פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:47 pm#39669
ער מאכט חתונה היינט נאכט
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:00 pm#39694
שרעקליך. וואספארא פנים האט א חתונה ווען דער מחותן קען נישט זיין דארט.
דאס מיינט שבר על שבר.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:48 pm#39710
שמעקעדיג האט געשריבן:שרעקליך. וואספארא פנים האט א חתונה ווען דער מחותן קען נישט זיין דארט.
דאס מיינט שבר על שבר.

א טאטע פון א חתן מעג מסתמה זיין ביי די חופה/ סעודה וכו'
זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:30 pm#39730
מיט די בגדי שבת?
און וואס איז מיטן טאנצן מצוה טאנץ מיט די ערשטע טאכטער?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:38 pm#39809
ער גייט מיט בגדי שבת און פאפאטש און ער קען נאר זיין ביי די חופה אין מצוה טאנץ האלבוועגס (ער איז אינדרויסן אין א שטיבעל א גאנץ חתונה)
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:09 am#40337
בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:43 am#40349
שרייבער האט געשריבן:בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל

כ'האב שוין דאס פארשטאנען צווישען די שורות פון קול מבשר נעכטען נאכט.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:55 am#40355
ברוך דיין אמת!

נאך א צווייגעלע פונעם אלטן דור הישן איז ליידער אפגעשניטן געווארן, און נישט סתם א צווייגעלע, נאר א הערליכע שיינע.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:00 am#40360
טראסט מיך, די וועלט וועט ווייטער אנגיין
אן קיין שינוים,

ס'קען נאר צוקומען אפאר רבי'ס.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:05 am#40362
קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:15 am#40368
שמואל הלוי האט געשריבן:קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.

גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

ברוך דיין האמת.
געווען א תלמיד חכם.
תלמיד מהר"ם שפירא
ועוד
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:19 am#40370
קאווע טרינקער האט געשריבן:גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

גארנישט מער קרוב צו מיר ווי צו דיר, ת"ח שמת הכל קרוביו.
דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:58 pm#40561
אוי, ר' אלימלך איז שוין נישטו
אזא טייערע איד
א זקן שקנה חכמה
חבל על דאבדין
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 8:58 pm#41977
בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:59 pm#42001
משה רוקח האט געשריבן:בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.

אזוי?? ער האט לעצטער וואך מוצ''ש מספיד געווען ר' יענקל הורוויץ וואס איז געשען מיט אים?
מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 11:58 pm#42012
מען שמועסט אז ער איז געווען זייער צובראכן צוליב די לויה פון הורוויץ. ער האט נאך די לויה געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע, און א גאנצע וואך געשוועבט צווישן לעבן און טויט. מען האט איינגעריסן, געהאנגען צעטלעך אין די שולן, אבער שערי שמים זענען געווען פארשלאסן, און באלד גייט זיין די לויה.
זאל מען הערן גוטע בשורות. תכלה שנה וקללותיה.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:02 am#42014
ווי אינג איז ער געווען?
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:29 am#42036
דוכט זיך 77.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:18 am#43486
ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:21 am#43487
לאדיך אפ האט געשריבן:ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.


ווי אלט איז ער געווען?
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:32 am#43490
45 יאר אלט.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:59 am#43503
ברוך דיין האמת!
אזוי יונג???
לעצטענס גייען אזויפיל יונגע מענטשן אועק. ס'כאפט א פחד!
אלעס געווען אנגעשריבן לעצטע יאר ר"ה.!!

א זיס אידל געווען. מי יתן לנו תמורתו......
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:00 am#43504
ברוך דיין האמת: מיט שווערע געפילן נעמט יעדער אויף די שרעקליכע פלוצים'דיגע בשורה אז הרה"ח משמח אלקים ואנשים ר' משה יהושע פליישמאן ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר, איז פלוצלונג אוועק אין עלטער פון 45 יאר נאכן ליידן א שווערע הארץ אטאקע, ווער ס'האט מער אפדעיטס זאל ביטע ארויפלייגן. און א ביישרייבונג איבער דער פערזאן וואלט אויך כדי געווען, נאכדערצו יעצט ווען עס איז חודש אלול אין דער עולם האט געכאפט א שטיקל התעוררות, שנשמע ונתבשר בשורות טובות!
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:05 am#43506
וואס האט דאס מיט צימעס?
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:19 am#43518
גערעכט פארוואס אין צימעס, און א בילד ביטע?
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:26 am#43522
משה יושע פליישמאן ע"ה
בד"ה

א יונגע ענערזשעריק עקטאר אויף די הצלה קליפ פלוצלינג אוועק.

