Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
147 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 197 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11903
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 6:06 pm#390202
טרויבן????
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 6:45 pm#390203
סקרן האט געשריבן:טרויבן????

5 מינוט
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 6:56 pm#390204
עס איז אונליין

גוגל דרייוו
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 7:16 pm#390205
דער פעטער נחום פון בעלגיע וואלט געזאגט רשעים ארורים!!!
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 7:54 pm#390208
טרויבן88 האט געשריבן:עס איז אונליין

גוגל דרייוו

וואס האט פאסירט מיט די סובטייטלס?
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 7:56 pm#390209
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
ראוונע האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:עס איז אונליין

גוגל דרייוו

וואס האט פאסירט מיט די סובטייטלס?
איך האב מיך אויך געוואונדערט, אבער דעס האט טעלעגראם ציגעשטעלט, אויך איך וועל טרעפן מיט סובטייטלס וועל איך עס ארויפלייגן
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:35 pm#390210
טרויבן88 האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:עס איז אונליין

גוגל דרייוו

וואס האט פאסירט מיט די סובטייטלס?
איך האב מיך אויך געוואונדערט, אבער דעס האט טעלעגראם ציגעשטעלט, אויך איך וועל טרעפן מיט סובטייטלס וועל איך עס ארויפלייגן

יישר כח טרויבען
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 9:21 pm#390216
ס'ארבעט עפעס נישט ATUB @טרויבן88 ATUB
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 9:35 pm#390220
און ס'איז א סעקונדא אפגעריקט
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 12:03 am#390227
סקרן האט געשריבן:און ס'איז א סעקונדא אפגעריקט
און ס'מאכט געפערליך נערוועיז . די טעלעגראם ווידיאוי איז אזוי נישט דוקא טרויבנ'ס
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 1:01 am#390229
מדארף עס דאונלאדן .
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 1:19 am#390231
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
איך דאונלאוד עס יעצט אראפ פון די וועבסייט מיט א סובטייטל און א געהעריגע פייל, וועל זיין אונליין אין אפאר
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:32 am#390241
טרויבן88 האט געשריבן:איך דאונלאוד עס יעצט אראפ פון די וועבסייט מיט א סובטייטל און א געהעריגע פייל, וועל זיין אונליין אין אפאר

ביזט א צדיק
יישר כח
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:33 am#390242
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
ראוונע האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך דאונלאוד עס יעצט אראפ פון די וועבסייט מיט א סובטייטל און א געהעריגע פייל, וועל זיין אונליין אין אפאר

ביזט א צדיק
יישר כח
פארגעסן ציצילייגן, עס איז שוין אונליין אויפן זעלבן לינק
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:39 am#390243
צי סטריעמען, אן צי דארפן דאונלאודן ניצט די לינק https://goo.gl/7W684E
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 12:47 pm#390253
די בעסטע זייטל צו זעען אלע פרקים:
m http://zira.online/watch/3084- m כיפת-ברזל-kipat-barzel/season/1/episode/8

איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:28 pm#390274
אויערבאך האט געשריבן:יא דער עמרם איז א פינסטערער פארשוין , כציטער יעדע עפיזאד עקסטער פאר יעקב , עמרם איז נישט סתם אזוי גוט מיט אים . גור אריה ווייטער איז א ביטער רחמנות געווארן מאלעסטעד אלס קינד ,ער האט אונטערגעשטעלט די בענזין אלץ נקמה.

ער האט עס נישט אונטערגעשטעלט

דער רב האט אים געכאפט ווען ער האט געוואלט אונטערצינדן זיין צימער, און דער רב האט עס גענומען פון אים, שפעטער איז אים בייגעפאלן צו נוצן די בענזין ביים רב אין שאפע אלס א שטעקן אנקעגן אים
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:33 pm#390275
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
די חלק מיט די פעקל האב איך נישט פארשטאנען
וואס ליגט דארט?
ווער האט עהם משחט געווען?
ווער האט עס עהם געשיקט? אביגדור אדער שימי?
ווער קען אויסקלארן
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 6:45 pm#390278
מסתם איז עס דראגס וואס ער האט געדארפט באקימען פון אביגדור צו פארקויפן און מאכן געלט און אויב נישט האט ער עים געסטראשעט מיטן פארכאפן זיין גירלפרענד
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 1:05 am#390300
קאצקע ציקער האט געשריבן:מסתם איז עס דראגס וואס ער האט געדארפט באקימען פון אביגדור צו פארקויפן און מאכן געלט און אויב נישט האט ער עים געסטראשעט מיטן פארכאפן זיין גירלפרענד

