פארומס › 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?

'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?

137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #472
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:26 am#7868
דאכט זיך, אז דאס וואס א בחור'ל האט אן שכל געוואלט מאכן א פייער אין 2011 האט מען אין סאטמאר אלע יארן פון איר עקסזיסטענץ געטון מיט מחשבה תחילה און מיט די גוטהייסונג פון די פירער.
און דאס געשלעג קומט פון זיי, און די מושג פון פראסקענען קומט פון זיי.

אויסער דעם וואס אלעמאל איז געווען געשלעגן צווישן חסידות אין גרויסן, איז די פרייז פאר חוצפה פון א יחיד געווען טויט בלי רחמנות. אויכעט נישט קיין נייע זאך, און מ'זעט וואס איז תדיר ושאינו תדיר.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:55 am#7884
בקיצור מנשה, דו קעקצט אונטער און דו קענסט מיר נישט מסביר זיין וואס דרך הבעש"ט איז, דו ווייסט נאר אזויפיל אז כח און דרך איז איינס און פערטיג.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:47 pm#8004
דו האסט לדעתי צוויי טעותים, איינס אז איך גיי דיר מסביר זיין און אז איך האב אפילו פראבירט מסביר זיין פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה.
צווייטע טעות, אז איך בין עפעס דא דיר און דיין גלייכן מצער זיין בדברים, בכלל נישט, איך שפיר זיך פריי צו זאגן מיין מיינונג, ווען כ'זאל עס שרייבן אין איי וועלט וואלט עס נישט מאריך ימים געווען.

קען זיין ס'נישטא קיין טעותים, פשוט דו מוזט עפעס ענטפערן, אויב שוין ענטפערן, קלער אריין און שעם זיך נישט צו זאגן וואס איז אמת און וואס נישט, ווייל קען זיין אז איך בין מיך מיט געוויסע פרטים טועה, אבער דו רעדסט דאך נישט, נאר שיסט טישאס..
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:17 pm#8009
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה

די סאטמארע אידן זענען כופרים? זענען נישט קיין מאמינים בה'? נאר סקווירא אידן האבן אמונה?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:20 pm#8010
עכ"פ מנשה ווייסט נאר אז דרך הבעש"ט איז נישט נשתכח געווארן, און אז דרך הבעש"ט און כח הבעש"ט איז איינס, אבער מסביר זיין ספעציפיש פונקטליך וואס דרך הבעש"ט איז קען ער נישט.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:24 pm#8012
איך וויל אנהייבן א נושא, כ'קלער כ'וואלט געדארפט פארדעם אפשר א באזונדערע אשכול, אבער לאמיר אנהייבן דערווייל דא.

ווער האט פארציילט פאר א סאטמארע יוד, ווער איז גאט?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:26 pm#8015
פאר דו הייבסט אן די פרישע נושא און פאר איך ענטפער דיין פראגע, מעגסטו מודה זיין ברבים אז דו ווייסט נישט וואס דרך הבעש"ט איז.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:28 pm#8016
מנשה לוסטיג האט געשריבן:לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.


ברענסט דאך א מעשה לסתור צו זיין 'מגן דוד' טענה. פון הבה נגילה איז משמע אז סקווירא האט יא געהאלטן פון דעם "ואף על פי שהיתה אהובה לו בימי האבות, עכשיו שנאה, מאחר שעשאוה אלו חק לעבודת אלילים."
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:32 pm#8019
מנשה לוסטיג האט געשריבן:... מסביר זיין פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה.


