Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שנפרה ונרבה כדגים?

שנפרה ונרבה כדגים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
60 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 72 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4525
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:20 am#142561
שנפרה ונרבה כדגים?
פאר יארן צוריק האב איך אמאל געזעהן א נעשאנעל-גיאגרעפיק פילם וואס צייגט דאס לעבן אינעם סערענגעטי מדבר; מען זעהט דארט ווי ווילדע טיגער פרעסן אויף הערשן; הונגעריגע קראקעדיילן שפייזן זיך אויף אינדן בעת ווען זיי זענען עורג על אפיקי מים; לייבן מיט לייבכעס באסמאקעווען זיך איבער א גוט שטיקל בשר חי. הקיצור דאס גאנצע האו הא פונעם זשונגעל. ביים סוף פילם שפילן זיי אויף ווי אזוי עס זעהט אויס א 'שנת רעבון' -א הונגער יאר- אינעם סערענגעטי גן עדן (אדער גיהנום). איין 'קטע' גייט מיר נישט ארויס פון קאפ: זיי האבן פילמירט א טייכל, אזא קליינע פאנד, וואס עס איז איבער געפילט מיט פיש און א מאנגל פון עסן און וואסער, און מען קען מיט האלטן "בשידור חי" (דורך פעסט פארווערד) צוביסלך ווי אזוי דאס טייכל ווערט מער און מער איבערגעפילט מיט פיש, דאס פלאטץ אין טייכל ווערט קלענער און קלענער, עס ווערט א שטארקע געדרענג, דאס טייכל פאנגט אן אויס לויפן פון וואסער און אנדערע עסן סופלייס, עס פאנגט זיך אן הריגות דארט, איינער פרעסט אויף דעם צווייטן אבער נישט גענוג שנעל צו מאכן גענוג פלאטץ אינעם פאנד צו ראטעווען דעם מצב, די זון פון זיין זייט שטייט אויך נישט מיט פארלייגטע הענט, ער באקט אריין און פארעט אויס דאס ביסל וואסער וואס איז נאך געבליבן אינעם טייך... ענדיגען ענדיגט זיך עס מיט א אויסגעטריקנטער פאנד און הויפן פון גוסס'דיגע פישלעך וואס צאפלן זייער לעצטע צאפ.

כ'האב לעצטענס איבערגעזעהן דעם פילם, ווען איך בין בין אנגעקומען צו דעם שטיקל האב איך אנגעשטעלט די כלי אויף 'סלאוי מאאשין', איך האב געוואלט קענען באטראכטן פון דער נאנט ווי אזוי דער מצב דערקייקעלט זיך פון אנהויב ביז דער ענדגילטיגער נעבעכדיגער סוף. וזה מה שראתי:

ביים ערשטן גענעראציע איז דער טייכל גאנץ שיטער, עס האט גענוג פלאטץ און עסן פאר יעדעם, די פישלעך זענען עוסק אין פריה ורביה אויף א גרויסן פארנעם מען דאפעלט זיך און טריפעלט זיך און קוודראפלעט זיך קיין עין הרע. ביים צווייטן גענעראציע ווערט שוין א שטיקל געדרענג און א ענגשאפט, די עסקנים פישלעך פרובירן מיט אלע מיטלען צו מסדר זיין יעדעם און א קליינע שטח מיט עפעס א גרעזלע אדער א צווייגעלע פאר חיונה, מען שפייט בלוט אבער צום סוף זעט מען נחת. ביים דריטן גענעראציע פאנגט זיך אן די ערנסטע פראבלעמען. אלע שטחים זענען שוין פארנומען, דאס לעצטע לעכל האט מען שוין אנגעפילט מיט א פארל מיט פינעף פיצקאלעך, יעדעס גרעזל און צווייגעל איז שוין פארנומען מיט משפחות מיט טויזענטע נפשות ואין הקומץ משביע את הארי, די עסקנים-פישלעך ארבעטן איבערמידלך צו פלאצירן, כאטש פראוואזאריש, דעם נייע דור. מען טיילט זיך מיט נויט און מיט עסן, מען שטעלט אויף אלע מיני גמחים און ארגאנעזאציעס, מען טיילט אפילו חלוקה געלט פאר די גאר ארימע פאמיליעס . געוויסע משפחות, ספעציעל פון די וואס זענען געבענטשט מיט אסאך פישלעך, וואס די חלוקה געלט קלעקט נישט האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו נעמען ביד חזקה וזרוע נטויה, א קיצור סאיז געווען א בחינה פון שפייען בלוט און צומאל אן נחת.

דער ריכטיגער חרבן פאנגט זיך אבער אן ביים פערטן דור. עס וואקסט אונטער א נייער דור, כפול שמונים, אן קיין מינדעסטע השגה ווי אין דער טייכל וועט מען פלאצירן די מיליאנען קינדער, ווי אין דער גריבל וועט מען טרעפן שפייז צו שפייזן די מיליאנע הונגעריגע פישלעך. דא וועט שוין נישט קיין גמחים העלפן, קיין חלוקה געלט אויך נישט. דער עולם האט שוין כמעט נישט געהאט קיין בלוט צו שפייען. א און דא האט זיך געשאפן אן אינטערעסאנטע פענאמענען. עס האבן זיך גערופירט גרופעס פונעם פערטן דור (און טייל נאך פונעם דריטן דור) און ווילן מאכן א רעוואולציע, נעמליך, זיך א ביסל איינצוימען די פאסיג. זיי טענה'נען: הלמאי, עס איז נישטא גענוג שטחים און שפייז, צו וואס זיך פרו ורבו'ן אן א גבול? עס איז טאקע זייער וויכטיג צו ממשיך זיין אונזער גאלדענע קייט, אבער מיט א מאס! מיט א חשבון! נישט זעלבסט מארד, ווייל אזוי וועט דאך קיינער חלילב נישט איבערלעבן! "ווי שטייט דארט" זאגט א פישל א תלמיד חכם "תפסת מרובה לא תפסת". אבער אינטערעסאנט איז געווען אז כאטש דער פראבלעם איז געווען אזוי אבוויעס איז זייער קול איז געווען א קול קורא בים הגדול, קיינער האט עס נישט געהערט. דאס רוב עולם איז געווען אזוי אריינגעטאן אינעם "פרוכטבארן זאלסטו דיך פרוכטבארן" ענין אז קיינער האט נישט אינאכט גענומען וואס אפאר אויפגעקלערטע אויבערחכמים שפוקאלירן.

