Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13632
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 9:19 pm#444026
אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 -- ניסן-אייר תש"פ
דער וועקער נומער 17 לכבוד פסח תש"פ וועט אי"ה ערשיינען קומענדיגע וואך, אנגעפאקט מיט דער שענסטער חומר וואס איר האט נאר אמאל געזען אין אידיש.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען:
ATUB @ונבנתה העיר ATUB
ATUB @כוכב ATUB
ATUB @לאשיצער ATUB
ATUB @מאך זיכער ATUB
ATUB @מיימון ATUB
ATUB @עקפערימענטירער ATUB
ATUB @פיקאסא ATUB
ATUB @פראפעסאר ATUB
ATUB @פרייוויליג ATUB
ATUB @קאווע קריטיק ATUB
ATUB @קאך_לעפל ATUB
ATUB @קטלא קניא ATUB
ATUB @אבטולמוס ATUB
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ATUB @שלום בערגער ATUB
און נאך פיל...
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:46 pm#444031
איינער טעגט מיך דא און שיקט מיך מעסעדזשעס אזוי אינמיטן די קאראנע פרענזי כאילו כ'וואלט געווען זיין חבר, האלא, איך בין געגאנגען מיט דיר אין חדר צי וואס? איך קען דיר פון ערגעץ? דו האלטעך מיט דיינע טעגס און איך העל מיך האלטן מיט מיינע טעגס, עניוועיס, דו האסט בכלל געוואשן דיינע הענט?

קיצור המעשה, מ'קען מיינען כ'בין דא א הויפט מחותן אבער כ'האב יא געגעבן אומגעבעטענע עצות און אריינגעשטיפט די נאניע ווי טיפער אין טאביק פושקעלע ממילא בין איך א שטיקל קרוב וואס מעג קומען דא צו דער חתונה.

איז אזויפיל קען איך אייך זאגן, חברה חברה, וועיק אפ ענד סמעל די קאפי, כ'ווייס ס'גייט זיך הערן קארני און נאכאמאל ווי כוכב וויל אווערפראמיסען, אבער ס'קומט א וועקער וואס כמוה לא נהיה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

רייך, פראוואקראצעריש, באלערנד, טיף, הארצרייסנד, חומר למחשבה, סקופס, אויגן עפענערס, טראלערייען, קונסט שטיקעס, היסטאריע, תורה, שפיצלעך, אלץ אלץ, און כ'רעדט שוין נישט פון דעם אויסוואל נאר פון דעם ניווא, מ'קען זאגן אז יעדן איינציגן ארטיקל איז פון ניו יארקער מאגאזין קאליבער, פון העכסטן שטייסל אין זשורנאליזם און ליטעראטור, כ'ווייס אפילו נישט צי דער דעקל קען ריכטיג אילוסטרירן איר רייכן געהאלט און דאס וועט מען דארפן פארזוכן און דורכבלעטערן צו עומד זיין אויף דעם אוצר הגדול.

איי האב איך דיר שוין געזאגט פאריגעס מאל די זעלבע זאך, אייך כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט אז די קומענדיגע וועקער איז איינס און אזעלכעס, זאגט דאך שוין דער רבי ר' זושא אז כ'האב עס דעמאלט געמיינט אמת'דיג און יעצט מיין איך עס נאכאמאל אמת'דיג, וועקער ווייסט נאר דעם וועג ארויף.

כ'האב פונקט גערעדט מיט ראובנ'ען אז איך ווייס נישט צי דער דור איז ראוי פאר'ן קומענדיגן וועקער און צי ס'איז דא גענוג א גרויסע אוידיענץ לויט די כוחות, די הויכע קוואליטעט סחורה און מאסיווע ארבעט ס'איז אריינגעגאנגען. כ'האב געזאגט פאר ראובנ'ען אז וועקער ווערט געשריבן פאר דער היסטאריע, פאר'ן צוקונפט, ווען חוקרי הדורות וועלן זיך שטיין און וואונדערן אויף דעם אומגלויבליכן וועקער פענאמען און וועלן נישט קענען מאכן סענס דערפון און זען וויאזוי עס טרעפט זיין פלאץ אין גאנצן חרדישן פאזל.

