Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אוי די רשעות!

קאווע שטיבל • אוי די רשעות!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11848
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:50 am#384002
אוי די רשעות!
אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.

איך האב לעצטנס געהערט פון א אינגערמאן וואס ער איז אריבער, און ווי ער ציטערט וואס ס'ערווארט אים היי יאר. ער האט מיר דערציילט דעטאלן, כ'האב שטילערהייט געווישט מיינע טרערן, ער האט זיך אבער שוין נישט געשעמט, קוקט אויס ער איז שוין געוואוינט צו וויינען דערויף, כ'האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן אן ערוואקסענעם אזוי וויינען, כ'האב נישט געוואוסט וואו צו פלאצירן מיינע אויגן, וואו כ'האב נאר געקוקט איז עס מיר געווען אומבאקוועם, דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגן פאר זיין צער, און די אויער האט מיר געגרידזשעט ווען כ'האב געהערט ווי ער איז מקנא א חבר אונזערע וואס האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא...

ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.

אוודאי ווערט עס ע"פ רוב נישט געטוהן צו דעם גרויסן מויל מאכער, אדער צו דעם פאפולערן אינגערמאן, פון זיי שטייט מען ווייט. געווענליך נעמט מען זיך צו די איידעלע שטילע חברה וואס מאכן נישט צופיל נויז, זיי פירן נישט קיין גרויסע קופקעס, זיי וועלן זיך שעמען אויסצופויקן יעדע פרט וואס האט פאסירט צו זיי, אט די ווערן א ציל ברעט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'הערט נישט דערפון אזוי אפט. אבער די געשיכטעס וואס מ'הערט יא זענען האר-אויפשטעלנד, אז איר וועט עס נישט הערן פון דעם בעל מעשה אליין וועט איר ניטאמאל גלייבן אז אין 2017 קען נאך אזוינס פאסירן, און אז דער וואס טוט דאס פאררופט זיך אלץ אן ארטאדאקסישער איד! כ'שרייב מער נישט ווי יא, די מעשיות וואס מ'הערט קען קראנק מאכן א מענטש.

ווי דער אינגערמאן דערציילט מיר, האט ער נאך קיינמאל נישט געזעהן זיין אידענע אזוי צוקלאפט, און ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געפילט אזוי אנ-עקסעפטעד, און נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט אזא שווערע תקופה אין זיין לעבן. ער זאגט מיר אז ווען מ'נעמט נישט אן א בחור אין א ישיבה איז עס נישט האלב אזויפיל צער און דערנידערונג פאר'ן מענטש ווי פאר א טאטע וואס מ'ווארפט זיך מיט זיינע קינדער וואס ער פלאגט זיך צו ערציען, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

מ'רעדט פון א ראש המשפחה וואס פלאגט זיך אראפצולייגן ברויט אויפ'ן טיש, א באפארעטע מאמע מיט א פולע שטוב קע"ה, ביידע פארנומען מבוקר עד הערב, מ'פרובירט דאס בעסטע אלעס ארום זאל זיין פרייליך איינגענעם, אלע קינדער זאלן באקומען די אטענשאן וואס זיי דארפן, דער טאטע באהאלט די דאגת הפרנסה, ער וויל דאך ווייזן א פרייליך פנים פאר די קינדער, כאטש ער קען נישט אויפהערן טראכטן דערפון, די מאמע פארווישט די אויגן פון אירע שלאפלאזע נעכט, אלעס פרובירט מען דורכצושטופן, כדי די קינדער זאלן האבן דאס בעסטע.... און בום, עפעס א נואף האט אפגעמאכט אז עפעס איז נישט בסדר מיט די שטוב, מ'גייט זיי מסדר זיין, און אלעס הייבט אן גיין בארג אראפ. פון דעם דיין אין די קהילה ביז דער מנהל המוסד מיט נאך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים, אלעס איז איינגעשפאנט אין א מערכה אקעגן א הילפלאזן אינגערמאן און זיין שטוב.

אין די גאס הערשט א געפילדער, מ'קויפט איין סקול סופלייס, קליידונג, א.א.וו. אבער קינדער פון די משפחה זיצן הערמעטיש פארשפארט אינדערהיים, נישטא קיין סיבה איינצוקויפן אויב ווייסט מען נאך נישט די צוקונפט. די עלטערע קינדער פארבייסן זיך די ליפן, די יונגערע פרעגן קשיות אויף וואס ס'קומט נישט קיין ענטפער, דא-דארט רופט א חבר'טע און פרעגט ביי די קינדער וואס זיי האבן שוין געקויפט, אבער דאס קינד ווייסט נישט וויאזוי פטור צו ווערן פון די שאלה, די מאמע דרייט זיך ארום מיט רויטע אויגן, די טאטע מיידט אויס זיין אינדערהיים, ער מאכט זיכער אנצוברענגען דעם טאג צווישן ארבעט/קאר/שול, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן און וואס צו ענטפערן.

ווען שוין יא אינדערהיים, קוקן זיך מאן און ווייב אן מיט אזא ווייטאגליכע אומפארענטפערטע מינע, וואס איז שלעכט מיט אונזער שטוב, וואס זענען מיר ווייניגער פון יעדעם אין די מוסד, מיט וואס איז דער און יענער וואס טוט די ערגסטע זאכן בעסער פון אונז, ווייל ער האט אפאר דאללער און אונז נישט, פארוואס דארפן אונזערע קינדער ליידן.... ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'וויל פון זיי וואלטן זיי שוין לאנג אלעס געטוהן דאס אויסצומיידן, אבער גיי ווייס וואס די חברה ווילן, רוב מאל ווייסן זיי אליין נישט. דאס שטוב גייט חרוב, און ס'מאכט חרוב דעם מענטש, אין רוב פעלער שעמט מען זיך ארומצוגיין פארציילן, קיינער וויל נישט זיין לשיחה בפי הבריות אז יעדער זאל נאך שמועסן דערפון אויך.

די גאנצע משוגעת/רשעות, אדער אין אמת'ן ווארט "חאזעריי/פעדאפיליע", האט זיך אנגעהויבן די לעצטע פאר יאר, בעפאר דעם איז געווען גוט פאר די מוסדות דעם איינצעלן פאקט אז ס'איז דא צוויי עלטערן וואס ביידע זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן באקומען א היימישע חינוך, דאס איז געווען א גענוג גוטע סיבה אנצונעמען סיי וועם אין די מוסדות, און ארויסגעבן שיינע פירות. ביז עטליכע רשעים, בלוט זויגערס, און אין אסאך פעלער חזירים וואס גלייכן צו קומען אין בארירונג און מצער זיין פרויען, האבן זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל, און ליידער קומט פאר דאס וואס ס'קומט פאר.

אונזערע קינדער גייען ניטאמאל גלייבן אז אמאל איז נישט געווען די סארט רשעות, און קיינער האט נישט געהאט קיין רעכט צו טוהן אזא זאך, זיי גייען אונז נישט מוחל זיין אז מיר האבן דאס צוגעלאזט, און ליידער גייען מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אונזערע קינדער און אייניקלעך גייען זיך האבן א פרישע שוועריגקייט מיט וואס זיך צו ספראווען יערליך אין זייער לעבן. קיינער זאל נישט זאגן שלום עלי נפשי, ווייל לויט ווי ס'פארט יעצט, און לויט ווי די וועלט גייט, ערווארט יעדן באזונדער א שווער פעקל אינעם עתיד, אויב נישט ביי די קינדער דאן ביי די אייניקלעך, אונז וועל מיר נאך אלע זיך אליין פרעגן פארוואס מיר האבן עס נישט אליין אפגעשטעלט.

