Under maintenance
הויפט זייט » בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11687
זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:54 pm#381506
בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
א. לויט די פאלגענדע ניו יארק טיימס ארטיקעל זענען דא אין ניו יורק סיטי ארום 330,000 היימישער אידען. פאר די פאלגענדיגע חשבון האב איך גענוצט אן ערך פון 500,000 נפשות אשר לא כרעו לבעל אין די טריי סטעיט אעריע.

ב. לויט מערערע פארשער האבען זיך די פרומער אידען געטאפעלט איעדער 20-17 יאר (דאכט זיך אז ביי די גאר היימישער מוסדות זאגען זיי אז די ציפער איז איעדער 16 יאר.

ג. שנת ששת אלפים למספרנו, ולמספרם שנת 2250 איז 233 יאר פון יעצט. אויב ח"ו איז משיח נאך נישט דא חודש אלול תתקצ"ט קענען מיר מאכען די פאלגענדיגע חשבון זייער פשוט:

שנת 2034 =א מיליאן אידען קע"ה
שנת 2051 =2 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2068 =4 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2085 =8 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2102 =16 מיליאן אידען קע"ה
ביי די יאר וועלען שוין אלע מיטייליגע דא זיין איבער 100 יאר.

שנת 2119 =32 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2136 = 64 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2153 =128 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2170 =256 מיליאן אידען קע"ה
אונז קענען שוין אריינוועלען אונזער אייגענער טראמפ אלס רשכבה"ג אונ'ם ווייסען הויז.

שנת 2187 =512 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2204 =1 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2221 =2 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2238 =4 ביליאן אידען קע"ה

שנת ששת אלפים לויט די חשבון וועלען זיין דא 6 ביליאן נאר אמעריקאנער. לייג צו די אירופעישער/ישראלים און די היימישער פרומער עולם זענען צום ווייניגסטען 12 ביליאן סטראנג. מער מענטשען ווי עס איז דא היינט און די גאנצע וועלט!!!

-----
מראה מקומות:

m https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyre ... ersey.html m
m http://www.nytimes.com/2012/06/12/nyreg ... again.html m
m http://www.zetterberg.org/Lectures/l96bTab/doubling.htm m -
m http://disinfo.com/2015/08/world-popula ... echnology/ m
m http://www.un.org/esa/population/public ... report.pdf m
זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:57 pm#381507
מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן
זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:00 pm#381509
ליפא האט געשריבן:מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן


הלוואי איז דאס אונזער איינציגער פראבלעים. איך גלייב נישט אז בין די איינציגסטער וואס האלט אז עס קען נישט געשען.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:05 pm#381510
א ווירטואלער ATUB @shtriemel ATUB וועט נאר זיין איינס!
זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:10 pm#381511
דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:07 pm#381517
יעצט פארשטיי איך שוין דעם ייתי ולא אחמיניה
זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:15 pm#381520
לויט דיין חשבון איז נישט דא קיין מגיפות נישטא קיין מלחמות! איין מלחמה איין מגיפה אין די חשבון צופאלט ווי א זייפןבלאז, היסטאריע יוכיח!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:16 am#381522
איצט שטעלט אייך אייך פאר וויפיל די דיסטריביושן פון די וועקער וועט וואקסן. אוי וועט די רעדאקטאר שארן גאלד....................

האסט אויסגעלאזט אמווייניגסטנס נאך איין אויפוואכונג פון השכלה....
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:02 am#381529
Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:47 am#381534
אביסל פארשטיי איך שוין פארוואס משיח פארזוימט זיך אזוי לאנג.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:10 am#381543
ברוך בער האט געשריבן:דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.


נישט נאר אין אפריקע, נאר איבעראל ווי מאדערענקייט קומט אן ובתוכם אמעריקע. ווער עס קומט נאר דא אהער כאפט זיך ביז א דור צוויי אז קינדער מיינט מען צוויי (עווערידש). חוץ פון אונז אידען!

אמת טאקע אז ביי מיין דור איז שוין נישט דא אזויפיל עלטערען צו 10+ קינדער. די עווערידש איז ווייניגער. מיינסטו אז רוב מנין ובנין וועט זיך כאפען אין א דור צוויי אז מ'מעג זיך נישט פארמערען אזוי? אין וואס טוט מען מיט די רוח הקודש וואס שרייט כן ירבה?

אביסעל שכל האט געשריבן:לויט דיין חשבון איז נישט דא קיין מגיפות נישטא קיין מלחמות! איין מלחמה איין מגיפה אין די חשבון צופאלט ווי א זייפןבלאז, היסטאריע יוכיח!


