Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

קאווע שטיבל • סורווייוועל אף די פיטיס אדער פשוטע אכזריות?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
137 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 157 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12026
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:20 am#391576
שבת אחים האט געשריבן:העי, קינדער האסטו אויך? ווייל אויב יא פארגעס נישט ווען די נעמסט ארויס דיין פיצל קינד אויפן גאס בינדט זיי נישט צו אין קיין קערידזש, קאר סיטס, ווייל סאיז ממש רשעות פונקט ווי א ליש פאר א הונט, לאז זיי ארומלויפן אדער ארויספאלן פון קערידזש, און בכלל זאג נישט דיינע קינדער ווען אויפצושטיין און ווען צוגיין שלאפן, וואס פייניגסטו זיי? זיי מוזן גייען אין סקול? זיי טארן נישט ארומלויפן?

אויב איז דאס דיין צישטעל האסטו געמאכט זיין פוינט
זיכער האבן קינדער צער ווען מען בינדט זיי צי צים קערידזש
ס'געפעלט זיי אניגאנצען נישט ווען מען הייסט זיי אויפצושטיין און ווען צוגיין שלאפן
זיי פילן זיך, און זענען, געפיינגט.



חברה, אזוי קיקט אויס ווען ווירדען האבן נישט קיין בעסיס
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:10 pm#391580
וואס האט נישט קיין בעסיס?

א יעדע חי' כמעט וואלט געהאפט אז א מענטש זאל קעהר נעמען פון זיי. אבי גערעדט!

און אט דאס איז די סיבה פארוואס א הונט גייט אין פייער פאר זיין באלעבאס, יעדער חדר יונגל ווייסט דאס.

שעפלע טייערע, דו קריכסט אויף גראדע ווענט -- אזוי ווי אייביג.

בד"וו דיינע ווירדן האט א מורא'דיגע בעסיס!?
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 2:13 pm#391586
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

הקטן האט געשריבן:און יא יא זיי וועלן ווערן איינס מיט א יעדער בוים אבער האבן קיין שים פראבלעם נישט מיט עסען צמחים.


וואס איז די סתירה? ווי ווייט מיר ווייסן האבן פלאנצונגען נישט קיין שום באוואוסטזיין.
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 2:19 pm#391588
שבת אחים האט געשריבן:און אט דאס איז די סיבה פארוואס א הונט גייט אין פייער פאר זיין בעלבאוס


דאכצעך מיר אז הינט וואס ווערן mistreated וועלן אויך גיין אין פייער פאר זייער באלעבאס, כדוגמת שטאקהאלם סינדראם.
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 3:01 pm#391592
הקטן האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:ביסט גערעכט, נישט קיין חילוק צו מ'רופט עס סדר צו כאאס, 'ס'איז וואס ס'איז' צו 'ס'איז וואס ס'איז נישט'. די קשיא איז פארוואס איז עס? אדער פארוואס איז עס נישט? אז ס'איז נישטא געזעצן, זאגסטו אין אנדערע ווערטער אז עפעקטס האבן נישט קיין קאוז. דער שכל לאזט נישט אננעמען אזאנס.

דו זאגסט דאך דאס למחצה לשליש ולרביע
למפרע איז דאס א "קאוז" פאר די "גיווען עפעקט" אבער די קאוז איז בכלל נישט מחייב די עפעקט
איז דאס געזעץ? אדער הפקר וועלט?

איך האב געזאגט "ס'קוקט נאכדעם אויס ווי למפרע איז דאס געווען די איינציגסטע אויסקום." דער קשיא וואס דו האסט געפרעגט שוין פריער איז נאך במקומה עומדת, איך האב נאכנישט געדיעלט דערמיט און איך ווייס נישט צו כ'וועל שטארבן נאכן האבן געדיעלט דערמיט. אין פארשידענע מאמענטן דאכטצעך מיר פאר א רגע אז איך פארשטיי עפעס מער, און אמאל בין איך לאקי עס צו געדענקען עס צו קאמיוניקירן ווייטער אבער כרגע בין איך שטום במה שנוגע צו די קשיא פון "וואס איז די קאוז צו די ערשטע קאוז, אויב מוז די צווייטע קאוז האבן געהאט אן ערשטע קאוז?" אדרבה, אויב דו האסט עפעס א וועג ווי אזוי צו דיעלן דערמיט, ביילייכט מיר ביטע.
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:11 pm#391604
איך?
איים נאט עי נא קיד אן דיס בלאק
איך האב דעם "מסבב כל הסיבות"!

אין גענערל, זעה איך, אין בחירה חפשית, זייער א שטארקער אינדיקעשען אויף א בורא
דא איז אמאל געווען א שמוס וועגן קוואנטעם מעקעניקס - און איינע פין די כופרים דא איז אויפגעשפרינגן, זעסט! א בריאה "יש מאין" אינדרויסן פין גאט[???]
איך האב געזען א באווייז אויף בחירה חפשית
א יעדער זעט וואס ער איז בוחר צי זען

טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב געזאגט "ס'קוקט נאכדעם אויס ווי למפרע איז דאס געווען די איינציגסטע אויסקום.

און קבלה וואלט מען געזאגט אז פאר די מקבלים קיקט דאס אזוי אויס
נו, אפשר קוקט נאר אויס אז א יעדער עפעקט האט זיין קאוז?
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 5:16 pm#391605
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 7:57 pm#391626
הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?


אפשר האבן קאקארטשעס ווייניגער געפילן ווי גרויסע מעמלס? מעגליך? שכל האבן זיי זיכער ווייניגער.
דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 8:42 pm#391627
הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?

זייער גוט געזאגט "זיי קענען" און פון דארט ביז זיך נישט קימערן איז זייער א ווייטע מהלך.
מאנטאג פעברואר 05, 2018 10:49 am#394812
הקטן האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אלע 'Zen master עד היום הזה קימערן זיך ווייניג מיט אויסהארגענען קאקעראטשעס און די מיליאנען

פון וואו נעמסטו דאס?

גייען זיי נישט אויף דער ערד? ווייל זיי קענען ח"ו הארגענען טויזענט קאקעראטשעס?

