Under maintenance
הויפט זייט » שרעקעדיגע מעשה אין עמי מאגאזין

שרעקעדיגע מעשה אין עמי מאגאזין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1175
זונטאג יולי 22, 2012 7:53 pm#27166
שרעקעדיגע מעשה אין עמי מאגאזין
ערשינען אין עמי פרשת פנחס
זונטאג יולי 22, 2012 7:54 pm#27167
אומלעהזבאר
זונטאג יולי 22, 2012 7:57 pm#27169
.
זונטאג יולי 22, 2012 7:57 pm#27170
אין אידיש:
א מעשה מיט א טעקסי דרייווער באשריבען פאריגע וואך אין די עמי מאגעזין:
פאריגע וואך זינטאג דריי מיידלעך וואס האבן פארברענגט א שבת אין די קעטצקילס זיכענדיג א וועג אהיים קיין מאנסי, זיי האבן געטראפען א נאמבער אין די קעטצקילס דירעקטארי פון א "היימישע יונגערמאן" קאללענדיג אים זענען זיי געווען צופרידען אז ער האט זיי געגעבן א ביליגע פרייז.

די מיידלעך האבן געווארט מיט געדילד ביי זייער האטעל אויפן קאר ווען די דרייווער איז אנגעקומען מיט זיין ווען, לאמיר אים רופען ברוך, האבן זיי זיך געפריידט ער האט אויסגעקוקט א היימישער, ער האט געהאלפען אריינלייגן די פעקלעך אין טראנק, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג.

נאך אפאר מינוט פארן האט ברוך אנגעהויבן שמיעסן, ער האט אנגעהויבן צו פארציילן ווי אזוי ער הייסט, זיין פארגאנגענהייט אז ער איז גיוועהן א יתום און נישט געהאט א נארמאלע שטוב, ווי אויך זיינע שוועריקייטן אין אידישקייט, די מיידלעך האבן זיך נישט געפיעלט באקוועם נאך דערצו ער האט זיי אנגעהויבן פרעגען פערזענדליכע פראגען, זיי האבן זיך געפרייט אז חאטשיק איז קיינער נישט אליין מיט אים.

ווי נאר מען איז ארויף אויפן הייוועי האט ברוך אנגעהויבן ספידן אריינכאפענדיג איין קאר נאכן צווייטען ווילדערהייט זיי האבן זיך אריינגעקלאפט איינער אינעם צווייטען, זיי האבן געטראכט צו זאגן אדער נישט אבער עס האט נישט אויסגעפעלט ווייל זיי האבן געזעהן א שעריף אינטערן קאר מיט בליטשקעדיגע לייטס זיי האבן געהאפט אז ער וועט כאפן א טיקעט און ער וועט פארן שטאטער.

צו זייער שאק אנשטאט זיך אפשטעלען אין די זייט איז ברוך ווייטער געפלויגען ״שטעל אפ״ האבן די מיידלעך געשריגען אבער ברוך האט זיך אויסגעלאכט איך גיי מיר נישט אפשטעלן פאר א פאליס קאר, אבער די קענסט אונז הארגענען האט איינע פון די מיידלעך זיך געבעטן, "שווייג שוין" געט ער א שריי, איך וויל נישט הערן מער קיין ווארט פון ענק.

די דערשראקענע מיידלעך האבן אנגעהויבן זאגן "שמע ישראל" נישט וויסענדיג וואס יעדע מינוט קען ברענגען און ברוך האט זיך אינטערגעהאלטן ווי די פאליס פליען אים נאך און אז די מיידלעך זיצען מיט די נשמה אין הענט ספידענדיג אויף 90 אויפן RT 17

דא האבן זיי שוין אנגעהויבן זאגן "וידוי״ זיך רישענדיג אז די קאר גייט אריינקראכן אין די געיט אדער אראפפאלן אין די זייט פונעם ראוד נאר א נס פון הימעל קען זיי ראטעווען.

פלוצלינג זעהען זיי לייטס בליטשקענען פארענט פון זיי די פאליס האט געבלאקט זייער קאר ברוך האט פראבירט צו אויסקראסן די פאליס אבער ער איז שוין נישט געווען און קאנטראל ער האט אנגעהויבן ספינען ביז עס האט זיך אפגעשטעלט מיט קוויטשערייען פון די רעדלעך.

