Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:18 pm#229900
berlbalaguleh האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו

ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
אויב דער עוילעם איז נאך אינטרעסירט אין מיינע מעשיות, זאלל מען מיר ביטע מודיע זיין. און איך וועל עס בלי"נ פארציילן. כיד ה' הטובה עלי. אדער אפשר פארציילן ביי די גרויסע מלוה מלכה וואס מ'פלאנט שוין פאר קאווע שטיבל מיום הוסדו?...!... :lol:

היות עטליכע חשוב'ע ניקס האבן מיך געבעיטן אין אישי אז איך זאלל פארציילן די מעשה איבער ר' לייבעלע'ס צדקות. איינער האט אפילו געשריבן אז איך זאלל אויסזאגן די "סודות". ס'איז נישטא קיין שום סודות. ובכן: ס'איז געוועין אין טאג פון די לוויה פון הצה"ק כ"ק מרן אדמו"ר רבינו יואל מ'סאטמאר זי"ע. איך בין דאמאלס (כ'מיין ס'געוועין א' כי תבא תשל"ט לפ"ק.) איינגעשטאנען אין א באנגעלוי קאלאני אין סוואן לעיק. פונקט יענע וואך האביך נישט געהאט מיין קאר. ווען איך האב, נאך שחרית, אין ביהמ"ד געהערט די בשורה, און אז די לוויה גייט זיך אנהייבן נאכמיטאג, האביך מיך מיטגעכאפט מיט א קאר וואס איז געפארן קיין קרית יואל, אן לאזן וויסן מיין בני בית.
נאך די לוויה האביך געזוכט א פאבליק פאון (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז.) פון וואו צו רופן אהיים. אבער די פאר טעלעפאנס זענען געוועין פארנימען מיט לאנגע שורות פון מענטשן וועלכע האבן אויך געוואלט רופן זייער משפחה. האביך געטראכט אז איך וועל בעיטן איינעם פון די תושבים פון קר"י מיך צו לאזן רופן אהיים, ווייל איך האב געהאט א "קאללינג קארד" פון די פאון קאמפאני. אזוי אז ס'וואלט גארנישט געקאסט דעם מענטש. גייענדיג עטליכע גאסן פון ביהמ"ד האביך באגעיגנט איינעם וואס האט אויסגעזעהן ווי א יוד. האב איך עהם געפרעיגט מיט דרך ארץ, אויב איך קען רופן פון זיין פאון. האט ער מיר געענטפערט, שרייענדיג בקול גדול "גיי דיר אוועק פון דא". ווען איך האב איהם געטרייט איבערצופרעיגן, און געוואלט מסביר זיין מיין מצב, האט ער געמאכט קולות אויף מיר און געביללן ווי א "פיט בולל" כלב, וועלכער איז גרייט מיך צו אטאקירן א יעדע מינוט. ווען איך האב מיך אויסגעדרייט, אוועקצוגיין כמעט מיואש, האביך פלוצלינג געהערט א קול וועלכער האט מיך גערופן מיט גרויס איידלקייט, "ר' איד, קומט אהער". דאס איז געוועין דער שכן פון יענעם. להבדיל, ר' לייבעלע גליק. ער האט מיך גערופן ארויפצוגיין אין זיין דירה, און געפרעיגט מיט גרויס איידלקייט אויב איך וויל עפעס טועם זיין. ער האט פונקט דאמאלס געהאלטן ביי נאכטמאל. ער האט שטארק מפציר געוועין. ווען כ'האב איהם געזאגט אז איך וויל נאר רופן צו מיר אהיים, און אז איך האב א קאללינג קארד. האט ער געזאגט אז איך קען רופן וויפיל איך וויל, און ער דארף נישט קיין קאללינג קארד. און ער האט נאכאמאל געבעיטן אז איך זאלל מיך גיין וואשן און מיטהאלטן די נאכטמאל מיט עים... איך האב עים אפילו נישט געקענט פאר דעים...!
אינטרעסאנט. איך האב קיינמאל פארדעים נישט געוויסט אז ס'וואוינען גויים (וועלכע שטאמען פון אוקראינע אדער רומעניע) אויכעט אין קרית יואל. יענער פיט-בולל כלב איז זיכער נישט געוועין מזרע ישראל. ער האטציך נאר געלאזט וואקסן א בארד. זיין עכטער טאטע אדער זיידע איז געוועין א רומענישער גוי...!