אלנפאלס, כ'וועל אייך זאגן דעם אמת די כוונה פון מיין מעסעדזש, איך פיל באמת אז דער חומר פון קומענדיגן וועקער פאדערט אנערקענונג, מ'קען עס נישט אזוי ערווארטן בדרך אגב, און עס נעמען פאר גרענטעד, די עמל און בלוט פון די ארויסגעבער וועלכער האבן ממש אוועקגעגעבן דעם דם התמצית דערפאר פאר חדשים לאנג דארף ארויסגעהויבן ווערן, אפלאדירט ווערן, אפרישיעטעד ווערן מיט די העכסטע טענער. אונטער יעדן קעפשאן און אונטער יעדן בילדל ליגט בלוט און שווייס, גארנישט פאלט נישט פון ארבל, כאשר עיניכם תחזינה מישירים.

ממילא, בעט איך אייך מיינע טייערע ברידער אין אמעריקע, דאס מוז מען ענטפאנגען מיט א הכנסת ספר תורה טראק ווי א חתן וואס האט חתונה די טעג אין פלעטבוש, יעדער זאל ארויסלייגן א ספיקער פארנט פון זיין הויז און שיקן א קליפ צו מלך הדרייווערס, כ'וויל יעדער זאל זיך בוקמארקן דעם אשכול און געדענקען צו קויפן ווי נאר ס'קומט ארויס, רעדן פון די טעמעס און די ארטיקלען אין די פאלישער (אוי אלעס איז פארשפארט) און די ווירטועלע וואטסעפפ בתי מדרשים, שיק איינס פאר דיין חבר וואס איז אין איזאלירונג אדער סתם אזוי ארבעטס לאז, לאז איינס איבער ביי דיין טאטן אינדערהיים ווי די משפחה דרייט זיך נאך אביסל, זע אז דער וועקער אור זאל נישט זיין גנוז נאר זאל ארויסגיין וווי ווייטער און ווי ברייטער ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 10:51 pm#444033
פון ATUB @קאווע קריטיק ATUB האט מען פארגעסן. אבער אויך איך האב ב"ה זיך משתתף געווען מיט אן ארטיקל לכבוד דעם וועקער.
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 11:13 pm#444035
אויך וויל איך דערמאנען לטובה די וואן ענד אנלי ATUB @פיקאסא ATUB וואס מאכט די גראפיקס מיט אזויפיל טאלאנט, הארץ און נשמה.
ווען מ'זעט די געענדיגטע פראדוקט קען מען זיך ניטאמאל חלומ'ען וויפיל פלאג איז אריינגעגאנגען אין יעדן עלעמענט, אין יעדן שטיקל ארט, אבער ווען מ'דרייט זיך בעקסטעידזש קען מען פשוט נישט גלייבן אז ס'איז דא אזעלכע מסירת נפש מענטשן למען הציבור און מיטצוהאלטן די געטריישאפט פון פיקאסא איז פשוט אן אינספיראציע. ס'איז דא שטיקלעך גראפיקס וואס גייען דורך "צענדליגער" ווערסיעס בלי גוזמא ביז מ'קומט אן צום שענסטן און בעסטן.
גאטס אלע א סטענדיג אוועישאן פאר אונזער באליבטן מייסטער ארטיסט.
פרייטאג מערץ 20, 2020 9:42 am#444040
אדאנק אייך אלע כותבים, עורכים און מגיהים. די בשורה טובה איבער דעם נייעם וועקער דערפרייט מיין הארץ. ביי מיר איז דער וועקער א טייל פון דער הבטחה פון שלא תשכח מפי זרעו און עס איז מיר פערזענליך מחזק אין מיין אידישקייט און עבודת ה'.

כ'זע דא אויבן אויף דער ליסטע דער נאמען פון ATUB @עקפערימענטירער ATUB ... בין איך שוין נייגעריג וואס דער צדיקל האט ווידעראמאל אנגעדרייט. פאר ווער ס'געדענקט. ס'לעצטע מאל דער איד האט זיך געלאזט הערן האט דער אינטערנעט עקספלאדירט און קאווע שטיבל האט געבראכן סיי וועלכן באזוכן רעקארד פון פריער.
פרייטאג מערץ 20, 2020 11:18 am#444041
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
ברוך השם עס דערפרייעט דאס הארץ אז די וועקער גייט אן ביתר שאת וביתר עוז!


