Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12060
זונטאג פעברואר 04, 2018 3:58 pm#394757
זנ"ל
א אינטערסאנטער הגדרה און הספד אויפן נפטר פון רב אבינר:
מען דארף שאפן א נייע טיטל "זכר נארמאלער לברכה" אויפן נפטר.
א מאדנע הגדרה.
....

[אינטער'ן תגובה זע איך אז געוואלדיג האט געמעקט דברי זלזול ווייס איך נישט וואס פאר א זלזול ער האט דא געפינען]
דינסטאג פעברואר 06, 2018 5:16 pm#394927
היסטארישע הספד אין א מאגאזין אויף א מנהיג פאר טויזענטע חרדים

303030.jpg
מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:22 am#394957
איש את רעהו האט געשריבן:א אינטערסאנטער הגדרה און הספד אויפן נפטר פון רב אבינר:
מען דארף שאפן א נייע טיטל "זכר נארמאלער לברכה" אויפן נפטר.
א מאדנע הגדרה.
....

[אינטער'ן תגובה זע איך אז געוואלדיג האט געמעקט דברי זלזול ווייס איך נישט וואס פאר א זלזול ער האט דא געפינען]

איש את רעהו: ווען דו שרייבסט. און וואס דו שרייבסט איז שוין דברי זילזול. למיחש מיהו בעי. אמאל כאפט מען עס גלייך. און אמאל דארף מען עס איבערליינען עטליכע מאל ביז מ'כאפט.

איך בין מלמד זכות אויף דיר אז דו שרייבסט נישט קיין גוטס אויף ערליכע אידן... אפילו בשוגג. אדער כמתעסק...!
מאנטאג מערץ 05, 2018 9:37 pm#396865
@יהודה מאשקאוויטש,
איך האף אז דו לאזט אונז נישט איבער. אונז ווארטן בכליון עיניים פאר די צווייטע טייל אין די קומענדיגע וועקער.
מיטוואך אפריל 04, 2018 3:45 pm#398961
כ'האב זייער הנאה געהאט פון די צווייטע חלק.

שיינע מעשה'לעך וואס א גרויסע טייל דערפון האבן מיך געברענגט א שמייכל, ס'איז מעשיות וואס איז ווערט זיך צו פארצייכענען צו קענען איבערדערציילן.

הגם איך האב מיך געראכטן אויף א לענגערע צווייטע חלק מיט נאך אינטערסאנטע פרטים איבער זיין פרעזענליכן לעבן וואס איך בין זיכער אז ס'איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבן.
מיטוואך אפריל 04, 2018 7:37 pm#398967
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
די אינפארמאציע איז טאקע נישט קיין גרויסע חידושים, עס איז נאר א ביאגראפיע. די חידושים וועלן האפנטליך זיין אינעם "משנת חייו" טייל, וואס וועט געבן א מער דרינגליכער אריינבליק אין זיין פערזענליכקייט און מיר וועלן אנאליזירן זיינע מידות און תכונות. דערפאר איז זיין נאטור נישט באשריבן געווארן אינעם ערשטן טייל (אגב, עס איז מיר א וואונדער אז די זעלבע טענה וואס יאיר און דו האבן געשריבן, זענען פשוט מאדנע נאכדעם וואס איך האב קלאר געשריבן אז זיינע ספעציעלע אייגנשאפטן וועלן נאכפאלגען אינעם צווייטן טייל. דער ערשטער טייל איז מער ווייניגער געווען א טריקענער ביאגראפיע פאר חסידישע אומוויסנדע. פארוואס קען מען נישט פארשטיין וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן?)


@יהודה,
א דאנק פאר די ארטיקל אין די וועקער, עס איז זייער שיין. אבער, לא אל הנער הזה התפללתי... אונז האבן געווארט אויף א גרונטליכע אנאליז ווי מען וועט צונעמען זיינע זעלטענע מדות און תכונת הנפש, זיין אינטערעסאנטע מהלך המחשבה און זיין צינישע חכמה.

