Under maintenance
הויפט זייט » דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11872
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:03 am#384794
דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
ר' מענדל ווייס, ע"ה איז געווען א וואוילער איד. א פשוט'ער,תמימות'דיגער, ערליכער איד. ער האט אין זיינע שפעטערע יארן ליידער געליטן אויף א (מענטל) מחלה וואס איז געווען גענעטיש אין זייער משפחה. ער האט געהאט אן עלטער'ן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה וועלכער האטציך נעבעך ארומגעדרייט אין עולם התוהו פאר א שיינע ביסל יארן. איך געדענק איהם נאך פון ווען איך האב געלערנט אין ישיבה. ער איז שוין דאמאלס געווען אנדערש. און זיך אויפגעפיהרט מאדנע...!

בו בזמן איז ר' מענדל געווען א נארמאלער מענטש. א בעל בת'ישער איד. איך געדענק איך פלעג איהם זעהן ביי מנחה מעריב אין פאפא בית המדרש. ער איז געווען שיין אנגעטון. ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנגעזעענער בעה"ב. נאר זיי האבן ליידער געהאט א גענעטישע מחלה וועלכע האטציך פראגרעסיוו פארערגערט...!

אין משך פון די יארן האטציך די מחלה ליידער גובר געווען אויף איהם. ביז ער איז צוגעקומען צו דעם שפל המצב וואס מיר האבן איהם געזעהן אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן. ר'האטציך נישט געטוישט קיין וועש און נישט געהאלטן ריין. די קינדער האבן געהאט זייער א נישט שיינעם שם הכינוי פאר איהם. איך האף ער האט זיי מוחל געווען בעולם העליון.

ער איז געווען א מיטגעמאכטער מענטש. א פארצרה'טער איד. אבער לפי ידיעתי איז ער געווען ווייט פון א צדיק נסתר. אפילו קוים א תלמיד חכם. אפילו אויב יא האט ער זיך קיינמאל נישט צוגעזעצט אדער באטייליגט אין א שיעור אין ביהמ"ד...בגן עדן תהא מנוחתו...!
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:13 am#384795
ר' בערל; שכוח פאר דעם ריפארט, כ'גדענק עם נאך, גוט, ווען ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג, שפעטער האט ער זיך געדרייט אין ב.פ. און אויך אין פלעטבוש. כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.

און דאס וואס איר פארציילט וועגן זיין עבר, געדענק איך אויך אז ס'געווען אזוי, נאך אלץ קינד האב איך דאס געהערט, עניוועי יהא זכרו ברוך.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:05 pm#384807
יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:48 pm#384811
ר' מענדל האט א שטיק צייט זיך געדרייעט אין טאהש. און מ'האט געזאגט אויף עהם אז ער באהאלט עפעס פונעם פשוט'ן ציבור.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:50 pm#384812
און איך האב עים געזעהן לערנען זוהר מיט כתבי הארי.

אפשר האט ער עס געטון כדאי מיך צו ווייזן אז ער איז א צדיק נסתר... איי דאנט קנוי

אויך, זיינע אויגן זענען געווען שרעקעדיג שארף!
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:11 pm#384817
א חברה טעראריסטן לשם שמים (מסתמא מבית מדרשם פון רודפי מענדל וועכטער) האבן אים אמאל געקידנעפט און אפגערייניגט בעל כורחו, פארשטייט זיך אז סהאט געהאלפן א רעטעך
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:19 pm#384819
כ'ווייס אז דער סקווערע רבי האט עהם אמאל געגעבן טויזענט דאלער, און ווען איינער האט עהם געפרעגט צו ס'אמת, האט ער געוויזן מיטן פינגער שאאא
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:29 pm#384822
איז אמת אז ער האט געפאקעט גרויסע געלטער? אזוי האט מען געשמועסט, אויב יא וואו איז דאס געלט? ער האט יורשים?
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:32 pm#384823
ער פלעגט שיקן געלט קיין ארץ ישראל מיט א שליח, אבער דער שליח האט נישט געוואלט זאגן ווער ער איז
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:36 pm#384824
אישתישבי האט געשריבן:יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