ביז געציילטע סעקונדעס זענען ארויסגעקומען אפאר פאליס מיט אויסגעשטרעקטע גאנס זיי געבן אים א שלעפ ארויס מיט קייטלעך אויף די הענט און פאנגען אן אינטער זוכן די קאר.
עס האט גענומען אפאר מינוט ביז די מיידלעך האבן אנגעהויבן אטעמען אבער די טראמא איז נאכנישט פאריבער א שטרענגע שעריף קומט צו זיי, ענק האבן אן ID?
פון ווי קומט עטץ?
וואסערע ביזנעס האט עטץ מיט די מענטש?
פון ווי קענט עטץ אים?
פארוואס זענט עטץ געפארן מיט אים אין קאר?
די מיידלעך האבן אנגעהויבן מסביר זיין פארן שעריף אז זיי האבן געזוכט א וועג אהיים פון די קעטצקילס און ער איז געוועהן אדווערטייזד אין די לאקעל דירעקטארי פאר א טעקסי און ער איז געוועהן די ביליגסטע האבן זיי אים גענומען.

די שעריף אן ענפערן געט ער א זאג שטרענגערהייט געטס מיר אהער ענקערע רענצלעך, ער הייבט אן עפענען איינס נאכן צווייטען, די מיידלעך באטראכטען ווי זייערע זאכן פליען ארום אין די ווען, יעצט לאז מיר ענק זאגן זאגט די שעריף: און אמתין אריין וואלט איך ענק יעצט געדארט אררעסטירן, נאר איך האב רחמנות אויף ענק וואס עטץ האטס מיטגעמאכט די לעצטע שעה, עטץ זענטס מזל דיג אז עטס זענטס ארויס לעבעדיג פון די ווילדע פאליס טשעיס.

די מיידלעך האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטען נישט וויסענדיג צו וויינען אדער לאכן, עטץ ווייסט אז ענקער פריינטליכע דרייווער איז געוועהן אנגעדראגט, און אז ער האט און די קאר ווערט פון הונדערטער טויזענטער דאלער דראגס האט ער זיי געפרעגט, אנוויזענדיג אינטערן סיט א בעג מיט דראגס, מיר האבן מזל אז מיר האבן אים יעצט געכאפט פארן עס פארקויפן יעצט וועט ער זיצען א לאנגע צייט, און פאר ענק יונגע מיידלעך האף איך אז פון היינט און ווייטער וועט עטץ נישט נעמען א דרייווער פאר א קאר סערוויס אן וויסען וועלעכע קאמפאני עס איז. דאן האט די פאליס גערופען א פארלעסליכע קאר סערוויס פון קרית יואל (מאטיס קאר סערוויס) וואס האט זיי אפגעטראגן אהיים, אויפן וועג אהיים זענען די מיידלעך געוועהן צושאקעלט פון די מעשה, לויבענדיג די באשעפער אז זיי זענען ארויס לעבעדיג, און זיי האבן זיך פארגענומען מער נישט צו פארן מיט קיין פרעמדע מענטשן אפילו זיי קוקן אויס היימיש..!!
זונטאג יולי 22, 2012 8:00 pm#27172
אוי מיי גאד
זונטאג יולי 22, 2012 8:15 pm#27176
און די עיקר איז... נישט פארגעסן צו ניצן מאטי'ס קאר סערוויס...
זונטאג יולי 22, 2012 8:16 pm#27177
אוי געוואלד

אין ארור מדבק בברוך
זונטאג יולי 22, 2012 8:16 pm#27178
שיטה מקובצת האט געשריבן:און די עיקר איז... נישט פארגעסן צו ניצן מאטי'ס קאר סערוויס...

