Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • חיים שאולזאן'ס בענקל

קאווע שטיבל • חיים שאולזאן'ס בענקל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12125
מוצ"ש פעברואר 10, 2018 11:32 pm#395256
חיים שאולזאן'ס בענקל
די וועלט גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלקייט, יעדער זאך ווערט סאפיסטיקעיטיד, אלץ איז היינט אין א שנעלערע אדער לייכטערע ווערזען.
נו, חיים שאולזאן איז אויך א מענטש צום טיש, ער האט געטוישט פון סתם לייגן נייעס און לינקס אויפ זיין וועבסייט, צו מאכן סעלפי ווידיא,
איך, ווי אסאך אנדערע אידן, פאלן אריין ביי חיים אין סייט, נישט ווייל איך קויפ זיינע תורות, נאר אמאל לינקט hasidic1 אהין און אמאל ווען די בויך וויי איז עד אין לשער און מ'איז פארכאפט אין ביה"כ פאר א לענגערע צייט,

לעצטע וואך נישט מער געדאכט ליל שישי באקום אין א לינק אהין, און כ'זעה טאקע די נייע ווידעאו, איך קוועטש אהין און....... דא האב איך געזעהן א מראה כ'האב אין מיין לעבן נישט געזעהן.

רבותי, זייט ס'האט זיך געבענקלט א בענקל, האט זיך נאכנישט געבענקלט א בענקל ווי עס בענקלט זיך ביי ר' חיים!

פארוואס רוף איך עס בענקל למען השם? א בענקל איז א קיטשען בענקל, אדער א חתונה בענקל. דאס איז ענדערש ווי א פריוואטע שיף, יא, עפעס א אייגענע דירה פאר זיך.

כ'האב געהערט פון א מקור נאמן, דער בענקל האט גענומען 14 חדשים צו מאכן און געקאסט א ערך פון 62 אלפים.

די לעדער איז פון א אינגע ביבער, דאס ביבער איז אויפגעהאדערט געווארן אין א אייגן אינזל מיט א שטאב מענטשן צו שטעלן אלץ וואס שייך.. דאס ביבער האט מען געגעבן צו עסן געזונטע גראז וואס וואקסט אין א גריינערי, greenery, דער ביבער האט קיינמאל נישט געארבייט און געווען פעט און געזונט.
מ'האט געסטיטשט די בענקל מיט האנט ארבייט מיט פאדעם פון שיריים פון די קליידער פון צאר ניקאליי,

ויהי היום מ'האט גענומען די הערליכע ביבער און געשחט'ן לכבודו פון ר' חיים.

אינעם לעדער פעקטערי, האבן נאר די ארבייטער מיט העכער צען יאר עקספיריענס געקענט צו לייגן א האנט פאר אט דעם בענקל, יעדע נאכט איז דאס לעדער אריין אין א ספעציעלע ציממער מיט עירקאנדישען צו קענען לייכט ארבייטען מארגן ווייטער,

כ'וויל נישט דא מאריך זיין. דער עולם יאגט זיך, אבער די האלץ פון בענקל איז גארנישט אונטערשטעלונג, אויך פון די טייערסטע האלץ פארהאן.

ווען די בענקל אין געווארן געענדיגט, איז חיים אראפגעפאהרן צו די פעקטערי אין ווייטן איטאליע און געלאזט פאלן זיינע הערות,

ווען די בענקל איז געווען געענדיגט און גרייט צו ליפערן קיין אמעריקא, האט מען באשטעלט א טייערע קאמפעני וואס איז באקאנט און האט עקספיריעס מיט ליפערן טייערע גרויסע חפצים, די בענקל איז געווארן ארום גענומען מיט סחורה, און אויפ דעם א טייערע foam.
אזוי ווי די בענקל איז אנגעקומען קיין אמעריקא האט מען באשטעלט ספעציעלע טראקס וואס טראגן oversize loads צו קומען נעמען די בענקל.
דאס בענקל איז נישט אריין פונען טיר פון חיים'ס הויז, נאר די גאנצע פראנט פענצטער האבן בעלי מלאכה אראפגענומען כדי אריין צו לאזן די כלי.

כ'קוק אויפ ר' חיים'ס קליפס מיט א געפיל פון קנאה געמישט מיט שנאה.

שטעלט אייך פאהר ארויסקומען פון shower, זיך מאכן די פיאות און בארד, און מיט'ן bathrobe אין קאווע אריינפאלן אין דער בענקל.....
די בענקל נעמט ארום דיין body מיט א מין ליבשאפט וואס מ'קען נישט באשרייבן אויפ פאפיער.
איך למשל בין scheduled אין חודש אדר צו פאהרן קיין פלארידע פאר 5 טעג, כ'וואלט געבייט מיין 5 טעג וואקאציע צו קענען זיצן אויפ דעם בענקל פאר א האלבע שעה מיט א גרויסע קאווע און ציגרעטעל, און כ'וואלט דאס גערעכט אלץ בעסטע אינוועסטמענט עווער.