אישתישבי: אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך האב איהם קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א שיעור אדער זיך מפלפל זיין אדער שמועסן אין לערנען מיט איינעם. נאר תיכף נאך מעריב אי ער געגאנגען אהיים. מעגליך ער האט געלערנט און געהאט שיעורים אין נגלה און נסתר. נאר פאר ווער ס'האט איהם געזעהן אין ביהמ"ד האט ער געמאכט א רושם פון א פשוט'ן אבער ערליכן, איידעלן בעה"ב...!
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:49 pm#384827
געקענט האב איך אים נישט
אבער מענטשן וואס האבן באחרת ימיו מיט אים מטפל געווען פארציילען נוראות'דיגע סיפורים, ווער ווייסט עפעס מער וועגן די עובדות ?
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:29 pm#384831
געהערט אמאל פון א איד - וואס ר' מענדל האבן א קביעות ביי זייינע שבת סעודות - ווי ער האט אמאל געקרעכטסט אויף דעם היינטיגן דור אז פארפאלן, אזוי גייט עס היינט, רב שטיינמאן ווערט אן אפיקורס און מענדעלע ווערט א צדיק נסתר... ר"ל
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:19 pm#384832
ער פלעגט צומאהל זיצען אין בית מדרש אין קוקען אזעלכע פאפירן, און ווען איינער איז צוגעגאנגען האט ער עס אוועק געדרייט, און געזאגט אז עס איז נישט דיינע ענינים.

לכאורה כדברי קאצקע.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:28 pm#384834
אישתישבי: איך בין נאכנישט זיכער אויב קאצקע צוקער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט, מיט א טאן פון ליצנות. ניין. ח"ו ליצנות. נאר מיט א שמייכל אויף זיינע ליפן...!
מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:46 pm#384839
ס'דא ל''ו נסתרים, און אז אפאר ליצים גלייבן נישט, ווערט עס נאכנישט אויס.
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:05 am#384850
ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:44 am#384855
איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:10 am#384860
ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:06 am#384868
Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
א בילד האט איינער פין איהם ?
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:18 am#384869
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:47 pm#384876
קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

קאצקע צוקער: יא. און אן א שמייכל אויף די ליפן. ס'איז געווען אין א שפעטע שעה ערב שבת קודש ווען איך האב געדארפט פארן קיין מאנסי אויף א שמחה אין די משפחה. איך האב באקומען א פלעט טייער תיכף ביים אנהייב פון פאליסעידס פארקוועי. ווען איך האב געהאלטן אינמיטן ארויפדזשעקן דעם קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער, רוקט זיך אן א (מאדערן געקליידעטער) איד און טראגט זיך תיכף אן מיר צו העלפן. ער האט מיך נישט געלאזט גארנישט טון. ער האט אליין ארויסגענומען דעם רעדל פון טראנק און כהרף עין האט ער אראפגעדרייט דעם פעלער'דיגן רעדל און עס געטוישט. ווען איך האב איהם געוואלט לכתחילה צוהעלפן מיט עפעס האט ער מיך נישט געלאזט. ער האט אפילו אריינגעלייגט דעם געדעמעדזש'טן רעדל אין טראנק פון מיין קאר. אינצווישן האביך איהם געפרעגט פאר א נאמען. האט ער מיר געגעבן א נאמען און א געגנט ארום מאנסי וואו ..."ער וואוינט".. (העיווערסטראו)...ווען איך האב איהם געוואלט באדאנקען און איך דריי מיך אויס איז ער מער נישט געווען דארט. ס'איז געווען א סאך טרעפיק אויפ'ן פאליסעידס דאמאלס און ס'איז נישט גרינג געווען ארויפצוגיין צוריק אויפ'ן הייוועי. און ער איז נעלם געווארן כהרף עין.