און צו קויפן עמי...
זונטאג יולי 22, 2012 8:19 pm#27180
און נישט פארן מיט קיין מיני ווען'ס.
זונטאג יולי 22, 2012 8:21 pm#27181
אבי גערעדט האט געשריבן:אין אידיש

וואונדערליך ווי שנעל דו האסט איבערגעטייפט די גאנצע מעשה אויף אידיש.
זונטאג יולי 22, 2012 8:26 pm#27184
ער איז דאך דער פותח האשכול פארשטייסט....
זונטאג יולי 22, 2012 8:29 pm#27185
שמואל הלוי האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:אין אידיש

וואונדערליך ווי שנעל דו האסט איבערגעטייפט די גאנצע מעשה אויף אידיש.

אפשר האב איך עס געהאט גרייט בעת׳ן עפענען די אשכול ?
זונטאג יולי 22, 2012 8:31 pm#27188
דאס איז זיין פוינט דו חכם איינער. פיין עמער וויסן צו נוטצן מאטי'ס קאר סערוויס נאטינג ראנג.
זונטאג יולי 22, 2012 8:37 pm#27190
האמת אגיד אז כ׳האב ניטאמאל דורכגעליינט די מעשה בעפאר איך האב עס דא ארויפגעלייגט, איך האב עס באקומען אין אישי אין גלייך דא ארויפגעלייגט (זעענדיג אז ס׳איז פיינע סחורה)

אין ס׳איז טאקע ערווארטעט פון אלע מעמבערס אין צוקניפטיגע מעמבערס, אז ווי נאר זיי האבן א זאפטיג שטיקל, די ערשטע זאך, נאך פארן פארווערדן צו סיי וועם, קודם לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל
זונטאג יולי 22, 2012 8:39 pm#27193
מע דארף פארן מיט איינעם פארלעסלעך. סע דא גענוג היימישע אינגעלייט וואס זענען נישט עפיליעטעד מיט קיין קאמפאני און זענען זייער גוט. אויב סע דא איין דראג סוחר איז נישט קיין ראי׳ אויף קיינעם.

בכלל מאכט נישט קיין סענס די מעשה, א דראג סוחר איז געווענלעך נישט קיין טעקסי דרייווער...

Nice try, mottis
זונטאג יולי 22, 2012 8:44 pm#27197
ידען האט געשריבן:מע דארף פארן מיט איינעם פארלעסלעך. סע דא גענוג היימישע אינגעלייט וואס זענען נישט עפיליעטעד מיט קיין קאמפאני און זענען זייער גוט. אויב סע דא איין דראג סוחר איז נישט קיין ראי׳ אויף קיינעם.

בכלל מאכט נישט קיין סענס די מעשה, א דראג סוחר איז געווענלעך נישט קיין טעקסי דרייווער...

Nice try, mottis

ידען, congradulations ביסט נארוואס געוואר געווארן א נייע זאך, אז א קאר סערוויס דרייווער, אפילו א היימישער קען זיין א דראג דילער! אז בחורים דרייוון שבת גלייבסטו יא? (עיין אשכול של עקסידענט שבת אויפן BQE(
זונטאג יולי 22, 2012 8:48 pm#27198
אגב, איז לעצטנס געווען א קאר סערוויס דרייווער וואס האט ארעסטירט זיינע פאסאזשירן מיט פאלשע אדער האלב פאלשע בלבולים, עס איז דא אסאך מעשיות וואס מ׳קען דערציילן איבער ״היימישע״ קאר סערוויס, נאר ר׳ ישראל לאזט נישט (קאווע שטיבל saying)
זונטאג יולי 22, 2012 8:50 pm#27200
ישר כח פארן ארויפלייגן די מעשה.

לגופו של ענין די מעשה מאכט נישט צופיל סענס, ער פאנגט אן מיטן הינטן אז ער איז נישט ארנטליך, פירט זיך אויף און רעדט פראסט און פריוואטע זאכן מיט מיידלעך און ענדיגט מיט א פאליס טשעיס.....

חוץ מזה, א פאליס טשעיס ביינונז אויפן 17 און קיין איין באפפער רעפארט עס נישט.

