Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm#226570
קאווע טרינקער האט געשריבן:א ל"ו מאלעסטער, אדער א ל"ו צדיק.

ס'געוועין אזאלכע שמועות אויך. אבער ס'איז נישט קאנפירמ'ד... :? :|
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:19 pm#226590
ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:43 pm#226597
200 פוס? האט ער געהאט לאנגע הענט ווי בתי'?

נו שוין, עשי"ת, צוריק צום ענין, זאלן אלע רוען אין גן עדן.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:52 pm#226601
גאלד האט געשריבן:ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,

ער איז טאקע געוועין גייסטיש צורודערט, ל"ע. מ'האט געשמועסט אז דאס איז געוועין א משפחה קרענק, ל"ע... :? :roll: :cry: :( :o
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:08 pm#226605
אינטערעסאנט, די חסידישע קינדער האבן אים גערופן מענדל די חזיר, די ליטווישע האבן אים גערופן mendel the coat rack. א מיסטעריעזע כאראקטור, וועט אלעמאל געדענקט ווערן אין די בארא פארק'ער היסטאריע צווישן איר לאנגע ליסטע פון מאדנע מענטשן.
מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 11:09 pm#227340
המודיע באשרייבט אים:

On 6 Tishrei, Boro Park lost one of its mysterious souls, Reb Mendel Weiss. Known for his many layers of coats packed with papers, even to the many good-hearted Yidden who cared for him, his essence remained hidden.

“He was a soft-spoken person,” said one Boro Park resident. “If you let yourself get to know him, he had a very sweet smile. No one knew what was behind him, but he seemed to be a happy person, despite his obviously difficult circumstances.”

One individual who was particularly involved in providing for his welfare said that he just “didn’t want anything in this world. He just wanted to be mezakeh others with chassadim.”

Reb Mendel lived with near-complete removal from olam hazeh. A family where he frequently ate related that he rarely had more than a glass of seltzer and a piece of cake.

This caregiver related that he was always very grateful to those who provided for his needs and had a wonderful sense of humor.

In Reb Mendel’s later years, he resided for some time in Palm Gardens on Avenue C, where his needs were cared for with the greatest warmth and attentivness.

A Hamodia staffer remembers her father telling her that Reb Mendel was in Nitra Yeshivah with him in Mt. Kisco in the 1950s. Her father always expressed admiration for Reb Mendel’s hasmadah in learning, and how readily he shared his knowledge with others.

Always living somewhat above the natural order of things, on a recent visit to the hospital doctors remarked that they could not understand how someone suffering from so many infections could be alive.

Reb Mendel’s avodah was wrapped in mystery. He was very punctilious about observing yahrzteiten of family members and tzaddikim, and knew how to learn. But for every inch that one could observe, there was much more that remained unknowable.

Yehi zichro baruch.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:25 am#227347
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.

די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:50 pm#227528
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה. 89 יאר. היינט געוועין די לוויה אויף ראדני. ער איז געוועין פון די ערשטע מענטשן פון רבי'ן זי"ע דא אין אמעריקע.
ער איז געוועין א איד א גרויסער ת"ח, א זון פון קעמעטש'ער רב ז"ל. ר'איז געוועין א נהנה מיגיע כפיו. אלע יארן געארבעט אין א ניטינג פעקטארי. מיט עלעף יאר צוריק, בערך האט ער געליטן א סטראוק, ל"ע..
ער איז געוועין א מוסטער פון א פארצייטישן חסידיש'ער איד. ער האט געהאט פארשידענע חומרות.למשל, ער האט נישט געגעסן קיין געבראקטס, נאר אין ספעציעלע כלים. אויך נאר ווען ס'איז געוועהן אן עיבור יאר. (ווייל דאמאלס שטייען די כלים גאנצע צוועלעף חדשים(.
יהא זכרו ברוך...!
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:04 pm#227531
אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:07 pm#227532
ארבעס האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.

די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?

יא ,איך בין געווען דארט אויפן סצענע גלייך דערנאך. און דעמאלטס האט מען תיכף אויפגעהערט מיט די מאדערנע איינפירונג פון שלעפן די חופה מיט א ווען נאר מען איז צוריקגעגאנגן צום אלטן מנהג פון עס טראגן מיט די הענט ווי אלע יארן (כדרכו האבען מאנכע עס דעמאלטס תולה געווען אין דעם).