אין מין, ווי אזוי שטייט מען אויפ פון דער בענקל צו גיין דאוונען מנחה? (אפשר וועגען דעם זעהט מען קיינמאל נישט חיים אין ביהמ"ד)
איר קענט זיך פארשטעלן די צער חיים האט ווען ער דארף זיך זעצן אויפ א ביה"כ ברעטל אדער א פליגער זיץ? אפי' ערשטע קלאס.
כ'וויל נישט רעדן מיאוס אבער זיין מחילה איז זיכער זייער סענסעטיוו היינט צו טאגס, אין א געוויסע בחינה איז זיין מחילה געמאכט פון גלאז.

ווען משיח גייט קומען גייט מען זיכער בארגן די בענקל פאר די סעודת לוויתן. דער בענקל שלינגט אראפ סקווירא רבי'ס בענקל אינמיטן די נאכט.

יעצט ווי אזוי איז שייך צו דערהערן די שיט וואס חיים רעדט? וועם גייט אן סאטמר בני ברק ווען יעדער איז פארגאפט אינעם בענקל?
אפגערעדט קיינער האט נישט באמערקט אז פונעם וואנט זעהט אויס ווי ער זיצט אין א לייטער סוכה.
אדער האט איינער בכלל געזעהן די עפל לעפטאפ זיך אפשפילגען אין זיינע ברילן? אדער די טעג וואס זיין העמד קנעפעל פונעם ארבל איז אפען איז ווען ער גייט די העמעד די צווייטע טאג?
ניין יעדער איז ביזי מיטן בענקל!!!!!
מוצ"ש פעברואר 10, 2018 11:41 pm#395257
זיין ישיבה של מטה איז מעלה מעלה.. א געהעריגע "ראש" "ישיבה"...
זונטאג פעברואר 11, 2018 2:00 am#395268
וואו קען מען זעהן א בילד פון דעם בענקל? קיין איינער אהערשטעלן א לינק צו א בילד אדער קליפּ?
זונטאג פעברואר 11, 2018 2:20 am#395269
אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל
זונטאג פעברואר 11, 2018 2:23 am#395270
כלבאשבוע האט געשריבן:אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל

וועלכע בונקער רעדסטו פון?
זונטאג פעברואר 11, 2018 2:33 am#395271
כלבאשבוע האט געשריבן:אז שטילע האט געמוזט ארויסקומען פון בונקער צו אטאקירן שאולזאהןס בענקל מוז זיין אז דער שאולזאהן האט עפעס אנגערירט אין פינטל

ס'גייט ארויף אויף מיין תגובה אין דיזען אשכול
זונטאג פעברואר 11, 2018 5:38 am#395276
שכוח שטילע (און נאך א גרעסערן דאנק שפינוזה), ווען נישט דיין אשכול וואלט איך נישט געזען דעם קליפ. כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט. די בענקל טראכט איך געט נאר צו. ס'איז א חלק פון די ראלע. אן אנאליסט אויף טיווי וואס שאצט די פוטבול איז ארומגענומען מיט פוטבאל אייקאנס צו געבן א קאנטעקסט. אז שאולזאן געט אן אבזערוועישאן איבער רעבעס און ראש ישיבהס, איז נישט מער ווי פאסיג אזא בענקל..
זונטאג פעברואר 11, 2018 1:01 pm#395285
שטילע יונגערמאן: ייש"כ. זייער הערליך אראפגעלייגט. נאר איין קליינע הערה. די פראבלעימען האבן מיר נישט מיט חיים שאולזאן'ס מחילה (אנטשולדיגטס). נאר מיט זיין פיסק...!
זונטאג פעברואר 11, 2018 1:24 pm#395288
berlbalaguleh האט געשריבן:שטילע יונגערמאן: ייש"כ. זייער הערליך אראפגעלייגט. נאר איין קליינע הערה. די פראבלעימען האבן מיר נישט מיט חיים שאולזאן'ס מחילה (אנטשולדיגטס). נאר מיט זיין פיסק...!

דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז עס איז דא א חילוק
זונטאג פעברואר 11, 2018 1:35 pm#395290
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז עס איז דא א חילוק


