Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
638 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2509 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #150
מאנטאג מערץ 12, 2012 1:46 pm#1192
יהא זכרו ברוך
אין בורו פארק איז א טייערע איד א וומ"ס איינוואוינער ליידער אוועק דורך אן עקסידענט ווי ער איז אראפגעקלאפט געווארן
ביי 12 און 49
דער איד ר' אברהם שמחה סאמעט ע"ה
פלעגט דאווענען אין די ראזלא בית המדרש אין וומ"ס אויף גערי סטריט און האט אלס געהאט א שמייכל און מקיים געעווען דעם והוי מקבל את כל האדם בשמחה בסבר פנים יפות
יהא זכרו ברוך!
מאנטאג מערץ 12, 2012 5:42 pm#1213
Re: יהא זכרו/ה ברוך
m http://www.vosizneias.com/102706/2012/0 ... -accident/ m

(א דאנק, האט קאפ, פארן עפענען די נושא)
דינסטאג מערץ 13, 2012 11:12 am#1284
Re: יהא זכרו/ה ברוך
הישיש ר' דוד שניטצער ז"ל (100).
דינסטאג מערץ 13, 2012 11:27 am#1285
Re: יהא זכרו/ה ברוך
הרה"צ חיים אהרן האלברשטאם ז"ל, 86
ברידער פון אדמו"ר מגריבאוו שליט"א
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:01 pm#1292
Re: יהא זכרו/ה ברוך
דער אויבנדערמאנטער ר' אברהם שמחה סאמעט איז א שווער פון הרב שלום מאיר קרויז שליט"א ארויסגעבער פון "אידישע ליכט" און "עונג שבת"
דינסטאג מערץ 13, 2012 12:18 pm#1295
Re: יהא זכרו/ה ברוך
סאסוב האט געשריבן:הישיש ר' דוד שניטצער ז"ל (100).

א ברודער פון הרה"ח ר' שלמה שניטצער הי"ו פון קרית יואל דער וואס מאכט די שויתי טעוועלעך פאר די בתי מדרשים
מיטוואך מערץ 14, 2012 12:53 am#1391
Re: יהא זכרו/ה ברוך
זיידעטשקע האט געשריבן:הרה"צ חיים אהרן האלברשטאם ז"ל, 86
ברידער פון אדמו"ר מגריבאוו שליט"א

יעצט הער איך אז ער איז געוועהן א גאר פיינע מענטש, אבער בכלל נישט געוועזן א "הרה"צ" סטייל מענטש...... אפילו ער איז געוועהן א גרויסע אייניקעל האט ער בכלל נישט געהאלטן פון בענעישעק.... ער איז רוב פון זיין לעבן געגאנגען אהן א בארד , און געהאט א בענדאן.
זונטאג מערץ 18, 2012 1:20 am#1803
Re: יהא זכרו ברוך
עס איז פאריגע וואך נפטר געווארן הרה״ג אליעזר דוד פאל ז״ל. ער איז געווען דער מחבר פון ספרי חשב האפוד און איז געווען א העכסט שטיקאווער מענטש. ער איז געווען א געוועזענער וויזשניצער חסיד וועלכער האט מחליט געווען אפצולאזן דעם דרך החסידות, און האט אויך געשריבן איבער דעם ענין ווי אזוי דער ענין פון אמונת חכמים איז געווארן איבערגעדרייט צו אמונת צדיקים.
זונטאג מערץ 18, 2012 3:15 am#1817
Re: יהא זכרו ברוך
יא, גאר א טשיקאווער מענטש געווען, פון די וויזשניצע נדחים וועלכער איז אדורך שווערע זמנים אין לעבן און עס האט געהאט א שווערן אפעקט אויף אים. די לעצטערע יארן האט ער מחליט געווען צו ווערן א ליטוואק.