די גאר פרומע jains געבן טאקע אבאכט נישט צו טרעטן אויף קיין מוראטשקעס.
ועיין בוויקיפדיה וז"ל: The Jain mendicants abide by a rigorous set of rules of conduct, where they must eat, sleep and even walk with full diligence and with an awareness that even walking kills several hundreds of minute beings. Jain ascetics sweep the ground before them to avoid injuring the most minuscule forms of life. They generally brush the ground clear of insects before they tread. Digambara monks do not wear any clothes and eat food only when it is not prepared for themselves. Ascetics of the Śvētāmbara tradition wear a small mask to avoid taking in tiny insects.
מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:14 am#394816
עיין ברמב"ם הלכות תפלה פרק ט' הלכה ז': מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר
דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:00 am#394895
יעצט אין די נייעס
Meditation-DOESNT-make-better-person
דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:34 pm#394907
הקטן האט געשריבן:יעצט אין די נייעס
Meditation-DOESNT-make-better-person

ליין די ערשטע קאמענט דארט. איך פערזענליך האלט אז גארנישט קען נישט מאכן איינעם א בעסערע מענטש, נישט קיין מעדיטאציע און נישט קיין תורה און נישט גארנישט עפעס אנדערש, נאר די מענטש אליין.
ס'קען נאר צוהעלפן אויב די מענטש אליין איז גרייט אויפצוגעבן אויף זיין עגא, אז נישט קען עס נאך ערגער מאכן, בבחינת זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 6:39 pm#394931
ער ברענגט אראפ די נייעס דורך א רעכטע טאבלויד וואס לאזט אויס די פאקטן אז ׳מעדיאטציע׳ איז יא בעניפישיואל פאר די מענטשען׳ס מוח און פאר זייער ראוהיגקייט.

הקטן און אלע רעכטע טוהן ״טשערי פיקן״ יעדע זאך וואס איז לטובתם. פלוצינג גלייבן זיי אין סייענטיפשע-פארשונגען און שטודיעס, נאר וואס איז אויף זייער זייט.

די פאקט איז אז מעדיטאציע מאכט יא ראויהיגער די מוח און די מענטשהייט. אפילו לויט יענע פארשונגען וואס הקטן ברענגט אראפ. וואס זיי זאגן יא? אז די ביהעיווער צו אנדערע מענטשען האבן זיי נישט געזעהן קיין חילוק. גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!
דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:18 pm#394934
שבת אחים האט געשריבן: גיי זאג זיי א פשוטע היסטארישע פאקט אז די בודהיסטן האבן די לעצטע 2 טויזנט יאר געהארגט און גערצחט און געפייניגט די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פעלקער...!

דאס אז זיי הרג'נען נישט קיין מענטשן איז נישט קיין ראיה אז זיי זענען בעסערע מענטשן, ס'קומט פון דעם וואס זיי גלייבן נישט אין גארנישט.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:43 pm#394942
שבת אחים האט געשריבן:ער ברענגט אראפ די נייעס דורך א רעכטע טאבלויד וואס לאזט אויס די פאקטן אז ׳מעדיאטציע׳ איז יא בעניפישיואל פאר די מענטשען׳ס מוח און פאר זייער ראוהיגקייט.

איך מיין אז דו מישט אויס צוויי זאכן. ס'איז טיפשות'דיג ביז גאר צו זאגן אז מעדיטאציע מאכט נישט רואיג, ווייל דו זאגסט אין אנדערע ווערטער אז זיך מאכן רואיג מאכט נישט רואיג, און פון דעם רעדן זיי נישט. זייער טענה איז אז ס'מאכט נישט דיך נישט א בעסערע מענטש וכלשונם "compassionate" און דאס איז ביי מיר א פשוטע זאך אז א מענטש וואס האלט נישט ביים אויפגעבן אויף זיין עגא, וועט נאך די מעדיטאציע בלייבן די זעלבע שלעכטע סעלפיש טיפש, לקיים מה שנאמר שוטה רשע וגס רוח.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:36 am#394963
כהאב נישט געהאט קיין צייט פריער געהעריג צו מסביר זיין וואס כ'מיין.

אזא מין נארישקייט דאס!

מעדיטאציע איז א עקסערסייז פאר די מוח, וואס בארוהיגט דעם מענטשנ'ס געוויסן, און דאס איז אמאל זיכער אז ס'העלפט פאר דעם וואוילזיין און מנוחה פונעם מענטש, און צו קענען העלפן דורכשטופן דעם טאג, און נאך אסאך אנדערע בענעפיטס.

מעדיטאציע אליינס אן די 'תורות הבודהא' קען נישט מאכן די מענטש בעסער אין מידות און פערזענליכקייט, עס איז פונקט ווי א מקוה אן קיין דאווענען אדער תפילין לייגן.

כדי צו זיין א בעסערע מענטש דארף מען קודם לערנען די פריניציפלס פון 'בודהיזם', ווי למשל די Four noble truths, און טוישן די פרעספעקטיוו אין לעבן, און איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז א צייטווייליגע דורכגאנג און אז אונז זעמיר נישטא פאר אייביג, און אז יעדער גייט ווערן אלט קראנק און שוואך, און דערנאך שטארבן. איינמאל מ'נעמט אן די זאכן דארף מען ארבעטן אויף די מענטשענס Desires, תאוות, און איגאו, וואס רופט זיך די eight fold path און הערשט נאך א לאנגע צייט קומט מען אן צו נירוואנא - ווען מ'איז שטענדיג צופרידן און גליקליך.

די שטודיעס וואס מ'ברענגט אראפ דא האבן געוואלט וויסן צי מעדיטאציע אליינס קען העלפן ברענגען שלום אויף די וועלט. און זייער ענטפער איז אז ניין. יישר כח! מעדיטאציע העלפט אויך נישט פאר קיין עצירות און פאר קיין ציין ווייטאג... מעדיטאציע איז א סימפל עקסערסייז פאר די מוח און מאכט דעם מענטש פרייליכער און רואיגער. לערנען 'תורת הבודהא' איז נישט קיין כפירה בכלל, נאר איז פשוטע טעראפי. און נישטא וואס צו רעדן, א מענטש וואס לערנט א גאנץ לעבן בודהיזים איז א בעסערע מענטש. פונקט ווי להבדיל א מענטש זאל לערנען בעיון גדול מסכת אבות און מאכן דעס פאר די עיקר, און לערנען א גאנצע טאג "מוסר".