ער'ס אן עכטער עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה, מ'טאר ניטאמאל מאריך זיין אין די סוגיא פון מה לפנים ומה לאחור....
זונטאג פעברואר 11, 2018 1:39 pm#395294
וואלווי: כ'האב געוויסט אז ס'קומט א גוטס. אבער אזא טיעף פשט'ל כפתור ופרח. דאס פאסט טאקע איבערצוזאגן ביי די פורים סעודה...ייש"כ...!
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:00 am#395381
שטילע עט איטס בעסט. כ'האב אזוי ליב דיין שפראך, דיי הומאר און דיינע אויסדריקן.
באווייז דיך אפטער און זיי אונז מהנה
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:40 am#395399
שטילע איז ארויס געקראכן פון אינטערן בענקל.
אונז צו דערציילן וועגן שאולזוהן׳ס בענקל.
געליינט האביך זיצענדיג אויפן הכנות בענקל-
מיט געלעמטע פוס...
מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:54 am#395410
Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל
איין זאך וואס דער אשכול האט זיכער אויפגעטוהן (אויך מיר א אויפטוה...) אז איך בין געגאנגען אפיר זיכען איינער פון די ווידיאוס פון שאולזון, און איך האב זיך איבערצייגט אז שטילע אינגערמאן איז גערעכט דער בענקל איז ממש א חתיכה ראויה להתכבד... איך מיין אז איך גיי באשטעלן אזאנס פאר מיין רבי....איך וועל מיך מוזן פארבינדן מיט שטילע אינגערמאן צו הערן מער פרטים פונקטלעך ווי מען באשטעלט עס....
מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:57 am#395412
Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל
ווען מ'זיצט אויף אזא בענקל איז שוין גארנישט קיין חידוש אז מ'האט נישט קיין בעסערע דאגות ווי ר' ישראל האגער'ס בריוו און מהר"א'ס מחלוקת מיט בן אחותו...וכו' וכו'
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:51 pm#395438
Re: חיים שאולזאן׳ס בענקל
כ'הער אז ס'בענקל האט א פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס מאכט אז די נפיחה זאל ארויסקומען פונעם פה העליון.
מאנטאג פעברואר 12, 2018 6:37 pm#395462
שטילקעלע האט זיך אויפגעוועקט אונז צו דערלאנגן א גוטס, אבער כידוע א שטיקל שטילקעלע אנעם שם של ג אותיות איז נישט קיין שטילקעלע. איך ליין און ליין און כמעט געווארן אנטוישט, אבער ב''ה דארט אונטן ביי די ברייטע שורות טרעפן מיר דעם שם.
מאנטאג פעברואר 12, 2018 9:35 pm#395475
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין געגאנגען אפיר זיכען איינער פון די ווידיאוס פון שאולזון

אפשר לייגסטו א לינק?
דינסטאג פעברואר 13, 2018 5:38 pm#395566
דער מענטש פאסמאקאוועט זיך אין שמוץ! ער האט הנאה אז מענטשען שלאגן זיך! ער מאכט זיך ניטאמאל כאילו עס גייט איהם אן.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:29 pm#395591
ברוך שפינוזה האט געשריבן:https://r6---sn-8xgp1vo-xfgk.googlevideo.com/videoplayback?id=7b3996e984921254&itag=18&source=blogger&mm=31&mn=sn-8xgp1vo-xfgk&ms=au&mv=m&pl=16&ei=V1GCWsOzD8LHqAW73YjwCg&susc=bl&mime=video/mp4&lmt=1518122715604432&mt=1518489821&ip=72.80.122.185&ipbits=0&expire=1518518743&sparams=ip,ipbits,expire,id,itag,source,mm,mn,ms,mv,pl,ei,susc,mime,lmt&signature=45C87B067DC1EB5200F66F143CF3ED2A697E44B9.ACE4081868C5C0EC601DA86433497216968B6AD6&key=ck2&cpn=ywU0mIYg8Hu99J7n&c=WEB_EMBEDDED_PLAYER&cver=20180212

http://bshch.blogspot.com/2018/02/blog- ... 5.html?m=0

אונז זעה מיר שיין אויס אז דער מנוול ומוכה שחין חיימ'קע שאולזאן זאגט מבינות איבער אונז...! דער גרויסער צולייגער וועלכער האט זיך געלאזט ארייננארן אין די פאסטקע ווי א קליין קינד. קיינער האט נאכנישט פארגעסן די מעשה וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען זיין ארעסט אין וויליאמסבורג...!
דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:58 pm#395595
@בערל כ'גדענק נישט דער מעשה, דערמאן מיך ביטע.
מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:17 am#395602
גראף: איך גלייב נישט אז דו ביסט אזא תמים. אבער אפשר ביסטו נאך דאמאלס געווען א יונגל

והנה: ער, חיימ'קע שאולזאן איז דאמאלס נישט לאנג פון פריער געקומען פון ארץ ישראל וואו ער האט זיך געווייקט אין שמוץ און ער האט שאנטאזשירט מענטשן (אפשר ווייסטו נישט די מיינונג פון דעם ווארט, קענסטו פרעגן ביי אונזער רעזידענט פראפעסאר פון אידיש, לאשיצער...!). עד כדי כך אז מ'האט אים פאריאגט פון ארץ ישראל. און ער איז אנטלאפן בשן ועין. איז ער געקומען קיין ניו יארק. און א דבר אחר האט דאך ליעב זיך צו ווייקן אין בלאטע און שמוץ. האט ער אויפגעמאכט א צייטונג אויף לשה"ק/עברית מיט'ן נאמען פנים חדשות. און אויך איינס אויף אידיש. (כ'האב שוין פארגעסן דעם נאמען.) דארט האט ער געברענגט אלערליי שמוץ מיט האלבע אמת'ן און גאנצע שקרים אויף יחידים און אויף קהילות. פארשטייצעך אז סאטמער איז געווען איינס פון זיינע הויפט צילן. ויהי היום. איין טאג רופט ער אן די ראשי הקהילה פון סאטמער און ער זאגט זיי כהאי לישנא..."היות איך האב זייער א סאך שמוץ און סקאנדאלן צו באשרייבן פון ענק אין די קהילה סיי פון יחידים און סיי פון די פיהרערשאפט. און דאס איז ווערט א סאך געלט. און אויב עטץ ווילטץ נישט אז איך זאלל באשרייבן די אלע שמוץ פון אינעווייניג (ער האט געטענה'ט אז ער האט אינסייד אינפארמירערס). זאלט עטץ קומען פארהאנדלען מיט מיר איבער א סכום פון געלט וואס איך פארלאנג פאר נישט שרייבן שלעכטס אויף ענקער קהילה.

