Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 63 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11999
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:12 pm#390405
קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
לעצטענס מערק איך אז מ'האט ארויפגעלייגט פארשידענע טי.ווי. שאוס און איך וויל דער ענין אויסשמועסען.

מיר זענען אלע אויפגעהאדעוועט אז טעלעוויזשען איז טרייף און מאוויס זענען גוייש, און די יונגערע דור האט אויך געהערט אז אינטרנט איז ביהרג ואל יעבור. אלזא, ווען מ'ווערט עלטער און מ'זעט איין אז דער אינטרנט איז גארנישט ביהרג ואל גארנישט, נאר א חלק פון לעבען, ווערט מען אביסל לייכטער אין אלע עניינים.
איך וויל אבער נישט רעדען פון די תורה שטאנדפונקט דוקא, נאר פון א מענטשליכע. אונז האלטען מיר אלע פון זיך אלס אויפריכטיגע מענטשען. יא, אפשר זענען מיר אנטוישט פון דער סיסטעם, אבער נישט ווייל עבדא בהפקירא ניחא ליה, נאר ווייל עס שטימט נישט מיט שכל. אונז ווילען מיר זיין שכל'דיגע מענטשען און פאר דעם זוכען מיר אן אייגענעם לעבען. פאר אזא מענטש, דארף מען זוכען נאר חכמה און טיפקייט. זיך סתם דרייען און פוסטעווען האט קיין שום פשט נישט. מ'דארף זיך אמאל אויסלופטערען, קומט מען שמועסען אין קאוועשטיבעל, די עכטע און די ווירטואלע. אבער דער עיקר וואס מיר זוכען איז חכמה און רעכטיגקייט. מיר ווילען האלטען א חשבון אויף אונזערע יארען און און זיי אויסנוצען זיך אויפצובויען.
דאס קוקען מאוויס איז לדעתי א סתירה צום גאנצע צלם אלקים, צום גאנצע חשיבות פון דער מענטשהייט. מ'איז א מענטש מיט געוואלדיגע כשרונות, און מ'פישט עס אוועק אויף דמיונות שוא, אויף מעשה'ס או געפילען פון יענעם, א בחינה פון חלמו אחרים על אחרים?! שמועסט דברי חכמה, פרעגט'ס שאלות אויף אמונה, טראכט'ס וויאזוי א טובה צו טוהן א מענטש, וויאזוי צו פארשטייען מענטשען און גאט בעסער, אבער סתם זיצען און זינקען אין נאנסענס פאסט נישט פאר אן ערנסטע מענטש.
און דאס גילט אויף ספורט'ס אויך. ווי קומט עס אז אן ערוואקסענע מענטש זאל זיך אריינלייגען אין אזא מין קטנות ווי קלערען ווער האט אריינגעלייגט א באל אין וועלכע נעץ? וואס טוט עס פאר דיר, וואס האט עס מיט דיין לעבען? וואס פארא בענעפיט ברענגט עס פאר די מענטשהייט?
יא, מ'דארף זיך אפרוען, מ'דארף האבען זאכען מיט וואס זיך צו אויסלופטערען, און מסיח דעת זיין פון די דרוק פון די טאג, אבער דאס איז נישט קיין תכלית פאר זיך, נאר א וועג זיך אויפצובויען צו קענען ווייטער טוהן וויכטיגע זאכען. אבער דאס ליגען אין נאנסענס איז א בזיון פאר א מענטש מיט א מח אין קאפ.

איך קום נישט פרעדיגען א פרומקייט, נאר א מענטשליכקייט. און איך בין גארנישט בעסער. ווען מ'לייגט מיר אין פראנט פון א סקרין מיט גארנישט צו טוהן און קיינער וועט מיר נישט כאפען, וואלט איך אויך שטארק געוואלט זיך ווייקען אין א נערישע מעשה דמיון מיט פראפעסיאנעלע אקטארס און א שעפערישע אויספיהר. אבער מענטשליך איז עס נאכאלס נישט.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:21 pm#390406
הוא מותיב לה והוא מפרק. פרעגסט וועלכע בענעפיט עס ברענגט, און שרייבסט עס אויך. יא, עס העלפט אויסלופטערן. עס נעמט דיר ארויס פון עולם המעשה מיט אלע סטרעסס און טראגט דיר אוועק צום עולם הדמיון, דארט וואו עס עקזיסטירט נישט קיין דאגות און פראבלעמען...

דו קענסט אויך אין איינוועגס ארומפארן די וועלט, זעהן שיינע פלעצער וואו דו וועסט לכאורה נישט אנקומען קיינמאל. מען קען אויך זיך בעסער ארויסגעבן די געפילן, ווי לאכן, וויינען, זיך רעגן, זיך בארואיגן, אא"וו.

ווי יעדע אדיקשען, איז נישט גוט אויב מען קוקט צו אפט, אבער דא און דארט, איז גארנישט ערגער ווי ליינען א נאוועל מעשה זיך צו אויסלופטערן די מחשבות.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:22 pm#390407
מיט וואס איז א מואווי אנדערש ווי אנדערע אַרט? א הערליך מאלעריי אדער ארכיטעקטור פארשטייסטו, אבער א קונסטליך געשפילטער פילם קענסטו נישט פארשטיין?
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 8:34 pm#390410
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
/
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 9:19 pm#390414
אויסלופטערען האט אן אייגענעם מיין, כפי דער שיעור וואס ס׳פעלט אויס. נאר א מאווי איז עפעס מער ווי אויסלופטערען, דאס איז א סארט ליגען אין דער זאך. מ׳פארשטייט אליינס אז עסען איז א מיטל צו זיין געזונט און צו האבען כוחות. ס׳איז אויך א וועג אביסל זיסער צו מאכען דער לעבען צו קענען בייקומען די סטרעסס פון לעבען. אבער ליגען אין עסען און ווערען א foodie פאסט בכלל נישט פאר אן ערנסטע מענטש. ס׳איז א קטנות און א שפלות וואס א בעל דעת ושכל וואלט געמעגט שטייען העכער דערפון. אזוי אויך איז דאס ליגען אין א מעשה דמיון פון א שעפערישע שרייבער א סארט ליגען אין הבלים, ער איז אינו עוסק בישובו של עולם כלל. דאס איז א פאר שעה, נישט עפעס אן אפרו.

טאמער דו מיינסט ווען איינער גייט אויף א וואקעישען ווייל עס פעלט איהם שטארק אויס. אבער דאס איז א זעלטענעם ערשיינונג, נישט קיין וואכענטליכע זאך.

ראובן - ווען איינער אינוועסטירט צייט און געלט צו גייען זע׳ען א שיינע מאלעריי, איז ער אויך אן אינו עוסק בישובו של עולם, נישט אנדערש ווי זיך אויסשפרייטען אויף א קאוטש פאר א גרויסען טי.ווי. איך האב גארנישט געמיינט קיין אידישליכע טענה, נאר מענטשליך. ביסט דאך א בעל כח, ט׳ווי קען מען עס פאטשקענען אויף זאכען וואס זענען דא היינט, און מארגען פארשוואונדען? טו עפעס וויכטיג? העלף איינעם, בוי עפעס, ווער קלוגער! פאטשקע נישט די כוחות אויך דברים של מה בכך!

