Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
מיטוואך יוני 06, 2012 9:09 am#16378
אוי וויי!! ברוך דיין האמת.
דאס איז די קינד פאר וועם מ׳האט אזויפיל איינגעריסען, יא?
מיטוואך יוני 13, 2012 8:42 pm#17876
הר"ר שלמה קאפפעל ז"ל פון ווילימסבורג איז נפטר געווארען. ער האט לאנגע יארען גע'ארבעט אין ווינער חדר אויף ווילסאן סטריט. ער איז געוועהן 93.
מיטוואך יוני 13, 2012 11:17 pm#17885
אויב בין איך גערעכט, לעבט נאך די רביצען.
איך ווייס נאר נישט אויב זי איז אויך די עיזדש
מיטוואך יוני 13, 2012 11:21 pm#17886
אינטערעסאנט אנצימערקען.
זיין איידעם זיצט שבעה נאך זיין טאטע ר' ....... בירענבוים ע"ה.
קען ער גיין צום'ס שווער'ס לוי'?
דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:28 am#17893
זייער א טייערער איד געווען, ער האט אכטונג געגעבן אויף די געלט פון דעם ווינער ת"ת ווי אויף א אויג אין קאפ. אויב האט ער געזעהן א אינגל נעמען מער פעיפער ווי ער האט געדארפט, אדער אן איבריגן קאפ, אדער סיי וואס האט ער דעם אינגל געגעבן צו הערן, אוי איז דאס זיס געווען, פרעגט נאר ביי די קינדער וועלכע האבן דארט געלערנט.

אזעלכע אידן קומען שוין נישט צו, א פארצייטישער אונגארישער איד, מיט ריכטיקן פארצייטישן איידלקייט און יראת שמים.
זונטאג יוני 24, 2012 4:19 am#19482
א גוטע וואך
בד"ה שבת קודש איז נפטר געווארען אין ירושלים
ר' אשר אנשיל בן ר' חי"ל שווארץ ע"ה (54)
מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים עיה"ק
נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ל"ע
דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:49 am#20526
בד״א
כ״ק אדמו״ר מ׳נאדבורנא חדרה זצ״ל
מוצ"ש יוני 30, 2012 10:18 pm#20870
יצחק שמיר געשטארבן.
מוצ"ש יוני 30, 2012 10:26 pm#20873
זר זהב האט געשריבן:יצחק שמיר געשטארבן.

כ'האב נישט געוואוסט אז ער האט נאך געלעבט ביז יעצט!
מוצ"ש יוני 30, 2012 10:27 pm#20874
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:יצחק שמיר געשטארבן.

כ'האב נישט געוואוסט אז ער האט נאך געלעבט ביז יעצט!

ער אליין האט אויך נישט געוואוסט.....!!!

(אלצהיימערס)
זונטאג יולי 08, 2012 1:14 am#22321
בד"ה: הרה"ח ר' יוסף בערקאוויטש ע"ה
יארען לאנג געווען די מלמד להועיל אין חדר עזרה אין די סאטמארע חדר אויף טרופ עוו.
זיך זייער געמוטשעט די לעצטע פאר יאר

צווישען זיינע קינדער זענען
ר' מאיר מרדכי עסקן נמרץ לכל דבר טוב
ר' יקותיאל משה פון בעיסוואטער
זונטאג יולי 08, 2012 1:24 am#22322
אוי וויי!!!
א וואוילער איידעלער איד געוועהן.
ער איז געוועהן א פייערדיגער סאטמארער, מער בני יואל געשטימט, (ער האט געדאווענט אין תורה ותפילה) און היבש נישט געגליכן אדמו"ר מסאטמאר ר' אהרן. אבער איך געדענק ווי ער האט מיר געזאגט מיט שטאלץ אז ער האט א קינדער זאלוינים און אהרונים - אין ער האט גיט געלעבט מיט זיי אלע באהבה ואחוה .

