פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:06 am#46989
הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:30 am#47007
הוי! באשעפער וואס וועט דא זיין?!

א גאנצע נאכט פרובירט איינצושלאפן, אבער עס גייט נישט, די אלץ פרייליכע פנים פון בנימין זאב ע"ה וויל נישט אוועק גיין,
איך ווייס נישט וויפיל דא האבן אים געקענט, אבער פרעגטס ענק נאך ביי זיינע חברים, א בחור ווי ער איז געווען טרעפט מען נישט קיין סאך.
אלץ געהאט א שמייכל אויף זיין פנים, אלץ געהאט א גוט ווארט צו זאגן, א טובה פאר א צווייטן איז ביי איהם געווען פון דאס וויכטיגסטע.

פון נעכטן נאכט נאכן זמן ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, האבן חברים איבעראל גלייך אנגעהויבן איינרייסן, אין וויליאמסבורג איז געווען עטליכע מנינים תהלים, אין קרית יואל ביים ציון איז געווען א מנין, אבער פון אויבן איז געווען אנדערש באשערט!
זאל דער אויבערשטער העלפן ער זאל זיין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אלע, און זאל שוין דאס גאנצע איבריגע יאר זיין א פרייליך יאר, מיט נאר גוטע און פרייליכע בשורות, און א שנת גאולה וישועה!
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:44 am#47010
בד"ה מרים קאהן, אשת רבני המדד בערש, 63
וואס איז געווען מיט איר?
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:21 pm#47051
חכם מחוכם
הבה"ח בנימין זאב ברוין ע"ה, ב"ר שמשון, געוואוינט אין וויליאמסבורג, געלערענט אין סאטמאר-קווינס, אוועקגעריסן געווארן אין אינגן עלטער פון 19 יאהר, נאכן ווערן דיאגנאזירט א וואך צוריק מיט יענע מעשה, אוי באשעפער, ווי זעמיר, די טייכן זענען פול מיט טרערן, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

ער איז געווען געזונט און שטארק, ערשט די ערב ר''ה נאך א שטארקע קאפ ווייטאג איז ער אויפ'ן ראט פון די היגע דאקטער אריינגעפלויגן אין שפיטאל וואו ער איז נעבעך דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה, און נאכ'ן נעמען קימא האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, פון וואס ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה.

דאס איז שוין גאר טראגיש
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:16 am#47329
אייגענארטיג, לייג צו צו די ליסטע,

אז איר שוועסטער האט יארן לאנג געווארט אויף א קינד, און ענדליך האט איר דער אויבערשטער געהאלפן און זי האט געהאט א קינד, האט זי עס נעבעך איבערגעלאזן אזוי אינגערהייט אן קיין מאמע, און די שוועסטער האט אריינגענומען דאס קליין קינד ווי א אייגנס, און יעצט האט דאס קינד פארלוירן די מאמע צום צווייטן מאל. יא, ליידער הערט מען נישט אזוינס אזוי אפט (ב"ה) אזויפיל צרות זיך צאמשטעלן אין איין ביטערע טראגעדיע.

ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:20 am#48105
ר' שמואל ברוך פרידמאן
באקומען אין אישי פון א חבר דא וואס היט אויף זיין גילוי
אין בין עס מצטט אזוי ווי שטייט און גייט


ר' שמואל ברוך פרידמאן

שמואל ברוך.... שמואל ברוך.... ס'איז יעצט דאס ערשטע מאהל וואס כ'דראף רופען דיין נאמען צוויי מאהל... ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט; ביסט אלץ געווען א בחינה פון "טרם יקראו ואני אענה"... אז דו ענטפערסט נישט מיין רוף, בהכרח אז דו ביסט מער נישט דא. אוי וויי, ס'קען נישט זיין!!! אוממעגליך, 8 קינדער זיכען זייער טאטע... ואין עונה...
שמואל ברוך, ס'איז שווער דיך צו באשריייבן.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען א "עסקן" וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אויף'ן טעלעפאון און "ערלעדיגט" ענינים מיט די הויכע פענסטערס.
אז כ'וועל זאגן אז דו האסט נישט געקענט צוקוקען ווי איינער רעדט ביים דאווענען וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט שונאים, האסט געהאט רשעות אין-זיך.
אז כ'וועל זאגן ביסט געווען אן "עכטע גוטע מענטש", וועלן מענטשען מיינען: ביסט געווען אזא נער'עלע, מ'האט דיך געקענט אויסנוצען.
אז כ'וועל זאגן ביסט אלץ געווען גרייט פאר יענעם, וועלן מענטשען מיינען: האסט געהאט אסאך צייט און געלט, און נישט געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג.