איך האב אבער נישט געוואוסט אז זיינע ספרים הייסן חשב האפוד, איך ווייס אז הרב פאדווא ז"ל'ס ספרים הייסן אזוי.
זונטאג מערץ 18, 2012 11:06 am#1827
Re: יהא זכרו ברוך
יא, עס איז מיר געלעגן אין קאפ אז אזוי הייסן זיינע ספרים. מיט גוגל האב איך געטראפן א מסייע לדברי אין דעם וויקיפעדיע ענטרי אויף "הנידחים":
הרב אליעזר דוד פאל ממונטריאול-מונסי (-כ"ב באדר תשע"ב, 16 במרץ 2012), מחבר ספרי "חשב האפוד" על מסכת אבות, מסכת כלים ועל חומש בראשית.


אז מ'רעדט שוין פון דעם איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דעם זעלבן טאג ווי הרב פאל'ס פטירה איז אויך אוועק הרב ברוך שטערן, אויך פון די באקאנטע "נידחים" (ער ווערט אויך דערמאנט אין דעם פריערדיגן לינק צו וויקי), און ביידע זענען אוועק צוויי טעג נאך די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע. ממש א פלא.
זונטאג מערץ 18, 2012 11:09 am#1828
Re: יהא זכרו ברוך
ער איז געווען אן אמעריקאנער יענקי וואס איז געפארן לערנען אויף ויזניץ ביי ר' גדליה נאדל. פון אנהויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען און ס'האט שוין געהאלטן דערביי אז מ'האט אים געוואלט ווארפן פון וויזניץ. ער איז עפעס געוואויר געווארן דערפון און ער האט זיך גענומען צום לערנען ועלה ונתעלה און ער איז געווארן א מתמיד עצום און ביז א קורצע צייט פאררעכנט געווארן פון די אריות שבחבורה. ווי באוויסט זענען טאקע אט די אריות שבחבורה געווען די וואס האבן אנגעפירט מיט די מרידה. ר' אליעזר דוד איז אויך געווען פון די מורדים/נדחים. (עס איז אינטערעסאנט אמצוצייכענען אז די אלע וואס זענען געווען פון די מורדים האבן געהאט שפעטער צרות, איינער מער איינער ווייניגער, ס'האט אבער אויף קיינעם פון זיי נישט איבערגעהיפט. אבער ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.)
שפעטער איז ר' אליעזר דוד אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער האט זיך באהאפטען צו טאהשער רבי שליט"א. ר' אליעזר דוד איז געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת טאהש. אין די שפעטערע יארן ווער ר' אילעזר דוד איז געווארן א מתנגד, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.
ר' אליעזר דוד'ס ספר אויף משניות כלים "חשב האפוד" איז איינע פון די שטערקסטע ישיבישע ספרים אויף כלים. זיין ספר אויף די מ"ח קניני תורה איז ווי ער האט געשריבן די אלע קאנטריווערסיאלע זאכן. איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..." יהא זכרו ברוך.
זונטאג מערץ 18, 2012 11:34 am#1835
Re: יהא זכרו ברוך
דער ר' אליעזר דוד ז"ל האט מען געלייגט אין וויזניצער בית החיים אין מונסי - די לוי' איז ארויס פון כולל זכרון מנחם (פלאהר) אויף מעיפל טער. אין מאנסי
ער איז אלט געווען 74 יאהר
זונטאג מערץ 18, 2012 11:37 am#1837
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:
פאריגע וואך דארנערשטאג איז נפטר געווארן אין מאנטריאל אשת הרה"ח ר' יעקב לערנער שליט"א מחשובי חסידי בעלזא

זי איז געוועהן א שוועסטער פינעם החסידים החשובים ר' חנני' שיף ז"ל ור' אלעזר שיף ז"ל

זיי זענען אייניקלעך פין דער רבי ר' אלימלך זי"ע ועכי"א וואס אין דעם זעלבען טאג וואס זי האט מחזיר געווען נשמתה ליוצרה איז געוועהן די יומא דהילולא, איז גאר אינטערסאנט אז זי א אייניקל איז אין דעם טאג נפטר געווארן, זי פלעגט יעדער יאהר מאכן א סעודה ביי דער יאהר-צייט אין שיקן תיקון צום בית מדרש לכבוד דער רבי ר' אלימלך זי"ע

זי האט איבער געלאזט א שיינער דור בנה הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א דומ"ץ בעלזא מונטריאל און נאך....

