Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » א אידיש ווערטערבוך

א אידיש ווערטערבוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11696
דינסטאג אוגוסט 08, 2017 6:40 pm#381768
א אידיש ווערטערבוך
חשוב'ע שרייבערס,

איך וויל וויסן וואס איר מיינט וועגן דעם:
ווען ס'וואלט עקזיסטירט א ווערטערבוך, וואס טייטשט איבער פון אידיש אויף ענגליש, צי אפילו שווערע/זעלטענע אידישע ווערטער אויף פשוט אידיש -- און דווקא "אידיש", נישט "יידיש" -- וואלט מען דאס געניצט? איז דא בכלל א באדערפעניש פאר אזא מין זאך? אגב איך האב אינזינען אן אי-בוק צי א וועבזייטל, וואס מ'קען ניצן אויף א קאמפיוטער אדער סעלפאון, נישט פאפיר.

דאס בוך וואלט אריינגענומען דעם גראמאטישן מין פון סובסטאנטיוון (דער, די, דאס) און אנדערע וויכטיגע גראמאטישע אינפארמאציעס. איך קלער אז דער עולם וואלט געקענט אריינשיקן נייע ווערטער, אבער איינער אן אויטאריטעט (א פראפעסיאנעלער שרייבער) וואלט געדינט ווי דער רעדאקטאר וואס נעמט אן/בעסערט אויס די אריינגעשיקטע ווערטער.

דערווייל איז מיין פראגע בלויז היפאטעטיש.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:37 pm#382731
דיףף: ניין. דאס ענגלישע ווארט פאר באווייז איז..."Evidence"...!

מחייב ווערט איבערגעטייטשט ווי...Indict...Accuse...Obligate...!
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:32 pm#382734
berlbalaguleh האט געשריבן:דיףף:
מחייב ווערט איבערגעטייטשט ווי...Indict...
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:12 pm#382735
לאשיצער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:כ'קען נאר רעדן פאר מיר, און איך וואלט מיך מחיה געווען מיט אזא זאך.

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען

אגב, דאס אז וואס א. ראטה האט אין זיין ווערטער אוצר אויף דער ווארט "ערקלערן":
מסביר זיין, מפרש זיין, טייטשן, מבאר זיין, אויסלערנען, באצייכענען, מגדיר זיין, באשיידן, פותר זיין; שילדערן, פארשטעלן, באשרייבן, אפמאלן, אויס'משל'ען, אראפלייגן; אויסרופן, פראקלאמירן, מעלדן, מודיע זיין, צואוויסן טון, לאזן וויסן, מבשר זיין, באקאנט מאכן, פארעפנטליכן.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:21 pm#382736
berlbalaguleh האט געשריבן: והנה...איך זוך א אידיש דעפינישן פאר דעם ווארט אין ענגליש..."Indicative"...!

אפשר אנדייטונג, אדער כאראקטעריזירט, סימבאליזירט.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:57 pm#382744
איסר האיטלקי: דיינע דעפינישנס זענען גוט. נאר איך האב אן אנדער ווארט...איך ווילל טאקע הערן וואס דער עולם האט צו זאגן..."מאסגעבנד"...!
און אויף לשון הקודש (לשון התלמוד)...בנין אב...דאס הייסט עכט א פראטאטייפ..."Prototype"...און אויף עברית (מאדערן היברו) הייסט עס "אב טיפוס"...!

יעצט וועט קומען ---פון --- און ער וועט אויפווייזן אז בנין אב מיינט ניט אטע דאס...!
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 8:18 pm#382745
מאסגעבנד איז מער די מציאות הדברים, דער אפטייטש פון קראנט און באגלייבט. אידיקעטיוו איז אביסל מער ווי איך האב געשריבן, כנלע"ד.
מיטוואך יולי 11, 2018 11:51 pm#408554
און וואס איז מיט "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה?
מיטוואך יולי 11, 2018 11:59 pm#408557
לבי ובשרי: דער בוך איז נישט זייער שטארק בנמצא. איך האב עס ערגעץ געזעהן. אבער זיינע אפטייטשן און איבערזעצן גאנצע זאצן (טרענסלעיט'ן סענטענסעס) זענען מער אויפ'ן אידישיסטישן סטייל. און דאס איז נישט שטארק אינטרעסאנט פאר'ן היימישן עולם וואס רעדט אידיש...! דאס האט א פנים ווי ..."גוגל טרענסלעיט"...ס'איז ווי א גוף אן א נשמה...!
דאנערשטאג יולי 12, 2018 9:36 am#408576
ס'גאנץ גוט א. ראטה'ס בוך. ס'איז אבער ווייט פון א השלמה. קודם ס'פעלט זייער אסאך, און צווייטנס ס'איז זייער קורצזיכטיג לויט יענעמ'ס אייגענע שיטות, ווען אסאך מאל האלטן רוב שרייבער אנדערש.

ס'איז אזא מעלות סטייל שפראך.