פארומס › ארוינישע טיפשות!

ארוינישע טיפשות!

217 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12012
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יוני 01, 2018 6:28 pm#404333
איך פארשטיי בכלל נישט די עוולה פון רייסן צעטלעך. ווען איינער גייט אריין אין א צווייטענס פראפערטי און רייסט, איז טאקע א חיה'ישקייט, אבער אין גאס? פונקט ווי די האסט א רעכט צו הענגן, האט א צווייטער א רעכט צו רייסן. די גאנצע הענגן צעטלעך איז בלויז אויסצושטעכן די אויגן פון צד שכנגד. פארשטייט זיך אליין אז דער וואס ווערט געבאדערט פון די צעטלעך וועט עס רייסן. דאס אז ארונישע בחורים גייען קלעבן סטיקערס אויף פרייוועט פראפערטי איז טויזענט מאל ערגער ווי די רייסערס
זונטאג יוני 03, 2018 1:41 pm#404475
מיטוואך יוני 06, 2018 3:45 pm#405216
מיטוואך יוני 06, 2018 6:27 pm#405245
*שלישי למילה*

איך קוק די לעצטע פאר שעה אויפן טעלעפאון, און איך באמערק אז די היינטיגע טאג הער איך נישט קיין פיפס פון מיינע זאלי קאלעגן!!

*איך פראביר צו טראַכטן וואס דא איז געשעהן? וואס איז דאס שטילקייט היינט?* גיי איך ארויס קויפן א קאפי, און איך זעה אז די צייטונגען און די מאגאזינען הייבן אן אנצוקומען אין די געשעפטן. *אוי ס'איז ביטער, די חברה זיצן אין דערהיים און שלינגן טאבלעטן!!*

יא, די חברה האבן זונטאג נאך דעם מאסיוון כינוס כללי אווי ס'האבן זיך משתתף געווען קרוב צו צוואנציג טויזענט אידן געמיינט אז זייער וואצעפ דריוו וועט מחליט זיין צו דאס איז געווען סוקסעספול צו נישט. *למעשה שטייען זיי היינט אויף צום ביטערע ריאליטעט, אז דעם אמת קען מען נישט דערשטיקן.*

זונטאג נאכט האבן זיי שנעל איינגעשפאנט א שרייבער, צאם צו שטעלן אן ארטיקל מיטן ניגון הידוע אחת ואחת. (וואס בדרך אגב האב איך געהערט, אז ווען מהרז''ל האט דאס געליינט, האט ער געגעבן א טיפע קרעכטץ און געפרעגט, אויב האב איך יא אידן וואס קענען אזוי שיין זינגן דעם ימים נוראים ניגון, פארוואס זעה איך זיי נישט אין ביהמ''ד ראש השנה? פארוואס ברויכן מיר נאך אלס אריינלייגן ברייטע טישן אז ס'זאל אויסקוקן פיל?) אזוי האט מען געמיינט אז מ'וועט אריין זומען א בילד מיט א ליידיגע זיץ פון א איד וואס איז ארויס אויף אפאר מינוט, מ'וועט דאס ארום שיקן פון איינעם צום אנדערן, און פארטיג, דער כינוס איז געווען א דורכפאל!!

למעשה, היינט צופרי גייט ער ארויס פון שטוב און באמערקט אז *אלבערט פריעדמאן פון 'די צייטונג' זעהט יא די אכצן טויזענט אידן!!* ער גיבט עס אזא מאך אוועק, יא, די ארונים האבן באצאלט דערפאר. אבער ער גייט ארויף אויפן טרייבערל און זעהט אז דאס ענדיגט זיך נישט ביי ר' אברהם פריעדמאן, נאר ווי ס'איז דא א צייטונג, א מאגאזין אדער א וועבזייטל איבער די גאנצע וועלט, זאל דאס זיין רעכטס, לינקס, מזרחי צו ספרדים אלעס דעקט דעם כינוס מיטן מספר פון *קרוב לעשרים אלף איש*!!

ער הייבט שוין אן אראפ צו שלינגן דעם מספר *אכצן טויזענט אידן*, אבער דערנאך גייט ער אריין אין ביהמ''ד און ס'ווערט אים ביטער. אווי ער טרעפט א שטיקל ערענסטע עלטערע זאלי, זעהט ער די מרא שחורה אויפן פנים. זיי הערן שוין דעם דרשה איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל, *און זאגן זיך אזוי, אוי רבש''ע, דער רעדט דאך יא דעם היימישן שפראך!! דער רעדט דאך יא דברים של טעם!! דאס איז דאך ריכטיגע קנאות!! אוי, דערמאן מיר נאר פארוואס מיר האבן נישט געטארט מאכן דעם כינוס צוזאמען!!* מ'האט שוין געבעטן מנשה פילאפ ער זאל עפעס טרעפן א קרום ווארט אויף די דרשה, אבער למעשה מוז דער מלאך רע בעל כרחך זאגן אמן אויף דעם דרשה.