בודהיזם קען מען נישט אזוי שנעל דיסמיסן. איך קען נאר רעדן פון מיין אייגענע עקספיריענס. איך גלייך טעאלאגיע און שטודירן אנדערע רעליגיעס און קולטורן אלץ אינטערסאנטקייט און נייגעריגקייט. יעדע רעליגיע (חוץ אידישקייט) ווי כ'האב נאר אריינגעקוקט און גענישטערט האב איך גלייך געזעהן די פאלשקייט און חסרונות דערביי. משא"כ בודהיזם, וואס מעהר כ'האב אריינגעקוקט דערינען האב איך מיך ערצייגט דעם אמת דערפון, איך בין געוועהן אין אזיע ביי אסאך בודהיסטישע לערערס/מונקס, זיי רעדן דעם אמת און זיי זענען די בעסטע מענטשן וואס מ'קען נאר טרעפן. קיין פליג וועלן זיי נישט וויי טוהן. זיי זענען אייביג פרייליך און צופרידן.

נאך איינמאל:

מעדיטאציע: העלפט דעם מענטש'נס געוויסן זיך צו בארוהיגן, און איז גוט פאר די מענטש.

תורת הבודהא: העלפט דעם מענטש לעבן א פרייליכע גליקליכע לעבן, און העלפט פאר שלום און פרידן אויף די וועלט, אלזא איז בודהיזם גוט פאר די מענשטהייט און פאר די וועלט.

בד"וו, ווי קומט עס אריין אין די אשכול? הקטן?
מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:53 am#394966
טאקע א נארישקייט, אבער זיי ברענגען דארט פון איינער וואס 'טענה'ט אזוי, וז"ל:
The popularisation of meditation techniques in a secular format is offering the hope of a better self and a better world to many

The popularisation of meditation techniques, like mindfulness, despite being taught without religious beliefs, still seem to offer the hope of a better self and a better world to many

און אויף דעם ארויף קומט די סטאדי.

וואס מ'קען יא ארויסנעמען פון די סטאדי איז אז סתם גיין איין מאל צו א vipassana retreat איז א שאד די צייט, וואס דען, ילך אצל חכם וילמוד מה זה דהרמה ואז אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

בד"וו איך מיין אז מ'דארף טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "אלעס ארום הינדואיזם/בודהיזם''
מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:29 am#394969
די סעקיולער וועלט האלט צום ביישפיל, אז מעדיטאציע איז גוט פאר קינדער אין סקול. איך האלט גראדע אויך אזוי. כ'זעה עס ביי מיר אליינס. איך טוה מעדיטירן לכה"פ איינמאל א טאג. אדער ווען איך פיהל אז איך דארף א ברעיק פון אלע שטותים, פאליטיקס, און פרעשור. צומאל מיט מוזיק, אדער סתם קלאצן אין די פארק ארומגענומען מיט נאטור. איך גלייך עס זייער, ס'העלפט מיר אסאך. און איך קען צענדליגער מענטשן וואס זאגן די זעלבע.

מעדיטאציע האט בודהא געזאגט קען העלפן אפילו אין די ערגסטע מצבים, אפילו אויפ'ן שוועל פון טויט, אפילו פאר מענטשן וואס זענען איינגעשפארט אין א טורמע צעל און זענען פאר'משפט צום טויט. איך האב עס טאקע געטוהן ווען איך בין געוועהן אין תפיסה די 36 שעה. נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א מענטש איז, קען ער זיין פרייליך און צופרידן אויב דארף ער גארנישט... און דעס איז דער אמת, אונז זענען נאר צוטראגן ווייל מיר דארפן דעס און יענץ און מיר לעבן א מאטריאליסטישע לייף-סטייל וואו געלט, פאוער, כבוד און תאוות איז די אפגאט. אבער ווען מ'איז זוכה צו פארשטיין אז די אלע זאכן זענען נאריש און קינדעריש קען מען זיצן אין תפיסה פארקלאצט אין טיפע מעדיטאציע און גאר ווייניג קימערן וואס טוט זיך ארום זיך.

איך זאג נישט אז איך בין עפעס אויסגעארבעט אדער לעב אין א העכערע מדריגה, איך האלט נאך ווייט פון דארט. איך האב נאך אסאך Desires אויפצוגעבן. און איך ארבעט שווער אויף די 'פאלשע איגאו-צענטער', און צוביסלעך צוביסלעך קומט מען אן ווייטער און ווייטער בעז"ה. זייט איך לערן בודהיסטישע תורות האט עס מיר אסאך געהאלפן אין אסאך עספעקטס אין מיין לעבן, גאר אסאך.

דער עיקר, וויאזוי בודהא איז מסביר אז מ'זאל לעבן אין די 'יעצטיגע מאמענט', און נישט צופיל טראכטן אויף צוריק אדער זיך צו שטארק זארגן אויף מארגן. (פלאנירן יא, זארגן נישט). למשל יעצט אויף די מינוט זיץ איך ביי מיר אין א ווארימע הויז און איך טייפ אויף מיין קאמפיוטער רואיגערהייט, קיינער שטייט נישט העכער מיין קאפ מיט א בייטש, קיינער דערקוטשעט מיך נישט די יארן אויף די מינוט, אלזא בין איך פרייליך און צופרידן. איי אסאך זאכן באדערן מיין געוויסן, דער האט מיך בא'עוולה'ט, און דער האט מיך בא'גנב'ט, און נאך אפאר זאכן וואס וואלט געקענט דרוקן מיינע קנעפלעך די אנדערע זייט? אבער למעשה גייט מיך יעצט די אלע פראבלעמען גאר ווייניג אן. איך וואלט ווען געוואלט מעדיטירן א גאנצן טאג און פארגעסן פון אלע מיינע דאגות צרות און פראבלעמען. נישט אזוי?
מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:40 am#394970
איין עקסעמפעל ווי מ'קען אפשר זען אז מעדיטעישאן מאכט נישט דער מענטש גוט, נאר ער דארף בעצם צילען אויף גוט, איז די די באוויסטע סעקס גורו אשאו.

מעדיטעישאן איז איינע פון די זאכען וואס אין פרקטיס איז יא גליייך ביי הינדואיזם און בודהיזם, אבער ביי בודהיסם איז די דזשענעראל רעליגיעזע פאקאס דער מענטש און נישט דער גאט אדער העכערס, נאר צו לעבן אין שלום. דער אשאו איז נישט געראטעוועט געווארן פון זיינע תאוות הממון וזונות נישט קיין חילוק וויפיל ער האט געפרעקטיסט און געפרעדיגט ספיריטיואליטי.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 4:19 am#394975
וואלווי. אין די לעצטיגע נייעס טוט מען באשולדיגן דעם אידישען ביליאנער, קאסינא מאגול Steve wynn פון נעוועדע פארן חול-המועד האלטן אינמיטן סוכות מיט נשים צדקניות... ער פאררופט זיך פאר א בודהיסט, טראץ זיין אידישע אפשטאם, און האלט די 'דאליא לאמא' אלץ זיין רבי און וועגווייזער. מיט דעם אלעמען קוק אויף זיינע מעשים טובים. :cry:

Tiger woods, ביל קלינטאן, געבן זיך אויך אן אלץ הייסע בודהיסטן און מיט דעם אלעמען קענען זיי נישט האלטן די זאך אין די הויזן פאר גאנצע צוויי מינוט...

