Under maintenance
הויפט זייט » א חתן'ס ספיקות

א חתן'ס ספיקות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11852
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:28 pm#384209
א חתן'ס ספיקות
אודה ולא אבוש, יא איך בין באמת א בחור אין איך לערן טאקע אין די מיר'ער ישיבה, אבער די מעשה איז אזוי....
(please אנשטולדיגט'ס מיר אויף מיין נישט פערפעקט'יגער שרייבן).
איך בין ברוך השם א חתן געווארן די פארגאנגענע ווינטער העעל"ט בשעטו"מ מיט א מיידל וואס מ'האט געגעבן אויף איר גאר גוטע information, למשל, א קלוגע, א פארגינער, נישט קיין גרויסע בעלת גאה, אין אנדערע מידות טובות, וכו', אין יעצט גרייט איך זיך אויפ'ן חתונה בעזר ה' דעם קומענדיגען ווינטער.
איז אז איך האלט שוין דא ברוך השם, האט זיך מיר אריינגעריקט אין קאפ א קשיא אין ס'האלט זיך נישט ביים ארויסזעהן פון דארטן, איז אזוי אויב איינער קען מיר געבן צו פארשטיין, די סיבה פארוואס זאל איך וועלן בכלל חתונה האבן, אדער עכ"פ די סיבה פארוואס זאל ער אדער א צווייטער ווילן לעבן א חתונה'געהאט'ער לעבן?
איך וויל נישט מ'זאל מיך שלעכט פארשטיין, איך פרעג נישט ווייל איך האלט אז די לעבן נאכ'ן חתונה איז נישט געשמאק צו וואס, נאר פשוט פשט וואס ציעט מענטשן צו וועלן חתונה האבן לכתחילה, ס'דארף דאך זיין עפעס א דבר המושך אז מ'זאל דאס וועלן טוהן.
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:59 pm#384210
די דיין זאגט קים צירוק און 6 חדשים,
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:19 am#384218
וואס, ווען איך זאג דיר דאס, וואלט דיך דאס געצויגן?

בדרך אגב ס'איז זייער נארמאל צי האבן די סארט ספיקות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:22 am#384219
טאמער ביסטי א שומר תורה ומצוות און די דרייסט דיך צווישן אזעלכע איז פשוט פארוואס די דארפסט חתונה האבן. אין אונזער סוסייעטי איז אן אלטער בחור אויסגעשפילט. אדער וואינט ער מיט זיינע אלטע עלטערן און שימעלט אוועק אין טאמער וואינט ער אליין, וואספארא טעם האט עס אהיים צו קומען יעדע טאג, אריינגערעכענט שבת ויו"ט צו א ליידיגע שטוב? ווען איינער האט חתונה האפט מען אז מ'קויפט זיך אן עזר כנגדו, איינער וואס וועט דיר שטיין צו די זייט און גיבן חיזוק אנצוגיין אין שווערע צייטן וואס יעדער גייט אמאל דורך. דאס וואס מ'הערט יונגעלייט זאגן ווי גוט ס' איז צו זיין אן די ווייב למשל זומער ווען זי איז אין קאנטרי אדער אז מ'גייט אויף א טריפ מיט חברים, איז אלץ פיין אין וואיל ווילאנג מ'ווייסט אז מ'האט פת בסלו און נאך א קורצע צייט וועט מען זיין מיט איר צוזאמען.

חוץ מזה, איז די "דים שמצילות אותנו מן החטא" אויך נישט אוועקצומאכן. יעדע געזינטע מענטש וויל דאס און דארף עס האבן און אלץ אן ערליכע איד קען מען דאס נישט האבן נאר דורך חתונה האבן.

איך ווינטש דיר א גליקליך לעבן מיט דיין כלה אויף לאנגע יארן
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:26 am#384220
הקטן האט געשריבן:
בדרך אגב ס'איז זייער נארמאל צי האבן די סארט ספיקות.

יא, אבער ליידער בלויז א קליינע פראצענט פון די מענטשהייט זענען "נארמאל" אין דעם זין, דאס רוב זענען נישט קיין דורכגעטראכטע מענטשן און לאזן זיך ענדערש אריין אין חלומות און ערווארטונגען, א יסוד צו א סך פראבלעמען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:22 am#384226
קודם מזל טוב,

כ׳פארשטיי נישט פונקטליך דיין סטאטוס, ס׳קוקט אויס אז די האסט א טעלעפוין אן א פילטער, אדער א פילטער וואס לאזט דורך קאווע שטיבל, ס׳איז אביסל קאנפליקטינג.

וויאזוי ס׳זאל נאר זיין, איז דא א מימרא ׳העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:00 am#384227
הקטן האט געשריבן:וואס, ווען איך זאג דיר דאס, וואלט דיך דאס געצויגן?

איך פארשטיי אז דו מיינסט צו פרעגן בכלליות, הייסט וואס ס'ציעט מיר צו טוען אין לעבן as a whole, איז לפי דעתי שטעקט טאקע דא די עיקר פראבלעם מיינער, ווייל לויט ווי איך האלט יעצט אויפ'ן וועלט זעה איך טאקע נישט אין קיין איין זאך עפעס עקסטער וואס דאס זאל מיך צו ציען צו דעם, איך רעד אבער אלס פון רגשיות'דיגע עניינים, זאכן וואס מיין הארץ זאל ציען דערצו, וואס לפי קט שכלי פארשטיי איך אז ווען מען רעדט פון א געפיל צו וועלן חתונה האבן דארף עס קומען פונעם הארץ, איי קענסטו דאך פרעגן די זעלבע אויפ'ן לעבן בכלל, דהיינו וואס מאכט מיר וועלן לעבן בכלל אויב האב איך נישט עפעס אן ציל אדער סיבה וואס איך וויל, איז א', די לעבן אנדערש פון חתונה האבן, איז בעל כרחך אתה חי משא"כ ביי מערידזש בין איך דער וואס לייגט זיך אליינס אריין דערין אין אויב ס'נישטא קיין ערנסטע סיבה וואס זאל מיך מאכן וועלן דערצו קען אסאך מאל אויסקומען יצא שכרו בהפסדו, אין ב', ס'טאקע יא דא זאכן וואס ציעט מיך ווי למשל, חכמה, היסטאריע, וכו' די ענינים, אבער די זאכן האבן נישט קיין גרויסע שייכות צו רגש אין געפילן פון הארץ ארויס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:06 am#384228
ריכטיג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
בדרך אגב ס'איז זייער נארמאל צי האבן די סארט ספיקות.

