מיט גרויס צער איז געמאלדן געווארן אז האברך החשוב ר'
אלטר משה יעקב קויפמאן ז"ל מיקירי תושבי בית שמש האט ליידער צוריק געגעבען זיין נשמה צום באשעפער.
דער אינגערמאן א עלעקטארישען איז געווען ביי די ארבעט נעכטען נאכט ווען ער איז אראפ געפאלן פון א לייטער 5 פיס הויך אויפן ערד נאכן פארלירן די באוויסטזיין האט הצלה אים אריין געטראגן אין שפיטאל ווי די דאקטורים האבן שווער געארבעט צו ראטעווען זיין לעבן אבער ליידער נגזרה הגזירה און ער איז אוועק געריסן געווארן זייענדיג בלויז 40 יאר אלט, א חודש פאר'ן אריין פירן בנו בכורו אונטער די חופה איבערלאזנדיג 11 יתומים רח"ל מיט א צובראכענען אלמנה, דער חתן וואס איז געווען דאהי אין ניו יארק נאך געלט איז שוין צופרי ארויף אויף א פליגער צוריק צו א"י.
די לוי' וועט ארויס גיין מארגן דאנערשטאג.
דער נפטר וואס איז באוויסט אין בית שמש מיטן נאמען כלבו'ניק החסד איז געווען א עלעקטרישען און א כלבו'ניק וואס פלעגט אסאך ארום גיין צו ארימע משפחות אין שטאט און ארבעטן פאר זיי אן נעמען באצאלט פאר די ארבעט אזוי אויך איז ער געווען א וואלענטיר אין עטליכע חסד אורגענזציעס ווי הצלה און ארגון עזרת אחים אין בית שמש.
ויה"ר שיבלע המות לנצח ונשמע ונבשר בשורות טובות.
📎 אלתר קאופמאן 1.jpg