צום רב: "געבט מיר א גט, און געב מיר צו פינף טויזנט דאלער מיטן גט. טאמער נישט, פארגעס נישט שמואל'טשי מיינס... איך האב ביי מיר געריכטס אקטן אז דו האסט מיט מיר חתונה געהאט! איך האב געבוירן פון דיר א 'זיבעלע' וואס קאסט מיר יעדן חודש פינף און זיבעציג זלאטעס פארן בית יתומים אנשטאלט וואו איך האב אים געגעבן צו האדעווען. איך וועל אריין לויפן אין שול אפשטעלן ס'ליינען, און פארציילן פארן שטאט פונקטליך וואס דו האסט מיט מיר געטון".
- "אבער פארוואס..." - - -
- "איך דארף א גט מיט פינף טויזנט דאלער!" האקט זלאטע איבער דעם ראדימנער.
- "ניין, פארגעס דערפון!" ענטפערט איר דער רב א קאטעגארישער.

***
אין איינע פון די טעג האט זלאטע אפגערייזט קיין קראקא.
krakow jews waiting for president - 1927.jpeg
קראקאווער אידן ווארטן אפ דעם פוילישן פרעזידענט - 1927

אויפן וועג קיין קראקא האט זלאטע געמאכט א קורצע אפשטעל אין אשווענצים. אין אושווענצים האט זלאטע זיך געווענדעט צו איר פלומעניק דוד ווייס מיט זיין ווייב סלאמעא, וואס האבן דארט געוואוינט. דוד'ס שווער איז געווען זלאטע'ס א ברודער.
זלאטע האט זיך אויפגעהאלטן געציילטע טעג אין קראקא, אבער פון מנוחה לאזן דעם ראדימנער רב איז איר נישט געקומען אויפן געדאנק. זלאטע האט פון קראקע געשריבן א בריוו צום רב ווי זי פאדערט אירס מיט ביטערניש:
ב"ה יום ג' פרשת נשא פה קראקא שלום וכל טוב סלה.
לכבוד שאר בשרי הרב הצדיק שליט"א.
איך האב דא פון אייך גרויס עגמת נפש, וואס איז מיר געקומען גאנץ אומזיסט. אינדערהיים האב איך א קישען און א איבערבעט, און דא מוז איך שלאפן צווישן פרעמדע, דו ווילסט נישט וויסן פון גארנישט, דו זיצט זיך אינדעהיים און מיך האט עס פארטראגן אזש אהער. צו וואס האט מען דאס באדארפט? אז מיין הארץ זאל צושניטן ווערן אויף הונדערט שטיקלעך? אלע מחלות און עגמת נפש'ן האב איך צוליב דעם, איך האף אבער, אז דער רבנו של עולם וועט מיר ארויס העלפן.
איך בעט דיר אז דו זאלסט קומען מוצאי יום כיפור (?-שבועות) און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר, ווייל אנדערש וועל איך נישט הערן קיין קידוש און קיין שלום עליכם. נאך אמאל שרייב איך דיר, אז דו זאלסט קומען, און געדענק מיינע ווערטער און זיי וויסען, אז אלץ איז פאר דיינע עבירות און נישט פאר מיינע.
oswiecim jewish center.jpg
דער אידישער צענטער אין אוושווענצים

עס איז שוין אריבער דריי וואכן און האסט אפילו קיין איין מאל נישט געפרעגט, וואס דאס קינד מאכט. ווייס אז דאס קינד איז שלאף, און דו האסט נישט געפרעגט וואס ער מאכט. וואס איז דאס קינד שולדיג אז דו האסט געזינדיגט? דאס קינד האט זיך אויף דער וועלט נישט געבעטן.
פון מיר דער רעבעצין זלאטע תחי'! איך שוק דיר ברכות און וואונטשן, גאט זאל דיר געבן לאנגע און גיטע יארן. הלואי דער אייבערשטער זאל מיר שוקען א ישועה במהרה בימינו, אז אונזערע תפילות זאלן דערהערט ווערן אין הימעל.
ממני הנ"ל, וואס האפט וואס שנעלער צו זעען זיך מיט דיר געזונטערהייט.