און מיין דמיון האב איך געזעהן אמאל ווי אן עלטער פישל האט אונטערגעהערט ווי די יונגע אויבער חכמים פישלעך רעדן איבער דעם נושא, דהיינו אז מען דארף נעמען דראסטישע שריט צו עדיוקעטן דעם המון פישלעך פאר עס איז צו שפעט. אוי האט זיך דער אלטער געבייזערט : "דו שגץ! ווי אזוי רעדסטו!" האט ער געשריגן, "איך געדענק נאך ווען די טייכל איז געווען כמעט אינגאנצען ליידיג, עס איז געווען דעמאלטס, נעבעך, נאך א גרויסע מגפה ווי רוב פישלעך זענען אויסגעשטארבן, אין יענע צייטן, וואס האט האט יעדע פישל געגארט? צו וואס האט מען געשטרעבט? וואס האט מען זיך געווינטשען? מען האט זיך געווינטשן צו האבן בנים ובני בנים כשתילי זיתים! צו האבן טויזענטע אייניקלעך ככובי השמים וכעפר הארץ! ווער האט זיך געגלייבט אז נאך פיר דורות וועט מען ב"ה האלטן דא, קניינע הארע! אזוי ריבוי עם, און דא קענען קומען אזעלעכע יונגאטשעס שקצים און רעדן אזוי פרעך?! שעמען מעגט עטץ ענק!"

פאר איך ענדיג, נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב דארט געזעהן איז געווען, אז א טייל פון די עלטערע פישלעך וואס זענען געווען פון די שארפסטע ארויסצוטרעטן א קעגן א 'צוימינג פלאן' זענען געווען די ערשטע צו כאפן און צו פרעסן יענעם'ס חלק.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:26 am#142562
יא, ווי אזוי האט א חכם אמאל געזאגט? מ'שפייט בלוט און מ'רעדט פון נחת
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:32 am#142563
די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער,נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:48 am#142568
איך קען נאכנישט כאפען וועם דו מיינסט צו אן ענטפער פאר די אשכול בוירט קאנטראל- דער מיטעל פון דעם ס"מ

אדער האסטו דיך אריינגעסיינט מיט די ניק פון ATUB @חזקיהו המלך ATUB אז די וועלט גייט אונטער בקרוב ממש!
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:04 am#142572
כהאב פארגעסן אייינצולייגן אינעם מעשה דארט אז געוויסע ציניקער פישלעך פלעגן חוזק מאכן פון די פארזארגטע פישלעך מיט זיי צוגעבן א צו-נאמען חזקיהו-פישלעך אבער די אלע ליצנות האט קיין סך נישט געהאלפן ביום הדין.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:11 am#142575
בענדזי וואס וואלסטי געטיען ווען דו ביזט וועין א פיש
ווען איך וואלט וועין געוועין א פיש וואלט איך צו מיר געטראכט קיק ווי בענדזי הערט זיך צו, צו אינזערע צרות דא ווען ער איז בכלל נישט קיין פישעלע, ער קען ב"ה שפרינגען פון איין וואסער צים צווייטען קיקען וויזוי אנדערע פישן פירן זיך,
ער האט זיך זיכער אויסגעלערנט אז דו וועלט איז געניג גרויס, מען ברויך נישט אריינשטיפן אלע פרישגעבוירענע און איין קליינע דירה סרוחה, מען קען אוועק מאפן צו אנדערע געיגענטער, פארוואס גיסען זיך דו טרערלעך פון פרעינקלען, איז ער דען א פיש.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:13 am#142577
זייער גוט געשריבן!
זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:49 am#142584
פרישער האט געשריבן:בענדזי וואס וואלסטי געטיען ווען דו ביזט וועין א פיש
ווען איך וואלט וועין געוועין א פיש וואלט איך צו מיר געטראכט קיק ווי בענדזי הערט זיך צו, צו אינזערע צרות דא ווען ער איז בכלל נישט קיין פישעלע, ער קען ב"ה שפרינגען פון איין וואסער צים צווייטען קיקען וויזוי אנדערע פישן פירן זיך,
ער האט זיך זיכער אויסגעלערנט אז דו וועלט איז געניג גרויס, מען ברויך נישט אריינשטיפן אלע פרישגעבוירענע און איין קליינע דורה סרוחה, מען קען אוועק מאפן צו אנדערע געיגענטער, פארוואס גיסען זיך דו טרערלעך פון פרעינקלען, איז ער דען א פיש.

און וען איך וואלט געווען א פיש וואלט איך געבעטן דעם בענדזשי זאל אריינוואפן אביסל פון די בי סי דראג.
יעצט צום עצן נקודה פון דיין טענה אז מען קען אריבערשפרינגן צו א צווייטע טייכל איז אזוי, הגם דער דירה סרוחה פראבלעם ווערט טאקע געלייזט מיטן אוועקמופן ווערט אבער נישט געלייזט די אנדערע פילצאליגע פראבלעמען וואס דער ריבוי עם און מיעוט הפרנסות ברענגן.אויסער דעם דאס וואס דאס עצם אוועקמופן זאגט זיך גרינגער ווי געטאן, ואלפי בני ישראל הנאנקים והנאנחים בוויליאמסורג ובאראפארק יוכיחו. ב"ה דער סיסטעם אונזערע (מאנכע וועלן זאגן אז דאס איז דאס עצם אידישקייט) בינד אונז צו א ריסטריקטיד עריע מיט מוסדות מקואות אין בתי מדרשים גמחים אינסטיטוציעס און פרנסה פאר היימישע אידן.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:04 am#142586
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:כהאב פארגעסן אייינצולייגן אינעם מעשה דארט אז געוויסע ציניקער פישלעך פלעגן חוזק מאכן פון די פארזארגטע פישלעך מיט זיי צוגעבן א צו-נאמען חזקיהו-פישלעך אבער די אלע ליצנות האט קיין סך נישט געהאלפן ביום הדין.


עקסקיוז מי ...
זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:02 am#142610
איך מיין עס איז דא א שטיקל היפוך הסדר דא, די סדר העולם איז אז ארימע קבוצות האבען מער קינדער ווי רייכע קבוצות. נישט אז ווען מ'זאל האבען ווייניגער קינדער וועט מען האבען מער געלט, נאר פארקערט, אז מ'וועט האבען מער געלט וועט מען האבען ווייניגער קינדער. בכל אופן, קלער איך עס איז פיל וויכטיגער צו דאג'הן דער עולם זאל האבען פרנסה בריווח ווי זיך נעמען לוחם זיין קעגן ריבוי ילדים.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 10:08 am#142645
שפתיים יישק בענדזשאמין! איך האב אויך אמאל געטון דאס זעלבע מיטן פילם און כ'האב באמערקט ווי איין קלוג פישל זאגט "מ'דארף ענדערש ארבעטן אז ס'זאל זיין מער געוואוקסן צו עסן ווי זיך איינצוציען דעם פאסיק". מסתבר ווייל דער האט געהאט עפעס א שוואכקייט צו קינדער...

ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם, נאר עס איז א סעלושאן פאר כמעט יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס אונזער סאסייעטי פארמאגט.
זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:08 pm#142783
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט נראה קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם


יידל, פארוואס זאגסטו אזוי?

מיט די אלע קאמפליקעישאנס אין אונזער סיסטעם און סאסייעטי, ווי די סטיגמע/פארבאט אויף קאלעדזש (פרנסה) און די שוועריגקייטען פון זיך פלאצירען ערגעץ נישט אונעם מאמע'ס שויס (האוזינג) איז בורט קאנטראל א פריוואטע עפעקטיוו מעטאד אפצושטעלן ביידע פראבלעמען פון עקספלאדירען.

אמת ס'פאררעכט נישט די פראבלעם בכלליות פארען ציבור, אבער פארן יחיד איז עס א געוואלדיגער דיפערענץ
זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:13 pm#142786
קלוג און יונג, מן הסתם כצ"ל:
ליצנות אין א זייט, בוירט קאנטראל איז נישט (נראה) נאר קיין סעלושען פאר די האוזינג פראבלעם אדער פאר די פרנסה פראבלעם וכו'
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:58 am#142941
וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:58 am#142942
וואס איז בי סי דראג?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:18 am#142964
אין די טייכעלע האבן עקזיסטירט צוויי ערטער ווי די פישלעך מיט קאמיוניקאציע סקילס און שרייבנטאטלאנטן האבן רעפארטעט און דיסקוסירט זייער מצב.
די פארשער צייגן אן אינטערסאנט אז אלע פישלעך לערנען זיך אפ פון דרויסנדיגע באשעפענישן, אלזא אין איין קאמיוניקאציע פלאץ וואס די פארשער רופן קאוושטיב, האבן די פיש אדאפטירט געפירעכצער פון מענטשן און אויסגעדרוקט פחד, ווי די באקאנטע מענטשליכע נטייה און ווי די ניגון גייט "עס ברענט אידעלעך עס ברענט, עס ברענט דאס שטעטעלע עס ברענט". די אנדערע וועמען די פארשער רופן אייוועלט האבן אדאפטירט די געפירעכץ פונעם בת היענה און זיך בלויז משתעשע געווען מיט דיסקוסירן צענדליגער בלעטער איבער שושלת כענטשין, און הונדערטער בלעטער איבער גראפיק מאלערייען.
אינטערסאנט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:53 pm#143094
ידען האט געשריבן:וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?

דער פארשאלטענער אויטא קארעקט אויפן ענדרויד האט געמאכט פונעם נאר א נראה און פונעם עס א כבר. כהאב עס פארראכטן.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:20 pm#143118
יידל האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:וועלעכע סאלושען איז ״נראה כבר״?

דער פארשאלטענער אויטא קארעקט אויפן ענדרויד

גוט געזאגט! :like ארור הוא בזה ובבא.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:35 pm#143132
ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB , די פילם ווייזט וואס איז נאך דעם געווארן מיט די טויטע פישן? זיי ווייסן בכלל? אדער דאס גייען זיי געוואר ווערן בקרוב? איז דאס געווען שפייז פאר די הינגעריגע זיברעס?
איך מיין אז ווען די עלטערע פיש האבן גערעד פין די גרויסע מגיפה וואס איז געווען יארען פריער, האבן זיי געוואלט איבער געבן wisdom וואס נאר די עלדערס ווייסן וויאזוי. די massage קען זיין איז געווען "אויב ס'איז באשערט צו שטראבן וועלן מיר ממילא שטארבן - אלס איז מיט א פלאן" אבער די אינגע אויבער חכמים הבען דאס נישט פארשטאנען, וחבל!
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:13 pm#143186
הקטן, אויך מיר א פלאן, ביי מיר אין די תורה שטייט פרו ורבו ומלאו את הארץ, נישט אז מיר זאלן זיין עסן פאר די זיברעס היל"ת.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:30 pm#143192
מיר דערמאנט עס דייקא די טיפשות פון א בילד וואס דער בלא בלא האט אמאל אריינגעשטעלט פון א טויער אינמיטען א טייך מיט א קעפל אז כידוע ווערן דאך צדיקים מגולגל אין פיש מילא זה השער ...צדיקים יבואו בו.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:58 am#143375
יתרו האט געשריבן:הקטן, אויך מיר א פלאן, ביי מיר אין די תורה שטייט פרו ורבו ומלאו את הארץ, נישט אז מיר זאלן זיין עסן פאר די זיברעס היל"ת.

די נקידה איז, דו ביסט נישט part פין די פלעניג בארד. דו ביסט א פשוט'ע ארבעטער פאלג וואס מען הייסט.
יעצט א ווארט צו די אינגע פישעלך, זייט וויסן אז אויף ארבעטען די אגריקאלטער איז א חלק פין ענקער job description.
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:59 pm#143487
בען,

האסט שוין טאקע לאנג נישט געזען דעם פילם, און די לעצטיגע איבערשפיל איז געווען בלויז אין דמיון.

די מעשה איז געווען מיט קראקעדילן, גראדע האט א סינגל מעוברת רילאקעיטעד אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, שוין געווען צו שפעט.

אגב, מיין לייק איז פאר די שרייבעריי, נישט פארן מוסר השכל, ווייל איפכא מיסתברא, די פרים ורבים האבן די בעסטע טשאנס פאר סורווייוועל, טאקע מער קאנאנען פלייש, אבער אויך מער איבערלעבער, אדרבא, פרעג דארווין ווען ער קומט אויף קידוש.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:25 pm#147226
אז אזא חשובע ניק ווי ממרום שלח אש רעדט דארף מען נייטן אן אויער און ראגירן.
ממרום שלח אש האט געשריבן:בען,
האסט שוין טאקע לאנג נישט געזען דעם פילם, און די לעצטיגע איבערשפיל איז געווען בלויז אין דמיון.
די מעשה איז געווען מיט קראקעדילן, גראדע האט א סינגל מעוברת רילאקעיטעד אבער ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט, שוין געווען צו שפעט.


איף בין נאך נישט אין די שמונים און איך לייד נאך נישט אויף אלצהיימערס, איך האב געזעהן פישלעך און נישט קיין קרארעדיילן, נעשינאל דזשיאגרעפי האט מער ווי איין פילם אויף די מדברות אין זשונגעלן, אולי איז עס איז געווען אינעם אמעזאן זושנגעל, אלנפאלס האב איך אבער הנאה צו הערן אז עס אן אפטע ערשיינוג, אמאל פאסירט עס מיט פיש און אמאל מיט קראקעדיילן און אמאל מיט מענטשן אויך, ווען זיי פירן זיך אויף ווי חיות און ניצן נישט דעם שכל וואס גא-ט האט זיי געשאנקן.