די הנהלת הקהילה פון סאטמאר זענען נישט געוען קיין פלאטשיגע. און זיי האבן איהם געענטפערט...גוט. מ'וועט גיין פארהאנדלען. נאר האבן זיי איהם געזאגט. דו דארפסט אונז געבן א צייט 2 וואכן. אין די צווישנצייט האבן זיי אויסגעארבעט אלע פלענער וואו מ'וועט זיך טרעפן. און אויך די סכום פון ..."מארק'ד"..אנגעצייכנט געלט וואס זיי וועללן ברענגען. און אויך צוגעגרייט ווידעא מאשינען צו רעקארדירן די גאנצע טראנזאקציע .ויהי היום. ס'איז געקומען דער באשטימטער טאג. א דאנערשטאג נאכמיטאג. האט איהם אפגעווארט זיינער אן אזוי גערופענער חבר. (השם שמור במערכת). און ער איז געפארן מיט זיין ..."חבר'ס"...קאר צו די באשטימטע פלאץ וואו ער האט געדארפט איבערנעמען דעם סכום פון $30,000 טויזנט (געמארק'טע) דאללערס.און די רעקארדינג מאשינען האבן אלעס אראפגעכאפט. ארויסגייענדיג פון יענע פלאץ שמח וטוב לב, איז ער געפארן ביז צו די עק פון וויליאמסבורג נעבן די הייוועי. ווען א פאליס קאר האט איהם אפגעשטעלט און ארעטירט. און זיי האבן געטראפן ביי איהם די אנגעצייכנטע געלט וואס זיי האבן געהאלטן אלס עווידענס אז ער האט אדורכגעפיהרט בלעקמעיל און עקסטארשן. דערווייל האט מען איהם געלאזט גוט שוויצן אין סענטראל בוקינג. ביז איבער שבת קודש. מסתמא האבן גוטע אידן איהם געברענגט וויין און חלה און געפילטע פיש. אום מאנטיג איז ער געגאנגען פאר א (אידישן) דזשאדזש. און דער דזשאדזש האט פארשטאנען וואספארא פרי ער איז. אבער ס'האט איהם געשטערט דער חילול השם וואס דאס וועט אנמאכן. האט דער דזשאדזש געבעטן קהילת סאטמער אז זיי זאללן איהם מוחל זיין. אבער בתנאי אז ער זאלל אויפהערן צו שרייבן שלעכטס אויף זיי. זיי האבן מסכים געווען. און מ'האט איהם ארויסגעלאזט אויף בעיל. איז ער געגאנגען דער רשע, מנוול ומוכה שחין. און ר'האט אנגעהויבן צו שרייבן אין זיין שמוץ בלעטל..."כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א. (דער ברך משה) האט געדאוונט יו"ט פאר'ן עמוד און געזאגט הלל. און ר'האט פארגעסן צו זאגן וואס מ'זאגט ביי גאנץ הלל. האט דער גאנצער עולם אנגעהויבן צו שרייען ..."רבי...לא לנו...! דאס און נאך צענדליגע אנדערע לשונות של בזיון וגנאי האט דער מנוול געשריבן. און ער האט זיך אויסגעלאכט פון דעם תנאי וואס דער דזשאדזש האט מיט איהם געמאכט...!

דאס איז נאר געווען איינס פון זיינע געמיינע אקטיוויטעטן. ער האטציך אויך אריינגעלאזט אין בלעקמעילן יחידים. פארמעגליכע יונגעלייט אין סאטמאר. מיט די הילף פון אן איזראעלישע שיקסע. איך וויל נישט ארויסשרייבן אלע פרטים. מפני הרחק מן הכיעור והדומה לו. אזוי איז ער ארומגעגאנגען מחיל אל חיל. בלעקמעילן און סטראשען יחידים און קהילות. ארויסצוצאפן פון זיי געלט. ביז... ער האטציך אנגעהויבן מיט די בארא פארק'ער שומרים. די בעיקערי באיס.. ער האט געהאט אויף זיי עפעס א מעשה וואו זיי האבן זיך (בטעות) אריינגעמישט אין א פריוואטע משפחה סיכסוך. און ער האט זיי געסטראשעט כדרכו, אז אויב זיי געבן איהם נישט א געוויסן סכום געלט וועט ער צושמירן די מעשה אין זיין שמוץ בלעטל מיט אלע פיטשעווקעס. האבן זיי איהם געענטפערט..."ווען אונז וועללן מיר ענדיגן מיט דיר וועסטו אונז נאך געבן געלט און בעטן אז אונז זאללן דיך אפלאזן"... והך קאווע. און ס'איז טאקע אזוי געווען. אז ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א זון האט ער געדארפט באשטעללן פאליס אפצוהיטן איהם מיט זיינע געסט. ווייל די שומרים האבן ארגאניזירט א גרויסע מחאה אין פראנט פון זאל וואו די חתונה איז פארגעקומען. און ער האט נאך געאפפערט געלט פאר די שומרים אז זיי זאללן אראפגיין פון איהם...זיי האבן געטון פארשידענע פעולות, וואס נאר זיי קענען. כדי צו אונטערברענגען זיין שמוץ בלעטל...ענד אוו סטארי...!
מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:35 am#395610
נכון להרגע, האלטן מיר פעברואר דעם פערצנטן, מיט 1303 פאוסטס פאר'ן חודש, און ער האט נאך היינט גארנישט געשריבן, ס'קומט אויס איבער הונדערט פאוסטס א טאג, אריינגערעכנט שבת. גיי רעכן אויס וויפיל שעה א טאג ער איז פארנומען מיט דעם. האט מיר אלץ געוואונדערט, איז ער טאקע אזוי משוגע? זיצן אגאנצן טאג און שרייבן? וואס האט ער דערפון? פון וואו האט ער פרנסה? האט ער א דשאב בככל? יעצט איז מיר שוין אלץ פארענטפערט...