רבי בערל, רבי יונתן אייבשיץ געדענקט איר פון אלס קינד?
דער רבי בערל איז משוגע אלט!איך פיל ווי א פיצי בעיבי אין זיין געגנווארט
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:41 pm#229909
בר דעת: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין שיעור נישט אראפגעפאלן פון בענקל אויף די פלאהר.
אויב דו הייסט יואלי, איז מסתבר אז דו ביסט נאך געוועין אין דיין פריערדיגן גילגול ווען די מעשה איז געשעהן... :lol:
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:43 pm#229911
ר' ישראל קאפקע: און ווען איך האב אליינס אויסגעטראכט דעם נאמען. "פיט-בולל" איז שלעכט? די ליכט שטראלן האביך געליינט, און נישט געפונען דארט אזא מעשה...!
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:06 pm#229931
[quote (כ'מיין ס'געוועין א' כי תבא תשל"ט לפ"ק.)

א' שופטים
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:16 pm#229933
berlbalaguleh האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו

ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
נאך די לוויה האביך געזוכט א פאבליק פאון וכו'. גייענדיג עטליכע גאסן פון ביהמ"ד האביך באגעיגנט איינעם וואס האט אויסגעזעהן ווי א יוד וכו' דאס איז געוועין דער שכן פון יענעם. להבדיל, ר' לייבעלע גליק. ער האט מיך גערופן ארויפצוגיין אין זיין דירה, און געפרעיגט מיט גרויס איידלקייט אויב איך וויל עפעס טועם זיין. ער האט פונקט דאמאלס געהאלטן ביי נאכטמאל.



1) ר' לייבעלע האט דעמאלט געוואוינט עטליכע גאסן פון ביהמ"ד? כפי זכרוני האט ער געוואוינט קעגנאיבער בית המדרש.
2) נאך די לוי' האט ר' לייבעלע זיך געוואשן צו א געהעריגן נאכטמאל? נאך די הספדים, נאכ'ן באגלייטן אדער נאך סתימת הגולל? סתם געפרעגט.

ר' לייבעלע איז געווען, כפי זכרוני, זייער אן ערליכער איד. איך האב אים זייער געשעצט.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:56 pm#229988
שעפטל האט געשריבן:מורא'דיגע מעשה, האמער שוין מקיים געווען די סיפורי צדיקים חיוב פארן טאג.. יעצט לאמיך לערנען... וועלכע רש"י מיינסטו??

איך מיין די רש"י אין פרשת קורח: "מכאן שאין מחזיקין במחלוקת"...!
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:02 pm#229989
היסטאריקער האט געשריבן:[quote (כ'מיין ס'געוועין א' כי תבא תשל"ט לפ"ק.)

א' שופטים

ס'קאן זיין. אבער איך האב געהאט פראבלעימען מיט מיין קאר, פ' כי תצא. אגב. וואס איך רוף "דער זידיטשויבער מופת". דער מופת איז באשטאנען פון דעים, אז אין זכות פונ'ם הייליגן רעבי'ן פון זידיטשויב. רבי שלומ'קע, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, ביניך נישט אנגעקומען צו מיר אהיים אויף שבת. נאר געהאלטן שבת אין אנ'אנדער קאלאני, ווייט פון מיין היים. טראצדעים וואס איך האב מיך ארויסגעלאזט אין וועיג צו די קאנטרי אום 12:30 אזייגער, עש"ק...!
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:13 pm#229990
ר' מח החושב: איך גיי מיך יעצט נישט מתווכח זיין איבער א פאקט וואס איז געוועין מער פון 35 יאר צוריק. איך האב מיך בכלל נישט אויסגעקענט אין מאנרא. איך ווייס אז איך האב געזוכט א פאבליק פאון אין שטח פון ביהמ"ד און נישט געפונען. בין איך געגאנגען א ביסל ווייטער פונ'ם ביהמ"ד.
צו די סאפער ביי ר' לייבעלע גליק איז געוועין פאר, אדער נאך, סתימת הגולל אדער קדיש דרבנן ווייס איך נישט. נאר אויב דיין מח החושב וועט ח"ו נישט קענען פונקציאנירן געהעריג אז דו וועסט נישט וויסן פונקטליך די אלע פרטים, קען איך אינוועסטיגעיטן, און צוריקקומען מיט אן ענטפער... :roll:
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:50 pm#229997
פארוואס ווערט א מענטש וואס איז שוין קרוב לששים אזוי אפענדעט?

