Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

קאווע שטיבל • עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10592
מאנטאג אקטאבער 23, 2017 12:47 am#387323
berlbalaguleh האט געשריבן:דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!


מיר האט אויך זעהר געבאדערט דער גאלביליטי פין דער רבי, מיט דער חוצפה פין דער זלאטע, כמעט ווי עס האט מיר געבאדערט דער נאאיווקייט פין דער פריץ אין יוסף מוקיר שבת. אבער אזוי גייט עס, אונז נאאיווע מענטשן ווערען אויסגעניצט דורך די כיטערע חברה.
מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 10:09 pm#390337
א גוטע וואך. דער המשך פאר דער וועקער איז יעצט פארענדיגט געווארן. עס קומט א שיין ארטיקל.

צו קלארער פארשטיין די גאנצער פראצעס האב איך אין דעם ארטיקל בייגעלייגט א כראנאלאגישער סדר מיט פונקטליכע דאטומען פון אנהייב ביז אהער ווי מען האלט יעצט, כדי אויפצו פרישן די זכרון און קענען קלאר פארשטיין די סדר הדברים אן ווערן צומישט.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:17 am#390369
אבער דו ביסט נישט גערעכט האסט נאכנישט ארויפגעלייגט די לעצטע פארזעצונג
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:16 am#393600
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און ווי אלעמאל האב איך באלד געליינט די נייע קאפיטל אינעם שפאנענדע געשיכטע. דאס שפראך איז צו ארים. איך קען נאר זאגן WOW!!! ביזט א געוואלדיגע שרייבער. וויפיל איך פרוביר נאר צו כאפן ביי א טעות גייט עס מיר נישט. אלע דעטאלן שטומען. February 28 איז יענע יאר טאקע געווען סוף חודש אדר, כ'האב עס אויסגעטשעקט. אגב, ווער איז געווען דער סאסובער פון אמעריקא? כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים? וואו איז ער באגראבן געווארן?


.
דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:03 pm#393728
ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל
דינסטאג מערץ 06, 2018 11:22 pm#396939
דער 'ראדימנער' פאר דער פסח'דיגער וועקער איז שוין מער ווייניגער פארטיג.

איך וועל ענק נישט אנטוישן!
מיטוואך מערץ 07, 2018 9:27 pm#397021
סקרן האט געשריבן:ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל
מיטוואך מערץ 07, 2018 9:34 pm#397024
סקרן האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל

דא איז עס.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 12:57 am#397030
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער 'ראדימנער' פאר דער פסח'דיגער וועקער איז שוין מער ווייניגער פארטיג.

איך וועל ענק נישט אנטוישן!


דאבעל טשעק אז אלעס קלאפט ווייל ATUB @הוגה ATUB האט שוין גרייט די אלטע קאלענדער ביכער פון אנהייב פונ'ם 20'סטען סענטורי...
זונטאג מערץ 11, 2018 2:18 am#397246
איך בין זייער אנטוישט ...

איך האב נישט קיין איבריגע געלט צו קויפן דער וועקער.. אין זייער שטארק געווארט צו זעהן די פארזעצונג דא אין שטיבל... אין ואינינו.....
זונטאג מערץ 11, 2018 3:34 am#397252
התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!
מאנטאג מערץ 12, 2018 4:39 pm#397327
berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!


חבר הכבוד!!

די ווילסטו חוזק מאכן פין מיר פיין... קענסט גיין דורך געלט ווי די ווילסט זאלסט מצליח זיין.. קענסט רעדן צו אלע סוחרים וועסט קענען מקיים זיין מתן בסתר מיט אלע הידורים, ווייל קיינער וועט נישט וויסן ווער עס וועט באקומען, אפי' איך אויך נישט... (בינגא איז נישט אין וויליאמסבורג)

אבער זיי נישט אזוי זיכער מיט זיך אז איך זאל זאגן ליגענט, אין איך האלט קיינען נישט פאר קיין תמימים, איך פראביר קיינעם נישט אריין צו רעדן..
וועל איך איך דיר קלאר מאכן, ב''ה איך דאנק די באשעפער אז אויף וואס איך דארף לעבן האב איך פונקט וויפיל איך דארף אויף ברויט אין מלבושים נאר וויפיל עס פעלט אויס, אבער איבריג געלט דאס נישט, איך וועל אפי' צולייגן, אז ב"ה איך האב נישט קיין קאר, ווייל אויב עס פעלט נישט אויס, דארף מען נישט אויסגעבן אויף דעם, איך בין א מענשט וואס לעבט מיט א חשבון, וואס מען דארף יא אין וואס נישט נישט, איך מיטשע ב''ה גענוג על המחי' ועל הכלכלה, אין די השי''ת העלפט וויפיל עס פעלט אויס, דאס האב איך.