אז מ'טראכט אריין איז דאס מעגליך נישט מער ווי א סעקסואלע באפרידיגונג פאר די פאר חזירים/אכזריים, ס'איז פשוט אז זיי האבן עפעס א מין תאוה פאר דיקטאטורישקייט, דאמינירן אנדערע, ובפרט צו אונטערדרוקן פרויען אדער פארפעלקער, דאס איז א פארדארבענע נאטור זייערע פון וואס מיר דארפן ליידן, די הנאה וואס זיי האבן ווען זיי קענען מצער זיין א מאן און ווייב איז פיל שטערקער ווי דער פאקט אז זייערע נאנטע האלטן זיי פאר אויף די אומרעכט וואס זיי טוען. איך אנטשולדיג זיך אויב מיין שפראך איז נישט שיין, אבער דאס איז גאנץ מעגליך די ריינע סיבה דערפון. (און פון דעם נעמט זיך אויך לכאורה די איינזייטיגע תקנה אז נאר מענער מעגן האבן סמארטפאונס משא"כ ביי פרויען איז עס אסור אפילו מיטן בעסטן פילטער, איר וועט נאר פרעגן סיי וועלכן פסיכאלאג אדער קלוגער מענטש וואס ס'גייט דורך אין די מח פון איימיצן וואס מאכט אזא תקנה, וועט ער אייך זאגן גענוי ווי מיר האבן יעצט געשריבן און נאך מער, די לשונות וועלן נאר זיין אסאך אומאיידעלער.)

אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:37 pm#384005
וויינטס, ברידערלעך, וויינטס. די וואס וויינען נישט זענען נאר אזעלכע וועלכע האבן עס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט. אבער מיט דעם מהלך ווי עס פארט איז קלאר אז די חברה וועלן איין טאג אנקומען צו דיר אויך, און אויב נישט צו דיר, וועלן זיי צאפן די בלוט פון דיינע קינדער. דו מיינסט אז דו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין אזוי "פּערפעקט" עד סוף כל הדורות? ווען דיין אייניקל'ס בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן, וועט ער וויסן אז זיין זיידע איז געווען פון די וואס האבן פארטיידיגט די רשעות פון די מוסדות, און מיט א צינישקייט האט ער מיטגעזינגען דעם גיהנום-ליד, "אז ס'געפעלט דיך נישט, קענסטו זיך גיין פון דא."
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:46 pm#384006
נורא נוראות!

קענענדיג מענטשן פון די נאנט וואס גייען דאס אדורך, קען איך נישט מער ווי מסכים זיין אויף יעדן ווארט, און מיטוויינען מיט די צער פון די אומשולדיגע עלטערן!!

מיט עטליכע יארן צוריק - נישט אזוי לאנג, האט מען באקומען סוף יאר א צעטל אויפ'ן פאסט מיט די באלאנס, און ווען מען האט דאס מסדר געווען (אפילו מיט העד טשעקס וכדו') איז געווען הכל על מקומו בשלום, מען האט ערהאלטן אן איינטריט קארטל און די באן איז געפארן ווייטער.

אוי מה הי' לנו אין לי לעצטערע יארן. דער "ימים נוראים" האט באקומען א נייע באדייט. "זוחלים ורועדים מיום בואך", אבער נישט סתם. אלע עלטערן זיצן אנגעצויגן, פון חודש אלול ציטערן זיי אינאיינעם מיט די פיש, ווער ווייסט וועלכע טייוולאנישע גזירות קומען אויף צום נייעם יאר, וואס נאך גייט מען אלס אסר'ן, זיי רייסן איין י"ג מדות ביי סליחות "שתצילנו מכל גזירות קשות ואכזריות"...

לו יהא אז מען נעמט שוין יא אן די קינדערלעך, וויפיל גיי איך (דער טאטע און די מאמע) מוזן סעקריפייסן דערפאר! מען מוז אדורכגיין שרעקליכע דעגראדירענדע אויספארשונגען, אלע פריוואטע זאכן, פונעם וועד משמרת הצניעות ביז'ן וועד משמרת הטעכנאלאגיע, צענדליגער רולס וואס ווערן נתרבה און נתחדש מדי שנה בשנה ווי מען ווערט פרומער פון איין יאר צום צווייטן אן קיין גבולים, ווער רעדט נאך אז די שכר לימוד גייט דראסטיש ארויף, און די חברה ביים שיסל זענען אייזערנע עקשנים, אלעס דארף זיין אויסגעצאלט עד פ"א בעפאר דער נייער יאר הייבט זיך אן, נישטא קיין מאנ(ק)י ביזנעס, עס העלפט נישט קיין טרערן אז מען זינקט ליידער אליינס אין חובות בפרט יעצט ערב יו"ט.

די עלטערן שפירן זיך ווינציגער ווי 2 צענט, סיי מיט די הנהלה גשמי און סיי די הנהלה רוחני, מוזט אונטערשרייבן צעטלעך און פארמ'ס ווי א קליין אינגאלע אז דו נעמסט זיך אונטער צוצושטעלן צו אלע משוגעת'ן וואס פאלט ביי פאר די הנהלת המוסדות, נאו קוועסטשנס עסקד... די קינדער ווייסן ניטעמאל ווי זייערע עלטערן ווערן דערנידערט עד לעפר פאר זייער טובה וועגן..

און דאס אלעס איז נאך ביי די "גליקליכע" עלטערן, וועלכע טוען אלעס "גערן" לטובת די דורות... די אומגליקליכע עלטערן פארדינען דאס אויך נישט. נישט קיין צווייטן שאנס און ניטעמאל קיין ערשטן שאנס. גיי דיר ערגעץ אנדערש. איך האב נישט קיין פלאץ פאר דיינע קינדער, מאיזה סיבה שהוא. קום זיך בעטן, קום וויינען, אלעס פאלט ווי אויף טויבע אויערן. שערי דמעות איז שוין פולקאם ננעלו. עס רעדט שוין נישט צו די הארצלאזע מענטשן.

מען דארף מטכס עצה זיין. עפעס מוז געטון ווערן לטובתינו ולטובת בנינו. עס קען נישט און טאר נישט ווייטער אזוי אנגיין. ווער ווייסט וואספארא חרון אף די טרערן איז גורם אין הימל. דארטן איז דאך שערי דמעות לא ננעלו. דער רבש"ע איז א שומע קול בכיות. ווי קענען זיך די אנגעפאשעטע מנהלים שטעלן צום משפט אינעם יום הדין און פארלאנגען רחמנות פון באשעפער פאר זיך און זיינע קינדער אויב ער טוט נישט דאס זעלביגע פאר אנדערע אידן בעת צרתם, ער איז זיך נישט נוהג במדותיו של מקום.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:09 pm#384007
Re: אוי די רשעות!
@שלום שטיסל; דיינע ווערטער זענען הארץ רייסענד, און ליידער ביטער אמת, דע מנהלים/וועד ההור(ג)ים וואס געבן זיך אפ מיט די סארט רשעות, קען מען באמת אנרופן "שוחטי ילדים", ליידער האב איך עס מיטגעהאלטן פון די נאענט, האסט גארנישט מגזם געווען, אויב עפעס האסטו גאר ווייניג געזאגט. דאס איז אלעס א חלק פונעם "וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון" וואס אינז בעטן יעדן ראש השנה וואס דאס זאל שוין אינטערגיין.

כ'שפיר געפערליך שלעכט פאר יענעם און פאר סיי ווער ס'גייט דורך דאס זעלביגע. ס'ממש א שרעק.

שלום; כ'מיין אז אינעם קומענדיגן וועקער, וואלט ווען אזא גוטע שרייבער ווי דו אדער אנדערע, געדארפט פענען אן ארטיקל וואס זאל אויפשטורעמען יעדער וואס האט א הארץ, און ס'זאל זיין גראב געשריבן נישט שוינען קיין ווערטער, ס'זאל מאכן איבלן יעדען מענטש איש ואשה וואס האט נאר עפעס מענטשליכע געפילן, ס'זאל מאכן אומבאקוועם די אלע וואס דרייען זיך ארום מיט רויטע בלוטיגע פארשמירטע הענט, די אלע וואס האבן א חלק אין די רציחות.

פינקט אזוי ווי א ב"ד וואס האט געהרגט מער פון איינמאל אין זיבעציג יאר, האט געהאט בושות, זאלן די מוסדות אנפירערס וואס הארגענן מער פון זיבעציג אין איין יאר האבן מער פון זיבעציג מאל אזויפיל בושות, זאלן זיי זיצן איינגעשפארט אינדערהיים פאר בושות, זאלן זיי פילן אראפגעקוקט ווי אימער זיי דרייען זיך, זאלן זיי שפירן ווי רוצחים און פעדעפיילערס, וואס אנטלויפן פון זייער אייגענעם שאטן.