***
אין די געציילטע טעג וואס זלאטע איז נישט דא געווען, וויילענדיג אין קראקא, איז געווען די ריכטיגסטע צייט אויסצונוצן איר אפוועזנהייט פאר א לעזונג צום קריזיס. די משפחה איז זיך צוזאמגעקומען פאר א באראטונג, צו זען וואס מען קען טון צו לייזן די פראבלעם, און אפהאלטן זלאטע פון ווארפן די באמבע.
די משפחה איז - נאך צענדליגע פארשלאגן אויפן טיש - געבליבן מיט א געמיינזאמע פלאן, וואס מען טוט ווייטער, און וועלכע שריט מען האט יעצט צו טון.
דו אנוועזענדע זענען זיך צוגאנגען מיט שטורמישע געמיטער האפענדיג אז זאכן זאלן זיך אויסלאזן אויפן בעסטן.
נישט לאנג דערנאך און זלאטע איז צוריק געקומען קיין ראדימנא צו איר בחינם'דיגער אכסניא ביים ראדימנער רב אינדערהיים.
מען האט זלאטע'ן געאפפערט פופצן הונדערט דאלער בנוסף צו א טייערע שטערן באנד פון פערל, צו דעם אלעם וועט מען איר צושטעלן א לייטישע שידוך פאר איר. דאס אלעס האט שוין גערעדט ווערטער צו איר, און זלאטע האט זיך בארואיגט.
קיין געלט אבער האט דער רב נישט פארמאגט צו זיך, נישט אנדערש פון יעדן שטעטלישן רב וואס האבן אלע געלעבט אין ארימקייט. דאס קליין געהאלט זייערע האט קוים געקלעקט פאר ברויט מיט שמיר. דער רב אליינס איז געשלאפן אויף א בעט אונטערגעהאלטן מיט דריי פיסלעך, ווען א באשטאנדטייל דינט אלץ דעם פערטן פיס צום בעט.
דער רב האט געשיקט א טעלעגראמע צו יוסל גאלדשטיין, זיינס אן אנהענגער פון אמעריקע, אז ער זאל דרינגענד אריבער שיקן טויזנט דאלער קיין ראדימנא.
דער ראדימנער רב האט געהאט אוועק געלייגט אין אמעריקא דריי טויזנט דאלער, אפגעשפארט א פרוטה נאך א פרוטה פאר די נדן פון זיינע דריי יונגסטע טעכטער, וואס האבן נאך געוואוינט ביי אים אינדערהיים. אנרירן די נדן פון זיינע טעכטער האט צודריקט דעם רב'ס הארץ אין א טיפע קלעמעניש, און אנשטאט די איבריגע פינף הונדערט דאלער האבן דעם רבי'נס טעכטער איר אהין געגעבן צוויי שנירלעך פערל.

***
תיכף דערנאך, האט זיך דער רבי'נס יונגסטער טאכטער מינדל מיט איר שוועסטער געלאזט אין וועג צו א דערנעביגן שטעטל, וואס גרעניצט זיך מיט ראדימנא. זיי האבן אנגעקלאפט צו אברהם דאמיניק אין שטוב. אברהם דאמיניק איז געווען א מיטעליעריגער מענטש מיט א גרויען בארד, א געשטעל, אבער שוין פופצן יאר אן אלמן, דערנאך וואס זיין ווייב איז אים אפגעשטארבן.
די רבי'נס טעכטער האבן אים פארגעלייגט זייער פארשלאג, אז זיי האבן א שידוך פאר אים גאר פאסיג. ביי זיי אין שטוב, געפינט זיך יעצט זייערס א קרובה פון ווייטן אמעריקע, א געראטענע.
אברהם האט מתחילה געהאט קנאפ אינטערסע צו זייער פארשלאג: "וואס פעלט מיר יעצט? אלץ איז מיר גוט אזוי!" - האט ער ווידערהאלד נאכאנאנד. ווען זיי האבן נישט נאכגעלאזט, האט ער מסכים געווען אריבער צו שיקן זיינס א טאכטער זאל גיין אנקוקן זלאטע'ן. דער טאכטער איז צוריק געקומען פאזעטיוו, פארציילענדיג אז זלאטע מאכט א גוטע איינדרוק אויף איר.
אברהם דאמיניק איז איינגעגאנגען צו גיין אויף 'באשוי'. דער באשוי איז פארגעקומען ביינאכט ביים ראדימנער רב אין שטוב, וואו זיי האבן זיך באקענט איינער דעם צוויייטן. נאך עטליכע 'טרעפונגען' האבן זיי געבראכן טעלער און געשריבן תנאים.
איין טאג שמועסנדיג מיט אים, האט זלאטע דערציילט פאר איר צוקונפטיגן חתן אז זי פלאנט יעצט אפצורייזן קיין מאריענבאד. איר חתן האט איר ערקלערט אז ער איז מסכים, אבער ער וועט נאר ווארטן מאקסימום דריי חדשים, אויב קומט זי נישט צוריק ביז דאן, וועט ער איר פארלאזן. זלאטע האט פארשטייצעך הייס פארשפראכן אז זי האפט אינגיכן צו זיין צוריק, און קענען זיין מיט אים צוזאמען.