שטייצעך די אלע 'מעשים טובים' פון אינדיווידועלס פרעגט נישט אפ די פילאסאפיע פון בודהיזים, פונקט ווי מר. פינקל וואס האט געגעבן צו עסן טריפות פאר גאנץ מאנסי פאר יאהרן לאנג, אדער דער פרומער לוי אהרן וואס האט ליידער אומגעברענגט לייבי קלעצקי ע"ה, פרעגן נישט אפ אידישקייט. וכו' וכו'.

בקיצור, זיין א בודהיסט מיינט צו שטרעבן אנצוקמען צו נירוואנא! אבער פון שטרעבן ביזן אנקומען איז גאר א ווייטע מהלך, און ביי רוב מענטשען געשעהט עס נישט איבערנאכט. אבער אז איינער צילט אנצוקומען צו גוטס איז עס שוין א גוטע התחלה. און וואס מעהר דער יעניגער וועט דאס לערנען און זיך קאכן אין דעם, וועט ער ווערן מעהר אויסגעאיידלט און א בעסערע מענטש.

בכלל וואונדער איך מיך אויף סטיוו ווין.
ווי קומט צו א בודהיסט צוזיין א ביליאנער??? מילא א מיליאנער, אבער א ביליאנער מיט א בית? וואס דארף ער אזויפיל געלט און פאוער? דאס איז דאך פארקערט פון בודהיזים? א פרייע-איד רעפובליקאנער-ביליאנער-בודהיסט?! גיי פארשטיי... ס'איז בערך אזא בחינה ווי א סאטמארע-ציוני ווי ר' בערל בלע"ז בעלעגלה... :lol:
מיטוואך פעברואר 07, 2018 8:18 am#394978
אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 6:01 pm#395037
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אדער אזא בחינה ווי א ליטוואק אן עניו... זיי זענען נאך די גרעסטע בעלי גאוה.


וואס פרשטייסטו. ס'איז כבוד התעיירע. ומלח שמחל על כבודו אין מחילת"ו ראוי לישיבה...
מיטוואך פעברואר 07, 2018 6:13 pm#395039
שפינוזה, פון וואנעט נעמסטו אז ליטפאקעס זענען אזעלכע בכבוד'יגע מענטשן? כ'קען נישט אזויפיל ליטווישע אידן איך זאל האבן א solid מיינונג דערינען, אבער כ'מיין אז ס'איז שטותים. ס'איז יש ויש. גארנישט אנדערש ווי חסידים אדער אלע אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן. איבעראל קען מען געפונען גוטס און שלעכטס. דער חפץ חיים, דער חזון איש, דער סטייפלער גאון, ר' משה פיינשטיין, ר' יעקב קמינצקי, הרב שטיינמאן, הרב שך וכו' זענען געוועהן בעלי גאווה? איך מיין מעהר אז ענדערש קען מען זאגן אז די חסיד'ישע רביים זענען געוועהן בעלי גאווה. שטייצעך אייביג איז דא אויסנאמען ווי דער אהבת ישראל און זיינע זוהן. אבער קוק אויף די היינטיגע חסידישע רבי'ס כמעט אלע פוסטע בעל גאווה'ניקעס.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 7:02 pm#395040
שפינוזה רעפערט טאקע צו די היינטיגע. למעשה ליגט די קאפ פון אונזערע טווערסקי'ס, טייטלבוים'ס, האלבערשטאם'ס, און האגער'ס (חוץ פון הרה"צ ר"י שליט"א, פארשטייטזעך... ) אין ב"ש און קרעפ'לעך און זייגען פונ'ם פאלק במלוא לוגמיהם הקדושים, אבער לעומת זה, איז די ישיבה'ישע וועלט נישט אינטערשטעליג בכלל, נאר אביסעל אנדערש. דארט דמיונ'ט מען אין זיך כאילו די טארסא איז צוזאם געדרייטע פארמעט, די הענט און פיס זענען עצי חיים'ס, און די בגדים זענען געמאכט פון וועלוועט מיט פרינדזשעס, טאמער די מיינסט אז נאר דא אין יו עס אוו עי איז אזוי, כאפ דיך אריבער קיין ישראל וועסטו ערשט זעהן וואס מיינט ב"ש מיט דמיונות, דארט זענען פארהאן כפליים כיוצאי מצייים, ווי דער רבי די בר"מ ז"ל פלעגט זאגן, פון די דאזיגע סחורה, סיי ביי די ליטאים, און סיי ביי די חיסדאים, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דפורים. אמאל איז טאקע בעסער געווען די מצב אויף ביידע זייטן פון די מחיצה, אבער דאך וואלט איך נישט געזאגט אז מ'האט וואס "פיינט" צו האבן דעם אדער יענעם וועגען זייער שארט קאמינגס. וחוץ מזה איז דא וואוילע און גוטע באשעפענישן גענוג און נאך איבעראל, נאכדערצו וואס רבינו שלמה זי"ע האט אריינגעברענגט און איבער געלאזט אזוי פיל אהבה לכל אחד ואחד די בכל אתר ואתר, קען מען דען שפירן אנדערש?
מיטוואך פעברואר 07, 2018 10:02 pm#395059
ס'איז זיכער אז ס'דא ליטוואקעס וואס זענען א יוצא מן הכלל און ס'איז אמת אז סיי חסידים און סיי ליטוואקעס זענען כמעט אלע פארשטינקענע עגאיסטן, אבער מיט דעם אלעם איז דא א ריזיגע חילוק, מעגליך אז ס'קומט פון דעם וואס ביי זיי איז עס בשיטה, משא"כ חסידים זוכן אויך צו בויען זייער עגא אבער נישט בשיטה, און למעשה ווען ער כאפט זיך אינמיטן אז ס'קומט פון גאוה גיבט עס איהם א שטיקל א ציפ און ער קען נאך אמאל אפמאכן אז ער וויל יעצט ארבעטן אויף זיך און אויפגעבן אביסל אויף זיין עגא,און די קענסט נאך אמאל טרעפן אן אמת'ע חסידישע איד וואס איז באמת א גארנישט ביי זיך, משא"כ די עכטע ליטווישע בני תעירע, רחמנא ליצלן, דאנק גאט אז דו האסט נאכנישט באגעגנט אזעלכע חברה. אזויווי דו פארשטייסט אז ביי חסידים איז די essence פון אידישקייט צו צוברעכן די גוף און אפילו רוב האלטן נישט עכט דערביי מיט דעם אלעם קלעבט זיך עפעס אן, איז ביי ליטוואקעס די essence פון אידישקייט כבוד התעירע אלעס דרייט זיך ארום דעם.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:11 pm#395075
does-meditation-carry-a-risk-of-harmful-side-effects?

