Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:21 am#436771
הרה״ח ר׳ אלי׳ ניימאן מוויליאמסבורג ע״ה. מחסידי וויזניץ-מאנסי
אייגענטומער פון ״בעסט עמברוידערי״ אויף 14׳טע עווניא.

בן הרה״ח ר׳ חיים סענדער ז״ל. שוואגער מיט ריבניצער רבי זצ״ל

די מאנסיער רבי האט אים גערופן ״די אויסערן מינסטער״ ער איז געוועהן פארנומען מיט צעטליך בריווען, דאקומענטן, אלטע צייטונגען, וכו׳ למשל אויפצווייזן אז ר׳ מאטעלע איז גערעכט אז זיין מאמע האט געהייסן מרגליא און נישט מרגלית. ווען ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן אויף שערי חמלה און ביי די פייפער איז ער געוועהן זייער פארנומען דעמאלטס.

ער איז געוועהן א געשמאקער מענטש. א שיינע פארדינער, א בעל צדקה, אויפגעשטעלט א שיינע חסידישע שטוב. לעצטענס האט ער זיך שטארק געמוטשעט. ער איז בערך 65 יאהר אלט געוועהן.
יהי זכרו ברוך.

בילד
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 10:44 am#437560
האשה הצנוה''ח מרת חיילא ליבא וואזנער ע''ה פון לונדון
31 יאר אלט
א הימל שרייענדע טראגעדיע
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 5:35 pm#437981
הרה״ח ר׳ גבריאל יוסף וויזניצער, יוסל וויזניצער ז״ל, שיכון וויזניץ מאנסי. בערך זיבעציג יאהר אלט. איבערגעלאזט א שיין דור בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות. צווישן זיי הרה״ג ר׳ לוי יצחק וויזניצער שליט״א פון די גאר חשובע אינגעלייט אין מאנסי-וויזניץ און זיין יונגערע ברודער הרה״ח ר׳ חיים מאיר וויזנצער שליט״א.
מאנטאג יאנואר 06, 2020 4:57 am#441041
ר׳ אשר ווידער-ווימס״ב. מחשובי חסידי סאטמאר. 70 יאהר אלט. פלוצלינג געכאפט א הארץ אטאקע רח״ל. פערזענליך געקענט נישט לאנג צוריק געהאט א שיינע שמועס מיט אים. א פיינע געשמאקע איד געוועהן. איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער בתוכם זיין עלסטער זוהן ר׳ דוד הערש פון ווימס״ב (פון חברה שומרים).

ער איז געוועהן א אייניקל פון דעם באוואוסטער חזן ווידער
יהא זכרו ברוך
בילד
מאנטאג יאנואר 06, 2020 7:36 pm#441075
בד״ה מו״ה ר׳ משה שמשון בן הרה״ח ר׳ ישרא׳ מנחם שווארטץ ז״ל
בעל חסד הרה״ח ר׳ משה שַמשון בן הרה״ח ר׳ ישרא׳ מענדל שווארטץ ז״ל
ת . נ . צ . ב . ה .
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:52 am#441796
הגאון ר' פסח אליהו פאלק ז"ל, מחבר "ספר" עוז והדר לבושה.

לכאורה וועלן אלע אויס נוצן זיין פטירה, זה בכה וזה בכה...
דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:23 pm#441865
מרת חי׳ לאקס ע״ה ב״פ. 54.
אשת ר׳ זלמן (זאלמי)
בת ר׳ ארי לייב דאסקאל.
זונטאג פעברואר 16, 2020 5:04 am#443013
הנגיד ר׳ שמעון ברוך טערקילטויב-ב״פ.
מחסידי מונקאטש 72.

הארץ אטאקע.

יאהרן לאנג געהאט א ניטינג פעקטארי אין וויליאמסבורג.
מיטוואך מערץ 25, 2020 8:39 pm#444301
ס'איז נעכטן געווען די לוי' פון א יונגערמאן פון 48 יאר. זיין נאמען איז צבי אלימלך בן גדליה ראובן העניג.

ער איז געווען דער עלטסטער פון 3 ברידערס. זיינע 2 יונגערע ברודערס, א צווילינג. איינער איז שוין נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. זיי זענען געווען וואס מ'רופט לעבעדיגע יתומים. אויפגעוואקסן אן א טאטן אין שטוב. זיי האבן געלערנט אין ספינקא ת"ת. דער ספינקא רבי פון 56 סטריט און די רביצין האבן זיך געזארגט פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער. ווייל זייער מאמע ע"ה איז אויכעט נישט געווען געזונט. זי איז אריין און ארויס פון שפיטאל.

דער נפטר, ע"ה האט א סאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן.ביי איהם איז געווען אן אפגעלאזטער שידוך. און נאך אנדערע פראבלעמען. אבער סוכ"ס האט אויסגעזעהן ווי ער גייט יא האבן א ביסל מנוחה אין זיין לעבן. ער האט אויך געהאט אפגעשפארט א ביסל געלט. ער האט עטליכע יאר געארבעט ביי די מצות. ביז...ס'איז געקומען א גרויסער, וועלט בארימטער שווינדלער און גנב און ר'האט אוועקגעגנב'עט זיין ביסל אפגעשפארט געלט (ארום 100,000 דאללער.) פון גרויס עגמת נפש האט ער באקומען א הארץ קראנקהייט. און ער איז אריין און ארויס פון שפיטאל עטליכע מאל אין די לעצטע צייט. איך האב איהם נאך געזעהן אין ביהמ"ד בערך א וואך צוריק. עד כדי כך אז ער איז שוין געגאנגען מיט א שטעקן...! יהא זיכרו ברוך.

נ.ב.: איך וועלל פרובירן ארויפצולייגן א בילד פון דעם נפטר...!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:18 pm#444374
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז נעכטן געווען די לוי' פון א יונגערמאן פון 48 יאר. זיין נאמען איז צבי אלימלך בן גדליה ראובן העניג.

ער איז געווען דער עלטסטער פון 3 ברידערס. זיינע 2 יונגערע ברודערס, א צווילינג. איינער איז שוין נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. זיי זענען געווען וואס מ'רופט לעבעדיגע יתומים. אויפגעוואקסן אן א טאטן אין שטוב. זיי האבן געלערנט אין ספינקא ת"ת. דער ספינקא רבי פון 56 סטריט און די רביצין האבן זיך געזארגט פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער. ווייל זייער מאמע ע"ה איז אויכעט נישט געווען געזונט. זי איז אריין און ארויס פון שפיטאל.

דער נפטר, ע"ה האט א סאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן.ביי איהם איז געווען אן אפגעלאזטער שידוך. און נאך אנדערע פראבלעמען. אבער סוכ"ס האט אויסגעזעהן ווי ער גייט יא האבן א ביסל מנוחה אין זיין לעבן. ער האט אויך געהאט אפגעשפארט א ביסל געלט. ער האט עטליכע יאר געארבעט ביי די מצות. ביז...ס'איז געקומען א גרויסער, וועלט בארימטער שווינדלער און גנב און ר'האט אוועקגעגנב'עט זיין ביסל אפגעשפארט געלט (ארום 100,000 דאללער.) פון גרויס עגמת נפש האט ער באקומען א הארץ קראנקהייט. און ער איז אריין און ארויס פון שפיטאל עטליכע מאל אין די לעצטע צייט. איך האב איהם נאך געזעהן אין ביהמ"ד בערך א וואך צוריק. עד כדי כך אז ער איז שוין געגאנגען מיט א שטעקן...! יהא זיכרו ברוך.

נ.ב.: איך וועלל פרובירן ארויפצולייגן א בילד פון דעם נפטר...!

ר׳ בערל, איז ער דער וואס האט געהאט די געשעפט אויף 13’טע עוו. “מיצי אורי״?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 9:59 pm#444384
שבת אחים: יא. דאס איז געווען שוין נאך פארלירן זיין אפגעשפארט געלט צו דעם (ליידער) חסיד'ישן גנב. פאר די מיצי אורי געשעפט האט ער געהאט א רעסטאוראנט אויף די 18'טע עוו. אויך. פאר א קורצע תקופה האט ער געהאט א פיצא געשעפט. וואס די שטאטישע העלטה דעפט. האט עטליכע מאל פארשפארט צוליעב נישט היגיענישע קאנדישאנס...!

ס'איז נאך דא א סאך פרטים וואס איך האב בכוונה נישט ארויסגעשריבן ...!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:38 pm#444389
Re: יהא זכרו ברוך
היינט איז נעבעך אוועק א יונגערמאן פון 37 יאר פון קאראנע, ר׳ ליפא פרידריך ע"ה פון וומסב"ג/מאנסי, ער האט נישט גיט געפילט, געטעסט פאזיטיוו, היינט צופרי אריין אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר און 2 שעה שפעטער נעבעך אוועק, א יונגערמאן אן קיין שום געזונטהייט קאמפליקאציעס ה"י
קיינער איז נישט אמיונט ל"ע

השם ירחם

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג מערץ 27, 2020 1:46 am#444408
היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז נעבעך אוועק א יונגערמאן פון 37 יאר פון קאראנע, ר׳ ליפא פרידריך ע"ה פון וומסב"ג/מאנסי, ער האט נישט גיט געפילט, געטעסט פאזיטיוו, היינט צופרי אריין אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר און 2 שעה שפעטער נעבעך אוועק, א יונגערמאן אן קיין שום געזונטהייט קאמפליקאציעס ה"י
קיינער איז נישט אמיונט ל"ע

השם ירחם

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קען מען דען וויסן צי ער האט געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס? ס׳איז זייער מעגליך אז ער האט געהאט א pre-existing condition און מ׳האט נישט געוואוסט דערפון.

און אוואדי איז אלעס מעגליך. אבער רוב געזונטע מענטשען אינטער זעכציג וואס זענען אנגעשטעקט געווארן דערמיט זענען עס דורך, רובא דרובא האבן מסתם ניטאמאל געוואוסט אז זיי האבן עס געהאט, נאר געפיהלט אביסלע פארקילט און אסאך מענטשען האבן ניטאמאל געהאט איינע פון די סימפטאמס און זיי זענען געוועהן asymptomatic.

ווען א וויירוס כאפט זיך אריין אין די גוף פרובירן זיי צו פארקנעכטיגן די צעלן זאלן ארבעטן לטובת די וויירוס- סאיז אבער פארהאנען געוויסע מדריגות- ביי רוב געזונטע מענטשען וואס האבן א שטארקע immune system לאזן זיי נישט צו אז די וויירוס זאל שבת מאכן פאר זיך און זיי ווארפן ארויס דעם וויירוס נאך פאר ער קען עפעס חרוב מאכן...
פרייטאג מערץ 27, 2020 8:54 am#444416
איז דאך נאך מער שרעקעדיג, א מענטש מיינט ער איז געזונט, אונטער 60 און ער דארף זיך נישט אזוי שטארק וואטשן, דערווייל איז ער ל"ע אין א סכנה, השם ירחם.
מאנטאג מערץ 30, 2020 11:02 pm#444712
הרה״ח הישיש ר׳ יחיאל לעבאוויטש- מאנסי- 79. מראשי קהילות וויזניץ.

פאטער פון הרבני הנגיד ר׳ בנציון לעבאוויטש- בארא פארק- קארדינעיטאר הצלה ב״פ

שווער פון הרה״ג ר׳ שמואל ניימאן אב״ד אבני החושן- ספרינג וואלי.

זיינע אנדערע קינדער

הרה״ח ר׳ אהרן- (הצלה) מאנסי
הרה״ח ר׳ יוסף אביגדור ז״ל (הצלה-אוועק אפאר יאהר צוריק פון א הארץ אטאקע)
הרה״ח ר׳ יצחק- ווימסב״ג
הרה״ח ר׳ חיים מאיר- מאנסי
הרה״ח ר׳ משה- מאנסי
הרה״ח ר׳ אנטשיל- מאנסי
און א איידעם
הנגיד ר׳ אברהם בנימין פייג-מאנסי

איין ברודער וואס לעבט נאך
הרבני הנגיד ר׳ משה אליעזר-מאנסי

ר׳ יחיאל שטאמט פון וויזניצער חסידים אינדערהיים. ער איז געוועהן א געטרייע סאלדאט פאר וויזניץ און פאר ר׳ מאטעלע זצ״ל זיין גאנץ לעבן.
ער איז געוועהן א שותף אין די וויזניצער ביה״ח אין מאנסי. ער האט געבויט גאנצע געגענטער אין מאנסי, אדר קאורט/ניסן קאורט וכו׳

יהי זכרו ברוך.
דינסטאג מערץ 31, 2020 2:42 am#444721
ר׳ יחיאל׳ס פאטער האט אינדערהיים געהאט א שווערע געריכט ווי מ׳האט באשולדיגט מיטן ערגסטען. פארן געריכט איז ער אריין צו זיין רבי׳ן דער אהבת ישראל און זיך אויסגערעדט זיינע צרות. האט אים דער סב״ק געזאגט “דער אייבישטער וועט העלפן אז איר וועט האבן א גוטער אדוואקאט” און למעשה האט די ריכטער זיך זייער אנגענומען פאר אים און ער איז גענצליך ריינגעוואשן געווארן.

נאכן געריכט איז ער אריין צום אהבת ישראל, ווי נאר ער איז אריינגעקומען האט אים דער רבי געפרעגט “נא, האט איר געהאט א גוטער אדוואקאט?”
דינסטאג מערץ 31, 2020 4:13 am#444722
ברוך דיין האמת, ווען איז יחיאל לעבאוויטש אוועק? האט עס מיט די קאראנע?
דינסטאג מערץ 31, 2020 4:47 am#444723
מאך זיכער האט געשריבן:ברוך דיין האמת, ווען איז יחיאל לעבאוויטש אוועק? האט עס מיט די קאראנע?

יא
בערך 10-10:30 pm
דינסטאג מערץ 31, 2020 8:43 am#444726
ר' מיכאל צבי פעטמאן, ע"ה. א יונגערמאן אונטער די פערציג. ר'איז געווען עטליכע טעג אויף א רעספירעיטאר. אוועק נעכטן (מאנטאג) נאכמיטאג. ר'האט געוואוינט אין לעיקוואוד.

די לוי' וועט זיין היינט אינדערפריה ארום 11:00 אזייגער פון ספינקא ביהמ"ד. 56'סטע גאס אין בארא פארק...!

ער איז געפארן אויף מיין באס אלס יונגל...! יהא זיכרו ברוך...!
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:32 pm#444989
אוי וויי טאטע אין הימל!!! נישט צום גלייבן...

הרה״ח ר׳ מאיר עקשטיין מחסידי מאנסי-וויזניץ/תוא״י

א דוגמא פון א ערליכער איד, א בעל חסד! געפענט דאס הארץ און זיין טיר פאר יעדער נצרך בסבר פנים יפות. געהאלפן יעדעם איינעם. אין זיין לעבן נישט גערעדט קיין לשה״ר, פאליטיק, נאר געזוכט צוטוהן אלץ גוטס.

א מוראדיגע מענטש געוועהן.

אסאך זיך אוועק געגעבן פאר די מוסדות תולדות אברהם יצחק

יהי זכרו ברוך
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:08 pm#445032
שוידערליך א יונגערמאנטשיק פון 33 יאהר אלט ר׳ אליעזר האלברעכט ז״ל מיט זיבן קינדערלעך!!!!

ק/פ
טרגדיה נוראה במונסי: האברך הצעיר ר' אליעזר הלברכט ז"ל, בן 33 מחסידי ויז'ניץ ממונסי, נפטר לאחר שנדבק בקורונה. הוא הותיר אחריו שבעה יתומים. אביו גר בקרית ויז'ניץ בבני ברק

אביו הרה"ח רבי יחזקאל הלברכט הגר בקרית ויז'ניץ בבני ברק ולאמו לבית משפחת שטנגר אחות של משב"ק הרבי מויז'ניץ הרב בן ציון שטנגר.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו בתו של הרה"ח רבי מרדכי יהודה אוברלנדר מחסידי ויז'ניץ והתגורר במונסי.

פטירתו בטרם עת ובדמי ימיו הכתה בהלם את חבריו ומכריו ממונסי. אחד מחבריו סיפר ל'בחדרי חרדים', כי הוא "היה אדם מיוחד מאוד אברך נמרץ, אי אפשר להבין את זה, אני לא מצליח לעכל את זה".

המנוח הותיר אחריו שבעה יתומים שנותרו ללא אבא, אחד מאחיו הוא משב"ק האדמו"ר מויז'ניץ בית שמש.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

m https://www.bhol.co.il/news/1091425 m
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:37 pm#445037
בד"ה: היינט איז געווען די לוי' פון א חשוב'ן איד. ר' ברוך יעקב בלאך ע"ה. ער איז אלט געווען 63 יאר. ער איז געווען א ספינקער חסיד. ער האט געדאוונט אין ספינקא ביהמ"ד אויף 56'טע סטריט.

ער איז געווען באקאנט ביים עולם אין וויליאמסבורג און בארא פארק. ער איז אריגינאל געקומען פון ארץ ישראל. ער איז געווען א לאנגיעריגער באס דרייווער. ר'האט געפיהרט די קנדער אין חדר. פון ספינקא ת"ת. ער האט אויך געהאט א באדי שאפ. און געהאנדלט מיט קארס. ער איז געווען א לב טוב. און געטון טובות פאר סיי וועם. אין ביהמ"ד איז ער נישט געזיצן אויבן אן. נאר אויף די אונטערשטע בענק. ר'האט יעדן באגריסט בסבר פנים יפות. מיט א שמייכל. ולא מחזיק טיבותא לנפשי'. ער האט געהאט עקאנאמישע עליות וירידות. ר'איז איין תקופה געווען אן עושר. לעצטנס האט ער זיך געמוטשעט מיט פרנסה. ער האט אויפגעהערט צו דרייוון דעם באס צוליעב געזונטהייט. אויך איז ער געווען א משגיח אין די קאך פון ספינקא ישיבה...יהא זיכרו ברוך...!
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:03 pm#445048
berlbalaguleh האט געשריבן:בד"ה: היינט איז געווען די לוי' פון א חשוב'ן איד. ר' ברוך יעקב בלאך ע"ה. ער איז אלט געווען 63 יאר. ער איז געווען א ספינקער חסיד. ער האט געדאוונט אין ספינקא ביהמ"ד אויף 56'טע סטריט.

ער איז געווען באקאנט ביים עולם אין וויליאמסבורג און בארא פארק. ער איז אריגינאל געקומען פון ארץ ישראל. ער איז געווען א לאנגיעריגער באס דרייווער. ר'האט געפיהרט די קנדער אין חדר. פון ספינקא ת"ת. ער האט אויך געהאט א באדי שאפ. און געהאנדלט מיט קארס. ער איז געווען לב טוב. און געטון טובות פאר סיי וועם. אין ביהמ"ד איז ער נישט געזיצן אויבן אן. נאר אויף די אונטערשטע בענק. ר'האט יעדן באגריסט בסבר פנים יפות. מיט א שמייכל. ולא מחזיק טיבותא לנפשי'. ער האט געהאט עקאנאמישע עליות וירידות. ר'איז איין תקופה געווען אן עושר. לעצטנס האט ער זיך געמוטשעט מיט פרנסה. ער האט אויפגעהערט צו דרייוון דעם באס צוליעב געזונטהייט. אויך איז ער געווען א משגיח אין די קאך פון ספינקא ישיבה...יהא זיכרו ברוך...!

גאר א פיינע מענטש געוועהן, גוט געקענט. גאלדענע מידות.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:05 pm#445049
הר״ר אברהם אהרן רובאשקין ז״ל מחסידי חב״ד. פון די פלייש געשעפט אין ב״פ אויף פערצענטע עוו. פאטער פון ר׳ שלום מרדכי רובאשקין.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:54 pm#445052
רב וועסטהיים פון מאנטשעסטער א לאנגיעריגע מורה הוראה און געווען באקאנט אלס מומחה און מציאות און בעיקר און אין תחום הכשרות.
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:02 am#445053
שבת אחים האט געשריבן:הר״ר אברהם אהרן רובאשקין ז״ל מחסידי חב״ד. פון די פלייש געשעפט אין ב״פ אויף פערצענטע עוו. פאטער פון ר׳ שלום מרדכי רובאשקין.

כ'האב ערגעץ געליינט אז ר' אברהם אהרן ע"ה אלס יונגערמאן האט ער געוואוינט אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע הערשאפט. און ווען די רוסן האבן געוואלט פארמאכן זיין שול איז ער געגאנגען שתדל'ן צו דעם פיהרער טראצקי אליין. איינשטעלנדיג זיין לעבן. למעשה האט ער געפוילט. נאר שפעטער ווען ער האט געהאט א געלעגנהייט איז ער אנטלאפן פון רוסלאנד...!
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:17 am#445060
ר׳ אברהם אהרן ז״ל איז געוועהן א אמתע דוגמא פון א פארצייטישע רוסישע- חבדסקר איד.
זונטאג אפריל 05, 2020 10:54 pm#445416
יהא זכרו ברוך
קען איינער דא צוזאם שטעלן א ליסטע פון אלע חרדישע נפטרים ביז איצטעט וואס זענען געפאלן פון קאראנע רח״ל
מאנטאג אפריל 06, 2020 8:17 am#445455
שבת אחים האט געשריבן:הר״ר אברהם אהרן רובאשקין ז״ל מחסידי חב״ד. פון די פלייש געשעפט אין ב״פ אויף פערצענטע עוו. פאטער פון ר׳ שלום מרדכי רובאשקין.

ב"ה אז ער האט זוכה געווען בחייו צו זעהן זיין זון ארויסגיין מאפילה לאורה.
מאנטאג אפריל 06, 2020 11:40 pm#445517
הרה״ח ר׳ לוי איליאוויטש ז״ל- וויליאמסבורג. 73, מחסידי וויזניץ.

נישט צום גלייבן! איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט אים פאר אפאר טאג צוריק. ער האט אויסגעקוקט פריש און געזונט.

ער איז געוועהן גאר א געשמאקער און פרייליך אידל אפילו ער האט אסאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן. ער האט פארלוירן זיין ווייב מיט יאהרן צוריק.

נעכטן נאכט האט מען אים אריינגעפירט אין שפיטאל. היינט ניין אזייגער ביינאכט האט ער נאך גערעדט צו איינעם געהעריג אויפן טעלעפאן.

ר׳ לוי האט ליידער נישט זוכה געוועהן איבערצולאזן קיין זש״ק.

ר׳ לוי האט געשטאמט פון סיגעטער חסידים אינדערהיים און ער פלעגט גיין אנגעטוהן מיט סיגוטע/סאטמארער לבוש אפילו ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד.

ער פלעגט אלץ זאגן מיט א שמייכל: “איך האב מיך גע׳שמט...”.

און די מעשה גייט אזוי:
איינמאל אלץ בחור בין איך איינגעשטאנען ראש השנה אין בני ברק לעבן וויזניץ. און איך בין דארט אריין דאווענען און גלייך שטארק נתפעל געווארן פון די אמרי חיים, די ווארימע דאווענען, די הייליגע צורה און זינט דאן בין איך געבליבן אין וויזניץ.
ער האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון ר׳ מוישעלע זצ״ל אבער זיך אויך אסאך געדרייט אין מאנסי
לעצטער ראש השנה האט געדאווענט ביי הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן מ׳וויזניץ-וויליאמסבורג שליט״א.

יהי זכרו ברוך
דינסטאג אפריל 07, 2020 12:01 am#445521
ישר כח.
מיטוואך אפריל 08, 2020 1:01 am#445604
ך.jpg
לייבל מיט'ן רבי'ן כ"ז אדר תשנב - דער טאג וואס דער רבי האט געכאפט דעם סטראוק.

שוין, לייבל גראנער איז שוין אויך ניט דא. ואני אנה אני בא?

ווען די רעבעצין איז אריין אין שפיטאל אין תשמ"ח, האט דער רבי מיטגעשיקט איינער פון די משמשים, זאגענדיג: "זיי וועלן דיר צוריקשיקען, זיי וועלן דיר זאגן אז דו האסט מיך געלאזט אליין, זאלסטו זיי ענטפערן אז איך בין [שוין] נאך בר מצוה."

האפענטליך וועט ער גוט קעירנעמען פונעם רבי'ן דארט. מארגן קומט ער אריין מיט'ן רבי'ן צו מנחה, דריי אזייגער שארף.

אט איז א וידיאו ווי דער רבי איז מסדר קידושין אין תשי"א. מיר דאכט זיך אז ביי 2:01 זעט מען לייבל (מיט'ן גרויען הוט.)

מיטוואך אפריל 08, 2020 10:34 am#445622
ווייניג אידן נעמען מיט אין קבר אזעלכע ברייטפארצווייגטע סודות ווי ר לייבל זכרונו לברכה.
אין סאטמאר האט די גבאי אויך מיטגענומען סודות, אבער די מערסט ארויס פין די באקס אינפארמאציע איז געווען נטרונא קעגן די ציונים. דאקעגן אין ליובאוויטש איז די רבי געווען אינוואלווד אין אקטיוויטעטן בארבע כנפות הארץ, ולפני מלכים ושרים יתייצב, און פאר פערציג יאר איז ר לייבל געשטאנען ווי א לייב.
א מוסטער פין געטריישאפט און כמים פנים אל פנים כן לב האדם.
ר לייבל! ברענג אראפ דעם רבי'ן!
דאנערשטאג אפריל 16, 2020 9:58 pm#445954
הרה״ח ר׳ הערשל וויינער ז״ל- שיכון וויזניץ ב״ב
גאר א באוואוסטער איד געוועהן. נאך געוועהן פורים-רב ביים אמרי חיים זצ״ל. איבערגעלאזט אסאך קינדער און אייניקלעך.
ק/פ
ברוך דיין האמת: בקרית ויז'ניץ נפטר הלילה מוצאי אסרו חג של פסח הרה"ח רבי צבי הרשל ויינר ז"ל מהדמויות המוכרות ביותר בחצר החסידות בבני ברק והוא בן 86 בפטירתו.

הערב (חמישי) התמוטט בביתו בבני ברק. כוחות הצלה שהוזעקו למקום ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות, אך למגינת לב הוא נפטר לבית עולמו.

הרה"ח רבי הרשל ויינר ז"ל יליד עיירת ויז'ניץ ברומניה ומהשרידים האחרונים בקריה בבני ברק שנשאר מהעיירה הרומנית.

ר' הרשל שהיה חסיד ויז'ניץ בכל נימי נפשו עלה לארץ ולמד במוסדות החסידות ואת מקום מגוריו קבע בעיר בני ברק, שם היה מראשוני המתיישבים בקריה, המנוח היה חתן אצל הרה"ח רבי מנדל בריכטה ז"ל שהשאיר אלפי צאצאים.

ר' הרשל היה דמות הכי מוכרת בחצר חסידות ויז'ניץ בהותירו אחריו שבט מבורך של אחד עשר בנים ובנות ומאות צאצאים.

בויז'ניץ הוא שימש 'פורים רב' המיתולוגי עוד אצל הרבי ה'אמרי חיים' זצ"ל, שר' הרשל היה מתלמידיו החשובים. בכל שבת זכור היה מכריז את חלוקת התפקידים של כל המציגים בפורים ואף שנה אחת שימח אצל הרבי מויז'ניץ בעל ה'תורת מרדכי' מויז'ניץ ממונסי זצ"ל.

כמו כן היה ר' הרשל אחראי על המקווה בחצר החסידות ועל הגעלת כלים בקריה.

חסידי ויז'ניץ נזכרים בערגה ומספרים ל'בחדרי חרדים' על ההיסטוריה של ר' הרשל. משמשו של ה'אמרי חיים' ר' דוד פישבך, נפל למשכב וה'אמרי חיים' בא לבקרו. בעת הביקור אמר הרבי למשמשו: "מחר במקווה אטבול גם בשבילך". למחרת התקשר ר' הרשל ויינר ז"ל אל ה'אמרי חיים' זצ"ל, וסיפר שגם הוא שוכב בבית מחולי, ושהרבי יגיע לבקרו בביתו, הרבי אכן הגיע אל ביתו של ר' הרשל, על המקום ביקש ר' הרשל מהרבי שיטבול בשבילו מחר במקווה. ענה ה'אמרי חיים' לר' הרשל: "הגבאי שלי יטבול בשבילך במקווה".

סיפורים רבים מתגלגלים על תמימותו של החסיד הוותיק שהיה כולו 'ויז'ניץ' בכל רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו. הערב נעקרה מקרית ויז'ניץ אחת מדמויות ההוד שהילכו בקריה במשך עשרות שנים והיוותה דוגמה ליחס שבין חסיד לרבו.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
מאנטאג אפריל 20, 2020 12:28 am#446168
ר' נח דיער. היינט געווען די לוי'. נפטר געווארן פון קאראנא וויירוס מחלה. ער איז געווען א לאקאלער עסקן אין בארא פארק. נאכדעים געווארן א סיטי קאונסיל מעמבער. ער האט אייביג געטון א סאך טובות פאר אידן. סיי פאר יחידים. און סיי פאר קהילות און מוסדות. ר'איז געווען א היימישער (ליטווישער) איד. א תלמיד חכם.

אין איינס פון די ישיבות וואו איך האב געארבעט, האטציך געמאכט א פראבלעים מיט די סיטי. איינער האט שלא ברשות גענוצט א לייסנס פלעיט פון איינעם פון די באסעס. און ר'האט געמאכט (במזיד) א סאך טיקעטס $6,000. און די סיטי האט געסטראשעט אז זיי גייען טאוען אלע באסעס פון די ת"ת. ביניך געווען דער שליח צו גיין צו ר' נח דיער, ע"ה אז ער זאלל אינטערווענירן ביי די סיטי. ער האט ערלעדיגט א ..."סטעי" פאר 2 וואכן. ביזדערווייל האט מען אנגעהויבן חוקר ודורש צו זיין דעם מצב.און מ'האט ב"ה געסעטלט די קעיס פאר $2,000.

ומעשה שהיה כך היה (נאר ווער ס'איז אינטרעסירט. ווער נישט קען גיין שלאפן. אדער אוועקמישן דעם קאמפיוטער צו עפעס מער אינטרעסאנט).

אונזער ת"ת האט געקויפט/באקומען 3 נייע באסעס. האט מען איינס פון די אלטע באסעס ..."פארקויפט"...פאר איינעם א טייערן איד. בגן עדן תהא מנוחתו. (ניין. ער איז נישט געשטארבן פון קאראנא. נאר א סאך פריער.). נאר דער שליח/מענטש, האט ..."פארגעסן"...אראפצונעמען די פלעיטס פונ'ם אלטן באס. און דער ..."קונה"...האטציך באנוצט מיט די פלעיטס פאר א סאך באסעס וואס זענען געווען געפארקט אומלעגאל אין זיין שטח. איך האב א סאך געשוויצט ביז איך בין דערגאנגען וואס דער מצב איז. ווייל די דאזיגע פלעיטס זענען שוין נישט געווארן רעגיסטרירט אדער באנוצט פאר לכה"פ אכט יאר. און די רעקארדס זענען שוין נישט געווען ביי די לאקאלע די.עם.ווי. אפיס. איך האב געדארפט חקרנ'ען אין אלבאני. ביז מ'האט ארויסגעקראצט די אלטע רעדזשיסטרעישאנ'ס פון די פלעיטס...!

יהא זיכרו ברוך...נישט פון דעם גנב. או.קעי. ער אויך. ער איז שוין אפגעקומען. יעצט זיצט ער אין גן עדן און שפיעלט בעסקעטבאלל אדער טשעסס. ווייל ער איז געווען א רוסישער איד.
מאנטאג אפריל 20, 2020 12:45 am#446170
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הר״ר אברהם אהרן רובאשקין ז״ל מחסידי חב״ד. פון די פלייש געשעפט אין ב״פ אויף פערצענטע עוו. פאטער פון ר׳ שלום מרדכי רובאשקין.

כ'האב ערגעץ געליינט אז ר' אברהם אהרן ע"ה אלס יונגערמאן האט ער געוואוינט אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע הערשאפט. און ווען די רוסן האבן געוואלט פארמאכן זיין שול איז ער געגאנגען שתדל'ן צו דעם פיהרער טראצקי אליין. איינשטעלנדיג זיין לעבן. למעשה האט ער געפוילט. נאר שפעטער ווען ער האט געהאט א געלעגנהייט איז ער אנטלאפן פון רוסלאנד...!

א בראווער איין יעריג קינד...

אברהם אהרן איז געווען איין צו מערסטנס צוויי יאר אלט ווען טראצקי איז אנטלאפן פון רוסלאנד קיין מעקסיקא אין 1929
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:22 am#446175
דער געוואגטער יונגל: או.קעי. האביך געמאכט א טעות. דאמאלס גייט דאס גאנצע פשט'ל ארויף אויף הרב יעקב לאנדא זצ"ל פון בני ברק. איך בין נישט געווען זיכער. (נו, דאמאלס פארוואס שרייבסטו, אין די וועלט אריין...לאל). אבער עפעס מסירות נפש פאר אידישקייט איז ער אויך אדורך. אזוי ליגט מיר אין קאפ. ווען נישט איז עס סתם א שיינע מעשה וואס מ'קען דערציילן פאר קינדער אין חדר...!
מאנטאג אפריל 20, 2020 2:55 am#446185
Re: יהא זכרו ברוך
berlbalaguleh האט געשריבן:דער געוואגטער יונגל: או.קעי. האביך געמאכט א טעות. דאמאלס גייט דאס גאנצע פשט'ל ארויף אויף הרב יעקב לאנדא זצ"ל פון בני ברק. איך בין נישט געווען זיכער. (נו, דאמאלס פארוואס שרייבסטו, אין די וועלט אריין...לאל). אבער עפעס מסירות נפש פאר אידישקייט איז ער אויך אדורך. אזוי ליגט מיר אין קאפ. ווען נישט איז עס סתם א שיינע מעשה וואס מ'קען דערציילן פאר קינדער אין חדר...!

ר׳ בערל פארוואס גיבסטו אזוי גיך אויף ? איז עס דען נישט א גדלות פון הרב רובשקין אז ביי די צוויי יאר האט ער שוין גענומען די קוראזש עוסק צו זיין אין שתדלנות, היינטיגע דורות וואס פארשטייען מיר
מאנטאג אפריל 20, 2020 2:59 am#446186
יהא זכרו ברוך
זעקעל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער געוואגטער יונגל: או.קעי. האביך געמאכט א טעות. דאמאלס גייט דאס גאנצע פשט'ל ארויף אויף הרב יעקב לאנדא זצ"ל פון בני ברק. איך בין נישט געווען זיכער. (נו, דאמאלס פארוואס שרייבסטו, אין די וועלט אריין...לאל). אבער עפעס מסירות נפש פאר אידישקייט איז ער אויך אדורך. אזוי ליגט מיר אין קאפ. ווען נישט איז עס סתם א שיינע מעשה וואס מ'קען דערציילן פאר קינדער אין חדר...!

ר׳ בערל פארוואס גיבסטו אזוי גיך אויף ? איז עס דען נישט א גדלות פון הרב רובשקין אז ביי אלט זייענדיג קוים צוויי יאר האט ער שוין גענומען די קוראזש עוסק צו זיין אין שתדלנות, היינטיגע דורות וואס פארשטייען מיר
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:03 am#446188

זעקל: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז איך בין (שיעור) אראפגעפאללן פון בענקל. און מיין שכן וואס וואוינט אונטער מיר איז (שיעור) געקומען צו לויפן אום 4:00 אזייגער פארטאגס צו זעהן אויב איך בין או.קעי. ער האט געמיינט אז איך בין ארויסגעפאללן פון בעט. ר'האט נישט געוואוסט אז איך זיץ נאך אויף קאווע שטיבל אין אט די שפעטע (אדער פריע) שעה...!
דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:50 pm#446592
הרה״ח ר׳ אלי׳ מאיר באלאבאן ז״ל-בארא פארק. מחסידי וויזניץ מאנסי/קאסוב.

ער איז געווהן א וויואלע איידעלע איד. געארבעט אין גאלדבערג׳ס גראסערי אויף אכצענטער עוו.

ער האט ליידער פארלוירן א זוהן נישט לאנג צוריק.

יהא זיכרו ברוך.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:25 pm#447284
יהא זכרו ברוך
נאך א דיימאנט איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז הרב הידען וחוקר ואיש האשכולות ר׳ בערל (דוב בער) שווארץ, 77 יאר אלט, בעמח״ס הנפלא משיב דברים און נאך ספרים. עס איז געווען א כבוד פאר וויליאמסבורג און פאר סאטמאר צו האבן אזא איד בתוכם, חבל על דאבדין.

Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:54 pm#447313
ער איז געווען פון די ערשטע סאטמארע תלמידים אין דעם רבין'ס ישיבה נאכען קריג. און יא, ער איז נישט געווען די אלגעמיינע סאטמערע חסיד וואס די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום רבינו הק' , יעדער נייע ספר די ערשטע זאך קוקט מען אין די מפתחות זען צו די רבי ווערט געברענגט אין די ספר,
ער איז געווען אין סאטמאר נאך פאר סאטמאר איז געווארן א פארטיי, אין אזוי איז ער געבליבען,
ער איז געווען א געוואלדיגע ידען אין געהאט א טיפע געפיל צו היסטאריע בעיקר צו רבנים למיניהם , אנדערש ווי די טיפיקעל סאטמארע יוד וואס אינטערסירט גארנישט אויסער די רבין אין די פאר רבנים וואס האבן זיך געדרייט ביים רבין, האט ער געשריבען א גאנצע ספר איבער די רבנים אין אמעריקא פארן קריג ,
ביי איהם איז נישט געווען די סעלעקציע אז דער וואס האט נישט אריין געלייגט די שלש שבועות אין די עשרת הדברות , פארשיקט מען צו לינק''ס.
יא! ער איז געווען א ריינע סאטמארע חסיד אן די אלע הוספות שונות ואמונת טפילות.
מיטוואך מאי 06, 2020 10:24 am#447866
ר ' ,יצחק רובין (לייבלס ברידער) ע"ה
דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:18 am#447982
ברוך שאמר האט געשריבן:ר ' ,יצחק רובין (לייבלס ברידער) ע"ה

ער האט געהאט די זילבער סטאר? א וויזניצער געוואוינט אויף 54 סטריט
דאנערשטאג מאי 07, 2020 4:21 am#447983
איך האב דאס געזעהן היינט אויף אייוועלט. איך בין אינטרעסירט צוהערן מעהר פרטים וועגן דעם נפטר און זיין פאמילע.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם איד און איך ווייס גארנישט וועגן אים אויסער אז זיין פאטער פלעגט וואוינען אין ב״פ און געדאווענט אין די בייטשער שול. און אז דער נפטר מיט זיינע קינדער האבן זיך געצויגן צו די די פייוו-טאונס. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים ביטע זיך פארבינדען אין אישי.
א דאנק.

נפטר הרבני הנגיד מו"ה משה צבי לייפער [לויפער] 87 שנה נולד שבעה עשר בתמוז תרצ"ג בן הרב ברוך יוסף

[ ואמר שבחן א"ע ששה עשר פעמים אצל הרה"ק בעל עטרת ישועה זי"ע - והלך ליקח היתר הוראה אצל הגאון מהרש"ם מברעזשאן - הסתופף הרבה בצל בעל אהבת ישראל שקירבו מאד ונתן לו מטה לישן בבית חדר הספרים שלו - ואמר שלא היה יכול לישון שהרבי למד שם כל הלילה ואח"ז אמר להרבי שאינו יכול לישון אז נתן המטה בחדר אחר ]

בן הגה"צ משה צבי אחיו של הגה"צ רבי בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב -- רבי משה צבי היה כותב התורות של בעל אמרי נועם מדזיקוב זי"ע והיה מלמד הפרטי של בני הרה"ק בעל אמרי נועם זצ"ל ולמד בחברותא עם בעל אהבת ישראל מוויזשניץ זצ"ל אחר נישואיו בדזיקוב ]

רבי ברוך יוסף נפטר ה אייר תשל"ד והובא למנוחות
בבית דוד חברת שארית ישראל בעלמאנט לאנג איילענד - מו"ה משה צבי הובא למנוחות בהר הזיתים
אגב הרב ברוך יוסף היה חתנו של הרב לוי יצחק פרענקל מדינוב נכד הבני יששכר זי"ע
פרייטאג מאי 08, 2020 5:08 pm#448164
Re: יהא זכרו ברוך
שבת אחים האט געשריבן:איך האב דאס געזעהן היינט אויף אייוועלט. איך בין אינטרעסירט צוהערן מעהר פרטים וועגן דעם נפטר און זיין פאמילע.

שטימט עפעס נישט אזוי גוט די מעשה, זיי שרייבן אז ער איז געבוירן אין יאר תרצ"ג, און ער האט זיך מסתופף געוועהן בצילו פונעם אהבת ישראל, וועלכע איז אוועק תרצ"ו, ווען דער נפטר איז נאכנישט אלט געוועהן קיין 3 יאר...
מוצ"ש מאי 09, 2020 8:45 pm#448184
הרה''ח ר' יענקל עסטרייכער ז''ל.
מיטגענומען מיט זיך א שטיק היסטאריע.
איינער ווייסט מער איבער איהם?
מוצ"ש מאי 09, 2020 10:16 pm#448185
זעקעל האט געשריבן:קען איינער דא צוזאם שטעלן א ליסטע פון אלע חרדישע נפטרים ביז איצטעט וואס זענען געפאלן פון קאראנע רח״ל
דינסטאג מאי 12, 2020 11:05 am#448450
יהודי פשוט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב דאס געזעהן היינט אויף אייוועלט. איך בין אינטרעסירט צוהערן מעהר פרטים וועגן דעם נפטר און זיין פאמילע.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם איד און איך ווייס גארנישט וועגן אים אויסער אז זיין פאטער פלעגט וואוינען אין ב״פ און געדאווענט אין די בייטשער שול. און אז דער נפטר מיט זיינע קינדער האבן זיך געצויגן צו די די פייוו-טאונס. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים ביטע זיך פארבינדען אין אישי.
א דאנק.

נפטר הרבני הנגיד מו"ה משה צבי לייפער [לויפער] 87 שנה נולד שבעה עשר בתמוז תרצ"ג בן הרב ברוך יוסף

[ ואמר שבחן א"ע ששה עשר פעמים אצל הרה"ק בעל עטרת ישועה זי"ע - והלך ליקח היתר הוראה אצל הגאון מהרש"ם מברעזשאן - הסתופף הרבה בצל בעל אהבת ישראל שקירבו מאד ונתן לו מטה לישן בבית חדר הספרים שלו - ואמר שלא היה יכול לישון שהרבי למד שם כל הלילה ואח"ז אמר להרבי שאינו יכול לישון אז נתן המטה בחדר אחר ]

בן הגה"צ משה צבי אחיו של הגה"צ רבי בעריש לויפער זצ"ל דומ"ץ דזיקוב -- רבי משה צבי היה כותב התורות של בעל אמרי נועם מדזיקוב זי"ע והיה מלמד הפרטי של בני הרה"ק בעל אמרי נועם זצ"ל ולמד בחברותא עם בעל אהבת ישראל מוויזשניץ זצ"ל אחר נישואיו בדזיקוב ]

רבי ברוך יוסף נפטר ה אייר תשל"ד והובא למנוחות
בבית דוד חברת שארית ישראל בעלמאנט לאנג איילענד - מו"ה משה צבי הובא למנוחות בהר הזיתים
אגב הרב ברוך יוסף היה חתנו של הרב לוי יצחק פרענקל מדינוב נכד הבני יששכר זי"ע

שטימט עפעס נישט אזוי גוט די מעשה, זיי שרייבן אז ער איז געבוירן אין יאר תרצ"ג, און ער האט זיך מסתופף געוועהן בצילו פונעם אהבת ישראל, וועלכע איז אוועק תרצ"ו, ווען דער נפטר איז נאכנישט אלט געוועהן קיין 3 יאר...

זיין טאטע האט זיך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיין זיידע איז געוועהן די אהבת ישראל׳ס חברותא אלץ יונגערמאן ווען די אהבת ישראל האט נאך געוואוינט ביי זיין שווער אין דזיקוב.