ווייסט איינער מער פרטים
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:26 am#43523
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:27 am#43524
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:33 am#43530
בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:48 am#43538
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

אנטשולדיגט
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:18 am#43550
ער איז אויפגעשטאנען היינט צופרי, זיך נישט גוט געשפירט און געגאנגען צום רייד-עיד פארמעסי דא אויף מאנהעטן עוועניו. דארט איז ער צוזאמגעפאלן ווי די FDNY-EMS האט אים אריינגעפירט צום שכינית'דיגן וואדהאל שפיטאל ווי ער איז ליידער נפטר געווארן.

די לווי' וועט פארקומען אי"ה 1:00 פארנט פון ביהמ"ד דעשש אויף ראסס סט

(קרעדיט אייוועלט)
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 11:21 am#43552
שמואל הלוי
בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.

Whose son in law was he ??
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:55 pm#43585
הער איך יעצט פון אברהם יושע שמש אז יצחק מרדכי בראך האט אים פריער אריינגגעקאלט אז שלמה שמש איז געשטארבען...

וויצן געלייגט אין א זייט!
אוי משה יושע! משה יושע! אומגלויבלעך אז דו האסט אונז פארלאזט! דיין שמייכל און גוט ווארט וועלן מיר אבער אייביג געדענקן! סיי ווען האסט געטראפן א איד האסטו אייביג ארויפגעברענגט א שמייכל אויף זיינע לעפצן. כ'רעד שוין נישט טאמער האסטו געוויסט אז יענער גייט דורך שווערע צייטן, האסטו זיכער געמאכט אז בשעת ער איז מיט דיר פארגעסט ער פון זיינע צרות, און נאך קענען לאכן ביים איבערדערציילן וואס דו האסט אים געזאגט!
וויפיל אידן ובפרט חולי ישראל האבן זיך מחי' געווען מיט דיינע שפילן? וויפיל אידן האבן געפילט אז דו ביזסט זייער נאנסטע חבר? וויפיל אידן האסטו פשוט אויסגעצאלט זייערע טיקעטס ביי די פלעיס ווי די האסט גע'עקט פשוט אז זיי זאלן פילן אז דו האסט זיי אינזינען געהאט און האסט פלעין נישט געקענט שפילן נאר אז זיי זענען דארט?

זאלן די זכותים אים ביישטיין און די צובראכענע משפחה און דערשטיטערטע חברים און גוטע פריינד זאלן ווייטער קענען שמייכלן. ובלע המות לנצח אמן

משה יושע אין גוטע צייטן ביים משמח זיין: (מיט זיינע שותפים ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש און ר' זלמן לייב (שכח שמואל הלוי...) סאנדל)
📎 משה יושע אין שפיטאל....jpg 📎 משה יושע אין אמבולאנס1....jpg 📎 ביים קויפן די בוק פאר די הצלה קאודס....jpg 📎 ביים וואכט נאכט פון שתפו לדבר מצוה פעסטע רב.jpg
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:01 pm#43590
שעפטל
און ר' ... סאנדל

ר' זלמן לייב סאנדל הייסט ער.
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:50 pm#43683
איך זיץ יעצט אין מיין האנדע און הער דעם הארציגן טעיפ פון שלומי דאסקאל, איך הער ווי מיט זיין נעימות'דיגע שטימע הייבט אן דעם 'צור כל העולמים' און יוסי גרין ברומט אונטער און צומאלט מיין הארץ אויף שטיקער. פון מיינע אויגן רינען חוצפה'דיג הייסע זאלציגע עמערס. איך קען נישט קומען צו זיך. מיין גוטער ידיד (מיין ידיד? יעדער האט געשפירט ווי דו ביסט זיין נאנטער פריינט) ר' משה יושע איז נישטא!!

דיינע זיסע הומאריסטישע ווערטלעך האבן דערפרייט אזויפיל אידן. דיינע ידיעות אין אלעמען און בפרט היסטאריע וועט מיר זיין אן אייביגער פארלוסט.

די בילדער וואס דו האסט מיר געשיקט וואס האט אזוי קלאסיש אפגעשפיגלט די סדרה פון די וואך האב איך מיר אוועקגעלייגט און וועט דינען אלס א דערמאנונג פון דעם טייערן איד וואס מיר האבן פארמאגט.

הוי, דער 'צדיק בכל הדורות' האט מיר געשטראפט. שאק כוואליעס לויפן מיר אדורך נאכאנאנד. נעכטן האט מען דיר געזען געזונט און פריש מיטן אייגנארטיגן שמייכל און יעצט פירט מען דיר צו דיין אייביגער רו.

שווער וועט זיין זיך צו טרייסטן נאך אזא איד.

איך מיש אוועק דעם עמאציאנעל טרייבנדער ניגון. א הילכיגער 'הוא יגאל אותנו בקרוב' שאלט ארויס. מיינע מחשבות דרייען זיך ארויף אויף א צווייטע ליניע.