זאל זיך שוין גאט מרחם זיין, אבער לויט ווי ס'קוקט אויס וויל גאט אז אינז זאלן עפענן דעם פתח של מחט, היות אינז האמער עס אליין פארמאכט אן זיין גוטהייסונג, ווי אזוי שטייט דארט ביי די סממני הקטורת, אז דער חלבנה מוז אויך זיין א חלק פון צאל, אן דעם איז די קטורת פסול, אבער דא רעדט מען ניטאמאל פון קיין חלבנה, מ'רעדט פון טייערע זיסע לעכטיגע נשמות, ניטאמאל קיין צוואנציג יאר אלט, אפילו גאט שטראפט נישט, וואס דארפן זיי זיין פרומער פון גאט??
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:55 pm#384013
און אפשר איז שוין טאקע צייט צו גיין פון דא???

נישט אז איך פארטיידיג די רשעות אבער איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן וויינען און זיך נעמען טהון למעשה. אנשטאט צו פרובירן פאררעכטן אן אלטן פארפוילטן קארופטירטן סיסטעם זאל מען זיך נעמען בויען נייע סיסטעמען.
איטס אלל אין די מיינד, באמת איז נישטא קיין רשעות, קיין געצוואונגעכץ, קיינער האלט אונז נישט פארקנעכטעט. אחוץ אונז אליינס. אונזער מיינדסעט איז סטאק אינעם נארישן שידוכים סיסטעם אזש מ'האט מורא פון טראכטן נארמאל מיט לאגיק. מ'דארף ריסעטטן די מוחות איינמאל פאר אלעמאל. ס'איז גרינגער ווי מ'מיינט. נאך אפאר יאר און דא וועט מען לאכן. אונזער קינדער וועלן דארפן האקן קאפט אין וואנט צו פארשטיין די אשכולות. אונז וועל מיר האבן א הארד טיים עקספלעינען אונזערע קינדער וואס אונזער פראבלעם איז געווען. אוי ווי מיר וועלן זיך שעמען.

אט אזוי ווי מ'קוק מיר אויס!
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:10 pm#384017
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל.

די דארפט אנקומען צו זיי, און זיי דארפן נישט אנקומען צו דיר...זיי זענען זיך מכין אויפן דער און אויף דיין ווייב אינאיינעם, אין פולן זונען ווארט....
דאס איז דער אלגעמיינע אורזאך פארוואס דער אלגעמיינער מענטשהייט האט נאכנישט באווארפן די שוחטי ילדים, די קאניבאלן מיט שטיינער וואס שיקן באלד אין פונסטערן גייהינום אריין.

וואס מ'קען ווירקליך יא טאן איז ווי פאלגענד:

אין אלגעמיין ווילן די דאזיגע שוחטי ילדים הייסן שיינע אידן, מאנכע פון זיי ווילן זיך נאך אראפגעבן ווי בעלי חסד....אומגלויבליך.....

מ'דארף מאכן א שווארצע ליסטע פון די אלע שוחטי ילדים, און עס ארויפשטעלן אויף די הייליגע אונטערנעט.

די רעזילטאטען וועלן נישט שפעטיגן צו קומען. ס'וועט זיך פארמירן א באוועגונג מיטן נאמען "דער שוורצער האנד"
וואס זייער בלויזער ציל אין לעבן וועט זיין, צו פארוואנדלן די לעבן פון די שוחטי ילדים, צו א בייזער שווארצער קאשמאר. זיי וועלן באוויינען דעם פונטערסטען טאג, אין וועלכע זייער פאטער'ס האט פארשוואנגערט זייערע לייטזעליגען מוטער'ס. מ'וועט טעגליך הערן ווי נאך א שוחט ילדים האט באשלאסן צו טאן א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און קענסלן זיין געבורטשיין, זיי וועלן איינע ביי איינע אויסשאלטערן זייערע שווארצע נשמות פון זייער גוף עכור'ס.
די בלוט פון אונזערע ברודער און שוועסטער שרייען צו אונז פון דער ערד.....עד מתי? יא וועגן די אונטערנעט קומט נישט משיח..... מיין לאבעס.....

נקמה.............
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:15 pm#384018
.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:20 pm#384020
ס
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:01 pm#384022
ס'איז שוין צייט צו מאכן א וועד ההורים פון עלטערן וואס "ארבעטן" און זיי זאלן באשליסן וועם מ'נעמט אן
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:31 pm#384035
ווען קאך לעפעל איז אין די גיסטע, מיי גאש... , פון ווי נעמט מען אזא שפראך? אוי שרייבסטו גוט..
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:56 pm#384038
שלום שטיסל האט געשריבן:
אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.

טענה שאין עליו תשובה..
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:07 pm#384042
Re: אוי די רשעות!
ביבער האט געשריבן:און אפשר איז שוין טאקע צייט צו גיין פון דא???

נישט אז איך פארטיידיג די רשעות אבער איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן וויינען און זיך נעמען טהון למעשה. אנשטאט צו פרובירן פאררעכטן אן אלטן פארפוילטן קארופטירטן סיסטעם זאל מען זיך נעמען בויען נייע סיסטעמען.
איטס אלל אין די מיינד, באמת איז נישטא קיין רשעות, קיין געצוואונגעכץ, קיינער האלט אונז נישט פארקנעכטעט. אחוץ אונז אליינס. אונזער מיינדסעט איז סטאק אינעם נארישן שידוכים סיסטעם אזש מ'האט מורא פון טראכטן נארמאל מיט לאגיק. מ'דארף ריסעטטן די מוחות איינמאל פאר אלעמאל. ס'איז גרינגער ווי מ'מיינט. נאך אפאר יאר און דא וועט מען לאכן. אונזער קינדער וועלן דארפן האקן קאפט אין וואנט צו פארשטיין די אשכולות. אונז וועל מיר האבן א הארד טיים עקספלעינען אונזערע קינדער וואס אונזער פראבלעם איז געווען. אוי ווי מיר וועלן זיך שעמען.

אט אזוי ווי מ'קוק מיר אויס!

צום פינטל.
ושבור עולינו - דער אייגענער עול - מעל צווארינו.

אבער, המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וואו איז דער חלק ב' פון "דער קעניג איז נאקעט"?
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:49 pm#384057
זייער עמאציאנאל געשריבן. געפרעדיגט רעהטאריק. זייער אסאך פון וואס איר שרייבט איז טאקע אמת און עס טוהט שטארק לייד. אמת אז זייער אסאך פון די תקנות זענען איבערגעטריבן. אמת אז זיי באהאנדלען נישט יעדן אייניג, אויב האט מען אפאר טאלער אדער פאליטישע כח וכדו' גייט איז מען אויסגעשלאסן פון די פראצעדור. עס איז ווייטאגלעך און ס'רייסט.

איר שרייבט זייער בכלליות. איר דערמאנט נישט קיין מוסדות און נישט קיין יחידים, ווי אויך דערמאנט איר נישט ספעציפיש אויף וואס זיי האבן יענעם געדרוקט.

דערנאך ווארפט איר אריין אזא סטעימענט.

שלום שטיסל האט געשריבן:ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

איך קען נישט די סיסטעם אין אלע מוסדות. איך איך קען נישט יעדן'ס מעשה באזונדער. אבער אלע מוסדות וואס איך בין פערזענליך אקעגן געקומען האבן קלארע שטאטוטן אין תקנות אויף פאפיר. און אלע מיינע פריינט וואס מ'האט געמאכט די נאכט פאר זיי, האבן זיך קלאר נישט צוגעשטעלט צו עפעס אמוויניגסטענס איינע פון די תקנות, רוב מאל אויף מערערע פון די תקנות.

נאכאמאל גערעכט אז די תקנות זענען שטארק איבערגעטריבן. גערעכט מען פארלייקט זיך נישט אויף יעדן. גערעכט אז די תקנות האבן מיטן באשעפער גארנישט. מ'וואלט אויף די זאכן געדארפט שרייען און פארלאנגן רעפארמען.