דאכט זיך אז לעצטענס איז ביי מאנכע צוריק אריין די מנהג לא טוב און מען דארף עס מבטל זיין.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:21 pm#227536
פיינע קאווע האט געשריבן:אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?

א שאד דו קענסט נישט זעהן וויאזוי איך לאך... ווייל סמיילי'ס אליין קענען נישט אויסדרוקן די עמאציע...!
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:40 pm#227544
Where was he buried new or old chelka
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:45 pm#227548
blauvelt האט געשריבן:Where was he buried new or old chelka

If you are really "dying" (ch"v) to know, I'll check and get back to you... :lol:
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:52 pm#227551
גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט
זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:54 pm#227552
blauvelt האט געשריבן:גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:21 am#227633
berlbalaguleh האט געשריבן:
blauvelt האט געשריבן:גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!

יא. קאנפירמ'ד מיט די משפחה. נייע. אין איין שורה מיט אנדערע חשוב'ע אידן תושבי וויליאמסבורג. ווי ר' יצחק נאה דער סופר. און אנדערע .
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:43 pm#227702
אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:56 pm#227705
היסטאריקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא

פארוואס?!
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה, וועלכער איז געוועין זייער באקאנט אין וויליאמסבורג, אין ביהמ"ד אויף ראדני, איז אויכעט נישט דערמאנט געווארן דורך קיינעם, חוץ פון אני הקטן!!!... :?:
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 7:43 pm#227791
קיינער רעד נישט פון חיים אלעזר פערלמוטער, ער פלעגט יארן אנפירען די מנין ווי ער פלעגט עס רופען "מנין במתינות" אין ראדני בהמ"ד, ער פלעגט הענגען צעטלעך דערפון, און אריינלייגען אין דבר יום ביומו דערוועגען.
לשבחו האט ער ביי זיין לוויה געהייסען אויסרופען אז וועמען ער האט נערוועז געמאכט מיט זיין שטאטע דאווענען (מנין) בעט ער איבער!
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:19 am#227876
פריידע ווינבערגער היה אשת ר' משה יוסף ווינבערגער
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:58 am#228267
ר' חיים רייזמאן ע"ה פון קרית יואל
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:35 pm#228274
בד"ה ר' חיים רייזמאן? איז ער געווען קראנק?
זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:13 am#228405
די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:57 am#228416
ווי אלט איז ער געווען?
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:06 am#228425
א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:11 am#228427
ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:20 am#228429
סאשי פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.

אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:53 am#228432
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין

יענער הייסט (אדער האט געהייסן) אפרים (מיט א פתח אונטער די רייש). געדענק איך נאך ווען אפרים האט נאך געהאט א הויכע ביבער-היט זייער הענדי און גוט הארציג. הרב גרינבערג האט אמאל געהאט די קרלבך מוצאי שבת אידיש שוי מיט ר׳ שלמה׳לע אסאך מאל לייוו. מען האט געפרעגט שאלות פון הלכה, אויב האט מען געוואוסט איז מען געווען א געווינער ביי אך-טוב רעסטעראנט אין בארא-פארק אויף 13טע עוו.
" Ach Tov is the best"
Commercial made by Country Yossi

הרב גרינבערג פלעגט אויך צו דאווענען ביי סקווירא בארא פארק אויף 47טע גאס 13-14.

פארוואס האטעס געהייסן ״זעלדא׳ס״?

כ׳דענק ווען מ׳פלעגט נאך דארט אריינגיין אמאל קויפן טרימינג צוגעהער.

יהא זכרו ברוך.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:55 am#228433
הדד בן בדד האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.

אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע

גאר גוטע? נעעעה. די גאר גוטע איז געווען ווען זיין בארד איז נאך נישט געווען גרוי.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:08 am#228449
זיין מאמע ע"ה גאר א חשובע פרוי איז געווען די ב"הב פין די געשעפט
זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:43 pm#228513
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.

ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.

וואס איז דארט פארגעגאנגען?

זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין

או שמעריל שמעריל, מיר באוויינער דיר דיין צער און פיין וואס דו האסט מיט געמאכט אויף דער וועלט וועט דיר באגלייטן אויף יענער וועלט. ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר כולל חיבת ירושלים, רבי מאיר בעל הנס. זיין לייב און לעבן איז אריין און דער צדקה. אזוי אויך האט ער סוף ימיו געטוהן און אנדערע צדקות ארץ ישראל. דאס אלעס וועט אים באגלייטן לעולמו.

דער בנין געהערט פאר די גאנצע משפחה, אלע זיינע ברודער און שוועסטער. ער האט געירשנט די געשעפט פון זיין מאמע מרת זעלדא. קיין גרויסע הכנסה איז שוין נישט אריין געקומען און זיינע יארן וואס ער האט געפירט די געשעפט.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:43 pm#228545
שטעלט זיך ארויס אז מר. זעלדא איז געווען א אוהב חכמה. מ'הייבט אן הערן אז ער האט געקויפט אין בית הספר ספרי מחשבה. דער יונגערמאן וואס איז געווען אינגאנצען פארפרעמד אין וויליאמסבורג האט געלערענט אין באבובע ישיבה אלץ בחור און האט געהאט א הונדרעטע חברים אין באבוב. ער איז געווען נאנט מיט ר' נפתולטשע ז"ל און ער האט מיטגעלעבט די קאך קעסעל פון די מלחמה דארט ווי אלע אנשי שלומינו ד'באבוב. איבער די יארן האט ער צוזאם געמאכט צרות יגון ואנחה. און די איינציגע געשמאק און זיין לעבען איז געווען דאס קאלעקטען געלט פאר עניי ארץ ישראל. פלעגט ער דארט זיצען עלנד אליין, טאקע ווי זעלדא, אין די בעיק פון זיין פארכמורעטע קרעמעל און געציילט די קוואדערס און פעניס פאר כוללי שומרי החומות. און ווען ער האט אנגעזאמלט אפאר דולר איז ער כאטש איינמאל א יאר אראפ געפארן עס פארטיילען. היינט ביי זיין לוויה איז ער באגלייט געווארן דורך כמעט טויזענט באבוב חול המועד יידן בראשות די רבי שליט"א. ווען ער האט ווען א אפשען וואלט דאס טאקע געווען זיין לעצטע וואונטש.

ס'איז מיר געווען א מאמענט פאר ריפלעקשען, א יעדע מענטש איז א וועלט. זעלדא( זייטס מיר מוחל, ביי מיר איז ער נישט שמערל, ביי מיר בלייבט ער זעלדא) איז אויך געווען אמאל א קליינע בעבי וואס זיין מאמע איז געווען פרייליך יעדען טאג צו אים און זיך געטשאטשקעט. זעלדא איז ביי מיר אלץ געווען די מאדנע יונגערמאן מיט די אלטע שמוציגע סוט קעסעל וואס פאר צען טויזענט קאפיס וועט ער נאך אלץ בלייבען פארכמורעט. איך האב אים טאקע נאר געזען מיט אנדערע עלנדע אורחי פרחי. זעלדא האט אבער געהאט א לייף.

שכויעך @איש עברי פאר מיך אינספייערען צוצולייגען קאפ צו די פארוואגלטע נשמות.

בעט מיר ביי זעלדא, גייסט ארויף בעולם העליון, נעם דיינע פריינט און גיי זיי מליץ יושר אויף די פארוואגלטע נשמות, ברוחניות. ווער נאך ווי די ווייסט..אויך בעט איך דיר איבער פאר אלעס. די ביזט אין הימעל בעולם האמת . די ווייסט וואס איך מיין.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:32 pm#228556
קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)
זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:53 pm#228563
חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.
זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:39 pm#228634
ATUB @קאווע טרינקער ATUB ווידער אדער וויגדער?
וואס איז דאס טיללעס צענטער?
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:00 am#228641
In queens Tilles Center for the Performing Arts
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:03 am#228703
איז נישט דארט געוועהן דער 'אונטערן' שפיל?
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:17 pm#228740
יין שרף האט געשריבן:קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)

י סטאר האט געהייסן זעלדא'ס טריממינג (איך מיין אז עס האט געהייסן אזוי פון זיין מאמע).
ער האט געהייסן יעקב שמערל. מען האט אים גערופן שמערל.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:25 am#228857
היינט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישראל שלום בן חיים צבי גאלדבערגער ע"ה. 94
ת.נ.צ.ב.ה.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:03 pm#228942
קאווע טרינקער האט געשריבן:חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.