דאס איז מיין הרגש.

קל וחומר - איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:11 pm#390419
די געדאנק וואס די זאגסט איז רובו אויסגעהאלטן, דהיינו אז א געזונטע מענטש דארף זיך נישט אריינלייגן אין א זאך וואס ער ווערט אינגאנצען פארגליווערט דערון. אבער א מאווי דא און דארט מיט א שיעור איז דומה צו א גוטע נאוועל אז מ'ווערט אביסעל אוועקגענומען פון דער ארום, און מ'לאנדעט נאכדעם. קען זיין די זעסט נישט קיין תועלת אין נאוועלס, און כ'וועל דיר מודה זיין אז איך זע אויך נישט אבער ס'דאך דא גענוג מענטשען וואס האבן א טעם דערין, די זעלבע איז מאוויס, ווי לאנג אז מ'ווערט נישט פארלוירן מיט מאווי קוקען.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:29 pm#390420
ליטוואק, איך פארשטיי יא וואס די זאגסט און איך האלט אויך אזוי.
איך פלעג אמאל יא וואטשן א מאווי, אבער זייט יוטוב קען איך שוין כמעט נישט וואטשן. ס'פילט זיך זייער ליידיג און אויסגעשפילט. אפשר אמאל א קאמעדי קליפ. ( אפשר האסטי נישט דאס געמיינט)

איך האב שוין באקומען פיל ידיעות און פארשידענע סאבזשעקטס, פון סייענס צו מעכאניקס צו ביזנעס, און אלעס און-צווישן. (נאכנישט אנגעקומען צו גראמאטיק, ועוד חזון)

דא האט איר א אינטערעסאנטע קליפ וואס ווייזט וויזוי איינער האט אויסגענוצט זיין איבעריגע צייט און וואס ער האט אלץ אויפגעטון. הגם, איך וואלט אביסל אנדערשט גענוצט מיין צייט.
[youtube][youtube]https://youtu.be/TQMbvJNRpLE[/youtube][/youtube]
צו ספורטס האב איך סתם אזוי קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קען א מענטש פארברענען אזויפיל צייט און הערן ווער האט געגעבן דעם באל צו וועם.., אבער אפשר פארשטיי איך נישט אלעס.
ס'שוין געווען אמאל ווען איינער האט מיך אנגעקוקט ווי איך בין געפאלן פון די לבנה ווייל איך האב נישט געקענט ענטפערן ווער ס'גייט שפילן יענע נאכט
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:31 pm#390422
אפשר איז די לינק בעסער

]https://youtu.be/TQMbvJNRpLE
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:11 pm#390426
וואלווי, איך בין מסכים אז אמאל אמאל מאכט נישט אויס, איך האב נישט געמיינט אז ס׳איז אן עבירה. איך מיין די כסדר׳דיגע קוקן און מיטהאלטן מיט שאוס. איך זאג אליינס אז איך פארשטיי די רייץ, און איך בין נישט קיין צדיק, נאר ס׳קומט מיר כמעט נישט אויס. אבער דער עקרון מיין איך דארף אויסגעשמועסט ווערן אז מ׳זאל פארשטיין די געפיהל.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:20 pm#390427
פאר עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן אונטערן אייזערנעם פארהאנג פונעם חרדישן לעבנסשטייגער און וויל זיך באקאנט מאכן מיטן אלגעמיינעם מהלך החיים, (נישט זיך איינצוגלידערן, פשוט צו זיין באהאוונט דערינען), העלפט מאוויס אסאך ארויס.

פארשטייט זיך אז מען דארף אלץ געדענקען אז אסאך דערפון איז אן אקט און נישט עכט, אבער א שטיקל בליק גיבט עס.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:37 pm#390428
ליטוואק, אויב ביזטו מסכים אז עוסק זיין אין שכל איז סך הכל אן הנאה פארן שכלדיג מענטש ווי עסען פארן פאדי און מאוויס פארן מאווי וואטשער, דאן בוסטו גערעכט.
פארוואס זוך קאכן אוו מחשבה און זיין אריינגעטון אין שכל, איז בעסער ווי זיין אריינגעטון אין מאוויס אדער אכילה.
אדער דארף מען א באלאנס פון אלעם, אדער איז יעדער בוחר וואס ברענגט עם הנאה.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:57 pm#390431
איך וואטש קיינמאל כמעט נישט קיין מאוויס מעהר. סאינטערסירט מיך גאר ווייניג וואס די פרייע אידן אין האליוואד זויגן ארויס פון זייערע פינגערס. קיין שום זאך וואס איז נישט ״אמת״ אינטערסירט מיך נישט, איך קען אויך אויפמאכן מעשיות. די איינציגסטע זאכן וואס איך וואטש איז ׳דאקיומענטריס׳.

ווער סהאט א גיטע רעקמאנדאציע פאר א גיטע דאקיומענטרי זאל זיך אנרופן, ולמצוה גדולה יחשב.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 12:12 am#390434
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
נולד מאוחר האט געשריבן:ליטוואק, אויב ביזטו מסכים אז עוסק זיין אין שכל איז סך הכל אן הנאה פארן שכלדיג מענטש ווי עסען פארן פאדי און מאוויס פארן מאווי וואטשער, דאן בוסטו גערעכט.
פארוואס זוך קאכן אוו מחשבה און זיין אריינגעטון אין שכל איז בעסער ווי זיין אריינגעטון אין מאוויס אדער אכילה.
אדער דארף מען א באלאנס פון אלעם, אדער איז יעדער בוחר וואס ברענגט עם הנאה.
א נידריגע מענטש לעבט אין נידריגע הנאות, א פרימיטיווע מענטש אין פרימיטיווע הנאות, און א דערהויבענע מענטש אין דערהויבענע הנאות. נישט אז מאוויס זענען שלעכט, אבער נידריג איז עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 12:15 am#390436
שבת אחים האט געשריבן:איך וואטש קיינמאל כמעט נישט קיין מאוויס מעהר. סאינטערסירט מיך גאר ווייניג וואס די פרייע אידן אין האליוואד זויגן ארויס פון זייערע פינגערס. קיין שום זאך וואס איז נישט ״אמת״ אינטערסירט מיך נישט, איך קען אויך אויפמאכן מעשיות. די איינציגסטע זאכן וואס איך וואטש איז ׳דאקיומענטריס׳.

ווער סהאט א גיטע רעקמאנדאציע פאר א גיטע דאקיומענטרי זאל זיך אנרופן, ולמצוה גדולה יחשב.

