Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » HASIDIC1

HASIDIC1

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 56 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11871
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:53 pm#384748
HASIDIC1
איך בין אביסל שאקירט געווארן זעהנדיג אז ס'איז אויף אים נאכנישט דא קיין אשכול
אפשר ווייל ער איז א חבר השטיבל איך ווייס נישט
ווער ס'האט אפען אויפ'ן קאמפיוטער סיי ק"ש און טוויטער האט געזעהן ממש א מינוט נאך איינער האט געשריבען עפעס ווען א פראמינענטע רב אין ב"פ נישט אריבער קיין דריי מינוט און ער האט שוין געהאט א בילד פונעם תגובה
דאס מאהל גראדע שינה ממנהגו און האט יא געשריבן פון ווי ער נעמט עס
איך גלייב א גרויס'ן עולם דא פאלאוט אים ממילא איז עס אביסל נירוורעקינג צו זעהן אז כמעט אלעס וואס ער שרייבט קומט אהן דא תוך עשרים וארבע
לענ"ד איז דא א פלאץ צו שמועס'ן טרינקען פארברענגן סתם צוטירן פון ערגעץ ווי ביזט פארזיכערט א גרויס עולם האט עס שוין געזעהן פארוואס?
מילא א בילד וואס ברענגט א שמייכל אדער נייעס העומדים ברומו של עולם אבער סתם נארישקייטן
ווי @איך אויך וואלט געזאגט הער אויף צו באטראללן די שטיבל
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:45 pm#384754
איז ער דער וואס פלעג זיך רופן פייוויש בריעף און האסידיק אידיש (מיידל) אויף פעיסבוק?
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:27 pm#384757
ער איז זיכער א שרייבער דא, אבער ער ברענגט בעיקר פון פעיסבוק און פאליש און די מערסטע פון שאולזאן,
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 6:59 pm#384760
Re: HASIDIC1
מיינסט צוזאגען א ליינער
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 7:23 pm#384763
לענ״ד טוט ער א געפערליכע פארברעך קעגן כלל ישראל, און קעגן יחידים, ער באשמוצט מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט שלעכט געטוהן, אלעס ווייל ער וויל זיין פאפולער.

אויב זעהט ער מיין תגובה בעהט איך אים ער זאל גוט איבערטראכטן דאס וואס ער טוט, און ער זאל געבן א טראכט צו ער וואלט ליעב געהאט צו זעהן זיך זעלבסט באשמוצט אדער חוזק געמאכט אין פובליק.

האסט שוין וויי געטאהן הונדערטער מענטשן פארזענדליך, האסט נישט מורא פון מצער זיין א מענטש? וואס איז דיין ציל? וואס האסטו דערפון?

ס׳איז חודש אלול, חזור בך!
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:40 pm#384772
דא איז א גלעגענהייט אים צו דאנקען פאר די שווערע ארבייט וואס ער לייגט אריין. שלא על מנת לקבל פרס, צו מהנה זיין אין קעמפען פאר אידן. יישר כוחך ושכרך גדול מאד
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:52 pm#384775
ער קעמפט נישט פאר קיינעם, ער איז א הארצלאזער פארשוין וואס איז מלבוש זיין אכזריות אין א שיטה. עס איז נישט קיין סוד ווער ער איז. עס אויס דא א בילד פין אים אויף פארשידענע פלעצער.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 7:06 am#384783
Re: HASIDIC1
מראה מקום?

lead, follow, or get out of the way!
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:35 am#384791
כבוד הרב דיףף, דיר צו פארשטיין דארף מען נאכאמאל געבוירן ווערן, פארוואס טראכט דיין מח דחוק אזוי פאקרומט? אויב זעסטו זיינע טוויטס, האסטו זיכער באמערקט ווי ער שטעלט ארויס פיקטשערס פון יחידים און איז זיי מבזה ברבים, און אויב איז נישטא קיין פרישע סחורה פאוסט ער נאכאמאל די אלטע בילדער, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט באגעגנט אזא הארצלאזע מענטש, אמת אסאך מאל שרייבט ער וואס מיר אלע ווילן עס זאל געהערט ווערן, פיין, דאס געבט אים נאך נישט רשות ארויף צושטעלן פריוואטע בילדער פון יונגלעך מיידלעך בחורים יונגעלייט גרושים מיט וואס סעגייט נאר.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:14 pm#384804
דערמאנסט מעך דער מאמר החסיד צום פראק "דו מעגסט טאן אין איך טארניט זאגן?" קושנער האט געלערנט זיין שווער דאס זאגן צו קלינטאן ביים טיעפ הידוע
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:04 pm#384805
diff האט געשריבן:דא איז א גלעגענהייט אים צו דאנקען פאר די שווערע ארבייט וואס ער לייגט אריין. שלא על מנת לקבל פרס, צו מהנה זיין אין קעמפען פאר אידן. יישר כוחך ושכרך גדול מאד