ממרום שלח אש האט געשריבן:אגב, מיין לייק איז פאר די שרייבעריי, נישט פארן מוסר השכל, ווייל איפכא מיסתברא, די פרים ורבים האבן די בעסטע טשאנס פאר סורווייוועל, טאקע מער קאנאנען פלייש, אבער אויך מער איבערלעבער, אדרבא, פרעג דארווין ווען ער קומט אויף קידוש.


די פרים ורבים האבן די בעסטע שאנס און די פרים ורבים מיט א מאס האבן נאך א גרעסערע שאנס. דארווין האט קיינמאל נישט געזאגט אז דער וואס פרוכטבארט זיך ס'מערסטע האט די גרעסטע שאנס פאר סורווייוועל, נאר דער וואס איז מצליח איבערצוגעבן פאר די דורות הבאים די מערסטע כלים זיך צו ספראווען מיטן קאמפעטישן פאר סאורווייוועל דער איז דער זיגער, (און פארשטייט זיך אז דער ערשטער יסוד איז זיך פרוכטבארן מיט א מאס).

און בד"וו נישט יעדע זאך וואס א ספישי אדער א מין טוט פארן געברויך פון סורווייוועל איז באמת א מעלה פאר אים, ווי סייענטיסן צייגן שוין אן דעם דיפערענסס צווישן דעם דיינעסאר אדער דער גרויסער בלויע וואל פיש (וואס ביידע זענען געווארען גרעסער און גרעסער, און לכבוד דעם איז זיי געווארן שווערער און שווערער איבערצולעבן צוליב די אבנארמאלע מאס עסנווארג וואס זיי ברויכן כדי חיותם) לעומת דער קליינע מוריטשקע וואס באגענוגט זיך מיט א ברעקלע חמץ פאר א גאנצע ווינטער, פון דעם מוריטשקע איז דא בילינען און פון די אנדערע איז כמעט נישט דא.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:26 am#147245
אויב האסטו זיך נישט באצויגן צו די ווידעאו
m https://www.youtube.com/watch?v=u26z1QRnfwo m
לא אמרתי כלום, איך האב חלילה נישט געמיינט צו זאגן אז דו ביזט א וועפערייזער חלילה.

די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן.

די אמת איז טאקע אזוי, די חברה וואס ווערן מער געהרגט, האבן מער קינדער, געוויסע פיש לייגן בלי גוזמא מיליאנען אייער אין איין שאס, עס קוקט אויס ווי א רויך מיט מיליאנען מיקראסקאפישע אייעלעך. אלעס אז עס זאל בלייבן כאטש איינס.

ביי אונז מענטשן איז גאר נישט אנדערש, עס איז דא מיליאנען זרע צעלן אין יעדע גראם זרע, פון אלע מיליאנען וועט נאר איין צעל (אמאל אמאל צוויי צו דריי) ווערן נקלט, ס'פשוט אזוי, די הצלחת המין איז ווען מען שפייט אויס מיליאנען, אזוי וועט לפחות עפעס בלייבן.

ממילא אזוי אויך דא, מען "ווידמעט" זיך (אזוי האט מען רבי געטייטשט "וישרצו") וויפיל סלאזט זיך האט מען מער טשאנסן אז עס זאל בלייבן א שם ושארית. די מילאנען וואס וועלן אוועקפאלן מחמת עניות ודוחק איז א חלק בלתי נמנע פון די סטראגעל פאר סורווייוועל.
נעקסטיים כאפ דארווינ'ן ביים לאנגן בארד, אחזתיו ולא ארפנו, ביז ער וועט באשטעטיגן עם מי הצדק.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:44 am#147248
ממרום שלח אש האט געשריבן:די מוראשקע משל באשטעטיגט דאך מיין טענה, מען פרו ורבו'ט אז ס'רינט פון אלע זייטן, מיליאנען מוראשקעס ווערן געהרג'ט יעדן טאג לעומת עטליכע וואל פישן, אבער זיי זענען נאך אלץ עד אין שיעור וערך מער און נומערן...


דער חילוק איז נאר אז דער מוראשקע לעבט אויף א ברעקל און וועגן דעם איז דאס פרו ורבו עקספלאזאציע נישט אזא גרויסע פראבלעם פאר זיין יקום, משא"כ דער מענטש וואס עסט כמעט ווי א דיינעסאר און פארניצט אזויפיל ווי א וואלפיש און ער פרו ורבו'ט 'לייק זער איז נאו טאמאררא' אויף א פארנעם וואס דער איקו סיסטעם פארנעמט נישט דענסמאל איז א גרויסער פראבלעם, והעקסטינקשין פון די דיינעסארס און זייער קאזינסס, און די כמעט-עקסטינקשין פון די בלויע וואל פיש יוכיח.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:52 am#147249
בענזשאמין, פאסט נישט, די דיינעסאורס זענען געדאנגען כדרך כל הארץ צוליב א זייטיגע דיזעסטער, א אסטרואיד צו א קאמעט וואס האט געלאנדעט אין מעקסיקא מיט א אומגעהויערע קראפט האט זיי אומגעברענגט.

עס איז איינס פון די מערסטע באקאנטע געאלאגישע געשעענישן אין די היסטאריע.

אדרבא, ווען נישט די אסטרואיד וואלטן זיי נאך היינט געקעניגט, זיי זענען געווען זייער סוקסעספול, און מען האט זיך תמיד געבראכן קאפ וויאזוי ס'מעגליך אז זיי זענען געווארן פארניכטעט.

m http://www.pbs.org/wgbh/evolution/extin ... eroid.html m

די בלויע וואל פיש איז וועגן מענטשן פאנגן צופיל, מען קען זיך נישט ברענגען קיין ראיה פון מענטשן, ווען נישט געזעצן וואס צוימען הרגנען און פאנגען, וואלטן רוב גרויסע באשעפענישן ספישיס שוין געווען פארניכטעט.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 12:56 am#147251
איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 1:02 am#147252
בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:32 am#147281
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

דוכט זיך אז די קעלט איז געקומען צוליב די פארטיקעלס וואס די אסטרויד האט אויסגעשפרייט אינעם אטמאספערע.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:47 pm#147863
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 3:21 am#148192
הקטן האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בכל אופן איז בעצם נישט דאס געווען מיין כוונת האשכול, איך בין זיך נישט געקומען זארגן דא פארן וועלטס איקא סיסטעם מכח א געמיינדע פון חסידישע אידן אין ברוקלין, מיר האלטן נאך א ווייטען מהלך אז מיר זאלן שטעלן דאס גאנצן איקא סיסטעם אונטער א געפאר, (סוועט מסתמא געשעהן פארדעם דורך די מוסלעמענע) איך האב געניצט דעם משל אז אונזער אייגן היימישע איקא סיסטעם איז אונטער געפאר, ווען עס שפראצן טויזענעטע משפחות טעגליך אן קיין שום פלאן פון דירות פרנסות וכו', אפשר וועל איך איין מוצאי שבת אפשרייבן דעם נמשל אויפן משל.