יהא זכרה ברוך!
זונטאג מערץ 18, 2012 11:39 am#1838
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:

עס איז נפטר געווארן א חשובע איד מזקני תלמידי קאשוי הרה"ח ר' נפתלי גליק עליו השלום
מען וועט איהם קובר זיין אין די קאשוי בית החיים.

יהא זכרו ברוך!
זונטאג מערץ 18, 2012 12:25 pm#1861
Re: יהא זכרו ברוך
האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי
זונטאג מערץ 18, 2012 12:29 pm#1863
Re: יהא זכרו ברוך
BD"H; Ovadia Weverman 37y from Israel-worked in Mexico died from heart attack @ChesedShelEmes & Zaka worked with M.E.To release him
זונטאג מערץ 18, 2012 12:35 pm#1864
Re: יהא זכרו ברוך
זיידעטשקע האט געשריבן:האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי

:lol:
זונטאג מערץ 18, 2012 12:39 pm#1865
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת:
ר' שלמה גראסס ע"ה
איז פלוצלינג אוועק אין אינגן עלטער ______
דעם פארלאפענע פרייטאג איז ר' שלמה געגאנגען אין פראספעקט-פארק שפילן מיט זיינע קינדערלעך די שפיל "טענעס"
און איז נעבעך ליידער פלןצלינג צוזאמגעפאלן דארט און האט גלייך אויסגעהויעכט זיין נשמה
ער איז געווען א אויסערגעווענליכער גרויסע בעל צדקה
יעדע פלעטבושע איד ווייסט צו זאגן פון זיינע געוואלדיגע מעשי צדקה וחסד
והלך לפניך צדקיך
יהא זכרו ברוך!
זונטאג מערץ 18, 2012 12:44 pm#1866
Re: יהא זכרו ברוך
האט קאפ האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי

:lol:

איך מיין עס ערענסט
זונטאג מערץ 18, 2012 12:47 pm#1867
Re: יהא זכרו ברוך
זיידעטשקע האט געשריבן:האט קאפ
ס'נישט קיין יושר צי קאפיען אהן ברענגען א לינק פון ווי

:oops: :oops: :oops: :cry: :cry: :cry: :oops: :oops: :oops:
זונטאג מערץ 18, 2012 1:38 pm#1874
Re: יהא זכרו ברוך
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:ווער ס'האט געקענט ר' אליעזר דוד ווייסט אז ער האט די אלע צרות מקבלגעווען באהבה.

וואס הייסט מקבל געווען באהבה? האט ער געהאלטן אז זיי קומען אים צוליב דער "מרידה"?

שמואל שלום שלמה האט געשריבן: איך האב אים אמאלגעטראפן ביי א שמחה האב איך אים געפרעגט צו איך קען קויפן "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים, האט ער מיר געזאגט בענוות חן "פאר די האסט נישט דורכגעלערנט "חשב האפוד" אויף כלים זאלסטו נישט לערנען "חשב האפוד" אויף די מ"ח קנינים..."

אינטערעסאנטער אנעקדאט.
זונטאג מערץ 18, 2012 2:31 pm#1884
Re: יהא זכרו ברוך
, האט ער געשריבן מיט ווייטאג אז ס'איז א טעות פון מענטשן צו ווערן מרביצי תורה אין חסידישע ישיבות ווייל די תכלית פון די ישיבה איז נישט הרבצת תורה נאר להגדיל הפארטיי.