ווען איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאלע טעלעפאן בוך און אויך פון די ארומיגע געגנט איז נישט געווען אזא נאמען דארט. איך האב אויך געפרעגט א סאך מענטשן פון מאנסי און קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש...!

ס'קען זיין אז ער איז געווען א פשוט'ער בשר ודם. נאר זייער א וואוילער איד. אבער דער חידוש איז אז ער איז שוין געווען אנגעטון שבת'דיג. און ער האט געמאכט די גאנצע מלאכה מרישא ועד גמירא. און אלעס זייער געשיקט און שנעלל. וואס איך וואלט זיכער נישט געקענט טון אליינס. און איך בין נאך אנגעקומען ב"ה קיין מאנסי א סאך פאר'ן זמן שב"ק...!

נ.ב.: קיין גוגל איז נאך דאמאלס נישט געווען. און אפילו ווען איך האב שפעטער (מיט א פאר יאר) גע'גוגל'ט דעם נאמען איז גארנישט ארויפגעקומען...!
און וויאזוי דער איד און בלאט זאגן...ויהי לפלא...!
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:57 pm#384882
א איד וואס איז פערזענליך פארמישט געווען אין א פלאות'דיגע מעשה וויאזוי א איד איז געהאלפן געווארן ביי רבי מענדל האט מיר פארציילט משונה'דיגע פלאות'דיגע הנהגות וואס ער האט געזען ביי רבי מענדל
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:00 pm#384883
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

שיין זעען אויס די ל''ו נסתרים לויט דיין שיטה.. ווי די מארשעלס אויפן פליגער וואס יעדער דערקענט זיי..
האסטו אמאל געהערט ווי ר' שלמה'לע לייגט אראפ א פיגור פון א ל''ו-ניק? דווקא פראסט און ווילד, אז דער בעל עגלה זאל עהם פאר קיין ספק נישט דערקענען אלץ עפעס א יש.
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:25 pm#384886
ישראל גלויבער: איך גיי יעצט נישט רעדן דוקא וועגן ר' מענדל ווייס, ע"ה. נאר בכלליות. א קאנדידאט צו זיין א נסתר. וואס קען מעגליך זיין. איז א פשוט אויסזעעהענדער מענטש, וועלכער ווייזט נישט ארויס עפעס ספעציעלע רוחניות'דיגע התעלות סיי אין עבודת ה' און סיי אין לערנען. און נישט א מענטש וואס עפ"י הלכה טאר ער נישט דאווענען מיט די קליידער וועלכע ער האט אנגעטון. נאר מ'טאר נישט מאכן א ברכה און זאגן א אידיש ווארט אין זיינע ד' אמות. וועלכער נעכטיגט איבער ווער ווייס וואו אין זיינע אומריינע בגדים, וועלכע ער טראגט פון טאג צו טאג און וואך צו וואך. אזא מענטש קען בשום אופן נישט פאררעכנט ווערן פאר א קאנדידאט צו זיין א צדיק נסתר.

אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט אלס יונגל איז געווען א בריאה וועם מ'האט גערופן ..."דער גראבער שוחט"...ער איז געקומען צו א יעדן קידוש אין א יעדן ביהמ"ד. און זיך דארט אנגעשטאפט. (כ'וועל נישט זאגן אנגעפרעסן.) ער האט נאך אריינגעלייגט שטיקער קוגל אין זיינע קעשענעס און אהיימגעטראגן וואו ס'איז נישט געווען קיין עירוב.