איך האב זיך עפעס מתוכח געווען? איך האב געפרעגט צוויי שאלות. איך בין נאך דעמאלט געווען א יונגל, און איר זענט שוין געווען א בן עשרים מינימום. האב איך אייך געפרעגט צי ר' לייבעלע האט שוין דעמאלט געוואוינט קעגנאיבער ביהמ"ד צי ערגעץ אנדערש.

והשנית איז מיר סתם אינטערעסאנט אז ר' לייבעלע גליק האט זיך געוואשן צו א נאכטמאל נאך די לוי', בשעת די בני יואל פלעגן דערציילן אז די אמת'ע חסידים האבן נישט געקענט עסן און טרונקען און אנגיין מיט'ן לעבן א לענגערע צייט.

אין מיינע אויגן מאכט דאס אים נישט קלענער אדער גרעסער. ער איז געווען הונגעריג, און דאס אז ער האט געהאט מח צו העלפן אן אנדערן איד דאס מאכט אים גראדע יא גרעסער. איך פרעג לידיעה בעלמא.
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 3:30 am#230026
ביי אונז אין די ליטא האט מען גילערנט אז אויב איינער פרעגט באופן ווי איהר האט גיפרעגט, צינדט זיך אן דער סארקאזם דיטעקטאר, און צופייפט זיך גאר הויך. מיט א גאנצע שורה רויטע און גרינע לעמפלעך... :roll:
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:31 am#230309
ברוך דיין אמת.

הרב יוסל לובינסקי זצ"ל אדמו"ר מחאנצין פון אנטווערפן
שווער פון ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:54 pm#230845
ר' יוסף מרדכי כהנא
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:20 pm#231348
נישט געוואוסט אז זיין כינוי איז געווען ר' מענדל ווייס...
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:25 pm#231350
מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:39 pm#231358
ווען אליהו הנביא אליין וואלט געקומען צו מיר אהיים אזוי אנגעטוהן וואלט איך אים אויך פארשיקט. איך וואלט אים געבעטן צוריק צו קומען נארמאל אנגעטוהן און זיך אויפפירן נארמאל.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:40 pm#231359
מסתמא די זעלבע מענטש וואס האט אים געגעבן סנדקאות פאר א ברית. נעבעך
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:41 pm#231361
ר' אברהם שארר, נישט 'שור'!
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:51 pm#231450
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט געוואוסט אז זיין כינוי איז געווען ר' מענדל ווייס...

אני הקטן האב געכאפט דעם פינטל...!
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:53 pm#231451
כוכב האט געשריבן:מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.

און פאר צדיק נגלה איז נישט פורים? מעשים בכל יום...
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:55 pm#231452
כוכב האט געשריבן:מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.

... און א ביזנעס.

דיינע קינדער וועלן נאך ברבות הימים איינצאהלן חודש'ליך פאר "כולל מענדעלע דער וכו'" להיוושע בכל מיני ישועות, ובפרט לזכות אביהם הישיש שזקוק לרפו"ש וכו' וכו' וכו'.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:35 pm#231473
סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות, און מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר כאילו ער איז געגאנגען גלות ווי דער רבי אלימלך.
ער איז געווען א בעל יסורים, זאל ער האבן א לעכטיגן גן עדן, אבער פליז קאט דע קרעפ, ער איז געווען א ח-ז-י-ר טויט משוגע ארומגעוויקלט מיט פלעסטיק טישטוכער כהגרועים שבאורחי פורחי.
ולהוי ידוע אז דער קאמארנא שרייבט בשם הבעש'ט אז רוב אורחי פורחי זענען רשעים גמורים, סהערשט אויף זיי א קליפה און מ'זאל נישט האבן מיט זיי קיין שייכות.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:08 pm#231481
כוכב האט געשריבן:סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות, און מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר כאילו ער איז געגאנגען גלות ווי דער רבי אלימלך.
ער איז געווען א בעל יסורים, זאל ער האבן א לעכטיגן גן עדן, אבער פליז קאט דע קרעפ, ער איז געווען א ח-ז-י-ר טויט משוגע ארומגעוויקלט מיט פלעסטיק טישטוכער כהגרועים שבאורחי פורחי.
ולהוי ידוע אז דער קאמארנא שרייבט בשם הבעש'ט אז רוב אורחי פורחי זענען רשעים גמורים, סהערשט אויף זיי א קליפה און מ'זאל נישט האבן מיט זיי קיין שייכות.