פארוואס איז מען אזוי שטיל מיט פרטים?
איז דאס געווען א זעלבסמארד? ווידער איז א היימישע נאמען איז ער געווען א היימישער?
דיטעלס פליז
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:16 pm#228945
ווער איז שטיל? ווער ס'נאר געווען ביי די אונטערן פלעי רעדט דערפון.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:20 pm#228947
בד"ה מרת ריזל אלמנת ר' מרדכי גאלדבערגער ע"ה איהר מאן איז אוועק מיט דריי חדשים צוריק
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 3:27 pm#229410
ר' חיים נחמן ב"ר לייבעלע גליק ע"ה פון קרית יואל א געזונטער שטארקער מענטש בן 56 אנדעקט מיט די מחלה ערב יו"ט אוועק פון אן אינפעקשאן. ה' ירחם
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:00 pm#229445
ר' חיים נחמן ע"ה
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:29 pm#229553
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:38 pm#229556
לאליפאפ האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו

ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
אויב דער עוילעם איז נאך אינטרעסירט אין מיינע מעשיות, זאלל מען מיר ביטע מודיע זיין. און איך וועל עס בלי"נ פארציילן. כיד ה' הטובה עלי. אדער אפשר פארציילן ביי די גרויסע מלוה מלכה וואס מ'פלאנט שוין פאר קאווע שטיבל מיום הוסדו?...!... :lol:
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:51 pm#229558
berlbalaguleh האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו

ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
אויב דער עוילעם איז נאך אינטרעסירט אין מיינע מעשיות, זאלל מען מיר ביטע מודיע זיין. און איך וועל עס בלי"נ פארציילן. כיד ה' הטובה עלי. אדער אפשר פארציילן ביי די גרויסע מלוה מלכה וואס מ'פלאנט שוין פאר קאווע שטיבל מיום הוהסדו?...!... :lol:

בערעלע,זעסט דאך אזוי גוט מיט א אספקלריא המאירה...
איינער האט אמאל מסבר דעם ואנכי הסתר אסתיר פני הסתר בתוך הסתר, 'הסתר' מיינט מ'זעט גארנישט, 'הסתר בתוך הסתר' מיינט מ'זעט גאר גוט, נאר מ'קוקט דורך א שפיגל און מ'זעט אלעס פארקערט די שקר איז אמת, און די אמת פאר שקר.
ודו''ק כי קצרתי מחמת צימעס
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:25 pm#229815
berlbalaguleh האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ר' חיים נחמן ע"ה

דער פיפטער אדער זעקסטער ברודער וואס גייט אין א בליענדן עלטער.. השם ישמרנו

ס'איז א מורא'דיגע לעקציע. ווי רש"י הק' ברענגט בשם די גמרא.
הגם, ר' לייבעלע ע"ה איז געוועין א צדיק. פון אן אייגענע עקספיריענס וואס איך האב געהאט.
אויב דער עוילעם איז נאך אינטרעסירט אין מיינע מעשיות, זאלל מען מיר ביטע מודיע זיין. און איך וועל עס בלי"נ פארציילן. כיד ה' הטובה עלי. אדער אפשר פארציילן ביי די גרויסע מלוה מלכה וואס מ'פלאנט שוין פאר קאווע שטיבל מיום הוסדו?...!... :lol:

היות עטליכע חשוב'ע ניקס האבן מיך געבעיטן אין אישי אז איך זאלל פארציילן די מעשה איבער ר' לייבעלע'ס צדקות. איינער האט אפילו געשריבן אז איך זאלל אויסזאגן די "סודות". ס'איז נישטא קיין שום סודות. ובכן: ס'איז געוועין אין טאג פון די לוויה פון הצה"ק כ"ק מרן אדמו"ר רבינו יואל מ'סאטמאר זי"ע. איך בין דאמאלס (כ'מיין ס'געוועין א' כי תבא תשל"ט לפ"ק.) איינגעשטאנען אין א באנגעלוי קאלאני אין סוואן לעיק. פונקט יענע וואך האביך נישט געהאט מיין קאר. ווען איך האב, נאך שחרית, אין ביהמ"ד געהערט די בשורה, און אז די לוויה גייט זיך אנהייבן נאכמיטאג, האביך מיך מיטגעכאפט מיט א קאר וואס איז געפארן קיין קרית יואל, אן לאזן וויסן מיין בני בית.
נאך די לוויה האביך געזוכט א פאבליק פאון (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז.) פון וואו צו רופן אהיים. אבער די פאר טעלעפאנס זענען געוועין פארנימען מיט לאנגע שורות פון מענטשן וועלכע האבן אויך געוואלט רופן זייער משפחה. האביך געטראכט אז איך וועל בעיטן איינעם פון די תושבים פון קר"י מיך צו לאזן רופן אהיים, ווייל איך האב געהאט א "קאללינג קארד" פון די פאון קאמפאני. אזוי אז ס'וואלט גארנישט געקאסט דעם מענטש. גייענדיג עטליכע גאסן פון ביהמ"ד האביך באגעיגנט איינעם וואס האט אויסגעזעהן ווי א יוד. האב איך עהם געפרעיגט מיט דרך ארץ, אויב איך קען רופן פון זיין פאון. האט ער מיר געענטפערט, שרייענדיג בקול גדול "גיי דיר אוועק פון דא". ווען איך האב איהם געטרייט איבערצופרעיגן, און געוואלט מסביר זיין מיין מצב, האט ער געמאכט קולות אויף מיר און געביללן ווי א "פיט בולל" כלב, וועלכער איז גרייט מיך צו אטאקירן א יעדע מינוט. ווען איך האב מיך אויסגעדרייט, אוועקצוגיין כמעט מיואש, האביך פלוצלינג געהערט א קול וועלכער האט מיך גערופן מיט גרויס איידלקייט, "ר' איד, קומט אהער". דאס איז געוועין דער שכן פון יענעם. להבדיל, ר' לייבעלע גליק. ער האט מיך גערופן ארויפצוגיין אין זיין דירה, און געפרעיגט מיט גרויס איידלקייט אויב איך וויל עפעס טועם זיין. ער האט פונקט דאמאלס געהאלטן ביי נאכטמאל. ער האט שטארק מפציר געוועין. ווען כ'האב איהם געזאגט אז איך וויל נאר רופן צו מיר אהיים, און אז איך האב א קאללינג קארד. האט ער געזאגט אז איך קען רופן וויפיל איך וויל, און ער דארף נישט קיין קאללינג קארד. און ער האט נאכאמאל געבעיטן אז איך זאלל מיך גיין וואשן און מיטהאלטן די נאכטמאל מיט עים... איך האב עים אפילו נישט געקענט פאר דעים...!
אינטרעסאנט. איך האב קיינמאל פארדעים נישט געוויסט אז ס'וואוינען גויים (וועלכע שטאמען פון אוקראינע אדער רומעניע) אויכעט אין קרית יואל. יענער פיט-בולל כלב איז זיכער נישט געוועין מזרע ישראל. ער האטציך נאר געלאזט וואקסן א בארד. זיין עכטער טאטע אדער זיידע איז געוועין א רומענישער גוי...!
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:03 pm#229896
מורא'דיגע מעשה, האמער שוין מקיים געווען די סיפורי צדיקים חיוב פארן טאג.. יעצט לאמיך לערנען... וועלכע רש"י מיינסטו??
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:15 pm#229899
נייער אלישב כהן,

די מעשה איז גענומען פון ליכט שטראלן? (די חלק פון די אוקראיניש אפשטאמיגער פיט בול איד, נישט ר' לייבעלע'ס צדקות :lol: )