#שווארצע_פאסט
מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:09 pm#395622
ברוך שפינוזה: ייש"כ. איך האב געזעהן א פיקטשער פון איהם (א סעלפי) אין ארץ ישראל. וואו ער האט אויכעט ארויסגעגעבן א שמוץ בלעטל. וואו ער רעדט אויפ'ן טעלעפאן. און די קעפשן איז געווען..."העורך,בעימות עם---- כ'האב שוין פארגעסן דעם נאמען פון יענעם רעליגיעזן פאליטישן אין מדינת ישראל...!

נאך איין עפיזאד פון וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן מיט איהם. אין זיינע שריפטן האט ער זיך אייביג בארימט וואספארא גרויסער העלד ער איז. אז ער פיהרט מלחמה מיט סאטמאר. איז די מעשה געווען אזוי. איך בין איינמאל, אינדערפריה אריינגעגאנגען אין א צייטונג געשעפט. אנגעטון מיט מיין סאטמאר'ע יוניפארם (אויפ'ן וועג אהיים פון תפילת שחרית) הוט, רעקל, וכו'. איך בין אריינגעלאפן אין יענע סטאר מיט אן אימפעט. (מעשה שהיה כך היה בימי צעירותי). און חיים שאולזאן איז פונקט דאמאלס געווען אין יענעם סטאר. ער האט זיך אזוי שטארק דערשראקן. ער האט געמיינט אז אט קומען די סאטמאר'ער איהם הרג'נען. ער האט געגעבן א ציטער אויף און געשפרונגען אין א זייט ווי דער גרעסטער פחדן...!...לאל...!
זונטאג פעברואר 18, 2018 2:13 am#395770
זונטאג פעברואר 18, 2018 9:43 pm#395838
עס איז אמאהל געוועהן א ערענסטע אטאקע אויף א קאר פין סאטמאר וואס מען האט געמיינט אז עס איז חיים שולזאהן, יענער האט זיך קוים געראטעוועט מיט'ן לעבען נאך אריין כאפן שווערע מכות.

למעשה האט ער א חן ווען ער גיבט אהן זיינע באריכטען, הגם עס איז א פלא אז א מענטש יענער יארגאנג זאל אינטרעסירען אזעלכע שטותים בכל פרטיה ודקדוקיה.
זונטאג פעברואר 18, 2018 10:09 pm#395839
אישתישבי: איך געדענק די מעשה מיט יענע אטאקע אויף א מענטש אין א קאר וואס האט אין יענע צייט אויסגעזעהן ענליך צו שאולזאן. און א פאר סאטמאר'ע ליידיגגייערס האב איהם אטאקירט. יענער איז קוים ארויס מיט'ן לעבן. נאך וואס ס'איז איהם געלונגען איבערצוצייגן די לאבוסעס אז ער איז נישט שאולזאן. ..

זיינע רעפארטס זענען בכלל נישט געווען זיס אדער אינטרעסאנט. זיי האבן אויכעט נישט געהאט קיין שום חן. נאר פשוט ער האט זיך מחיה געווען צו טרינקען יענעם'ס בלוט. ער האט אפן געשריבן אזוי אין זיין שמוץ בלעטל פנים חלשות ביי א געוויסן סקאנדאל וואס האטצך אפגעשפיעלט ביי כלל ישראל. האבן די משפחה און מקורבים פון יענעם באטראפענעם געבעטן ביי איהם בתחנונים אז ער זאלל עס נישט צושמירן אזוי ווי ער קען. האט ער זיי אפן געענטפערט. מיט זיין געוויינליכע אכזריות און רשעות..."ווען איך ברענג די נייעס אויף א מענטשליכן אופן, וועט קיינער נישט קויפן ביי מיר די צייטונג. משא"כ אויב איך באשרייב עס מיט אלע פארבן, וועט מען צוכאפן די צייטונג"...און ער בארימט זיך נאך דער רשע מרושע, אז ער האט טאקע אויספארקויפט אלע זיינע צייטונגען...!