יא, אבער ליידער בלויז א קליינע פראצענט פון די מענטשהייט זענען "נארמאל" אין דעם זין, דאס רוב זענען נישט קיין דורכגעטראכטע מענטשן און לאזן זיך ענדערש אריין אין חלומות און ערווארטונגען, א יסוד צו א סך פראבלעמען.
שכ'ח פאר די חיזוק, אבער אדרבה אז איך האלט שוין יא דא אין איך בין יא פון די מיעוט וואס ווילן עס יא אדורכשמועסן אין דורכטראכטן איז אפשר העלפסטו מיר צו צי זיין טאקע מער דורכגעטראכט אין נישט צוקומען צו די אלע פראבלעמען וואס ס'קען זיך מאכן ווען מ'גייט נישט צו דערצו מיט א קלארע מהלך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:36 am#384229
שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער ביסטי א שומר תורה ומצוות און די דרייסט דיך צווישן אזעלכע איז פשוט פארוואס די דארפסט חתונה האבן. אין אונזער סוסייעטי איז אן אלטער בחור אויסגעשפילט. אדער וואינט ער מיט זיינע אלטע עלטערן און שימעלט אוועק אין טאמער וואינט ער אליין, וואספארא טעם האט עס אהיים צו קומען יעדע טאג, אריינגערעכענט שבת ויו"ט צו א ליידיגע שטוב? ווען איינער האט חתונה האפט מען אז מ'קויפט זיך אן עזר כנגדו, איינער וואס וועט דיר שטיין צו די זייט און גיבן חיזוק אנצוגיין אין שווערע צייטן וואס יעדער גייט אמאל דורך. דאס וואס מ'הערט יונגעלייט זאגן ווי גוט ס' איז צו זיין אן די ווייב למשל זומער ווען זי איז אין קאנטרי אדער אז מ'גייט אויף א טריפ מיט חברים, איז אלץ פיין אין וואיל ווילאנג מ'ווייסט אז מ'האט פת בסלו און נאך א קורצע צייט וועט מען זיין מיט איר צוזאמען.

חוץ מזה, איז די "דים שמצילות אותנו מן החטא" אויך נישט אוועקצומאכן. יעדע געזינטע מענטש וויל דאס און דארף עס האבן און אלץ אן ערליכע איד קען מען דאס נישט האבן נאר דורך חתונה האבן.

איך ווינטש דיר א גליקליך לעבן מיט דיין כלה אויף לאנגע יארן
דו האט געשריבן דא אפאר סיבות בערבוביא אין איך וועל פרובירן עס צו צונעמען על ראשון ראשון.
א. אז זיין א עלטערע בחור אין אונזער סיסטעם איז נישט קיין תכלית, איז בעצם ביסטו טאקע גערעכט אבער דאס איז זייער א בדיעבד'דיגער סיבה פארוואס זיך ארויסצונעמען פונעם יעצטיגן מצב החיים וואס כפי שהוא איז עס נישט (עכ"פ נאכנישט) אזוי נישט גוט, אז פארדעם זאל איך זיך אריינלייגן אין עפעס וואס איך בין בכלל נישט קלאר ווי איך ציל דערמיט, אין אמאל קען עס זיך טאקע נישט אויסארבעטן אזוי געשמאק, אין סתם פאראומגליכן א מיידל מיט איר משפחה מיין איך אז ס'קומט נישט אין באטראכט אויב קום איך נישט מיט א קלאר'ן ציל אין מהלך.
ב. אז מ'באקומט אן אמת'ער עזר כנגדו וואס דאס העלפט אונז ביידע ארויס אנצוגיין ווייטער מיט'ן לעבן מיט חיזוק אין שווערע צייט וכדומה, האסטו דאך אליינס מטיל בספק געווען די גאנצע עניין זאג'נדיג אז מ'האפט אז ס'זאל זיין אזוי, יעצט איה"נ מ'קען טאקע קיינמאל נישט זיין פארזיכערט אינעם עתיד, אבער נאכאלץ איז אינו דומה אויב ס'איז אזא בדיעבד'דיגער קשר אזוי ווי ביי אונזער שידוכים סיסטעם אדער ס'דא געהעריגע דעקונג אז די צוויי צוזאמען זענען טאקע א פאר.
ג. זאגסטו אויכעט אז דאס איז נאר גענוג סיבה אזויפיל אז מ'קען עס נישט סתם אזוי אוועקמאכן במחי יד, אבער דאס אויב איז נישט קיין לכתחילה'דיגער צוגאנג צו א לעבן בין איש לאשתו.
אין אויף אייער ברכה ענטפער איך א הילכיגער אמן ואמן, וכן למר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:40 am#384230
שלום שטיסל האט געשריבן:וויאזוי ס׳זאל נאר זיין, איז דא א מימרא ׳העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין.

דאכציך מיר אז איך ביי די צוואנציג יאר בין איך שוין גענוג אלט צו קענען פאסן אזעלכע באשלוס'ן, אדער עכ"פ ווי מ'רעדט דא בסך הכל אויף צו פארשטיין וואס איך וויל מיט דעם צוקומען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 5:36 am#384231
ס'שוין דערנאך. פון יעצט עשה לך רב וקנה לך חבר
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:28 am#384235
Re: א חתן'ס ספיקות
דו האסט עס שוין אליינס אויסגערעדט. יעצט ציט דיר גארנישט עקסטער, דער לעבען גייט ווי פון זיך אליינס. ווען דו וועסט אנהייבען פילען דער יאך פון א ווייב און האפעדיג נאכדעם קינדער, ווען דו וועסט זיך דערוויסען פון די רגש האחריות פאר א צווייטענס וואוילזיין, וועט דער לעבען האבען א טיפערע באדייט. יעדער טריט וועט מיינען מער ווי די פרימיטיווע היינטיגע געברויכען. דאס איז ׳עושה צדקה בכל עת׳ זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים\גדולים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:34 am#384236
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז ׳עושה צדקה בכל עת׳ זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים\גדולים.