מ'האט געשמועסט (אונז יונגלעך) אז ער איז געווען א שוחט. נאר מ'האט איהם מעביר געווען פון שחיטה. און ער האטציך אויך אראפגענומען די בארד. וואלט דען איינעם איינגעפאללן צו האבן א הווה אמינא אז דער העסליכער, אפשטויסנדיגער מענטש איז א קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק...?!
זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:04 pm#384889
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

קיק וואס רש"י זאגט אויף "וידעים לשבטיכם" שֶׁהֵם נִכָּרִים לָכֶם, שֶׁאִם בָּא לְפָנַי מְעֻטָּף בְּטַלִּיתוֹ, אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הוּא וּמֵאֵי זֶה שֵׁבֶט הוּא, וְאִם הָגוּן הוּא, אֲבָל אַתֶּם מַכִּירִין בּוֹ, שֶׁאַתֶּם גֻּדַּלְתֶּם אִתּוֹ, לָכַךְ נֶאֱמַר וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם (רש"י דברים א' פ' י"ג).

פרעג אידן פון דיין שטאט וואס זענען דא אויפגעוואקסן אין אין האבען די אויגען אויפן פלאטץ, נישט ערגאטץ א פארווארפן דערפל אויף יענע עק וועלט, וואס ווייסען נישט פון רעכטץ אין לינקס, אין זיכען דיר איינרעדען מעשות וואס קלעבט זיך שנעל אויף פרלוירענע נשמות, זיי זענען גרויסע מומחים אין דעם,
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:55 pm#385510
כ'הער אז עס טוט זיך א געפארעכטס צו זיין קבר אין סאטמאר נוי גערסי
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:02 pm#385517
מער ווי איינמאל האט ער מיר געבעטן א היטש. מן הסתם האט ער געזען אז איך בין א אדם כשר..
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:07 pm#385519
לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:28 pm#385520
אישתישבי האט געשריבן:כ'הער אז עס טוט זיך א געפארעכטס צו זיין קבר אין סאטמאר נוי גערסי


אזוי גייט עס... אחרי מות... קדושים אמור... ביים לעבען צאפט מען די בלוט, מען מאכט חוזק... מענדעלע חז***

אבער נאך יענער גייט אוועק ל"ע, פאנגט זיך אן די מעשה...

אההה, ער איז געוועהן א צדיק... א קדוש... א ל"ו צדיק נסתר... קול מבשר וועט נאך מאכען אינטערוויוס פון מענטשען וועלעכע זענען געהאלפען געווארען... יונה לנדאו וועט מאכען נסיעות...
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:47 am#385529
ציבעלע קוגל: אין איין בחינה איז ער זיכער געווען א צדיק. ער האט געליטן שטילערהייט די אלע בזיונות וואס קינדער האבן איהם נאכגעשריגן. און ר'האטציך קיינמאל נישט אויפגערעגט. ער האט אייביג געשוויגן. און אפילו זיך אונטערגעשמייכלט...!
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:06 am#385545
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: אין איין בחינה איז ער זיכער געווען א צדיק. ער האט געליטן שטילערהייט די אלע בזיונות וואס קינדער האבן איהם נאכגעשריגן. און ר'האטציך קיינמאל נישט אויפגערעגט. ער האט אייביג געשוויגן. און אפילו זיך אונטערגעשמייכלט...!


איך זאגט נישט אז ער איז נישט געוועהן א צדיק אדער אן עהערליכער, איז האב נאר געמיינט אז די אלע נאךשרייערס און די אלע וועליכע מאכען אוועק איעדען עהרליכען איד אבער אז איינער אן נעבעך ווערט נפטר, מאכען מען פון איהם א צדיק הדור, א רשכב"הג
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:21 am#385546
אייז קריעם האט געשריבן:מער ווי איינמאל האט ער מיר געבעטן א היטש. מן הסתם האט ער געזען אז איך בין א אדם כשר..