רבותי, נעמט ענק צו פראדאקשען פאל פארס!
בענדזי זעהט פאר א ערנסטע מאנגל און קאנטראקטערס, פלאמבערס, ארכיטעקטען און סתם עסקנים וואס זאלן אהער שטעלען נייע געגענטער א וואו צו וואוינען. אויך פעלט אויס נאך סוחרים און נאך קונים ASAP פשוט סזאל זיין פרנסות.
רייסט איין ביי שנפרה ונרבה כדגים!

וואס טראכט איר גייט געשען אויב מען נעמט די איצטיגע "אייגן היימישע איקא סיסטעם" און מען ציברעכט דאס אויף העלפט אדער מען דאפעלט דאס X 10 איז דאס מער אדער ווייניגער סכנה?

רבותי. וואס איז דא צו טענה'ן. ווילאנג דער פעטער זאל זיין געזונט (יר"ה) שיקט טשעקס איז נישט דא וואס צו דאגה'ן. כ'האב ערגעץ געליינט אז ס'א מזל אז ס'נישט געווען קמפיוטערס 150 יאר צוריק. אויב יא. וואלטן זיי פאראויסגעזאגט אז אין יאר 2014 וועט זיין אזויפיל מיסט פון פערד אז מ'וועט נישט קענען גיין אין די גאסן.
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:02 pm#445583
שנפרה ונרבה כדגים?
איך גלייב אז וואס בענדזשאמין פרענקלין וויל בעיקר ארויסברענגען איז דאס בּיהעיוויארעל סינק אפעקט/פענאמענאן (טאקע בתוך די סוגיא פון אָווערפּאַפּוּלעישאן). דהיינו, דער עטאלאגיסט דר. דזשאן קעלהוּן האט עקספערעמענטירט מיט בע״ח און געוואוזען אז ווען א סאסייעטי ווערט שטארק קראַוּדעד אין מקום, צופאלט דאס סאציאלע ארדער מיט (צומאל) גאר הארבע קאנסעקווענצן. און דאס איז אפילו ווען עס איז נישטא קיין פראבלעם אין ריסאָרסעס [עסן, טרינקען, חיות/שכנים טורפות וכדומה]. (הגם ער האט גע׳טענה׳ט אז די זעלבע/ענליכע אפעקט איז דא ביי מענטשן, איז עס אבער נישט אזוי זיכער.)

דאס קען ספעציעל נוגע זיין צום חרדי׳שן לעבנסשטייגער. ווי ערווענט קען מען טענה׳ן אז דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי אויסגעשטעלט אז אירע מעמבערס האבן א שווערערע צייט זיך ארויסצוזעהן פון די קראַוּדינג, מכח די אינפראַסטראָקטוּר וכו׳. נאך מער, וויבאלד דאס חרדי׳שע לעבנסשטייגער איז אזוי מיוסד אויף סאציאלע קאָנפאָרמיטי והמסתעף, איז לכאורה עני סאציאלע דיִווענסי א גרעסערע סכנה פאר איר סאציאלע פאבריק. ואם כנים אנחנו בזה קומט אויס אז ס׳איז איראניש אז חרדיזם׳ס סאציאלע נאָרם (און פרעשור) אויף צו געבוירן מער קינדער וממילא צו פארמערן איר פאפולאציע (אין א מער דענס ענווייראמענט וכנ״ל), קען צוגעבן צו דאס דיקאנסטראקשן פון איר סאציאלע ארדער וכו׳.

l viewtopic.php?f=19&t=2879 l
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:08 pm#445585
נולד מאוחר האט געשריבן:די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.
מיטוואך אפריל 08, 2020 4:23 am#445613
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האב פאר דיר נייעס ממרום איינע פון די טעאריעס איז, אז עס איז געווארן א שטיקל צייט זייער קאלט און עס איז נישט געוואקסען גענוג עסן פאר די גרויסע בייכער זייערע, משא"כ אסאך אנדערע קלענערע ספישיס האבן האבן יא איבערגעלעבט. (וואס בלייבט שווער לויט די אסטרויד טעאריע).

בענדזשאמין האט א פוינט
דר האט איר אן אויסצוג;
Researchers believe that the fast rates of recovery in mammals were due to their small size. After the asteroid hit earth, many plants and animals would have died, leaving behind insects that could feed off the dead plants and carcasses. Only small animals like mammals could have survived by feeding on the insects. It is estimated that the largest land-dwelling animals after the impact event would have been no bigger than a cat.

m https://www.google.com/amp/s/www.thereg ... id_impact/ m
מיטוואך אפריל 08, 2020 8:35 am#445615
שנפרה ונרבה כדגים?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:די אויבער חכמים זארגן זיך נישט פארן ביג פיקטשער, נאר פאר זייער אייגנעם באקוועמליךקייט.

די ביג פיקטשער איז נישט מער ווי א צאמשטעל פון אלע פריוואטע מענטשן צוזאמען, אז פאר יעדעם פריוואט איז גוט איז אויטאמאטיש אויך גוט פאר די ביג פיקטשער.
דאס גייט לכאורה מיט א רידאָקשיניסט מהלך אן כולל זיין עמערדזשענטיזם [אז די גאנצע קען זיין ״מער ווי די סומע״ פון אירע באשטיינדלען].
זונטאג אפריל 26, 2020 1:04 am#446720
שנפרה ונרבה כדגים?
IMG_6825.jpg

כ׳האב מיך דערמאנט אז מיין ביאלאגיע טעקסטבוך נוצט טאקע א בילד פון א דג ביים גראפיש מסביר זיין די קאנצעפט פון קעריאינג קעפּעסיטי (וואס ATUB @בענדזשאמין פרענקלין ATUB רירט אן) ווען די פאפולאציע קומט אן צו די ענווייראמענטעל לימיט/רעזיסטענס, און די פאפולאציע (דארט) בלייבט אין א סיניוּסוֺידעל (ע״ש/עפ״י די סיין/קאָסיין פאָנקשען, ועיין כאן) סטאבילע עקוויליבּריוּם.
פרייטאג מאי 08, 2020 4:03 pm#448158
שנפרה ונרבה כדגים?
אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום פּאראדאקס פון ענריטשמענט אין ביאלאגיע. דאס לויטעט אז אויב לייגט מען אריין גאר אסאך עסן אין אן עקאָסיסטעם פאר די טורפים קען דאס עווענטועל האבן אן אומגינסטיגן אפעקט און דיסטעיבּאלייזן זייער פאפולאציע [עס ווערט צו גרויס וכו׳].