meditation-harm-good-experts-think


ברוך, איך האב נישט געטראפן קיין בעסער אשכול
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:16 pm#395078

איך בין סתם אזוי נייגעריג צי דו ווייסט בכלל וואס מעדיטאציע איז און צי דו האסט עס שוין איין מאל געטון אדער דו קענסט איינער וואס האט עס שוין אמאל געטון.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:21 pm#395081
וואס איז דאס נוגע בנוגע דעם סטאדי
אויב דו ווילסט וויסען וועגן מיר פריוואט פארוואס נישט פרעגן און אישי

זאג אז דיינע עניקדאטעל עוועדענס ווייזן פראקערט
זאג דו האלסט אנדערש ווייל..
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:25 pm#395082
ווייל ווען דו וואלסט געוואוסט וואס דאס איז, וואלסטו זיך אויך גערעגט ווען איינער רעדט קעגן דעם, און דו וואלסט נישט נאכגעברענגט די אלע שטותים.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:32 pm#395083
ברוך אויב דאס רעגט דיך אויף דאן
אטעם אריין טיף
יעצט ארויס
יא אזוי -
זאג שטיל "ריללעעקקס"...
נאכאמאל
אריין
און יעצט ארויס
אויב דיין מוח וואנדערד אוועק, ברענג עס געמיטלעך ציריק צים אטעם
אזוי...
פיין...
(ביסט נאך גערעגט?)


און יעדן פאל דארפסטו דאס נישט נעמען צים הארצן, קוק וואס זיי שרייבן
There are limitations in this study that mean we shouldn't try to apply it too widely. The people interviewed were quite a select group – all had volunteered to talk about challenging experiences during meditation, the majority were meditation teachers, they were almost all white and highly educated (42% had a master's degree and 25% a doctorate). Their experiences may be different from those of the average person attending a meditation class or using a meditation or mindfulness app on their phone.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:42 pm#395084
א בודהיסט וואס רעגט זיך איז נאך אזוי רואיג ווי אן אנדערע רואיגע מענשט, ביי א בודהיסט הייסט עס זיך גערעגט.
דו האלטסט אוודאי אז דיין רעבעזעכרוינעלעווראכע (ווער אימער ס'איז) האט זיך קיינמאל נישט גערעגט, וואס מיינסטו אז ער איז געווען גרעסער פון משה רבינו, וואס חז"ל זאגן אויף איהם בא לכלל כעס בא לכלל טעות? נאר די תירוץ איז כדלעיל.

איך זע אז דו כאפסט נאכאלץ נישט ווי נאריש די אלע גערעדעטס איז, דו קענסט די גוים וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען קיין איד אבער זיי ווייסן קלאר אז די אידן ווילן איבערנעמען די וועלט? m http://www.youtube.com/watch?v=eiYNX_8j4SQ m כן הדבר הזה. אז דו ווילסט דערגיין די אמת לאז איבער די אלע באשרייבעכצער און טשעק עס אליין אויס.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:01 am#395086
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך זע אז דו כאפסט נאכאלץ נישט ווי נאריש די אלע גערעדעטס איז, דו קענסט די גוים וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען קיין איד אבער זיי ווייסן קלאר אז די אידן ווילן איבערנעמען די וועלט? http://www.youtube.com/watch?v=eiYNX_8j4SQ כן הדבר הזה.

ברוך, איך רעדט נישט פין די סייענטיסטן, אפשר ווייסן זיי נישט וואס מעדעטאציע איז
וואס איז מיר אינטערעסאנט, רוב פין די סאבדשעקטס פין די סטאדי וואס האבן געהאט א נעגעטיווער עפעקט זענען meditation teachers
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:11 am#395087
דו כאפסט נישט אז מיך אינטערעסירן די סטאדיס גאנץ וויניג, איך ווייס וואס ס'טוט אויף ביי מיר און זאלן זיי זאגן וואס זיי ווילן.
אזויווי איך ווייס אז די אידן ארבעטן נישט אויף איבעצונעמען די וועלט, אפילו ס'זאלן זיין טויזענטער יוטיובס אז יא.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 3:02 am#395097
לדעתי איז ממש שאד די צייט. דער הקטן איז דער גרעסטער ״טשערי פיקער״ וואס כהאב
נאר באגעגענט. ער נעמט נאר אן די שטודיע אויב סאיז אויף זיין זייט, און אז ס׳שטימט מיט זיינע אגענדעס און סלוינט זיך אים. אז נישט איז אלעס געשטארבן און אלעס איז פאלשע פוסטע מעשיות, אויסגעטראכטע סייענס פון ליבעראלס.

איך דארף נישט קיין שום שטודיעס שבעולם אויף גארנישט אויב ווייס איך קלאר אז מעדיטאציע און תורות הבודהא העלפט פאר מיר פערזענליך ווייס איך אז סאיז אמת און איך דארף מעהר גארנישט. בד״וו איך דארף אויך נישט קיין שום שטודיעס אז אספרין און טיילאנאל העלפט פאר א קאפ-וויי. איך האב מיך עס אליינס איבערצייגט. אה, ווארט נאר ווען ער נעמט זיך שרייען ״בייעסט קאנפארמעישאן״... כאפסט? איך בין מוראדיג בייעסט פאר עפעס א פארצייטישע אינדיאנער, אזיאנער רעליגע!? טוה מיר א טובה!