דו מעגסט יא צולייגן צו חז"ל
ווען סאיז א צדקה איזס אפשר באטעמ'ט. היינט אבער איזס פיער פרעשור און בכלל נישט אפרישיעטעד. פאר עטס ברענגט קינדער זייטס מחליט וואס דו ווילסט באצאלען
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 7:59 am#384238
Re: א חתן'ס ספיקות
איינער וואס טוט פאר הכרת הטוב, וועט זיך שנעל אנטוישען.
דאס אליינס אז מ׳טוט עפעס אויף, מ׳לייגט צו עפעס צום וועלט, דאס איז א געוואלדיגע געפיל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:11 am#384240
קינדער דארפן האבן הכרת הטוב ראַגאַרדלאַס צו זיי באקומען אדער נישט

מרעט דא פין איינער וואס בעל כורחך אתה חי
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:17 am#384241
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט עס שוין אליינס אויסגערעדט. יעצט ציט דיר גארנישט עקסטער, דער לעבען גייט ווי פון זיך אליינס. ווען דו וועסט אנהייבען פילען דער יאך פון א ווייב און האפעדיג נאכדעם קינדער, ווען דו וועסט זיך דערוויסען פון די רגש האחריות פאר א צווייטענס וואוילזיין, וועט דער לעבען האבען א טיפערע באדייט. יעדער טריט וועט מיינען מער ווי די פרימיטיווע היינטיגע געברויכען. דאס איז ׳עושה צדקה בכל עת׳ זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים\גדולים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לסיכום איז די תירוץ אז איך זאל וועלן חתונה האבן כדי מיין לעבן זאל האבן א טיפערע באדייט?
אדער גאר כדי איך זאל טוהן צדקה בכל עת?
אין וואס וועט זיין לו יצוייר אז איך האב שוין אן אנדערע טיפע באדייט פארוואס צו לעבן, און די גאנצע געשעפט פון חתונה שטערט יענס, עכ"פ אפשר זענט איר עס מסביר אביסעלע קלארער די גאנצער עניין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:25 am#384242
קום דו אויך קלאר. אמאל האט מען געקענט זיין אליין נאך דער חתונה ווי יושבים, פרושים. ווילסטו דעס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:29 am#384243
טאמיר קענסטו דאס אדארך רעדען מיט דער כלה אליין פאר די האסט חתונה מאך איר נישט אומגליקליך…

עס איז רוב מאל נישט מעגליך. בפרט טאמער זענט עטס נישט פון די 'קיהלע' חברה.

אויב איז עס שוין בגדר לא יוכל לתקן ווינטש איך דיר אז זאלסט זוכה זיין צו נעשה ונשמע - קודם וועלען מיר טון און נאכדעם וועלען מיר הערען. מתוך שלא לשמה וועט דיר ברענגען לשמה. קענסט האבען א בנין עדי עד מיט דער ריכטיגע צוגאנג, בידך תלוי הדבר.

אבער טוה פאר דיינעט וועגען און האב נישט קיין קינדער פאר די ווייסט פארוואס די ווילסט בלייבען מיט איר. פארוואס די ווילסט קינדער וכו'.

בעט שוין יעצט א היתר.

קול דמי בניך צועקים!
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:56 am#384244
Re: א חתן'ס ספיקות
מיר'ער בחור האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט עס שוין אליינס אויסגערעדט. יעצט ציט דיר גארנישט עקסטער, דער לעבען גייט ווי פון זיך אליינס. ווען דו וועסט אנהייבען פילען דער יאך פון א ווייב און האפעדיג נאכדעם קינדער, ווען דו וועסט זיך דערוויסען פון די רגש האחריות פאר א צווייטענס וואוילזיין, וועט דער לעבען האבען א טיפערע באדייט. יעדער טריט וועט מיינען מער ווי די פרימיטיווע היינטיגע געברויכען. דאס איז ׳עושה צדקה בכל עת׳ זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים\גדולים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לסיכום איז די תירוץ אז איך זאל וועלן חתונה האבן כדי מיין לעבן זאל האבן א טיפערע באדייט?
אדער גאר כדי איך זאל טוהן צדקה בכל עת?
אין וואס וועט זיין לו יצוייר אז איך האב שוין אן אנדערע טיפע באדייט פארוואס צו לעבן, און די גאנצע געשעפט פון חתונה שטערט יענס, עכ"פ אפשר זענט איר עס מסביר אביסעלע קלארער די גאנצער עניין.
די צדקה בכל עת מיינט אז יעדער ריר וואס מ׳טוט איז נישט נאר פאר זיך, נאר פאר דער ברייטערער זיך וואס עגזיסטירט היינט. מ׳קען עס אויסרעדען גראב און פשוט, אדער דערהויבען און איידעל. א מענטש איז באשאפען עפעס אויפצוטוהן, צו די פשוט׳ער פראדוצירען קינדער, צו די איידעלע ערציען קינדער. און ווידער ביים ארבעטען, קען ער פשוט פליפען געלט, אדער עוסק זיין בישובו של עולם, אדער גאר העלפען א וועלט. דער יצר הרע באנוצט זיך מיט די תאוות אויף דער פארקערט ממש. אז אנשטאטס פראדוצירען קינדער, זאל ער עס ווארפען אין מיסט מיט די א.ג. ׳חטא הידוע׳. אנשטאטס טוהן פאר׳ן כלל, זאל ער זיך געוועלדיגען אויף יענעם פאר די אייגענע בענעפיט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:09 am#384245
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די צדקה בכל עת מיינט אז יעדער ריר וואס מ׳טוט איז נישט נאר פאר זיך, נאר פאר דער ברייטערער זיך וואס עגזיסטירט היינט. מ׳קען עס אויסרעדען גראב און פשוט, אדער דערהויבען און איידעל. א מענטש איז באשאפען עפעס אויפצוטוהן, צו די פשוט׳ער פראדוצירען קינדער, צו די איידעלע ערציען קינדער. און ווידער ביים ארבעטען, קען ער פשוט פליפען געלט, אדער עוסק זיין בישובו של עולם, אדער גאר העלפען א וועלט. דער יצר הרע באנוצט זיך מיט די תאוות אויף דער פארקערט ממש. אז אנשטאטס פראדוצירען קינדער, זאל ער עס ווארפען אין מיסט מיט די א.ג. ׳חטא הידוע׳. אנשטאטס טוהן פאר׳ן כלל, זאל ער זיך געוועלדיגען אויף יענעם פאר די אייגענע בענעפיט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס הערט זיך טאקע זעהר פשוט אין שיין "לא תוהו בראה אלא לשבת יצרה", אבער כדי דאס גרונטליך צו פארשטיין ברויך מען אריינגיין נאך טיפער, אין די סיבה פארוואס ס'איז טאקע אזוי אויסגעשטעלט, אין וואס מ'דארף טוהן דערצו כדי עס ריכטיג אויסצופירען, אין וואס כביכול דער בוכ"ע האט דערפון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:36 am#384247
מזל טוב, און קודאס פאר'ן זיין אזוי "מעטשור" און טיפזיניג אין אזא יונגען עלטער.