מנשה, ביזט גיט געלוינט אדער ביסט ערענסט? דו גיסט דעם איינדרוק אז אין סקווירא (ס'שיינט פון דיינע תגובות אז דו קענסט זיך אויס אין סקווירא) איז דא א "ברייטע" צוגאנג צו אמונה. למשל וועלכע ספרים זענען אויף די אמונה קאריקולעם חוץ מאור עינים?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:54 pm#8030
לויטן נארישע גאנג פון די וואס גלייבן נישט אין קיין רביס, קומען זיי אן, נאך א קורצע דין ודברים, אז זיי גלייבן נישט אין גאט אויך נישט. ווייל דו מוזט אנקומען צו א רבי זאל דיר אנווייזן געב א קוק, דאס איז גאט ער האט באשאפן און ער פירט און ער האט באפוילן. ס'דא געוויסע דרכים אין עבודת השם, אבער 'נישט גלייבן' אין מנהיגים, דאס איז די פירות וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט אינעם חרדישער וועלט, מיטן 'טפח פיאות' און קורטוב אפיקורסות. קלאגענדיג אז בן גוריון איז א כופר, ווען לפנים האלטן ענק די זעלבע לגבי אלע מנהיגים.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:05 pm#8040
איך בין זייער בייז אויף די מנהלים פון קאווע שטיבעל אז זיי געבן נישט אבאכט אז ווען איינער וויל זיך איינשרייבען מיט א נאמען פין א באקאנטע מענטש אז עס זאל טאקע זיין יענע מענטש.
מ׳דארף איינמעלדען דעם פרייליכן ר׳ מנשה ליסטיג פון סקווירא אז א אנגעזויערטע איד האט געהיידזשעקט זיין נאמען אין קאווע שטיבעל, און דער עולם גייען זיך נאך טועה זיין אין מיינען אז ער איז אזא סארט מענטש.
איינער האט די עכטע מנשה ליסטיג׳ס טלעפאון נאמבער?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:09 pm#8049
כא כא כא...
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:39 pm#8070
קענסט נישט מנשה, דאס איז ער בתקפו..
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:49 pm#8074
שמואל הלוי האט געשריבן:די גלייכסט זיך צי צו די פריערדיגע חסידים ואנשי מעשה בדורות הקודמים וואס זענען געווען דבוק ומקושר ברבם מיט א הייליגן פייער און ברען?
גלייכצייטיג האסטו מיר נאכנישט געענטפערט וואס דרך הבעש"ט איז...


אין יעדע חסידות היינט וואו ס'איז דא א מנהיג א דערהויבענע איד, (נישט בלויז א פאנדרעיזער פאר די מוסדות) און די מנהיג איז פארנומען אויפצוהייבן די עולם נענטער צום באשעפער, דהיינו ער לערנט אויס ביי זיינע שמועסן ווי אזוי אויסצופירן דעם חובת האדם בעולמו סיי די סור מרע און סיי די עשה טוב (וכו'), און מ'לערנט בקביעות ספרי חסידות (נישט נאר ביי לכה דודי) קענסטו נאך היינט טרעפן דאס וואס דו זוכסט "די פריערדיגע חסידים ואנשי מעשה בדורות הקודמים וואס זענען געווען דבוק ומקושר ברבם מיט א הייליגן פייער און ברען"
און פון דעם התקשרות צו זייער רבי'ן און פאלגן וואס ער פארלאנגט ווערט דער עולם טאקע מער דערהויבן, און מ'זעט אידן עובדי השם באמת, און דאס איז וואס דער דרך הבעש''ט האט ממשיך געווען,
אין דער ספר אויף תניא פון שיעורי ר' משה וואלפסאן, ברענגען זיי בתורת הקדמה א בריוו וואס ר' משה האט געשריבן פאר א שואל אויף זיין שאלה וואס איז דרך הבעש"ט
שרייבט ער, כ'קען דיר נישט מסביר זיין וואס דאס איז אזוי ווי מ'קען נישט מסביר זיין די חילוק פון לעבן און טויט.. ער שרייבט דארט לערן ספרי חסידות און זיי אין א חסידישע מקום וועסטו פילן ממש ווי ס'קומט דיר צו א חיות אין לעבן.
און פרעג מיר נישט אפ מיט די וואס זענען נישט קיין "עובדי השם באמת", וויל דאס איז אייביג געווען איבעראל, איבערהויפט מיט די היינטיגע נסיונות.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:03 pm#8083
מנשה לוסטיג האט געשריבן:לויטן נארישע גאנג פון די וואס גלייבן נישט אין קיין רביס, קומען זיי אן, נאך א קורצע דין ודברים, אז זיי גלייבן נישט אין גאט אויך נישט. ווייל דו מוזט אנקומען צו א רבי זאל דיר אנווייזן געב א קוק, דאס איז גאט ער האט באשאפן און ער פירט און ער האט באפוילן. ס'דא געוויסע דרכים אין עבודת השם, אבער 'נישט גלייבן' אין מנהיגים, דאס איז די פירות וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט אינעם חרדישער וועלט, מיטן 'טפח פיאות' און קורטוב אפיקורסות. קלאגענדיג אז בן גוריון איז א כופר, ווען לפנים האלטן ענק די זעלבע לגבי אלע מנהיגים.