‏עס איז אויך באקאנט די דעמאגראפיק-עקאנאמיק פּאראדאקס, וואס ווי ארומער א דעמאגראפיק איז אלס מער קינדער האבן זיי. וע״ע מזה באשכול זו.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:59 pm#536014
טמיר האט געשריבן: .

כ'האב אמאל גערעדט מיט א (קלוגע) דיין דערוועגן, און אלץ וואס ער האט געקענט זאגן בנוגע השקפה איז אז די גדול"י פון די פריערדיגע דור זענען געווען קעגן דעם
וואס איז מיט גם בערב אל תנח ידיך? ס'איז נישט קיין חיוב ממש, אבער די השקפה פון האבען וואס מער קינדער קומט פון חז"ל, ס'איז נישט פריש געבאקען.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:50 pm#536020
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
ס'איז אזוי ווי אסאך שיינע זאכן וואס עס שטייט אין חז"ל וואס מ'קען טון. ס'מיינט נישט אז מ'דארף מקריב זיין די לעבן פאר דעם.

ס'שטייט שיינע זאכן אויף ביקור חולים. אויף נאך אסאך זאכן. עז ע מעטטער אף פעקט, די גאנצע זאך איז איין פארווע מאמר חז"ל, און דער צייט וואס אויף אנדערע ענינים וואס מען איז נישט מקריב קיין פרעקשען פאר, שטייט סאך מער און שטערקער

לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:48 pm#536169
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:כ'האב אמאל גערעדט מיט א (קלוגע) דיין דערוועגן, און אלץ וואס ער האט געקענט זאגן בנוגע השקפה איז אז די גדול"י פון די פריערדיגע דור זענען געווען קעגן דעם
די עצם משוגעת אז די השקפה (worldview) פון א בשר ודם איז מחייב איינעם אויסער איהם אליין איז דאך אויך נאר ווייל דאס איז געוועהן די worldview פון די גדול"י פונעם פריערדיגן דור (כ'מיין ווען איך בין ווען פון די גדולים וואלט איך אויך געהאלטן אז מיין worldview איז יעדעם מחייב), איז כל זה אכניס בהמשוגעת.
אויב דו גלייבסט אז דער מענטש געקרוינט אלץ גדול איז סך הכל א כאריזמאטישע פיגור וואס לייגט ארויף זיין דעת אויפן ציבור ביזטו לכאורה גערעכט, אבער אויב גלייבסטו אז זיין מיינונג טוט נאר אויסקלארן וואס די דעת תורה איז, דארפסטו קודם אפמאכן אז די תורה מיינט נישט דיר, עס צו קענען איגנארירן.


איז שוין דא א פלאץ אדער צייט אין היסטאריע ווי די טעאריע האט זיך אויסגעשפיעלט במציאות? אויף human's?
אוודאי איז שוין געווען הונגער יארן אין אסאך לענדער אין די וועלט און מ'קען אלץ מאכן דעם חשבון אז ווען ווייניגער מענטשען וואלטן דארט געוואוינט וואלטן זיי יא געהאט פון ווי צו ציען חיונה. אבער בדרך כלל פארמאגן מענטשען שכל (עט ליעסט ווי בעלי חיים) אז ס'אעז ביש ליה בהאי מתא גייט מען צו א צווייטע שטאט.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:38 pm#536176
אָהּ. מאכסטו דא א נייע טענה (בלא זה צי מ׳דארף לפי״ז זיך נעמען דאס אייגן לעבן, אדער יענעם׳ס לעבן, איינמאל מ׳איז שוין למעשה יא דא), איבער׳ן מאכן א חשבון אין דעם פון רעכענען הפסד נגד שכר. נו, קען מען דאן רואיג טענה׳ן אז ממבט העולם דארפסטו פונקט אזוי ארייננעמען בחשבון דאס געבוירן רשעים וכסילים וואס זענען רע להן ורע לעולם. עס ווערט דאן א נאָמבּערס געים פון וועלכע ס׳איז מער דא ועלול להיות, חכמים וצדיקים או כסילים ורשעים. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען פונקט אזוי דערקעגן טענה׳ן פון ״נישט געבוירן דעם נעקסטן היטלער״ צי ווער (געדענק אז יצר לב האדם רע מנעוריו). ואולי איז אבער דאס אז על הכלל ווערט די מענטשהייט מער נתפתח בדעת ובמאראל, וואס איז דאך א דאנק די חכמים, טאקע א ראיה לשיטתך אז די מעלת החכמים פאר'ן מענטשהייט איז אָלטימעטלי מער ווי די חסרון וואס די כסילים והרשעים ברענגען צום מענטשהייט. אבער, כמובן, דארפסטו דאן לכאורה מודה זיין אז די וועלט ווערט טאקע בעסער, און נישט אז עס איז יורד על הכלל כולו. (אחוץ טאמער זאגט מען אז בהעבר ווען די דורות וחכמיהם זענען געווען בעסער, איז די וואוקס פון די התפתחות במעלה מחמתם געווען גרעסער, משא"כ ווי שפעטער איז עס אלס א קלענערע וואוקס במעלה; אבער פארט מער ווי די חסרון מחמת הכסילים והרשעים.)

וממבט האדם עצמו לוינט זיך עס אים דען יא צו ווערן געבוירן, ווייל די טוב פאר אים בזה איז מער ווי די רע? ל״ד, ובאנו בכלל צום פראבלעם פון שלעכטס, ומה שחלק הרמב"ם על אַל-ראַזי בזה במו"נ ח"ג פי"ב ע"ש. והוא כעין המהרש״א הידוע בסוף מכות כג: אודות הגמרא בעירובין יג: בנוגע הטעם והא "דנמנו וגמרו" דנוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, דהאדם קרוב להפסד ורחוק מן השכר ע״ש.