סאו, וואס קען מען זאגן?
שמואל ברוך, ביסט געווען א "בעל מידות" א "ירא שמים" א "בר-דעת".
וועלעכע מעלה איז נישט בכלל דעם?
שמואל ברוך, ביסטו געווען דבוק אין צדיקים, און איך מיין די אמאליגע סארט דביקות, א דביקות וואס מ'זוכט נישט צו פארציילען פאר קיינעם, נאר בינו לבין רבו.

שמואל ברוך, ביסט געווען "א גארנישט" אין דיינע אויגן.
יעצט אז דו ביסט מער נישט דא וועלען מיר אלע זעהן ביסט געווען "אלעס".

אוי שמואל ברוך, ווער וועט מיך פארשטיין???? ווי טרעף איך דו ריכטיגע ווערטער?
שמואל ברוך, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איינע פון דיינע קינדער אינדערהיים זענען אדאפטירט! און נישט קיין משפחה-מיטגעליד, נאר פשוט האט געזעהן אן "עד" אין די צייטונג אז מ'זוכט א ווארימע היים פאר א אידיש קינד! יא, אזויווי איר הערט.
שמואל ברוך, פון וואו האסטו געוואוסט אז ס'איז טאקע נישטא אזא ווארימע טאטע ווי דו אליינס!?

שמואל ברוך: ביסט געווען א "עניו" א צדיק, א חסיד, אן ערליכע יוד.
א באטעמ'טע איד, יעדער האט מיט דיר געקענט רעדן. אבער נישט אלעס... מ'האט געוואוסט אז מיט שמואל ברוך קען מען נישט רעדן לשון הרע, אדער א שמץ פון ליצנות.

שמואל ברוך דו מאכסט מיך וויינען
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:38 am#48113
ווער איז געווען "שמואל ברוך"? ווען איז ער אוועק?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:23 pm#48195
בדה רבני הנגיד יוסף אשכנזי פין מאנסי 58
יענע מעשה
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:39 pm#48201
שמואל ברוך פריעדמאן, א אינגערמאן ארום 40 קוים חתונה געמאכט די ערשטע פון 8 קינדערלאך

א זון פון BH בעיטער העילט פריעדמאן

געהאט א עניורוזים און אןועק פלוצלינג
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:42 pm#48203
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:20 pm#48228
זר זהב
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:59 pm#48452
gehlungen
זר זהב
געוואלד געשריגן! בד"א. וואו האט ער געוואוינט?

In boro park I think he was a Bobover

נישט קיין באבובער
גע'הערט קיין אמונת ישראל / טשערנאביל
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:16 pm#48466
אייגענטומער פון לערנער שטריימלעך איז אוועק, געווען נישט געזונט.
67 יאר.
מוצ"ש אקטאבער 6, 2012 8:46 pm#49499
אברהמי ראענבערגער, 9 יעריג יונגעל אוועק פון יענע מחלה
מוצ"ש אקטאבער 6, 2012 11:00 pm#49506
אוי געוואלד. וועמענס זון? וואו וואוינען זיי? ווען גייט זיין די לויה? גיב פרטים.
ומחה השם דמעה מעל כל פנים אמן.
זונטאג אקטאבער 7, 2012 9:25 am#49544
זיי וואוינען אין ווילימסבורג. טאטע איז א חסיד בעלזא-מחנובקא. די לויה איז געווען ערב שבת 9 אזייגער אינדערפרי.
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:06 am#49604
הוי..
BDH: Levaya of Mrs. Leah Indig (42) B"R Naftula Nuta(Rottenberg), Eishes HuAsken R' Naftula Moshe Indig shlit"a, will be on 1:00pm at Bhm"d Hg' WB (Hooper St.) to KY Bh"ch.

ושנשמע ונתבשר בשורות טובות
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:05 pm#49610
יענע מחלה.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:25 am#50028
יידל
יענע מחלה.

זיך נעבעך ביטער ארומגעמיטשעט די לעצטע דריי יאר.

