חכם מחוכם האט געשריבן:היות איך האב מיך אריינגעגליטשט אינעם אסטראנאמיע אשכול, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א קשיא, וויפיל איך האב געטוהן דערינען און וויפיל איך האב פראבירט דאס צו פארשטיין ארבעט דאס נישט.
פארוואס פאלן מיר נישט אראפ פונעם פלאנעט, ס’איז דאך רינדעכיג?, אה, ס’דא אזא זאך וואס רופט זיך גרעוועטי וואס פארדעם פאלסטו נישט אראפ, און פארוואס די מענטשן פון אנטארטיקע קומט זיי נישט די בלוט ארויף אין קאפ, זיי שטייען דאך איבערגעדרייט?, און פארוואס די מענטשן וואס געפינען דא אין אמעריקע פיעלן נישט שיעף, דאס איז אויך וועגן גרעוועטי?, איי דאנט ביי דיס.
זאל זיך איינער פון די אסטראנאמיסטן נעמען דאס פענע און מסביר זיין, יישר כח למפרע.
די אלע ספיקות און שאלות שטאמען פון איין עם הארץ'דיגער בליק אויף די גאנצע מציאות פון גראוויטי.
עס איז נישט פשט אז ווען נישט גראוויטי וואלט מען אראפ געפאלן פון די וועלט, און די בלוט פון מענטשען אין אנטארטיקא וואלט אריינגעפארן אין קאפ, און די אמעריקאנער וואלטן זיך געשפירט שיעף, און ממילא דארף איך דיר קומען פארקויפן אז עס איז דא עפעס וואס שלעפט די אלע זאכן צו זיך.
די מעשה איז פונקט פארקערט, אהן גראוויטי איז נישט דא אזא מציאות פון 'פאלן', אהן גראוויטי גייט נישט קיין בלוט אריין אין קאפ וכו' וכו', והגה בעצמך, פארוואס זאלן זאכן טוישן זייער פאזיציע פון זיך אליין? פארוואס זאל מען נישט קענען שטיין ביים קוטב הדרומי און נישט אראפ פאלן? ווער שטופט דיר? [דאס איז חוץ די נקודה אז א כדור האט נישט קיין אויבן און קיין אונטן].
ממילא גייט דער חשבון פונקט פארקערט, 'גראוויטי' איז נישט א 'תירוץ' אויף דיינע שאלות, נאר ער איז דער וואס האט אין די פירסט פלעיס געמאכט די אלע פאקטן וואס דו נעמסט פאר גרענטעד.
וא"כ איז פשוט אז מען קען נישט אראפ פאלן פון די וועלט, ווען די גאנצע מושג פון פאלן איז נאר אדאנק די כח פון גראוויטי, וואס דער ערד שלעפט צו זיך.
[ד"א, איך גלייב אז עס האט נישט מיט אסטראנאמיע].
חכם מחוכם האט געשריבן:ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?
אז מען גייט אויף א כדור גייט מען אייביג סיי בארג ארויף און סיי בארג אראפ [מיט'ן כח המדמה קען מען עס פארשטיין], איז ווי אזוי איז מען קובע ווי אזוי מען גייט?
אטאמאטיש ווערט עס נקבע דורך דעם פלאץ וואו מען וויל אנקומען\זיין, ווייל ווען מען גייט אהין, מיט'ן פנים צו יענע פלאץ, איז יענע פלאץ אייביג העכער רעלאטיוו צום פלאץ פון וואו דו קומסט, און ווען דו גייסט אוועק פון דארט מיט'ן רוקען אהין גייסטו אראפ.
ממילא אז אר"י איז דער מקום וואו מען וויל גיין\זיין, און אז מען גייט אוועק פון דארט איז עס נאר במקרה און נישט בעצם, איז אר"י אטאמאטיש די העכסטע פלאץ, ודו"ק.