איך ווייס אויך וואס די גמרא זאגט בברכות י. לגבי חזקיהו המלך און זיין דארפן האבן רבשקה און מנשה, הגם ער האט געוואוסט מעיקרא אז זיי גייען (רוב זיכער) זיין רשעים, וויבאלד בהדי כבשי דרחמנא למה לך ע״ש. אבער גיי זאג דאס פאר אלע אומשולדיגע הרוגים פון מנשה המלך, (מלכים ב כא טז) וגם דם נקי שפך מנשה הרבה מאד עד אשר מלא את ירושלים פה לפה (ועיין בסנהדרין קג: די״א דקאי אהא שהרג ישעיה הנביא זקינו כמבואר ביבמות מט:, טאקע דער וועלכער האט געזאגט פאר חזקיהו אין דעם די ״בהדי כבשי וכו׳״, אבער לכאורה אין מקרא יוצא מידי פשוטו).

ובנוגע מאדעלן די קעריאינג קעפּסעסיטי וכו' פאר מענטשן, איז דאס טאקע שווערער מכח כמה פאקטארן; לדוגמא פון דאס נישט האבן א סטאבילע פערטיליטי ראטע על הכלל כולו פאר מענטשן, און די קאמפּלעקסיטי וואס איז סתם אזוי דא ביי מענטשליכע בּיהעיוויארס ביחס צו די פון בע״ח, וכדומה. און מ׳זעהט דאך טאקע אז ארימע פעלקער האבן מער קינדער און א העכערע פערטיליטי ראטע ווי רייכע פעלקער. הגם דאס האט מער צו טוהן מיט דעם אז זיי גייען דורך די שטאפלען פון דעמאגרעפיק טרענזישאן, וואו די טויט-ראטע, וואס איז מעיקרא געווען הויך, וואס דעריבער ברענגט דאס א הויכע געבורט-ראטע דאס משלים צו זיין, טוהט פאלן מכח טעכנאלאגיע וכו׳, און די געבורט-ראטע איז נאך נישט געפאלן מיט דעם; די שטאפל איז די דעמאגרעפיק טרעפּ. הגם, דאס איז א מאדעל און זאגט נישט ממש פאר.
IMG_5924.jpeg
די קעריאינג קעפּסעסיטי עפעקט זעהט מען דורכאויס היסטאריע. הגם, ווי דו דערמאנסט, איז עס מער בנוגע עמיגרעישאן צו א צווייטן מקום, וואס די מענטשהייט האט דאך כובש געווען העולם און זיין העבּיטעט קען בעצם זיין וואו אימער איבער כמעט דאס גאנצע פּלאנעט, און ל״ד אלעמאל מיט האבן ווייניגער קינדער אדער מער טויט. וממילא ווערט יעצט די שאלה איבערן קעריאינג קעפּסעסיטי פונעם גאנצן פלאנעט בכלל פאר דאס מין האדם. ועיין באשכול זו.

ייש״כ פאר די קאמפּלימענט.
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:21 pm#536379
איך בין פון נאטור אויס זייער א פשוטע מענטש, א יעדע זאך וואס איז קאמפליצירט פראביר איך צו איבערארבעטן עס צו מאכן פשוט און קענען אריינשטופן אין א קורצע זאץ. ס'מיינט נישט אז איך פארנעם נישט קיין קאמפליצירטע חשבונות, נאר פשוט אז די וועג וויאזוי איך פעקעדזש עס אין מיין מוח איז אויף די קורצסטע וועג מעגליך (בדרך כלל).

ס'קוקט אויס ווי

מיין ארגומענט אין סימפל טערמס איז, אז איך זיך די proof אויף די טעאריע פון דעם פותח האשכול מיט זיין משל מיט די פיש.

דאס וואס דו ברענגסט פון ארימערע פעלקער מיט די געבורט-טויט ראטע, דאס האט לכאורה מער שייכות מיט קולטור אז ביי די פרימיטיווע אומות איז מען מער עוסק מיט דעם לשבת יצרה ווי אין די מאדערנע געזעלשאפטן ווי "מאכן א לעבן" אדער סתם אזוי א מאטיריעליסטישע לייפסטייל איז מער אויפן סדר היום ווי איידער צו געבורן/אויפציען קינדער.

פון א אידישען פערספעקטיוו איז לכאורה נישט קיין ספק אז געבורן קינדער איז דאס וואס אידישקייט פארלאגנט, ולערב אל תנח ידיך. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דעם טוב לו שלא נברא בהדי כבשי דרחמנא למה לך.
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:13 pm#536384
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
יעקב מענטש האט געשריבן:
פון א אידישען פערספעקטיוו איז לכאורה נישט קיין ספק אז געבורן קינדער איז דאס וואס אידישקייט פארלאגנט, ולערב אל תנח ידיך. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דעם טוב לו שלא נברא בהדי כבשי דרחמנא למה לך.
פארוואס ביזטו קלאר בלי ספק אז אידישקייט פארלאנגט בעביס אינדערויסן פון די חיוב פון פרו ורבו? אלס וועגן דעם שיינעם ענין ולערב אל תנח ידיך? ווייסט וואספארא גרויסע ענינים עס שטייט אויף ביקור חולים? ווען האסטו דאס לעצטע מאל מקיים געווען?

כמדומה אז ס'איז א געפילישע זאך, נישט לאגיש. כ'וואנדער זיך פארוואס


געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:17 pm#536385
טמיר האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
פון א אידישען פערספעקטיוו איז לכאורה נישט קיין ספק אז געבורן קינדער איז דאס וואס אידישקייט פארלאגנט, ולערב אל תנח ידיך. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דעם טוב לו שלא נברא בהדי כבשי דרחמנא למה לך.
פארוואס ביזטו קלאר בלי ספק אז אידישקייט פארלאנגט בעביס אינדערויסן פון די חיוב פון פרו ורבו? אלס וועגן דעם שיינעם ענין ולערב אל תנח ידיך? ווייסט וואספארא גרויסע ענינים עס שטייט אויף ביקור חולים? ווען האסטו דאס לעצטע מאל מקיים געווען?

כמדומה אז ס'איז א געפילישע זאך, נישט לאגיש. כ'וואנדער זיך פארוואס


געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25

איך פארשטיי נישט דיין ארגומענט, אויב איך בין נכשל בלשון הרע איז די עוולה קלענער? ס'ווערט א קלענער אישו?
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:45 pm#536391
וואס איך מיין צו זאגן איז אז יעדער פארשטייט אז אסאך שיינע מצוות און ענינים איז מהיכי תיתי; אז דו האסט צייט און כח פארוואס נישט. פארוואס פונקט פון דעם ענין פון ולערב מאכסטו א גאנצע בראטל, כאילו אז די גאנצע לעבן דארף זיך דרייען ארום דעם?

אויב דו האסט א גרויסע פאמיליע ווייסטו מסתם, אז דאס מיינט בעיסעקלי אוועקגעגעבן ס'רוב פונעם לעבן פאר דעי שיינע ענין.