סאיז דראגס
שפעטער ווען יעקב האלט אים פאר היתכן ער האט עס באהאלטען אין א צווייטענס זעקל רעדט ער עפעס וועגן סמים
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 6:17 pm#390597
@טרויבן?????????????????
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 7:22 pm#390605
במקום שאין איש וכו'
דא איז פרק 9
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:30 am#390621
נורא נוראות וואס קומט נישט אלץ פאר אין דעם פרק
עמרם
גור אריה
יעקב
תמר
אלישבע
אין שימי גאר
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:22 am#390623
זייער עמאצינעל די גאנצע פרק , כהאב מיך נישט געראכטן אויף אזא טראגישע ענדע מיט גור אריה , אביסל האט מיך נערוועז געמאכט די אויסגעצויגענע דראמא מיט הרב מנשה .אויכעט איז נישט קלאר ווער שיסט למעשה גור אריה? .כהאף אז יעקב און עמרם גייען אונטערנעמען שריט קעגן דעם רב , עניוועיס נחום האט שוין שטאף די וואך.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:22 am#390635
וואס איז פשט פון דעם ווער שיסט גור אריה?
עקעלדיגע פרק
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:26 am#390639
זעלבסמארד.

זייער עמאציענאל. נאכדערצו מיט די ווארעמע ניגון פון אביתר בנאי :(
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:59 am#390640
נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:01 am#390641
ווען קומט פאר די לויה פון גור אריה ע״ה
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:32 am#390642
קומענדיגע פרק, עס גייט דארט זיין לעבעדיג מיט רב מנשה.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:57 am#390643
די רחמנות איז אויף יעקב און עמרם , זיי גייען זיך נעבעך ארומטראגן מיט שילד געפילן פאר די רעסט אף דעיר לייפס .
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:18 pm#390737
די בעסטע אקטיאר דיזע מאל איז יענקי. די פארלוירנקייט אויף זיין פנים ביים ארויסקומען פונעם אראבישן מגדל נאכן טראגעדיע. מען קען 'זען' אויף זיין פנים אז ער איז נישט דאהי... דערנאך ווי ער פלאצט אויס.

יענע פינסטערע פארנאכט דארטן אין לאגער, דער עולם לויפט ארום שיכור, שאטענעס און געשטאלטן...

ווייטער עמרם בלעים איך נישט, זינט ער איז א פארשוין מיט ווייניג געפילן בכלל, אבער אז ער האט זיך גענומען דאווענען און וויינען מיינט דאס אז די גילטי פיליניגס האבן אים פארט געכאפט. מען קען וויינען...

וואס איז די מעשה מיט שימי פארשטיי איך נישט? וואסערע געים שפילט ער אויף עמרם?
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:25 pm#390740
פריש וואסער האט געשריבן:נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

ווארשיינליך יא זעלבסטמארד.
ווען די שיסער קניידלען ווען אים אראפ וואלט די ווידיא עדיטער זיכער געצייגט די סעקונדע וואס זיי דרוקן אויפ'ן צינגל. ועוד, ער איז דאך געווען אין זייטיגע שטיבל, נישט דארט ווי זיי האבן פריער געצילט.
עוד יש לומר, אויב האבן זיי אים אליין אראפגענומען, דאן פארוואס האבן זיי אריינגעשטורעמט שאקירטערהייט?
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:10 pm#390750
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
איך מיש מיך נישט אין מחלוקת.. בכל מקרה איז עס טאקע נישט גענוג קלאר פונקטליך וואס איז דארט פארגעקומען. ונסתרים דרכי ה'.

ועל הכלל כולו יצא, אסאך פרטים זענען זייער פארנעפעלט. מ' דארף צו לאנג האלטן קאפ און פרובירן צו כאפן די המשך פונעם מעשה.

לאור דברינו אלה, קומט אויס אז דיזע מאווי איז אויס געהאלטן אפילו לפי @ליטוואק פון פעסט, ס'נישט סתם צייט פארברענגעניש, ס'שארפט אויס די קאפ אויך...
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:55 pm#390755
טראכט גוט האט געשריבן:די בעסטע אקטיאר דיזע מאל איז יענקי. די פארלוירנקייט אויף זיין פנים ביים ארויסקומען פונעם אראבישן מגדל נאכן טראגעדיע. מען קען 'זען' אויף זיין פנים אז ער איז נישט דאהי... דערנאך ווי ער פלאצט אויס.

יענע פינסטערע פארנאכט דארטן אין לאגער, דער עולם לויפט ארום שיכור, שאטענעס און געשטאלטן...

ווייטער עמרם בלעים איך נישט, זינט ער איז א פארשוין מיט ווייניג געפילן בכלל, אבער אז ער האט זיך גענומען דאווענען און וויינען מיינט דאס אז די גילטי פיליניגס האבן אים פארט געכאפט. מען קען וויינען...