גא"מ
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:38 am#390447
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ליטוואק, אויב ביזטו מסכים אז עוסק זיין אין שכל איז סך הכל אן הנאה פארן שכלדיג מענטש ווי עסען פארן פאדי און מאוויס פארן מאווי וואטשער, דאן בוסטו גערעכט.
פארוואס זוך קאכן אוו מחשבה און זיין אריינגעטון אין שכל איז בעסער ווי זיין אריינגעטון אין מאוויס אדער אכילה.
אדער דארף מען א באלאנס פון אלעם, אדער איז יעדער בוחר וואס ברענגט עם הנאה.
א נידריגע מענטש לעבט אין נידריגע הנאות, א פרימיטיווע מענטש אין פרימיטיווע הנאות, און א דערהויבענע מענטש אין דערהויבענע הנאות. נישט אז מאוויס זענען שלעכט, אבער נידריג איז עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דו פאקט אז די בעלי תאוות צי שכל ריפען אן זייערע הנאהס 'העכער', און די הנאות וואס זיי גלייכען נישט 'נידריג', זאגט מישט קיין סך פאר מיר.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 1:51 am#390449
איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט מסכים מיט קיין איינער פון דיינע הנחות, וכמו שהקדימני חבריי לעיל. ואולי יש לך לעיין צו דיין אפשיי דערצו נעמט זיך נישט פון דעם וואס דו האסט פשוט נישט קיין געשמאק דערצו. יעדע שמויגער מיט זיינע תאוות. דער וואס געבט זיך ארויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט ווי דער וואס גיבט זיך ארויס מיט א גראבע שטיק סטעיק.

איך וויל נאר צולייגן איין קליינע נקודה וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא. עס זענען דא א סאך (נישט דאס מערהייט אבער גענוג און נאך) גוטע טיווי שאוס און מאוויס וואס גיבן חומר למחשבה מער ווי סיי וועלכע ספרי מחקר, פילוסופיה ופסיכולוגיה, א שטייגער ווי געים אוו טראונס, וועסטווארלד, די מעיטריקס, די בריק אויף די ריווער קוויי, איטס עי וואנדערפול לייף וכדומה. עכטע מבינים פארשטייען אז רבי נחמנ'ס סיפורי מעשיות זענען פיל טיפער און שטערקער ווי אלע זיינע תורות. ראובן האט שוין אביסל געשריבן אויבן. דאס וואס דו זעהסט פרימיטיווקייט קען זיין אז דו ביזט נאכנישט געקומען צום טעם.

נולד האקט ענליך...


.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 3:07 am#390453
איך מיין ליטוואק האט עפעס רעכט. מיך דוכט זיך אז רוקוועדיגע בילדער האט א כח שליטה איבערן מענטש פיהל מער פונוואס מען איז באוואוסטזיניג. די אלטען האבן קודם בכלל נישט געברויכט זיך אויסמשל'ען. פארקערט, ע"ז האט זיך אנגעהויבן מיט די באדארף זיך אויסצומשל'ען. דערפאר האט זיך אנגעהויבן מאלערייען אין די היילן, געשריבענע טאבלעטן, געשריבענע פאפירוסן, פארמעט, בילדער אויף די ווענט אין די טושוירטשעס, פאטאגראפיע ביז צו ווידעאוס. די אלטען האבן זיך געגנגעשטעלט דאס אראפשרייבן ווייל זיי האבן געוואוסט דאס וועט קאליע מאכן דאס געדענקען. און ווי מער דמיון, ווי מער מען מאכט דער אבסטראקט לעבעדיגער, אלץ קלענערער טשאנס צו תופס זיין דער עכטער אבסטראקט. אפילו שפיגלען וואלט איך געזאגט איז א דעוועלאפמענט מחמת דער מחסור. ווי ס'שטייט וראית את אחורי ופני לא ייראו. און א מענטש איז דאך א חלק אלוהי ממעל.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 3:59 am#390454
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
האסט אנגעפאנגען דיין אשכול איבער די שאו'ס וואס ווערט לעצטנס ארויפגעלייגט, און אויף דעם האסטו עס באטיטלט מיט אסאך מינע נעמען, איך ווייס נישט פינקטליך וועלכע שאו די רעדסט פון, איך האב נישט ארויפגעלייגט קיין סיי-פיי וכו' און קיין איין פאלטשע מאווי, בסך הכל האב איך ארויפגעלייגט ריאליטי/דאקומענטרי וכו', וואס איז די פראבלעם פון די שאו'ס? און איך וועל מיך פרובירן צי האלטן צי די ליניע, לשיטתי

מאווי'ס האב איך נאכנישט געזען קיין איינס, איך ברעך פון מאווי'ס אפילו נאכגעשפילטע טי-ווי שאו'ס וואס זענען באזירט אויף א מעשה, אדער אינגאנצן נאכגעשפילט, אויב איז עס נישט קרוב אל האמת קען איך עס נישט וואטשן,

ווידעראום א מאווי ווי one of us, האט נישט קיין שום פראבלעם עס צי וואטשן,

איך זאג נישט אז מען וועט ווערן א גאון פון וואטשן טי-ווי שאו'ס, און קיין עושר אויך נישט, אבער סתם זיך צי לופטערן, פארוואס נישט,

אבער נאכאלץ טראכט איך אויך אז רוב עולם ניצט מאוויס אומריכטיג, אבער נישט מער אומריכטיג ווי זיי ניצן סתם אזוי זייער שכל,
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 7:19 am#390456
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
הוגה - הלואי ווען איך האב נישט קיין תאווה דערצו. אבער ס׳איז נישט אזוי. אוי ווי ס׳רייצט זיך ביי מיר, הן מאוויס הן נאוועלס. איך בין פשוט געקומען צו די הכרה אז די אפשיי איז לאו דוקא א אידישע, עס איז פשוט א מענטשליכע. און דיין שפראך אז מ׳געבט זיך אויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט וכו׳ פאסט בכלל נישט. נאר איינער וואס האט קיינמאל נישט געלערנט, צו נאר געחלומ׳ט דורך א בלאט גמרא, קען אזוי רעדען. מיט׳ן לערנען א בלאט גמרא האסטו אויפגעטוהן, ביסט געווארען א בעסערע מענטש, א מענטש וואס ווייסט קלארער וואס זיין געטליכע פליכטען זענען. מיט׳ן צולייגען אביסל ספייסעס צו דיין סטעיק, האסטו אויפגעטוהן אז בין רגע פון עסען האסטו אן אנדערע געפיהל אין מויל, דו זעסט טאקע נישט די חילוק?

און דער צושטעל צו ר׳ נחמן איז מביא לידי גיחוך. ער האט געמיינט אז מ׳זאל טאקע אפלערנען די מעשיות ווי די תורות. נישט אז דאס זיך אויסשפרייטען אויפ׳ן קאוטש מיט א גרויסע שיסעל פאפקארן דערלעבען און זיך ליינען א פאר שיינע מעשה׳ס פון א בת מלך איז העכער פון די תורות.