בית מדרש בלא חידוש, ווי האט ער דאס געשריבן?
זונטאג מערץ 18, 2012 2:34 pm#1886
Re: יהא זכרו ברוך
ווי ס'שיינט פון שש"ש'ס ווערטער האט ער דאס געשריבן אין זיין ספר אויף אבות. איך האב עס דוכט זיך אינדערהיים, כ'על נאכקוקן אין איבערשרייבן דא זיין לשון.
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:09 pm#2020
Re: יהא זכרו ברוך
BDE: A grandfather of a kallah was niftar while giving a speech at her Sheva Bruchos in BneiBrak, BT.
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm#2021
Re: יהא זכרו ברוך
BDH: Mrs Malka Hartman U"h (53 year BP) Eishes R' Moshe Arye, Levaya 10:30am at 4514 15 Ave on way to Old Chelka of KY Beis Hachayim.
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:13 pm#2022
Re: יהא זכרו ברוך
Rebbi and 3 kids were killed in shooting in cheder in France. Shooter fled. Hashem yerachem!
m http://t.co/whulOnNj m
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:18 pm#2023
Re: יהא זכרו ברוך
א נאנטער צו רבי אליעזר דוד פאלל האט מיר דערציילט א אינטערסאנטע נקודה אז הרב פאלל האט עד סוף ימיו געליטן פון ייסורי נפש איבער זיין החלטה צו חסידות, חסידות האט געברענט אין זיין הארץ און לעומת זה האט די מדת האמת און אהבת התורה אויך געפלאקערט. יעדן פרייטאג צונאכטס זאגט דער נאנטער זיינער האט ער געהאט ספיקות, חיבוטים און הארץ-קלאפעניש צו ער זאל זיצן א שעה און זינגען י-ה ריבון, צו ער זאל לערנען מכילתא מיטן חזון יחזקאל, צו ער זאל אפשר גיין שלאפן און אויפשטיין פרי צו לערנען גמרא תוספות.
דאס איז אינטערסאנט, און עס געט צו קלערן איבער די וואס זאגן זייער שנעל אז זיי זענען "עקס-חסיד" צו זיי זענען געווען אמאל א חסיד.....
ווי האט נאר יאנקל אפיקורס געפרעגט דעם זעלבסט-געקרוינטן משכיל "ש"ס קענסטו? מורה נבוכים קענסטו? כתבי אר"י קענסטו? נו, אויך מיר א משכיל.
דאס איז זייער גוט פאר די וואס קוקן אביסל פעילד-מעסייע, אביסעלע די קורצערער אשכולות אין עצור כאן חושבים, אפאר אלגעמיינע סייטס, און אפסססס. ער איז א משכיל!
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:21 pm#2025
Re: יהא זכרו ברוך
רבי שלמה גראסס איז געווען א יחיד הדור אין צדקה, ער האט אוועקגעטיילט רוב נכסיו, ער איז געווען א ווארעמע הארציגע חסידישער איד טראץ וואס אן א בארד.
ער האט דערמאנט די ווערטל פון רבי יואליש סאטמארער (אדער סיי וועלכער אנדערער קלוגער גוט-זאגער וואס האט עס אפשר געזאגט) "אים וועט מען פרעגן איד איד, ווי איז דיין בארד, דיר וועט מען פרעגן "בארד, בארד ווי איז דיין איד?!"
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:34 pm#2038
Re: יהא זכרו ברוך
קופערניקוס האט געשריבן:ווי האט נאר יאנקל אפיקורס געפרעגט דעם זעלבסט-געקרוינטן משכיל "ש"ס קענסטו? מורה נבוכים קענסטו? כתבי אר"י קענסטו? נו, אויך מיר א משכיל.
דאס איז זייער גוט פאר די וואס קוקן אביסל פעילד-מעסייע, אביסעלע די קורצערער אשכולות אין עצור כאן חושבים, אפאר אלגעמיינע סייטס, און אפסססס. ער איז א משכיל!