--
זיין זוהן מאיר מרדכי איז זייער באקאנט, מיט זייער הויעכע שטימע, און ער רעדט כסדר ביי דינער'ס פון RCCS וכו'.
זונטאג יולי 08, 2012 1:39 am#22326
ווען האט ער זיך געצויגן קיין ב.פ.?
זונטאג יולי 08, 2012 2:04 am#22329
אוי וויי!!! בד"ה
פון אזא איד מעג מען זיך לערנען, כאטש ער האט נישט געגליכען האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט ער קיינמאל נישט גערעדט אויף אים.
א פיינע איד געווען
זונטאג יולי 08, 2012 2:09 am#22330
האט מען דאס געזאגט ביים הספד?
זונטאג יולי 08, 2012 10:48 am#22357
SatmarHQ: BDH: R' Yosef ben R' Moshe Berkowitz U"h (WB/BP 62 year) Levaya 12pm at Bihmd Torah Tfilah in BP 14 x 54, on way to Old Chelka of KY Bihc"h.
זונטאג יולי 08, 2012 4:54 pm#22433
ראשעקאל האט געשריבן:זיין זוהן מאיר מרדכי איז זייער באקאנט, מיט זייער הויעכע שטימע, און ער רעדט כסדר ביי דינער'ס פון RCCS וכו'.

איז דאס דער זעלבער וואס גייט ארום פאר חוש? א געשמאקע יודל.
דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:35 pm#23914
ברוך דיין האמת.
ס'איז נפטר געווארען הר"ר נחום מרדכי מיטעלמאן ע"ה פון מיטעלמאן'ס גראסערי אין בארא פארק, אין עלטער פון 62 יאהר.
די לויה גייט ארויס יעצט 10:30 פון סאטמאר בארא פארק 53 אויפ'ן וועג צו קרית יואל
פרייטאג יולי 13, 2012 10:58 am#23978
געפילטע פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:זיין זוהן מאיר מרדכי איז זייער באקאנט, מיט זייער הויעכע שטימע, און ער רעדט כסדר ביי דינער'ס פון RCCS וכו'.

איז דאס דער זעלבער וואס גייט ארום פאר חוש? א געשמאקע יודל.



יא דער זעלבער,
מאנטאג יולי 16, 2012 7:44 pm#24782
נפטר געווארן די וואך האשה מלכה ארגעל בזוו"ש און כ"ץ בזוו"ר
בזוו"ר איז זי געווען חתונה געהאט צו יוסף מענדל כ"ץ וואס דער יוסף מענדל איז פאר די קריג געווען חתונה געהאט צו איר שוועסטער וואס האט נעבאך נישט דורכגעלעבט, האט ער גענומען איר שוועסטער מרת מלכה.
זונטאג יולי 22, 2012 5:12 pm#27032
בד"ה: דעם שבת איז נפטר געווארען הרה"ח ר' שלמה ב"ר מרדכי קליין (90) ער איז געקומען לקבורה אין די חלקה פון סאטמאר החדש אין מאנראו

איינער קען אפשר לייגן א בילד פון אים?
(ער פלעגט אלץ ארומגיין נאך געלט ביי חתונות)
מיטוואך יולי 25, 2012 11:03 am#28376
who are his kids
מיטוואך יולי 25, 2012 12:15 pm#28410
לויט צעטלעך וואס איך האב געזעהן זענען די וואך נפטר געווארן
הרבנית ממישקאלץ ע"ה, און
הרבנית מטעטש ע"ה (שוויגער פון הרב ישעי' יענקל'ע פארטיגול לרפו"ש)
מיטוואך יולי 25, 2012 12:38 pm#28425
שמיטה האט געשריבן:לויט צעטלעך וואס איך האב געזעהן זענען די וואך נפטר געווארן
הרבנית ממישקאלץ ע"ה, און
הרבנית מטעטש ע"ה (שוויגער פון הרב ישעי' יענקל'ע פארטיגול לרפו"ש)

אויך שוויגער פון האדמו״ר מפאפא שליט״א
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 5:57 pm#31285
ברוך דיין אמת
ביטערע נייעס. ר' בעריש ענגלענדער ב"ר אייליש פון לאנדאן דערטראנקען ביים נעמען א טבילה אין די רעזארט אפרוה שטאט וואו ער איז נארוואס אנגעקומען מיט נאך 50 אידן צו וויילן פאר די 2 וואכן האלידעי.