האסט אויסגעלאזט הונגער יארען! היינו טעמא דשנת רעב היינו טעמא דמגיפה ומלחמה.

פאר מער איבער די נושא ליין הררי'ס ספר "סעפיענס". אויב וועל איך נישט ווערען פארנומען מיט אנדערע זאכען וועל איך באשרייבען די נקודה אין די ספר'ס אשכול.

בקיצור נמרץ. אונז לעבען אין די ערשטע יארהונדערט ווי הונגער יארען, מלחמות און מגיפות זענען היסטאריע. יא, ס'דא הונגער אין אפריקע, מלחמות אין סוריע און מגיפות אין ליבעריע (אויך אויף די קלענסטע פארנעם אין היסטאריע), אבער נישט במקומות מושבותינו (אפשר טאקע מדינה שאני…).

אמאל טאקע האבען רוב (!) קינדער נישט איבערגעלעבט גענוג צייט צו קענען חתונה האבען. היינט לעבען רובא דרובא גענוג לאנג. פאר מער ליין דא:
m https://en.wikipedia.org/wiki/Child_mortality m
m https://ourworldindata.org/child-mortality/ m
m http://www.businessinsider.com/life-exp ... ory-2014-1 m
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:22 am#381545
פליקער האט געשריבן:שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.


אויב די ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 230 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:25 am#381547
קורקלענד האט געשריבן: האסט אויסגעלאזט אמווייניגסטנס נאך איין אויפוואכונג פון השכלה....


מיר דארפען נאר מתפלל זיין אז קיין רשע ווי היטלער קומט אונז נישט צושטערען די אויפוואכונג נאכאמאל...
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:54 am#381548
אויב דו ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 233 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי

אבער יעדע דרייסיג פערציג יאר וועט זיך יעדע טייל צעטיילן אין צוויי אדער מער.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:11 am#381550
איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:11 am#381561
איז נאר געבליבן איין עצה משיח וועט בלית ברירה שוין מוזן קומען צו לעזן דעם שווערן איבעי'
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:55 am#381570
זיי וועלען, ווי אין ישראל מאכן א גיוס מיט תכנית הליבה. בד"וו רוב שנאה קומט פון יידן
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:58 am#381571
ברוך בער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.

ס'האט שוין אמאל פאסירט. דאן האט עס געהייסן 'פן ירבה'.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:11 pm#381576
ליפא האט געשריבן:מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן

קעפעטש און געשטעטנער'ס אייניקלעך (און אור אייניקלעך) וועללן זיך צוריק נעמען צו די אומנות אבותם...און פאדערן זייער חזקה פון היימישן מארקעט. אויך וועט מען פארקויפן דיסקאונטעד שטריימלעך אויף עמעזאן. נאכדעים וואס דער בעה"ב וועט אויסגעפונען אז ער שטאמט פון אידן. און ער וועט ווערן א סקווירא'ער אדער לב טהור חסיד...!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:14 pm#381577
[
יעלה ויבא האט געשריבן:
אויב דו ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 233 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי

אבער יעדע דרייסיג פערציג יאר וועט זיך יעדע טייל צעטיילן אין צוויי אדער מער.

די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:04 pm#381587
berlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!