יעצט לגבי דער וועקער, בעצם האב איך נישט אזוי פיל צייט צו ליינען הגם איך האב מורא'דיג ליב צו ליינען אין וויסן, ע"כ איז מיר נישט ווערד צו קויפן אלע מאל, עס איז מיר נישט גרינג, אבער עכ"פ דא אין די שטיבל, ווען איך וויל מיר אביסל זיך אויפרישן קוק איך דא אדורך, אין די מעשה איז מיר מורא'דיג ציענד אשר ע"כ האב איך אזוי שטארק געווארט אז מען זאל די ממשיך זיין אין איך ווארט אויף דעם גאר שטארק, ממילא בין איך אנטוישט...

איך האף אז די פארשטייט'ס גענוג

אין האב הצלחה
מאנטאג מערץ 12, 2018 8:46 pm#397330
התם ומתמם עם מימים: איך מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן אדער שפעטן פון קיינעם'ס מצב. זיכער. פאר מיר איז אויכעט נישט גרינג. איך האב אויך נישט איבעריג. נאר די אייבישטער געט ב"ה לכל גויה וגויה די מחסורה...! אבער אכט דאללער אינמאל אין 2 חדשים קען איך נאך אראפרייסן. ווייל סוכ"ס. א יעדער מענטש דארף האבן עפעס וואס זאלל בארואיגן די נערוון פון די טעגליכע אנגעשטרענגטקייט. ווען אונז וואלטן מיר געווען גרויסע בעלי מדריגה. וואלטן מיר זיך אריינגעווארפן אין לערנען בכל רמ"ח איברנו ושס"ה גידנו. אזוי ווי די גרויסע צדיקים און גאונים. זיי האבן געקענט לערנען 22 שעה אין מעת לעת. און פארגעסן פון אלע דאגות אויף די וועלט. אבער אונז פשוטי עם זענען נישט אויף די מדריגה. ממילא דארפן מיר עפעס א לייכטע זאך וואס זאל אונז בארואיגן און אינטערהאלטן. און אין די זעלבע צייט זיין שטארק אינפארמאטיוו. און דאס איז דער וועקער... הצלחה רבה. בשורות טובות...!
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 7:46 am#398680
גאר שפאנענד און אינטערעסאנט באגלייט מיט ארומיגע פאקטן (ביכער, שטייגער פראצעס וכדו') און אפילו בילדער. די עיקר שטוין איך א יעדעס מאל באזונדער וויאזוי דער שרייבער לייגט אראפ די מעשה אויף א געוואלדיגע הויכע פראפעסיאנאלע שטאפל.

איך האב שוין געפרעגט איין מאל, ווער איז געווען דער סאסובער רבי פון אמעריקא? וואס איז געווען זיין ייחוס און וואס איז געווען זיין השפעה אין די נו יארק פון יענע צייטן?


.
מאנטאג מאי 07, 2018 5:48 pm#401803
איז היינט זיין יארצייט?
מאנטאג מאי 07, 2018 6:26 pm#401808
ניין. אינמיטן חודש שבט.
פרייטאג יולי 27, 2018 12:01 pm#409966
איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף
פרייטאג יולי 27, 2018 2:55 pm#409975
איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן אבער מען מאכט זיך נישט וויסענדיג
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:48 pm#410815
יעצט געענדיגט ראדימנא אין די לעצטע וועקער. ס'איז ממש געוואלדיג!! די מעשה ווערט מער ווילד און דראמאטיש מיט יעדע פארזעצונג.
א גרויסען דאנק ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB !!
פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:37 pm#410843
די פראצעס איז נאך ווייט פון פארטיג.
שכח חתם סופר!
פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:42 pm#410845
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. ס'הייסט אז דו זאגסט אז דו האפסט נאך בעז"ה צו האבן פרנסה פונ'ם ראדימנער פראצעס פאר נאך א גוטע פאר יאר...! לכה"פ ביז זלאטע'ס אור אייניקלעך וועללן שוין האבן ווייסע בערד און גרויע שייטלעך. אדער שפיצלעך...!
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:34 am#411054
ווי אלעמאל האב איך זייער הנאה געהאט פון די לעצטע פארזעצונג. ספעציעל האב איך הנאה געהאט צו ליינען ציטאטן פון די שרייבער פון יענע טעג. עס גיבט העכסט צו צום אויטענטישקייט פון די שפאנענדע געשיכטע. עס איז צום באמערקן אז בשעת'ן ארויסברענגן זייער אנטוישטער געפילן לייגן די שרייבער אן די שילד אויפן המון עם פארן נישט קער נעמען פון זייער רבנים אזש זיי דארפן זיך שלעפן קיין אמעריקא נאך געלט. די נעקסטע נאטירליכע פראגע וואלט געדארפט זיין, פארוואס טאקע האבן מענטשן רעספעקטירט רבנים אזוי ווייניג אין יענע צייטן. איך מיין אז די ענטפער איז גאנץ פשוט וידוע לכל.
מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:38 pm#424255
סקרן האט געשריבן:איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????
דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:16 pm#424318
ליינענדיג די מעשה אין קאווע שטיבל אבער היות די אויספיר איז אין די "וועקער" קען מיר איינער זאגן וועלכע וועקער שטייט די המשך
כ'וועל עס קויפן online
יאשער קויעך
דינסטאג פעברואר 12, 2019 5:32 pm#424327
סקרן האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????

כ'קען נאר אזויפיל זאגן, אז אויב לעבסטו אין א מיינונג אז איינער איז דער עפעס מחוייב, לעבט איר אין א גרויסן אירטוהם, און ווען איר וועט זיך אויפוועקן וועט עס זייער וויי טוהן... איז בעסער זיך אויפצואוועקן יעצט, ויפה שעה אחת קודם. ער מעג שרייבן וואס ער וויל, לייגן וואו ער וויל. אנלעסס איר האט אים באצאלט אן איינגאבע און ער האט אייך אויסגעפאפט, וואס אין אזא פאל קענט איר אויך נישט טוהן עפעס מער ווי גיין צו גבעת המורה וואס וועט אייך געבן א שמתא אויף יענעם.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:58 pm#436572
כ'בין געווארן אביסל טרויעריג ווען כ'האב אויפגעמישט די וועקער און נישט געפונען א פארזעצונג צום ראדימנער פראצעס. ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB , ווי מיס יו.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:13 pm#436577
ג"א מצטרף.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:56 pm#436587
וגם אני מצטרף לדעת הרבנים הגאונים הנ"ל ועזבאה"ח.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:50 pm#436588
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
גם אני מצטער/מצטרף
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:25 pm#436589
אפשר אז מען וועט מער אפרישיעיטן די שרייבערס וועט מען זיך נישט דארפן וואונדערן אז מען שיקט נישט קיין ארטיקלען. Just saying.
זונטאג מערץ 22, 2020 4:57 am#444086
שבת נאכמיטאג האב איך דערווישט א הויפן אלטע וועקערס וואס איך האב שוין בשעתו דורכגעלייגנט כמעט ס'גאנצע, אבער מאיזה סיבה שהוא האב איך אלעמאל אויסגעלאזט דער ראדימנער פראצעס ארטיקלען, כ'ווייס נישט פארוואס, מעגליך וויבאלד כ'בין נישט אזוי פארליבט אין פיקציע און פארזעצונגען, און קארענט נושאים האבן א דין קדימה.

אבער, היינט האב איך זיך עפעס באגעגנט אינעם וועקער אין וועלכע ס'איז געשטאנען די כראנאלאגיע פון די ראדימנע ארטיקלען, און כ'האב אנגעהויבן כאפן וואסאפרא אוצר כ'האב ארויסגעלאזט פון מיין הענט נישט ליינענדיג די ארטיקלען ביז איצטערט.

באותו מעמד וזמן האב איך אנגעהויבן ליינען די ארטיקלען, ביז, אפס... ערגעצוואו סוף פון די ארטיקלען שטייט המשך יבוא און דארט ענדיגט זיך עס... פארזעצונעג ערשיינט נישט אין די אנדערע וועקערס דאכט זיך.

א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...
דינסטאג אקטאבער 06, 2020 10:47 pm#459816
לבי ובשרי האט געשריבן:א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס @דער געוואגטער יונגעל האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...


דער ביכל Bad Rabbi ברענגט צווישן אנדערע אויך אראפ די ראדימנע מעשה, און (ספוילער אלערט!) די ענדע איז געווען גוט פאר'ן רבין.
כ'האף אז ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB וועט נאך צוענדיגן די באשרייבונג. דער בוך'ס ווערסיע איז ווייט נישט אויף אזא הויכן ניווא.
דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:02 pm#492834
איז דא א מעגליכקייט צו לייענען די המשך אהן קויפן די וועקערס?
אפשר נאר קויפן די המשך?
דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:49 pm#492853
דער ראדימנער פראצעס איז זייער אן אינטרעסאנטע דראמא פון אלע בחינות. און אלע פראטאגאניסטן זענען זייער ציענד (פאר רעיטינגס). ס'איז אבער געבליבן הענגען אין די לופט. ווען דער מחבר האט אפגעצויגן פון קאווע שטיבל.

איך האלט אז חברינו, הרב ברוינשטיין .ה' יאריך ימיו ונשותיו וואלט געווען דער ריכטיגער קאנדידאט צו אויספאנטאזירן די פארזעצונגען פון דעם משפט און די גאנצע דראמא ארום דעם. מ'דארף זעהן אריינצוכאפן. ווילאנג ער איז נאך אין נוירסינג האום. און נישט (ח"ו) מיט א סטאנציע ווייטער...! ווייל דאמאלס וועללן מיר דארפן צו ווארטן ביז ער קומט צוריק אין דעם נעקסטן גילגול אלס (שיינער) בחור...!
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:34 am#505727
אפשר ענדיגט איינער צי די מעשה לכבוד תשעה באב?
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:52 pm#505730
Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"
דא האט איר דעם רעבינ'ס וויקי בלאט m https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... prov=sfla1 m

Sent from my SM-G973F using Tapatalk