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 20, 2020 11:42 am#444042
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
געוואלדיגע נייעס! חזקה על ראובן צו דערליווערן אזוי ווי שטענדיג. בפרט אין די טעג ווען אזוי פיל יודן זיצן אין שטוב, וועט דאס זיי דערלייכטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער. א דאנק פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:11 pm#444046
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
כ'האב שוין אן אלטן כלל, ווען @אבטולמוס איז שטיל מיינט אז ס'קומט א גוטס! און כ'בין נאך אייביג גערעכט געווען דערמיט
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:30 pm#444047
וועט זיין צובאקומען אויף עמעזאן?
פרייטאג מערץ 20, 2020 12:37 pm#444048
יא, אי"ה.
פרייטאג מערץ 20, 2020 1:00 pm#444050
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
וועלן מיר נאך זוכה זיין פאר שבת צו זעהן א בילד פונעם דעקל?


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 20, 2020 1:52 pm#444053
א שטיקל אריינבליק אין וועקער החדש המשמש ובא לשמחת לב כל בית ישראל וכל אשר דת ישראל נוגע ללבבו:

דריי קאווער סטאריס. יעדע איינס פון זיי אינטערוויוס מיט פערזענליכקייטן איבער אנדערע נושאים. איינס איז א ליטערארישע שמועס מיט אינטערוויוס מיט צוויי פערזענליכקייטן; צוויי איז א סאציאלאגישע שמועס וואס דעקט א געוויסע קאנטראווערסיע און אן אריינקריכונג תוך תוך פון חרדישן לעבן; דריי איז א דראמאטישע שמועס איבער אן אנגייענדע געשיכטע וואס האלט די חרדישע וועלט געשפאנט. יעדע איינס פון די דריי ארטיקלען וואלט קובע געווען ברכה לעצמו.

ברייטע דעקונג אויף קאראנע דורך דאקטאר שלום בערגער און מלך הכותבים בדורינו קטלא קניא.

דריי נייע קאלומס וואס דעקן אנדערע טעמעס.

א רייכער היסטארישער אפהאנדלונג פון הלל בן שחר ווי נאר ער קען.

חומר למחשבה פון אליהו אדמדם ווי נאר ער קען.

א שפראך ארטיקל פון פראפעסאר אייזיק בלימאן

א היסטארישע אפהאנדלונג אויף חסידות פון פראפעסאר לואיס.

אן אומגלויבליכע אפהאנדלונג און עקספערימענט איבער אונזער היימישער פרעסע דורך די וואן ענד אנלי עקפערימענטירער.

א פערזענליכע געשיכטע פון פארגוואלטונג און פארשטימונג דורך די קאמיוניטי.

צוויי גאונישע ארטיקלען פון מיימון.

צוויי רעצענזיעס אויף היימישע קונסט און ליטעראטור.

אן אפהאנדלונג אויף דעם כח היחיד באוועגונג.

דעקונג אויף פרשת ר' שמואל ניימאן.

בליצן, מאזאאיק, פאעזיע, און נאך, און נאך.
זונטאג מערץ 22, 2020 5:03 am#444087
בלי שום ספק טוט דער בשורה טובה אונזער דערפרייען ביים הארצן.

איין זאך נאר, באגאאבטער גראפיקער ATUB @פיקאסא ATUB , אויב ווילסטו מיר פאלגן, איך בעט איידל: די פילע בריוו וואס ווערן געדרוקט אין וועקער זענען זייער באלערנד, און עס עגבערט מיר פארוואס אלעמאל זענען די בריוון אזוי צעשטופט מיט פיצעלע אותיות און קוים ריווח צווישן די שורות.
עס איז ממש א שאד אז די בריוו זאלן האבן אזא פנים. נעם ביטע שיין ערלויבעניש פון די באאערדע און זיי מקדיש נאך א בלאט צוויי פאר די בריוון עס זאל זיין שיין אויסגעלייגט און בא'טעמ'ט צום ליינען.

ווי אלל עפרישיעט יור גוד ווארק.