טרויבן88 - איך קען טאקע נישט די שאויס וואס דו האסט געלייגט. איך האב געזען די קעפעל און עס האט מיר געמאכט אומבאקוועם, אז עס פאסט נישט פאר אונז. טאמער עס איז טאקע ווי דו זאגסט, בעט איך דיר איבער. נאר משנה לא זזה ממקומה, מיין מיינונג אויף אלגעמיינע מאוויס און שאויס איז נאך אלס אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 10:19 am#390458
און דער אמת איז, אז אלעס ווענד זיך אין דער תכלית, א מענטש האט געזעהן א מאווי און ארויס גענומען פין דעם א מוסר השכל אין מדות טובות, צו וויאזוי צו האנדלן ערליך וכו', על זה נאמר צדיקים ילכו בם, האט ער געלערנט א בלאט גמרא צו א סימן אין חושן משפט און ווייסט ווי אזוי ער קען יענעם באגאנווענען צו ער קען יענעם מבזה זיין ד.ה. ער לערנט לקנטר וכו', על זה נאמר ופושעים יכשלו בם.

נישטא קיין רע בהחלט.

אוודאי איז דא מאוויס וואס איז בעסער אז מען זעהט נישט, אבער מען קען פין אלעס ארויס נעמען א רמיזא דחכמתא. אמאהל דירעקט, און אמאל פין דער ולא למדתי, כידוע.

און דאס איז לאו דווקא ביי גוי'שע מאוויס און התנהגות, אמאהל ווען מען קוקט צו דער התנהגות און רעדען פין "ערליכע" אידן רבנן ותלמידהון דארף מען אויך ניצען דער ולא למדתי, און איז א בחינה פין א שלעכטע מאווי.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 10:49 am#390459
הוגה בתפארתו..
"יעדע שמויגער מיט זיינע תאוות. דער וואס געבט זיך ארויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט ווי דער וואס גיבט זיך ארויס מיט א גראבע שטיק סטעיק".
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 10:57 am#390460
איך זע אז מען איז דא דן אויף צוויי זאכן. א) אויב קוקן מאוויס קען עפעס ברענגען א תועלת פאר'ן מענטש. ב) אויב עס איז אן ענין צו נהנה זיין בלויז פון זאכן וואס ברענגען א תועלת.
מאנכע האבן דא געזאגט אז עס איז נישט קיין חילוק פון וואס מען האט הנאה, א בלאט גמרא אדער א שטיקל פארנאגראפיע. ס'איז אלס איינס. איך מיין אז דאס פירט צו גאר א רעלאטיוויסטישע געדאנקענגאנג. ס'איז דאך זיכער אז ס'איז דא בעסערע זאכן צו נהנה זיין און ערגערע זאכן צו נהנה זיין. א מענטש וואס האט הנאה פון טשעפען און מצער זיין אנדערע איז זיכער אויף א נידריגערע מאראלישע שטאפל ווי א מענטש וואס האט הנאה פון טון א טובה פאר א צווייטן.
בנוגע די שאלה אליין, האב איך אויך זיך געראנגלט מיט זיך אליין דערוועגן. איך האב זיך געמאכט א כלל אז איך קוק בלויז מאוויס וואס זאגן עפעס א מעסעזש. צו ווייל זיי דערציילן אן אמת'ע געשיכטע (ערשט האב איך געענדיגט קוקן האטעל רוואנדא, ממש א מייסטערהאפטיגע ארבעט געשילדערט א טרויעריגע קאפיטל געשיכטע פון וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז דאן). צו ווייל אפילו ס'איז פיקציע לערנט עס עפעס אמת'דיג איבער דעם מענטשליכן נאטור. א שטייגער ווי דער מאווי Her, וואס האט מיר געלאזט מיט פילע מחשבות איבער ארטיפישעל אינטעליזשענס.
מהאי טעמא בין איך זיך נוהג נישט צו קוקן טיווי שאוס, ווייל מען פארברענגט צופיל צייט. א מאווי קוקט מען א שעה צוויי און געגאנגען ווייטער.
ערגעץ וואו האב איך אמאל געשריבן א גאנץ אשכול איבער ביאגראפישע פילמען, וואס איז באמת אן אינטערעסאנטע און אינפארמאטיווע זשאנרע. מען קען דערנאך פארגלייכן מיט די היסטארישע פאקטן און זען ווי אקוראט עס איז.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 3:18 pm#390474
שלום עליכם יאיר, מדארף טאקע עפענען א אשכול אויף די זשאנרע מאוויס וואס לערנען עפעס טיפערס.
הוגה כ'בין אויף דיין זייט, אבער צו זאגן אז טי ווי שאויס לערנען מער ווי סיי וועלכע ביכער, איז א ראדיקאלע סטעיטמענט, טי ווי שאויס ווערן פראדאסט אויף אזא וועג אז רוב מענטשן זאלן עס ענדזשויען צו וואטשן און נישט בלויז אפאר נערדס במילא וועט אפילו די טיפסטע שאויס זיין פיל מיט חומר'דיגע ענינים ווי סעקס און לצנות וכדומה סתם צו אנפילן אונזערע מוחות מיט ווי מער ענטערטעינמענט שייך, בפרט HBO וואס די שאויס וואס דו האסט דערמאנט זענען זייערס, זענען בארימט פארן אריינלייגן גאר עקספליסיט מאטעריאל סתם פאר איי קענדי. וואלט איך קיינמאל נישט געקלעימט אז איך וואטשן עס ווייל עס מאכט מיר קליגער.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 3:49 pm#390476
געבען א בלענק טשעק פאר מחשבה, פילאסאפיע, איז נישט ריכטיג. סדא מענשען וואס קאכן זוך און מחשבה, א חלק ווערן סתם יוסף דעת יוסף מכאוב, א חלק טוען סתם מענטעל מעסטערבעשן, העלפט נישט און שאד נישט. אודאי אויב איז דא עפעס מער תכליתדיג אויפציטאן זאל מען נישט פארברענגען די צייט. און אויפטאן אליין איז סאבדזעקטיוו ביי יעדעם מיינט דאס עפעס אנדערשט.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 5:25 pm#390481
נולד מאוחר האט געשריבן:געבען א בלענק טשעק פאר מחשבה, פילאסאפיע, איז נישט ריכטיג. סדא מענשען וואס קאכן זוך און מחשבה, א חלק ווערן סתם יוסף דעת יוסף מכאוב, א חלק טוען סתם מענטעל מעסטערבעשן, העלפט נישט און שאד נישט. אודאי אויב איז דא עפעס מער תכליתדיג אויפציטאן זאל מען נישט פארברענגען די צייט. און אויפטאן אליין איז סאבדזעקטיוו ביי יעדעם מיינט דאס עפעס אנדערשט.

