Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:32 pm#385091
Re: יהא זכרו ברוך
סקרן האט געשריבן:א וידוא וואס דרייט זיך פון סקווירא רבי מנחם אבל {האסידיק פארוואס האסטו נאכנישט געפאוסט? אה ביזט פארנומען זיך פארענטפערן אין שטיבל אדער האסט נאכנישט קיין רשות???}
זעהט מען נאך א ברידער וואס איז אנדערש געקלייגט פון די טאטע מער ענדליך צום ברידער ליפא ווער איז דאס?
ער וואוינט אין מאנטרעאל. כ'דענק נישט וויאזוי ער הייסט.

lead, follow, or get out of the way!
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 6:27 pm#385097
ער הייסט ארי שמעלצער, פון די גרעסטע בעלי חסד אין מאנטרעאל.
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:14 am#385115
Re: יהא זכרו ברוך
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 7:11 am#385125
נעבעך, וואס איז דער רבותא פון דער בילד
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 8:03 am#385128
די רבותא איז אז מען זאל לאזן יעדן קינד גיין על פי דרכו און נישט בידים אים שטיפן צו Footsteps.
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 8:23 am#385129
או יאמר. אז מזאל נישט זאגן ברוך שפטרנו פאר משטויסט זיי ארויס פון שטוב. גדול זיך אינדרויסען. און ליידיגיי נישט אויפן טאטןס חשבון
מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 2:01 pm#385148
מ'דארף א יעדן אננעמען אזוי ווי ער/זי איז. קיינער קען זיך נישט גרויסהאלטן לגבי א צווייטן אז ער איז מער פון יענעם. סיי ווען מ'קומט זיך צוזאם ביי שמחות אדער ח"ו ביי אנדערע געלעגנהייטן.

ביי אונז אין די משפחה איז דא מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן (אזוי ווי דער בלאט האט עס ליעב אראפצולייגן.). חסיד'ישע, ליטווישע. און מאדערנע. אבער אלע זענען ערליכע אידן. מיינע קינדער ווייסן אז דער פעטער וועלכער שעיווט זיך איז פונקט אזוי חשוב ווי דער פעטער וואס איז א העיליגער איד, וועלכער עסט נישט ביי א שמחה נאר וואס ס'ווערט געברענגט פון זיין שטוב. מיט'ן תירוץ אז ס'איז צוליעב געזונטהייט. ער וועט אבער זיצן ביי איין טיש מיט ישיבה יוניווערסיטי יונגעלייט און בחורים. און די זעלבע ביי די מער מאדערנע מעמבערס פון אונזער משפחה. זיי רעספעקטירן דעם חסיד'ישן לבוש. און זיי וועללן נישט לאזן פאללן א ווארט פון גרינגשעצונג אויפ'ן חסיד'ישן לבוש און לעבנסשטייגער. אפילו פאר א ווערטל...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:59 am#385630
רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:53 am#385633
עפעס פרטים איבער זיין לעבן און פערזענליכקייט. אפשר א בילד אויך...! יהא זיכרו ברוך...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:10 pm#385700
newkave האט געשריבן:רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.

בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:16 pm#385705
Chasidishmashpia האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.

בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו

תיקון טעות, זיין חיבור הייסט ילד שעשעועים
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:33 pm#385708
הוא "בעל מחבר" אבל לא רבי

He said his swinging lifestyle might have been a reaction to growing up in a repressed family where affection was rarely exhibited. His so-called stunted childhood led to a multi-million-dollar enterprise
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:12 pm#385713
אה, יענער ר' חיים האפנער. המכונה היו העפפנער. מוציא לחושך מכתב עת ילד שעשועים. חוטא ומחטיא את אומות העולם תושבי אמעריקע וכל העולם כולו...!

איך בין נייגעריג וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן איהם רופן. יעמוד ר' חיים...! קום. אונז (מלאכי חבלה) גייען שפיעללן א ביסל באלל מיט דיר. מ'וועט דיך ווארפן אינ'ם כף הקלע (פרעגטץ מיך נישט. ווייל כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.). אזוי ווי ס'שטייט אין די הייליגע ספרים הק'. קב הישר און ראשית חכמה...ויבוא על שכרו...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:16 am#385868
ר' משה ראטענבערג זצ"ל אבד"ק וואודיסלוב
לוי' געווען נעכטן נאכט ביי זיין ביהמ"ד
נאך געדאוונט כל נדרי פאר'ן עמוד נישט אויפגעשטאנען צופרי
83
תנצב"ה
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:30 pm#385905
דער דאס האט געשריבן:ער הייסט ארי שמעלצער, פון די גרעסטע בעלי חסד אין מאנטרעאל.


