איך האב הנאה ווי יעדער מאן דהוא ווייסט פונקטליך דעם ציל פון איינציג.
ווען איך האב אנגעהויבן, האב איך געהאט א ציל צו הערן דעם צד השני, און יא, אין מיין לעבן האב איך שוין אסאך מאל געטוישט מיין מיינונג ווען איך הער דברים של טעם, און איך האב באמת געוואלט הערן דעם אנדערן צד. למעשה דא האט כמעט קיינער נישט גענטפערט צו דער זאך, און די פאר וואס האבן געטנטפערט אפילו מיך אפצוווענדן האבן למעשה געהאלטן פונקט ווי איך. מיין סך הכל איז, אז ג' שותפים בבחור בישיבה, די הנהלה, די עלטערן און דער בחור, על פי רוב אויב ארבייט מען מיט פארשטענדענישן, און אז דער בחור מיט די עלטערן פארשטייען זייער מצב און פראבירן צו ארבייטן מיט די הנהלה זענען זיי על פי רוב מצליח, ס'איז נישט ריכטיג ווען מען ווארפט ארויף אלעס אויף די פלייצע פון די הנהלה, און די עלטערן מיטן בחור האלטן אז זיי קענען טוהן מה שליבם חפץ, און ווען די הנהלה ווערט פעד אפ און ווייזן דעם וועג פאר דעם בחור שרייט מען אז דער מנהל איז א אכזר, דער מציאות איז נישט אזוי, די הנהלה וועט ארבייטן זייער שווער זיי זאלן נישט צו קומען צו א מצב ווען זיי דארפן ווארפן א בחור, נאר זיי האבן נאך א פליכט, דאס איז כלפי טובת הישיבה און כלפי די אנדערע בחורים, אויב ווערט אנערקיע, דאס הייסט אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל און די הנהלה האט זילטש השפעה אדער קאנטראל אויף די ישיבה, דאן קענען זיי ארויף לייגן א שלאס אויף די ישיבה,
וואו דער ארויסגעווארפענער בחור זאל גיין דארפן טראכטן די עלטערן און דער בחור א טאג בעפאר מען ווארפט עהם, דער מנהל האט זיך שוין גענוג געמוטשעט מיט דעם בחור ביז היינט, יעצט זאל א אנדערע ישיבה האבן דעם פלעזשער, אביסל פארשטענדעניש און מיטארבייטן וועט פירן א לאנגן וועג, דאס איז מיין מיינונג און די מיינונג פון רוב מגיבים, אפילו די וואס ''מיינען'' אז זיי האלטן פארקערט פון מיר,
איך בין מודה, און איך האב דאס ערווענט אין מיינע פריערדיגע תגובות, אז די מנהלים דארפן תשובה טוהן אויפ'ן פאקט אז זיי האבן געמאכט ווי כאילו א יוניאן, עפעס א יד אחת מיט אנדערע מנהלים, ווי אנשטאט זיי זאלן ארבייטן אז דער ארויסגעווארפענער בחור זאל טרעפן א נייע ישיבה, און על פי רוב וועט דער טשענדזש ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, רעדן זיי צוזאם אויף דעם בחור כל דבר אסור און זענען גורם אז דער בחור זאל חלילה נישט זיין אין קיין שום ישיבה, דאס איז א עוון פלילי, און די מנהלים וואס פירן זיך אזוי וועלן פון גיהנם קיינמאל נישט ארויסגיין, זיי זענען דן דיני נפשות מיט רשעות ואכזריות,
גדולה השנאה שמקלקלת השורה, די שנאה צו די מנהלים ברענגט זייער אסאך בלבולים ושקרים און די ליינערס נעמען דאס אן פאר א פאקט, איינער פרעגט "וואו זאלן די צענדליגער אדער אפשר הונדערטער בחורים וועלכע ווערן קלאסיפיצירט אלס נישט מצויינים גיין"...?! כאילו מען ווארפט יעדן בחור וואס איז נישט בחזקת מצויין, איז דאס אמת? לא מיני' ולא מקצתיה, מען ווארפט נישט קיין בחור וואס איז נישט קיין מצויין, יעדע גרויסע ישיבה האט מצויינים, בינונים און שוואכע, מען ווארפט נישט קיין בחור פאר'ן זיין פון די שוואכע, מען ווארפט נאר איינעם וואס פייפט זיך אריין אין די הנהלה און טוט כל מה שלבו חפץ, און איך ווארט נאך איינער זאל מיר מסביר זיין צו מען דארף אדער מען מעג האלטן אזא בחור אין די ישיבה.
א צווייטער שרייבט: ''וואס דארפט איר מער די צוויי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קומערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19''. איז דאס אמת? געוויס ניין!!! האט איר אמאל געהערט פון שיעור ד' אין קרית יואל? דארט איז דא אריבער 100 בחורים פון איבער 19, און מען גיט זיך מיט זיי אפ מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין סאך, מען פארשטייט זיי, און אצינד האט מען געפענט אזא ישיבה פאר די יוצאי קווינס בנשיאות ובהנהלת רבי אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, סא, דער פאקט איז אז סאטמארע בחורים האבן ווי צו גיין, און איך האף אז ביי אנדערע חסידות איז די זעלבע זאך, פאר א בחור וואס איז גרייט צו זיין אין א מסגרת איז לכאורה נישט קיין גרויסער פראבלעם, דער פראבלעם איז נאר פאר די בחורים וואס בהפקירא קא ניחא ליה, זיי ווילן זיין אין די ישיבה ווי אין א האטעל, גיין און קומען ווען אימער זיי ווילן, און וואו אימער זיי ווילן, און קיינער זאל זיי נישט זאגן קיין דיעות, די בחורים האבן א פראבלעם, און על פי רוב זענען זיי זיך אליינס שולדיג, כן נראה לפי עניות דעתי, ביז איינער וועט מיר איבערצייגן פארקערט...