איז עס דען אזוי שווארץ און ווייס? ווען א יחיד טוט אן עוולה בשם אדער אונטערן איצטולא פון א רבים איז איין זאך אבער א יחיד וואס למשל קען נישט ביישטיין און פאלט אדורך מיט א זונה קומט אים אויסצושמירן ברבים נאר ווייל ער איז א חרדי? כש"כ אויב דער מפיץ זעלבסט קוקט נישט אן די חלק הזנות אלס דער עבירה.. איז ער דאך נישט אנעסט מיט זיך.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:35 pm#384809
ער נעמט עס פון פאבליק. די טענה אז מטאר נישט הנאה האבן איז א צע"ג
דאס שרייבט ער
בילד
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:57 pm#384813
מיר מוטשען זיך צוגיין א בארד אין צאלען אסאך פאר אנטועכץ לייפסטייל, מעג מען פארלאנגען אז מזאל עס נישט פארשוועכען. וכמאמר ילבש שחורים ויתכסה שחורים
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:08 pm#384816
זיין פראבלעם איז אז ער שיסט שנעל אן שוקל צו זיין און גנבעט רעכטס און לינקס

אבער האמת יאמר אז רוב קומט טאקע פון פובליק פאוסטס און ער ברענגט פשוט מראי מקומות
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:12 pm#384818
כ'האב מורא אז דיףף איז די בעל האסידיק1
טערעסאנט מ'שיקט איהם נאר פראבלעמען שמוץ און מחלוקת

די אקאונט איז פול מיט רשעות
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:24 pm#384820
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:די אקאונט איז פול מיט רשעות

אמת. ליידער.
כ'האב אמאל געהערט א דרשן זאגן אז אלע פראבלעמען קומען פון לה"ר. שפעטער פרעג איך אים מיינסט אוודאי פון וואס מרעט ביי די לה"ר
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:26 pm#384821
טערעסאנט משיקט איהם טאר פראבלעמען שמוץ אין מחלוקות

וואס ווילסטו זאל ער שרייבען אז דער אדמו"ר האט נישט מזנה געוועהן אדער יענער רב האט געדאווענט ערליך? דעס שטייט שוין אין איד און בלאט
לגופו של ענין ווער סאיז אנגעהוקט אויף וואטס עפפ גרופס און ליינט שאולזאן בח"ח זעהט אז רוב רובו פון זיין סחורה שטייט שוין אויף אנדערע בלאגס
עכ"ז איז ער נישט גערעכט, אז אנדערע טוען עבירות געבט עס דיר נישט קיין היתר אויך צו טון
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:43 pm#384825
ער עדווערטייזט די וועקער סא יא
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:22 pm#384833
דיףף איז באסטעט.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:37 pm#384835
וועסט נישט גלייבן וואס אלס כוויס פון דיר
ביסדאך מסתם דער פליעזר'ס אייניקל אשאד כאניש געלייגט דיין קליפ
מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 10:44 pm#384843
האסידיכ דער חויה"מ אנשטאט גיין צו דער זאא. קום באזוכן די רעבעס
להבדיל: לא בלבד השונה, אלא שתהא יודע ומכיר ובקי בהן:
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:21 am#384873
??
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:48 am#384874
no answer meanwhile
דער עולם דא איז בגדול'ט, ungratefull. מליינט אים טעגליך. אבער אנשטאט דאנקען לייקט מען די קריטיקירער
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:20 pm#384924
איך האלט אויך אז האסידיק1 טוט א סערוויס פאר'ן ציבור, ער איז טאקע פריש, געזונט משוגע אבער וואס ער זאגט אויבן איז וואר, ער מישט נישט קיין פריוואטע מחלוקת, ער לייגט נישט קיין שמוץ באופן כללי און ער מעקט ווען מ'בעט אים. איך האב אים שוין געבעטן ער זאל מעקן געוויסע זאכן און ער האט געפאלגט אין אן אויגנבליק.
קען זיין מיין מיינונג וועט נישט זיין פאפולער, ס'איז אבער דאך מיין מיינונג...
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:28 pm#384925
diff האט געשריבן:וועסט נישט גלייבן וואס אלס כוויס פון דיר
ביסדאך מסתם דער פליעזר'ס אייניקל אשאד כאניש געלייגט דיין קליפ


הוא אשר דיברנו. כ'האב אין קריטיקירט אן ער סטראשעט צו לייגן קליפס פין מיר. א רשע מרושע.