ער איז א גאר אנגענומענער און גרויסע עסקן אין מאנטריאל, טוט פאר הצלה, רפואה וחסד, אידן אין תפיסות און נאך.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:35 pm#385907
ביליג האט געשריבן:בילד


דא זעהט א 10 מינוטיגע ווידיאו ווי סקווירא רבי איז מנחם אבל משפחת שמעלצער. הערט ווי ליפא דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן פון סקווירא האט אים זיין טאטע ז"ל דערציילט אז ס'איז דא א שטריק צוגעבינדן פון סקווירא רבי'ס הויז ביז זיין הויז וואס רייסט זיך נישט איבער...
m https://youtu.be/Xnr9h2dJgQE m
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:32 pm#386449
ר' יעקב שלום פרידמאן, מאנסי
שמיני עצרת צופרי.
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:59 pm#386451
בלום פון וויליאמסבורג
זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:02 am#386502
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.

ארי האט געוואוינט אין כינע און האט געוויילט יום טוב אין אנטווערפן ביי א חבר. ערב יום טוב האט ער זיך נישט גוט געשפירט ליידענדיג פון א שווערע הארץ אטאקע ל״ע, און ער איז אוועק אין שפיטאל צו די צער פון זיינע קרובים.

ער איז געווען א גרויסע מכניס אורח פאר די פילע געסט, בעלי בתים און משגיחים וועלכע פלעגן פארן צו כינע פאר ביזנעס צוועקן.

די לויה וועט ארויסגיין מארגן זונטאג אין אנטווערפן אויפ׳ן וועג קיין שיכון סקווירא. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:17 pm#386511
ביליג האט געשריבן:ברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.

ארי האט געוואוינט אין כינע

די לויה וועט ארויסגיין קיין שיכון סקווירא.

סקווירא האט חסידים אין כינע?
איז דא נאך א חסידות אזוי?
ביי טיש רופט מען אויס אלע חסידים פון כינע שטעלן משקה
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:19 pm#386512
Re: יהא זכרו ברוך
ער איז א ברודער מיט ר' נתן לויבער , די בעה"ב פון נר מצוה
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:34 pm#386515
איר רעדט דא סתם שטותים. ער איז נישט געווען קיין 60
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:36 pm#386516
Re: יהא זכרו ברוך
קען זיין, איך האב נישט געשריבן
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:59 pm#386625
טייערע אידען בואו חשבון! עס איז די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר און יעדן טאג פרישע קרבנות אין מאנסי אליינס צוויי אינגע מענטשען שמיני עצרת פרידמאן מיט תילים פלוצלים נעבאך, און קרית יואל דער שארמאשער רב א יחיד הדור בגדולת התורה צדקות עניוות התמדה פסק הלכה, ווילאמסבורג א אינגערמאן בלום , בארא פארק אנדערע צרות פון פלוצלימדיגע קרענק, לאמרי זיך פאראייניגען און תורה תפלה תשובה צדקה לאמרי אפשרייען די גזירה לאמרי זיך אויסבעטען א גיט געבענטשאט יאר מיט אריכת ימים ושנים און א געזינטע אריכת ימים
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:59 pm#386626
איך האב פארגעסען פון ארי' לויבער נעבאך נעבאך
פרייטאג מערץ 02, 2018 10:12 am#396685
קומט אריין די בשורה לא טובה די פטירה פון ר' בנימין בן ר' משה פערלשטיין ממונקאטש/דינוב ווילימסבורג.
זונטאג מערץ 04, 2018 12:16 pm#396736
עמעזאן: דער עולם האט שוין געזעהן און געליינט דיינע זיסע קאמענטארן אין דעם אנדער'ן אשכול.. דו קענסט צוריקגיין שלאפן. ביז עפעס נייעס קומט ווידער אונטער...!
זונטאג מערץ 04, 2018 12:29 pm#396737
berlbalaguleh האט געשריבן: קומט ווידער אונטער...!