דאס איז דער דריטער וואסער אומגליק אין לאנדאן אינעם לעצטן יאר. - לאנדאנער רב האט גע'חלש'ט הערענדיג די בשורה לא טובה.

m http://www.jdn.co.il/news/101651 m
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 6:00 pm#31286
בד"ה

אינעם טאג וואס ר' חיים ברייש איז אוועק, האט ר' מרדכי גענוט געהאט פארשריבן ביי יענעם טאג אז א בעל נפש זאל זיך אפהאלטן פון גיין צום טייך, איז היינט אויך דא פארשריבן דארט עפעס?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 6:01 pm#31287
זר זהב האט געשריבן:דאס איז דער דריטער וואסער אומגליק אין לאנדאן אינעם לעצטן יאר

חוץ ר' חיים ברייש און ר' בעריש ענגלענדער, ווער נאך?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 6:18 pm#31291
לפני שנה בדיוק ערב שבת נחמו טבע הרה"ח רבי יעקב מאיר ליפשיץ ז"ל מחסידי מחנובקא במקוה טהרה בלונדון,
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 6:19 pm#31292
אה דאס איז שוין אביסל א צווייטע מעשה, אבער ביי ר' חיים און ר' בעריש איז זייער ענליך.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:12 pm#31310
דארט איז געווען א רעגולערע מקוה?
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:21 pm#32534
BDH: R' Avrum Meir Yakov Weiser (60yr KY) ben R' Sender Lipa U"h.
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:25 pm#32539
ברוך דיין אמת!

וואס איז געשען? הארץ אטאקע? (איך ווייס אז ער איז געווען א הארץ ליידענדער מענטש)
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:35 pm#32545
מו"ה ר' אברהם מאיר יעקב ווייזער ע''ה (מסתמה בשעת'ן אויספירן א שידוך...)
לוי' 7:15 פאר'ן ביהמ"ד הגדול קרית יואל, אויפן וועג צום ביה"ח קר"י
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:37 pm#32549
עטליכע וואכן צוריק (הארט פאר די דריי וואכן) האט ער חתונה געמאכט א קינד
זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:06 am#36782
איך האב אלע יארן געזעהן אין מעלות די היכי תימצא'ס פון "הרה"ג בעל אסוך שמן שליט"א". איך האב קיינמאל נישט געוויסט ווער דאס איז. יעצט האב איך געליינט אין דער בלאט א באשרייבונג אויף אים. ער האט געהייסן הרב שלמה אהרן ווינער און ער איז נפטר געווארן לעצטע וואך.

אין אייוועלט שרייבט טהור עיניים:
פאריגע וואך פרייטאג איז נפטר געווארן אין מאנסי א איד, א צדיק נסתר, איך זאג נסתר ווייל כאטש מען האט געוויסט אז ער איז אן ערליכער איד און א תלמיד חכם האט אבער רוב המון עם נישט געהאט קיין השגה אין די גרויסקייט פון דעם איד.

דער איד האט געהייסט ר' שלמה אהרן ווינער זצ"ל. ר' שלמה אהרן איז געבוירן אין אמעריקא מיט אכציג יאר צוריק, און איז געווען א תלמיד אין תורה ודעת און אין בית מדרש עליון אין מאנסי, ווי ער איז שוין געבליבן וואוינען. ר' שלמה אהרן איז געווען בקי בכל מכמני תורה, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק האט ער ארויסגעגעבן א ספר אסוך שמן, א ספר אין וועלכן א ווייזט אביסל ארויס זיין גדלות בתורה, אבער אויסער אין דעם ספר האט מען דאס אין ערגעץ נישט געקענט זעהן. אויפגעפירט האט ער זיך ווי א איש פשוט מאוד, זיך באהאלטן זיינע מדרגות און מעשים טובים, אלס אנגעשטעלט אזא פנים פון א בטלן. ער פלעגט אסאך שרייבן תורה'דיגע עניינים אין דעם "מעלות" אויסגאבע, און ווען די משפחה האט אים אמאל געפרעגט אז עס פאסט נישט צו שרייבן אין מעלות, שיק עס כאטש צו די תורה'דיגע קובצים, האט ער געענטפערט אז אין די מעלות וועלן עס אסאך מער מענטשן זעהן ווי אין די תורה'דיגע קובצים.

אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, נישט געוואוסט וואס דאס מיינט כבוד, שטענדיג געווען בהצנע לכת מיט א שטארקע זיסקייט. ער האט געלעבט מיט די תורה און השקפה פון זיינע רבי'ס, און האט געהאט גאר שטארקע קנאי'שע נויגונגען, וועלכע ער האט - לדבריו - קונה געווען פון ר' ראובן גראזאווסקי זצ"ל.

ר' שלמה אהרן איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' אברהם זיינוויל גערטנער ז"ל, דער לעגענדארער עסקן און חסיד'ישער איד ווען האט מערערע מאל מקדש געווען שם שמים מיט זיין ערליכע הנהגה אין יענע יארן אין אמעריקא.

באמת קען מען נאך אסאך שרייבן איבער ר' שלמה אהרן, אבער איך האב נישט צופיל צייט, נאר אזויווי איך האב געזעהן אז מען האט דאס נאך בכלל נישט דערמאנט דא, האב איך געוואלט דא מעלה זיין דעם זכרון פון אזא חשוב'ן תלמיד חכם און עובד ה'.

יהא זכרו ברוך ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

וואס נאך ווייסט דער עולם וועגן אים? דא זעה איך אז ער איז געוועהן אן אמעריקאנער איד, אבער אין בלאט שטייט אז ער איז נקבר געווארן אין "בית החיים פון סאטמאר החדש אין טאון אוו מאנרא". וואס האט ער געהאט מיט סאטמאר?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:42 pm#36946
ער האט זיך בכלל געהאלטן נאנט קיין סאטמאר, און איינער פון זיינע זוהן איז גבאי אין סאטמאר (רז"ל) ביהמ"ד סאוט 8, פארדעם האט מען אים געלייגט דארט.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:55 am#37141
ווי האט זיין שייכות מיט סאטמאר אויסגעקלאפט? און איז ער געווען א שארפער אנטי אדמו״ר מהר״א?
מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:52 pm#39577
ניעל ארמסטראנג זי"ע

בילד
מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:07 pm#39581
אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.
מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:17 pm#39584
געפילטע פיש האט געשריבן:ניעל ארמסטראנג

קוקט אויס ווי די לבנה קלאגט אויף די ביטערע אבידה. די לבנה איז פארכמורעט, און מיר האבן נישט געקענט מאכן קידוש לבנה.
מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:57 pm#39597
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:08 am#39600
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

א שרעקליכע אבידה פאר מאנסי. פון די גרעסטע עסקנים אין שטאט. אומצאליגע אידן ארויסגעהאלפן.
לוויה איז 12 אזייגער מוצש״ק.
יהא זכרו ברוך!
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:31 am#39608
אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:37 am#39609
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:50 am#39611
שמואל הלוי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

פארוואס זאל עס נישט אמת זיין? קלערסט אז יענער שרייבט ליגנט?

He didn't mean if its true he meant to say that the tragedy is even worse for the family
זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:12 am#39618
gehlungen האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אין מאנסי איז דעם שבת נפטר געווארן העסקן ר' יעקב הורוויץ ז"ל.

Picture please

קרעדיט "פארדינט" פון איי וועלט

בילד
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:08 am#39627
א בעסערע בילד

טעות
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:54 am#39631
דער צווייטער בילד קוקט עפעס נישט אויס ווי אים.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:07 am#39634
עס קוקט נישט אויס ווי ער ווייל עס איז נישט ער.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:58 am#39652
ראשעקאל האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז זיין זוהן מאכט חתונה מארגען. איז עס אמת??
ליינער האט געשריבן:בד"ה
זיין זון הרב אשר ישעי' האראוויץ פון ק"י מאכט חתונה א קינד מארגען

טוב ללכת לבית אבל מלכת אל בית משתה, באשר הוא סוף כל האדם והחי ייתן אל לבו

יא ער מאכט חתונה די וואך