ווי געשריבן אויבן ״בודהיזים״ איז פשוטע ״ספרי מוסר״ געמישט מיט ספיריטואלטי מקען זיך פון דעם נישט פארדארבן די מאגן. מקען נאר ווערן א בעסערע און א פרייליכע מענטש גאראנטירט...!
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 11:51 am#395117
ATUB @שבת אחים ATUB , באראיג דיך, די שטודיעס זאגן נישט אז ס'ארבעט נישט פאר דיר.
דו קענסט זיין גערעכט און די שטודיעס קענען זיין גערעכט
ס'קען העלפן פאר דיר פערזענליך און אויך מאכן שאדען פאר א טייל (בעיקר מער געלערענטע, און די וואס טוען דאס אסך)
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:53 pm#395126
שבת אחים האט געשריבן:בקיצור זיין א בודהיסט מיינט צושטרעבן אנצוקמען צו נירוואנא! :lol:

שבת העלף מיך פארשטיין, אויב דו קענסט, פארוואס זאל איינער האבן די תאוה אנצוקמען צו נירוואנא? וואלט נישט בעסער געווען ווען ער געט אויף די תאוה אויך?
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:00 pm#395171
ווען דו וואלסט געוואוסט וואס נירוואנה איז וואלסטו געלאכט פון דיר אליינס פאר אזא נארישע פראגע.

קודם לערן גוט דורך די four seals of dharma און נאכדעם פרעג דיינע קשיות.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:28 am#395201
הקטן האט געשריבן:@שבת אחים, באראיג דיך, די שטודיעס זאגן נישט אז ס'ארבעט נישט פאר דיר.
דו קענסט זיין גערעכט און די שטודיעס קענען זיין גערעכט
ס'קען העלפן פאר דיר פערזענליך און אויך מאכן שאדען פאר א טייל (בעיקר מער געלערענטע, און די וואס טוען דאס אסך)


איך בין זייער ראוהיג. כ׳ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז איך בין אומראוהיג? איך זאג דיר ראוהיגערהייט אז דו ביסט Full of it, ביסט נאר דא לקנטר.

פאר איך ענטפער דיר וויל איך וויסן ווי אין די שטודיעס שטייט אז איינער האט געהאט ״שאדן״ פון בודהיזם??? איך האב עס נאר דורכגעבליקט שנעלערהייט, און נישט באמערקט אז זיי זאלן רעדן פון שאדן גאר!?

אויב איז יא דא שאדן, וויל איך מאכן מיט דיר א דיעל. פאר א יעדער וואס דו ברענגסט מיר וואס האט ״שאדן״ געהאט פון בודהיזם גיי איך דיר ברענגן אנטקעגן דעם 10 מענטשען וואס זאגן אז זיי האבן שאדן געהאט פון אידישקייט, 100 פון קריסטיענטי און 100 מוזלימענער און נאכדעם וועלן מיר דורכגיין וויפל פראצענט פון יעדע רעליגע זאגן אז זיי האבן שאדן-געהאט...
כבין זיכער אז בודהיזם האבן די וויינגיסטע נושרים פון אלע רעליגעס... די ווייניגסטע!

אין די לעצטע הונדרעט יאר האט פון אלע רעליגעס אויף די וועלט געפאלן שטיקער. לעומת זה איז בודהיזם די איינציגסטע רעליגע וואס האט אויפגעפיקט ספיד. סאיז היינטיגע צייטן די מערסטע וואקסענדע רעליגע אויף די וועלט...!

בד״וו איך זוך נאך די אטד״ס און די פוטסטעפס פון די בודהיסטן. ביטע אז דו טרעפסט זיי לאז מיך וויסן ווי אומשנעלסטן.

נאך אזאך וויל איך וויסן. פון וועלכע סעקט בודהיזים זיי רעדן פון? סאיז דאך דא מערערע סעקטס און דינאמאנאציעס? אין יעדע פון די זענען אנדערש אין פרעקטיס,פונקט ווי אלע אנדערע רעליגעס. זיי רעדן פון zen בודהיזים???

דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.

בד״וו סאיז ארויסגעקומען א לעצטיגע סטודי אז אסאך מענטשען האבן געהאט שאדן פון ״די זון״... זיי האבן באקומען סקין קענסער.
רבותי זייטס געווארנט פון די שעדליכע זאכן:

1)די זון
2)בודהיזם
3)נאטירליכע סעלעקציע
4)סייענס וואס איז נישט אויף
אונזער זייט

הקטן לאמיר מאכן מעדיטאציע צוזאמען...
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:53 am#395204
שבת, ס'האט זיך געלוינט ארויסרייסען פון בעט אזוי פרי אין די לעצטע ליל שישי פון שובבי"ם אבי אנצקומען צו א מעין נירוואנע'דיג געפיל פון ליינען דעם תגובה!

איך מאך נישט קיין מעדיטעישאן יעצט, אבער ס'איז א שיינע תגובה צו כורך זיין מיט'ן קאווע וציגארעטעל ביחד....
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:59 pm#395231
שבת אחים האט געשריבן:פאר איך ענטפער דיר וויל איך וויסן ווי אין די שטודיעס שטייט אז איינער האט געהאט ״שאדן״ פון בודהיזם???
איך האב עס נאר דורכגעבליקט שנעלערהייט, און נישט באמערקט אז זיי זאלן רעדן פון שאדן גאר!?

קלאר, די סטאדי ברענגט ארויס "שאדן" וואס דאס האט געמאכט פאר טייל
א חלק פין די ליסט

    delusions
    irrational or paranormal beliefs
    hallucinations
    visions or illusions
    seeing lights and being more sensitive to sensory stimuli such as noise or bright light.
    re-experiencing of traumatic memories.
    feelings of pain
    tension
    difficulties in interacting with people

די הויפט "שאדן" איז געווען
fear, anxiety, panic or paranoia

שבת אחים האט געשריבן:נאך אזאך וויל איך וויסן. פון וועלכע סעקט בודהיזים זיי רעדן פון? סאיז דאך דא מערערע סעקטס און דינאמאנאציעס? אין יעדע פון די זענען אנדערש אין פרעקטיס,פונקט ווי אלע אנדערע רעליגעס. זיי רעדן פון zen בודהיזים???

יא א חלק פין די אויסגעפרעגטע זענען גאר געווען טיטשערס און עקספערטס אין zen




שבת אחים האט געשריבן:דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.

איך האב נישט געפרעגט די פירש המילות פון "נירוואנע"
שבת העלף מיך פארשטיין, אויב דו קענסט, פארוואס זאל איינער האבן די תאוה אנצוקמען צו נירוואנא? וואלט נישט בעסער געווען ווען ער געט אויף די תאוה אויך?