איך וויל קודם אויסקלארן עפעס. סאטמאר רבי זצ"ל איז נישט געווען דער ערשטער און נישט דער איינציגסטער דאס צו טענה'ן. נאר פון אים איז עס דאס מערסטע באקאנט געווארן. ער האט געהאט א כח אז זיינע ווערטער האבן געשטורעמט א וועלט, בפרט אז ער האט זיך געפייט מיט די אלע רבנים וועלכע זענען געווען פרא-ציונות.

עס שטייט אין אסאך ספרים, איך האב עס שוין געזעהן פון שומר אמונים ז"ל (עני-טיים אזא שטארקע גרויסע חסידות ווי סקווירא) וואס ער ברענגט אין זיין ספר פון איינעם פון די פריערדיגע (כ'דארף נאכקוקן זיך צו דערמאנען) אז דער דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען "בלויז פאר 150 יאר", און כאטש ער אליין שרייבט אויך דארטן אז יעדע כח התשובה פון א דייטשל עד ביאת הגואל וועט זיין אינעם כח פונעם בעש"ט, זעהט ער נישט קיין סתירה צווישן די צוויי. און עס ווערט געברענגט אין נאך פלעצער.

און אויב רעדסטו פון "בלינדע" אמונת צדיקים, וואס דארפסטו מער פון דעם, סאטמאר רבי זאגט אז תורת הבעש"ט איז נשתכח, און אלע שעפעלעך גלייבן אים, און זענען גרייט צו דעפענדן זייער רבי'ן פאר אלע קאסטן, אלא מאי סאטמאר האט אויך אמונת צדיקים...

לאמיר זיך נישט נארן. דו ווייסט אליין אז דאס וואס סאטמאר רבי האט געמוזט צוקומען צו דעם אומבא'טעמ'טן מיטל פון האקן אויף רבי'ס און שוואך מאכן די אמונת צדיקים, איז געווען נאר צוליב ציונות, וואס ער האט געהאלטן אז כפירה אין באשעפער איז ערגער ווי כפירה אין א רבי (אנדערש ווי עס איז אנגענומען אין סקווירא, עכ"פ אזוי זאגט די גאס, איך גלייב עס נישט עכט עניוועי, אבער אויף אנדערע חסידות'ער זאגט מען עס נישט, קארעקט?), זיין הארץ האט געבלוטיגט ווי רבי'ס האבן מיינונגען אנטקעגן די תורה און חסידים גייען נאך בלינדערהייט ווי שאף צו די שחיטה, אזוי ווי אין אלע דורות, מיט אמת'ע אמונת צדיקים, ממילא האט ער איינגעבראכן דעם חומה און אנגעהויבן פארלאנגען מען זאל נישט נאכגיין בלינדערהייט די רבי'ס, און מסביר זיין אז די אלע שיינע תורות פון "אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל" איז נישט אזוי פשוט, און האט מעתיק געווען פון אזויפיל ספרים וסופרים אז בעפאר ביאת המשיח וועט זיך טוישן דער מצב, ווי די גמרא זאגט עס!!! פני הדור כפני הכלב!! אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים!!! און אמונת צדיקים קען מיינען גלייבן אין א צדיק וואס זיצט אונטן אויף מערב זייט ביים אויווען און דינט השי"ת מיט מס"נ, און לאו דוקא א גרויסער בנש"ק אויבן-אן מיט שיינע סטראקעס און געבלומטע בעקישע, אדרבה, נעם דיר אויף א מורה-דרך א אמת'ער ירא-שמים, און נאכדעם זיי זיך מבטל פאר אים אינגאנצן, נעם א דיין, א דעת תורה, איי ער פירט נישט קיין טיש און נעמט נישט קוויטלעך? נו, תורת הבעש"ט איז נשתכח,