מה לי זלונים ארונים חיימשיע'אונים. מ'רעט דא פון קרוב צו א טריליאן כפרות שלאגער און לולב שאקלערס!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:35 pm#381592
מילא די לולבים.אבער די כפרות וועללן אנשטינקען אלע גאסן אז מ'וועט אפילו נישט קענען אויפמאכן א פענצטער צו שעפן פרישע לופט. אויב די כפרה קעגנערס וועללן זיך ח"ו נישט גובר זיין אויף דעם הפקירות וואס הערשט אין די אידישע גאס. אלעס וועגן א פאר געלט גייציגע פארשוינען און מוסדות וועלכע וויללן אונז איינרעדן אז ס'האט צו טון מיט אידישקייט...!
אין יאר תשצ"ג וועט אויך ארויסקומען א שעכט מאשין וועלכע וועט זיין אויסגעהאלטן לויט אלע הלכות פון שחיטה. די אריינגעבויעטע סענסארס פון די מאשין וועללן מאכן זיכער אז די אלע זאכן ווי שהייה, דרסה, וכו' וועללן נישט געשעהן. און די רבנים פון התאחדות (וועלכע וועללן באקומען א גוטן באקשיש) וועללן געבן א הכשר און השגחה אויף די מאשינען. און מנשה פיליפ וועט טרעפן אן אלטן פארוועלקטן כתב יד וועלכער האטציך געפונען ביי די רביצין אלטע פייגא ז"ל אין איהר דירה אין וויליאמסבורג, וואו די רבי זיכרוינע ליבראכע האט שטארק גערימט די שחיטה מאשין. און ער האט געהייסן נוצן עס...! ער האט אליינס געהערט. דרייענדיג זיך נעבן רבינו הק' זי"ע ווי די רבי האט עטליכע מאל געזאגט אז ס'איז א גרויסער הידור אין שחיטה...!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:12 pm#381597
Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
כ'האף ס'וועט זיין גענוג טורבאנס, פאר אלע פרויען, אדער קען זיין אז דאן וועלן די מענער אויך טראגן טורבאנס
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:22 pm#381599
@שטריימל, די היינטיגע 500,000 היימישע ארטאדאקסישע אידן וואס דו רעכענסט זענען א גרויס חלק דערפון ״ליטאים״ זיי זענען טאקע ׳לולב שאקלערס׳ אבער אן קיין ׳שטריימלעך׳. און א גרויס חלק זענען גאר ״מאדערן ארטאדאקס״ וואס פארמאגן ניטאמאל קיין ׳בענדאון״ נאר א קליינע יארמילקע, און זייער ערשטע שפראך איז ענגליש, זיי זענען אסאך מעהר איסמילירט ווי חסידים, און די וועג וויאזוי זיי וואקסן אויף די קינדער מיט ווייניגער אנגעצוימטקייט און אפגעזונדערט פון די וועלט, אלזא מוז נישט זיין אז זייערע קינדער און אור אייניקלעך גייען זיין ״לולב שאקלערס״.... נישט יעדער וועט גיין אין שפאן, אסאך גייען זיך איסמילירן און אויסמישן אין די אמעריקאנע ״שמאלץ טאפ״. אזוי איז אויך געשעהן אין די פארגאגענהייט סיי אין אמעריקע און סיי אין אייראפע פארן קריג.

ווען מזאל היינט צאמנעמען אלע מענשטען וואס שטאמען פון אידן נאר אין די לעצטע דריי, פיר דורות, (לאמיר זאגן, אז איין עלטער באבע/זיידע איז געוועהן אידיש) גייסטו לכאורה אנקומען צו 40 מיליאן מענטשען חוץ די 15 מיליאן אידן וואס איז דא יעצט אויף דער וועלט.

אברהם נועם כאמאסקי מיט עלען דערשאוויץ׳ס טאטע האבן אויך געשאקלט לולב. מיין טאטע מיט מיינע עלטער עלטער זיידעס האבן אויך געשאקלט לולב און געגעאנגען מיט שטריימלעך... מיין זיידע נאך די קריג האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א נייע שטריימל, איז ער פאר א שטיק צייט געגעאנגען אן קיין שטריימל, ווען הרה״ח ר׳ זיידא איינהארן ז״ל איז געקומען צופארן פון אמעריקא קיין וויזניץ בני ברק אויף א יו״ט צום אמרי חיים און געזעהן מיין זיידע אן קיין שטריימל האט ער געזאגט אזא חשובע איד פון וויליחאויץ גייט אן קיין שטריימל, האט ער מיט הרה״ח ר׳ בנצוין טאבאק גלייך געגעאנגען קויפן א שטריימל פאר אים-זייער וויכטיג...!
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:19 pm#381603
פארוואס זענען מיר נאכנישט געווען אזוי גרויס ביז יעצט?
גלות- גירוש שפאניע, תחו"תט, פאגראמען, מגיפות, האלאקאוסט, אסימעלאציע.
זעהט אויס אז ג-ט וויל אונז האלטן א קליינע הייפעלע.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 4:23 pm#381605
וואס עמיר טון אויב משיח'ן אליין רוקט זיך אהער מיט א קנייטש הוטל אדער א כיפה סרוגה???
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:10 pm#381608
סקרן האט געשריבן:איז נאר געבליבן איין עצה משיח וועט בלית ברירה שוין מוזן קומען צו לעזן דעם שווערן איבעי'


פאר דעם דארפען מיר זיין כולו חייב אדער כולו זכאי. איך בלייב ווי איך בין. ווילסטו משיח'ן דארפסטו מיר העלפען מעביר זיין די זכאין צו חייבין…
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:17 pm#381610
בת קול האט געשריבן:פארוואס זענען מיר נאכנישט געווען אזוי גרויס ביז יעצט?
גלות- גירוש שפאניע, תחו"תט, פאגראמען, מגיפות, האלאקאוסט, אסימעלאציע.
זעהט אויס אז ג-ט וויל אונז האלטן א קליינע הייפעלע.


אונז זענען מיר טאקע אן עם סגולה אבער ביז מאדערנע מעדעצין און ביליגע עסען א.ד.ג. וואס האט אונז ערמעגליכט אז רוב קינדער בלייבען לעבען האט כמעט קיינער נישט געקענט האבען א דאזען סערווייווערס. די חילוק איז נאר אז חוץ פון אונז האבען עס אלע שוין געכאפט. (למעשה, אפילו ביי אונז האט מען עס אויך געכאפט - האלבוועגס. אמאל האט מען נישט געטיילט 'התירים' אזוי ברייט, אין די תוצאות זענען טאקע קלענערע משפחות.)
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:19 pm#381611
Chasidishmashpia האט געשריבן:וואס עמיר טון אויב משיח'ן אליין רוקט זיך אהער מיט א קנייטש הוטל אדער א כיפה סרוגה???


ייתי ואחמיניה...
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:41 pm#381612
וואס טייטשט דאס אין פלעין אידיש?
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:52 pm#381613
זאל עס קומען, און כ'וויל עס זעהן
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:58 pm#381614
די vibe אין שטיבל איז צוריק... שוין נישט געווען אזוי לעבעדיג פאר איבער א יאר צוויי... יעדער רעדט אריין, און די בלעטער וואקסן...
דאס איז יוכיח אז ריכטיגע/אינטערעסאנטע דיסקוסיע וועט אויפלעבן די שטיבל.

ATUB @shtriemel ATUB דו האסט עס געמאכט
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 6:15 pm#381617
האט שוין איינער מנבא געווען דא אין שטיבל ווי אזוי עס גייט זיך ענדיגן די זאך, ווי אזוי עס גייט אויס קוקן באחרית הימים

l viewtopic.php?p=142561#p142561 l
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:55 pm#381628
טרויבן88 האט געשריבן:די vibe אין שטיבל איז צוריק... שוין נישט געווען אזוי לעבעדיג פאר איבער א יאר צוויי... יעדער רעדט אריין, און די בלעטער וואקסן...
דאס איז יוכיח אז ריכטיגע/אינטערעסאנטע דיסקוסיע וועט אויפלעבן די שטיבל.

@shtriemel דו האסט עס געמאכט


שכוייח. געבסט מיר חשק ממשיך צו זיין.

Chasidishmashpia האט געשריבן:וואס טייטשט דאס אין פלעין אידיש?


"אמר רב אין בן דוד בא עד שתתפשט המלכות על ישראל תשעה חדשים...אמר עולא ייתי ולא איחמיניה וכן אמר [רבה] ייתי ולא איחמיניה"

זעט זיך אויס זיי האבען פארשטאנען וואס דאס איז צו וואוינען אין בני ברק/קרית יואל…

אגב, ביי די סוגיה איז אויך דא דעם אמורא וואס האט געהאלטען אז משיח גייט מער נישט קומען!!!

מ"מ: m https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D ... %97_%D7%91 m
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:28 pm#381632
@יתרו, נייס ארטיקעל. שכוייח.

די אמת איז אז איך קוק עס אן ווי א ברכה (בית ברוכת ילדים). די גרעסטע גאונים אין אלע תחומים אין די לעצטע הונדערט יאר זענען געווען קינדער און אייניקלעך פון כפרות שלעגער. זעט אויס אז דעם יציאה מעבדות (אין לך בן חורין) צו חרות און פריקת עול שאקעלט אויף די מוח ווייטער צו טראכטען און ממשיך זיין למעשה.

ממילא, די היינטיגע עלטערען וואס ברענגען אראפ אזעלעכע פאטענציעלע הויכע נשמות דארפען מיר צוהעלפען. בפרט, אז מיר זענען נישט בלינד און מיר ווייסען אז די נייע דור פון אפגעפארענע אידען ווערען יעצט געבוירען אין די קהילות הקודש למיניהם.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:29 pm#381633
פארוואס ביסטו נישט מסיים די כוונה פון יענע אמורא?
משיח גייט נישט קומען ווייל השי''ת אליין גייט אונז אויסלייזן...
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:37 pm#381635
געוואלדיג האט געשריבן:פארוואס ביסטו נישט מסיים די כוונה פון יענע אמורא?
משיח גייט נישט קומען ווייל השי''ת אליין גייט אונז אויסלייזן...