עס איז דא א סך צו זאגן אין דעם פאל, אבער לאמיך מאכן איין נקודה. ATUB @שמעון וואלף ATUB איז גערעכט אז חתונה האבן איז געקנופט אין געבונדן צו דעם חרדישן לעבן, אבער מ'דארף עס שטערקער אריינלייגן אין קאנטעקסט. נישט נאר איז חתונה האבן א תנאי צו קענען לעבן נארמאל ווי א חרדישן איד, נאר עס איז דער יסוד היסודות ועמוד העמודים, די גרעסטע הקרבה וואס מ'גיט פאר דעם סארט לעבן. פאקטיש איז חתונה האבן, און דער וועג וויאזוי מ'האט חתונה ביי אונז, דער גרעסטער פארמירער פון דעם חרדיש לעבן, ווייל אלעס -- פרנסה, קינדער, מוסדות, קאריערע, לייף-סטייל, שידוכים, וכו' -- איז זיך מסתעף פון דעם.

אלזא דאס חתונה האבן איז נישט בלויז אן אקט וואס מ'טוט כדי צו קענען לעבן באקוועם ווי א חרדישן איד, נאר עס איז דער סאמע אקט וואס מ'טוט בידיים בוחר צו זיין אין דעם חרדיש לעבן. פארגלייך דאס צו דער אמיש סעקטע. יעדעס אמיש קינד פאנגט גלייך אן צו לעבן ווי א פרומער אמיש. אבער בערך ביי די אכצן יאר אלט, דארף מען פאסן דעם ענדגילטיגן באשלוס צי מ'וויל בלייבן אן אמיש דעם גאנצן לעבן, אויב יא, גייט מען דורך די באפטיזם צערעמאניע. חתונה האבן איז די חרדישע באפטיזם צערעמאניע, עס איז דעמאלט ווען מ'נעמט אויף זיך דעם חרדישן לעבן.

און דאס איז די פשוט'ע פראגע: ווילסטו לעבן ווי א חרדישער איד אדער נישט? אויב דער ענטפער איז יא, איז שמעון וואלף גערעכט: האב חתונה, ווייל נאר אזוי וועסטו קענען לעבן ווי א מענטש. אויב דו ביסט נאך נישט זיכער אין דעם, דארפסטו זיך כאפן ביים קאפ אז דאס מסכים זיין צו ווערן א חתן איז געווען דיין הסכמה און באשלוס צו לעבן ווי א חרדישן איד, און אפשר זאלסטו זיך ארויסזען דערפון ווי פריער, פאר עס איז גורם מער צער פאר דיר און פאר אנדערע מענטשן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:55 am#384248
שרעקליך, פארדעם האט מען חתונה!
מיר'ער בחור האט געשריבן:עס הערט זיך טאקע זעהר פשוט אין שיין "לא תוהו בראה אלא לשבת יצרה", אבער כדי דאס גרונטליך צו פארשטיין ברויך מען אריינגיין נאך טיפער, אין די סיבה פארוואס ס'איז טאקע אזוי אויסגעשטעלט, אין וואס מ'דארף טוהן דערצו כדי עס ריכטיג אויסצופירען, אין וואס כביכול דער בוכ"ע האט דערפון.