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:52 pm#536392
Re: שנפרה ונרבה כדגים?
לדוגמא, אויף די מצוה פון לימוד התורה שטייט טויזענט מאל מער מאמרים און הפלגות אויף די וויכטיקייט. מהיכי תיתי איך זאל אויפגעבן אויף תורה אויף צו מקיים זיין ולערב? איי ווען איז געזאגט געווארן ולערב? פאר איינער וואס קען נישט לערנען.

דו ביזט שוין געפראוגרעמט אז דעי ולערב איז עפעס א יסוד היסודות ממילא וועסטו גלייך ענטפערן מיט לומדות. טו דיך אהן אנדערע גלעזער.

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:56 pm#536393
יעקב מענטש האט געשריבן:מיין ארגומענט אין סימפל טערמס איז, אז איך זיך די proof אויף די טעאריע פון דעם פותח האשכול מיט זיין משל מיט די פיש.

דאס וואס דו ברענגסט פון ארימערע פעלקער מיט די געבורט-טויט ראטע, דאס האט לכאורה מער שייכות מיט קולטור אז ביי די פרימיטיווע אומות איז מען מער עוסק מיט דעם לשבת יצרה ווי אין די מאדערנע געזעלשאפטן ווי "מאכן א לעבן" אדער סתם אזוי א מאטיריעליסטישע לייפסטייל איז מער אויפן סדר היום ווי איידער צו געבורן/אויפציען קינדער.
איך און דו זענען ביידע מודה אז עס מאכט זיך ביי מענטשן אויך, נאר דארט איז מער מצוי אז מ'זאל עמיגרעיטן ווי איידער סתם שטארבן (עיין לדוגמא די קארטאפל הונגער אין איירלאנד פון 1845-1849, וואס האט טאקע אראפגעברענגט דעם קעריאינג קעפּעסיטי פון יענעם ענווייראמענט און טאקע געהאט דעם עפעקט.) און אז מ'טראכט אריין, איז דאך אט דאס די געדאנק פון א "רעב" ל"ע - אז די עסן פון די ענווייראמענט קען נישט סאָפּאָרטן די כמות פון מענטשן דארט. ווען עס וואלטן געווען אסאך אסאך ווייניגער מענטשן דארט, וואלט טאקע נישט געווען קיין "רעב" ("רעב" מיינט נישט דייקא אז עס איז נישטא קיין שום עסן, נאר גאר ווייניג לפי הכמות וואס איז מייקר השער). זענען דען מענטשן נישט געשטארבן פון הונגער יארן דורכאויס היסטאריע? ודון מינה אויף וואו, מחמת ריבוי העם, וואקסט מען אויס דאס וואס די ענווייראמענט קען צושטעלן - א הונגער וואס מ'ברענגט זיך אליינס אָן.

ואגב, מ'טרעפט אפילו אין הלכה (או"ח סימן רמ סעיף יב וסימן תרעד סעיף ד) דעם געדאנק אז אין אזא פאל פון רעב וכדומה, זאל מען זיך טאקע מונע זיין פון תשמיש ולהביא עוד ילדים להעולם ע"ש.

דאס וואס איך האב געברענגט פון די געבורט-ראטע ביי רייכע פעלקער לעומת די ארימע, איז געווען אלס א ראיה לצדך טאקע: אז מ'זעהט נישט דייקא אז וואו עס איז דא מער ארימקייט זאל מען דייקא האבן ווייניגער קינדער. הגם, אז, כדכתבתי, קען דאס זיין מער וויבאלד זיי האבן דאס געטוהן צו ערגענצן די הויכע טויט-ראטע וואס זיי האבן אויך געהאט מעיקרא.
יעקב מענטש האט געשריבן:פון א אידישען פערספעקטיוו איז לכאורה נישט קיין ספק אז געבוירן קינדער איז דאס וואס אידישקייט פארלאגנט, ולערב אל תנח ידיך. ס'האט נישט קיין שייכות מיט דעם טוב לו שלא נברא בהדי כבשי דרחמנא למה לך.
ס'האט לכאורה יא א שייכות, ווייל אויב נישט פארוואס האט ישעיהו הנביא דאס גע'ענטפערט פאר חזקיהו און נישט "דאס איז וואס אידישקייט/תורה פארלאגנט". וואס דו קענסט זאגן איז אז הוא הוא:
"בהדי כבשי דרחמנא למה לך = דאס איז וואס אידישקייט/תורה פארלאגנט"
מיינענדיג, אז ווען מ'ווייסט/חשבונ'ט אז דאס איז לכאורה נישט גוט פאר'ן יקום, צי ווייל זיי גייען זיין רוצחים צי אלס סתם אָווערפּאַפּולעישאן (מיט דאס וואס דאס ברענגט כנ"ל) צי אלס נוח לו שלא נברא, איז אבער דאס דאך וואס די תורה פארלאנגט - כעין א גזירת הכתוב. אבער לאגיש איז דאס נישט (עכ"פ ביי מער ווי צוויי, וואס איז אויף אָנצוהאלטן די סטעבּיליטי און ריפּלעיסן אז עס זאל נישט פאלן, טאמער איז עס שוין סטאביל).
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:10 pm#536394
איך פראביר שוין לאנג פארשטיין וואס איז די געדאנק פון פרו ורבו'ן און ''אוועקשטעלן דורות'', וואס די דורות גייען אויך ווידמען זייער גאנצע לעבן ''אוועקצושטעלן דורות'' וחוזר חלילה. ווען גייט שוין אנקומען די ענדגילטיגע דור וואס פאר אים האט מען זיך אזוי געפלאגט?
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:40 pm#536432
שאלתיאל האט געשריבן:איך פראביר שוין לאנג פארשטיין וואס איז די געדאנק פון פרו ורבו'ן און ''אוועקשטעלן דורות'', וואס די דורות גייען אויך ווידמען זייער גאנצע לעבן ''אוועקצושטעלן דורות'' וחוזר חלילה. ווען גייט שוין אנקומען די ענדגילטיגע דור וואס פאר אים האט מען זיך אזוי געפלאגט?
וואס פאלט דיר איין אז עס מוז זיין א ענדגילטיגע דור?
אז אלע דורות ארבעטן שווער צו פארדינען געלט ווארטסטו אויך צו זעהן ווען וועט שוין קומען "דער דור" פאר וועמען אלע האבן זיך געפלאגט? (כמאמר הידוע)
יעדער איז א חלק פונעם "דזשורני". יעדער ארבעט און לעבט פאר זיך. און מען ברענגט אראפ נאך דורות וואס וועלן ארבעטן פאר זיך, די סיבה מיר ברענגען זיי אראפ איז פשוט כדי די פאפולאציע זאל זיך נישט ענדיגן.