קענסט נאך תשובה טוהן אין די קומענדיגע וועקער אדער דא אויף ק"ש, ס'איז א 'חסרון לא יוכל להמנות' ווייל קיינער וועט דאס נישט באשרייבן ערגעץ אנדערש.
פרייטאג אפריל 13, 2018 2:09 pm#399741
זייער שיין. איך האב שוין גראדע געוואוסט א שיינע חלק פון די מעשיות, (פון דעם צווייט'ן מאמר), אבער ס'איז געשמאק איבער צוליינען. יעדער סיפור האט זיין טיפער מעסעדזש!
דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:24 pm#405315
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ו. די וועדזשטעבעל איז געווען חצילים, נישט סקוואש, לויט די באקאנטע מעשה (!).



עי' כאן ווי מ'קען זע'ען א דיון וועגען דעם. גאר גאר וויכטיג.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:19 pm#414988
מיטהאלטנדיג יעצט אביסל וואס גייט פאר אין ארה"ק צווישן די חסידים און ליטאים פילט זיך ריכטיג די בראך אז דער אדם גדול איז שוין נישטא מיט אונז.
הרב שטיינמן האט אייביג געוואוסט וויאזוי איינצוהאלטן די רגשי נחיתות וואס די ליטאים פילן אייביג קעגן די חסידים און צו פארהאנדלען מיט חכמה און זיך פארגלייכן צום סוף. ביי די הונדערט יאר אלט האט ער זיך געקענט מתגבר זיין אויף די עסקנים און מויל-מאכער און טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג על אפם ועל חמתם. אוי מי יתן לנו תמורתו..
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:44 pm#415003
איינער האט היינט גע'דרשנ'ט אין בעלזא קעגן די ליטווישע פאליטיקאנטן, טייטשנדיג לעשות רצונך אלוקי חפצתי, דער ליטוואק וויל באמת זיין ערליך, אבער ותורתך בתוך מעי, זיין כבוד התורה שטעקט אים אין בויך, יענס קומט פאר אלעם....
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:54 pm#415025
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
שטייט דען כבוד התורה? שטייט תורה. דער פארקאקטע תורה וואס דער ליטוואק לערנט, האלט אים צוריק פון רצון ה׳. ווען ער וואלט איינגעזען אורו של בעלזא אז די תורה איז א זאק נאנסענס, און רצון ה׳ איז דער בעלזער קרעכץ, אנטשולדיגט, דער ידוע׳דיגע בעלזער קרעכץ, וואלטען זיי גרינגעהייט צוגעקומען צום רצון ה׳.

אלע דורות האט מען געוואוסט, אז מ׳וויל רצון ה׳, דארף מען זיך אומקערען פון תורה. דער וואס לערנט און קען תורה, חזקתו אז ער טוט נישט רצון ה׳. וואס מיינסטו? אומזיסט איז נישט געווען קיין עמטליכע ישיבות אין בעלזא? יא, מ׳האט צומאל עפעס נאכגעגעבען פאר די פורצים און זיך געדרייט די פאות און דאס אנגערופען א ישיבה. אבער ביי אונז האט מען געוואוסט אז פארברענען א חיבור אויף קצות איז פיל מער רצון ה׳.

פוי פאר די גראבע נגלה פרעסערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:19 am#415038
ליטוואק,
נעמט אייך נישט אזוי צום הארצן א נארישע טייטש וואס א אומוויכטיגע עסקן/פאליטיקאנט האט געזאגט.. ס'איז דא וויכטיגערס אויף וואס צו ברויזן ביי די יעצטיגע בחירות. די אפיציעלע דרשות פון רבנים אין בתי מדרשים און דאס שטערן די אנהייב זמן פאר שטותים מיט הבלים איז אומדערהערט..
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:23 am#415039
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שטייט דען כבוד התורה? שטייט תורה. דער פארקאקטע תורה וואס דער ליטוואק לערנט, האלט אים צוריק פון רצון ה׳. ווען ער וואלט איינגעזען אורו של בעלזא אז די תורה איז א זאק נאנסענס, און רצון ה׳ איז דער בעלזער קרעכץ, אנטשולדיגט, דער ידוע׳דיגע בעלזער קרעכץ, וואלטען זיי גרינגעהייט צוגעקומען צום רצון ה׳.