שאר, די מנהגים גייען ווייטער אן, מען זאגט הודו עש"ק ביי מנחה; מען טרינקט לחיים און מען ארבעט אויף שמחה, מען איז מקרב שוואכערע אידן מיט א אמת'ע אהבת ישראל, ווער נאך ווי סאטמאר האט א חלק אין אזויפיל חסד און צדקות אין כלל ישראל, כמעט אלע גמ"ח'ן, אלע חברות, הצלה שומרים ביקור חולים און צענדליגער אנדערע, אלעס איז במקורו סאטמאר, אבער די עצם ענין פון למשל "א קוויטל", וויפיל פון די היינטיגע רבי'ס קען נאך היינט באמת לייענען א קוויטל? רוח הקודש? דינען השי"ת ע"פ זוהר וקבלה, ווי די פריערדיגע חסיד'ישע רבי'ס? כ'מיין עסן קוגל קען איך און דו אויך פונקט אזוי!!

אקעי כ'האב שוין נישט כח צו מאריך זיין. מנשה'לע טראכט אביסל, דו ביסט א קלוגער איד, טו אויס פאר אפאר מינוט די סקווירא שטיוול (נישט ווען איך בין אין צימער...) און עפן אביסל די באקס מיט וואס דו ביסט ארומגענומען, און כאפ א בליק אריין אין סאטמאר'ס באקס, יא ס'איז אויך א באקס, אבער אן אנדער סארט באקס, זיי מחליט "איך בין גרייט צו הערן אן אנדערע שיטה אפילו עס איז אביסעלע אנדערש ווי איך בין אויפגעוואקסן", נאך אלעם זענען פאראן קלוגע ערליכע אידן אין סאטמאר אויך, און אפשר דאן וועסטו אביסל פארשטיין, און איינזעהן אז אין סאטמאר האט מען אויך אמונה!! אמת'ע אמונה! אין השי"ת...

הצלחה רבה!
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:51 pm#8101
ווער איז גאט?
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:05 pm#8104
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווער איז גאט?

פרעגסט די זעלבע שאלה וואס פרעה האט געפרעגט פון משה רבינו.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:40 pm#8110
דו מיינסט וואס ס'שטייט אין תורת משה? אדער תורת השם
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:46 pm#8111
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
און ס'דערמאנט מיר, ווי טאקע א אלטע סאטמארער געשטימטער האט מיר לעצטענס געזאגט עפעס קעגן סקווער, זאגט ער, א ראיה צו מיינע ווערטער ווייל דער הייליגער ריזינער האט געזאגט אויף זיין הייליגע דוד משה'לע פון טשארטקוב.. זאג איך עהם, ווער זאגט דאס אז דער ריזינער איז הייליג, ווער זאגט דער זון זיינע איז הייליג? די זעלבע וואס לאכן היינט פון רבי'ס האבן דעמאלטס געלאכט פון דעם 'הייליגער' ריזשינער, און איך זע גארנישט אז ס'עפעס אנדערש. ס'אלע דורות געווען די שפעטערס און ליצים און משכילים 'למיניהם'.. איינער מיט א קלענערע קאפל און איינער מיט א 'ריזיגע' קאפל.. [צו ווייזן אז יעדער איז א פאפער חוץ ער..] ממילא ביי אונז אין סקווער טשערנאביל האט מען געגלייבט אן אויפהער אין 'אלע' צדיקים. ביי אייך וואס ס'איז עפעס געפאלן א שכחה.. איז געהאקטע צרות אויפן דאזיגן ידיעה בכלל.. והמבין יבין