Not nice
זונטאג מערץ 04, 2018 7:13 pm#396758
ליפא: נאר אזא ..."לץ"... ווי דו האט געכאפט דעם..."פאן"... מיט א פ"א דגושה...!
פרייטאג מערץ 09, 2018 12:24 pm#397201
וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו...‎
קול נהי ויללה נשמע, ס'לאזט זיך ווירקליך נישט געלייבן אז ר' שמואל איז מער נישטא. שמואל איננו כי לקח אותו אלהים... או מה היה לנו... שמואל איז א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורתה לעולם.

פאר די יונגערע פון אונז, וועלעכע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה קענען צו לערנען דעם גרויסן הייליגן ליכטיקייט, וועלכע האט פארשיינט אונזער פינסטערער דור פון נאכן קריג, ביז ס'איז ליידער פארווירקליכט געווארן דעם חשכו המאורות אין יענעם שווארצן טאג פון כ''ו אב תשל''ט, האט ר' שמואל ווירקליך געדינט פאר א גייסט פון אינספיראציע.

ר' שמואל האט געאטמט מיט סאטמאר זיינע גאנצע וועזן און שטרעבן איז געווען בלויז סאטמאר, דער כבוד פון בית סאטמאר איז אלעמאל געשטאנען פאר זיינע אויגן. ער האט שטענדיג געשטרעבט צו הייבן דעם כבוד פון סאטמאר, נישט בלויז אין די איינגעצוימטע גרעניצן פון אלט-וויליאמסבורג, נאך אויך איבער די אינדרויסנדיגער פרעמדער וועלט. אבער דאס איז פילייכט נישט געווען אויפן חשבן פון פשרה-לאזע אידישקייט פאר וועלכע ר' שמואל איז זיין גאנץ לעבן געגאנגן אין פייער אריין.

ר' שמואל האט מיט דעם ווארשיינליך נאכגעפאלגט די לעגענדע פונעם אומפארגעסליכן לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שריפטשטעלער הרה''ח ר' סענדר דייטש ע''ה, מיט וועם ר' שמואל איז געווען גאר נאנט באפריינדעט און באליבט, די דאזיגע צוויי האבן אין אלגעמיין פארמאגט די זעלבע וויזיע.

נעמליך, ס'איז פארהאן אזעלעכע וואס ארבייטן טאקע צו הייבן די אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער דורך מינימוזירן דעם פייערדיגער קאמף קעגן די ציוניסטן מיט זייערע פרומע נאכשלעפער. האפנדיג א דאס וועט פארגרעסען און פארשענערן דעם אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט. ר' שמואל האט אבער זיך אויסטערליש שארף ארויסגעשטעלט קעגן די דאזיגע. און ער האט באוויזן אראפצושטעלן א קעגנזייטיגע סטראטעגיע וועלכע האט געלויטעט צו הייבן די אנזען פון סאטמאר אין די וועלט דורך פאזעטיווע אויפטוען, א שטייגער ווי חתונה תקנות, חבורות ללימוד התורה, מעשה צדקה וחסד אד''ג. און אין די זעלבע צייט גלייכצייטיג אנצוהאלטן די פייערדיגע מלחמה קעגן אלעס וואס מדינת ישראל שטעלט מיט זיך פאר, אפגעזען פון אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וועלכע דאס איז א טייל מאל געווען פארבינדן.

ר' שמואל האט דאס געטאן בלויז צו הייבן די כבוד און די אנזען פון בית סאטמאר. ער האט גארנישט געמיינט זיך, ער האט קיינמאל נישט געזוכט זיך אויפצובויען א נאמען אלס אן אויפטוער אד''ג, א שטייגער ווי געוויסע כלל טוער גלייכן צו טאן. דערפאר האט ער קיינמאל נישט אפיציעל גענומען קיין שום קרעדיט אויף עפעס א גוטע זאך וועלכע ער האט אויפגעטאן. און מאנכע האבן טאקע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוהן ביז נאך דעם וואס ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין יענעם ביטערן שושן פורים פארטאגס.

דאס איז וואשיינליך דער אורזאך וואס האט אים ערמעגליכט בייצוקומען די אלע פיילן און קוילן וועלכע זענען נאכאנאנד געקומען צו פליען אין זיין ריכטונג פון אינערווייניג און פון דרויסן. ווארום ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך. נאר זיין גאנצע שטרעבן און וועזן איז געווען געווידמעט אויף בלויז צו הייבן די די כבוד פון סאטמאר איבער די וועלט. אפגעזען פון די אויסטערלישע שוועריקייטן וועלכע זענען אים נאכאנאנד געשטאנען אין וועג.