*אזוי הייבט יעצט יעדע זאלי אן מאכן דעם סך הכל פונעם וואך!!*

א. אן עולם האט ער געהאט מער ווי ביי אונז, און דאס איז נאכדעם וואס מיר האבן זיך צאם גענומען מיט אלע פראקציעס ווי *בני יואל, קאשוי, שאפראן, ליטאים, אויערבאך-אמעריקא, און געברענגט סקולען, ר' לייבוש, מונקאטש, ר' יחזקאל רוטה, ר' אהרן שעכטער און הרב וואכטפויגל.*

ב. א דרשה האט ער געזאגט אז איך ווייס מיר נישט ווי אהין צו טוהן. הלוואי ווען מיין רבי מהרז''ל קען דאס אפילו נאך זאגן. למעשה האב איך א שטיקל חשד אז מיין רבי קען ניטאמאל די שיטה. ס'קוקט מיר אויס ווי ער פלאפעלט נאך דעם יצחק שטערן. *אפשר וואלט טאקע כדאי געווען אז שמואל זאל אים געבן צו הערן די דרשה.*

ג. די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק איז געקומען צו פארן צום כינוס, בו בזמן ווען נאך אונזערע אלע כוחות וואס מיר האבן אינוועסטירט אין ירושלים, האבן מיר ניטאמאל א קול קורא געקענט פארשאפן פון בית דין.

ד. אלע אדמורי''ם, רבנים און שיינע אידן, בעלי בתים און עשירים האבן דעם ראב''ד געגעבן דעם כבוד הראוי לו, חוץ אונזערע נועם המידות קאמפעני.

ה. אלע תלמידים פון רבינו הקדוש זי''ע (חוץ די פאר וואס זענען ביי אונז אויף פעיראל) זענען געגאנגען צום כינוס.

*אהההההה, איך האב פארגעסן, רבינו טודרוס האט דאך געזאגט, אז דאס גייט שאטן צו די מערכה קעגן גיוס..*

דערנאך פרעגט ער זיך, *בין איך טאקע אינגאנצן משוגע? קען מען מיר טאקע פארקויפן לאקשן, אז די וואך האט מען געשלעפט מער בחורים אין מיליטער אלס ווייל די ארונים האבן געמאכט א כינוס?* איך האב זיי טאקע פיינט, אבער פליז אינסאלט נישט מיין אינטעליגענץ!!!
פרייטאג יוני 08, 2018 12:15 am#405409
אין די סעריע פין מי הוא זה
זונטאג יוני 10, 2018 11:22 am#405542
!
זונטאג יוני 10, 2018 3:07 pm#405576
איך זעה kaveshtiebel
זונטאג יוני 10, 2018 4:21 pm#405584
א אינגעל אין טרופ האט געפרעגט זיין מלמד אויב די סאטמאר רב זצ''ל האט געהייסן אויערבאך ווייל ער זעהט איבעראל ווי מ'רעדט פין זיין הייליגע שיטה
זונטאג יוני 10, 2018 4:42 pm#405590
המעמד בוטל ע''י...
זונטאג יוני 10, 2018 6:30 pm#405602
עס איז דא אן אינטערעסאנטער פאראדאקס מיט דעם signout , ער האלט אין איין טענהן אז אויב זאליס פארפירן מוז זיין אז זיי זענען צוקלאפט וכו' ער כאפט אבער נישט אז ער איז דער וואס פארפירט דא די מערסטע.
זונטאג יוני 10, 2018 10:49 pm#405618
אז די פארשטייטס נישט וועליך דיר מסביר זיין, נאך א גרויסע זאך איז דער וואס האט געהאט א סוקסעס זייער אויפגעלייגט ביז ער בארואגיט זיך אין דער וואס האט דערלייגן צושאסעטן ביז ער בארואיגט זיך, דא זעהט אויס ווי ביידע האבען זיך נאכנישט באראוגיט..
מאנטאג יוני 11, 2018 12:12 am#405627
עס איז נאכאלץ נישט מוכרח פון דיר ווער עס האט פארלוירן און ווער עס האט געוואונען....
זונטאג יוני 17, 2018 4:05 pm#406217
וויאזוי א געבעקס'ל פין מהרז''ל פארט ארום...
CP
אז מ'וויל זעהן וואסערע ספינער די זאליס זענען
ווי יעדער בחור'ל שווערט זיך אין גלייבט יעדע ספין וואס עני לץ מאכט אפ אויב ס'דינט די ציהל..
''ספצעיל יעצט זייענדיגט אין די שלושים פין די כינוס כללי''
וועט עס יעצט קענען ווידער זעהן ביי די ספין איבער די פרק פארלערנען
איינער האט געמאכט א ספין כאילו סאטמאר רבי זאל האבען גערעדט ביי פרק עפעס איבער די כינוס ווי פיהל ס'געווען
אין... וועסט מיר שווער ווייזן א אקטיווע זאלי גרופ וואס די 'קראנטע' מעשה זאל נישט געליפטערד ווערן נאך מיט הסברים...
בזמן וואס אלע באטיילטוגטע וועלן עדות זאגען אז פשוט ''להד''ם''

דא האט איר עטליכע טוויטער גרופס וואס שיקן מוצאי שבת נחמו מעסעזשעס
#נעבעך #ירחם המרחם
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:08 am#407433
כ'האב געהערט אז ביי די חתונה די וואך אין קרית יואל פון נכד מר"א האט מען געזינגן ביי מצוה טאנץ די "שיטה הקדושה" ניגון (די סאטמערע)
מאנטאג יולי 02, 2018 10:35 pm#407807
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'האב געהערט אז ביי די חתונה די וואך אין קרית יואל פון נכד מר"א האט מען געזינגן ביי מצוה טאנץ די "שיטה הקדושה" ניגון (די סאטמערע)

ער מיז דאך קאמפיטן זיין שוואגער
זונטאג יולי 08, 2018 11:49 pm#408342
בילד