ניק נסתר
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:52 pm#385592
ווי ליגט ער, אפשר וועל איך אמאל גיין אויף זיין ציון הקדוש, און איינרייסן פארן כלל
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:14 pm#385595
ישראל גלויבער האט געשריבן:לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע

שרייב כאטש ווי א מענטש, די געגנט הייסט "קאוט סעינט לוק" געוויסע טענה'ן אז עס איז די מערסט קאנציטרירטע אידישע געגנט אין חו"ל
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:33 pm#385599
שושן פורים האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע

שרייב כאטש ווי א מענטש, די געגנט הייסט "קאוט סעינט לוק" געוויסע טענה'ן אז עס איז די מערסט קאנציטרירטע אידישע געגנט אין חו"ל

ס'א נאמען פון א ע''ז האב איך עס נישט געוואלט שרייבן גוט.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:53 pm#385612
ישראל גלויבער: דו ביסט גערעכט. און שושן פורים איז אויכעט גערעכט. די פראבלעם איז אז אזוי ווי דו האסט עס געשריבן האט מען נישט געוואוסט וואס דו מיינסט. ספעציעל איינער וואס האט אמאל געוואוינט אין מאנטריאל...!
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:30 pm#385617
קען זיין ס'סתם א משולח, ווייל געלט איז דא דא זייער אסאך, און די קלענסטע נדבה איז ווערד זיך צו דרייען דא עד ימות..
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:23 am#385636
ישראל גלויבער: די יוד איז געפינטלט מיט א שווא אדער א קמץ...?!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:57 pm#385671
berlbalaguleh האט געשריבן:ישראל גלויבער: די יוד איז געפינטלט מיט א שווא אדער א קמץ...?!

ספעשל האב איך נישט אויסגעפירט, ס'משמע ביידע
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:49 pm#411556
מ'האלט שוין דא.....
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:17 pm#411558
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר ס'איז דא א מעשה מיט איינעם פון די תלמידי הבעש"ט הק' (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה. אבער אונז גלייב מיר באמונה שלימה, אז אויב איז עס עכט נישט געשעהן, האט עס אבער געקענט געשעהן...) איך מיין מיט'ן קאזשניצער מגיד. וואס ער האט נישט געקענט שלאפן אויף א בעט וואס א צווייטער איז שוין געשלאפן. איז ער אמאל געקומען באזוכן ביי אן אנדער'ן צדיק. און דער צדיק דער בעל מכניס אורח האט אריבערגערופן דעם טישלער, אן ערליכן, פשוט'ן איד פון שטעיטל. און ער האט באשטעלט ביי איהם ער זאלל מאכן א ניי בעט. מיט א נייעם שטרוי זאק פאר א מאטראץ. און ווען דער צדיק איז אנגעקומען, און ר'איז געווען שטארק מיעד פון וועג האט איהם דער מכניס אורח מכבד געווען זיך אנצולאאנען. און ר'האט איהם געזאגט א דאס איז א נייע בעט. אזוי ווי דער צדיק האטציך אראפגעלייגט האט ער אנגעהויבן שטארק צו קרעכצן און שרייען פאר יסורים. און ער האט געזאגט אז ער קען אין דעם בעט נישט שלאפן. ווען דער מכניס אורח האטציך געוואונדערט און ר'האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער קען נישט שלאפן אין דעם בעט האט דער צדיק דער אורח געזאגט אז ער שפיערט א געוואלדיגע עצבות און מרה שחורה ווען ער לייגט זיך אריין אין דעם בעט. האט דער מכניס אורח אריבערגערופן דעם טישלער און ר'האט איהם געפרעגט...וואספארא מחשבות האסטו געהאט בשעת דו האסט געמאכט דאס בעט...? אפשר נישט קיין גוטע מחשבות, ח"ו...האט דער טישלער געענטפערט אז וויבאלד ער האט געוואוסט אז ער גייט מאכן א בעט פאר אזא הייליגן צדיק וואס קען דערקענען די מחשבות וואס דער בעל מלאכה האט געהאט ביי די ארבעט, האט ער שטארק מהרהר בתשובה געווען. און ר'האט געארבעט מיט א צובראכן הארץ. און דער צדיק האט דאס מרגיש געוון...!