עס הערט זיך פיקטיוו.  
זונטאג יולי 22, 2012 8:53 pm#27201
איך ווייס נישט וואס די ווילסט איך ווייס פון א יונגערמאן פון ק"י, וואס מאכט לאנג-דיסטנ'ס טריפ'ס, וואס איינע פון מיינע חברים איז געפארן מיט אים, ער איז געווען ביטערליך מיד און צום סוף איינגעשלאפן, און די קאר האט זיך איבערגעדרייט, בקיצור פאליציי האט געטראפן אין די זייט פון די ראוד 30 טויזנט דולר קעש, דאס איז נישט פלוצלינג אהין געפלויגן..... יענער האט געלייקנט שטיין און ביין, שפעטער האט איך זיך נאכגעפרעגט אויף יענעם האט איך צאמגעהערט זיינע מעשים טובים, אז ער איז אויף דראג'ס, און האנדלט דערמיט....
זונטאג יולי 22, 2012 9:12 pm#27207
גאנץ גוט. דראג הענדלער אלץ קאר סערוויס דרייווער.

מיין טעות איז מסתם אז כאב אלץ געוויסט אז ווער סע האנדעלט מיט דראגס מאכט געניג געלט און יעצט ווערעך געוואר אז זיי האבן נישט גענוג מיט וואס שבת צו מאכן און דארפן נאך מאכן קאר סערוויס טריפס וואס איז זייער א שוואכע באצאלטע ארבעט.
זונטאג יולי 22, 2012 9:17 pm#27209
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ישר כח פארן ארויפלייגן די מעשה.

לגופו של ענין די מעשה מאכט נישט צופיל סענס, ער פאנגט אן מיטן הינטן אז ער איז נישט ארנטליך, פירט זיך אויף און רעדט פראסט און פריוואטע זאכן מיט מיידלעך און ענדיגט מיט א פאליס טשעיס.....

חוץ מזה, א פאליס טשעיס ביינונז אויפן 17 און קיין איין באפפער רעפארט עס נישט.

עס הערט זיך פיקטיוו.  

דערפאר האט ער עס אראפגעשריבן
זונטאג יולי 22, 2012 9:25 pm#27214
ידען האט געשריבן:גאנץ גוט. דראג הענדלער אלץ קאר סערוויס דרייווער.

מיין טעות איז מסתם אז כאב אלץ געוויסט אז ווער סע האנדעלט מיט דראגס מאכט געניג געלט און יעצט ווערעך געוואר אז זיי האבן נישט גענוג מיט וואס שבת צו מאכן און דארפן נאך מאכן קאר סערוויס טריפס וואס איז זייער א שוואכע באצאלטע ארבעט.

זיי שטעלן זיך אהער אלס קאר סערוויס דרייווער פאר א כסות עינים צו פארדעקן די מעשים תעתועים.
זונטאג יולי 22, 2012 9:40 pm#27224
זיי מוזן אבער נישט דרייווען מיידלעך, און זיכער נישט עדווערטייזען, נאר איינרעדן זייערע חברים אין שיל אז דאס טיען זיי.
זונטאג יולי 22, 2012 9:46 pm#27229
ידען האט געשריבן:זיי מוזן אבער נישט דרייווען מיידלעך, און זיכער נישט עדווערטייזען, נאר איינרעדן זייערע חברים אין שיל אז דאס טיען זיי.

זיי מוזן טאקע נישט, זיי קענען פונקט אזוי דרייוון מענער, נאר פרצופאל אין דעם ספעציפישן פאל זענען מיידלעך געווען די קאנסומערס. אבער למען האמת קען אפשר זיין אז ער האט דייקא יא געזוכט דירעקט מיידלעך ווייל די חברה זענען געווענדליך אויך נישט פון די איידעלסטע סארט טיפ, אזוי ווי דער חברה מאן האט טאקע גערעדט מיאוס צו זיי, און געפרעגט פערזענליכע שאלות וד"ל.
זונטאג יולי 22, 2012 10:03 pm#27236
איך ווייס פון א ענליכע מעשה, ווי א א "היימישער" דרייווער האט פראבירט צו מאכען א קאליקע פון א מיידל צווישען די קאנטריס און וומסב"ג,

רופט נישט קיין "היימישער" דרייווער, פארט מיט די באס, אדער זאלען עלטערן מיט פארען,
זונטאג יולי 22, 2012 10:54 pm#27262
איז עס נאר איך וואס האט א שלעכטן בליק איבער ״עמי מאגאזין״? לאו דוקא לגבי אידישע השקפה