אין אלע ממש ?? אויך אין הרה"ק רבי נחמן מברעצלאוו זי"ע ??
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:55 pm#8117
אוודאי האט מען אין אלע געגלייבט, אבער די דרך האט מען פון עטליכע נישט געהאלטן, די דרך חב''ד די דרך פון קאצק און די דרך פון ברעסלאוו, די דרך אין טשערנאביל איז געווען געבעיסט אויף עבודת המידות חג''ת נהי''ם, מ'האט קיינמאל נישט גערעדט אויף ר' נחמן אין סקווער, אין סטאלין יא, אין ראכמיסטריווקע יא, עד כדי כך אז מ'האט זיך אפילו משדך געווען מיט אנדערע הויפן, אבער נאר אויף א שטייגער אז מ'האט נישט צוגערירט די דרך פון טשערנאביל, ווי למשל אז די כלה איז געקומען קיין טשערנאביל און אנגענומען די דרך.
דער סקווערע רביס זון איז א אייניקל פון ר' נחמן פון ברעסלאוו
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:00 pm#8118
פון א סקווירן חסיד אין א סקווערען שטיבל האב איך געהערט רעדן כד"א אויפן ברעסלעוו'ן צדיק.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:02 pm#8119
זאג עהם איך לאז נישט
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:03 pm#8120
ער נעמט עס דאך פון ערגעץ. מיין פוינט איז איך נעם נישט אן וואס דו זאגסט אז "אין סקווירא רעדט מען נישט"
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:05 pm#8121
עס איז א פאקט, אין סקווער רעדט מען נישט דערפון בכלל
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:07 pm#8123
דו זאגסט אז מאט שוין אפגערעדט... נו גוט.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:23 pm#8127
איינער שטייט אויף א בארג און הערט ווי איינער אונטן שרייעט, 'די גולם, וואס שטייסטו אויפן בארג דו קענסט גארנישט זען.. דא אונטן האקט מען א לעבן..' שרייעט דער אויפן בארג, 'דא אויפן בארג זעט מען אסאך מער, ס'טאקע נישט בא'טעמ'ט אלץ אז מ'ווייסט מער און מ'מוזט זיך האלטן אין די ראמען, אבער אז דו ווילסט נישט ארויפקומען ווער כאטש נישט הייזעריג מיר מסביר צוזיין וואס טוהט זיך אונטן.. ווייל ס'שאד די כוחות פאר מיר און פאר דיר.. פון אונטן קום איך שוין.. דא אויבן ביזטו נאכנישט געווען..

די נמשל איז קלאר, ווי קען מען מסביר זיין א בלינדער וואס מיינט קאלירן, גיי פיר וויכוחים מיט א מחניים בוך לייענער, וואס טוהט זיך אין די הייליגע אותיות און תוכן פון מסורת אבות.
אז עס שטייט אין זוהר אז חסידות איז נאר גוט פאר אזויפיל יאר, ממילא, אבער אז א רב פון די לעצטע יאר הונדערט זאל זאגן אויף צוריק, ווען ס'איז א פאקט אז ס'דא א מסורה פון טאטע צו זון, בן אחר בן פון מאור עינים, נענטסטע ממשיך פון בעל שם אליין, וואס זענען אלע געווען מנהיגים און האבן איבערגעגעבן סמיכה ביז אראפ צום היינטיגער ממשיך, קומט א צווייטע משפחה און זאגט ענקער דרך איז פארגעסן.

וואס טוהט זיך ביי מיר אין דיינונג רום ווייס איך בעסער
מאנטאג אפריל 30, 2012 12:33 pm#8852
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דאכט זיך, אז דאס וואס א בחור'ל האט אן שכל געוואלט מאכן א פייער אין 2011 האט מען אין סאטמאר אלע יארן פון איר עקסזיסטענץ געטון מיט מחשבה תחילה און מיט די גוטהייסונג פון די פירער.
און דאס געשלעג קומט פון זיי, און די מושג פון פראסקענען קומט פון זיי.