אין הכי נמי. שכל און מחשבה זענען נישט מיין עבודה זרה, כאטש איך בין דאס זייער מחשיב. איך ברענג נאר ארויס אז דער געדאנקענגאנג אז יעדע הנאה איז אייניג איז נישט ממש אויסגעהאלטן פון א מאראלישע שטאנדפונקט.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 6:42 pm#390483
א מאווי ווי מען זעהט דער בעל שם טוב פירען טיש וואלט דאך ליטוואק אויך מסתמא געקוקט, אדער עכ"פ נישט געזאגט עס פאסט נישט פאר א מענטש מיט שכל. איז דער גאנצער דיון אויף די תוכן. ווענדט זיך אויב עס האט תוכן אדער נישט, און יעדער איינער לויט וועלכער תוכן עם געפעלט. איך ווייס נישט ווי שטעקט דא די מחלוקת.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 6:57 pm#390484
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
די מחלוקת איז, איך האלט אז דאס ליגען אין יענעמ׳ס פיקציע איז א זלזול אין די מדרגה פון דער בחיר הנבראים דער מענטש, וואס קען נוצען זיין מעלות צוצוקומען צו גדולות ונצורות. אויף אויסלופטערען האב איך נישט קיין טענה. (א ווידיאו פון דער בעש"ט עסען, פאר אנדערהאלב שעה, איז אויך אביסל איבערגעטריבען. ווען ער זאגט תורות צו פסקנ׳ט שאלות צו פארענטפערט שווערע רמב"ם׳ס איז עס נישט אזוי).

אנדערע האלטען אז הנאה האבען האט ווייניג מאראלען, אוו יעדער לויט זיין געשמאק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 7:19 pm#390485
פיקציע איז דאך נישט קיין שם הכולל, עס ווענדט זיך ווייטער אין די תוכן פון דער פיקציע. פאראן פיקציע וואס איז סתם שטותים און פארהאן וואס האט אין זיך א תוכן.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 7:44 pm#390486
נאטורליך זענען מיר נישט געבויעט אריינצונעמען אזויפיהל סענסארי אינפוט וואס מיר נעמען היינט אריין אין אפילו א קורצע וויילע. סיי צוליב די פיזישע לימיטעישאנס, סיי צוליב פארשידענע פארעמען פון אינפוט זענען ארטיפישעל -
ניי פאבריצירט. לבי אומר לי אז די חושים פון די אלטען זענען פיהל אויסגעשפיצטער געווען. די טעמפטעישאן און עדיקשאן צו די קאנסומפשען פון אינפארמאציע איז זעכער אייביג געווען. אפשר אבער איז די מח מער פיקעל ווי מיר מיינען און זי ווערט שנעל (אויסגעמיטשעט איז נישט די ווארט) מיד פון 'נישט מסיח דעת זיין.' ד.ה. "נישט לערנען איז די נסיון נישט לערנען איז די נסיון - ווייס וואו די קאמע געהערט.."
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 7:51 pm#390487
א תוכנדיגע שמועס, א פיינע מענטעל מעסטערבעשן ווי נולד רופט עס.
כהעלל נאר מצדיק זיין דער צדיק הוגה און זאגן אז מאוויס און שאוס מיט א גוטע סקריפט און עקטערס-עקטרעסעס, וען עס בארירט דעם מענטש, בארירט עס דעם מענטש אין די נשמה, מוח, אין טיפסטע חדרי לב וואס קיין שום אינטעלקטעאלע שמועס אדער ספר קען נישט דערגרייכען. און דער סיבה איז זייער פשןט, ווייל דער מענטש עקספירענסט עס כאילו הוא עצמו יצא ממצרים. אז מען רעדט שוין פון מצרים, מען קען לערנען און ליינען א גאנץ לעבן איבער די שוועריקייטען וואס אידן האבן מיטגעמאכט און מצרים און מען וועט נישט קענען מקיים זיין דעם "כאילו הו עצמו יצא" ווי ווען די זעסט א גוטע פילם אדער נאוועל דערוועגן. אזו איז עס און כמעט יעדע נקודה וואס עקספיריענסן די זאך אליינס ברענגט א קלארקייט און מען דערעהערט די זאך ברמ"ח אברים ושס"ה גידים, בפרט ווען עס האנדעלט זיך און פארשטיין די יומען ספישיס- זייער נייגונגען ,געפיהלן, שוואכקייטן וכו וכו' וכו' ווי שלום שטיסל וואלט געזאגט .
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 8:05 pm#390489
ווער איז נעקסט צו זאגן א מיינונג? משה געציל?
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 8:10 pm#390490
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
צוויי הערות:
א. פיקציע איז אסאך מאל - זייער אסאך מאל - אסאך מער אמת ווי נישט פיקציע.
ב. רט. ראובן, אַרט איז קיינמאל דברים בטלים.
נאר, נישט יעדער מאווי איז ארט. נישט יעדער האט א הרגש צו ארט.
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 8:11 pm#390491
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער איז נעקסט צו זאגן א מיינונג? משה געציל?
פון דא זעט מען אז די אלע אנטלאפענער זענען נאר אנטלאפען ווייל מ׳האט נישט געטראפעו די שמועסען וואס זיי זוכען.

בענדזשאמין פרנקלין איז אפשר גערעכט, אבער די סארט ביכער און מאוויס זענען זייער זעלטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 9:19 pm#390493
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
לאבהורי בעלמא - נאך א פאר אישי׳ס, וויל איך דא ארויס ברענגען אז איך קום נישט משפט׳ן די מענטשען אלס נידריגע מענטשען. נאר די מעשה. איך האב פונקט אזא תאווה ווי יעדעם און נישט אייביג שטייט מען ביי, הגם אז עס איז זעלטען וואס די געלעגנהייט קומט מיר אויס. אבער מיין געפיהל נאכ׳ן טוהן איז ווי אויבענדערמאנט, אז איך האב מיר פארפליישיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 12:18 am#390496
א קומזיץ/בוטע איז אויך נישט משיג צו זיין פאר א מענטש מיט שכל? אדער נגינה און הרגש איז א קונסט וואס האט יא פלאץ ביי די אלפא איד.

און אז מ'רעדט שוין, די ברכת יעקב איז פיל מיט ברכות פאר א שפע פון: געלט, עשירות, וויין און געשמאַקע עסן. נישט ברכות צו זיין בעלי מחשבה און מחברים פון דיקע בענדער ספרים.

שכר ועונש און די תורה ווערט אויך געמאסטן מיט ריינע גשמיות נישט מיט בחינות פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה. מ'איז דאך אויף א עולם הזה. מאוויס אדער הנאה האבן פון א פעינטינג איז עולם הזה הנאה פונקט ווי די תאווה פון זיין שבט ביהודה אדער דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל. אפגערעדט פון זיין די לענדלארד אויפן חוף היום און האבן אויגן רויט פון הענגאווערס.

צו האלטסטו טאקע אז א גוי וואס עסט נישט לכבוד שבת קודש אויב האט ער שכל איז נישט דא פלאץ פאר גשמיות אויף זיין וועלט?
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 1:52 am#390497
את חטאי אני מזכיר איך האב אויך קיינמאל נישט געגליכן קיין פיקציע מאוויס צוליב עטליכע סיבות אבער ליינענדיג יעצט וואס איך פארפאס אלס זעה איך אז ס'נישט מער ווי עצת היצר און מ'וועט זיך בעז"ה מתגבר זיין.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 6:51 am#390499
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א קומזיץ/בוטע איז אויך נישט משיג צו זיין פאר א מענטש מיט שכל? אדער נגינה און הרגש איז א קונסט וואס האט יא פלאץ ביי די אלפא איד.