:like :like :like :like
דינסטאג מערץ 27, 2012 9:42 am#3090
Re: יהא זכרו ברוך
אין מאנסי איז נפטר געווארען הרה"ג יעקב עקיבא מאשינסקי ז"ל, איידעם פון הגה"צ ר' משה וואלפסאהן שליט"א
די לויה גייט ארויס פון דא אין מאנסי ישיבה אור שמח אום עלעף אזייגער. און ביי ביהמ"ד אמונת ישראל אין בארא פארק אום צוויי אזייגער.
און ער וועט נטמן ווערן אין א"י.
דינסטאג מערץ 27, 2012 9:10 pm#3228
Re: יהא זכרו ברוך
הרב מאשינסקי איז געווען א תלמיד חכם מופלג, און א בקי נפלא אין כל כתבי החתם סופר. ער האט א סך עוסק געווען אין מקרב זיין אידן אל אביהם שבשמים. בן נ״ח שנה היה במותו.
לכבוד הנפטר איז ער אריינגעפירט געווארן בהיכל ביהמ״ד אמונת ישראל, וואו ער איז נספד געווארן דורך זיין שווער, הרב משה וואלפסאן, הרב מאטל זילבער מסטיטשין, און א ברודער ר׳ פייוול מאשינסקי. א לויה איז אויך פארגעקומען אין ישיבה אור שמח, וואו דער נפטר פלעגט עוסק זיין אין קירוב רחוקים.
תנצב״ה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 10:51 am#3271
Re: יהא זכרו ברוך
קופערניקוס האט געשריבן:רבי שלמה גראסס איז געווען א יחיד הדור אין צדקה, ער האט אוועקגעטיילט רוב נכסיו, ער איז געווען א ווארעמע הארציגע חסידישער איד טראץ וואס אן א בארד.
ער האט דערמאנט די ווערטל פון רבי יואליש סאטמארער (אדער סיי וועלכער אנדערער קלוגער גוט-זאגער וואס האט עס אפשר געזאגט) "אים וועט מען פרעגן איד איד, ווי איז דיין בארד, דיר וועט מען פרעגן "בארד, בארד ווי איז דיין איד?!"

געזאט אויף מייק טרעס
זונטאג אפריל 01, 2012 12:25 pm#3684
Re: יהא זכרו ברוך
עס איז שבת נפטר געווארן הרב החסיד הישיש ר ישראל פרנס ז״ל פון וויליאמסבורג. ער איז געוועהן 96.
זונטאג אפריל 01, 2012 4:29 pm#3698
Re: יהא זכרו ברוך
ראשעקאל האט געשריבן:עס איז שבת נפטר געווארן הרב החסיד הישיש ר ישראל פרנס ז״ל פון וויליאמסבורג. ער איז געוועהן 96.

ר׳ ישראל איז געווען א איד א צדיק. ער איז געווען א בחור איינער אליין נאכ׳ן קריג, זיינע עלטערן, אלע געשוויסטער, אלע קינדער פון די געשוויסטער, זענען אומגעברענגט געווארן עקה״ש. ער האט נאר געהאט א פעטער, הרה״ק ר׳ מנחם מענדל מסטראפקוב זצ״ל, וועלכער האט אויך פארלוירן זיין גאנצע משפחה און געבליבן בלויז מיט איין אייניקל. 
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרה״ק ר׳ אברהם שלום מסטראפקוב זצ״ל, א זון פון הייליגן שינאווער רב, א זון פון הייליגן דברי חיים פון צאנז זי״ע. זיין צורה איז געווען ממש ווי דער צורה פון זיין פעטער הרה״ק ר׳ מנחם מענדל מסטראפקוב.
אפילו ער איז געווען א גרויסער יחסן (דוכט זיך אז ער איז געווען דער לעצטער אור אייניקל פון שינאווער רב זצ״ל) האט ער ממאס געווען אין ראביסטעווע וכו׳, און האט בשום פנים ואופן נישט געוואלט ממלא מקום זיין זיין פעטער נאך זיין פטירה. בכלל האט ער ממאס געווען שקר בתכלית המיאוס. ער האט לאנגע יארן געארבעט אין דיאמאנטן דיסטריקט אויף 47 סטריט אין מאנהעטן.
אין די לעצטע יארן האט ער געליטן אויף אלצהיימער׳ס ל״ע, אבער איך האב אים געזען כסדר זיצן אין גרויסן ביהמ״ד אויף ראדני סטריט ביים שיעור פארטיפט אין דער גמרא - און דאס איז געווען אין דער צייט ווען ער האט שוין נישט דערקענט זיינע נאנטע. 
די לויה איז טאקע ארויס פון גרויסן ביהמ״ד, און ער איז נטמן געווארן אין ביה״ח אין קרית יואל.
זונטאג אפריל 01, 2012 9:32 pm#3717
Re: יהא זכרו ברוך
:like
די הערכה אויף רבי ישראל פרנס'ן איז געשריבן שיין מיט ווארעמקייט. אמת, עס איז גיווען שיין צו זעה א איד אזא יחסן און טייערער איד גייט אנגעטון חסידיש אבער נישט ראביש. רוב רעבילעך וואס טרעפן זיך אפעס א זיידע א קליינע רב אין א דערפל און טוען זיך אן שמונה בגדים האבן זיך גימעגט לערנין פון א דירעקטער איינקל פון שינווער רב און נאך צדיקים ווי ער איז ממאס אין גינוני כבוד
מאנטאג אפריל 02, 2012 7:28 pm#3809
Re: יהא זכרו ברוך
האט דער הרב פרנס א שייכות מיט די באבובע פרנס׳עס?
דינסטאג אפריל 24, 2012 12:09 am#6964
Re: יהא זכרו ברוך
בד"ה. הגאון ר' אליהו שמחה שוסטאל זצ"ל
דינסטאג אפריל 24, 2012 12:49 am#6975
Re: יהא זכרו ברוך
וויליאמסבורגער האט געשריבן:בד"ה. הגאון ר' אליהו שמחה שוסטאל זצ"ל

