איך האב געטראכט אז מ׳קען אריינלערנען דא אזוי:
אין טריגאנאמעטרי [שילוש] איז באקאנט די
סיין (פאָנקשין). דאס איז אז איך באטראכט די רעישיאו פון אן ענגעל מיט א געוויסע דעגרי, אין די קאנטעקסט פון א
רייט טרייענגעל [וואו צוויי פון די זייטן זענען פונקטליך פּערפּענדיקיולער איינע צום צווייטן], די לענג פון די זייט
קעגן איבער יענע
[עקיוּט] ענגעל איבער די היפּאַטענוּס [די אלכסון פונ׳ם (רייט) טרייענגעל].
יעצט אין דעם איז דא די
געזעץ פון סיינס. דאס לויטעט אז די רעישיאו פון די סיין פון אן ענגעל צו די לענג פון די זייט פון די טרייענגעל קעגן איבער די ענגעל, וועט זיין די זעלבע דורכאויס די גאנצע טרייענגעל פאר
אלע ענגעלס דערינען; די רעישיאו פון
עני ענגעל׳ס סיין מיט איר קעגנאיבער׳דיגע לענג פון די זייט וועט זיין די זעלבע צו די אנדערע ענגעל סיין מיט
איר קעגנאיבער׳דיגע לענג פון די זייט, נישט קיין חילוק מיט וועלכע ענגעל איך רעכען דאס.
יעצט, ווי ערווענט
דא האט דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג אוועקגעשטעלט די ענין פון ״
ג-ט״, ״
מענטש״, און ״
וועלט״ אלס דריי פונקטן פון א טרייענגעל, און זייער אינטערעקשאנס אין אן אנדערע טרייענגעל וואס צוזאמען ווערט דאס א מגן דוד כזה:
![IMG_6782.png]()
- IMG_6782.png (10.67 KiB) געזען געווארן 3419 מאל
יעצט, ATUB @אבטולמוס ATUB הייבט אן אין זיין שילוש פון געזאנג אז ס׳דא
געזאנג,
ריטועל, און
טריץ. מ׳קען דאס אפשר מקשר זיין מיט ראזענצווייג׳ס שילוש אז:
ריטועל = די רילעישענשיפ צווישן ״
מענטש״ און ״
ג-ט״/״
ג-ט״ און ״
מענטש״ [״
נבואה״].
געזאנג = די רילעישענשיפ צווישן ״
מענטש״ און ״
וועלט״ [״
גאולה״].
טריץ = די רילעישענשיפ צווישן ״
ג-ט״ און ״
וועלט״ [״
בריאה״]. דאס איז ווייל אונז קענען מיר דאס נישט משיג זיין געהעריג [על הכלל] און עס זעהט אונז אויס צומאל ווי שלעכט וכו׳ (דער פייטן, ATUB @אבטולמוס ATUB , דערמאנט טאקע די ענין פון שיקזאל/מזל).
אין די ענין פון ראזענצווייג׳ס צוויי טרייענגעלס זעה׳מיר אז ס׳איז דא א זה לעומת זה. דהיינו, אז אפילו ביי די רילעישענשיפ פון ״
ג-ט״ און ״
וועלט״ [״
בריאה״], וואס איז אונז (ווי נישט) די מערסטע אומפארשטענדליך, איז דאס קעגן וכנגד די אינדיווידואלע מענטש אויך.
(וכן אולי אפשר לומר על השאר ג״כ).דאס גייט אין צוזאמענהאנג מיט׳ן פריער-דערמאנטן
געזעץ פון סיינס, והיינו הגעזעץ פון שילוש האמור בכותרת הפאעזיע - אז די סיין פונ׳ם ענגעל איז אלס מקושר צום זייט שכנגדה וכנ״ל.
זאת ועוד, אויב האט מען די לענג פון צוויי זייטן און די סיין פון איין ענגעל כנגד איינע פון די זייטן קען ארויסקומען נוצנ׳דיג די געזעץ אז ס׳קען זיין פון צוויי אנדערע טרייענגעלס און ביידע גיבן די ריכטיגע סאלושענס; די
עמבּיגיוּעס קעיס (דאס גייט אויך אן ביי די געזעץ פון קוֺיסיינס). ולפי דרכינו אז די ענין פון די שילוש דא קען מרמז זיין צו הנהגת הבורא להעולם וביחס לאדם הפרטי וככל הנ״ל, איז דאס אויך מרמז צו דעם אז אין דעם קען זיין אז ס׳איז אי אפשר להעמיד הענין על בוריו ודוק.
ובסתם, כידוע איז די מאטעמאטישע נוֺיטעישען פונ׳ם סיין sin. דאס קען ווייטער מרמז זיין צו די עצם טעמע פונ׳ם פאעזיע, אז מ׳פארשטייט נישט קיין מיטלוועג צווישן א מצוה און ״א נ׳עבירה״.נאכמער, ראזענצווייג האט אויך
געהאלטן אז מוזיק/נגינה איז מקושר צו ״זמן״ ווי איידער ״מקום״. יעצט, די גמרא (חגיגה טו.) דרש׳נט אויף די פסוק (קהלת ז יד) גם את זה לעומת זה עשה האלקים, אז דאס איז מרמז צו דעם אז הקב״ה האט באשאפן בהעולם מקומות איינס לעומת דאס אנדערע [הרים נגד גבעות וכו׳] ע״ש. יעצט, וויבאלד מוזיק איז דאך כנגד ״זמן״ ווי איידער ״מקום״, וואונדערט זיך דא דער שואל אינ׳ם פיוט אז אונז טרעפן מיר מעיקרא דאס ענין פון ״זה לעומת זה״, וואס דאס איז
(אויך) ביים ענין פון די דערמאנטע שילוש וככל הנ״ל, ביי ״מקום״ (וכהגמרא בחגיגה) און נישט ביי ״זמן״ וואס נגינה איז כנגדה.
אפילו שיחת ״חולין״ [בענין ״חול״ בין מצוה לעבירה] צריכה לימוד...