רבי הילל האט דאס קיינמאל נישט געזאגט. רבי שלמה האט…
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:45 pm#381638
shtriemel האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:פארוואס זענען מיר נאכנישט געווען אזוי גרויס ביז יעצט?
גלות- גירוש שפאניע, תחו"תט, פאגראמען, מגיפות, האלאקאוסט, אסימעלאציע.
זעהט אויס אז ג-ט וויל אונז האלטן א קליינע הייפעלע.


אונז זענען מיר טאקע אן עם סגולה אבער ביז מאדערנע מעדעצין און ביליגע עסען א.ד.ג. וואס האט אונז ערמעגליכט אז רוב קינדער בלייבען לעבען האט כמעט קיינער נישט געקענט האבען א דאזען סערווייווערס. די חילוק איז נאר אז חוץ פון אונז האבען עס אלע שוין געכאפט. (למעשה, אפילו ביי אונז האט מען עס אויך געכאפט - האלבוועגס. אמאל האט מען נישט געטיילט 'התירים' אזוי ברייט, אין די תוצאות זענען טאקע קלענערע משפחות.)


History repeats itself
שפירסטו טאקע אזוי פארזיכערט אז מיר זענען ענדליך safe?

און איך רעדט נישט פון די חלק אז מער מענטשן זענען היינט אויף BC.

פון אונזער היסטורי' זעהט אויס ווי אזא ריזיגע וואוקס קומט מיט שטרויכלונגען.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:04 pm#381639
shtriemel האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:פארוואס ביסטו נישט מסיים די כוונה פון יענע אמורא?
משיח גייט נישט קומען ווייל השי''ת אליין גייט אונז אויסלייזן...


רבי הילל האט דאס קיינמאל נישט געזאגט. רבי שלמה האט…

אויב ר' שלמה איז נישט מאסגעבנד דאן איז נישטא פארוואס צו קוקן אין יענע גמ' אדער אין סיי וועלכע...
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:36 pm#381644
Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
בת קול האט געשריבן:פארוואס זענען מיר נאכנישט געווען אזוי גרויס ביז יעצט?
גלות- גירוש שפאניע, תחו"תט, פאגראמען, מגיפות, האלאקאוסט, אסימעלאציע.
זעהט אויס אז ג-ט וויל אונז האלטן א קליינע הייפעלע.

לא מרובכם..... כי אתם המעט מכל העמים.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:17 pm#381647
לויט די סאטמערע גירסא אז "משיח גייט ווייזן מיט די פינגער"...
איך פרוביר מיך צו פיקטשערן אז ער פוינט מיט די פינגער אויף ביליאנען 'שטריימלעך'... איינער זעט די פראבלעם?
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:19 pm#381648
גר ותושב האט געשריבן:[
לא מרובכם..... כי אתם המעט מכל העמים.


ריבונו של עולם, מ'דארף אכטונג געבען פון זיך פארמערען. גאט וועט בוחר זיין א קלערנערע פאלק. אפשר די פאלאסטינער. אדער גאר די נטו"ק - זיי וועלען דאך קיינמאל נישט נכשל ווערען מיט קיין "רובכם".
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:33 am#381657
ונשארתם מתי מספר בגויים אשר ינהג ייי אתכם שמה

תורה
author - גאט ב"ה
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:01 am#381660
שטריימליש. למעשה האסטו פוינט. פאר די אלע וואס ווילן טענהן אז אין די קומענדיגע דורות גייט די המון עם נישט האבן אזויפיל קינדער זאלן נעמען אין באטראכט אז ביז נישט לאנג צוריק האבן א גרויס חלק פרויען (אפשר אפילו 20 פראצענט) נישט געקענט האבן קיין קינדער. מיט די היינטיגע פארגעשריטנע מעדצינען און סייענס קען ממש כמעט יעדער האבן (אויב בוני עולם באצאלט :) ).

ווי אויך אמאל איז מען געשטארבן אסאך אסאך יונגער, די עוורידזש לייף-ספען היינט איז מיט 20 יאהר לענגער אדער מעהר.
און וואס א יאהר שפעטער ווערט די מעדצינישע וועלט מעהר פארגעשריטען. אלא דיין טעיאריע האט האפט.

בקיצור, מ׳דארף זיך נעמען אינוועסטירן אין שווענץ פאר שטריימלעך, לולבים, קיישלעך, כפרות, ר״ת גאטשעס, מצה טאשען, סטראקעס, נעגעל וואסער און מים אחרונים...