אלע דורות האט מען געוואוסט, אז מ׳וויל רצון ה׳, דארף מען זיך אומקערען פון תורה. דער וואס לערנט און קען תורה, חזקתו אז ער טוט נישט רצון ה׳. וואס מיינסטו? אומזיסט איז נישט געווען קיין עמטליכע ישיבות אין בעלזא? יא, מ׳האט צומאל עפעס נאכגעגעבען פאר די פורצים און זיך געדרייט די פאות און דאס אנגערופען א ישיבה. אבער ביי אונז האט מען געוואוסט אז פארברענען א חיבור אויף קצות איז פיל מער רצון ה׳.

פוי פאר די גראבע נגלה פרעסערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און ווער האט געזאגט אז די ליטוואקען קענען נישט שעלטען?
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 6:01 am#415048
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
איך האב באמת נישט קיין אהנונג וואס גייט פאר יעצט. איך ווייס אז עס איז פרייליך, אבער פרטים און אפילו נעמען ווייס איך נישט.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 7:28 pm#415237
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שטייט דען כבוד התורה? שטייט תורה. דער פארקאקטע תורה וואס דער ליטוואק לערנט, האלט אים צוריק פון רצון ה׳. ווען ער וואלט איינגעזען אורו של בעלזא אז די תורה איז א זאק נאנסענס, און רצון ה׳ איז דער בעלזער קרעכץ, אנטשולדיגט, דער ידוע׳דיגע בעלזער קרעכץ, וואלטען זיי גרינגעהייט צוגעקומען צום רצון ה׳.

אלע דורות האט מען געוואוסט, אז מ׳וויל רצון ה׳, דארף מען זיך אומקערען פון תורה. דער וואס לערנט און קען תורה, חזקתו אז ער טוט נישט רצון ה׳. וואס מיינסטו? אומזיסט איז נישט געווען קיין עמטליכע ישיבות אין בעלזא? יא, מ׳האט צומאל עפעס נאכגעגעבען פאר די פורצים און זיך געדרייט די פאות און דאס אנגערופען א ישיבה. אבער ביי אונז האט מען געוואוסט אז פארברענען א חיבור אויף קצות איז פיל מער רצון ה׳.

פוי פאר די גראבע נגלה פרעסערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אזויווי ווען משה ליאון איז אנגעקומען צו די הויפטקווארטירן פון דגל התורה און געהאלטן דארט א רעדע, ווען אינמיטן האט איינער שטיל געמאכט די רעדנדיגע פארזאמעלטע מיטן שרייען ''כבוד התורה''....

C/p
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 7:56 pm#415241
גדליה: אז משה ליאון (דער 2'טער) איז כבוד ה'טעירעה, דארפן מיר אלע בודק זיין וואס אונז האמיר גערייכערט פריער...!
מיטוואך אקטאבער 24, 2018 8:45 pm#415245
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
ווער איז ער? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים. איך האלט נישט עכט מיט וואס טוט זיך דארט, נאר מיין ברודער פארציילט מיר אז ס׳איז פרייליך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:52 am#415294
Re: "אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינ
נאך א מזל, ווען דו האלטסט ווען יא מיט וואלסטו געזעהן אז יעצט איינמאל, פאר א טשעינדזש , זענען די ליטאים ביזי מיט קטנות און שטותים, נישט די חסידים.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:53 pm#415297
אונטער חכם: וואסי...? יעצט איז דאס ערשטע מאל וואס ס'איז דא בחירות...?! די איינציגע פלאץ וואו דו קענסט טרעפן א גאר פונקטליכן רעפארט פון א יעדן שטות און א יעדן נארישקייט וואס א יעדער טיפש אין די ליטווישע מחנה בלאזט ארויס פון זיין מויל, איז אין דעם אומאפהענגיקן ארגאן פון ארטאדאקסישן אידנטום. ה"ה ..."דער איד"...וועלכער איז באשאפן געווארן ארויסצוברענגען דעם גנות הציונים. דערווייל טרעפסטו דארט מער עכטע ציונות ווי אין סיי וועלכע אנדער'ן פלאץ. ער קען זיך ערלויבן צו פרעדיגן ציונות מיט אלע פיטשעווקעס, ווייל ער איז דער קעניג פון קנאות. איהם וועט קיינער נישט טרויען צו באשולדיגן אין ציונות. זאלל נאר ...,"די צייטונג"... אדער דער בלאט זיך דערוואגן צו ברענגען א צענטל חלק פון ציונות און ציוניסטישע פראפאגאנדע וואס דער הייליגער איד פרעדיגט. אזוי כלאחר יד. וואלט דער בעל הקנאות שוין איהם לאנג פארשריגן אלס ציוניסטישער בלאט...!
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 11:36 pm#417514
עס איז יעצט ארויסגעקומען אן אינטערעסאנטע בריוו וואס הג"ר דוב לנדו האט געשריבן פאר צוויי יאר צוריק בחייו פון רב שטיינמן, ווי ער לייגט זייער שיין אראפ זיין בליק אויף די דמות פון רב שטיינמן און זיין בליק אויף די התנגדות קעגן אים. איך האב נישט געזעהן די בריוו און אויב איינער קען דאס פארשאפן און דא ארויפלייגן זאל ער זיין געבענטשט.