יעדער וואס האט נאר אביסל מענטשליכקייט, און אידישקייט אין זיך איז מחייב מוחה צו זיין אויף דער נידריגער געשרייבעכס אויף א שוכן עפר, נאכדערצו אויף א איד וואס האט נישט געהאט קיין גוטן טאג אין לעבן, ממש א בישה וואס פארא סארט פארשוינען עס דרייען זיך דא....
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:28 pm#231487
אפשר זאגסטו מיר וועלכע ווארט איז א סתירה מיט מענטשליכקייט אדער אידישקייט, האסט נישט געזען וואס איך ברענג פונעם קאמארנער בשם הבעש'ט אז רובם רשעים אכזרים ממזרים. ניטאמאל האב איך בארירט די אלע קלא דלא פסיקס וואס איז דא אויף אים פון זיין יוגנט.
אויב עפעס איז קעגן מענטשליכקייט און אידישקייט איז נעמען אזא געשטעל און עס פארגטערן, וואס דארפן אונזערע קינדער טראכטן אז אויף דעם זאגט מען קדוש, ווער ווייסט וואס נאך שטותים מהאט אונז איינגערעדט.
אגב כהאב היינט צופרי געשריבן די זעלבע ווערטער און דערנאך געמעקט צוליב עפעס א גוטסקייט האט מוחה געווען. איינע פון די מנהלים האבן מיר אבער פערזענליך געבעטן אין אישי צוריקצושטעלן מיינע ווערטער ומצוה לשמוע דברי חכמים.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:34 pm#231490
כוכב האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר וועלכע ווארט איז א סתירה מיט מענטשליכקייט אדער אידישקייט, האסט נישט געזען וואס איך ברענג פונעם קאמארנער בשם הבעש'ט אז רובם רשעים אכזרים ממזרים. ניטאמאל האב איך בארירט די אלע קלא דלא פסיקס וואס איז דא אויף אים פון זיין יוגנט.
אויב עפעס איז קעגן מענטשליכקייט און אידישקייט איז נעמען אזא געשטעל און עס פארגטערן, וואס דארפן אונזערע קינדער טראכטן אז אויף דעם זאגט מען קדוש, ווער ווייסט וואס נאך שטותים מהאט אונז איינגערעדט.


ער איז א שוכן עפר, און לאז אים צורוה, די ווייסט נישט וואס ער איז דירך געגאנגען אין לעבן, און וואס עס האט אים צוגעברענגט צו זיין מצב, און א נארמאלער מענטש זיצט אזא צייט שטיל, און מען רעדט נישט וואס מען דארף נישט.

וכבבודך במקומו מונח, און אויב איך האב פוגע געווען אין אייך בעהט איך אייך איבער, זייטס מיר מוחל

ידידך המעריך אותך כערכך הרם
קאך_לעפל
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:40 pm#231495
ווען ער איז געשטארבן, קוק צוריק אביסל אין דעם אשכול, האב איך מיך געהאלטן שטיל און געשריבן אן איינגעהאלטענע תגובה כרצונך, היינט אבער, זעענדיג ווי מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר, איז עס א פליכט מוחה צו זיין נישט אריינצופיילן אין אמונות טפילות וטיפשות ושקר, והאמת ניתן להיאמר.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:47 pm#231506
איך רייב מיך די אויגן צו זעהן אויב דא רעדט די זעלבע לעפל וואס האט מציע געווען אזא אוממענטשליכע (בלשון נקיה) הצעה? עם איי מיסינג סאמטינג?
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:14 pm#231535
כוכב האט געשריבן:סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות... .


יא יא, אזוי שטייט אז ל"ו צדיקים זענען ווי א שפיגל, טוה תשובה וועסטו אויפאיינמאל זעהן אז ער איז געווען א שיינער קלינער מענטש...
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:30 pm#231538
די פארפאסער פונעם צעטיל (און דעם אווענט) האבן זיך לכאורה געספראוועט מיט אן ערנסטן פראבלעם, נעמליך, והיה כי ישאלך בנך מחר לאמור: ווי קומט דאס אז בלויז אין די מעשה ביכלעך טרעפט מען די ראמאנטישע צדיקים׳לעך און דאס אלעס בלויז ״אמאליגע צייטן״, פארוואס זענען מיר נישט זוכה דערצו היינט?