מיין שאלה צי דיר איז געווען איז דאס נישט נאך א תאוה וואס א מענטש מיט אן איגא וויל ציקימען
אויב האבן א רצון איז suffering
איז מה לי "סעקס" מה לי "נירוואנע"

אויב זאגסטו מיר אז מיר זענען דא פאר א תכלית, און תכלית האדם בעולמו איז צי ווערן "ענלייטענט" - ווער ס'איז זוכה דערצי דארף נישט ווערן נאכאמאל מגולגל וכד', איז דיין צישטעל צי גן עדן א פארשטענדליכע

דאס אלס זאגט בכלל נישט אז א גרויס רוב, אדער גאר א גרויסע רוב, האבן יא א בענעפיט פין מעדעטאציע - די סטאדי רעדט נישט דערפין
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:12 pm#395233
הא גופא איז נירוואנה, זיין אן קיינע רצונות אן איגא אן תאוות, בלענק, זיין נאר זיך אליין אן די אלע צוגעלייגטע זאכן, און טאקע נישט וועלן קיין נירוואנה אויך נישט.
אזויווי איינער וואס וויל זיין אן עניו וועט כל ימיו בלייבן א בעל גאוה, די איינציגסטע וועג צו ווערן אן עניו איז אויפצוגעבן אויף אלעס אינקלודינג ענווה.
דאס זענען די פאראדאקסן פון לעבן.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:17 pm#395234
זאג, דו ווילסט אנקימען צי "נירוואנה"?
פארוואס?
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:24 pm#395235
ווייל דאס איז די אמת, און דאן וועל איך נישט ליידן פון די אלע קאנסעקווענצעס וואס לעבן אין א שקר ברענגט מיט זיך
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:48 pm#395237
איך גלייב שווער אז בודהיזם האט געמאכט שאדן פאר איינעם. און אז יא האבן זיי זיכער די ווייניגסטע-שאדן-ראטע פון אלע רעליגעס...! און איך זאג דיר נאכאמאל אז פאר מיר פערזענליך האט עס געהאלפן. פאר מיר איז בודהיזים ווי ״די זון״ וואס שיינט אויף יעדן צופרי! סגעט מיר ווארימקייט און ענערגיע צוגיין ווייטער און דורכשטיפן דעם טאג. איך בין נישט קיין סעילסמאן אדער א פריטשער. איך בין נישט דא צופארקויפן קיין שום פראדאקט. איך בין דא צו שמועסן און ארויסגעבן מיין פראספעקטיוו און שעירן מיינע געדאנקען און בויך-וויי. והבוחר יבחר.

אויב אידישקייט אליינס איז גוט פאר דיר. גוד פאר יו, שטיי אוועק פון בודהיזם, לערן וועגן די כף הכלע און וועגן די שרעקליכע גיהונים און פארטיג.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:54 pm#395244
הקטן האט געשריבן:קלאר, די סטאדי ברענגט ארויס "שאדן" וואס דאס האט געמאכט פאר טייל
א חלק פין די ליסט

    delusions
    irrational or paranormal beliefs
    hallucinations
    visions or illusions
    seeing lights and being more sensitive to sensory stimuli such as noise or bright light.
    re-experiencing of traumatic memories.
    feelings of pain
    tension
    difficulties in interacting with people

די הויפט "שאדן" איז געווען
fear, anxiety, panic or paranoia


די ערשטע פינף, אויב ס'איז בכלל אמת, זענען ביי א קליינע טייל, און די סטאדי איז בכלל נישט קיין מאן דאמר, ווייל די קליינע צאל פון די סעמפל וועט קיין מאל נישט איבערוועגען די אמת פון די מיליאנען מענטשען ארום די וועלט וואס מעדיטעיטען און העלוסינעיטען נישט וכו' פרעג ווי די ווילסט.

ווייטער רוב פון די צווייטע חלק פון די ליסט, זענען דאס זאכען וואס שאטען בכלל נישט, אדרבה, איבערלעבן טראומא איז אן אווערנעס, און וואס נענטער מ'קומט צירוק צו טראומא אלס מער היילט מען זיך ווייל מ'איז מער אמת'דיג, ס'איז פעינפול, ס'קען אויך גורם זיין טענשאן, וכו', אבער הא גופא איז פארט אוו די הילינג פראסעס צו זען אמת'דיג, ס'איז אלס די פראסעס פון דיעפ אווערנעס.

די לעצטע פאר אזוי ווי פערענויע אדער פעניק, ווייטער פוק חזו וויפיל ליידען יא דערפון, מן הסתם נאר א מיעוטא דמיעוטא פון מיליאנען מעדיטעיטארס, און אויך פון די פאר וואס ליידען יא ביי וויפיל איז נאר א דורך גאנג און מ'גייט ציביסלעך צו בעסערע מדרגות, וואס צום סוף קומט מען גאר ארויס א געווינער.

הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דיין קשיא וועגן נירוואנע:
ס׳פארלאנט זיך א לאנגערע רעאקציע צו דיין קשיא אבער בקיצור נמרץ פרעגסטו פארוואס א מענטש וויל אנקומען אין גן עדן? דעס איז דיין קשיא? נירוואנע איז אין בודהיזם אין קאנטראסט צו גן עדן אין אנדערע רעליגעס. סאיז נישט קיין מאטיראליסטישע זאך סאיז א געוויסע state of being, סמיינט לעבן מיט מנוחת הנפש אן קיין מורא פאר גארנישט.
גיי לערן מיט א גוי ברתונרא.

איך האב נישט געפרעגט פירש המילות פון "נירוואנע"
שבת העלף מיך פארשטיין, אויב דו קענסט, פארוואס זאל איינער האבן די תאוה אנצוקמען צו נירוואנא? וואלט נישט בעסער געווען ווען ער געט אויף די תאוה אויך?

מיין שאלה צי דיר איז געווען איז דאס נישט נאך א תאוה וואס א מענטש מיט אן איגא וויל ציקימען
אויב האבן א רצון איז suffering
איז מה לי "סעקס" מה לי "נירוואנע"


לויט דיין שאלה וועגען די תאוה פון נירוואנע זעט אויס ווי די האלטס נאך יא ביי די פירוש המילות פונ'ם ווארט...
זונטאג פעברואר 11, 2018 10:56 am#395280
הקטן האט געשריבן:זאג, דו ווילסט אנקימען צי "נירוואנה"?
פארוואס?