(אנטשולדיגט פארן אריינפירן דא אינמיטן אשכול אבער לעת עתה האב איך נישט גענוג סחורה אנצוהייבן א פרישן אשכול.)
זונטאג יולי 22, 2012 10:55 pm#27263
ניין. איך בין מיט דיר.
זונטאג יולי 22, 2012 10:55 pm#27264
איך גלייך נישט עמי צוליב זיין אפארטוניסטישער צוגאנג.
זונטאג יולי 22, 2012 10:57 pm#27265
טעלעפאן האט געשריבן:איז עס נאר איך וואס האט א שלעכטן בליק איבער ״עמי מאגאזין״? לאו דוקא לגבי אידישע השקפה

(אנטשולדיגט פארן אריינפירן דא אינמיטן אשכול אבער לעת עתה האב איך נישט גענוג סחורה אנצוהייבן א פרישן אשכול.)

איך האב אויך א שלעכטע בליק אויף זיי. למשל די וואך האבן זיי אריינגעשטעלט בריוון וואס מענטשן האבן געשיקט צו משפחת קלעצקי נאכדעם וואס לייבי ע"ה איז אומגעקומען. זיי האבן אריינגעשטעלט די כתבי יד פון מענטשן, נאר האבן ארויפגעלייגט א שווארצע פּאַס אויף די נעמען אז מ'זאל נישט קענען זעהן די נעמען. די פראבלעם איז נאר אז מ'קען געהעריג ליינען אלע נעמען! ביי איין בריוו למשל שרייבט א 12 יעריגע אינגעל אז ער האט זיך אונטערגענומען מער נישט אויסצוהערן גויאישע מוזיק לע"נ לייבי, און מ'קען געהעריג לייענען די נאמען פון דעם אינגעל. דאס איז א שרעקליכע אומ'אחריות.
מאנטאג יולי 23, 2012 12:16 am#27286
קלאסישע סענטימענטאלע מעשה געשאפן און געזויגן פון פינגער פאר "עמי" מעגעזין!
מאנטאג יולי 23, 2012 1:42 am#27307
איך פלעג עס קויפן ביז איך האב איינגעזעהן אז זיי זענען גיפערליך בייעסד און האבן נישט קיין שום גדרים, אחוץ די איבעריגע פראבלעמען... אשאד אשאד

ווי מיין חבר האט געזאגט; משפחה וויל דערנענטערן דעם גוי צום איד, עמי וויל דערנענטערן דעם איד צום גוי, והבן
מאנטאג יולי 23, 2012 10:30 am#27359
מיט יארען ציריק האט א גוישע טעקסי דרייווער מאנס געוען א היימישע מיידעל א טאכטער פין א באוויסטע רב אויפען ועג אהיים פין א חתינה והדברים ידועים = זי האט פיין חתינה געהאט אין מאכט שוין היינט חתינה די קונדער
אויב סקען געשען ביי א גוישע טעקסי דרייוער קענעס געשען אויך ביי א יודישע
מאנטאג יולי 23, 2012 11:08 am#27370
חוץ פון דעם וואס עמי האט ליעב סענזאציע, קען זיין אז די מעשה איז דירעקט אנגעפלאנצט געווארן כדי צו פארדרייען א רינון פון שמוץ צו דראגס. והדברים עתיקין.
מאנטאג יולי 23, 2012 11:16 am#27373
קרעקער האט געשריבן:מיט יארען ציריק האט א גוישע טעקסי דרייווער מאנס געוען א היימישע מיידעל א טאכטער פין א באוויסטע רב אויפען ועג אהיים פין א חתינה והדברים ידועים = זי האט פיין חתינה געהאט אין מאכט שוין היינט חתינה די קונדער
אויב סקען געשען ביי א גוישע טעקסי דרייוער קענעס געשען אויך ביי א יודישע

אתמהה?
מאנטאג יולי 23, 2012 12:55 pm#27413
אבי גערעדט האט געשריבן:האמת אגיד אז כ׳האב ניטאמאל דורכגעליינט די מעשה בעפאר איך האב עס דא ארויפגעלייגט, איך האב עס באקומען אין אישי אין גלייך דא ארויפגעלייגט (זעענדיג אז ס׳איז פיינע סחורה)