דער איינציגער עונש פאר דעם רשע אוף די וועלט איז, אזוי ווי ס'איז געוען א מנהג אין אלטן ענגלאנד. ווען מ'האט געוואלט איינעם מבזה זיין פאר א גרויסן חטא וואס יענער איז באגאנגען האט מען איהם אנגעגאסן מיט פעך און מיט די פעדערן פון עופות. (טשיקנס, פייגלעך, וכו'). דאס וואלט געווען א גוטער עונש פאר איהם. איך וואלט נאך געלאזט אז א פאר פייגלעך זאללן מאכן אויף זיין קאפ. ער זאלל שטיין א האלבע שעה אויף מיין בלאק. אונטער א בוים. און די פייגלעך וועללן מיינען אז ער איז א געפארקטע קאר...וליהודים היתה אורה...!
זונטאג פעברואר 18, 2018 10:46 pm#395841
Re: חיים שאולזאן'ס בענקל
berlbalaguleh האט געשריבן:דער איינציגער עונש פאר דעם רשע אוף די וועלט איז, אזוי ווי ס'איז געוען א מנהג אין אלטן ענגלאנד. ווען מ'האט געוואלט איינעם מבזה זיין פאר א גרויסן חטא וואס יענער איז באגאנגען האט מען איהם אנגעגאסן מיט פעך און מיט די פעדערן פון עופות. (טשיקנס, פייגלעך, וכו'). דאס וואלט געווען א גוטער עונש פאר איהם. איך וואלט נאך געלאזט אז א פאר פייגלעך זאללן מאכן אויף זיין קאפ. ער זאלל שטיין א האלבע שעה אויף מיין בלאק. אונטער א בוים. און די פייגלעך וועללן מיינען אז ער איז א געפארקטע קאר...וליהודים היתה אורה...!


אמן!!!
זונטאג פעברואר 18, 2018 11:06 pm#395844
איך רעד נישט פין זיין צייטונג, איך רעד פין זיין קליפס וואס ער האט אנגעהויבען לעצטענס. דאס האט א געוויסע חן, ווי למשל ער צופיצעלט די מחלוקת אין בני ברק.
זונטאג פעברואר 18, 2018 11:24 pm#395845
דאס איז די פראבלעם מיט איהם. הגם אז יעדער ווייסט אז ער איז נישט חשוד צו זאגען דער אמת אפילו בטעות, פונדעסטוועגען ווען עס קומט צו קאנפערמעישען בייעס, גלויבט מען שוין יא. דאס איז זיין גיפט. אוודאי ווען ער רעדט אויף דיין רבי, איז ער א ליגנער, און ווען ער רעדט אויף יענעמ'ס אויך. אבער ווען ער רעדט אויף דיין שונא, איז ער יא באגלויבט.
זונטאג פעברואר 18, 2018 11:36 pm#395847
וואס למשל זאגט ער ליגענט?
דינסטאג מערץ 13, 2018 2:27 am#397346
יעצט געזעהן נאך א קליפ, דער בענקל איז קינג שיט.
דאס איז קרעזי stuff,

כוואלט געווען זיכער אז די בענקל האט פיהר פיס אין קען זיך נישט ריקן אויפ צירוק, (א שטייגער ווי סקווירא רבי'ס שטיעל) דערווייל זעה איך ווי ער געבט ס׳בענקל א רוק אויפ צירוק, דאס מיינט סאיז איז א בחינה פון א אפיס בענקל,
די העלל קען א אפיס בענקל base האלטן אזא חפצא?

בין איך די איינציגסטע וואס מערקט דאס אן? כפארשטיי נישט, ענק וואטשן עיהם רעדן אין כאילו מערקן נישט אן די בענקל? אדער מערקסט יא אין די פשוט גייסט ווייטער?

ווען איך האב אזא בענקל מיטן חברותא לערן אין זיכער 6 שעה אין טאג,
ווען דער בענקל גופינט זיך אין אפיס, בין איך אין אפיס שבת אויך, עטס קענסט מיר בייסן.
דער בענקל שרייט חירות, ער זיצט מיט אזא רואיגקייט, אזא צופרידענקייט.

בד"וו דער קרעפ וואס ער רעדט צאם, צוקער זיס, מקען פשוט קטנן פאר געלעכטער, דער זכר איז סאמטינג דיפפ, ער איז נישט דיין רעג גיי.
ער האלט בשוטה אז ווען ער רייסט אראפ איין צד איבערן צווייטע, שרייט יעצט גאנץ כלל ישראל קדוש.
ויש להאריך בזה.
דינסטאג מערץ 13, 2018 7:30 pm#397388
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דער זכר איז סאמטינג דיפפ.

עפעס דערמאנסטו מיך.....
מיטוואך יאנואר 16, 2019 5:27 am#422463
הבענקל איננו ואנה אנחנו באים מצערו של אותו זקן אריכתא
מיטוואך יאנואר 16, 2019 9:41 am#422472
ער פארציילט דארט, אז מען האט געזאגט פאר ר' מענדל אז זיין ברידער גייט אדורך א שווערע אפעראציע, האט ר' מענדל געזאגט אוודאי, מען דארף דאך מכיר טובה זיין דער ברודער, וואס ער האט געטועהן פאר מיר ווען איך בין אדורך א געזונט פראבלעם, וואס קען איך טועהן פאר אים יעצט?? אה!! א בליץ!!!

