פרייטאג אקטאבער 04, 2019 3:34 pm#437007
Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
וואס מען דארף קלאר מאכן וועגן דעם "מגן דוד", אמת ס'איז אמאל געווען א פארהייליגטע סימבאל אין כלל ישראל בכל הדורות, אבער צדיקים האבן אויף דעם געזאגט, אז איינמאל די ציונים און פורקי עול האבן דאס אויסגעקליבן פאר זייער סמל הטמאה, איז שוין נישטא אין דעם קיין קדושה, ווייל די סט"א האט דאס פארכאפט. דאס האט נישט מיט סאטמאר צוטון, דאס איז אן אנגענומענע זאך ביי די היימישע ערליכע קרייזן.
מען פארציילט אויפן ערשטן באבובער רב זצוק"ל, אז בשעת דער תנועה הציונות האט זיך געגרינדעט, און זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם מגן דוד אלץ זייער פאן טרעגער, האט הרה"ק מבאבוב געהייסן גיין אין ביהמ"ד און אראפרייסן דעם מגן דוד פון ארון קודש! זאגנדיג אז אויב די רשעים האבן דאס גענומען פאר זייער ע"ז האט עס מיט אונז נישט קיין שייכות! אפילו ביז יעצט איז עס געווען אין אלע שולן פארהייליגט, איז עס פארכאפט געווארן צום צד הטומאה, ונשתנו העיתים.
מען זעהט דעם מושג ביי אנדערע ענינים אויך, למשל ס'איז געווען א ניגון וואס הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד האט געהאט מחבר געווען, און יעדער פארשטייט אז די ניגונים זענען נתחבר געווארן בקדושה וטהרה, אבער ווען מען האט אים געזאגט אז דער פוילישער ארמיי האט גענומען די תנועה פאר זייער אנטע"ם, האט דער קדו"צ תיכף ומיד געהייסן אז מען זאל מער נישט זינגען דעם ניגון, ווייל אויב די טומאה האט עפעס א שייכות מיט דעם, איז דאס מער נישט ביי אונז. זעהט מען אז אפילו א זאך וואס איז געווען הייליג, קען מיט דער צייט ווערן פארמיאו'סט אויב די כוחות הטומאה האבן דאס גענומען צו זיך.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk