קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
דינסטאג יוני 19, 2018 2:09 am#406450
mevakesh האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איז ר' משה בער נאך ביי זוך - וויל כ'האב פארשטאנען אז ער איז שוין גאר שוואך
לעצטע וואך איז ער נאך געווען ביי זיך (פוירסט הענד).
ער גייט שוין נישט ארויס פון דער היים? נאך געלט וכדו'?
ער גייט יא.
דינסטאג יוני 19, 2018 3:02 am#406451
איך וויל וויסן צי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק זצ״ל איז איינע פון די בוקובינער פויערן? ענק שרייען דאך אייביג אז ווינזיצער זענען מארמארישע/בוקובינה פויערן, עמעראצים. ווען ער וואלט געוועהן א בעלזער צי א סאטמארער וואלט זיי פון אים געמאכט א גאנצע רשכבה״ג און א גאב״ד. דערווייל איז ער געוועהן א הייסע וויזניצער וואס האט זיך געקאכט אין די אמרי חיים און אין דעם אהבת ישראל... און אין אפילו אין ר׳ מאטעלע (געוועהן א הייסע חסיד פון אים, און זיינע קינדער זענען אלע מאנסיער חסידים) איך גיי ענק בל״נ ווייזן צוביסלעך וויפל חשובע אידן גרויסע רבנים, תלמידי חכמים, פוסקים, דיינים, חשובע אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ. וואס פויערן?
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...
דינסטאג יוני 19, 2018 4:16 am#406454
שבת אחים האט געשריבן:איך וויל וויסן צי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק זצ״ל איז איינע פון די בוקובינער פויערן? ענק שרייען דאך אייביג אז ווינזיצער זענען מארמארישע/בוקובינה פויערן, עמעראצים. ווען ער וואלט געוועהן א בעלזער צי א סאטמארער וואלט זיי פון אים געמאכט א גאנצע רשכבה״ג און א גאב״ד. דערווייל איז ער געוועהן א הייסע וויזניצער וואס האט זיך געקאכט אין די אמרי חיים און אין דעם אהבת ישראל... און אין אפילו אין ר׳ מאטעלע (געוועהן א הייסע חסיד פון אים, און זיינע קינדער זענען אלע מאנסיער חסידים) איך גיי ענק בל״נ ווייזן צוביסלעך וויפל חשובע אידן גרויסע רבנים, תלמידי חכמים, פוסקים, דיינים, חשובע אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ. וואס פויערן?
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...
אדרבה עפן א שיינע אשכול דערוועגן.
אגב וואלט איך געראטן זאלסט עפענען א אשכול פון דיינע אינטערשרייבן.
דינסטאג יוני 19, 2018 5:01 pm#406592
שבת אחים האט געשריבן:איך וויל וויסן צי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק זצ״ל איז איינע פון די בוקובינער פויערן? ענק שרייען דאך אייביג אז ווינזיצער זענען מארמארישע/בוקובינה פויערן, עמעראצים. ווען ער וואלט געוועהן א בעלזער צי א סאטמארער וואלט זיי פון אים געמאכט א גאנצע רשכבה״ג און א גאב״ד. דערווייל איז ער געוועהן א הייסע וויזניצער וואס האט זיך געקאכט אין די אמרי חיים און אין דעם אהבת ישראל... און אין אפילו אין ר׳ מאטעלע (געוועהן א הייסע חסיד פון אים, און זיינע קינדער זענען אלע מאנסיער חסידים) איך גיי ענק בל״נ ווייזן צוביסלעך וויפל חשובע אידן גרויסע רבנים, תלמידי חכמים, פוסקים, דיינים, חשובע אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ. וואס פויערן?
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...
גראדע איז ער נישט קיין מארמארישער און קיין בוקאווינער !
די סיבה וויאזוי ער איז נתקרב געווארן קיין וויזניץ איז ווי נאכן מלחמה איז ער אהינגעקומען קיין איטאליע - און געלערנט בישיבת מאור הגולה פאר די פליטי מלחמה - איז געווען א יוד ר' יצחק דוד רעזמאוויטש וואס ער האט איהם געשלעפט צום אמרי חיים צוזאמען מיט זיין ברודער ר' משה בער - ווי אויך דער באקאנטער צדיק נשגב ר' דוד לעיב שווארץ זצ"ל איז אויך געווען פון יענע קבוצה אין איטאליע
ואכמ"ל
דינסטאג יוני 19, 2018 5:03 pm#406594
קרא האט געשריבן:וער נעמט איבער אין אוסטראליע
געהערט פון א אייניקל דעם שבת, אז עס איז נישטא קיין פלאן פון זוכען א ממלא מקום אויף דערווייל
ווי עס קוקט אויס וועט די קהילה אין מעלבורן ווערן צושפלטערט צווישען די קהילות - עס וועט זיין אזוי ווי מאנסי וכדומה
דינסטאג יוני 19, 2018 11:24 pm#406646
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך וויל וויסן צי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק זצ״ל איז איינע פון די בוקובינער פויערן? ענק שרייען דאך אייביג אז ווינזיצער זענען מארמארישע/בוקובינה פויערן, עמעראצים. ווען ער וואלט געוועהן א בעלזער צי א סאטמארער וואלט זיי פון אים געמאכט א גאנצע רשכבה״ג און א גאב״ד. דערווייל איז ער געוועהן א הייסע וויזניצער וואס האט זיך געקאכט אין די אמרי חיים און אין דעם אהבת ישראל... און אין אפילו אין ר׳ מאטעלע (געוועהן א הייסע חסיד פון אים, און זיינע קינדער זענען אלע מאנסיער חסידים) איך גיי ענק בל״נ ווייזן צוביסלעך וויפל חשובע אידן גרויסע רבנים, תלמידי חכמים, פוסקים, דיינים, חשובע אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ. וואס פויערן?
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...
גראדע איז ער נישט קיין מארמארישער און קיין בוקאווינער !
די סיבה וויאזוי ער איז נתקרב געווארן קיין וויזניץ איז ווי נאכן מלחמה איז ער אהינגעקומען קיין איטאליע - און געלערנט בישיבת מאור הגולה פאר די פליטי מלחמה - איז געווען א יוד ר' יצחק דוד רעזמאוויטש וואס ער האט איהם געשלעפט צום אמרי חיים צוזאמען מיט זיין ברודער ר' משה בער - ווי אויך דער באקאנטער צדיק נשגב ר' דוד לעיב שווארץ זצ"ל איז אויך געווען פון יענע קבוצה אין איטאליע
ואכמ"ל
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז געקומען פון בוקבינה. אדער פון וויזניץ אינדערהיים. איך ווייס דערפון, ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל שרייבט דעס אין זיין ספר ימים מקדם. דאכצעך די צוויי דאוודאוויטש ברודער פון בני ברק זענען אויך פון יענע קבוצה.
1)איך האב געזאגט אז ענק שרייען אייביג אויף וויזניץ פויערן. אפילו אויף די היינטיגע וויזניצער חסידים. האב איך געפרעגט צי ער איז אויך פון די פויערן?
2) ווען ער וואלט באלאנגט צו בעלזא אדער סאטמאר וואלטן זיי געמאכט פון אים א ״ברענד נעים״ און א גאב״ד/ראב״ד.
3)איך קען דיר געבן א גאנצע ליסטע פון חשובע אידן וואס זענען געוועהן גרויסע רבנים וואס זענען יא געקומען פון בוקובינה, און זיי שטאמען יא פון וויזניץ אינדערהיים. איך וועל איין טאג אפשר עפענען א אשכול וועגן דעם.
מיטוואך יוני 20, 2018 8:51 pm#406792
ברוך דיין האמת.
היינט איז נפטר געווארן ר' ראובן חיים ב"ר דוד ביללער ע"ה (42) די לאנגיעריגע ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא - געציילטע טעג פאר ער האט געדארפט עפענען די קעמפ, נאכן זיין פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט.
יהא זכרו ברוך.

דאנערשטאג יוני 21, 2018 3:35 pm#406871
בן ישי האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
היינט איז נפטר געווארן ר' ראובן חיים ב"ר דוד ביללער ע"ה (42) די לאנגיעריגע ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא - געציילטע טעג פאר ער האט געדארפט עפענען די קעמפ, נאכן זיין פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט.
יהא זכרו ברוך.
די לוי' פארנט פון סלונים'ער ביהמ"ד אין בארא פארק
דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:45 pm#406897
בו ישי: ייש"כ. נאר איין קליינע הגה"ה. דער נאמען פון די פראקציע פון דעם חסידות הייסט סלאנים. מיט אן אל"ף. להוציא, פון די אנדערע פראקציע וועלכע שרייבן זיך מיט א ווא"ו. סלונים. זיי זענען אויף אן אנדערע אדרעסס...!
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות...!
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות...!
מיטוואך יוני 27, 2018 12:40 pm#407351
הרה"ח ר' משה אלי' בלוי ע''ה, געוועזענע בעל הבית פון אייכלער'ס ספרים אין בארא פארק
מיטוואך יוני 27, 2018 1:56 pm#407364
Re: יהא זכרו ברוך
בעל אכסניה פין אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.
Sent from my LGLS991 using Tapatalk

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
מיטוואך יולי 11, 2018 6:41 pm#408528
ר' משה זושא ברוין זצ"ל
נפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין

מיטוואך יולי 11, 2018 6:42 pm#408529
ר' משה זושא ברוין זצ"ל
ווי אויך אויב האט איימיצער א בילד וואלט געווען כדאי למען ידעו דור אחרון
מיטוואך יולי 11, 2018 11:55 pm#408555
דאכצעכמער האט געשריבן:נפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין
ר' יואל פון מאנסי (דער וואס זיין קינד איז געווארן אראפגעקלאפט) איז זיין זון?
מיטוואך יולי 18, 2018 3:40 pm#409203
און די טעג פון אבילת אויף בית המקדש איז די מנהג צו זאגען הספד אויף נעדרים, און מאנסי איז נעבאך פארלוירען געגאנגען עטליכע אינגע מענטשען
א' הרב פאל א קינד פון הגאון רבי אליעזר דוד זצ"ל און א אינגערמאן הרב מרדכי ראזען ע"ה מיר דארפען תשובה טוען רבותי אינגע מענטשען נעבאך בלא עת, ווערן נעדר החי יתן אל לבו
א' הרב פאל א קינד פון הגאון רבי אליעזר דוד זצ"ל און א אינגערמאן הרב מרדכי ראזען ע"ה מיר דארפען תשובה טוען רבותי אינגע מענטשען נעבאך בלא עת, ווערן נעדר החי יתן אל לבו
מיטוואך יולי 18, 2018 3:55 pm#409207
מיטוואך יולי 18, 2018 8:52 pm#409243
גראף: דו ביסט 100% גערעכט. ער איז דאך אויכעט איינער פון די בריאה פארשוינען ביי וועלכע ס'עקזיסטירט נישט קיין גדולי ישראל. און אפגעבן כבוד התורה. אויסער פונ'ם אייגענעם חצר. ווען יענער איז שוין אדורך געגאנגען אלע פילטערס. און ער האט אלע קוואליפיקאציעס...צוערשט: ער האטציך געווייקט ביים רעבי'ן זי"ע. נאכדעים. גייט ער נישט צו די בחירות הטמאות. דריטנס. ער באטייליגט זיך אין דעם גרויסן מעמד קידוש השם. ווען מ'פארברענט דעם טמא'נעם פאן פון מדינת ישראל. און מ'ברעכט אראפ מגן דויד'ס אין פרעמדע שוהלן...! ואם שלש אלה לא יעשה לה...דאמאלס טויג ער נישט. אה... פארגעסן. ער האקט אויף ר' אהרן. ער האלט אז ער איז א ציוני און א רעפארמער...!
דאנערשטאג יולי 19, 2018 5:14 pm#409356
איך ווייס איר זיכט אויף מיר, נא פראבלעם! אדרבה איך האב מבזה געווען איין רב דא, וועם ? ווען איך זאג אז הרב ווייס איז נישט פאסיג פאר די דזשאב דאס איז א בזיון התורה? איך האב בעבר גרעדט אויף מהר"א טייטלבוים, אמת, גראדע ווייל איך בין איבערצייגט, אויף זיין נישט גדלות און נישט ערליכקייט, און איך שעם מיך נישט מיט דעם, אדרבה אזוי האלט איך, און אזוי איז עס לדעתי! און לדעתי איז א מצוה אליבא החפץ חיים צו רעדען בגנותו זייענדיג א אבן נגף לבית ישראל, איר האלט נישט אזוי, נו איר זענט בארעכטיגט צו האלטען וואס איר ווילט! אבער ווער איז מבזה מער ת"ח באפן כללי איך אדער בערל בעל עגלה ווער? און לדעתי נאר לדעתי וואס איך האב דעקונג פון שיינע רבנים וואס האבען אזוי געהאלטען און געזאגט, איז מהר"א טייטלבוים פון די אידען וואס זענען מרחק די גאלה! ווייטער לא כן הוא ווען עס האנדעלט זיך פון הרב משה מנחם ווייס וואס איז אפיינער איד א ערליכער רב א שיינע מורה הוראה, נאר נישט פאסיג פאר די רבנות אין מעלבארן און נישט פאר די רבנות אין ירושלים און בני ברק און לאנדאן און אנטווערפין! יר איז ראוי צו זיין פאפא דיין און אפילו מו"ץ התאחדות הרבנים ווי איז דא א בזיון התורה בערל צדיק ווי. ווען וואס?
דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:29 pm#409376
ימים ידברו: איך גיי נישט אויפמאכן דא וועלט'ס מלחמה מיט דיר אין דעם נישט פאסיגן אשכול. אבער איין ווארט וועל איך יא זאגן איבער דיין טיפשות. און בלינדקייט. שוין נישטג ערעדט פון דיין אומ-מענטשליכקייט. א איד וואס האט איינגעזעהן וואס די גמ' זאגט ..."והתורה מונחת בקרן זוית"...און ער האט עפעס געטון איבער דעים. אויפגעמאכט די זייטיגע, קלענערע ישיבות פאר ספעציעלע מטרות פאר שוואכערע בחורים און עלטערע בחורים. ווען ער האט געזעהן ווי מ'ווארפט זיך ארום מיט זיי. באר התורה. אן נאך אנדערע וואס ער האט אויפגעשטעלט בשתי ידיו , בעז"ה. נישט אזוי ווי דיינע רעבעס...!
פרייטאג יולי 20, 2018 5:27 pm#409464
לאמיר ממשיך זיין אין צימעס און איך בין ווואס די טיפוש? ? ?
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 1:36 pm#416757
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת אברהם יצחק שטערן 
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 2:58 pm#416758
נסתלק והלך לעולמו ר' יצחק שטוהל זצ"ל
א באהאלטענע איד, א צדיק נסתר, געפירט די שטוהל דריי-גודס געשעפט אויף לי עוויניא, געגאנגן מיט די ביקור חולים פישקע יעדען אינדערפרי אין ראדני
אין עלטער פון 84
איבערגעלאזט 2 זוהן און 2 איידעמער רובין פון די פארמעסי דעוויזשין,ברוך ליכטענשטיין פון די טירן

פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 3:03 pm#416759
אדונינו האט געשריבן:הב׳ אברהם גאלדבערגער ע״ה - וומס״ב
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:09 pm#418976
בד״ה הרב אליעזר חיים בלום זצ״ל
אב״ד קאשוי
אב״ד קאשוי
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 1:12 am#419005
אדונינו האט געשריבן:בד״ה הרב אליעזר חיים בלום זצ״ל
אב״ד קאשוי
גאנץ א וואוילע יוד געוועהן
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:06 am#419014
התם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 10:17 am#419026
berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
נו וועגן דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
דינסטאג יאנואר 01, 2019 5:51 pm#420824
ברוך דיין האמת ![טרויעריג :(]()
האברך היקר ר' חיים יהודה אייזיקאוויטש ע"ה
האברך היקר ר' חיים יהודה אייזיקאוויטש ע"ה
דינסטאג יאנואר 01, 2019 6:21 pm#420831
ברוך דיין האמת הלוית המת
הלויה של האברך החשוב הרה״ג מו״ה חיים יהודה אייזיקאוויטש ע״ה
בן הרה״ח מו״ה משה צבי מאיר שליט״א
תהיה היום בלילה בשעה 9:00
לפני בית המדרש סהערדיהאלי
1513 44 Street
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
הלויה של האברך החשוב הרה״ג מו״ה חיים יהודה אייזיקאוויטש ע״ה
בן הרה״ח מו״ה משה צבי מאיר שליט״א
תהיה היום בלילה בשעה 9:00
לפני בית המדרש סהערדיהאלי
1513 44 Street
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:25 pm#420882
ברוך דיין האמת: איך האב איהם גוט געקענט. ער האט געדאוונט אין אונזער ביהמ"ד פאר ער האט אוועקגעמופט...!
מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:25 pm#420950
ב.ד.ה. הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ז"ל
הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ע"ה, פון עיה"ק ירושלים.
א זוהן פון באניאהד'ער רב ז"ל,
א בעלזער חסיד, געוועזן א שטיקל גבאי/שמש אינעם סקווירא'ער שטיבלעך אין ירושלים,
פלעגט אויסרופן כיבודים אויף חופות אין עטליכע רעבי'שע חצרות הקודש.
אסאך גע'יושב'ט אין לעלוב-ניקלשבורג.
א זיסע יודעל געוועהן.
יהא זכרו ברוך
קרעדיט בילד JDN

מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:32 pm#420991
ר' יאנקל מאשקאוויטש ז"ל
איי א זיסע אידל
פון א גוטע חוש צו יומער און ווי ער איז געקומען האט ער געמאכט יעדעם פרייליך און גוטמוטיג
אייביג מיט א גוט ווארט אין מויל
פון א גוטע חוש צו יומער און ווי ער איז געקומען האט ער געמאכט יעדעם פרייליך און גוטמוטיג
אייביג מיט א גוט ווארט אין מויל
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 4:46 am#421040
Re: יהא זכרו ברוך
לאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.

דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 2:45 pm#421075
א פארשפעטיגט ברוך דיין האמת: מרדכי אריה מאזעס, ע"ה...!
איך האב היינט אויסגעפונען אז ער איז אוועק מיט בערך 9 וואכן צוריק.
איך האב איהם צום ערשטן מאל דערקענט מיט בערך 45 יאר צוריק. ער האט געוואוינט בשכינות, און געדאוונט (ווען ס'איז אויסגעקומען) אין גראסווארדיין ביהמ"ד.אויף די 10'טע עוועניו.
ער איז געווען זייער א זיסער איד. מ'קען זאגן אויף איהם אז ר'איז געווען א משמח אלוקים ואנשים...! ער האט אייביג געהאט א גוט ווערטל. און ר'איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל. אין יענע צייט (תשל"ד) האט דער איידעם פונ'ם גראסווארדיינ'ער רב, הרב בערל גאנץ ז"ל פארגעלערנט א שיעור אין משנה ברורה א יעדן שבת נאכ'ן דאווענען. מ'האט געגעבן א קליינעם קידוש און מ'האט געלערנט דעם שיעור. און אונזער הרב מרדכי אריה (המכונה לייבי) האטציך צוגעזעצט צום שיעור גלייך ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. האטציך איינער א לץ אנגערופן..."ער לערנט פאר'ן דאווענען"...!
אין אנהייב איז ער געווען א פעינטינג קאנטראקטאר. שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט. נאכדעם האט ער עס פארקויפט. אבער ער איז געבליבן דארט צו מענעדזשן די ביזנעס. ווייל ער איז געווען א גרויסער מומחה אין אלערליי ליקערס און וויינען...!
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט. אבער לעצטנס האביך איהם נישט געזעהן. ווען כ'האב געפרעגט דעם יונגערמאן דעם איצטיגן בעה"ב וואו ער איז. זאגט ער מיר אז ער איז נפטר געווארן מיט בערך 9 וואכן צוריק...!
יהא זיכרו ברוך...!
ווען איך וועלל האבן א פיקטשער פון איהם, וועלל איך עס, בלי"נ ארויפלייגן...!

זונטאג יאנואר 06, 2019 12:20 pm#421215
berlbalaguleh האט געשריבן:שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט.
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט.
13/55?
זונטאג יאנואר 06, 2019 12:37 pm#421216
נקודת אמת: יא. זיכער. א ייש"כ פאר זיך אנרופן. אויב ד ביסט אמאל אריינגעגאנגען אין יענע געשעפט האסטו איהם זיכער געקענט...!
איך האב געזאגט פאר עטליכע (מעגליכע) קאסטומערס אז ער איז א גרויסער מומחה ווייל ער האט שוין טועם געווען פון אלע וויינען און בראנפנס...!
ערנסט גערעדט. ער איז געווען א לב טוב. און ער האטציך געפרייט ווען ער קען טון א טובה פאר א איד...!

זונטאג יאנואר 06, 2019 3:29 pm#421242
צפור בודד האט געשריבן:לאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
אין ווי דרייען זיך זיינע קינדער היינט?
מוצ"ש יאנואר 12, 2019 8:33 pm#421949
הרב ר' אשר זעליג גרינבערג ז"ל ראש ישיבת שער אפרים במאנסי, נאך א לענגערע קאמף מיט יענע מחלה ה''י
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:04 pm#422003
א גרויסע לוי מספידים חשובים האבען ארויסגברענגט עטליכע שטארקע נקידות פון הרב גרינבערג,
א' א עניו
ב' א ירא שמים
ג א ת"ח
ד' א בעל מידות
ה' מרביץ תורה
קען איינער א תלמיד מער ארויסברענגען די גדלות פון אט דער נפטר?
א' א עניו
ב' א ירא שמים
ג א ת"ח
ד' א בעל מידות
ה' מרביץ תורה
קען איינער א תלמיד מער ארויסברענגען די גדלות פון אט דער נפטר?
זונטאג יאנואר 13, 2019 1:54 pm#422020
איך בין זיינס א תלמיד, איך קען נישט אָנצייגן ספעציעל די אויבנדערמאנטע זאכן אז עס קלעבט מער אויף איהם ווי רוב חרידישע אידן זיין יאר גאַנג חוץ אפשר מרביץ תורה ווייל למעשה האט ער אנגעפירט א קארפאראציע, וואס דארט איז תורה געווען די זאך וואס מען האט געטוהן רוב צייט פון טאג, און ער איז געווען די אחראית דעראויף. איך אלס תלמיד האט סיי די 4 יאר וואס איך האב דארט געלערנט און סיי נאך וואס איך בין געגאנגען צו ישיבה גדולה איהם אנגעקוקט ווי א פירער פון א קארפאראציע.
איין זאך בין איך איהם יא מעריץ אז ער האט אנגעהאלטן די דרך הלימוד אביסל וואס ר' עזריאל טויבער (פון וועם ער האט אפגעקויפט די ישיבה) האט איינגעפירט. דאס איז די בלעטער חלק, עס איז געווען א גאנצע א שטארקע דגוש צו זיך פארהערן אויף אויסנווענדיג די בלעטער וואס מען האט געלערנט אגאנץ יאר פּלאס די בלעטער פון די יארן פאר דעם. דאס הייסט אז סוף שיעור ד' פלעגט מען זיך פארהערן איבער 400 בלאט אויסנווענדיג. און אנדערע ווערטער עס איז געווען ווינט פון בקיאות.
ווער זענען געווען די מספידים, און ווען האט זיך די לוי' אנגעהויבן, און וועלכע בית בחיים האט מען איהם געלייגט?

זונטאג יאנואר 13, 2019 6:26 pm#422071
ר' אשר זעליג ז"ל
אלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,

זונטאג יאנואר 13, 2019 10:03 pm#422082
Re: יהא זכרו ברוך
ליל ששי פרשת בא תשע"ט איז אוועק פלוצלונג אין מאנסי הרב י. הערמאן. ער איז געווען א יעקישע איד, וואס האט זיך אריין געלייגט מיט עטליכע דרייסיג יאר צוריק (אדער מער) אין די סוגיא פון חדש. מיט די יארען פלעגט ער דרוקן יערליך א קונטרס, אדער דריי קונטרסים במשך די מאנאטען, מיט די אינפארמאציע וואס א מענטש דארף נזהר צו זיין אויף חדש. ער פלעגט געוואויר ווערן ווען די נייע תבואה איז אנגעקומן פון די מעהלער צום פאבריק, און נאכגעפארשט די דאטום אויף יעדער פראדוקט ווען עס איז פאבריצירט געווארען (לויט די סעלל ביי דאטום), אזוי האט מען זיך געקענט דערוויסן וואס טוט זיך
איך געדענק מיט צוואנציג יאר צוריק אין סט. פאלסבערג אין די דעמאלסדיגע קליינע גראסערי, ווי די כולל ווייבער פלעגן איינקויפען מיט די קונטרס אין האנט, נאכצופארשן די דאטום אויף יעדער פראדוקט אז עס זאל קלאפן. און שפעטער בין איך, אדער מיין ווייב, דער אין קרעמל מיט די קונטרס (אויף פי.די.ף. אויף מיין סמארטפאון) וואס קוקט די קונטרס ביים איינקויפן. ער האט גארנישט געמאכט דערפון און אנגעהאלטן די זאך, פראפעסיאנאל און פארצייטיש אינאיינעם, און געהאלפן אסאך אידען צו קענן עסן במשך די ווינטער מאנאטען.
יהא זכרו ברוך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

זונטאג יאנואר 13, 2019 10:23 pm#422083
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,
שמחה'לע קאפשטיק" ייש"כ. פאר ארויסברענגען די שטריכן פון הרב גרינבערגער ז"ל אין אזא גוטן ליכט. איך האב ליעב ווען מ'באשרייבט א נפטר. אז מזאלל ארויסברענגען זיינע גוטע נקודות בחייו. אפילו אויב ער האט געהאט א פאר נעגאטיווע פונקטן. (ווער האט דען נישט?!) איז דא נישט די צייט און דאס פלאץ דאס ארויסצוברענגען. ווייל ווען מ'לייענט איבער די גוטע זייט פון א נפטר ברענגט דאס א התעוררות ביי א מענטש.. משא"כ די נעגאטיווע זאכן ברענגען נאר א געפיהל פון ביטערניש...! מ'מעג ברענגען א פאר הומאריסטישע עפיזאדן פון דעם נפטר'ס לעבן. נאר נישט אזעלכע וועלכע טוען איהם אראפקלאפן...!
מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:49 am#422116
ברוך דיין האמת -הלוית המת
הלויה של הרב הגאון הצדיק רבי שמואל בראך זצ״ל
אבד״ק אפסי ארץ נאנאש
תצא היום מבית מדרשו
158 rudledge street
בשעה 11:00 בבוקר
בדרכו לבית החיים בקרית יואל
ומחה השם דמעה מעל כל פנים.
הלויה של הרב הגאון הצדיק רבי שמואל בראך זצ״ל
אבד״ק אפסי ארץ נאנאש
תצא היום מבית מדרשו
158 rudledge street
בשעה 11:00 בבוקר
בדרכו לבית החיים בקרית יואל
ומחה השם דמעה מעל כל פנים.