און יישר כח ATUB @דער וועקער ATUB פאר די אך טוב לישראל'דיקע בשורה טובה, און ביטע אויב מעגליך, א בערך'דיקער דאטום ווען עס איז צום ערווארטן דער ערשיינונג פונעם זיבעצנטן וועקער.
זונטאג מערץ 22, 2020 2:07 pm#444111
לבי ובשרי האט געשריבן:און יישר כח @דער וועקער פאר די אך טוב לישראל'דיקע בשורה טובה, און ביטע אויב מעגליך, א בערך'דיקער דאטום ווען עס איז צום ערווארטן דער ערשיינונג פונעם זיבעצנטן וועקער.

מיר האפן נאך מארגן, מעגליך דינסטאג.
זונטאג מערץ 22, 2020 2:09 pm#444113
זיי דער ערשטער צו זען דעם דעקל פונעם נייעם וועקער. סיינט דיך ארויף אויף אונזער טעלעגראם טשענעל:
m https://t.me/derveker m
זונטאג מערץ 22, 2020 2:57 pm#444115
H
זונטאג מערץ 22, 2020 4:06 pm#444120
דער וועקער, פסח תש"פ
זונטאג מערץ 22, 2020 4:45 pm#444122
דער וועקער איז דא צו באקומען!
לויפט און קויפט!

m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m
זונטאג מערץ 22, 2020 4:47 pm#444123
זייער א שיינער קאווער און זעט אויס ווי הערליכע ארטיקלען.
יעצט ווען מיר זיצן ליידער כלוי בבית אינאיינעם מיט גאנץ כלל ישראל, וועט זיך גרינגער טרייבערן די צייט.
זונטאג מערץ 22, 2020 5:01 pm#444124
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז דא צו באקומען!
לויפט און קויפט!

https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/

שטייט אז ס'וועט ערשט אנקומען פרייטאג
זונטאג מערץ 22, 2020 5:57 pm#444132
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
נעגעל וואסער האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס! חזקה על ראובן צו דערליווערן אזוי ווי שטענדיג. בפרט אין די טעג ווען אזוי פיל יודן זיצן אין שטוב, וועט דאס זיי דערלייכטן אויף א פארנעם ווי קיינמאל פריער. א דאנק פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
״וועקער״ גימטריא ״לקאָראָנע״.
זונטאג מערץ 22, 2020 6:03 pm#444133
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
אויף amazon.ca שרייבן זיי עסטימעט דעליווערי אפריל 22 קען מיר איינער העלפן עס נאך צו האבן אויף פסח?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
זונטאג מערץ 22, 2020 6:07 pm#444134
מארמאראשער האט געשריבן:אויף amazon.ca שרייבן זיי עסטימעט דעליווערי אפריל 22 קען מיר איינער העלפן עס נאך צו האבן אויף פסח?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

עס וועט לכאורה זיין היבש פריער. עס נעמט עטליכע טעג ביז עמעזאן אינדרויסן פון אמעריקע באקומט דעם ריכטיגן דעליווערי דאטום.
זונטאג מערץ 22, 2020 8:13 pm#444141
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
וועט מען עס דאסמאל אויך קענען קויפן אין די היימישע געגנטער, אדער צוליב די קאראנא קריזיס וועט מען דאס בלויז קענען קויפן אויף עמעזאן?
מאנטאג מערץ 23, 2020 10:51 am#444156
.
מאנטאג מערץ 23, 2020 10:53 am#444157
אין די קומענדיגע שעות האפן מיר צו פובליצירן אויף אונזער טעלעגראם טשענעל א 'טועמיה' פונעם וועקער, וואס וועט אויך אנטהאלטן די גאנצע קאראנא ארטיקלען!
מאנטאג מערץ 23, 2020 10:54 am#444158
בעסט סעללער רענק ביי 3000
מאנטאג מערץ 23, 2020 12:56 pm#444159
די "טועמיה" פונעם וועקער וועט אי"ה זיין אויף אונזער טשענעל אום 1:15.
m https://t.me/derveker m
מאנטאג מערץ 23, 2020 4:32 pm#444173
מאנטאג מערץ 23, 2020 4:50 pm#444174
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
IMG_6758.jpg

“If you are sure of your facts, you should defend your position.”
Dr. Cecilia Payne-Gaposchkin