זעסט מנשה, אזוי ווי דו זאגסט אויף סאטמאר אזוי זאגן אנדערע אויף סקווירא
איך האלט אז די פייער איז געווען פונקט ווי ווען סאטמארע בחורים האבן געטון פראות, א בחור האט זיך צופייערט מיט זיינע געפילן צום רבין און שוין, ווידער דו האלטסט אז ניין, אין סאטמאר האט מען עס געטון מיט די גוטהייסונג פון די פירער, און אז דו רעדסט אזוי וואס האסטו טענות אז אנדערע זאגן אז סקווירא רבי אליין האט אים געשיקט?
מאנטאג אפריל 30, 2012 3:35 pm#8897
ווייל אין סקווער איז דאס געשען איינמאל אין פופציג יאר, און עס איז בכלל נישט געווען די מהלך, אין סאטמאר האט מען אויסגעטון מענטשן נאקעט און געטריבן, געמאכט פייערס גערופן פייער לעשער, גע'מסר'ט געפראסקעט טעראריזירט, כאילו ווער ס'הייסט יוד, מוז זיין איינשטימיג מיט ר' יואליש, ווער נישט אחת דתו להמית.
סקווער האט מיט בלוט און שווייס אויפגעשטעלט א שטעטעלע, און די מתנגדים זענען געציילטע, און מ'האט זיי געדולדעט לאנגע יארן אבער ס'געקומען א צייט ווען די שטריק האט איבערגעריסן.
וויליאמסבורג געהערט דאך נישט קיין פריוואטע קהילה, און האט געהאט אמאל צדיקים וקדושים, וואס האבן געהאט גרויסע מוסדות דארט, מ'האט זיי מיט חרפות ובושות פארטריבן, ואין פוצה פה ומצפצף.
מיטוואך מאי 30, 2012 10:48 am#15099
שמואל הלוי האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה

די סאטמארע אידן זענען כופרים? זענען נישט קיין מאמינים בה'? נאר סקווירא אידן האבן אמונה?

ניין זיי זענען נישט קיין כופרים אבער זיי האלטען אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל [אינקלודינג רובא דרובא פון חרדישע אידען] זענען כופרים ח"ו און דאס אליינס איז שוין די גרעסטע כפירה...
פרייטאג אפריל 26, 2013 5:19 pm#109103
כ'מיין אז דערווייל האט נאך סאטמאר נישט מצליח געווען מיט קיין איין זאך מיטן שיטה.
אויב ס'איז געווען א אמת'ע פראבלעם אינעם מדינה, האבן עס די ריכטיגע מנהיגי הדור אין פלאץ געשטעלט, און דעמאלטס געמאכט א הפגנה, אבער די אלע סאטמארע מאכערייקעס איז לפי הנראה געווען אויסגעזויגן פון פינגער
זונטאג אפריל 28, 2013 1:57 pm#109337
געניאל.
זונטאג אפריל 28, 2013 2:00 pm#109340
דאס איז אן אלטע טעאריע, וברוך שכוונת.
זונטאג אפריל 28, 2013 2:07 pm#109343
נפוץ באר"י?
זונטאג אפריל 28, 2013 3:20 pm#109377
די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
זונטאג אפריל 28, 2013 3:22 pm#109379
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר

דער ספר רזיאל המלאך איז אזוי פון אדם הראשון אזוי ווי __________ איז נתחבר געווארן דורך ___________
זונטאג אפריל 28, 2013 3:26 pm#109382
דרך הבעל שם איז אזוי נשתכח אזויווי די מדינה גייט אונטער
זונטאג אפריל 28, 2013 3:28 pm#109386
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר

דער ספר רזיאל המלאך איז אזוי פון אדם הראשון אזוי ווי __________ איז נתחבר געווארן דורך ___________

דו שייגעץ! דו גלייבסט גארנישט אין ______מן השמים!? ווער וייסט, באלד וועט מען הערן אז דו גלייבסט אפילו נישט אז _____ האט געשריבען דער ________. שומו שמים וואס דא גייט פאר.
זונטאג אפריל 28, 2013 3:31 pm#109389
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דרך הבעל שם איז אזוי נשתכח אזויווי די מדינה גייט אונטער