און אז מ'רעדט שוין, די ברכת יעקב איז פיל מיט ברכות פאר א שפע פון: געלט, עשירות, וויין און געשמאַקע עסן. נישט ברכות צו זיין בעלי מחשבה און מחברים פון דיקע בענדער ספרים.

שכר ועונש און די תורה ווערט אויך געמאסטן מיט ריינע גשמיות נישט מיט בחינות פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה. מ'איז דאך אויף א עולם הזה. מאוויס אדער הנאה האבן פון א פעינטינג איז עולם הזה הנאה פונקט ווי די תאווה פון זיין שבט ביהודה אדער דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל. אפגערעדט פון זיין די לענדלארד אויפן חוף היום און האבן אויגן רויט פון הענגאווערס.

צו האלטסטו טאקע אז א גוי וואס עסט נישט לכבוד שבת קודש אויב האט ער שכל איז נישט דא פלאץ פאר גשמיות אויף זיין וועלט?
דו זאגסט עטליכע טענות.

1. א קומזיץ\באטע איז עפעס א העכערע סארט פארוויילונג ווי סתם זיך אנפרעסען. עס איז א זאך וואס דרוקט אויס די מעלות פון א מענטש איבער א בהמה. עס האט אויך מעגליך א פאר תכליתים, ווי כבוד שבת, דיבוק חברים, מעורר זיין הרגשים צו גוטע זאכען. איך בין נישט פערזענליך באהאפטען מיט די סארט זאכען, ממילא האב איך זיך קיינמאל נישט באטייליגט אין די זאכען (לאפוקי מדעת די וואס טענה׳ן אז איך רעד נאר פון מיין געשמאקען).

2. דאס וואס די ברכות אין תורה זענען עוה"ז איז שוין ברייט אויסגעמשועסט. ס׳גלויבט זיך שווער אז חכלילי עינים מיין, מיינט אז מ׳זאל האבען געשמאקע הענגאווערס כפשוטו ממש. ׳כמיין דאס ווינטשט מען אויף א שונא נישט קיין זוהן. און דער דן ידין וגו׳ זענען דאך טאקע דערהויבענער סארט ברכות.
מיר זענען צוגעוואוינט אז א טאג אין וואס מ׳האט געארבעט שווער און ערליך און פארדינט אפאר דאללאר, איז אן אויסגעהאלטענעם טאג, מ׳האט עז נישט פארפאטשקעט. די תורה בענטשט די אידען מיט אסאך העכערס, אז דער גשמיות וועט בכלל נישט זיין קיין פראבלעם, אלס וועט גייען לייכט און מיט׳ן שפיץ רואיגקייט. מ׳עט קענען לעבען א לעבען אן די דאגת הפרנסה. עס איז א זאב וואס איז אונז אוממעגליך כמעט פארצושטעלען וואס איז דער מנוחה פון א פאלק היושב על אדמתם וואס שטימט אקוראט לויט זייער געברויכען.

3. דיין שאלה וועגען א גוי איז ריכטיג. א גוי וואס עסט אויף אלע באקען, אן א חשבון פון געזונט צו וואס, איז אויך נידריגע ווי דער וואס עסט נאר להחיות נפשו. איך האב גארנישט געמיינט קיין אידישליכע סארט טענה, נאר א מענטשליכע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 11:39 am#390508
הוגה האט געשריבן:
דער וואס געבט זיך ארויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט ווי דער וואס גיבט זיך ארויס מיט א גראבע שטיק סטעיק.

וואס??
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 2:43 pm#390520
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
הנאה איז א צורך פארן בעל שכל ליתן ריוח בין פרשה לפרשה.

דאס עצם הנאה לכשעצמו איז נישט די תכלית. ס'איז אן אמצעי פארן מענטש זיך צו אויפפרישן און גיין ווייטער.

יעצט בלייבט פאר יעדעם מיט זיין נאטור צו מחליט זיין וועלכע הנאה עס מאכט די ארבעט ואידך פירושא זיל גמור.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:46 pm#390523
א דאנק ליטוואק פאר דעם אינטערסאנטן אשכול, דיינע תגובות פארמאגן אין זיך דעם תל של תחיה און איז מחיה מתים...

וויבאלד דיין גאנצע הנחה איז געבויעט אויף 'מאראל', איז מיר שווער עס מגדיר צו זיין אינדרויסן פונעם תחום פון רעליגיע. ווער מאכט אפ אז א סייענטיסט איז מער מאראליש ווי א פוטבאל שפילער צוליב דעם וואס דער ערשטער נוצט פיל מער מחשבה ווי דער צווייטער?


איינמאל די לייגסט אריין רוחניות אינעם בילד, ווי אלץ ציהט צו איין נקודה, קען מען שוין אנהייבן אויסשטעלן די פריאריטעטן, לדוגמה א מאווי מיט א מוסר השכל קומט פאר א קאמעדי וכו' אזוי אויך אויב זיי זענען ביידע אסור עפ"י הלכה צוליב די אקטיארן וואס שפילן (איך האב שוין אמאל געפרעגט די שאלה דא אינעם שטיבל און קיינער איז נאך דערווייל נישט געקומען מיט א היתר) קענען זיי בכלל נישט קומען אין באטראכט.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 4:20 pm#390524
אויב גלייבסטו נישט אין מאראל אלס א עקזיסטירנדער אמת, וועט רעליגיע דיר גארנישט העלפן. ביי דיר איז שעכטן א אייגן קינד אויף גאטס פארלאנג אויף די זעלבע שטאפל ווי געבן מעשר שני פאר א ארימאן,. ביידע טוט מען בלויז ווייל גאט האט פארלאנגט, און עס איז פשוט אומעגליך צו מעסטן וועלכע איז חשובער, ווייל מיר קענען נישט פארשטיין גאטס ווילן.
די גאנצע סיבה פארוואס דו אליינס פארשטייסט אז וואטשן פארן איז פילפאכיג ערגער ווי וואטשן א ריינע קאמעדי, איז נאר ווייל דו ביסט מודה אז די פראבלעם פון פארן איז א מאראלישע, און נישט סתם עפעס א אומפארשטענדליכע חוק ווי פרה אדומה.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 7:17 pm#390532
יעקב מענטש האט געשריבן:א דאנק ליטוואק פאר דעם אינטערסאנטן אשכול, דיינע תגובות פארמאגן אין זיך דעם תל של תחיה און איז מחיה מתים...

וויבאלד דיין גאנצע הנחה איז געבויעט אויף 'מאראל', איז מיר שווער עס מגדיר צו זיין אינדרויסן פונעם תחום פון רעליגיע. ווער מאכט אפ אז א סייענטיסט איז מער מאראליש ווי א פוטבאל שפילער צוליב דעם וואס דער ערשטער נוצט פיל מער מחשבה ווי דער צווייטער?