זי איז די אסטראנאמקע וואס האט די ערשטע געוואוזן די קעמיקעל קאמפּאזישאן פון די זון (אז ס׳איז אנדערש פון די וועלט; ס׳איז היידראדזשין און היליאום). און עס שטייט (שמות יז ב) ויהי ידיו אמונה [מלשון ״אמת״] עד בא ״השמש״.
דינסטאג מערץ 24, 2020 10:37 am#444204
אלע אנדערע וועקערס זענען אויף עמעזאן אויף ענגליש, הייסט'ס די פעידזש און מ'זוכט der veker נישט 'דער וועקער'. פארוואס האט זיך עס דא גע'ענדערט? איך ווייס אז דעמאלס איז נישט געווען מעגליך דאס צו טון אויף אידישער בוכשטאבן, אבער וואס האט אויסגעפעלט די טויש? ווען איינער זוכט דער וועקער, וועלן די אלטע נישט ארויף קומען.
דינסטאג מערץ 24, 2020 1:10 pm#444213
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלע אנדערע וועקערס זענען אויף עמעזאן אויף ענגליש, הייסט'ס די פעידזש און מ'זוכט der veker נישט 'דער וועקער'. פארוואס האט זיך עס דא גע'ענדערט? איך ווייס אז דעמאלס איז נישט געווען מעגליך דאס צו טון אויף אידישער בוכשטאבן, אבער וואס האט אויסגעפעלט די טויש? ווען איינער זוכט דער וועקער, וועלן די אלטע נישט ארויף קומען.

דאס איז א נייער פארלאנג פון KDP אז די נעמען פון די ביכער דארפן ווערן געשריבן אין דער אריגינעלער שפראך.
דינסטאג מערץ 24, 2020 1:12 pm#444215
צוליב דעם יעצטיגן מצב, זענען מיר נאך נישט קלאר צי און ווען און וויפיל מ'וועט פארקויפן דעם "וועקער" אין די געשעפטן. עצה טובה קמ"ל זיך נישט צו פארלאזן אויף די געשעפטן, נאר קויפן אויף עמעזאן.
m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m
דינסטאג מערץ 24, 2020 2:36 pm#444223
Re: אך טו
אט אט קומט צו נאך א רינגעלע צום קייט!

בילד




Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מערץ 24, 2020 3:17 pm#444224
איך האב דאונלאודעד די ערשטע פאר וועקערס מט די פלאן צו גיין על הסדר, למעשה האלט איך נאכנישט צו ווייט. איך וויל וויסן אויב עס איז ווערט צו גיין על הסדר, אדער קויפן יעצט די נייע און שפעטער צוריק גיין ווען די צייט וועט ערלויבן.

זענען דא ארטיקלען בהמשך, אדער קאלומס וואס שטייען אויף יסודות פון פריער?
דינסטאג מערץ 24, 2020 3:18 pm#444225
דא זענען מיינע

בילד
דינסטאג מערץ 24, 2020 3:43 pm#444227
איז דא א וועג עס צו באקומען אין ארץ ישראל?
דינסטאג מערץ 24, 2020 4:46 pm#444231
אגרות צפון האט געשריבן:איז דא א וועג עס צו באקומען אין ארץ ישראל?

לכאורה נישט, צום באדויערן.
דינסטאג מערץ 24, 2020 5:36 pm#444235
ביים לעצטן וועקער האבן מיר געמאכט א גורל אויף אינסטעגרעם, און אן ארץ ישראל'דיגער האט געוואנען.
אמאזאן האט עס דעליווערט אין 8 טאג. שיפינג האט געקאסט $3 מער ווי אין אמעריקא.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 2:08 pm#444345
הדסים האט געשריבן:איך האב דאונלאודעד די ערשטע פאר וועקערס מט די פלאן צו גיין על הסדר, למעשה האלט איך נאכנישט צו ווייט. איך וויל וויסן אויב עס איז ווערט צו גיין על הסדר, אדער קויפן יעצט די נייע און שפעטער צוריק גיין ווען די צייט וועט ערלויבן.

זענען דא ארטיקלען בהמשך, אדער קאלומס וואס שטייען אויף יסודות פון פריער?