מנשה - איך זע אז דו האלטסט א פענדל. וואס סקווער'ס פאזישן אויף די מדינה? אזוי ווי אגודה? אזוי ווי סטמאר? ביטע ערקלער באריכות.
זונטאג אפריל 28, 2013 3:33 pm#109390
זה דא.
זונטאג אפריל 28, 2013 3:49 pm#109406
איז דא עפעס א מקור אז מגן דוד זאל האבן געשטאמט פון דוד המלך?
ווערט עס דערמאנט ערגעץ אין א פריערדיגע פלאץ? חז"ל אדער ראשונים? אויב יא, וואו איז די ערשטע פלאץ ?
זונטאג אפריל 28, 2013 9:40 pm#109584
די הייליגע סמל הקדושה 'דער מגן דוד' איז אלץ געווען די סמל פון יודען, נאר די ציונים האבן עס געניצט צו פארכאפן צו זייער אידייען, אבער קדושה קען נישט נעלם ווערן, און עס בלייבט הייליג.
זונטאג אפריל 28, 2013 9:46 pm#109590
דעפאר טאקע איז געווען דער מנהג בבית סקווירא זיך נישט צוריקצוהאלטן פון די גרויסע עבודה הנקראת בפי רבותינו "מציבה שטעלן", הגם אז אין תורת משה שטייט אז עס איז אסור, האבן אבער רבותינו הקדושים גע'טענה'ט אז קדושה קען נישט נעלם ווערן...
זונטאג אפריל 28, 2013 9:50 pm#109594
אין סקווער איז נישטא אזא זאך ווי לייגן א מציבה, נאר א חומה ארום און א אוהל דערויף
זונטאג אפריל 28, 2013 9:54 pm#109598
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די הייליגע סמל הקדושה 'דער מגן דוד' איז אלץ געווען די סמל פון יודען, נאר די ציונים האבן עס געניצט צו פארכאפן צו זייער אידייען, אבער קדושה קען נישט נעלם ווערן, און עס בלייבט הייליג.

פון וואנעט נעמסטו דאס? דו זעהסט די קדושה אויפן שטערן?
דער מונקאטשער רב האט נישט געהאלטן אזוי. ער האט געזאגט אז פונקט ווי א במה האט געקענט ווערן פיגול, כאטש אמאל איז עס געווען העיליג, אזוי אויך איז דער מגן דוד געווארן פארפיינטעט ביי גאט.
זונטאג אפריל 28, 2013 10:02 pm#109603
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר


רזיאל המלאך איז פין אדם הראשון אזוי ווי דער העיליגע פין סקווירא האט גילוי אליהו.
זונטאג אפריל 28, 2013 10:03 pm#109605
פון תוס' אין ע"ז דף יא. איז משמע אז אפילו א זאך וואס שטייט בפירוש אין די תורה אויב ווערט עס א ענין פון ע"ז וכש"כ מינות ווערט עס אסור.
נאר ביי א זאך וואס איז ביי זיי א חוקה אלס שטות והבל וואס דאן גייט אן דער לאו פון ובחוקותיהם לא תלכו דעמאלט איז א חילוק אויב ס'איז מפורש אין די תורה זאג איך אז איך טו עס ווייל ס'שטייט אין די תורה נישט וועגן חוקות הגוי, אבער ביי א חוקה לע"ז העלפט דאס נישט.
זונטאג אפריל 28, 2013 10:14 pm#109612
דער מנחת אלעזר האט געהאלטן וואס ער האט געהאלטן, און מונקאטש זאל זיך פירן אזוי, און סקווער האט געהאלטן וואס זיי האבן געהאלטן [וואס כ'מיין אז סקווער איז נישט אויסגעזויגן פון פינגער צו אויפגעקומען מיט אייגענע השערות מתמול שלשום, ס'איז א שלשלת פון די גרעסטע 'די גרעסטע' ביי כלל ישראל] און די נאכפאלגער אין די טויזענטע פון סקווער וטשערנאביל האלטן אזוי און אויך בעלזע רב ז''ל האט אזוי מקבל געווען פון זיינע אבות וואס אויך סקווער איז פון דעם געפלאכן.
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:52 am#109687
סקווער האט געהאלטן אז דער מגן דוד איז געבליבן הייליג אפילו נאכן מאכן דערפון דעם דגל הציונות? מקבל געווען פון וועמען?
איך פרעג נאר.
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:10 am#109689
מ'קריגט זיך דא אויף נארישקייטן, מ'מאכט פונעם מגן דוד א גאנצע דבר שבקדושה, און די סאטמערע מאכן דערפון אן עבודה זרה.
די מגן דוד איז אלעמאל געווען א סימבאל, פונקט ווי די לייבן וואס האלטן די לוחות און די מנורה פונעם למנצח, אפילו די נאצים ימ"ש האבן דאס געוויסט, און געהייסן די אידן טראגן די געלע לאטעס.
שטעלט איך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:30 am#109699
געפילטע פיש האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?


מען וואלט אנגעגאסן די מנורה מיט וואסער און געזאגט תחנון אנשטאט הלל גאנץ חנוכה ;)