ווער זאגט. סמיינט דער וועלט זאל נישט ווייניגער ווערען ווען מגייט
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:54 pm#384261
ראובן: דו גייסט אריין אביסל אין אן אנדער עניין, דהיינו אז איך אין אזוי אויך יעדע בחור/חתן דארף זיך אליינס פרעגן צו ער מיינט טאקע זיין אייגענע טובה מיט דעם אדער נישט אין אז נישט דארף מען טאקע זיך נעמען אין די האנט אריין אין טוהן אלס וואס ס'שייך צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן, אבער מיין דילעמע איז עפעס אנדערש, ווייל לאמיר זאגן אז איינער וואס האלט שוין נאכ'ן מחליט זיין אויף וועלכע פון די צוויי צדדים צו די היינטיגע חרדי'שקייט אדער מער אן אפענע לעבן ער וויל פירן איז מיין קשיא נאכאלץ במקומה עומדת, דהיינו וואס טרייבט אדער עכ"פ דארף צו טרייבן א מענטש צו וועלן חתונה האבן אין לעבן א לעבן וואס מ'איז משועבד צו א צווייטער בן זוג, ס'הייסט בעצם איז פון איין זייט שווער אויף דער בחור/חתן וואס איז מחליט אדער מ'איז מחליט פאר עם אז ער וויל יא לעבן זיין לעבן ווי א חרדי'שער איד, ווייל היתכן ער נעמט זיך אונטער צו לעבן מיט א צווייטער וואס זייער גאנצער צוזאמענארבעט אין מטרה איז מוטל בספק, וואס אויף דעם האט שוין טאקע שמעון וואלף גע'ענטפערט אז ס'נישט שייך צו סאך אנדערש, אבער הנוגע לעניינינו אנו רעד איך בעיקר דייקא נישט פון דעם וואס גייט לכתחילה צו צו דעם אז ווייל ער וויל לעבן ווי א חרדי'שער איד דארף ער טוהן כך וכך, נאר בעיקר וויל איך מער אויסשמועסן די נושא איבער וואס ס'ציעט דער מענטש בכלליות צו וועלן לעבן א משותפ'דיגער לעבן מיט א צווייטן אויב יעצט איז עם אלס פונקט גוט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:35 pm#384270
מיר'ער בחור האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט עס שוין אליינס אויסגערעדט. יעצט ציט דיר גארנישט עקסטער, דער לעבען גייט ווי פון זיך אליינס. ווען דו וועסט אנהייבען פילען דער יאך פון א ווייב און האפעדיג נאכדעם קינדער, ווען דו וועסט זיך דערוויסען פון די רגש האחריות פאר א צווייטענס וואוילזיין, וועט דער לעבען האבען א טיפערע באדייט. יעדער טריט וועט מיינען מער ווי די פרימיטיווע היינטיגע געברויכען. דאס איז ׳עושה צדקה בכל עת׳ זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים\גדולים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לסיכום איז די תירוץ אז איך זאל וועלן חתונה האבן כדי מיין לעבן זאל האבן א טיפערע באדייט?
אדער גאר כדי איך זאל טוהן צדקה בכל עת?
אין וואס וועט זיין לו יצוייר אז איך האב שוין אן אנדערע טיפע באדייט פארוואס צו לעבן, און די גאנצע געשעפט פון חתונה שטערט יענס, עכ"פ אפשר זענט איר עס מסביר אביסעלע קלארער די גאנצער עניין.

איך האב פארשטאנען אז איר האט נישט
אויב איר האט יא אן אנדערע טיפע באדייט פארוואס צו לעבן פארוואס זאלסטו דאס נישט שערען מיטן ציבור פין וועם די זיכסט אויסציקלארן דיינע ספיקות?

דער אמת איז ס'איז דא טייל וואס האבן נישט קיין שייכת מיט חתנוה האבן על פי תוכנת נפשם, האבן בכלל נישט קיין שייכת צי רגש וכד'
איז דא וואס זענען מקיים דעם פריה ורביה אווא מוצות לולב. אויב איז אבער דא א חשש אז דער חפצא של מוצה וועט ליידען דערפין, וואלט איך מייץ געווען ז'אלסט פרעגן א גדול
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:46 pm#384271
הקטן: לגבי מיך אליינס ביסטו טאקע מער ווייניגער גערעכט אז איך זעה נישט, עכ"פ נכון לעכשיו זעה איך נישט עפעס טיפער'ס על האופק וואס זאל מיר צופרידן שטעלן ווי ס'דארף צו זיין, אבער וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז וואס טוצעך מיט אזא איינער וואס האט שוין יא עפעס א געדאנק צו וואס, איז צו ביי עם איז אויך גילטיג די סיבה? אין אפשר דורכדעם וואס כ'על פארשטיין די גאנצע ענין כלפי יענעם על בוריו וועל איך אפשר קענען מיט דעם ארבעטן אויף עפעס אן אופן צו ציען א מסקנא פון דעם פאר מיך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:13 pm#384274
איך מיין אז א יעדער קעס דארף מען דן זיין בפרטיות - כשם שאין פרצופיהן שווים כך אין דעתם שווה
וואס רעדט צי יענעם מיז נישט רעדן צי דיר!
און וואס רעדט צי דיר היינט מיז נישט רעדן צי דיר מארגן.


אויב די קענסט ווען טרעפען סיי וועלעכע קליינע סיבה יא חתונה צי האבן וואס וואלט דאס געווען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 3:44 pm#384276
Re: א חתן'ס ספיקות
ס׳איז דא נאך סבות אויך.
דער נאנטשאפט מיט א צווייטען וואס חתונה האבען קען (נישט אלעמאל געלונגט עס) ברענגען איז א געשמאק וואס מ׳דארף דורכלעבען.

קוק אן אן עלטערע בחור און זאג מיר וואס פעלט איהם. איך קען קלוגער פיינער עלטערע בחורים, אבער זייער פיין איז אויף זייערע פנימ׳ער. דאס איז נאך א סבה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:00 pm#384277
Re: א חתן'ס ספיקות
דער אמת איז אז וויבאלד די סיסטעם זאגט אז ווער ס׳עלטער פון כך וכך יאר איז שוין נישט ראוי פאר א לכתחילה׳דיגען שידוך, קומט אויס אז דאס חתונה האבן נאך פארן קומען צום אפעטיט איז בעצם אן אינוועסטמענט אויף נישט צו פארלירן דעם קוואליטי שידוך וואס מ׳גייט אפשר אמאל ווילן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 4:09 pm#384278
ער איז נישט זיכער אז שפעטער זאל יא זיין א סיבה

אויב פארשטיי איך וואס ליטוואק זאגט: "דער אפעטיט קימט מיטן עסן"
וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו פארפעלסט, unless
איך זאג נישט אז דאס איז געניג סיבה, אבער ס'איז זיכער אמת.
טרייען יעצט פושט צי זיין דעם "ספק" איז זינ-לאז