זאגט אבער דער פסוק: הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, א שלושים סעודה היינט וועט נושא פירות זיין אויף להבא. זאל די טינט אינדוסטרי מאכן פרנסה דערפון, און זאל אפילו ר׳ יונה לאנדא וממשיכי דרכיו הנאה האבן דערפון ביום מן הימים, ויהא זכרו ברוך.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:55 pm#231549
דער פארפאסער האט זיך מיט גארנישט געספראוועט, הער אן אינטערוויו אויף קול מבשר ווי איינער פארציילט בעל שמסקע אותות ומופתים אויף דעם מענדלען.
אזוי זענען מענטשן, ווי מער אבסטראקט און צעדרייט אלס געשמאקער און גרינגער צו גלייבן דערין.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:48 pm#231567
מי יגלה עפר מעיניך רבי לייב שרה'ס! די פארצייטישע כוכבים האבן דאך אויכעט מסביר געוועהן מיט ק"ן טעמים אז יענער אורחי פרחי אונטער'ן שוהל אויוון איז סתם א פשוט'ע איד. מען מוז דאך האבן עפעס ליכטיגע אויגן מיט א פאר גוטע אנטענעס צו דערשפירען ווער איז א ל"ו'ניק.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:35 am#231609
זייער א אינטערסאנטער טויש פון איין extreme צי די אנדערע , האב איך זיך אזוי גענאר`ט אזויפיל יארען ? סהאט זיך געדרייט א הימל מענטש צווישען אינז אין כ`האב נישט געהאט די זכייה ?? זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אינז אלע :?:
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:36 pm#232158
9 יאהר אלט. נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.

; ;
, ,
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:40 pm#232160
שוידערליך!!! בד"ה
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 5:33 pm#232259
ראשעקאל האט געשריבן:9 יאהר אלט. נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.

; ;
, ,
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:13 pm#232278
ברוך דיין האמת. יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו...!
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:15 pm#232441
בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה

זיינע קינדער זענען
אשת מו"ה טובי' גראס נ"י
מו"ה חיים הערמאן נ"י
אשת מו"ה העניך פריעד נ"י
מו"ה עזריאל יצחק הערמאן נ"י
אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
אשת מו"ה יושע חיים שווארץ נ"י
איו לאנדאן האט ער נאך דריי קינדער
מו"ה ענרם הערמאן נ"י
אשת מו"ה משה טויבער נ"י
אשת מו"ה אליעזר מרדכי שטאלצבערג נ"י
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:18 pm#232443
הרב_שלום האט געשריבן:בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה


אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
איז ער געווען דער חברותא פונעם ברך משה ז''ל אין היינטיגער סאטמאר ראש הכולל ביי מהר''א?
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:55 pm#232451
לכאורה נישט
יענער איז א הרב אין שליט״א
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:15 pm#232475
signout האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה


אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
איז ער געווען דער חברותא פונעם ברך משה ז''ל אין היינטיגער סאטמאר ראש הכולל ביי מהר''א?

יא
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:45 pm#235252
כוכב האט געשריבן:מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.

www.vosizneias.com/184370/2014/11/16/woodcliff-lake-nj-novominsker-rebbe-highlights-well-known-brooklyn-figure-mendel-weiss-in-criticism-on-bloggers/
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:04 am#238249
בד"ה אליקים (יקי) ווייל
נישט אויפגעשטאנען שבת
אין די דרייסיגע יארן
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:49 am#238250
ווער איז דאס?
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:31 pm#238254
אוטש, יאקי איז נישטא מער, ס'ציפט. אלס בחור געווען א קאונסלער אין צעהלימער קעמפ. אן עלטערער בחור געווען.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:45 pm#238267
פון קרית יואל??
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:24 pm#238276
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז דאס?

a picture please
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:24 pm#238299
איך געדענק אים פון אלץ בחור, ער'ט געוואוינט אין ב"פ ערגעץ ביי די נידריגע עוועניוס 11 12, דאכט זיך ער'ט חתונה געהאט קיין מאנסי. בד"ה.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:46 pm#238306
איז ער געווען א car s driver?
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 9:25 pm#238311
Yuki a'h
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:34 pm#238317
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:Yuki a'h


נישט צום גלייבן! יוקי איז מער נישט דא. עס טוט גוט וויי
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 6:04 pm#238905
ברוך דיין האמת הרב החסיד ר' שמואל אבערלענדער ז"ל