זאל זי זיין א מליצה ישרה פאר איר גאנצע משפחה און ספעציעל פאר איר מאן הרה"ח ר" נפתלי משה הי"ו מראשי העסקנים ביהדות החרדית בכלל ובק"ק סאטמאר (מהר"א) בפרט
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:30 am#50031
בד"ה: הרה"ח ר' חיים ארי' ב"ר שלמה דוב (חיים לייב) ווידער ע"ה פון וויליאמסבורג 79 יאר (S&W Cleaners)

פאטער פון משמח אלקים ואנשים הרה"ח ר' שמואל הי"ו רעדאקטאר פון "דער בלאט"
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:34 am#50033
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:37 am#50036
שעפטל
בד"ה: הרה"ח ר' חיים לייב ווידער ע"ה פון וויליאמסבורג (S&W Cleaners)

פאטער פון משמח אלקים ואנשים הרה"ח ר' שמואל הי"ו רעדאקטאר פון "דער בלאט"

אויך די פאטער פון ר' אברהם יעקב, ר' יחזקאל, ר' שלום יונתן, ר' שלמה דוב,

שווער פון ר' אברהם ישעי' קאהן און ר' זלמן לייב סטראלאוויטש
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:39 am#50037
שמואל הלוי
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.

אינטערסאנט אז 'קול מבשר' מעלדט עס נאכנישט.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:03 pm#50052
שמואל הלוי
שמואל הלוי
און זיידע פון ר' זלמן ווידער בעל קול מבשר.

אינטערסאנט אז 'קול מבשר' מעלדט עס נאכנישט.

זעהט אויס ער האט נאר ליעב 'יענעמ'ס צרות.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:39 pm#50081
ער איז זיכער פארנומען עם כבוד האחרון למען זקינו ע"ה, יבלחטוא"ו.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:41 pm#50085
חס ושלום.
א איד האט ליב אידישע צרות?
אפילו פאר א וויץ פאסט עס נישט.

אפשר איז ער פארנומען צוצוהעלפן אין די משפחה וואס מען דארף.

--
דעינעש האקט ענליך. ברוך שכיוונתי.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:42 pm#50089
אקעי, איך צו צוריק.
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:59 pm#50140
ענדליך האט ער עס געמאלדן אום 1:00 (אנדערהאלבן שעה שפעטער פון דא)
זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:37 pm#51101
בד"א

ארלען ספעקטער, לאניעריגער אידישער סענעטאר פון פענסילוועניע.

געווען נישט געזונט.
זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:50 pm#51121
זר זהב
בד"א

ארלען ספעקטער, לאניעריגער אידישער סענעטאר פון פענסילוועניע.

געווען נישט געזונט.

He was a real oihev yisroel !
זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:52 pm#51123
gehlungen
זר זהב
בד"א

ארלען ספעקטער, לאניעריגער אידישער סענעטאר פון פענסילוועניע.

געווען נישט געזונט.

He was a real oihev yisroel !

....So what? You're basically saying that he loved himself
זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:01 pm#51142
זר זהב
gehlungen
זר זהב
בד"א

ארלען ספעקטער, לאניעריגער אידישער סענעטאר פון פענסילוועניע.

געווען נישט געזונט.

He was a real oihev yisroel !

....So what? You're basically saying that he loved himself

NO I am basically saying that he was not a selfhating jew !
זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:02 pm#51147
Oh who is? Schumer? Liberman? Boxer?
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:20 pm#52136
NydiaVelazque📎 proxy.jpg
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:29 pm#52145
א שיינע זאך, ער האט ארויסגעשיקט זיין בחור ווען עס זענן דא פרויען
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:35 pm#52156
יידל
יענע מחלה.

וועלכע?
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:37 pm#52159
נולד מאוחר
יידל
יענע מחלה.

וועלכע?

איך גלייב אז דו ווילסט נישט וויסן, בעסער געזאגט 'זאלסט' נישט וויסן.
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:50 pm#52164
שמואל הלוי
נולד מאוחר
יידל
יענע מחלה.

וועלכע?

איך גלייב אז דו ווילסט נישט וויסן, בעסער געזאגט 'זאלסט' נישט וויסן.

ביים שרייבן גייט נישט אן די זאך אז מ'באקומט עס אויב מ'שרייבט ארויס קענסער.
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:09 pm#52242
אה דו ווייסט יא? ווער האט דיר אויסגעזאגט?
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:35 am#52440
BDE - R' Shmuel Kunda Z’L passes away. Educated tens of 1,000's of kids worldwide through his children’s books, music CDs.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:41 am#52528
ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!

היינט איז נפטר געווארן הרב הצדיק רבי יצחק ראזענבוים זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף רחובות זצ"ל זייענדיג אלט בערך 50 יאר.

רבי יצחק האט מיטגעמאכט א שווער לעבן און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען.
ווען ער איז אלט געווען 3 יאר איז ער אראפגעפאלן פון די פיפנטע שטאק פון א בילדינג און נישט געזינט געווען אפאר יאר.