***
זלאטע האט פארברענגט א וויילע אינעם קור ארט מאריענבאד, אן ארט ווי עס האבן זיך אויפגעהאלטן אן א שיעור אידן, ובתוכם הונדערטע רבנים ואנשי מעשה, "גוטע אידן" פונעם גאנצן אומגעגענט און ארום. (סתם לחידוש בעלמא, א טייל פון דו גרויסע רבי'ס וואס האבן געוויילט אין מאריענבאד, זענען בכלל נישט דארטן געווען {נאר} פאר די בעדער, נאר צוליב דעם, וואס עס איז געווען אן ארט, וואו עס זענען זיך געקומען פראווענען די בעלעבאטישע טיפ אידן, און ס'געקומען הויפענס זלאטעס אונטער די קוויטלען- א שטייגער ווי דער בעלזער רב און הרה"ק רבי ישראל טשארטקאווער זצ"ל).
ÄîàÅ îëëêÉÿ.jpg
ÄîàÅ îëëêÉÿ.jpg (42.56 KiB) געזען געווארן 7418 מאל
טייל פון די 'גוטע אידן' וואס זענען אינגעשטאנען אין די באוואוסטע לייטנערס האטעל אין מאריענבאד

אן ארט מיט אזויפיל 'גוטע אידן' אונטער איין הימל איז געווען ווי א זיסער חלום פאר איר.
"ווער ווייסט, אפשר וועל איך דא אריינכאפן צו קענען טון עפעס א הייליג שידוך, א רבי'ש קינד, א רב, צו גאר א רבי'ן אליינס" - איז געלעגן זלאטע'ן אויפן געדאנק.
מען האט געוואוסט צו פארציילן, אז זלאטע האט אין מאריענבאד פרובירט אונטערצושיקן שדכנים צו גוטע אידן וואס האבן שוין נישט פארמאגט קיין פרוי. צווישן די רבנים צו וועם זלאטע האט זיך צוגע'שדכנ'ט, איז געווען דער דער פאדגורזשער רב הגה"צ ר' יעקב בנציון פרענקל-תאומים זצ"ל (פאדגורזש איז א פארשטאט צו קראקא. ווי עס איז געווען דער קראקאווער געטא) און צו דער ראפשיצער רב הגה"צ ר' מנשה מארילעס זצ"ל.
esther flam.jpeg
esther flam.jpeg (6.28 KiB) געזען געווארן 7418 מאל
דער ראפשיצער רבי(צין) אסתר פלאם (עם בעלה הגה"צ ר' מנשה מארילעס)

הרבנית אסתר פלאם איז געווען דער דריטער רעבעצין פונעם ראפשיצער רב. ווייזט אויס אז ער האט זיך נישט צוגעכאפט צו זלאטעס שידוך פארשלאג.

זלאטע איז געגאנגען אזוי ווייט, ביז פארהייראטע פערזאנען. זי האט געאפפערט גרויס אפטרעט געלט פאר פארהייראטע פרויען, וואס וועלן אפטרעטן דורך נעמען א גט, אזוי אז זי זאל קענען פארווירקליכן איר חלום, און שליסן א לעבן מיט א רב.
צווישן אירע פולע אקטיוויטעטן אין מאריענבאד, האט זי נישט פארגעסן צו דערמאנען דעם ראדימנער רבי'ן, די סיבה פארוואס זי איז געקומען קיין פוילן.
זלאטע האט אפגעשיקט א פרישן בריוו צום רב.
"ב"ה יום ב' פרשת בלק פה מאריענבאד,
לכבוד שאר בשרי הרה"צ שליט"א!
דעם בריוו פון כבוד קדושתו האב איך איבערדעליינט מיט גרויס פרייד, איך מוז אבער זאגן אז כבוד קדושתו האט מיר צובראכן און פארוואונדעט דאס הארץ, און האט געשאטן זאלץ אויף מיינע וואונדן, און איצט ליג איך קראנק. פונדעסטוועגן, וויל איך זיך זעהן מיט כבוד קדושתו. איך וויל וויסן וואס איר מאכט אין געזונט. צו כבוד קדושתו עסט או שלאפט, איך בעט דאס אלץ מיר גענוי שרייבן, כדי מיך צו דערהאלטן ביים לעבן.
marienbad hundrets of jews.jpg
מאריענבאד שטראמט מיט אידן