דער טאטע גייט דאך דא זיין י"ב שבט, וועל איך אים מזכיר זיין ביים טאטען אז אלעס זאל גיין ביי אים כשורה....

קאמענטארן זענען איבריג.
זונטאג יאנואר 20, 2019 6:37 pm#422933
חיים שאולזאן איז officially א שקרן.. עס האט זיך שוין אסאך מאל אויפגעוויזען אז ער שרייבט שקר.
מאנטאג יאנואר 21, 2019 11:30 am#422963
אבער מען דארף דאך גלייבן אז עס קען זיין אמת.
מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:05 pm#424729
Re: חיים שאולזאן'ס בענקל
איך זעה פאר חיים שאולזון איז נישט גענוג געווען די אלגעמיינע לשון הרעלע אז איין יונגערמאן האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן דעם פרייטיג, ער האט געמוזט צולייגן נאך א יונגערמאן וואס האט זיך "אריינגעווארפן אין מקווה??".

צום מזל איז דער "יונגערמאן" שוין א בן תשעים און עס שטערט אים שוין נישט אזעלכע לשון הרע'לעך.

m https://bshch.blogspot.com/2019/02/blog ... 9.html?m=1 m
דינסטאג פעברואר 19, 2019 1:38 am#424759
מען איז נישט א פחדן ווען מען האט מורא אז די סאטמארער קומען הרג'נען.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 3:45 pm#424789
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
בד"וו דער קרעפ וואס ער רעדט צאם, צוקער זיס, מקען פשוט קטנן פאר געלעכטער, דער זכר איז סאמטינג דיפפ, ער איז נישט דיין רעג גיי.
ער האלט בשוטה אז ווען ער רייסט אראפ איין צד איבערן צווייטע, שרייט יעצט גאנץ כלל ישראל קדוש.
ויש להאריך בזה.

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, איך הער צי יעדן 'ווארט אין אידיש' און איך קען בחוש זען ווי זיינע ציהערער בייסן זיך די לעפצן, שטייפן די פויסטן, אפלאדירן אים און שרייען אויס ווי ביי פוטבול, געוואנדן צו זיי זענען אונטער אטאקע אדער אויף די אפענסיווע.

ער איז א געשליפענער רעדנער, א געוואלדיגער ידען און ווייסט ווי אזוי צו רעדן מיט עמאשן.

איך פארשטיי נישט ווי אזוי די רעאקציע וואס ער איוואוקט זאל זיין אנדערש ווי דער רעאקציע וואס מערסטענס מענטשן האבן אין די עכטע קאווע שטיבלעך, מקוואות און פאלישער איבער די שוהלן און שטיבלעך טאג איין טאג אויס? ער קען די פאליטיקס דורך און דור, ער איז אן אלטער בייסיגער אונטערגרובער וואס צו אלעמענס אף וחימה איז נאך דא צו פארבלייבן און איז נישט אוועקגעגאנגען און ער רעדט אויף אידיש, צוגענגליך און עקסעסיבל צו עני שמויגער פון די פרומסטע און פארכנאקסטע שטובער.

איך געדענק, ווען איך בין געווען א יונג בחור'ל אדער אינגל אפילו, איז זיינס א ליפלעט (כמו גליון) אין וויליאמסבורג געווען פון די ערשטע שונד-בלעטער וואס איז אנגעקומען צו מיינע הענט. עס איז מיר געווען אן אמת'ער אויגן-עפענער. ביז דאן האב איך געמיינט אז מיט אידיש קען מען נאר שרייבן ווי גרויס אין חשובע רעבעלעך מיר האבן און ווי שיין אידישקייט בויעט זיך. כ'מיין קען מען דען אנדערש שרייבן אויב אידישקייט ארום איז נאר רוזי און ערליך? איך בין געווארן פוהל מיט ערפורכט פאר דער אומבאקאנטער שאולזאן (איך האב געמיינט אז ס'איז עפעס א פאלשע פענע נאמען) וואס האט די דרייסט צו פארציילן און אפצודרוקן דאס וואס קיינער וואגט זיך נישט צו רעדן פון.

פאר ווער עס האלט אים נישט אויס, האב איך אן עצה, הערט אים נישט אויס, קויפט אייך אזא בענקל און רופט אהן קול הלשון אנשטאט.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 5:12 pm#424951
טאמבל סאס האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
בד"וו דער קרעפ וואס ער רעדט צאם, צוקער זיס, מקען פשוט קטנן פאר געלעכטער, דער זכר איז סאמטינג דיפפ, ער איז נישט דיין רעג גיי.
ער האלט בשוטה אז ווען ער רייסט אראפ איין צד איבערן צווייטע, שרייט יעצט גאנץ כלל ישראל קדוש.
ויש להאריך בזה.

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, איך הער צי יעדן 'ווארט אין אידיש' און איך קען בחוש זען ווי זיינע ציהערער בייסן זיך די לעפצן, שטייפן די פויסטן, אפלאדירן אים און שרייען אויס ווי ביי פוטבול, געוואנדן צו זיי זענען אונטער אטאקע אדער אויף די אפענסיווע.

ער איז א געשליפענער רעדנער, א געוואלדיגער ידען און ווייסט ווי אזוי צו רעדן מיט עמאשן.