ער האט נאכדעם חתונה געהאט און זיך נעבעך גע'גט.

בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!

די לוי' קומט יעצט פאר אין ביהמ"ד קרעטשניף אין רחובות.

צווישן זיינע ברודערס זענען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף רחובות שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א

יהא זכרו ברוך. וזכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא. וזכותו הגדות יגן עלינו ועל כל ישראל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 9:38 pm#53525
בד"ה הרה"ח ר אפרים שמואל פעלדמאן ע"ה
מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:58 pm#53555
בד"ה!

איז ער נישט געזונט געווען לעצטענס?
מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:00 pm#53557
א קליפ ווי מען זעהט דעם נפטר ע"ה טאנצן "הייב אויף דיינע הענטעלעך" אינאיינעם מיט זיינע קינדער.

http://www.youtube.com/watch?v=riCDgVFQEqw
זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:19 am#53612
שעפטל
ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!

היינט איז נפטר געווארן הרב הצדיק רבי יצחק ראזענבוים זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף רחובות זצ"ל זייענדיג אלט בערך 50 יאר.

רבי יצחק האט מיטגעמאכט א שווער לעבן און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען.
ווען ער איז אלט געווען 3 יאר איז ער אראפגעפאלן פון די פיפנטע שטאק פון א בילדינג און נישט געזינט געווען אפאר יאר.

ער האט נאכדעם חתונה געהאט און זיך נעבעך גע'גט.

בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!

די לוי' קומט יעצט פאר אין ביהמ"ד קרעטשניף אין רחובות.

צווישן זיינע ברודערס זענען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף רחובות שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א

יהא זכרו ברוך. וזכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא. וזכותו הגדות יגן עלינו ועל כל ישראל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


ווילאנג די ווייזט נישט אז די מעשה וואס די פארציילסט איז אמת כמין ימא לטוגנא, דאקיומענטעד פאר זיין דייעגנאוסיז וועט א נארמאלע בר דעת עס דיסריגארדען אלץ נאך א באבע מעשה.
זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:05 am#53618
פערינא
שעפטל
ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!
בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!


ווילאנג די ווייזט נישט אז די מעשה וואס די פארציילסט איז אמת כמין ימא לטוגנא, דאקיומענטעד פאר זיין דייעגנאוסיז וועט א נארמאלע בר דעת עס דיסריגארדען אלץ נאך א באבע מעשה.

ולא עם הארץ חסיד, ס'איז קעגן אידישע הלכה זיך צו הרג'נען כדי צו ראטווען א צווייטן.
זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:12 am#53642
נולד מאוחר
ולא עם הארץ חסיד, ס'איז קעגן אידישע הלכה זיך צו הרג'נען כדי צו ראטווען א צווייטן.


זעה דא איז מען זיך מפלפל דערוועגן:

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=613225#p613225">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 25#p613225</a>
זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:22 am#53644
choini hamagel
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:22 pm#54266
האב איך געהערט די מעשה פון איימיצן וואס קען גוט די משפחה אין אפסטעיט נ.י. ווי די פרוי האט באקומען א גענצליכע רפואה צו די שטוינונג פון די דאקטוירים, און דער וואוילער איד האט בלויז צוויי וואכן נאכ'ן אנטראגן צו איבערנעמען די מחלה פארלאזט די וועלט.

בלויז א קלייניקייט וואס ווערט נישט דא געהעריג באהאנדלט, דער איד איז אלע יארן א גאר מיטגעמאכטער מענטש, האט נעבעך נישט געהאט קיין קינדער און האט זיך געמוטשעט מיט פארשידענע מיחושים, האט ער געזאגט, וואס טויגט אים דאס אפגעמוטשעט לעבן בכלל צו קענען צוקוקן ווי א מאמע פון קינדערלעך זאל זיך מוטשן און חלילה איבערלאזן קליינע יתומים'לעך, און ער האט אנגעטראגן אז ער איז גרייט ס'איבערצונעמען, און געבעטן א תפילה אז ער זאל עס איבערנעמען, און ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט.. יהי זכרו ברוך.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:30 pm#55580
בד"ה: הרה"צ יצחק רוזנבוים זצ"ל השני
הבן לבית ראחוב • הרה"צ רבי יצחק רוזנבוים זצ"ל
הלך לעולמו הרה"צ רבי יצחק (איצ'ה) רוזנבוים זצ"ל, בנו של האדמו"ר מראחוב זצ"ל • נפגע קשה בתאונה לפני שנים רבות ומאז התייסר בייסורים קשים