ברוך שפינוזה האט געשריבן:ווייל דאס איז די אמת, און דאן וועל איך נישט ליידן פון די אלע קאנסעקווענצעס וואס לעבן אין א שקר ברענגט מיט זיך

אויב פארשטיי איך דיך גיט

דו סיבה אנציקימן צי "נירוואנה" איז א "הייער קאלינג" צי דערגרייכן דעם "אמת"
און איינמאל איינער איז עליינט מיטן אמת איז ער פריי פין א יעדר סארט צער און "סאפערינג"

אויב זאל איינער זיך יאגן אנציקימן צי "נירוואנה" כדי צי סוף-סוף זיין צער-פריי איז דאס דער גרעסטע סתירה צי די state פין "נירוואנה"
און די state פין "נירוואנה" איז מען אפען צי א ידער סארט צער אן ווערן געצער'ט דערפין

ע"ד משל:
אויב איינער וועט לעבן באמת מיט די געדאנק "אין עוד מלבדו"
דאס הייסט ער וועט זיין עליינט מיט א "וועלט אמת" וועט ער מער פין קיין צער נישט וויסן
אבער דער טעם פארוואס צי דערגרייכן צי לעבן מיט דעם אמת פין "אין עוד מלבדו" איז נישט כדי נישט צי האבן קיין צער.

די זעלבע איז אויב איינער זאל לעבן מיט דעם "וועלט אמת" אז א יעדער דבר "מורכב" איז א "הווה ונפסד" (אינקלאדינג "נערוואנע")
און האט נישט קיין קיום - וועט ער לעבן א צער פרייער לעבן, די סיבה דאס צי וויסען איז ווייל דאס איז דער אמת
זונטאג פעברואר 11, 2018 11:53 pm#395355
רבותיי: איך ווייס נישט וואס דער שמועס איז דא געווען לעצטנס. אבער כ'האב פונקט היינט געזעהן א קליפ אז קארל מארקס און זיין שותף ענגלס זענען געווען די בעסטע חברים מיט טשארלס דארווין. דער ממציא און בעל מחבר פן די טעירעה פון עוואלוציע. און זיי האבן דאס אריינגעפלאכטן אין זייער דרשה פון קאמוניזם. און דאס איז אויך געווען די אפיציעלע שטודיע אין סאוויעטן רוסלאנד. נישט ח"ו קריעישאניזם. ווייל דאס שמעקט דאך מיט רעליגיע.

איין זאך איז זיכער. אז ווען אונזערע היימישע, אויפגעקלערטע אפיקורסים (און זיי ווייסן ווער זיי זענען) וואלטן געווען א ביסל מער אביעקטיוו, און אויפגענומען א יעדע זאך מיט אן אפענע מיינד. און נישט געהאט קיין אינפעריאריטעט קאמפלעקס (אז דאס אידישקייט איז צוריקגעשטאנען) וואלטן זיי זיך אויסגעלאכט הויעך אויפ'ן קול פון די שטותים וואס טשארלס דארווין האט געפרעדיגט...!

ווער ווייסט. אפשר וועללן זיי נאך אמאל קומען צום שכל. ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

...?!(יא הוגה. דו הערסט אט דיך מייניך און נאך עטליכע פון דיינע חברים. נאר וואס ווייסט דען א בעל עגלה
מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:59 am#395366
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ווייל דאס איז די אמת, און דאן וועל איך נישט ליידן פון די אלע קאנסעקווענצעס וואס לעבן אין א שקר ברענגט מיט זיך

איז מעגליך, אז ס'איז נישט מעגליך אנציקימען אויף דער וועלט צי ריין נירוואנה?
איז די סיבה צי האלטן אז ס'איז יא מעגליך, נישט ווייל דו ווייסט איינער וואס האט דאס דערגרייכט, נאר ווייל די באדא האט אזוי געזאגט - און דו גלייבסט?

איז מעגליך אז pleasure and pain איז אן אינטערגאל חלק פין לעבן אין ווער ס'איז נישט מחובר דערצי איז קראנק און לעבט א שקר
יא די קענסט אויפהייבן וואס געט דיך pleasure - אויב נעכטן האט דיך געגעבן פלעזער א גוט מאכל קענסטו זיך א הייב טאן אז א דבר חכמה זאל דאס דיר אויך געבן
אבער נישט כאפן קיין התפעלות פין פלעזער בכלל?!? דאסמיינט געמאכט זיך נאנטער צי א שטיין וואו צי א מענטש!
איז דער state פין א שטיין די state פין נרוואנה?

האדם לא נברא אלא להתענג!
מאנטאג פעברואר 12, 2018 7:58 pm#395469
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:קלאר, די סטאדי ברענגט ארויס "שאדן" וואס דאס האט געמאכט פאר טייל
א חלק פין די ליסט

    delusions
    irrational or paranormal beliefs
    hallucinations
    visions or illusions
    seeing lights and being more sensitive to sensory stimuli such as noise or bright light.
    re-experiencing of traumatic memories.
    feelings of pain
    tension
    difficulties in interacting with people

די הויפט "שאדן" איז געווען
fear, anxiety, panic or paranoia


די ערשטע פינף, אויב ס'איז בכלל אמת, זענען ביי א קליינע טייל, און די סטאדי איז בכלל נישט קיין מאן דאמר, ווייל די קליינע צאל פון די סעמפל וועט קיין מאל נישט איבערוועגען די אמת פון די מיליאנען מענטשען ארום די וועלט וואס מעדיטעיטען און העלוסינעיטען נישט וכו' פרעג ווי די ווילסט.

דו האסט דאך נישט געפרעגט די מיליאנען מענטשען ארום די וועלט
די סטאדי מאכט די קעיס אז די אלע זאכן זענען under reported

דו רעדסט וועגן hallucinations, וויסן זאלסטו - hallucinations ווערט אסך געברענגט אין zen ליטארעטאר אז דאס מאכט זיך ביי אסך און ווערט געריפן, ביי טייל, "די ווערק פין די שטן"
אז די וועסט וועלן וועל איך אויפזיכן מקורת

וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ביי א טייל האבן זיך די פראבלעמען אנגעפאנגען שפעטער, איך געדענק נישט די נאמבערס אבער אזוי שפעט וואו 10 און 25 יאר.

מען דארף געדענקן אז פאר א מאמין, איינער וואס האלט אז זיין פליכט איז צי ווערן ענלייטענט, איז דאס אלס א חלק פין די עבודה זיינער - אפשר איז דאס גאר מניעות וואס ווייזען אים אז ער גרייכט אט אט זיין ציל.


די פארשערס האבן אויך אין פלאן צי גיין ווייטער און פארשען אנדערע סארט מעדעטאציעס וואו למשל "אידשע" מאדעדאציע