משה שיע איז שוין נישט דא. ער האט שוין נישט קיין פיין אדער יסורים. די וואס בלייבן דא אויף דער וועלט וועלן זיך נאך דארפן פיל מוטשען און ארבעטן שווער איבערצוקומען די שטרויכלונגען און ווי דו ווייסט גוט זענען די מניעות פון א געלונגענער מענטש אנצוקומען ערגעץ אין אונזער היימישער וועלטל גאר שווער און געווענליך אוממעגליך.

אוי ווי עס ציפט. אבער מיר זענען נאך דא. מיר קענען נאך פארבעסערן. מיר קענען זיך אפשאקלען פון אונזערע שלעכטע מעשים. מען לעבט נישט שטענדיג. ווער איז זיכער אז ער וועט אויסדינען א הונדערט יאר?
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 3:57 pm#43684
אךשמח הארציג ביז גאר, ווי אייביג
מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 6:39 pm#43755
ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:48 pm#44035
ידען
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:05 pm#44047
קלאר
ידען
שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא

ווילסט נישט אז פאר יעדע וואלע ערליכע איד זאל מען עפענען דא א אשכול, ערגעץ דארף זיין א סטאפ
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:15 pm#44053
ידען
ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...


איך רעד דאך פונעם הויז......ן, איי משה יושע, מי יתן לנו תמורתך
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:25 pm#44065
[ציטאט אראפגענומען]


איז ער נישט זיין מ''מ אלס באס דיספעטשער אין סאטמאר 76?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:43 am#46821
איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:49 am#46823
ידען
איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)

מרת הינדל גיטל כ"ץ
93 יאר
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:22 am#46844
אוי געוואלד. לאמיר אלע שרייען הויך צוזאמען:
תכלה שנה וקללותיה!!
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:25 am#46845
<a class="postlink" href="http://nypost.com/p/news/local/brooklyn/holocaust_survivor_struck_and_killed_oqY7aPoqKOvSTxkP9YjmFP">http://nypost.com/p/news/local/brooklyn ... TxkP9YjmFP</a>
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:40 am#46847
<a class="postlink" href="http://www.mycentraljersey.com/article/20120915/NJNEWS/309150032?gcheck=1&nclick_check=1">http://www.mycentraljersey.com/article/ ... ck_check=1</a>
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 8:48 am#46848
[ציטאט אראפגענומען]


די הארץ רייסט, וואו מ'גייט הערט מען פון מענטשן דעם זעלבן פזמון.

ליידער די שאק איז נישט נאר פאר אירע קרובים, נאר אפי' די אייגענע קינדער זענען ערשט געוואר געווארן צוויי דריי וואכן צוריק אז די מאמע זייערע ליידט נעבעך פון די ביטערע מחלה.

הוי! ווען אלע וואסערן וואלטן געווען טרערן וואלט מען נישט גענוג געקענט וויינען אויף אזא טראגעדיע!

די לוי' האט אויסגעקוקט שרעקליך, די טרערן, בכיות, קולות וברקים עד לב השמים.

די יודעי דבר זאגן אז אזא לוי' איז דאס ערשטע אין די היסטאריע.

מ'האט שוין ליידער געהערט א יונגע מאמע גייט אוועק;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז איינער פארלאזט די וועלט פלוצלינג;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז עס ווערן נפטר צוויי קינדער פון די זעלבע משפחה;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז א מאמע לאזט איבער א יונג קינד פון 10 חדשים;

אבער אלעס אינאיינעם, הוי!!!!!

ווי איז דא די כוחות דאס אריבערצוטראגן......

ווי אזוי קען א טאטע אזוי אנגיין ווען ער זעט זיין צווייטע טאכטער געזעגענט זיך, איבערלאזענדיג א שטוב מיט פיצלעך, נאר צוויי חתונה געהאט און איין חתן אין שטוב.....

זאל זי זיין א גוטע בעטער!
זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:37 am#46853
די טרערן הערן זיך נישט אויף גיסן
עס איז אבער גאר א קליינע צרה אקעגן וואס ס'ווארט אפ אויף איר מאן פון די ביטערע מינוט און צו די קינדער, ה' ירחם.
די שאק איז מער ווי דער עולם מיינט דא, זי איז שוין געווען מער ווייניגער אקעי
זי האט געהאט א פעסישער שבת און פון א טעות פון דעם דאקטער איז זי אומגערישט נישט אויפגשטאנען.

למה ה' תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה,
ה' הקיצה אל תזנח לנצח, למה פניך תסתיר,
זאל שוין די גלעזלע פון טרערן זיך איבערגיסן
שערי דמעות לא ננעלו
דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:02 pm#46934
איך זעה אין נייעס אז א יונג קינד פון 14 חדשים פון מאנסי האט זיך דערטראנקען ראש השנה אין א טוילעט אין בארא פארק? איינער אלטמאן? ה' ישמר! תחל שנה וברכותיה?
עני דיטעילס, איינער?