מנשה לוסטיג האט געשריבן:לויטן נארישע גאנג פון די וואס גלייבן נישט אין קיין רביס, קומען זיי אן, נאך א קורצע דין ודברים, אז זיי גלייבן נישט אין גאט אויך נישט. ווייל דו מוזט אנקומען צו א רבי זאל דיר אנווייזן געב א קוק, דאס איז גאט ער האט באשאפן און ער פירט און ער האט באפוילן. ס'דא געוויסע דרכים אין עבודת השם, אבער 'נישט גלייבן' אין מנהיגים, דאס איז די פירות וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט אינעם חרדישער וועלט, מיטן 'טפח פיאות' און קורטוב אפיקורסות. קלאגענדיג אז בן גוריון איז א כופר, ווען לפנים האלטן ענק די זעלבע לגבי אלע מנהיגים.
איך וויל קודם אויסקלארן עפעס. סאטמאר רבי זצ"ל איז נישט געווען דער ערשטער און נישט דער איינציגסטער דאס צו טענה'ן. נאר פון אים איז עס דאס מערסטע באקאנט געווארן. ער האט געהאט א כח אז זיינע ווערטער האבן געשטורעמט א וועלט, בפרט אז ער האט זיך געפייט מיט די אלע רבנים וועלכע זענען געווען פרא-ציונות.
עס שטייט אין אסאך ספרים, איך האב עס שוין געזעהן פון שומר אמונים ז"ל (עני-טיים אזא שטארקע גרויסע חסידות ווי סקווירא) וואס ער ברענגט אין זיין ספר פון איינעם פון די פריערדיגע (כ'דארף נאכקוקן זיך צו דערמאנען) אז דער דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען "בלויז פאר 150 יאר", און כאטש ער אליין שרייבט אויך דארטן אז יעדע כח התשובה פון א דייטשל עד ביאת הגואל וועט זיין אינעם כח פונעם בעש"ט, זעהט ער נישט קיין סתירה צווישן די צוויי. און עס ווערט געברענגט אין נאך פלעצער.
און אויב רעדסטו פון "בלינדע" אמונת צדיקים, וואס דארפסטו מער פון דעם, סאטמאר רבי זאגט אז תורת הבעש"ט איז נשתכח, און אלע שעפעלעך גלייבן אים, און זענען גרייט צו דעפענדן זייער רבי'ן פאר אלע קאסטן, אלא מאי סאטמאר האט אויך אמונת צדיקים...
לאמיר זיך נישט נארן. דו ווייסט אליין אז דאס וואס סאטמאר רבי האט געמוזט צוקומען צו דעם אומבא'טעמ'טן מיטל פון האקן אויף רבי'ס און שוואך מאכן די אמונת צדיקים, איז געווען נאר צוליב ציונות, וואס ער האט געהאלטן אז כפירה אין באשעפער איז ערגער ווי כפירה אין א רבי (אנדערש ווי עס איז אנגענומען אין סקווירא, עכ"פ אזוי זאגט די גאס, איך גלייב עס נישט עכט עניוועי, אבער אויף אנדערע חסידות'ער זאגט מען עס נישט, קארעקט?), זיין הארץ האט געבלוטיגט ווי רבי'ס האבן מיינונגען אנטקעגן די תורה און חסידים גייען נאך בלינדערהייט ווי שאף צו די שחיטה, אזוי ווי אין אלע דורות, מיט אמת'ע אמונת צדיקים, ממילא האט ער איינגעבראכן דעם חומה און אנגעהויבן פארלאנגען מען זאל נישט נאכגיין בלינדערהייט די רבי'ס, און מסביר זיין אז די אלע שיינע תורות פון "אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל" איז נישט אזוי פשוט, און האט מעתיק געווען פון אזויפיל ספרים וסופרים אז בעפאר ביאת המשיח וועט זיך טוישן דער מצב, ווי
די גמרא זאגט עס!!! פני הדור כפני הכלב!! אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים!!! און אמונת צדיקים קען מיינען גלייבן אין א צדיק וואס זיצט אונטן אויף מערב זייט ביים אויווען און דינט השי"ת מיט מס"נ, און לאו דוקא א גרויסער בנש"ק אויבן-אן מיט שיינע סטראקעס און געבלומטע בעקישע, אדרבה, נעם דיר אויף א מורה-דרך א אמת'ער ירא-שמים, און נאכדעם זיי זיך מבטל פאר אים אינגאנצן, נעם א דיין, א דעת תורה, איי ער פירט נישט קיין טיש און נעמט נישט קוויטלעך? נו, תורת הבעש"ט איז נשתכח,
שאר, די מנהגים גייען ווייטער אן, מען זאגט הודו עש"ק ביי מנחה; מען טרינקט לחיים און מען ארבעט אויף שמחה, מען איז מקרב שוואכערע אידן מיט א אמת'ע אהבת ישראל, ווער נאך ווי סאטמאר האט א חלק אין אזויפיל חסד און צדקות אין כלל ישראל, כמעט אלע גמ"ח'ן, אלע חברות, הצלה שומרים ביקור חולים און צענדליגער אנדערע, אלעס איז במקורו סאטמאר, אבער די עצם ענין פון למשל "א קוויטל", וויפיל פון די היינטיגע רבי'ס קען נאך היינט באמת לייענען א קוויטל? רוח הקודש? דינען השי"ת ע"פ זוהר וקבלה, ווי די פריערדיגע חסיד'ישע רבי'ס? כ'מיין עסן קוגל קען איך און דו אויך פונקט אזוי!!
אקעי כ'האב שוין נישט כח צו מאריך זיין. מנשה'לע טראכט אביסל, דו ביסט א קלוגער איד, טו אויס פאר אפאר מינוט די סקווירא שטיוול (נישט ווען איך בין אין צימער...) און עפן אביסל די באקס מיט וואס דו ביסט ארומגענומען, און כאפ א בליק אריין אין סאטמאר'ס באקס, יא ס'איז אויך א באקס, אבער אן אנדער סארט באקס, זיי מחליט "איך בין גרייט צו הערן אן אנדערע שיטה אפילו עס איז אביסעלע אנדערש ווי איך בין אויפגעוואקסן", נאך אלעם זענען פאראן קלוגע ערליכע אידן אין סאטמאר אויך, און אפשר דאן וועסטו אביסל פארשטיין, און איינזעהן אז אין סאטמאר האט מען אויך אמונה!! אמת'ע אמונה! אין השי"ת...
הצלחה רבה!