איינער קען ביטע ענטפערן אויב עס האט אסאך שייכות מיט די פריערדיגע נומערן?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 2:32 pm#444346
Re: אך טו"ב לישראל! "וועקער" #17 וועט אי"ה ערשיינען בקרוב
הדסים האט געשריבן:איך האב דאונלאודעד די ערשטע פאר וועקערס מט די פלאן צו גיין על הסדר, למעשה האלט איך נאכנישט צו ווייט. איך וויל וויסן אויב עס איז ווערט צו גיין על הסדר, אדער קויפן יעצט די נייע און שפעטער צוריק גיין ווען די צייט וועט ערלויבן.

זענען דא ארטיקלען בהמשך, אדער קאלומס וואס שטייען אויף יסודות פון פריער?
די יעצטיגע וועקער האט קיין שייכות נישט צו די פריעדיגע, א חוץ די סעריע ״חכמות חיצוניות״ פון החכם @מיימון, וואס יעדע ארטיקל איז א זאך פאר זיך. לויפט און קויפט.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 5:29 pm#444352
אנגעקומען א טאג פרי. אמאזאן איז געשוקט.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 5:58 pm#444360
מיינס איז אויך אנגעקומען, די זעלבע טאג וואס מיין ווייב האט געוויזען סימפטומס, און זי דארף מיין הילף אין שטוב. וואס מיינסטו האב איך געטון?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:10 pm#444362
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיינס איז אויך אנגעקומען, די זעלבע טאג וואס מיין ווייב האט געוויזען סימפטומס, און זי דארף מיין הילף אין שטוב. וואס מיינסטו האב איך געטון?

זאג מיר נישט אז דו האסט געהאלפן דיין ווייב...!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:19 pm#444363
צפור בודד האט געשריבן:דא זענען מיינע

בילד


טובי' טעננבוים, שלום עליכם, דער וועקער...
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 9:39 pm#444382
אמת וצדק האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך האב דאונלאודעד די ערשטע פאר וועקערס מט די פלאן צו גיין על הסדר, למעשה האלט איך נאכנישט צו ווייט. איך וויל וויסן אויב עס איז ווערט צו גיין על הסדר, אדער קויפן יעצט די נייע און שפעטער צוריק גיין ווען די צייט וועט ערלויבן.

זענען דא ארטיקלען בהמשך, אדער קאלומס וואס שטייען אויף יסודות פון פריער?

די יעצטיגע וועקער האט קיין שייכות נישט צו די פריעדיגע, א חוץ די סעריע ״חכמות חיצוניות״ פון החכם @מיימון, וואס יעדע ארטיקל איז א זאך פאר זיך. לויפט און קויפט.

Thanks
זונטאג מערץ 29, 2020 1:55 pm#444582
פאר די וואס קענען נישט באשטעלן אויף עמעזאן, איז דער וועקער יעצט עוועילעבל אין א מספר מצומצם ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
אויב קענט איר קויפן אנליין, גייט נישט ארויס פון שטוב!
m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m
זונטאג מערץ 29, 2020 2:57 pm#444589
דורכגעליינט דעם שבת דעם וועקער מתחילתה ועד סופה, זאג נאר הרב עורך, איז מעגליך א הגדה של פסח מיטן פירוש פון מיימון? אדער אפשר מה נשתנה פון קטלא קניא? אדער אן עבדים היינו פון הרב טויבערמאן?

הערליכע אויסגאבע.
זונטאג מערץ 29, 2020 4:29 pm#444606
דער וועקער האט געשריבן:פאר די וואס קענען נישט באשטעלן אויף עמעזאן, איז דער וועקער יעצט עוועילעבל אין א מספר מצומצם ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
אויב קענט איר קויפן אנליין, גייט נישט ארויס פון שטוב!
https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/


די pile ביי טובי'ס ווערט קלענער..
מאנטאג מערץ 30, 2020 1:47 pm#444667
פאר די וואס קענען נישט באשטעלן אויף עמעזאן, איז דער וועקער יעצט עוועילעבל אין א מספר מצומצם ביים געשעפט אויף 34 נאָסטראַנד עוועניו, אין וויליאמסבורג.

אויב קענט איר קויפן אנליין, גייט נישט ארויס פון שטוב!
m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m