אין ס׳איז טאקע ערווארטעט פון אלע מעמבערס אין צוקניפטיגע מעמבערס, אז ווי נאר זיי האבן א זאפטיג שטיקל, די ערשטע זאך, נאך פארן פארווערדן צו סיי וועם, קודם לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל

This proves a lot of things 1of them is "al tudin es chaveichoo vch'l "
מאנטאג יולי 23, 2012 1:36 pm#27426
געויסע היימישע האבען א אגענדע אראפציברענגען די היימישע ציבור אז סאיז דא רעיפ דראגס אין אנדערע אנשוקענושען
מאנטאג יולי 23, 2012 1:39 pm#27428
i just search for such a story by the ny state police and and nothing like this story have found
... its probobly the ami that forgot to write that its a fiction story
מאנטאג יולי 23, 2012 1:56 pm#27441
א דאנק. דאס הייסט "אריינגעטראכט"!

יעצט שפיר איך בעסער.

בואכם לשלום.!!
מאנטאג יולי 23, 2012 2:00 pm#27444
די מעשה איז 100 % קאנפירעמד, הגם נישט אלע פרטים פון עמי זענען פונקטליך, די נעמען אין פרטים זענען דא, אבער איז געהיים
מאנטאג יולי 23, 2012 2:21 pm#27459
אבי גערעדט האט געשריבן:די מעשה איז 100 % קאנפירעמד, הגם נישט אלע פרטים פון עמי זענען פונקטליך, די נעמען אין פרטים זענען דא, אבער איז געהיים

ביי די פאליס דעפארטמענט איז נישט דא קיין געהיים
מאנטאג יולי 23, 2012 2:30 pm#27463
ווען אזא מעשה וואלט געשען וואלט די רעקארד געהאט א לאנגס און ברייטס פון די רעביי וואס האנדעלט מיט דראגס.
מאנטאג יולי 23, 2012 3:28 pm#27480
ידען האט געשריבן:ווען אזא מעשה וואלט געשען וואלט די רעקארד געהאט א לאנגס און ברייטס פון די רעביי וואס האנדעלט מיט דראגס.

און אין קאווע שטיבל וואלט מען געשוימט אקעגן די "סיסטעם".... :mrgreen:
מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:04 pm#33925
די וואך איז די מעשה ערשינען אין ״דער בלאט״ אונטערן קאלום ״ביי מיר האט עס פאסירט״. פארשטייט זיך אז אנשטאט מיידלעך איז געשטאנען בחורים.

דער בלאט ענדיגט צו אז דער לייענער האט געשיקט די מעשה צו עטליכע אויסגאבעס

הפנים דער בלאט און עמי זענען די צוויי אויסגאבעס וואס קענען שרייבן אזא געשיכטע
מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:41 pm#33952
די מעשה שטימט נישט מיט קיין בחורים,

בחורים איז נישט מאדנע צו פרעגן וואו זיי לערנען, און בחורים פילן זיך נישט אומבאקוועם ווען מען קוקט זייער וועש .....
הפנים, דאס טוישן פון מיידלעך צו בחורים איז א חלק פונעם אכשר דרא .....
מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:53 pm#33954
און בלאט איז געשטאנען אז עס איז געשען זונטאג נאך שבת נחמו.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:38 am#34021
נעבעך. אזוי זעהט אויס א בלאט לייענער...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:40 am#34022
עס ווערט רעפארטעד אין אייוועלט:
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=18009 m
--
שוין זר האט מיך אויסגעכאפט, און נאך מיט א בלאט ספין...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:44 am#34023
מיינסט צו זאגן מיט'ן בלאט'ס ספין
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:58 am#34029
אייוועלט ליקט עס צו קאווע שטיבעל
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... b0#p597636 m
לאמיר שטיין ביי די זייט און צוקוקען ווי לאנג עס גייט נעמען ביז'ן מעקן.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:46 am#34038
דער בלאט לייענער באשולדיגט יעצט עמי....
א בלאט לייענער האט כאראקטעריסטיקס... ס'עמעזינג!!