נ.ב.: די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אבער אזוי געדענק איך צו האבן עס געליינט אין א מעשה ביכל אלס קליין יונגל...!

איך מיין אז די מעשה איז געווען מיט'ן רבי'ן פון לובלין, וואס כידוע האט ער געווענליך נישט געקענט ליידן קיין עצבות. (אויסער פארשטייט זיך ווען ער איז אליינס געווען בעצבות, כידוע ליודעים)

דאכצעכמיר אז מ'זאגט נאך אין זיין נאמען בערך בזה הלשון, "איך האב מער ליב א פרייליכע בעל עבירה, מער פון א עצבות'דיגע פארקוועטש'ן עובד ה'". ודפח"ח.
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:18 pm#411561
לויט ווי איך קוק עס היינט אן באלאנגט די מעשה אין די אשכול פון מעשיות וואס זענען נגד השכל. ס'איז א קעטש-22. אויף אידיש געזאגט הייסט עס אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי...! וויאזוי מ'טוט איז נישט גוט...! דא טויג נישט ווייל ער איז א בעל עבירה. און דא טויג ווידער נישט ווייל ער האט מהרהר בתשובה געווען מיט א צובראכן הארץ. און ער איז אריינגעפאללן אין עצבות. אלא מאי די מעשה איז נישט אמת ס'איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן...!...!
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:20 pm#411562
מ'זעהט אז דו האסט נישט קיין אהנונג ווער די רבי פון לובלין איז געווען. ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט א בעל עבירה, אבער מיט עצבות יא.
מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:26 pm#411570
רביה"ק זי"ע: איך ווייס שוין איינמאל. איך האב זייער א סאך געליינט און געהערט איבער דעם חוזה פון לובלין. און די מחלוקת וואס דער יוד הקדוש האט אנגעווערטשאפט. אז דער חוזה האט באקומען חלישת הדעת, ווען איין ראש השנה האבן הונדערט יונגעלייט מחליט געווען נישט צו פארן צום חוזה קיין לובלין פאר ראש השנה. און דער היייליגער חוזה האט איהם נאכאלץ געזוכט מקרב צו זיין. ווייל ער האט געטראפן א פעילער אין זיין רעבי'ן. אז ער פארברענגט צופיהל צייט מיט דעם המון עם...! און די מעשה מיט דעם העמעד וואס דער חוזה האט איהם געגעבן א מתנה. און ער האט עס אוועקגעגעבן פאר א איד א שיכור. דאס קענמען נאך פארענטפערן אז ער האט רחמנות געהאט אויף דעם איד וואס האט נישט געהאט קיין העמעד. אבער די מחלוקת וואס ער האט אנגעווערטשאפט האט שיער אונטערגעברענגט דאס לובלינער חסידות. ווען נישט א פאר געטרייע תלמידים פונ'ם הייליגן חוזה ווי הרה"צ ר' נפתלי מ'ראפשיץ און דער שר שלום פון בעלזא. ועוד. וועלכע האבן מחזק געווען דעם רבי'ן...!
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:19 am#411578
גראדע איז די מעשה געווען פונקט קאפויער, אבער וואטעווער.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 2:41 pm#411616