איך פארשטיי נישט ווי אזוי די רעאקציע וואס ער איוואוקט זאל זיין אנדערש ווי דער רעאקציע וואס מערסטענס מענטשן האבן אין די עכטע קאווע שטיבלעך, מקוואות און פאלישער איבער די שוהלן און שטיבלעך טאג איין טאג אויס? ער קען די פאליטיקס דורך און דור, ער איז אן אלטער בייסיגער אונטערגרובער וואס צו אלעמענס אף וחימה איז נאך דא צו פארבלייבן און איז נישט אוועקגעגאנגען און ער רעדט אויף אידיש, צוגענגליך און עקסעסיבל צו עני שמויגער פון די פרומסטע און פארכנאקסטע שטובער.

איך געדענק, ווען איך בין געווען א יונג בחור'ל אדער אינגל אפילו, איז זיינס א ליפלעט (כמו גליון) אין וויליאמסבורג געווען פון די ערשטע שונד-בלעטער וואס איז אנגעקומען צו מיינע הענט. עס איז מיר געווען אן אמת'ער אויגן-עפענער. ביז דאן האב איך געמיינט אז מיט אידיש קען מען נאר שרייבן ווי גרויס אין חשובע רעבעלעך מיר האבן און ווי שיין אידישקייט בויעט זיך. כ'מיין קען מען דען אנדערש שרייבן אויב אידישקייט ארום איז נאר רוזי און ערליך? איך בין געווארן פוהל מיט ערפורכט פאר דער אומבאקאנטער שאולזאן (איך האב געמיינט אז ס'איז עפעס א פאלשע פענע נאמען) וואס האט די דרייסט צו פארציילן און אפצודרוקן דאס וואס קיינער וואגט זיך נישט צו רעדן פון.

פאר ווער עס האלט אים נישט אויס, האב איך אן עצה, הערט אים נישט אויס, קויפט אייך אזא בענקל און רופט אהן קול הלשון אנשטאט.


במיחלת כבודך דער שאולזאהן איז קיין ידען און קען נישט קיין פאליטיק דורך און דורך. ער איז א פשוטע ליגענער וואס האט זייער ליעב יענעםס בלוט. נעם דעי מעשה אליין פון פאריגע וואך פרייטאג ווען א יונגערמאן איז געטאנצען פון דאך. זאגט ער אז סאיז געווען 2 . איים סארי דעי עלטערע יוד וואס איז צאמגעפאלן און מקווה האט קיין שייכות מיטן זיך נעמען דאס לעבן.... דער פראדעצירט וואס ער וואלט געקענט באשטיין סזאל זיין
דינסטאג פעברואר 26, 2019 5:14 pm#425227
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:במיחלת כבודך דער שאולזאהן איז קיין ידען און קען נישט קיין פאליטיק דורך און דורך. ער איז א פשוטע ליגענער וואס האט זייער ליעב יענעםס בלוט. נעם דעי מעשה אליין פון פאריגע וואך פרייטאג ווען א יונגערמאן איז געטאנצען פון דאך. זאגט ער אז סאיז געווען 2 . איים סארי דעי עלטערע יוד וואס איז צאמגעפאלן און מקווה האט קיין שייכות מיטן זיך נעמען דאס לעבן.... דער פראדעצירט וואס ער וואלט געקענט באשטיין סזאל זיין

איך בין קיין שאלזאהן אדוואקאט, אבער עס איז ליידער יא געווען מער פון איינס.
דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:11 am#433019
ווי איז דער שיכור ביי די לעצטיגע שאנדפולעַ פרשה אין גער?

מען הערט נישט פין אים קיין פיפס.
דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:45 pm#433038
אישתישבי האט געשריבן:ווי איז דער שיכור ביי די לעצטיגע שאנדפולעַ פרשה אין גער?

מען הערט נישט פין אים קיין פיפס.

אוודאי נישט. ער פלעגט שרייבן קעגן גור יעדן טאג, ביז עטליכע יאר צוריק ווען גור האט זיך געבראכען, און צאלן אים 'דמי שתיקה' יעדער חודש.
סאיז א באקאנטע פאקט. זייט דעמאלס שרייבט ער נישט קעגן גור.
מיטוואך יולי 17, 2019 3:16 pm#433286
תכלית, וואו קען מען באקומען אזא בענקל? - איך וויל עס שטארק האבן.
מיטוואך יולי 17, 2019 3:43 pm#433287
Re: חיים שאולזאן'ס בענקל
ווי קויפן טאקע די רבי'ס זייערע בענקלעך?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיטוואך יולי 17, 2019 4:51 pm#433293
מארמאראשער האט געשריבן:ווי קויפן טאקע די רבי'ס זייערע בענקלעך?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk


זיי "קויפן" נישט. מען שאפט געלט פאר'ן רבי'נס שטוב הוצאות...
דאנערשטאג יולי 18, 2019 2:58 pm#433340
שלום האלפערט פון מאנרא פארקויפט בענקלעך.
ער פארמאגט אסאך אין די ארכיוון
דאנערשטאג יולי 18, 2019 4:58 pm#433348
נעוואדע ער אידאך דער בעל שלום ישב על כסאי בכבודו ובעצמו.