לוינט זיך צי עסען סאשי?
יא, ווייל ס'איז זייער זייער גוט, א שאד א יעדער מעניט וואס דו ביסט דאס נישט טועם
ווער זאגט אז ס'איז בכלל גוט, אפשר איז עס נישט גוט?
איך הער דיין דילמע, אבער דו וועסט קיינמאל נישט וויסען אויב ס'גוט נאר אויב דו וועסט דאס פארזוכן

ס'איז זינ-לאז טרייען פושט צי זיין דעם "ספק" אן עסען סאשי (פרעגן, קוקן, שרייבן וועט דיך פירן אין ערגעץ)
דאס אלעס אויב ס'לוינט זיך צי עסען ווייל קען זיין אז ס'איז גאר גוט, און איך פארפעל - איעדער זאגט אז ס'גוט

אויב אבער זאגט איינער, קען זיין איך פארפעל, אבער why bother איז אן אנדערע מעשה - און סאיז נישט דא קיין וועג ארויס
נאך אלעם, וועט גארנישט אין דער וועלט פושט זיין די שאלה "אויב ס'איז גוט" נאר דורך פארזוכן
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:13 pm#384281
די טעם פארוואס מען האט חתונה איז ווייל דער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און פארשטייט אים דאס בעסטע, זאגט אז לא טוב היות האדם לבדו, ס׳איז נישט גוט פאר א מענטש צי זיין אליין, דעריבער אעשה לו עזר כנגדו אז ער זאל האבן מיט וועם צי וואוינען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:19 pm#384282
Re: א חתן'ס ספיקות
יא, אבער די שאלה דא איז, וואס טוט מען בכגון דא וואס דער זעלבער באשעפער האט אים נישט געגעבן קיין רצון דערצו?
(פארהאן מענטשן וואס זענען לאונערס בטבעם און וועלן נישט חתונה האבן פאר קיין געלט)
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 6:39 pm#384283
m https://youtu.be/6lFEqnJkMvo m
פאר דער וואס פארשטייט נישט מיין דילעמע, דא האט איר איינער וואס איז עס גאנץ גוט מגדיר, אבער טאקע נאר די קשיא אבער זיין תירוץ איז שלא מן העניין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:15 pm#384290
בני א"י געבן זיך גרינגער א עיצה. מפארט אגאנץ יאר שנארן
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:34 am#384303
דער פראגע גייט נאך אסאך טיעפער. אויב מיר געפונען זיך אין אונזער געזעלשאפט וואס דער יונגער פארפאלק אייז נישט צוגעגרייט צום לעבען כדבעי. ווי אזוי מעג מען חתונה האבען אזוי יונג?!.
אהן א פאך אין די הענט,
אהן א איידיע פון פארשטיין די בעיסיקס פון עולם המסחר ושאר עניני דעלמא
אהן אן אהנונג אין קשר בילדונג און קאממיוניקאציע ציוושען מאן און פרוי, אדער א באגריף אין קעיר נעמען פון א פרוי,
אהן א באגריף אין מושגים פון מגדל זיין קינדער געזונט בנפש ובגוף.
ועל כולם אהן קיין געלט אין די קעשענע
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 7:23 am#384311
מדינגט דאך א חתן טיטשער וואס געט א צעטל. און איז ביזי מיט זוהר'ס ווייל אסורים טאר מען נישט האלטן בסוד
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 7:49 am#384312
אברעימל האט געשריבן:די טעם פארוואס מען האט חתונה איז ווייל דער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און פארשטייט אים דאס בעסטע, זאגט אז לא טוב היות האדם לבדו, ס׳איז נישט גוט פאר א מענטש צי זיין אליין, דעריבער אעשה לו עזר כנגדו אז ער זאל האבן מיט וועם צי וואוינען.

דאס איז געווען פאר די קללה פון צער גידול בנים ביז 12/13 יאר. וואס די חראיידים האבן פארלענגערט צו 26
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:51 pm#384357
ווען מיין זון האט חתונה געהאט, האב איך געהאט פון אים צו לעקן אפאר וואכן פאר די חתונה פרעג בעסער נישט.

ווען א בחור דארף ווערן א חתן זעהט ער נאר די עקסייטינג חלק. אבער ווען עס ווערט א ריעליטי און ער דערזעהט זיך אז ער געבט אויף א פרייע האטעל מיט משרתים וואס באקן און קלינען פאר אים, ווערט אים שלעכט.

אבער דער אמת איז אז קושיא מעיקרא ליתא.

עס דארף נישט זיין קיין סיבה צו וועלן חתונה האבן, נאר פשוט ווילאנג איז די שיעור אז די זאלסט זיצן אויף קעסט פון דיינע עלטערן? די ביסט גרויס געניג הייב דיך אויף און נעם קער פון זיך אליינס. :roll: :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 6:11 pm#384358
אייז קריעם האט געשריבן:
אבער דער אמת איז אז קושיא מעיקרא ליתא.

עס דארף נישט זיין קיין סיבה צו וועלן חתונה האבן, נאר פשוט ווילאנג איז די שיעור אז די זאלסט זיצן אויף קעסט פון דיינע עלטערן? די ביסט גרויס געניג הייב דיך אויף און נעם קער פון זיך אליינס. :roll: :roll:

אנע ווייב קען מען נישט אראפגיין פון קעסט?
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 10:10 am#384393
נישט און אינזער סאסייעטי.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 10:33 am#384395
דו מאכסט אזא סאסייעטי. זאל ער ארבעטען אדער שנארן. און מאכן א אייגענע סנעפ קארד
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:15 pm#384476
טוסט געגן א בפירושע רמבם אין דו ווילסט חיזוק
l viewtopic.php?p=381535#p381535 l
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 6:20 pm#384492
עס איז גאר אן אינטרעסטנע דיסקציע, אין באמת מיז מען זאגען "כל הכבוד" פאר'ן חתן אונזערע פאר טראכטען אין נישט שעמען זיך צו פרעגען, אסאך האבען די קשיא. דער עולם דא ענטפערט בטיב טעם, יעדערס ווארט איז אזוי ריכטיג אין וויכטיג, אנכי הקטן וואלט איך צוגעלייגט א פאונט וואס איז נישט נאר מטעם יודשקייט, נאר אויף גשמיות אויכעט. דער חתן זאגט, אז ער גלייבט נישט אז נאך דיר חתונה וועט איהם זיין בעסער, דא ליגט באגראבען די הינט, אויב דער תורה זאגט איז "לא טוב היות האדם לבדו" מיינט עס אין דו וועג וואס מענטעשן מיינען "גיט" "דיברה תורה בלשון בנ"א" אין אזוי וועט געברענגט אין חז"ל אז עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו פירען אליינס די לעבען, ווייל סוף כל סוף, ווי שלעכט אין ווי גיט די הייראט איז, וועסטו קיינמאל נישט געפונען אין דיין לעבען א נאנטערע מענטש וואס קען די פארשטיין אין מיט פילען מיט דיר ווי אשת נעוריך ואשת בריתך, דאס איז א פאקט וואס, מיר זענען פון חז"ל אין אדם מת אלא לאשתו, קיקסט נאר אן נעבעך אן אלמן, ווי ער פילט אז די גאנצע וועלט איז איהם געווארען טינקעל, אפילו אויב ער האט נישט קיין קינדער, די נאנטקייט וואס עס איז דא צווישען א מאן מיט א ווייב, איז די שטערקסטע קירבה, אפילו פאר די עלטערען, על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו. אוודאי געוויס אויב ביידע האבען די זעלביגע שאיפות אין לעבען איז עס סאך גרינגער און בעסער, אבער ווי נישט, איז עס א מתנה וואס דער איייבישטער האט באגליקט א מענטש. און ווי אנדרע האבען שוין גערדעט דערפון, עס איידלט אויס דער מענטש ער זאל ווערען סאך מער א מענטש צוווישען מענטשען אין אזוי פארט אויך אסאך מער א מוצלח דיגער מענטש, אין על פי רוב אונטער יעדער מוצלחדיגע מענטש איז דא ווייב א גיטער.

מיר ווינטשען די גאר אסאך גליק און זאלסט חתונה האבען בשעה טובה ומוצלחת אין לעבען מיטען פילסטען גליק און זוכה זיין צו ווערען א איש מצליח.

וועלכע פרעזידענט פון אמעריקע האט נישט געהאט קיין ווייב לכתחילה?
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:05 am#384507
ער האט נישט געפרעגט נאר לאחר מעשה. עפ"י ח"ח מוז מען עס משבח זיין
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:05 pm#384524
מיר'ער בחור האט געשריבן:איך וויל נישט מ'זאל מיך שלעכט פארשטיין, איך פרעג נישט ווייל איך האלט אז די לעבן נאכ'ן חתונה איז נישט געשמאק צו וואס, נאר פשוט פשט וואס ציעט מענטשן צו וועלן חתונה האבן לכתחילה, ס'דארף דאך זיין עפעס א דבר המושך אז מ'זאל דאס וועלן טוהן.


צום ערשט אלעמען, א מזל טוב!

לויט וויאזוי איך פארשטיי איז נישט דיין פראבלעם אז דו קוקסט אן די חתונה-געהאטע לעבן פאר א 'שלעכטע' זאך. דעריבער ערווארטסטו נישט אז מ'זאל דיר קומען אפשלאגן דיינע נעגעטיווע מיינונגען, און אויפווייזן אז ס'איז 'נישט' שלעכט.

נאר ביי דיר איז דאס גיין חתונה האבן, עפעס אזא פארווע זאך. נישט ספעציעל 'שלעכט', אבער אויך נישט ספעציעל 'גוט'. דעריבער ווילסטו פארשטיין, וואס זענען די געוואלדיגע מעלות פון א חתונה-געהאטע לעבן.

דאס בין איך אויך זיכער, אז דו ווייסט אויך אז תורה'דיג איז נישט דא דא בכלל וואס צו שפעקולירן. סיי ס'איז א חיוב פון פרי' ורבי', צי מען האלט דערביי צי נישט. און סיי דאס אליינס אז ס'איז א מצוה, איז שוין גענוג א 'מעלה' צו חתונה-האבן. און סיי ס'איז כולל נאך אנדערע מצוות עשה. און סיי די תורה אליינס שרייבט קלאר 'לא טוב היות האדם לבדו'. אבער איך גלייב אז נישט דאס ביסטו געקומען הערן, דו קענסט אויך דער פסוק חומש.

נאר וואס דען, דו ווילסט אביסל מקרב זיין אל השכל די פסוק לא טוב היות וגו'. כאטשיג באמונה שלימה איז די פסוק אליין שוין איבער גענוג אונז צו צופרידן שטעלן. אבער אסאך מאל פילט מען ווי מ'וויל אפטייטשן די פסוק אויף מאמע לשון. צו פארשטיין לאגיש אויך, פארוואס איז מוחלט אז חתונה האבן איז א גוטע זאך.

יעצט, איך האב נישט די צייט זיך צו נעמען ציילן מיט די פינגער אלע גוטע זאכן וואס א מענטש האט פון חתונה האבן. אסאך אירע האבן עס שוין דא אויסגעשמועסט און אויסגערעכנט.איך וויל נאר צולייגן נאך א נקודה, לאגיש גערעדט:

יעדע מענטש וואונטש זיך, און טוט זיך באשטעלן א לעבן ווי אלעס זאל פארן ערשט קלאסיג, אלעס זאל גיין געשמאק און געשמירט. דעריבער ביסטו פארצווייפלט, צו דאס שריט פון גיין חתונה האבן שפילט מיט מיט דיינע חלומות, אדער נישט. צו ס'וועט דיר מאכן גליקליכער, אדער נישט.

דער ווארהייט ווייסן מיר אלע, אז מיר קענען זיך סייווי נישט פארזיכערן מיט גארנישט, אלעס קען געשען. אפילו זאל איינער מחליט זיין אז ער גייט נישט חתונה האבן, איז ער פונקט אזוי נישט פארזיכערט צו האבן א לעבן וואס ער האט זיך באשטעלט. נישט נאר ער איז נישט פארזיכערט, נאר ער האט משנה געווען פון די גראדע וועג, דער דרך העולם וויאזוי דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, אויפן ריכטיג'סטן וועג, שטייט דער מענטש שוין אין א מיינוס, ידו על התחתונה.