רביה"ק זי"ע: איך האב געזעהן דעם בילד פון ר' מענדל ווייס ע"ה אויף טוויטטער. ס'איז גוט גע פאטא-שאפפ'ד...! ס'מאכט איהם אויסזעהן ווי עפעס א הימלישער איד. א בעל צורה. וואס ער איז עס ליידער נישט געווען . ר'איז געווען א פשוט'ער איד. א וואוילער בעה"ב. ביז די גענעטישע מחלה וואס איז ארומגעלאפן אין זייער משפחה. (ראה אחיו הגדול, חיים יאנקל.) האט זיך גובר געווען אויף איהם. נאכדעים איז ער ליידער געגאנגען מדחי אל דחי. אין פיזישן זין...! כמו שאמרתי בתחילה. אז איך געדענק איהם נאך ווען איך בין געווען א בחור און כ'האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין קווינס. אבער אמאל ווען איך בין אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג. האב איך איהם אייביג געעהן ביי מנחה מעריב. געווען א שטילער, וואוילער איד. נישט גערעדט צו קיינעם. נאר געשטאנען אין א ווינקל און געדאוונט ערליך. נאך מעריב איז ער אהיימגעגאנגען. ער איז געווען אנגעטון בעל בתיש. נארמאל. נישט אזוי ווי זיין עלטערער ברודער חיים יאנקל. וואס איז אייביג ארומגעגאנגען מיט א אפגעברענגט ציגארעטל אין מויל. און געגאנגען מיט אן אפגעחוימל'טע טיש בעקישע. און א זילבערנעם שטעקן. און א הוט פון מתשולח'ס צייטן...!
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 4:31 pm#411622
איך זעה ווי מ'דינגט זיך דא איבער א יוד וואס איז שוין בעלמא דקשוט, ווייניג אידען האבען עם געקענט פון דער נאנט, אין עס זענען דא וואס האבען עם געקענט נאר פון דע עלטערע יארען, איך האב עם געקענט נאך פון דע ישיבה אלץ בחור, איך וועל נישט זאגען קיין מיינאנג אויף דעם איד ווייל ער איז שוין נישט דא, אבער דער וואס וויל איינרעדען מענטשין אז מ'קען דארעך אים געהאלפין ווערין איז צריך בדיקה אחריו, אפילו ווען ער איז נאך דא געווען מיט (פון דערווייטענס) אינץ איז קיינער נישט געהאלפין געווארען, אפילו זיך אליין האט ער נישט געקענט העלפון, כמה פעמים האט ער זיך ביי מיר געבעטען איך זאל עם אריין נעמען צי מיר אין שטיב, איך האב מסכים געווען בתנאי ער שטעלט זיך צי ווי עס דארף זיין האט ער מיך ג'מוסרט איבער א האלבע שעה, אין זיך נישט ציגעשטעלט, איך וואלט דאס אויך נישט געשריבען, נאר איך זעה ווי ווייט מ'פארפורט א וועלט מיט דבריי הבל, ממש ע"ז,
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:06 pm#411643
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך האב געזעהן דעם בילד פון ר' מענדל ווייס ע"ה אויף טוויטטער. ס'איז גוט גע פאטא-שאפפ'ד...! ס'מאכט איהם אויסזעהן ווי עפעס א הימלישער איד. א בעל צורה. וואס ער איז עס ליידער נישט געווען . ר'איז געווען א פשוט'ער איד. א וואוילער בעה"ב. ביז די גענעטישע מחלה וואס איז ארומגעלאפן אין זייער משפחה. (ראה אחיו הגדול, חיים יאנקל.) האט זיך גובר געווען אויף איהם. נאכדעים איז ער ליידער געגאנגען מדחי אל דחי. אין פיזישן זין...! כמו שאמרתי בתחילה. אז איך געדענק איהם נאך ווען איך בין געווען א בחור און כ'האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין קווינס. אבער אמאל ווען איך בין אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג. האב איך איהם אייביג געעהן ביי מנחה מעריב. געווען א שטילער, וואוילער איד. נישט גערעדט צו קיינעם. נאר געשטאנען אין א ווינקל און געדאוונט ערליך. נאך מעריב איז ער אהיימגעגאנגען. ער איז געווען אנגעטון בעל בתיש. נארמאל. נישט אזוי ווי זיין עלטערער ברודער חיים יאנקל. וואס איז אייביג ארומגעגאנגען מיט א אפגעברענגט ציגארעטל אין מויל. און געגאנגען מיט אן אפגעחוימל'טע טיש בעקישע. און א זילבערנעם שטעקן. און א הוט פון מתשולח'ס צייטן...!