פארשטייסט טאקע נישט די חילוק ווען א מענטש וואטשעט א פוטבול געים און א מענטש לערנט זיך סייענס?

סקען טאקע זיין אז אסאך מענטשען (אפשר אפילו רוב מענטשען) וועלן מעהר הנאה האבן צו וואשטען א געים ווי זיך זעצן לערנען וועגן אטאמס און מאליקיולס וכו׳ אבער די תוכן דערפון איז אנדערש. ווען די וואטשסט א געים ווערסטו גארנישט קלוגער חוץ אז דו ווייסט אינפארמאציע וועגן די ספעציפשע געים ווידער ווען די וואטשסט עפעס מיט ׳תוכן׳ בלייבסטו לעולם ועד קלוגער, סאיז אזויווי לערנען עפעס.

א ספורטס געים מאכט נישט די מענטש קלוגער, סהאלט אים נאר פארנומען ווידער אז א מענטש לערנט זיך עפעס ווערט ער קלוגער, און וואס מעהר מענטשען אויף די וועלט ווערן קלוגער און פארשטיין סייענס איז עס א טובה פאר אונז אלע. נאר אזוי איז מען אנגעקומען אז איך קען יעצט קאמיוניקירן מיט דיר אן אפילו וויסן ווער דו ביסט און וויאזוי דו קוקסט אויס.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:25 pm#390539
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
לערנען סייענס איז נישט קיין אפרוען מיטעל, נאר אפשר א תכלית פאר׳ן צוקונפט.

לכאורה, אפילו ווען מ׳וויל זיך אויסלופטערען און זיך אפרוען, כאפט זיך א חילוק צווישען א דערהויבענע מענטש און א נידרידע, אוןאין די זעלבע מענטש באשטייט אמאל ביידע בחינות. א דערהויבענע מענטש האט הנאה פון העכערע זאכען, א לייכטער שמועס מיט א בעל תוכן, א מעשה ביכל פון טיפערע מעשה׳ס, מער קאמפליצירטע מוזיק, א שיינעם שפאציר אין א קאלירפולע גארטען, זאכען וואס זענען מרחיב דעתו של אדם. א נידריגע מענטש האט נידריגערע סארט׳ן תאוות, און ער פארוויילט אויף א נידריגערע סארט וועג. איך האב פארברענגט מיט א פאר דערהויבענע בעלי מדרגה, און זייער שמועסען און זיך אפרוען איז אויך אויף א סטאנדארד, נישט נאר ביים לערנען.

איך ברענג זיך אלס משל. איך טוה נישט קיין מצוות מיט׳ן שרייבען דא אין שטיבעל, נאר אביסל פארוויילונגס במשך די ארבעט און אנגעצויגענקייט פון די טאג. איך וואלט געוואלט זאגען אז איך שרייב בעיקר דענקפולע זאכען, נאר ס׳מאכט זיך מ׳ווערט פליישיג און מ׳לאזט זיך אריין אין אן אהרן זלמן לייב שלעגעריי. מיין נידריגקייט דרוקט זיך דארט אויס. און דערנאך שפיר איך ביי זיך טאקע פארפליישיגט, וכנ"ל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:09 pm#390583
שמערל האט געשריבן:אויב גלייבסטו נישט אין מאראל אלס א עקזיסטירנדער אמת, וועט רעליגיע דיר גארנישט העלפן. ביי דיר איז שעכטן א אייגן קינד אויף גאטס פארלאנג אויף די זעלבע שטאפל ווי געבן מעשר שני פאר א ארימאן,. ביידע טוט מען בלויז ווייל גאט האט פארלאנגט, און עס איז פשוט אומעגליך צו מעסטן וועלכע איז חשובער, ווייל מיר קענען נישט פארשטיין גאטס ווילן.
די גאנצע סיבה פארוואס דו אליינס פארשטייסט אז וואטשן פארן איז פילפאכיג ערגער ווי וואטשן א ריינע קאמעדי, איז נאר ווייל דו ביסט מודה אז די פראבלעם פון פארן איז א מאראלישע, און נישט סתם עפעס א אומפארשטענדליכע חוק ווי פרה אדומה.

איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.

איך פראביר צו פארשטיין פארוואס פארן איז א פראבלעם זאל איך זיין א אטעאיסט, עני הסבר?

אויב דער באשעפער הייסט מיר שעכטן מיין קינד, איז עס פיל חשובער ווייל ס'איז במציאות שווערער.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 4:54 pm#390589
איך מיין אז פארן איז א נידריגקייט פון די אקטרעס זעלבסט, און א מענטש מיט א חשיבות פאר די מענטשהייט דארף זיך עקלען צו זעהן ווי איינער טוט זיך אויס זיין/איר גאנצע מענטשליכע חשיבות.

ולא עוד, אלא דאס קוקן שמוץ טוט דאך שטערן די נארמאלע באציאונגען מיט א באליבטע, אדער היינט אדער שפעטער. איינער וואס ווארפט אוועק אן עתיד פאר א קורץ טערמיניגע הנאה, איז א בהמה, כמ"ש הרמב"ם אויף דער וואס פיהרט זיך אויף נישט געזונט.

און באופן כללי, אזא דערהויבענע טיפע זאך ווי די ליבשאפט צווישן צוויי מענטשן ווערט ביליג געמאכט דורכ'ן אנרירן שלא במקומו. ווען מ'שלעפט אוועק די מצוה פון איהר טיפקייט, האט מען פיהל מער פארשוועכט ווי ווען מ'עסט שלא לשמה וכדו'.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:51 pm#390666
יעקב מענטש האט געשריבן:איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.


ווי שטייט אין דיין תורה אז פאָרן איז נישט ערלויבט?

די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז נאר אויב מען גלייבט אין מאראל, דאס הייסט מען גלייבט אז עס זענען דא זאכן אויף דער וועלט וואס זענען ביסודו גוט אדער שלעכט, דאס איז וויאזוי חז"ל האבן געקענט ארויסלערנען פון ונשמרתם מכל דבר רע אז מ'טאר נישט טראכטן קיין מחשבת זנות. ווייל זיי האבן געגלייבט אין מאראל און געהאלטן אז הרהור טראכטן פון פרויען איז שלעכט, האבן זיי פארשטאנען אז ווען די תורה רעדט פון שלעכטס מיינט ער זאכן וואס זענען מאראליש שלעכט. אויב גלייבסטו נישט אין קיין מאראל, איז דאס אוממעגלעך צו וויסן אפילו מיט א גאט און א תורה, וויבאלד מען קען נישט וויסן אויב גאט וויל בכלל מאראלישקייט פון דיר, אפשר איז גאט נאר מקפיד אויף געוויסע חוקים און האט גארנישט מיט מאראל? אפשר רופט ער שלעכטס וואס דו מיינסט איז גוט?