די הייליגע רעבעצין האט מיך אזוי שעהן אויפגענומען. זי האט זיך נישט געוואלט א ריהר-טהון אן מיר. זי, מיט אירע טייערע קינדער, האבן געטאנצט ארום מיר א גאנצן טאג, זיי וואלטן מיר דאס טעלערל פון הימל אראפ געבראכט. איך מוז אייך זאגן, אז דער בעזוך ביי אייך האט מיך ממש מחי' געווען. אייער תורה, אייר אפריכטען דעם שבת'דיגן טיש, אייר זאגן שלום עליכם, און אייער גאנ פיהרונג, האבן מיר פשוט דערהאלטן ביים לעבן.
טייערע רבי! איהר שרייבט אז איר האט עגמת נפש! וואס פעהלט אייך דען?! איר האט ג-ט צו דאנקען אייער רעבעצין ביז הונדערט און צוואנציג יאהר, אן אייערע קינדער , און הונדערטער מענטשן זיצן ביי אייר טיש, הלואי זיי זאלן זיך מעהרן ביז הונדערט יאר. און איצט בארעכנט מיך איינזאם ווי א שטיין, איך האב נישט צו וועמען א ווארט צו רעדן, איך האב נישט פאר וועמען מיין ביטער הארץ אויסצוגיסן. איך קאן נישט עסן, או איך שלאף נישט. זעהט רבי לעבן, וואס פון מיר איז געווארן. הלואי דער אויבערשטער זאל מיר אין גיכען שיקן א ישועה.
טייערער הייליגער צדיק! איך האף אז מיט גאט'ס הילף וועל איך קאנען פארברענגן ביי אייך דעם גאנצען יום טוב, אבער די רעבעצין זאל לעבן, זאל מיך אליין פארבעטען. איך האב טעלעגראפירט צו מיין טייער קינד און איך האב באקומען א תשובה אז דאס קינד האט זיך פערקיהלט. האב איך געשיקט א דעפעשע מ'זאל נעהמען א דאקטאר. איצט איז געקומען א ידיעה אז דאס קינד איז בעסער. פון גרויס עגמת נפש בין איך קראנק געווארען. איצט, מייו טייערער הייליגער רבי, שרייב איך אז מיין גאנץ לעבען הענגט-אב פון דעם רבי'ן זאל לעבן. ווען דער רבי זאל וועלן, וואלט אויף מיר געקומען א הילף. איך פערהאף צו גאט און דעם רבי'ן, אז כבוד קדושתו וועט אין מיר געדענקען.
מעהר קיין נייעס צו שרייבן. איך וואונטש אייך געזונט.
פון מיר, אייער קרובה זלאטע תחי'!
א שעהנער גריס פאר דער רעבעצין און די קינדער."


***
אין איינע פון די טעג, האט דער ראדימנער רב זיך צופעליג אנגעשטויסן אין ראדימנער מקוה מיט אברהם דאמיניק.
"וואס מאכסטע אברהם? ווי האלט מען מיטן שידוך?" פרעגט דער רבי.
"איך ווייס? זי וויילט איצט אין מאריענבאד." ענטפערט אברהם'ן.
"איך האב זיך אביסל נאכגעפרעגט איבער איר יחוס, איך האב געהערט עפעס סקאנדאלן פארבינדן צו איר נאמען." לייגט דאמיניק צו.
נישט וויסענדיג וואס אברהם ווייסט שוין אלץ, האט דער ראדימנער איילענדיג פארענדיגט דעם שמועס.

***
וואספארא שפיצל האט מען אפגעטון פאר זלאטע'ן אין קראקא? ווער איז דזשעק לאנדאן?
ליינט ווייטער מיט שפאנונג, אינעם קומענדיגן זשורנאל....
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:58 pm#351814
WOW! דער מעשה איז געשריבן עפעס מורא'דיג ציענד. יישר כח פאר'ן ממשיך זיין און מיר קוקן ארויס אויף די המשך. אגב, די לשון הכתב קלינגט עפעס אלט-מאדיש. דו שרייבסט עס נאך פון א בוך אדער וואס?
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 7:12 pm#351833
גאר ציענד און פיין געשריבן! יעצט ליינענדיג דעם לעצטן פארזעצונג באמערק איך עפעס אז כ'האב בכלל נישט געלייקט ביז אהער!
חטאתי חטאתי קליק קליק! כ'מיין לייק לייק!
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 2:30 am#351870
הוגה האט געשריבן:WOW! דער מעשה איז געשריבן עפעס מורא'דיג ציענד. יישר כח פאר'ן ממשיך זיין און מיר קוקן ארויס אויף די המשך. אגב, די לשון הכתב קלינגט עפעס אלט-מאדיש. דו שרייבסט עס נאך פון א בוך אדער וואס?

די בריוון איז פשוט אז ס'אלט מאדיש, ס'איז דאך זייערע בריוון ווי אזוי זיי האבן דעמאלטס גערעדט.

די מיינסט אזאנע אויסדרוקן ווי "שמואל'טשי מיינס" ? אדער די נוסח ואופן הכתיבה בכלליות?
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:16 am#351889
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די מיינסט אזאנע אויסדרוקן ווי "שמואל'טשי מיינס" ? אדער די נוסח ואופן הכתיבה בכלליות?


איך האב גארנישט ספעציפיש געמיינט נאר די אופן הכתיבה בכלליות. איך האב עס געמיינט אין א פאזעטיווע וועג, עס גיבט צו צו די געשמאקייט פון די מעשה.