דאס האט זיך פילייכט צום מערסט ארויסגעשטעלט אין די שווערע ביטערע צייטן ווען די בייזע ווינטן פון סאטמאר החדש האבן אנגעהויבן בושעווען. ר' שמואל האט זיך דאן ארויסגעשטעלט ווי א פייערדיגע לייב, און אנגעוואנדן יענע סארט מיטל וואס ס'איז בלויז געשטאנען אין זיין דיספאזיציע, וואס מער צו מינימוזירן די שווערע שאדן.

ר' שמואל האט געפירט א פייערדיגע קריג מיט די דאזיגע מחבלי כרמים. א קריג וועלכע האט אריינגענומען אין זיך, טאט און ראט פאר די עסקנים אויף די שלאכט פעלדער. צו זאל עס זיין אין בארא פארק, בני ברק, ירושלים איבעראל זענען די עסקנים געשטאנען אין שטענדיגע-פארבינונג מיט ר' שמואל, וועלכע האט גענוי אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן, אז זאל נתקדש ווערן שם שמים.

ר' שמואל האט גלייכצייט איינגעשפאנט זיין רייכער-פעדער און רעדנערישע טאלאנטן, און ווי אויך זיין ג-ט-געבענטשטער הומאריסטישער נאטור, אפצושלאגן דעם גרויזאמער פיינט וועלכע האט זיך בייזוויליג פארמאסטן צו פארניכטען אלעס וואס רבינו הק' זי''ע האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. אפגעזען פון דעם וואס ער איז אין רזולטאט פארוואנדלט געווארן אלס א פולשטענדיגע ציל ברעט פונעם בייזווילגען פיינט. ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגן מיטן אומבויגזאמער קאמף ביז צו זיין לעצטען טאג.

ר' שמואל אל תירא ואל תחת כי השם עמך, צדק לפניך יהלך... זאלן די אלע זכותים דיר ביישטיין דארט אויפן עולם האמת.

זאל דיין ליכטיגער געדעקעניש אונז אלעמאל פארבלייבן אויף די געדאנקן.

ת.נ.צ.ב.ה.
פרייטאג מערץ 09, 2018 5:25 pm#397231
וואס איז דער שוואנצאנות? מ'זאגט א הספד אויף א מענטש אז ער אטעמט דער פארטיי? כבוד בית הפארטיי? ממש א גדלות אז ער האט זיך געשלאגן מיט די אנדערע צד פון דער ריעל עסטעיט געפעכט! ממש א חשיבות אז ער האט זיך געלאזט זיין א ציל פאר די פיילן און צוריקגעשיקט פיילן אויף א צווייטע ציל!


איך האב איהם נישט געקענט, אבער דער שוואנצעריי פאסט פאר סקווער צו בעלזא. עס איז נישט קיין חשיבות צו לעבן די פארטיי, און נישט צו זארגען וועגן כבוד בית הפארטיי, יהיה מה שיהיה.
מוצ"ש מערץ 10, 2018 11:54 pm#397236
ליטוואק, דאס געשלעגעריי האט געברענגט פרידאם אין סאטמאר. די ראדיקאלע עלעמענטן האבן געקריגן א העפטיגער צד שכנגד און האט זיי שטארק אפגעשוואכט. ממילא פון מיין פרעספעקטיוו יהא זכרו ברוך.
זונטאג מערץ 11, 2018 4:58 am#397262
Re: יהא זכרו ברוך
פיין און וואויל, אבער דאס איז נישט די חשיבות פון א מענטש. און מיטהאלטען טעגליך ווען דער רבי האט געגענעצט איז א שוואנצעריי פון פארטייען וואס האבען פארשאפען נייע מושגים פון ביטול צום פארטיי אלס א חלק פון די רעליגיע, א זאך וואס אפיציעל איז נישט קיין סאטמארע מחלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מערץ 11, 2018 5:15 am#397264
ליטוואק פון בודאפעסט: אבער סאטמאר האט עס איבערגעכאפט פון די אנדערע חסידות'ן ביי וועלכע דינען עבודה זרה (ס'העיסט עכט נישט דינען עבודה זרה/פולחן נוכראה. ווייל מ'דינט דאך דעם עיגענעם רעבי'ן. נישט א פרעמדן.) איז נישט קיין פעילער...!
זונטאג מערץ 11, 2018 11:59 am#397274
Re: יהא זכרו ברוך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פיין און וואויל, אבער דאס איז נישט די חשיבות פון א מענטש. און מיטהאלטען טעגליך ווען דער רבי האט געגענעצט איז א שוואנצעריי פון פארטייען וואס האבען פארשאפען נייע מושגים פון ביטול צום פארטיי אלס א חלק פון די רעליגיע, א זאך וואס אפיציעל איז נישט קיין סאטמארע מחלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חשיבות פין א מענטש איז לפי מעשיו אויך! לאו דוקא זיין מהות. אין אז ער האט דאס ערלעדיגט איז הכבוד שלו
זונטאג מערץ 11, 2018 12:04 pm#397275
קאך_לעפל האט געשריבן:קול נהי ויללה נשמע, ס'לאזט זיך ווירקליך נישט געלייבן אז ר' שמואל איז מער נישטא. שמואל איננו כי לקח אותו אלהים... או מה היה לנו... שמואל איז א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורתה לעולם.

