Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13632
מאנטאג מערץ 30, 2020 4:28 pm#444675
באשטעלט אנליין, שוין אויך גענומען די פריערדיגע נומער, וועט לכאורה זיין צייט אין די נעקסטע פאר וואכן.

אינטערסאנט אז #16 האט סאך א שפעטערע דעליווערי דאטום.
מיטוואך אפריל 01, 2020 2:42 pm#444827
עמעזאן גיט יעצט א 10% הנחה פאר'ן נייעם וועקער! כאפט אריין צו קויפן פאר פסח
m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m
מיטוואך אפריל 01, 2020 7:36 pm#444846
יויש. נעקסט טיים וועט מען וויסן צו קויפן אין די לעצטע מינוט...
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:24 pm#444863
איך בין גארנישט אזוי זיכער עס האט זיך געלוינט צו ווארטן, מיינס האבן זיי נאכנישט ארויסגעשיקט. (באשטעלט צוויי טעג צוריק, בעפאר די דיסקאונט.)

ווער ווייסט צו יענע וועירהאוז איז נישטא גענוג ארבעטער יעצט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:26 am#444905
אגב, דער דיסקאונט האט גארנישט מיט אונז. דאס לייגט עמעזאן אליין ארויף, און קענען עס אראפנעמען יעדע רגע.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:27 pm#445003
דער וועקער האט שוין א קאנקורענץ...

m https://www.blurb.com/b/10012774-apikorsus-issue-1# m
זונטאג אפריל 05, 2020 1:53 pm#445318
וואלווי האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:פאר די וואס קענען נישט באשטעלן אויף עמעזאן, איז דער וועקער יעצט עוועילעבל אין א מספר מצומצם ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
אויב קענט איר קויפן אנליין, גייט נישט ארויס פון שטוב!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/


די pile ביי טובי'ס ווערט קלענער..

ווייסט איינער אויב עס איז נאך דא ביי טובי'ס?
זונטאג אפריל 12, 2020 3:03 pm#445688
מי אני האט געשריבן:
IMG_6758.jpg

“If you are sure of your facts, you should defend your position.”
Dr. Cecilia Payne-Gaposchkin

זי איז די אסטראנאמקע וואס האט די ערשטע געוואוזן די קעמיקעל קאמפּאזישאן פון די זון (אז ס׳איז אנדערש פון די וועלט; ס׳איז היידראדזשין און היליאום). און עס שטייט (שמות יז, ב) ויהי ידיו אמונה [מלשון ״אמת״] עד בא ״השמש״.

מיט דעם קען מען אויך אפשר זאגן א רמז אין פסוק (שופטים ה, לא) וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת השֶמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ וַתִּשְׁקֹט הָאָרֶץ. והיינו, ווייל דער יערות דבש זאגט (ח"ב ד"ה) אז יסוד העפר פון די ד' יסודות ווייזט אויף אמת ע"ש. וממילא איז די רמז אז מ'דארף גיין מיט'ן מהלך פון פּעין-געפּאשקין אין אמת וואס זי האט געוואוזן אויף די היִליִוּם קאמפאזיציע פונ'ם שמש וכנ״ל, און די פסוק איז ממשיך "וַתִּשְׁקֹט הָאָרֶץ", אז אזוי דארף מען איינצושטילן די וואס גייען קעגן די אמת המרומז ביסוד העפר/הארץ.

ובדרך צחות האב איך געקלערט אז ביי די וועקער [המרמז לענין שמש לדרכינו כנ"ל] האט מען זיך אפגערעדט אויפ'ן פרייז דערפון און אז עס קאסט 10 פונט. יעצט, ווי ערווענט דא זענען דא דריי סארטן רעידיאוֺאַקטיווע דיקעי: אלפא, ביתא, און גאממא (כנגד אותיות הראשונות ביוונית). אלפא דיקעי איז ווען עס גיבט ארויס א היִליִוּם נוקלעאוס.

יעצט, אונז טרעפן מיר ביי... אהעם... "שקלים" אז לויט רבי ישמעאל (שקלים ג, ב) האט מען געשריבן אויף די קופות פון וואו מען האט תורם געווען די שקלים פונ'ם לשכה "אלפא, ביתא, גמלא" בכתב יוונית ע"ש. וממילא אין די יעצטיגע וועקער אוואו מ'איז מרמז לענין מאמרה צו די וואס האט אויפגעוויזן אז די זון באשטייט בעיקר פון היִליִוּם, קאסט עס מער "שקלים" וואס ביי דעם טרעפט מען "אלפא" בכתב יוונית, וואס ביי רעידיאוֺאקטיוויטי איז דאס ווען עס גיבט ארויס אט אזא נוקלעאוס...

(און די מחצית השקל איז טאקע 10 גרה... לאמיר טאקע האפן אז עס וועט מקויים ווערן דאס וואס עס שטייט טאקע ביי מצות מחצית השקל (שמות ל, יב) ולא יהיה בהם נגף.)
מאנטאג אפריל 20, 2020 2:10 am#446181
819328FF-2ED0-4079-9C2F-6616B42A9E88.jpeg


לכבוד דעם דערגרייכונג פון 1,000 נאכפאלגער אויף אינסטעגרעם, פראווענענען מיר מיט א גורל!
פאלגט אויס די אנווייזונגען אויפן אקאנט צו געוואונען סיי וועלכע וועקער איר וועלט אויס.
מיטוואך אפריל 22, 2020 12:22 pm#446481
Am.PNG
Am.PNG (32.85 KiB) געזען געווארן 567 מאל
מיטוואך אפריל 22, 2020 1:17 pm#446485
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
נו, דער רשב״ם שרייבט (פסחים קיב.) עפ״י הגמרא בשבת קכט. אז ימכור אדם כל מה שיש לו ויקח מנעלים לרגליו ע״ש. ״מה שיש לו״ (מיט׳ן כולל) איז גימטריא ״עורו ישנים״...
מיטוואך מאי 13, 2020 12:29 pm#448529
מארגן אינדערפרי וועלן מיר אי"ה ארויפשטעלן אויף אונזער טעלעגראם טשענעל דעם ארטיקל "ארויס פון לב טהור'ס נעגל", געשריבן דורך ידידינו ATUB @מאך זיכער ATUB .

זייט פון די ערשטע צו באקומען מודעות און ארטיקלען דורך זיך איינשרייבן אויף אונזער טעלעגראם טשענעל:
https://t.me/derveker
מיטוואך מאי 27, 2020 10:26 pm#449837
א מספר מצומצם פונעם וועקער איז דעליווערט געווארן אין בארא פארק ביים ניוז-סטענד 13 קארנער 49.

כאפט אריין לכבוד יו"ט פאר עס גייט אויס!