אבער די וואס איר רופט רחמנות'ן זענען אין מיין עקספיריענס אזעלכע וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייערע קינדער פאר אפאר נערישקייטן. און אנשטאט זיך צוצושטעלן שטעלן זיי זיך קעגן. אנשטאט אויספאלגן די רשימה פון תקנות פרעגן זיי פארוואס מעג די ראש הקהל'ס ווייב יא גיין מיט א זייטל וואס רירט צו די אקסלען וכדו' וכדו'

איך בין אמאל געהערט א אינגערמאן זיך אפרעדן אז ער האט מיט זיי געהאט צו טוהן, און ער האט קאמפלעינט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען דערגייט איהם אזוי (איך האב גראדע יא פארשטאנען). האט ער מסביר געווען אז ער שטעלט זיך אזוי שטארק צו אז ער האט אויף זיינע נייע לאויפער סטיל שיך וואס איז געקומען גענייט מיט ווייסע פאדעם (וואס הייסט מער קיל) געפארבט די פאדעם שווארץ, ועם כל זה דרייען זיי איהם א קאפ. אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:55 pm#384058
מפוזרי האט געשריבן:
צום פינטל.
ושבור עולינו - דער אייגענער עול - מעל צווארינו.

אבער, המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וואו איז דער חלק ב' פון "דער קעניג איז נאקעט"?

שקויעך פאר'ן דערמאנען. עס קומט מיר אן זייער שווער דאס שרייבן אבער ס'וועט קומען בל"נ.
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:04 pm#384059
קורקלענד האט געשריבן:אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?

אבער מיסטער מוסד וויאזוי ווייסט איר בכלל מיט וואפסארא שיך יענער גייט? וואס א שייכות פונקטליך האט יענעם'ס שיך מיט די גמרא רש"י וואס דו ביסט אחראי צו לערנען זיין קינד? ניטאמאל שעמסטו דיר צו ווייזן פאר יעדן צו וואס א ביליג מצב דו האסט דיר דערקייקלט?
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:20 am#384068
די תירוץ איז אין ATUB @ביבער ATUB 'ס הודעה פון אויבן.

איך האב נישט פראבירט צו פארענטפערן די מוסדות. איך בין איינשטימיג מיט די טענות אויף זיי.

אבער שרייען אז א אינגערמאן וואס איז מקריב זיינע קינדער פשוט ווייל ער וויל זיך נישט צושטעלן איז א רחמנות לדעתי איז איבערגעטריבן. אז די קינדער דיינע זענען דיר אזוי וויכטיג זיי מוחל און שטעל דיך צו צו אלעס פונעם צעטל, אדער טרעף א מוסד וואו איר פיט זייער פראפייל. יא ס'דא אזעלכע וואס דרייען זיך ארויס מיט געלט אדער כח. אבער יעדער ווי ווייט איך ווייס קען זיך ארויסדרייען מיטן זיך צושטעלן. און איינער וואס לדוגמא קען נישט אויפגעבן זיינע לאופער סטיל שיך אדער טייט הויזן אז זיינע קינדער זאלן האבן וואו צו לערנען איז זיך אויך ווערט דאס געלט.

דער פותח האשכול לייגט אראפ די וואס פרובירן צו זיגן סיטי האַלל פאר רחמנות'ן מטעם די רדיפות. אין מיין עקספיריענס זענען זיי רחמנות'ן פארן נישט האבן די שכל זיך צוצושטעלן.

פאר די וואס רעדן זיך איין אז די פראבלעם וועט געלייזט ווערן דורך נישט פאלגן איז דא שלעכטע נייעס. ס'גייט נישט ארבעטן, מ'דארף א בעסערע סטראטעגיע.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:35 am#384069
ביבער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?

אבער מיסטער מוסד וויאזוי ווייסט איר בכלל מיט וואפסארא שיך יענער גייט? וואס א שייכות פונקטליך האט יענעם'ס שיך מיט די גמרא רש"י וואס דו ביסט אחראי צו לערנען זיין קינד? ניטאמאל שעמסטו דיר צו ווייזן פאר יעדן צו וואס א ביליג מצב דו האסט דיר דערקייקלט?

געווענדליך איז עס מער ווי די שיך. איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?) אבער דער וואס גייט מיט קילע שיך פירט א קילע לייף סטייל בכלליות
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:47 am#384071
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

m http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11 m
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:57 am#384073
קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11

איך קען אסאך וואס גייען די סארט שיך און זענען עקסעפטעט אין עקסטרעים פרומע מוסדות מיט די 2017 תקנות
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:09 am#384076
עמעזאן האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11

איך קען אסאך וואס גייען די סארט שיך און זענען עקסעפטעט אין עקסטרעים פרומע מוסדות מיט די 2017 תקנות

מעגליך ביי ר' יואל ראטה?

באמת גערעדט. איינעם זענען זיי מקפיד מער און איינער ווייניקער. על פי רוב איז עס אזויווי שמעון וואלף האט געזאגט. אמאל טוען זיי עס אויך ארויסצושלעפן אפאר דאלער כדו' וכדו'. אבער יעדער קען זיך ארויסדרייען דורך פאלגן (ווי ווייט איך ווייס). אלע וואס איך קען פערזענליך וואס האבן געהאט צרות זענען אזעלעכע וואס האבן קלאר נישט געפאלגט.

איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך רעדט נישט פון אלע מוסדות, נאר פון די וואס איך ווייס.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:10 am#384077
פ"וו רעדט קיינער פון די רשעות פון עלטערען וואס שיקן צו אזעלכע מוסדות. ווי מ'לערנט נישט מענשליכקייט און סדר העולם. און גנבנן נאך זיין קול''ג פראגראם דערפאר. וכל המחובר לטמא, טמא כמותו:
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:15 am#384078
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:
אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.

טענה שאין עליו תשובה..

פיין האט עס א תירוץ. די פותח האשכול האט פארשטאנען אז זיי טיילן אויס די רדיפות אויס זארג פאר די א.ג. רחמנות'ן. ער האט פשוט נישט גוט פארשטאנען. זיי זאגן קלאר אז דאס קומט נישט אויס זארג פארן וואוילזיין פונעם א.ג. רחמנות, זיי זאגן אז זיי זארגן זיך פאר זיך. ווייל זיי האלטן אז אנעמען יענע עלעמענטן ברענגט אראפ זייער קארפאראציע. זיי זאגן אז ס'קען שאטן פאר זייער אייגענע רוחניות, אבער דער אמת איז אז ס'שאט זיי בגשמיות ווייל זיי באקומען דערנאך פרעשור פון אנדערע עליטע הלמאי יענער האט ........ מיין זוהן.........

איטס אלל אבאוט ביזנעס.

איך פערזענליך האלט אז עס איז שטארק אומריכטיג. אבער צו זאגן אז זיי טוען דאס פארן וואוילזיין פונעם אינגערמאן איז סתם ב''ס.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:32 am#384079
אינגעלייט ס'איז דא איין עצה: הערט'ס אויף צו האבן קינדער!
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:44 am#384081
Re: אוי די רשעות!
יתרו האט געשריבן:אינגעלייט ס'איז דא איין עצה: הערט'ס אויף צו האבן קינדער!
און וואס טוט מען מיט די קינדער וואס זענען שוין געבוירן?
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:12 am#384086
לא ירד בני עמכם - לא קבל דבריו של ראובן. אמר בכור שוטה הוא זה, הוא אומר להמית בניו, וכי בניו הם ולא בני?!
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:03 am#384091
מיין זיידע נאכן קריג האט געוואוינט אין חוסט אקריינא ביז די ענדע זעכציגער יאהרן. פארציילט ער אז די ריבניצער איז ארומגעגאנגען זיך בעטן ביי די רוסישע אידן זאלן שיקן די קינדער צו א אידישע מלמד. ער אליינס האט געלערנט מיט די קינדער. מיין מאמעס ברודערס האבן געלערנט ביי אים פשוטע א״ב און אידישקייט. היינט ווען א יעדער איז שוין מסכים צו שיקן די קינדער אין פרומע ערליכע מוסדות האט זיך אנגעפאנגען גאנצע ערליי סעלעקציעס, זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי נעמען אריין זייערע אייגענע קינדער.

אזוי גייט עס אייביג. זאלן נאר אפאר טאטעס שיקן אפאר בחור׳לך מיט אראפגעלאזטע געקראזעלטע פיאות אין פובליק סקול זאג איך אייך צו אז שרגא סטעיק-מאן מיט אשר פרידמאן עירוב-מאן מיט יד לאחים מיט תהילים כולל קומען מיט א ויעצקו, א דינער, און א תענית ציבור, א חוב קודש, פדיון שבויים מיט ריזיגע גארביזש קעינס מיט קאלעיט וואסער אין סיטיפעלד ווי ראבינאוויטש ר׳ דן סגל מיט ר׳ לייבוש לייזער גייען האבן פארוויינטע אויגלעך און זיך בלאזן די נאז בעיק אין טיים מיט אלטן פארצייטישן געילן טאשענטיכל.