וואס איז די מעשה מיט שימי פארשטיי איך נישט? וואסערע געים שפילט ער אויף עמרם?

זייער פשוט פרובירט צו מאנופעליטן עמרם זאל אנגיין מיטן מלחמה קעגן אביגדור , און ווי מזעהט געלונגט אים עס
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:56 pm#390756
פריש וואסער האט געשריבן:נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

דו שלאפסט פיין
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:58 pm#390757
אלישבע לעבט?
פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 12:13 am#390758
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי דער עולם אייסערט זיך מיט'ן פילם ווי מיט א שטיקל תוספות. ס'דערמאנט מיר פון דרשו, נאר אן אפיסאט א וואך. זינטאג איז די בחינה אין הופער. הייבסט אן חזר'ן.
פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 12:23 am#390759
די דריי חברים אין אנדערע צייטן...
פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 1:31 am#390760
ראוונע האט געשריבן:ווען קומט פאר די לויה פון גור אריה ע״ה

9:00 קענט קארנער הופער
וויא @סאטמאר עיזש קיו
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:50 am#390989
די וואך דינסטאג און דאנערשטאג קומען די לעצטע צוויי פרקים פון די עונה
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:54 am#390991
טראכט גוט האט געשריבן:די דריי חברים אין אנדערע צייטן...

יעקב גייט נאך פרום ווערן... איך קען אים נישט זען אלס פרייער מיט זיין ריינע תמימות און חסידישער הלוך ילך.....
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:29 pm#391140
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
איך האב געסטאפט וואטשן די סעריע, עס איז נישט שטיסל, אפילו נישט קיין פערצענט, עס איז גארנישט אנדערש פון עני אנדערע טי-ווי שאו, עס איז א מעשה וואס האט גארנישט ציטון מיט אידן, אפילו די חלק פון יעקב מיט די מיידל וואס ער האט זיך פארליבט טראגט פלעין נישט קיין אוטענטישקייט, סא איך האב מיך גענוג געשטיפט צי וואטשן. אבער איך האב אויפגעגעבן
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:38 pm#391142
טרויבן אויב אזוי איז עליך מוטל אונז אויפצופרישן מיט א גוטס אבער א זאפטיגס
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:46 pm#391144
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
סקרן האט געשריבן:טרויבן אויב אזוי איז עליך מוטל אונז אויפצופרישן מיט א גוטס אבער א זאפטיגס
מיינסט צי זאגן א אנדערע טי-ווי שאו?
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:53 pm#391145
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב געסטאפט וואטשן די סעריע, עס איז נישט שטיסל, אפילו נישט קיין פערצענט, עס איז גארנישט אנדערש פון עני אנדערע טי-ווי שאו, עס איז א מעשה וואס האט גארנישט ציטון מיט אידן, אפילו די חלק פון יעקב מיט די מיידל וואס ער האט זיך פארליבט טראגט פלעין נישט קיין אוטענטישקייט, סא איך האב מיך גענוג געשטיפט צי וואטשן. אבער איך האב אויפגעגעבן

מיינסט צו זאגן אז די קערעקטערס שטימען נישט. מיט דעם בין איך מסכים מיט דיר הינדערעט פערסענט
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:56 pm#391146
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
קאצקע ציקער האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב געסטאפט וואטשן די סעריע, עס איז נישט שטיסל, אפילו נישט קיין פערצענט, עס איז גארנישט אנדערש פון עני אנדערע טי-ווי שאו, עס איז א מעשה וואס האט גארנישט ציטון מיט אידן, אפילו די חלק פון יעקב מיט די מיידל וואס ער האט זיך פארליבט טראגט פלעין נישט קיין אוטענטישקייט, סא איך האב מיך גענוג געשטיפט צי וואטשן. אבער איך האב אויפגעגעבן

מיינסט צו זאגן אז די קערעקטערס שטימען נישט. מיט דעם בין איך מסכים מיט דיר הינדערעט פערסענט
אויך, אבער די גרעסטע פראבלעם האב איך אז צי מאכן א מעשה מיט געגאנבעטע דימאנטן קען מען אן חרדים, די 8 מינוט אנפאנג ביז די שאו הייבט זיך אן ווייזט אויך אומבאלומפערטקייט,

אין איין ווארט איך האב געווארט אויף בעסערס
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:02 pm#391148
טרויבן88 האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:טרויבן אויב אזוי איז עליך מוטל אונז אויפצופרישן מיט א גוטס אבער א זאפטיגס
מיינסט צי זאגן א אנדערע טי-ווי שאו?