דא מעלדט 'בחדרי חרדים' וועגן דעם בריוו:
m http://www.bhol.co.il/news/957415 m
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 11:25 am#417547
דא האט איהר די בריוו
מכתב הגרד לנדו.pdf
להגיד שבחו של ר' אהרן לייב
(373.64 KiB) אראפגעלאדנט 118 מאל
מאנטאג מערץ 11, 2019 5:41 pm#426283
קפה נמס האט געשריבן:
יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
די אינפארמאציע איז טאקע נישט קיין גרויסע חידושים, עס איז נאר א ביאגראפיע. די חידושים וועלן האפנטליך זיין אינעם "משנת חייו" טייל, וואס וועט געבן א מער דרינגליכער אריינבליק אין זיין פערזענליכקייט און מיר וועלן אנאליזירן זיינע מידות און תכונות. דערפאר איז זיין נאטור נישט באשריבן געווארן אינעם ערשטן טייל (אגב, עס איז מיר א וואונדער אז די זעלבע טענה וואס יאיר און דו האבן געשריבן, זענען פשוט מאדנע נאכדעם וואס איך האב קלאר געשריבן אז זיינע ספעציעלע אייגנשאפטן וועלן נאכפאלגען אינעם צווייטן טייל. דער ערשטער טייל איז מער ווייניגער געווען א טריקענער ביאגראפיע פאר חסידישע אומוויסנדע. פארוואס קען מען נישט פארשטיין וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן?)


@יהודה,
א דאנק פאר די ארטיקל אין די וועקער, עס איז זייער שיין. אבער, לא אל הנער הזה התפללתי... אונז האבן געווארט אויף א גרונטליכע אנאליז ווי מען וועט צונעמען זיינע זעלטענע מדות און תכונת הנפש, זיין אינטערעסאנטע מהלך המחשבה און זיין צינישע חכמה.

קענסט נאך תשובה טוהן אין די קומענדיגע וועקער אדער דא אויף ק"ש, ס'איז א 'חסרון לא יוכל להמנות' ווייל קיינער וועט דאס נישט באשרייבן ערגעץ אנדערש.

גם אני מצטרף לבכיה זו.
כ'האב אינזין געהאט צו שרייבן א לענגערע אנאליז, אבער ברגע האחרון האט זיך געמאכט א מניעה, און כדי שלא להשאיר הנייר חלק... האב איך אריינגעשיקט כאטש די געציילטע עפיזאדן וואס ווארפן א שטיקל בליק אויף זיין גרויסן דמות. אין פאקט אבער וואלט געווען בעסער איבערצולאזן דעם חלק ב' פאר א געלעגענהייט ווען כ'וועל יא קענען באשרייבן באריכות א פסיכאנאליז אויף דעם גדול הדור.

וי ליה להאי שופרא דבלי בארעא (תרתי משמע).
מאנטאג מערץ 11, 2019 11:44 pm#426302
מיר קוקן שטארק ארויס אויף די צווייטע חלק