פארוואס באגראבט מען א טויטען? ווייל ער לאזט זיך. לאזט ענק נישט פירן פון די רשעים. סטראשעט מיט א טיילונג און מיט פובליק סקול. זיי וועלן קומען צולויפן.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:03 am#384095
גראדע געדענק איך ווי צוואנציג יאר צוריק האט מען זיך געווארפן פון סאטמער אויב האט מען דיר חושד געווען אלץ זאלי/בני יואל. און גראדע קען איך איינס צוויי פון די וואס מ'האט געווארפן און זיי זענען זייער צופרידן דערפון. הגם די ערשטע פאר חדשים איז עס זיי געווען גאר שווער. מילא גארטעל זיך אונטער און שוויץ עס דורך.

סתם אזוי האט נישט א "נישט עושר" "נישט פאליטישער" "נישט רבי'ש" "נישט עסקן" די מונדעסטע גערעכט זיך איינצורייסען מיט א מוסד. פארוואס מיינען מענטשען אז זיי האבן די רעכט צו ווערן באהאנדעלט די זעלבע. וואס איז דא? עפעס א דעמאקראטישע סיסטעם? זאל גאט אויסגעבען זיין צארן אויף די מאכערס און שיינע אידן. די טו וואס די האסט צו טון.

דיין ווייב איז שיין? זאל זי גיין מיט א זאק אויפן קאפ. ווילסט נישט? שיק צו א צווייטע מוסד. דיין בארד איז צו קליין, איר שמייכעל צו שיין? שיק אויף פלעטבוש (כאפ אריין, ס'נעמט זיי בערך פיפצען יאר אונז צו קאפירן..) חב"ד, היברו דעי סקול, יונג איזרעאל וכו' און נאך א יאר צוויי וועסטו האבן שלום און שלווה, אוועק מיט בושה און comfortable in your skin וועסט צוריק קוקען ווי נאריש די אמפערייען מיט דיין אלטע פארהאסטע מוסד איז געווען.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:44 am#384096
קורקלענד דו האסט מיך אויפגערעגט. קען זיין ס'איז דא אמת אין דיינע ווערטער, אבער איך ווייס פון עטליכע פעלער ווי ס'איז בכלל נישט אזוי, מען רעדט פון חשוב'ע משפחות וואס שטעלן זיך צו 100% צו די תקנות אדער זענען מסכים זיך צוצושטעלן אבער זיי ווייסן נישט וואס מען וויל פון זיי, קיינער רעדט נישט, אלעס וואס זיי ווייסן איז אז מען זאגט זיי אפ פון אײן סקול נאך די צווייטע.

אינטרעסאנט אז דו האסט נישט גענוצט די אנדערע תירוץ פון מנהלים אז "מיר האבן נישט קיין פלאץ". תירוצים איז דא גענוג. אבער אביסל רחמנות אויף א אידישע טרער וועגט אלעס איבער. איין באשעפער ווייסט וויפיל אמת ליגט אין די אלע תירוצים.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:48 am#384098
ATUB @שמעקעדיג ATUB אנטשולדיגט. איך האב אייך נישט געוואלט אויפרעגן. איך האב מיך אמת'דיג נישט באצויגן אויף א פאל ווען א אינגערמאן האט נישט קיין שום אנטשטאלט וואס האט איהם אקצעפטירט. אויף דעם זענט איר גערעכט אז עס זענען פאראן צענדליגער אינגעלייט פרום און ערליך וואס גייען דורך עקסטרעמע שוועריקייטן צו טרעפן א מקום, וויבאלד זיי 'באלאנגען נישט'. און קיין איין מוסד פילט נישט קיין אחריות אויף זיי. זיי זענען אמת'דיגע רחמנות'ן.

איך האב נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין, אבער די אמת'ע סיבה איז טאקע אז עס איז נישט דא קיין פלאץ. ווייל די אלע מוסדות האבן געווענליך א לאנגע וועיטינג ליסט, און זיי באקומען געווענליך אסאך מער אפליקאציעס ווי זייער קאפעסיטי.

איך האב זיך בעיקר באצויגן אויף אזעלכע וואס זענען שוין אין א מוסד און מ'געט זיי די פינק סליפ. אדער אויף אזעלכע וואס באלאנגען יא און מ'נעמט זיי נישט אן מחמת תקנות.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:10 pm#384110
קורקלענד האט געשריבן:@שמעקעדיג אנטשולדיגט. איך האב אייך נישט געוואלט אויפרעגן. איך האב מיך אמת'דיג נישט באצויגן אויף א פאל ווען א אינגערמאן האט נישט קיין שום אנטשטאלט וואס האט איהם אקצעפטירט. אויף דעם זענט איר גערעכט אז עס זענען פאראן צענדליגער אינגעלייט פרום און ערליך וואס גייען דורך עקסטרעמע שוועריקייטן צו טרעפן א מקום, וויבאלד זיי 'באלאנגען נישט'. און קיין איין מוסד פילט נישט קיין אחריות אויף זיי. זיי זענען אמת'דיגע רחמנות'ן.

איך האב נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין, אבער די אמת'ע סיבה איז טאקע אז עס איז נישט דא קיין פלאץ. ווייל די אלע מוסדות האבן געווענליך א לאנגע וועיטינג ליסט, און זיי באקומען געווענליך אסאך מער אפליקאציעס ווי זייער קאפעסיטי.

איך האב זיך בעיקר באצויגן אויף אזעלכע וואס זענען שוין אין א מוסד און מ'געט זיי די פינק סליפ. אדער אויף אזעלכע וואס באלאנגען יא און מ'נעמט זיי נישט אן מחמת תקנות.

איז אזוי, איך קען די פאל פון וואס שמעקעדיג רעדט, דארט זענען שוין די קינדער אין די מוסד און זיי ווערן געווארפן אנע סיבה.

און די שאלה איז אויף דיר קורקלענד, קודם זאגסט מיט א זיכערקייט אז דאס וואס דער פותח האשכול זאגט איז נישט אמת, און נישט די סיבה פארוואס מ׳ווארפט, (כאטש א שיינע פאר ניק׳ס שרייבן צו אז זיי ווייסן פון די פעלער)

עס קוקט אויס ווי די ווערסט איגנארירט במילא שרייבסטו איבער און איבער דיינע דיעות, ווען איינער שרייבט צוריק קומסטו אן מיט א פרישע סברה, און הייבסט אן מודה זיין מ׳ווארפט יא, נאר מיט נייע תירוצים פון פלאץ, און געבסט א דריי אוועק די שמועס אז אצינד האסטו שוין נישט קיין צייט, און דאס איז נאר איינער וואס שרייבט איין פריש, וואס איז דיין אייגענע חידוש, און די מעשה איז בכלל נישט אזוי.

ביטע זיי מסביר וואס דיין ציל דא איז

אויך זיי מסביר די עבירה פון לויפער שיך
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:34 pm#384115
Kirkland די האסט מיך אויך אויפגערעגט!!

מען קען אויף איעדעים איינעם אפיר זוכען עוולת, אבער די סלעקציע אז פאר איינעם זאגט מען גארנישט און פאר א צווייטען רודפט מען אויס די נשמה דאס איז א רשעות,
פארוואס ווייל יענער האט געלט! אדער ער איז א גאנצע קנאקער פארקוקסטו אלעס,און פאר א צווייטן וועסטו אפיר זיכען אלע עברות פון אינטערן טיש צו פאניקען אין רודעפען, דאס ווייזט אז זיי מיינען מיט די גאנצע מעשה גארנישט נישט נאר בלאף
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:16 pm#384137
דעת זקנים האט געשריבן:א איז אזוי, איך קען די פאל פון וואס שמעקעדיג רעדט, דארט זענען שוין די קינדער אין די מוסד און זיי ווערן געווארפן אנע סיבה.