עפעס אונז צו האלטן געשפאנט
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:35 pm#391158
לינק צו פרק 10
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:00 pm#391173
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב געסטאפט וואטשן די סעריע, עס איז נישט שטיסל, אפילו נישט קיין פערצענט, עס איז גארנישט אנדערש פון עני אנדערע טי-ווי שאו, עס איז א מעשה וואס האט גארנישט ציטון מיט אידן, אפילו די חלק פון יעקב מיט די מיידל וואס ער האט זיך פארליבט טראגט פלעין נישט קיין אוטענטישקייט, סא איך האב מיך גענוג געשטיפט צי וואטשן. אבער איך האב אויפגעגעבן

ערלויב מיך זיך צו דינגען.

איך פארגלייך נישט כיפת ברזל צו שטיסל, הגם וואס כ'האב געהאפט ס'וועט זיין ענליך. שטיסל איז געווען א סעריע איבער'ן חרדי'שן קולטור, איינס אין דער וועלט, און דאס נישט. כיפת ברזל איז א דראמא וואס אינוואלווד צווישן אנדערע חרדי'שע אידן, און איז לדעתי מייסטערהאפטיג געשפילט. דער יעקב איז איינס אין דער וועלט, רויזמאן מיט'ן גראבע שיעור פיאות און ציגעלע בארד קען רואיג גיין לערנען אין טעמפלער, און יעקב'ס ראמאנס מיט תמר איז טאקע פיקציע, אבער עפענט די דמיון און טראגט דעם מח צו א זיסע וועלט פון פאנטאזיע וואס כ'וואלט געצאלט געלט ס'זאל זיין אמת... אמת, תמר, אנדערש ווי ליבי אין שטיסל, איז פריי — נישט פרום. אבער איר תמימות, איידעלקייט און זיסקייט איז גין גאלד.
יעקב קען מען רואיג פארגלייכן צו עקיבא, תמר צו ליבי, און עמרם צו פארשלופן...

פון די אנדערע זייט איז דא גור אריה, (ר') מנשה, דער מיליטערישער רב, און די דתי לייט'ס ווי בענדזשי, און זיין שוועסטער אלישבע — וואס שפילן אייזן די פארשידענע קלאסן מזרחיסטן און די מזרחי'שע אידיאלאגיע און מהלך המחשבה. ווער ס'קען די קולטור ווייסט ווי גוט ר' מנשה'ס דרשה איז — ממש וואס די מזרחניקעס רעדן, טראכטן און הערן. פונקט אזוי פאנאטיש ווי די עקסטרעמע חרדים נאר אנדערע שיטות און אידיאלן.

איך האב זייער זייער הנאה פון די סעריע. די קעפל דארף ווען נאר זיין "טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שן באטאליאן נח"ל חרדי" און נישט איבער'ן "חרדי'שער קולטור".
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 5:45 am#391197
Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל
אפטעמיסט האט געשריבן:

אחרי ככלות הכל, פיל איך אז עס איז נישט אוטענטיש, נישט אז עס וואלט נישט געקענט ווערן בעסער געשפילט, נאר נאך אכט עפיזאדן האב איך נאכאלץ נישט געפילט א פארבינדינג צי די שאו, סא איך האב דעסיידעט עס צי דראפן

עס איז אויך ליידיג די תוכן פון די שאו, עס דרייט זיך ארום 4 ביז 6 פארבן, 1, יעקב מיט תמר. 2, עמרם מיט די דיימאנטן מיט שימי. 3, גור אריה מיט רב מנשה און די "שב"כ. 4, יעקב מיט זיין טאטע און די רב וכו'. 5, עמרם מיט די מיידל מיט וועם ער האט זיך באליבט. 6???? איך בין אויסגעלאפן פון נאך,

2,3,5 האבן בכלל נישט ציטון מיט פרומע/חרדים/מזרחי/ וכו' און אפילו די אנדערע איז אויך נישט גוט געשפילט

אויך שפילט עס איבער די זעלבע אראבער וואס שיסן שטיינער נאכאמאל און נאכאמאל, ןואס איך ווייס נאכאלץ נישט וואס עס מיינט, גור אריה זעט מען אין יעדע עפיזאד אין די כאטקע וי ער שיסט כמעט, וואס איךפארשטיי נישט פינקטליך די השתלשלית, עמרם איז אינדרויסן פון בסיס יעדן צווייטן טאג וואס איז זיך נישט גוט משתלב אין די מעשה, וכו' און עס איז אזוי נישט אינטערעסאנט פאר מיר אז איך גיי ניטאמאל ענדיגן די סעריע, עפיזאד אכט איז געווען די לעצטע