פאר די יונגערע פון אונז, וועלעכע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה קענען צו לערנען דעם גרויסן הייליגן ליכטיקייט, וועלכע האט פארשיינט אונזער פינסטערער דור פון נאכן קריג, ביז ס'איז ליידער פארווירקליכט געווארן דעם חשכו המאורות אין יענעם שווארצן טאג פון כ''ו אב תשל''ט, האט ר' שמואל ווירקליך געדינט פאר א גייסט פון אינספיראציע.

ר' שמואל האט געאטמט מיט סאטמאר זיינע גאנצע וועזן און שטרעבן איז געווען בלויז סאטמאר, דער כבוד פון בית סאטמאר איז אלעמאל געשטאנען פאר זיינע אויגן. ער האט שטענדיג געשטרעבט צו הייבן דעם כבוד פון סאטמאר, נישט בלויז אין די איינגעצוימטע גרעניצן פון אלט-וויליאמסבורג, נאך אויך איבער די אינדרויסנדיגער פרעמדער וועלט. אבער דאס איז פילייכט נישט געווען אויפן חשבן פון פשרה-לאזע אידישקייט פאר וועלכע ר' שמואל איז זיין גאנץ לעבן געגאנגן אין פייער אריין.

ר' שמואל האט מיט דעם ווארשיינליך נאכגעפאלגט די לעגענדע פונעם אומפארגעסליכן לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שריפטשטעלער הרה''ח ר' סענדר דייטש ע''ה, מיט וועם ר' שמואל איז געווען גאר נאנט באפריינדעט און באליבט, די דאזיגע צוויי האבן אין אלגעמיין פארמאגט די זעלבע וויזיע.

נעמליך, ס'איז פארהאן אזעלעכע וואס ארבייטן טאקע צו הייבן די אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער דורך מינימוזירן דעם פייערדיגער קאמף קעגן די ציוניסטן מיט זייערע פרומע נאכשלעפער. האפנדיג א דאס וועט פארגרעסען און פארשענערן דעם אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט. ר' שמואל האט אבער זיך אויסטערליש שארף ארויסגעשטעלט קעגן די דאזיגע. און ער האט באוויזן אראפצושטעלן א קעגנזייטיגע סטראטעגיע וועלכע האט געלויטעט צו הייבן די אנזען פון סאטמאר אין די וועלט דורך פאזעטיווע אויפטוען, א שטייגער ווי חתונה תקנות, חבורות ללימוד התורה, מעשה צדקה וחסד אד''ג. און אין די זעלבע צייט גלייכצייטיג אנצוהאלטן די פייערדיגע מלחמה קעגן אלעס וואס מדינת ישראל שטעלט מיט זיך פאר, אפגעזען פון אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וועלכע דאס איז א טייל מאל געווען פארבינדן.

ר' שמואל האט דאס געטאן בלויז צו הייבן די כבוד און די אנזען פון בית סאטמאר. ער האט גארנישט געמיינט זיך, ער האט קיינמאל נישט געזוכט זיך אויפצובויען א נאמען אלס אן אויפטוער אד''ג, א שטייגער ווי געוויסע כלל טוער גלייכן צו טאן. דערפאר האט ער קיינמאל נישט אפיציעל גענומען קיין שום קרעדיט אויף עפעס א גוטע זאך וועלכע ער האט אויפגעטאן. און מאנכע האבן טאקע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוהן ביז נאך דעם וואס ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין יענעם ביטערן שושן פורים פארטאגס.