m http://www.vosizneias.com/105123/2012/0 ... asses-away m
דינסטאג אפריל 24, 2012 10:34 am#7023
Re: יהא זכרו ברוך
א גרויס פארלאס פאר כולל שומרי החומות.
דינסטאג אפריל 24, 2012 10:44 am#7028
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין האמת...
דינסטאג אפריל 24, 2012 4:06 pm#7133
Re: יהא זכרו ברוך
בילד פון מהרא"ש שוסטאל (קרעדיט: די וואך)
בילד
מיטוואך אפריל 25, 2012 4:06 am#7414
Re: יהא זכרו ברוך
ברוך דיין אמת, ווי אלט איז הרב שוסטאל געווען?
מיטוואך אפריל 25, 2012 9:04 am#7426
Re: יהא זכרו ברוך
הדד בן בדד האט געשריבן:ברוך דיין אמת, ווי אלט איז הרב שוסטאל געווען?

לויט ״וואס איז נייעס״ - 89.
מיטוואך אפריל 25, 2012 10:45 am#7463
Re: יהא זכרו ברוך
אויך לויט קול מבשר
מיטוואך אפריל 25, 2012 2:21 pm#7588
Re: יהא זכרו ברוך
אויך לויט לדעת - JDN - בחדרי
פרייטאג אפריל 27, 2012 10:32 am#8231
Re: יהא זכרו ברוך
ר' משה אלטמאן פון וומ"ס. איינער האט מער דיטעילס ? איז ער דער תו"א חסיד ? וואס איגעווען מיט אים
פרייטאג אפריל 27, 2012 5:12 pm#8298
Re: יהא זכרו ברוך
ר' משה איז דער תו"א. שוין געווען נישט געזונט א שטיק צייט נעבעך.
יה"ר שלא ישמע עוד וכו'
מאנטאג יוני 04, 2012 11:58 am#15930
פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.
מאנטאג יוני 04, 2012 7:40 pm#16017
שמואל הלוי האט געשריבן:פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.


די בשורה איז דאפלט שווער צוליב די טראגישע אומשטענדן וויאזוי ער איז אוועק.

ער איז ל״ע דערטראנקען געווארן נאכן זיך צוקלאפן די קאפ אויף א שטיין פון די ברויזענדע כוואליעס
מיטוואך יוני 06, 2012 8:49 am#16374
מיטוואך אינדערפרי. ברוך דיין האמת. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ובלע המות לנצח.