ווידעראום ווען איינער האט חתונה, האט ער זיך צוגעשטעלט צו די פארשריפט וויאזוי דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, דאן איז ער אויף די ריכטיגע שינעס. און מיט תפילה אינאיינעם, וועט עס אים אי''ה ברענגן א לעבן פול מיט גליק.

***

ס'איז כדאי מעתיק צו זיין די מאמרי חז''ל:

ב''מ נ''ט ע''א= א''ר חלבו, אין הברכה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו.
סוטה י''ז ע''ב= איש ואשה זכו שכינה שרויה ביניהם.
יבמות ס''ב ע''ב= השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה, שרוי בלא תורה.
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:37 pm#384535
שטויבעלעך : ע"כ קרא שמו שטויבעלעך ע"ש וואס ער האט ארויס אן עניין מיט אלע פיטשיווקעס (שטויבעלעך) דערין.
אבער איין נקודה האב איך נישט אזוי גוט פארשטאנען, וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם אז מיין גליקליכקייט אין געשמאק אינעם לעבן וועט צוגיין מיט א ידי על התחתונה'דיגער צורה, אדער עכ"פ איך קען נישט זיין פארזיכערט, קודם כל זאגסטו דאך אויכעט אז מ'קען קיינמאל נישט זיין פארזיכערט אינעם עתיד, איז ווי פונקט כאפט די נפק"מ, והשנית איך רעד פון א מציאות ווי די צורת החיים פונעם pro-marriage life איז גראדע יא בבחינת ידו על העליונה אין איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס ס'זאל ארויסגיין פון דעם ליניע, איה"נ איך בין טאקע נאכנישט אזוי מסודר מיט פרנסה אד"ג אבער איך זעה עס נישט פאר אזא שטער אין די חלק השמחת החיים, איז במילא זעה איך נישט וואס ס'זאל מיך ציען צו וועלן טוישן די גאנצע צורה פונעם לעבן, אין בכלל וויל איך פארשטיין אויך די מהלך פון א גוי צו איינער וואס איז ל"ע נישט מאמין בתורתינו הק' אדער אין די היינטיגע פרטי' ודוקדוקי' פון דעם, לגבי דעם גאנצן עניין אין אפשר דורכדעם צוקומען צו עעפעס א מסקנא אין קלארקייט אין די נושא.
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:18 pm#384556
מיר'ער בחור האט געשריבן: אין בכלל וויל איך פארשטיין אויך די מהלך פון א גוי צו איינער וואס איז ל"ע נישט מאמין בתורתינו הק' אדער אין די היינטיגע פרטי' ודוקדוקי' פון דעם, לגבי דעם גאנצן עניין אין אפשר דורכדעם צוקומען צו עעפעס א מסקנא אין קלארקייט אין די נושא.


דער גוי וויל בדרך כלל צוויי זאכען וואס האבען גראדע א גרויסער קשר, עס ציהט איהם ערשט די נארטילכע אינסטיקטען, עין רואה, אין די באשעפער האט דאס געמאכט פאר די כוונה, אזוי ווי ער האט שיין געמאכט חווה פאר אדם הראשון, אין דאס געבט פאר די מענטש די ווילען זיך צו פארבינדען מיט איהר אוף א וועג וואס וועט איהם גליקליעך מאכען נישט נאר אוף די מינוט נאר דארך די לעבען, ווייל א מענטש דארף האבען שטענדיג חיזוק, אין די געפיל וואס א ווייב גיבט נאטירלעך איז אויך די זעלבע, אויב מען וויל עס צו שטעהלן להבדיל באלפי הבדלות, צו די מענטשען וואס נעמען א הונט אריין אין הויז, זיי באקומען די הרגשה אז די הינט לעקט זיי די פיס, אנטשאלדגיט אוף די ביישפיל, אבער עס איז זייער אסאך א פארגלייך צו מאן אין ווייב. פון די אנדערע זייט אויך די ווייב האט אלאמאל ליב זיך גרויס צו האלטען מיט זייער מענער, זיי שפירען די הנאה פון דעם וואס די מאן דארף איר האבען, אין וויל מיט איהר טיילען זיין לעבען איך זארגען פאר איהר, דאס רעדט איהר איבער, עס געבט איר אויך א חיזוק, בקיצור די באנדשאפט מאכט אז ביידע זאלען פילען אז זיי דארפען איינער די אנדערע, אין ווילען גיין צוזאמען אינאיינעם דארך די לעבען.

ביי יודען איז עס גאר נישט ווייניגער פון דעם, אדרבה ואדרבה, מער אין מער, ווייל צו אופשטעלען א שטיב מיט קינדער פארדערט זיך צום ערשטען א פאר וואס ווילען ארבייטען צוזאמען, און אויכעט הנאה האבען צוזאמען פון די ארבייט מיט נחת, אין געבט זיי אי געפיל אז זיי טהון אויף אין לעבען אין דאס אליינס מאכט זיי צופרידען.

איך האף אז די ווערטער וועט אייך אביסעל מער קלאר מאכען די עניין.
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:00 am#384604
כבר מלתי אמורה אין דעם אשכול, ולא אמרו בכפילא:

l viewtopic.php?f=24&t=6648 l

אויך דא האב איך עס בארירט:

l viewtopic.php?p=52963#p52963 l
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:27 am#384608
נאך אלע מעלות זענען מיר אויסגעשטעלט צו דארפן מער געבן ווי מבאקומט. און צו מער פראבלעימן ווי חיזוק
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:35 am#384609
און ווער זאגט אז געבן איז שלעכט...
מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:51 am#384611
די היינטיגע ווייבער און קינדער זענען געספוילט. אזא געבן ברענגט ניש הנאה You feel a fool