דאס איז וואשיינליך דער אורזאך וואס האט אים ערמעגליכט בייצוקומען די אלע פיילן און קוילן וועלכע זענען נאכאנאנד געקומען צו פליען אין זיין ריכטונג פון אינערווייניג און פון דרויסן. ווארום ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך. נאר זיין גאנצע שטרעבן און וועזן איז געווען געווידמעט אויף בלויז צו הייבן די די כבוד פון סאטמאר איבער די וועלט. אפגעזען פון די אויסטערלישע שוועריקייטן וועלכע זענען אים נאכאנאנד געשטאנען אין וועג.

דאס האט זיך פילייכט צום מערסט ארויסגעשטעלט אין די שווערע ביטערע צייטן ווען די בייזע ווינטן פון סאטמאר החדש האבן אנגעהויבן בושעווען. ר' שמואל האט זיך דאן ארויסגעשטעלט ווי א פייערדיגע לייב, און אנגעוואנדן יענע סארט מיטל וואס ס'איז בלויז געשטאנען אין זיין דיספאזיציע, וואס מער צו מינימוזירן די שווערע שאדן.

ר' שמואל האט געפירט א פייערדיגע קריג מיט די דאזיגע מחבלי כרמים. א קריג וועלכע האט אריינגענומען אין זיך, טאט און ראט פאר די עסקנים אויף די שלאכט פעלדער. צו זאל עס זיין אין בארא פארק, בני ברק, ירושלים איבעראל זענען די עסקנים געשטאנען אין שטענדיגע-פארבינונג מיט ר' שמואל, וועלכע האט גענוי אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן, אז זאל נתקדש ווערן שם שמים.

ר' שמואל האט גלייכצייט איינגעשפאנט זיין רייכער-פעדער און רעדנערישע טאלאנטן, און ווי אויך זיין ג-ט-געבענטשטער הומאריסטישער נאטור, אפצושלאגן דעם גרויזאמער פיינט וועלכע האט זיך בייזוויליג פארמאסטן צו פארניכטען אלעס וואס רבינו הק' זי''ע האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. אפגעזען פון דעם וואס ער איז אין רזולטאט פארוואנדלט געווארן אלס א פולשטענדיגע ציל ברעט פונעם בייזווילגען פיינט. ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגן מיטן אומבויגזאמער קאמף ביז צו זיין לעצטען טאג.

ר' שמואל אל תירא ואל תחת כי השם עמך, צדק לפניך יהלך... זאלן די אלע זכותים דיר ביישטיין דארט אויפן עולם האמת.

זאל דיין ליכטיגער געדעקעניש אונז אלעמאל פארבלייבן אויף די געדאנקן.

ת.נ.צ.ב.ה.


;) איך בין נישט מצליח צו פארשטיין צו מ'רעדט פון ר' שמואל ווידער צו פון ר' שמואל אויערבאך, זצ"ל. :twisted: :lol:
אבער עכ"פ יהא זכרם ברוך
זונטאג מערץ 11, 2018 12:54 pm#397277
נקודת אמת: לויט די סימנים מיינט ער דעם נארוואס פארשטארבענעם עדיטאר פון בלאט. ר' שמואל ווידער, ע"ה. ווען ער וואלט נישט געווען אזא גרויסער לץ וואלט איך נתפעל געווארן פון זיין שיינעם הספד. אבער...איך לאז איבער די מסקנא פאר א יעדן איינעם...!
מאנטאג מערץ 12, 2018 12:39 am#397299