עס איז אבער קלאר נישט אזוי, די גאנצע תורה איז אויסגעשטעלט צו רעדן פון מאראלישקייט וואס מענטשן פארשטייען פון זיך אליינס, די תורה נעמט אן מיט א פשטות אז מענטשן ווייסן וואס עס מיינט גוט און שלעכטס, קדושה און טומאה, ער דארף עס נישט מסביר זיין, ווייל מאראל איז עפעס וואס האט גארנישט מיט א תורה אדער רעליגיע, עס איז עפעס וואס אויב גלייבט מען דערין טוט מען עס אן א גאט, און אויב לייקענט מען דערין איז מען ערגער ווי א חיה אפילו אויב איז מען מקיים כל התורה כולו. (אין די ספרים ווערט עס אנגערופן א נבל ברשות התורה.)
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:58 pm#390668
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
א. פארן איז אסור ווייל עס ברענגט צו אינטרנט, ופשוט.

ב. ונשמרת מכל דבר רע, אאל"ט, איז א דרשה אז מ׳זאל נישט טוהן איין זאך וואס עס קומט ארויס דערפון א צווייטע זאך וואס איז שלעכט. וויבאלד די תורה זאגט אז שכבת זרע איז מטמא, און א הרהור ביום קען עס פאראורזאכען, איז עס א סברא אז עס מיינט דאס. נישט ווייל גוים (מסתמא מושפע געווארען פון תורה) האבען עס באשטעטיגט אלס שלעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:14 pm#390672
הוצאת שכבת זרע איז נישט קיין שלעכטע זאך על פי תורה, קיום מצוות עונה איז א מצות עשה דאוריתא, די מושג אז קרי בלילה איז שלעכט איז אלס זרע לבטלה, וואס האט גארנישט מיט טומאה צו טוהן, נאר איז בלויז א מאראלישע פראבלעם.

די וועג וויאזוי חז"ל האבן געטראפן אז זרע לבטלה איז א פראבלעם על פי תורה, איז ווייל זיי האבן עס שוין פארדעם געהאלטן פאר א פראבלעם, און פילע פעלקער אפילו אזוינע וואס האבן קיינמאל נישט געהערט פון א תורה האלטן אויך אזוי.
איינער וואס האלט נישט אז זרע לבטלה איז א פראבלעם, וועט נישט טרעפן אין תורה א רמז כל שהוא אז די תורה האט עפעס דערקעגן.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:25 pm#390673
שמערל האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.


ווי שטייט אין דיין תורה אז פאָרן איז נישט ערלויבט?

די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז נאר אויב מען גלייבט אין מאראל, דאס הייסט מען גלייבט אז עס זענען דא זאכן אויף דער וועלט וואס זענען ביסודו גוט אדער שלעכט, דאס איז וויאזוי חז"ל האבן געקענט ארויסלערנען פון ונשמרתם מכל דבר רע אז מ'טאר נישט טראכטן קיין מחשבת זנות. ווייל זיי האבן געגלייבט אין מאראל און געהאלטן אז הרהור טראכטן פון פרויען איז שלעכט, האבן זיי פארשטאנען אז ווען די תורה רעדט פון שלעכטס מיינט ער זאכן וואס זענען מאראליש שלעכט. אויב גלייבסטו נישט אין קיין מאראל, איז דאס אוממעגלעך צו וויסן אפילו מיט א גאט און א תורה, וויבאלד מען קען נישט וויסן אויב גאט וויל בכלל מאראלישקייט פון דיר, אפשר איז גאט נאר מקפיד אויף געוויסע חוקים און האט גארנישט מיט מאראל? אפשר רופט ער שלעכטס וואס דו מיינסט איז גוט?

עס איז אבער קלאר נישט אזוי, די גאנצע תורה איז אויסגעשטעלט צו רעדן פון מאראלישקייט וואס מענטשן פארשטייען פון זיך אליינס, די תורה נעמט אן מיט א פשטות אז מענטשן ווייסן וואס עס מיינט גוט און שלעכטס, קדושה און טומאה, ער דארף עס נישט מסביר זיין, ווייל מאראל איז עפעס וואס האט גארנישט מיט א תורה אדער רעליגיע, עס איז עפעס וואס אויב גלייבט מען דערין טוט מען עס אן א גאט, און אויב לייקענט מען דערין איז מען ערגער ווי א חיה אפילו אויב איז מען מקיים כל התורה כולו. (אין די ספרים ווערט עס אנגערופן א נבל ברשות התורה.)


@שמערל.

די תורה שבעל פה איז פונקט אזוי מסיני ווי די תורה שבכתב, און די חכמים האבן נישט געמאכט דרשות און פירושים אויף די תורה פשוט ווייל אזוי איז געווען די דעפיניציע צו יענע צייט אין די אלגעמיינע וועלט, אבסאלוטלי נישט! די חכמים האבן 'מקבל' געווען א פירוש אויף די תורה און ס'איז נתגלה געווארן אין געוויסע צייטן (דאס שרייבן די ראשונים, נישט קיין אייגענע השערה).

ביי אונז אידן ווערט נישט טוב און רע דעפינירט לויט ווי אזוי די אלגעמיינע וועלט באשלוסט, ביי אונז וועט געי מערידזש אלץ בלייבן געמיין (ביז אפשר אז מ'וועט אונז גוט פארטושען דעם מוח אז זיי זענען פשוט אזוי געבוירן, מיט די אלע אנדערע נאנ-סענס תירוצים, וואס די זעלבע פארטיידיגער זענען נישט גרייט צו נוצן אויף א פעדאפייל). ביי אונז ווערט עפעס טוב אדער רע לויט ווי אזוי די תורה האט אפגעמאכט, מציצה בפה איז א הייליגע מנהג, און גיין אנגעטוהן האלב נאקעט אויפן גאס איז א עקל.

דיין מורה דרך אויף מאראל שטייט אויף הינערנע פיס, 80 יאר צוריק זענען אינגן און מוידן געזעצן אפגעטיילט אין קלאס, א טיטשער האט נישט געטארט גיין מיט א קלייד קורצער פון די קני, און נישט געטארט רעדן הויעך צו מענער (האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט 'פרויען רעכטן', די פרויען זעלבסט האבן געוואלט און געשעצט אזא לעבנסשטייגער).
היינט ברויך מען שוין לאזן א קוקו וואס האט זיך דערקלערט פרוי, נוצן די פרויען בעסקיסע (איינער פארשטייט נאך פארוואס מ'דיסקרימינירט און מ'האלט אויף 2 עקסעטער בתי כבוד בכלל?)

מיין מורה דרך איז לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.

דא האב א צוויי בלאט וואס איך האב אמאל געטראפן אנליין וואס איז מבאר די מקור האיסור, אבער צו מאכן א שארטקאט, די איסור פון מביא לידי הרהור איז זיכער דא בלי שום פקפוק.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:36 pm#390674
Re: קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?
הרב יעקב מענטש,
וואס טוט זיך מיט די מצות יעוד?
לויטן היינטיגן סטאנדארט איז דאס ריין רעיפ און פארקויפן א זעקס יעריג טאכטער אלס שקלאף איז ריין טשיילד אביוס.
טוישט זיך די הלכה אדער נישט?