און די שאלה איז אויף דיר קורקלענד, קודם זאגסט מיט א זיכערקייט אז דאס וואס דער פותח האשכול זאגט איז נישט אמת, און נישט די סיבה פארוואס מ׳ווארפט, (כאטש א שיינע פאר ניק׳ס שרייבן צו אז זיי ווייסן פון די פעלער)

עס קוקט אויס ווי די ווערסט איגנארירט במילא שרייבסטו איבער און איבער דיינע דיעות, ווען איינער שרייבט צוריק קומסטו אן מיט א פרישע סברה, און הייבסט אן מודה זיין מ׳ווארפט יא, נאר מיט נייע תירוצים פון פלאץ, און געבסט א דריי אוועק די שמועס אז אצינד האסטו שוין נישט קיין צייט, און דאס איז נאר איינער וואס שרייבט איין פריש, וואס איז דיין אייגענע חידוש, און די מעשה איז בכלל נישט אזוי.

ב
ביטע זיי מסביר וואס דיין ציל דא איז

ג אויך זיי מסביר די עבירה פון לויפער שיך

א. איך האב זיך נישט באצויגן בכלל צו וואס איר אדער שמעקעדיג האבן געשריבן. איר ווייסט פון אן איינצעלע פאל אדער פון געציילטע פעלער. איך געב אייך פולע רעכט, און איך בין מיט אייך. דער פותח האשכול האט געשריבן ווי פאלגענד:

שלום שטיסל האט געשריבן:
אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.
.....
ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.
......

איך האב זיך באצויגן אויף די באלד סטעיטמענטס זיינע. איך אויף דעם געשריבן אז על פי רוב איז עס נישט וויאזוי ער לייגט עס אראפ. איך קען נישט רעדן פאר אלע מוסדות, אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס אזויווי איך האב געשריבן.

ב. איך פארשטיי נישט אייער שאלה.

ג. מיין ראש ישיבה פלעגט זאגן 'נישט יעדער וואס טראגט א קאפל פון פיר חלקים איז א בם, אבער יעדע בם טראגט א קאפל פון פיר חלקים'. איך פערזענליך האלט אז ס'נישט קיין שום פראבלעם אבער דאס אז איך און דיר האלטן אזוי גיט נישט רעכט פאר א אינגערמאן צו באגראבן זיין שטיב ווייל ער קען זיך נישט צושטעלן.
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:33 pm#384138
ערליכער איד האט געשריבן:Kirkland די האסט מיך אויך אויפגערעגט!!

מען קען אויף איעדעים איינעם אפיר זוכען עוולת, אבער די סלעקציע אז פאר איינעם זאגט מען גארנישט און פאר א צווייטען רודפט מען אויס די נשמה דאס איז א רשעות,
פארוואס ווייל יענער האט געלט! אדער ער איז א גאנצע קנאקער פארקוקסטו אלעס,און פאר א צווייטן וועסטו אפיר זיכען אלע עברות פון אינטערן טיש צו פאניקען אין רודעפען, דאס ווייזט אז זיי מיינען מיט די גאנצע מעשה גארנישט נישט נאר בלאף

איר דארפט זיך דערפאר נישט רעגן אויף מיר ווייל איך בין איינשטימיג מיט אייך אז עס איז נישט יושר'דיג צו מאכן די סעלעקציעס. איך האב בארירט אן אנדער פוינט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:49 pm#384294
Re: אוי די רשעות!
ראובן האט געשריבן:וויינטס, ברידערלעך, וויינטס. די וואס וויינען נישט זענען נאר אזעלכע וועלכע האבן עס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט. אבער מיט דעם מהלך ווי עס פארט איז קלאר אז די חברה וועלן איין טאג אנקומען צו דיר אויך, און אויב נישט צו דיר, וועלן זיי צאפן די בלוט פון דיינע קינדער. דו מיינסט אז דו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין אזוי "פּערפעקט" עד סוף כל הדורות? ווען דיין אייניקל'ס בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן, וועט ער וויסן אז זיין זיידע איז געווען פון די וואס האבן פארטיידיגט די רשעות פון די מוסדות, און מיט א צינישקייט האט ער מיטגעזינגען דעם גיהנום-ליד, "אז ס'געפעלט דיך נישט, קענסטו זיך גיין פון דא."
א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל

Sent from my Pixel using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:53 pm#384295
Re: אוי די רשעות!
שבת אחים האט געשריבן:מיין זיידע נאכן קריג האט געוואוינט אין חוסט אקריינא ביז די ענדע זעכציגער יאהרן. פארציילט ער אז די ריבניצער איז ארומגעגאנגען זיך בעטן ביי די רוסישע אידן זאלן שיקן די קינדער צו א אידישע מלמד. ער אליינס האט געלערנט מיט די קינדער. מיין מאמעס ברודערס האבן געלערנט ביי אים פשוטע א״ב און אידישקייט. היינט ווען א יעדער איז שוין מסכים צו שיקן די קינדער אין פרומע ערליכע מוסדות האט זיך אנגעפאנגען גאנצע ערליי סעלעקציעס, זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי נעמען אריין זייערע אייגענע קינדער.

אזוי גייט עס אייביג. זאלן נאר אפאר טאטעס שיקן אפאר בחור׳לך מיט אראפגעלאזטע געקראזעלטע פיאות אין פובליק סקול זאג איך אייך צו אז שרגא סטעיק-מאן מיט אשר פרידמאן עירוב-מאן מיט יד לאחים מיט תהילים כולל קומען מיט א ויעצקו, א דינער, און א תענית ציבור, א חוב קודש, פדיון שבויים מיט ריזיגע גארביזש קעינס מיט קאלעיט וואסער אין סיטיפעלד ווי ראבינאוויטש ר׳ דן סגל מיט ר׳ לייבוש לייזער גייען האבן פארוויינטע אויגלעך און זיך בלאזן די נאז בעיק אין טיים מיט אלטן פארצייטישן געילן טאשענטיכל.

פארוואס באגראבט מען א טויטען? ווייל ער לאזט זיך. לאזט ענק נישט פירן פון די רשעים. סטראשעט מיט א טיילונג און מיט פובליק סקול. זיי וועלן קומען צולויפן.
מיר האלטן היינט אויף א מצב ווי טאטעס גייען מיט קליידלעך, קיינער איז נישט יוניק אין גארנישט יעדער איז פארט פון איין גרויסע. סיסטעם אין ווער ס'שטעלט זיך נישט צו ווארפט מען ארויס פון די סיסטעם, א רעזשוואלקע שבת העלפט מער מיט שידוכים ווי א שיער יעדן טאג וכו'

Sent from my Pixel using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 11:26 pm#384298
Re: אוי די רשעות!
ווען איר גיייט פאר א אינטערוויא אדער א איינגעווארצעלטער פין א סקול/פילטער אפיס סטראשעט אייך פליס טיילט מיט די נעמען זאל זיין והוקע אותם. די ריכטיגע סאלאשען ליגט אין עפענען אליינס קליינע מוסדות מיט א רייכע קאריקלעם. די קאסטן זענען גארנישט. די גאווערמענט קאווערד אריבער 50 %. אויכעט די היימישע דריידליך מיט די טעפ פראגרעם ברויך ווערן עקספאזעד. עס ברענגט נישט קיין גיטס פאר קיינעם חוץ יעקב בער תמר אין יעקב סופר.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:50 pm#384326
טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל

Sent from my Pixel using Tapatalk

אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:01 pm#384327

ווייל זענען די וואס מאכן די ברענד

Sent from my Pixel using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:07 pm#384329
Re: אוי די רשעות!
דער חכם שווייגט דער ארימאן האט נישט קיין רגלים אין קוראזש צי רעדן. בלייבט איבער פאר נאר צי רעדן. אין ער באשטייט אויף חיצוניות.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 3:19 pm#384340
Re: אוי די רשעות!
קורקלענד האט געשריבן:
טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל

Sent from my Pixel using Tapatalk

אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
עשיר יענה עזות. והכסף יענה את הכל.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 3:27 pm#384341
Re: אוי די רשעות!
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
טרח דער מלך האט געשריבן:א גרויס חלק פונעם פראבלעם זענען די עלטערן וואס רופן אן די הנהלה זאגן איך וויל נישט מיין קינד זאל לערנען מיט דעם באם'ס א קינד און ער העצט אן נאך אפאר חברה צו טוהן די זעלבע זאך... די מוסד איז א ביזנעס וואס וויל די בעסטע רעטינגס און אזוי ווייטער וד"ל

Sent from my Pixel using Tapatalk

אבער פארוואס איז די פרעשור פון די אג עליטע טאטעס מער שולט אויף די הנהלה ווי די פרעשור פון די נרדפים?
עשיר יענה עזות. והכסף יענה את הכל.
"והאלוקים יבקש את הנרדף", ביי געלט שטייט הכל, און ביים נרדף שטייט נישט "הכל"
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:09 am#385119
Re: אוי די רשעות!
קורקלענד האט געשריבן:זייער עמאציאנאל געשריבן. געפרעדיגט רעהטאריק. זייער אסאך פון וואס איר שרייבט איז טאקע אמת און עס טוהט שטארק לייד. אמת אז זייער אסאך פון די תקנות זענען איבערגעטריבן. אמת אז זיי באהאנדלען נישט יעדן אייניג, אויב האט מען אפאר טאלער אדער פאליטישע כח וכדו' גייט איז מען אויסגעשלאסן פון די פראצעדור. עס איז ווייטאגלעך און ס'רייסט.

איר שרייבט זייער בכלליות. איר דערמאנט נישט קיין מוסדות און נישט קיין יחידים, ווי אויך דערמאנט איר נישט ספעציפיש אויף וואס זיי האבן יענעם געדרוקט.

דערנאך ווארפט איר אריין אזא סטעימענט.

שלום שטיסל האט געשריבן:ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

איך קען נישט די סיסטעם אין אלע מוסדות. איך איך קען נישט יעדן'ס מעשה באזונדער. אבער אלע מוסדות וואס איך בין פערזענליך אקעגן געקומען האבן קלארע שטאטוטן אין תקנות אויף פאפיר. און אלע מיינע פריינט וואס מ'האט געמאכט די נאכט פאר זיי, האבן זיך קלאר נישט צוגעשטעלט צו עפעס אמוויניגסטענס איינע פון די תקנות, רוב מאל אויף מערערע פון די תקנות.

נאכאמאל גערעכט אז די תקנות זענען שטארק איבערגעטריבן. גערעכט מען פארלייקט זיך נישט אויף יעדן. גערעכט אז די תקנות האבן מיטן באשעפער גארנישט. מ'וואלט אויף די זאכן געדארפט שרייען און פארלאנגן רעפארמען.

אבער די וואס איר רופט רחמנות'ן זענען אין מיין עקספיריענס אזעלכע וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייערע קינדער פאר אפאר נערישקייטן. און אנשטאט זיך צוצושטעלן שטעלן זיי זיך קעגן. אנשטאט אויספאלגן די רשימה פון תקנות פרעגן זיי פארוואס מעג די ראש הקהל'ס ווייב יא גיין מיט א זייטל וואס רירט צו די אקסלען וכדו' וכדו'

איך בין אמאל געהערט א אינגערמאן זיך אפרעדן אז ער האט מיט זיי געהאט צו טוהן, און ער האט קאמפלעינט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען דערגייט איהם אזוי (איך האב גראדע יא פארשטאנען). האט ער מסביר געווען אז ער שטעלט זיך אזוי שטארק צו אז ער האט אויף זיינע נייע לאויפער סטיל שיך וואס איז געקומען גענייט מיט ווייסע פאדעם (וואס הייסט מער קיל) געפארבט די פאדעם שווארץ, ועם כל זה דרייען זיי איהם א קאפ. אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?

די אלע רשעות׳ן איז פינקט ווי אייסיס נאר אן די מאשין גאנס.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:24 am#385122
אוי די רשעות!
וואס איך מיין צו זאגן איז ... אז זיי מאכן תקנות... אבער עקסטרים תקנות... וואס מאכט דיר אויס מענטש... תקנות וואס נעמט אוועק די בחירה...
אין אמעריקא ווערט דאס געריפען פרידאם...

די מוסדות האט דיר 100% אינטער זייער קאנטראל... זיי קענען דיר הייסן טיען וואס זיי שמעקט אן... ווייל זיי קאנטראלן דיר דורך דיין ווייב/מאן אין דיינע קינדער...

מ׳מאכט אינז חתונה ביי די אכצען אין מ׳מאכט אינז האבן קינדער ביי די ניינצען... אין ווען אינזער קליינע מוחות עפענט זיך אויף אין מען טרעפט זיך נישט מער און נישט ווייניגער אין א cult!

אין דעמאלס איז עס שוין צו שפעט מיר צו זאגן קענסט דיך גיין פין דא קיינער צווינגט דיך נישט צו זיין דא... ווען דיין סיסטעם האט מיר איינגעשפארט אין דיין סיסטעם מיט א ווייב/מאן מיט קינדער...

קענסט עס ריפן אייסיס ... קענסט עס ריפן קאמאניזעם .... אדער קענסט עס ריפן א cult

אבער פרידאם איז עס זיכער נישט!!!!

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 11:02 am#385138
ס'נישט נאר די מוסדות. דיינע חברים, דיין משפחה, די סיסטעם און די רעגירונג. יעדער אין זיין רעפעקטיווע אויפן און פארנעם. די אינדיווידועלן וועלן אייביג ליידן פון די קאלעקטיווער. און פרייהייט עקזיסטירט אבער מיט א פרייז. וויאזוי זאגט אייביג ראש לימבאו, פרייהייט און בחינם איז צוויי אנדערע זאכן, פרייהייט קומט אבסעלוטלי מיט א טייערע פרייז אין סאקרעפייס.
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:43 pm#385146
Re: אוי די רשעות!
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר די מוסדות. דיינע חברים, דיין משפחה, די סיסטעם און די רעגירונג. יעדער אין זיין רעפעקטיווע אויפן און פארנעם. די אינדיווידועלן וועלן אייביג ליידן פון די קאלעקטיווער. און פרייהייט עקזיסטירט אבער מיט א פרייז. וויאזוי זאגט אייביג ראש לימבאו, פרייהייט און בחינם איז צוויי אנדערע זאכן, פרייהייט קומט אבסעלוטלי מיט א טייערע פרייז אין סאקרעפייס.

ס׳איז די סיסטעם וואס צווינגט דיך צו בלייבן אין א סיסטעם וואס מאכט יעדן טאג נייע גזירות... דורך׳ן ניצן דיינע קינדער אין דיין ווייב/מאן אלץ בלעק-מעיל

אין נאכעמאל... דאס איז נישט בטעות ... די דיין מאכט זעכער אז נאך ביפאר מ׳איז 25 האט מען פיר קינדער.

די גאווערמענט טוט דאס נישט.
אפשר אין א cult טוט מען דאס.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 3:25 pm#385150
כאפצעם: די לעצטע שורה פון דיין קאמענט איז זייער זיס..."דער דיין מאכט זיכער אז נאך בעפאר מ'איז 25, האט מען שוין פיהר קינדער"...אנטשולדיגטס. וועמענ'ס קינדער זענען זיי, דעם דיין'ס, אדער דיינע...?!
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 3:35 pm#385151
Re: אוי די רשעות!
berlbalaguleh האט געשריבן:כאפצעם: די לעצטע שורה פון דיין קאמענט איז זייער זיס..."דער דיין מאכט זיכער אז נאך בעפאר מ'איז 25, האט מען שוין פיהר קינדער"...אנטשולידטגס. ועמענ'ס קינדער זענעןזיי, דעם דיין'ס, אדער דיינע...?!

די פארשטייסט וואס איך מיין... מאך דיך נישט תם׳עוואטע...

די סיסטעם מאכט אינז חתונה און האבן קינדער ביי די 18/19 ווען אינז זעמיר נאך אן אפרוח שלא נפתחו עיניו... ווען מען גייט נאך מיטן קאפ אין וואנט אריין...

אין דערנאך נעמט מען דיינע קינדער מיט דיין ווייב/מאן אין מען בלעקמעילט דיר מיט דעם מען קאנטראלט דיך מיט דעם...

אפשר ביסטו מיר מזביר פארוואס מיר זענען נישט די גרעסטע סיילענס cult וואס עקזעסטירט אין די יונייטעד סטעיטס

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 3:58 pm#385155
כאפצעם: מיט דעם ביסטו גערעכט אז מ'מאכט חתונה די קינדער זייער יונג. וואס כשהוא לעצמו איז נישט קיין שלעכטע זאך. אבער ס'פעלט דער סופפארט סיסטעם וועלכער זאלל פיהרן די יונגע, אומערפארענע מענטשן אויף דעם ריכטיגן וועג. און זיי העלפן עקאנאמיש. אז זיי זאללן זיך קענען באפעסטיגן מיט עפעס א פאך אדער ביזנעס אין זייער לעבן...!
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 4:16 pm#385156
אוי די רשעות!
berlbalaguleh האט געשריבן:כאפצעם: מיט דעם ביסטו גערעכט אז מ'מאכט חתונה די קינדער זייער יונג. וואס כשהוא לעצמו איז נישט קיין שלעכטע זאך. אבער ס'פעלט דער סופפארט סיסטעם וועלכער זאלל פיהרן די יונגע, אומערפארענע מענטשן אויף דעם ריכטיגן וועג. און זיי העלפן עקאנאמיש. אז זיי זאללן זיך קענען באפעסטיגן מיט עפעס א פאך אדער ביזנעס אין זייער לעבן...!

דעס איז אן עקסטרע פראבלעם... אבער פארוואס בלעקמעילט מען מיר מיט מיינע קינדער?

מען רעדט נישט דא פין חלול שבת... מען רעדט פון פארקאקטע תקנות וואס מלייגט אויף די עלטערען אלעס נאר ווייל זיי ווייסן אז אפילו בעצם די תקנה איז כילו נאן-סענס.. אבער יעדער קען גיין בארען קלאפן... מען קען זיך נישט עפענען דאס פיסק...

ווייל זיי קאנטראלען דיך דורך דיינע קינדער וואס זייער סיסטעם האט דיר געמאכט האבן ווען ביסט געוועהן 19!

Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 9:53 pm#385166
תמצית זעקתו של הרב הגאון רבי נפתלי גלאנץ שליט"א, רב קהילת "חסידים" באלעד בדרשת שבת שובה:

בעומדנו בין כסה לעשור. בהם מלך במשפט יעמיד ארץ. סמר מפחדך בשרי וממשפטיך יראתי. חז"ל (חגיגה ה) על הכתוב (קהלת יב) כי את כל מעשה האלוקים יביא במשפט על כל נעלם. אומרים. כי כאשר רבי יוחנן היה קורא פסוק זה היה מתייפח בבכי. כי מהו הכוונה על כל נעלם? אמר רב זה ההורג כינה בפני חבירו ונמאס בה. שמואל אומר זה הרק בפני חבירו ונמאס.

לא יאומן. במה הכתוב מדבר? בעניינים קלים של גרימת חוסר נוחות לחבר. בהרגשה לא נעימה שגרמנו לידיד. גם על אלו יביאנו במשפט.

אבל מורי ורבותי. מה לנו לדבר על הנעלם, מה לנו להתעסק בענינים שהם בהגדרתם רק גורמי חוסר נוחות. הבה ונדבר על הידועים והמפורסמים, אשר בהגדרתי הינה רציחה ושפיכת דם של ממש, ואין פוצה פה ומצפצף.

וכוונתי ל"וועדות" למינהם הצצות כפטריות לאחר הגשם. תחילת הורתם ולידתם שלא בקדושה החלה בסינון עם מי לגור בבנין ועם מי לא. מי ראוי לבוא בקהל החרדים ומי חס וחלילה. אחר כך אומץ בחום וביתר סינון בסימנרים. משם זלג לעבר תלמודי התורה, וכהיום גם בגני ילדים.

יושבים חבורה של "משרתי ה'" במשרד ממוזג, כיבוד על השולחן. אף אחד אינו יודע את זהותם, ודנים בדיני נפשות של ממש. מי יחיה ומי ימות. בהנף יד ואצבע חורצים גורלות של דורות מי לימין ומי לשמאל.

והכל כמובן לשם שמים, ובעבור שמירת פך השמן הטהור, ועוד סיסמאות שדופות וריקות מכל תוכן, שבאות לחפות בעיקר על העובדה שאין בין וועדות אלו לבין מה שמתוודים בעל חטא שחטאנו לפניך בועידת זנות שום הבדל. ודי לחכימא.

ואני עומד ותמהה, היכן המה הפרי גידולים? איפוא הם גדולי הדור הבא שאמורים היו לצמוח מסינון כה מוקפד ופרטני?

אבי שליט"א ששימש כראש ישיבת צאנז במשך למעלה משלושים שנים למד עד גיל 10 ה' ירחם עם בנות. יחד עמו למדו כאלו ששימשו במשרות תורניות רמות ופיארו את כותל המזרח של דורנו. אציין רק אחד מהם הרב הצדיק רבי אלתר אליהו רובינשטיין זצ"ל ששימש כאב"ד אנטוורפן.

אני בעצמי כל שנות נעורי התחנכתי בקרית צאנז בנתניה. בכיתתי למדו ששה נערים ממעון התינוקות. שמי שאינו יודע, באו מהמשפחות הכי ירודות בנתניה. שהוריהם היו תחת השפעות סמים ועוד מרעין בישין, ואיתם למדנו כל השנים. ומכיתה של למעלה מ40 ילדים, אף אחד לא פקר. אף אחד לא עזב את הדת. כולם שתולים בכרם בית ה' לתפארת ב"ה.

וכהיום, שאין מוסד חינוכי שאינו מתפאר בוועדה הקשוחה שלו. שומעים יום יום על עוד אחד שלדאבון לב עזב את הדת, עוד אחד שחצוי בין עולמות, עוד כאלו המחפשים את עצמם ולא מוצאים מנוח.

עם פתיחת שנת הלימודים "העז" אחד מגדולי הרבנים בעירנו, היודע יותר מדבר וחצי דבר בחינוך, לפתוח סמינר ללא וועדה. שומו שמים!! נעו אמות הסיפים!! האיך תיתכן כדבר הרע הזה? לפתוח מוסד חינוכי ללא וועדה? קדשו צום, קראו עצרה. עברו מעיר לעיר ומאדמו"ר לאדמו"ר לזעוק על העוול הנורא.

ועובדה זו נתנה לי הבנה, במה שתמיד התקשיתי בהפטורה של שבת שובה. הנביא קורא לעצרת, ומצווה אספו עם קדשו קהל קבצו זקנים, אספו עוללים ויונקי שדים, בין האולם והמזבח יבכו הכהנים משרתי ה'. חלקם של המבוגרים והזקנים בעצרת מובנת. אך מה מקומם של העוללים והתינוקות, מה להם ולעצרת, ומי הם משרתי ה' הבוכים, מה פשר בכיה זו.

אבל לדעתי יבוא יום. וירכזו את התינוקות והעוללים - שאלו המתיימרים להיקרא משרתי ה', אלו שנטלו את הסמכות לידם מבלי שמי הסמיכם לכך - שללו מהם את הכניסה למקום חינוך ראוי, וייראו להם מה היה יכול לצאת מהם לולי חריצת הגורל. ואלמלא נקיפת האצבע לשמאל ולדחיה. באותה העת, כל שיוותר להם לעשות תיהיה רק בכיה. בכיה נגד בכיה שהם גרמו לדורות.

אחי ורעי. לא באתי להצביע באצבע על קלקולים. אין זה דרכי, ואין זה מחובתי. באתי אך ורק לייעץ עצה טובה. עומק הדין מי יכלנו. בפרט בדברים הנוגעים בין אדם לחבירו. אין מי שגרם צער ליהודי שייצא מהעניין בזול. בוודאי ובוודאי מי שהמיט אסון של ממש על משפחות כאובות ונאנקות.

רבים מאלו שבאמת ובתמים חשבו לטובה, עבור חינוך זך לילדיהם. נאלצו לקרוע קריעה כזו או אחרת. על ילדיהם שעליהם שמרו מכל משמר.

הנביא אומר לנו מפורשות בתחילת ההפטורה, אהיה כטל לישראל יפרח כשושנה. ילכו יונקותיו ויהי כזית הודו וריח לו כלבנון. בכדי להגיע לכך, יש צורך באהבם נדבה. ללמוד להכיל גם מי שבמקצת שונה מאתנו. ואולי לא חושב או נראה בדיוק כמונו. לשמור מכל משמר על הפגיעה ח"ו ביהודי אחר, ולזכור הלכה פסוקה כי בעוד שעבירות שבין אדם למקום יום הכיפורים מכפר, עבירות שבין אדם לחבירו אין יום הכיפורים מכפר עד שירצה את חבירו.