ישר כח גבאים פאר'ן עלימינירן יענע אשכול
מאנטאג מערץ 12, 2018 12:02 pm#397316
אם בן וואלט אלטס מענטשהייט אויך געווען ראטזאם די זלזול אויף הגה"ק משארמאש זי"ע וועק צו נעמען
מאנטאג מערץ 12, 2018 1:52 pm#397320
הערר ימים יעדאבעירי: זי מיינען וואדע צו שרייבען...אים קעין...אבער זי האבעו געשריבען ...אים בעין...ביטע פאססען זי צו נויע אויגען גלאזען...מיט פיהלע דאנק. אונד לאססען גריעסען אונד קיססען...1
מיטוואך מאי 09, 2018 6:46 pm#402127
ר' אברהם יושע ווערצבערגער ז''ל, 68. משמש קיט''ל מהר''א קרית יואל. בן ר' יחזקאל שמש הי''ד
מיטוואך מאי 09, 2018 6:51 pm#402132
געווען נישט געזונט?
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:20 pm#403328
ברוך דיין האמת!
הרב קלונימוס קלמן גולדשמידט ז"ל
געווען א באוויסטע ברעסלאווע משפיע אין איז אין די לעצטע יארן געווען זייער נישט געזונט אין אלע האבן אויפגעגעבן אויף עם, אבער ער איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אין אייביג מחזק געווען אנדערע, מ'האט געזעהן גרויסע ניסים מיט זיין געזונט אסאך מאל.
ער האט זיך אסאך אינטערוויאט אין די צייטונגען אין ער פלעגט אלץ זאגן אז ער לאכט דעם מלאך המות אין פנים!
יהא זכרו ברוך.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:26 pm#403329
לאחר כשלוש שנים של מאבק במחלת הסרטן, הלך לעולמו המשפיע הרה"צ רבי קלמן גולדשמיט זצ"ל, מבכירי משפיעי חסידות ברסלב לאחר שהתמוטט בביתו. לאחר גילוי המחלה פעל על מנת לעודד את עם ישראל להיות בשמחה ובאחדות
המשפיע הרב קלונימוס קלמן גולדשמידט הלך היום לעולמו לאחר שהתמוטט בביתו. כוחות ההצלה שהוזעקו אל הבית בשכונת הר נוף בירושלים, ביצעו בו פעולות החייאה אך הוא השיב את נשמתו לבוראה.

הרב קלמן גולדשמידט חיזק רבים כאשר בעת שנודע לו המחלה, החליט לא להתייאש אלא לצחוק על המחלה. "ה' מחנך אותי, אוהב אותי, אוהב אותי מאוד, קרוב אלי, כל לילה יש לנו שיח, לא בשמיים – לא בעבר לים, פה, בבטן, כל לילה יש לי שיחה אתו", אמר בסרטון שפרסם אז.

בתקופת חג החנוכה האחרון, בנוסף למחלה, התברר כי גם הכליות בגופו הפסיקו לעבוד. בעקבות מצבו הקשה, קיבלו על עצמם אלפים רבים בעם ישראל לומר ברכת 'אשר יצר' בכוונה גדולה ובנס גלוי שוחרר מבית החולים.


כאשר שוחרר בחג הפסח מבית החולים אמר: "לפני עשרה ימים הייתי מת כאן. ועכשיו, עשרה ימים, אני הולך לעשות פסח בבית, זה לא מובן מאליו, רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב, הרב'ה שלי, לימד אותי, שעם ישראל באחדות זה דבר שאי אפשר לעמוד בפניו, ואני רוצה שתמיד, תמיד עם ישראל, יהיה מאוחד. אהבת ישראל, אהבת ה', אהבת התורה. כח האהבה כובש הכל".

ת.נ.צ.ב.ה.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:28 pm#403330
זיין נס חנוכה דאס יאר
m https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/259519 m
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:30 pm#403332
טאנצט מיט זיינע לעצטע כוחות אין די סוכה מיט אברהם פריד
m https://youtu.be/AGKhDNEo0g8 m
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:37 pm#403334
הרב גולדשמידט צוחק למלאך המוות: "לא רוצה למות, יש לי עוד הרבה מה להספיק"
m https://www.hidabroot.org/article/228938 m
פרייטאג יוני 01, 2018 7:33 am#404247
ברוך דיין האמת
הגה"צ הרב שלמה זלמן כ"ץ אבד"ק תולדות אהרן וויליאמסבורג.
א ברודער פון יבלחט"א אדמו"ר מוויען שליט"א און אבד"ר סעדרעהעלל.
פרייטאג יוני 01, 2018 9:07 am#404261
בן ישי האט געשריבן:ברוך דיין האמת
הגה"צ הרב שלמה זלמן כ"ץ אבד"ק תולדות אהרן וויליאמסבורג.
א ברודער פון יבלחט"א אדמו"ר מוויען שליט"א און אבד"ר סעדרעהעלל.

לוי' 10:30 ביי ביהמ"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג