אטמאספערעדי אטמאספערע איז א שיכט פון געז וואס נעמט ארום אונזער וועלט און האלט זיך דורך די גרעוויטי פון דער ערד. עס היט אפ דאס לעבן אויף דער ערד דורך איינזאפן די שעדליכע זון שטראלן, עס האלט ווארעם אונזער וועלט דורך איינהאלטן די היץ וואס די זון שיקט אהער דורך די גרינהאוז עפעקט, און עס רעדוצירט די טעמפעראטור עקסטרעמען צווישן טאג און נאכט (אנדערש ווי אויף
די לבנה וואס דארט איז 225 דעגרי בייטאג און 243- ביינאכט, ווייל די לבנה האט נישט קיין אטמאספערע).
פון וואו הייבט זיך אן ספעיס?ספעיס הייבט זיך אן פון נאך די אטמאספערע. עס איז נישט דא א קלארער גרעניץ צווישן די אטמאספערע און ספעיס. די אטמאספערע ווערט צוביסלעך אויס, ביז מען טרעפט זיך אין ספעיס בערך 300 מייל העכער דער ערד. מען קען טרעפן פיצינקע שטיקלעך פון די אטמאספערע אויך טיפער אריין אין ספעיס.
וואו אין ספעיס איז אונזער וועלט?דער ערד איז א קליינטשיג פינטעלע אין ספעיס. עס איז איינס פון ניין פלאנעטן וואס רינגלען ארום די זון. וואס די זון איז איינס פון די הונדערטער ביליאנען שטערנס, וואס צוזאמען פארמירן זיין א גרויסער וואלד פון שטערנס, וואס ווערט גערופן "די מילקי וועי", דער שביל החלב, וואס איז בלויז איינס פון די ביליאנען געלעקסיעס וואס שוועבן ארום אין ספעיס.
האט ספעיס אן ענדע?אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע. די נענסטע שכן צו אונז איז אונזער לבנה וואס איז ביילייפיג 238,900 מייל אוועק. די זון איז 93 מיליאן מייל אוועק פון אונז. רוב אנדערע שטערן אין די מילקי וועי, זענען צווישן א מיליאן און א ביליאן מאל ווייטער פון די זון.
וואס איז א ליכט יאר?א ליכט יאר איז א וועג צו מעסטן די אומגעהויערע ווייטקייט אין ספעיס. עס איז די ווייטקייט וואס ליכט לויפט אין א יאר, בערך 5.9 טריליאן מייל.
פראקסימא סענטאורי איז די נאנטסטע שטערן צו די זון. עס איז בערך 4.2 ליכט יאר אוועק פון דער ערד, וואס מיינט אז די ליכטיגקייט פון דעם שטערן נעמט 4.2 ליכט יאר צו דערגרייכן דעם ערד קוגל.
שאו מרום עיניכםאן א טעלעסקאפ קען מען זען בערך 2,500 שטערן, אין א טונקעלן פלאץ. די לבנה זעט מען געווענליך אלעמאל. צומאל קען מען אויך זען די פלאנעטן, מערקורי, ווענוס, מארס, יופיטער, און סאטורן. די ווייטסטע וואס מיר קענען זען מיט די בלויזע אויגן, איז די
אנדראמע גאלאקסיע.