ר' בערל,
ער איז נישט געגאנגען אנגעטוהן בעלעבתיש, ער האט געהאט אנגעטוהן שמונים בגדים, אלטע נייע, און צומאל אויך א פלעסטיק פין די קלינערס.

און ער האט אויך געקענט צומאל מאכען משונה'דיגע קולות אין די גאס. אבער אויך די עלטער איז ער טאקע געוועהן שטיל. און געזעצן אין בעסמעדרעש.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:03 pm#411650
Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה
אז מען שמיעסט פון ר' מענדעל וועל איך פארציילן א מעשה וואס האט פאסירט מוטנעם, ביי די מעשה בין איך געווען דערביי.

געווען אין וויליאמסבורג א שיל ווי עס האבן זיך צוזאמען גענימען עטליכע איידעלע אינגעלייט בעלי כוח און האבן מחליט געווען אס איינמאל פאר אלעמאל גייט מען נעמען ר' מענדלען אין די האנט אריין, זיי האבן איינגעהאנדעלט וועש, און צוזאמען געשטעלט א נייע סוט היט און שיך.

ווען אלעס איז געווען גרייט האט מען נאר געברויכט אריין נערן ר' מענדלען אינעם מקווה, די בעלי זרוע און ראש וראשון'ס האבן פארשפארט די טירן און האבן זיך א לאז געגעבן אויף ר' מענדל'ס לויטערע נשמה, און אים אויסגעטון די קליידער, און מיט כוחות אים אריין געשליידערט אינעם שויער, פעטש און פרעסק זענען געפלויגען הין און צוריק, בשעת קולות וברקים זענען געגאנגען עד לב השמים אז נאך איצט שאקעלט זיך מיר די ציינער, אבער מען האט ר' מענדלען שיין אפגעבאדן און אויסגעזייפט, מען האט אים אפגעשניטן די לאקן, מען האט אים געקעמט ס'ביסל פיאות וואס מען האט איבער געלאזט, גאר שווער איז געווען דאס אפשערן ארבייט, ממש געבינדען הענט און פיס, דערנאך האט מען אים אנגעטון די נייע בגדים, צורעכט געמאכט.

איבער געלאזט א טוץ קללות נמרצות און ארויס פון מקוה ווי א נייע געבוירן קינד, און אויף למעשה האט עס געהאלפן א רייטח, ווייל ער איז געבליבן דער אלטער באליבטער ניק מענדעלע כווייס.

איך געדענק אויך זיין ברידער וואס איז שוין אויך נישט דא, האט עפעס געליטן פון א שרעקליכען אויסזען און דערצו איז ער געווען באשאנקען מיט די מעלות וואס ר' ברוך האט אויסגעטראכט אויף מיסטער פאנטייטן, זיין קול ווי מיסטער גראנקארא, פאר ווער עס געדענקט זיי נאך, איך געדענק איין שבת האט ער געדאווענט מוסף צוליב א יארצייט, און דאס גאנצע שיל מנער ועד זקן איז געליגען אויף דער ערד, און פונעם רב ביזן שמש האבן געקאטשקעט פאר געלעכטער, ווייל זיין קול האט געריטן אויפן טחול, דארט איז געווען כאטש 250 מענער, סיז נישט געווען דארט קיין טריקן אויג, און פליצלינג האט איינער געגעבען עפעס א געשריי אמן יעהיי שמיי - נאך איידער מען האט געמעגט, און ער האט זיך עפעס געגעבן א דריי אויס, און צו זיין ווינדער איז געווען 90 פערצענט אין פאליש איינער אויפן צווייטען, דאס איבריגע האבן נישט אויסגעפיעט ארויסצוגיין מחמת חשש אז זיי ווען ווערן פסול לבוא בקהל, ער איז געווארן ווייס ווי א כלה, און ער האט געגעבן א געשריי איך בין קיינעם נישט מוחל און אוועק געגאנגען פון עמוד.

דאכצעך אז רוב שיל האט אים דערנאך איבער געבעטן.