Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 86 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12129
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:13 pm#395440
א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
אין ארץ ישראל קומט פאר א פרישע צרה אויף בנות ישראל
די וואס זיצן אינעם כנסת ווילן פארפלאנטערן ווי מער בנות ישראל מיטן מיליטער
די 3 צייטונגען פון די חרדישע פירערשאפט [המודיע, יתד, המבשר] שרייבן איבער דעם

מודעה בהמודיע והמבשר ויתד.png


די בד"ץ העדה רופט אויף א כינוס


לזעוק ולהריע - בד''ץ.png
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:17 pm#395441
הרב מאזוז
מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:02 pm#395443
ס'דרייט זיך ארום א גוט ווארט פארוואס די סיקריקים האבן געטוישט זייער נוסח פון גיוס בנים צו גיוס בנות, ווייל דער אמת איז דאך אז גיוס מיינט 'גיוס כספים', נאר קוקט אויס אז היות די שקלים האבן לעצטענס געטוישט די בילדער אויף דעם פון מענער צו ווייבער, דערפאר האט מען געדארפט טוישן.
אבער לפי פשוטו של מקרא, יעדע קאמפיין אז מ'מאכט נישט קיין טשעינדזש מפעם לפעם, גייט עס ארויס פון די נאז און מ'קוקט עס שוין נישט אהן, כדי זיך אויפצופרישן דארף מען אמאל טוישן א נוסח אויכט.
מ'קען זיך אסאף אפלערנען פון זיי וויאזוי מ'דארף פירן א קאמפיין
מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:27 pm#395450
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
זייער פיין. וואס וועט אבער זיין ווען עפעס קראנט קומט ארויף? וויאזוי וועט מען דעמאלס קענען בעטען הילף?

די פראפעסיאנעלע טומול מאכערס, די געלט זויגערס פון מיטל מזרח, נישט נאר זיי שלאגען זיך נישט מיט גזירות, זיי זענען גאר די שטער קעגען דאס זיך שלאגען מיט גזירות.

און די אומשולדיגע שעף שאין ווסמב"ג לאזען זיך ווידער. עס לוינט זיך ווידער פאר די חברה צו קומען קיין אמעריקא און שטעלען א טומול חתונה צו מאכען זייער קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:57 pm#395456
איש את רעהו פארוואס עפענסטו נישט אויף דע אלע אשכולות וועגן גיות אויף איי וועלט? דארט וועט מען זיך באלעקן די פינגער
מאנטאג פעברואר 12, 2018 4:13 pm#395457
איש את רעהו סאיז א שאד די צייט די זענעןם האלקוסט דינייערס א שאד אויף אייער עפערט שכוח
מאנטאג פעברואר 12, 2018 10:57 pm#395498
ימים ידברו האט געשריבן:איש את רעהו סאיז א שאד די צייט די זענעןם האלקוסט דינייערס א שאד אויף אייער עפערט שכוח

איין האנט שרייבט צו די אנדערע...לאל
דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:34 am#395522
ימים ידברו האט געשריבן:איש את רעהו סאיז א שאד די צייט די זענעןם האלקוסט דינייערס א שאד אויף אייער עפערט שכוח

אויב די סיבה פארוואס דו גלייבסט אז ס'איז געווען א האלאקאוסט איז געבויט אויף אזעלכע ראיות ווי אויף דעם גיוס'ל, דעמאלץ ביזטו טאקע א נער פארן גלייבן יעדער שנארער אדער פליטיקאנט פון אר"י וואס פרובירט צו אדורך פירן זיינע אדזשענדעס אויף דיין ריקן.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:35 am#395523
berlbalaguleh האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן:איש את רעהו סאיז א שאד די צייט די זענעןם האלקוסט דינייערס א שאד אויף אייער עפערט שכוח

איין האנט שרייבט צו די אנדערע...לאל


מהיכי תיתי? פארוואס קען נישט זיין אז למשל די שפיטיווקע'ר שרייבט צו יואלי צימערמאן?
דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:37 pm#395541
שמעון וואל: איך וייס נישט אויב איין האנט. אבער איין קאפ/מח האבן זיי זיכער...!
דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:37 pm#395561
אין פולין פלעגט מען זאגן: אמאל - פאר עס איז געווען א צייטונג - פלעגט א דאקטאר טראכטן ווי א דאקטאר, א שניידער ווי א שניידער, אין א בעלעבאס ווי א באלעבאס. איינמאל ס'איז ארויס געקומען א צייטונג - טראכט די דאקטאר ווי די צייטונג, די שניידער ווי די צייטונג, און די בעלאבאס ווי די צייטונג...
דינסטאג פעברואר 13, 2018 4:37 pm#395565
פאר די וואס אינטרעסירן זיך, איז די מעשה מיט די גיוס בנות ווי פאלגענד:

נאך דער גרויסער טומל קעגען גיוס בנות, מיט הפגנות אין א"י און חו"ל, האט מען אויסגעארבעט מיט די רעגירונג אז יעדער פרוי\מיידעל וואס וועט זאגן פאר די מיליטער אז זי וויל פטור ווערען מטעמי דת, וועט באקומען א פטור. אין אנהייב האט יעדער פרוי געדארפט אליינס אראפגיין צום אפיס פון דעם מיליטער און זיך פארשטעלן אלס א פרומע. צומאל האבן זיי געדרייט די פרוי א קאפ, עס זענען זאגאר געווען פעלער ווי מ'האט געשלעפט פרומע פרויען אין מיליטער, אבער ביז 1977, האט עס אנגעהאלטען אזוי.

ווען בעגין איז אריין אין זיין אמט, האבען די פרומע פארטייען געמאכט א ריי תנאים אויף אריין צו גייען אין קואליציה, ובתוכם אז יעדע מיידל קען חתמ'נען אז זי וויל א פטור מטעמי דת, און זי זאל חתמ'נען אז זי היט שבת און כשרות. מ'האט אויך אויפגעטוהן אז אנשטאט דארפן אראפגיין צום אפיס, קענען די מיידלעך אין שולע צוזאמען שיקן זייערע צעטליך, אבער מ'דארף א צעטל פון א רב וואס באשטעטיגט די רעליגיעזע צושטאנד פון די פרוי\מיידעל.

למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט אז על אף אז נאר בערך 9% פון תושבי מדינת ישראל זענען חרדיים, האבען 36% פון פרויען באקומען פטורים מטעמי דת. אין 2012 האט די מיליטער מחליט געווען אז דאס טויג נישט, און מ'דארף עפעס טוהן דערוועגן.

יעצט זוכן זיי צו מאכן נייע תנאים צו קענען באשטעטיגען די פאקט אז די פרוי\מיידעל וואס שטייט פאר זיי איז פרום. די פרומע חברי כנסת ווילען פארמיידן די מעגליכקייט אז א פרומע פרוי זאל געשלעפט ווערען אין מיליטער, און זיי ווילן אנהאלטן דער סיסטעם אז פרום מיינט שבת און כשרות ותו לא. מ'האט מורא אז זיי וועלן זעהן אומכניאקישע בילדער אויף פעיסבוק, און מחליט זיין עפ"י דעם.

בקיצור, מ'גייט ווייטער אין דרכי גדולי ומאורי ישראל, און מ'לאזט נישט צו אז די רעגירונג זאל מאכן געזעצן וואס זענען אונז נוגע, אן צו פראבירן צו מינערן וואס מער די שלעכטס דערפון.

אזוי האט מען מיר געזאגט פון א"י, איך האב אליינס נישט נאכגעפארשט.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 9:13 pm#395584
נאך איין מזל די האסט נישט אליינס נאכגעפארשט, ווען די פארשט נאך ביסטו הינדרעט פראצענט אמת יעצט איז דא א מקום לומר ניטא א ברירה
דינסטאג פעברואר 13, 2018 9:50 pm#395585
דער מצב מיט נעמען מיידלעך אין מיליטער איז בדרך כלל אן אויפגעבלאזענע אישו. געטריבן דורך די געוויינליכע דעמאגאגן וועלכע האבן אן אגענדא. צי איז עס כבוד. אדער געלט .געשנארט פון די אמעריקאנער און ענגלישע , סאטמאר'ער גבירים. ווייל די מיליטערישע אינסטאנצן נעמען נישט קיין פרומע מיידלעך אין מיליטער אקעיגן זייער ווילן. (ס'איז אויך דא מיידלעך וועלכע געבן זיך אן אלס פרום. און זיי גייען יא אין מיליטער.).

דער פראבלעם איז, אז ווען ס'קומט זיך ארויסצודרייען פון מיליטערישע דינסט, וויללן די פרייע אויך נהנה זיין דערפון. און זיי געבן זיך אן אלס ערליך. אבער אין אמת'ן זענען זיי מחלל שבת, גייען פריצות'דיג אנגעטון און עסן טריפות. אויף דעם נוצן די מיליטערישע אינסטאנצן די סאשיעל מידיא אזוי ווי פעיסבוק, אויפצודעקן זייער אמת'ן פרצוף. אבער ווען זיי האבן א חשד אויף א מיידל אדער א פרוי אז זי איז נישט ערליך, האבן זיי דעטעקטיווס וואס גייען זיי נאך. און אויב זיי ווערן געכאפט, רופט מען זיי אראפ צו די אפיס פון צה"ל. און אין א טייל פעלער (נישט אלעמאל) נעמט מען זיי אוועק דעם פטור. זיי האבן נאך קיינמאל נישט אוועקגענומען דעם פטור אויפ'ן סמך וואס זיי האבן געזעהן אויף פעיסבוק אליין. און די אמת'ע ערליכע מיידלעך און פרויען האבן זיך גארנישט וואס צו זארגן.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 9:55 pm#395586
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר די וואס אינטרעסירן זיך, איז די מעשה מיט די גיוס בנות ווי פאלגענד: וכו' וכו'...
אזוי האט מען מיר געזאגט פון א"י, איך האב אליינס נישט נאכגעפארשט.

ע"כ.

גערעכט. און ס'גייט נאך ווייטער, די אלע הפגנות וואס קומט יעצט פאר דורך די עדה החרדית איז אויף די פערזענליכע בקשה פון די חברי כנסת, (און אפילו די הפגנות אין פארנט פון די ח"כ הייזער...) צו ווייזען פאר די מדינה אז א יעדע ריר אין די גזירה גיוס בנות וועט מאכען אן איבערקערעניש.
דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:30 pm#395592
מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:48 pm#395626
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר די וואס אינטרעסירן זיך, איז די מעשה מיט די גיוס בנות ווי פאלגענד:

נאך דער גרויסער טומל קעגען גיוס בנות, מיט הפגנות אין א"י און חו"ל, האט מען אויסגעארבעט מיט די רעגירונג אז יעדער פרוי\מיידעל וואס וועט זאגן פאר די מיליטער אז זי וויל פטור ווערען מטעמי דת, וועט באקומען א פטור. אין אנהייב האט יעדער פרוי געדארפט אליינס אראפגיין צום אפיס פון דעם מיליטער און זיך פארשטעלן אלס א פרומע. צומאל האבן זיי געדרייט די פרוי א קאפ, עס זענען זאגאר געווען פעלער ווי מ'האט געשלעפט פרומע פרויען אין מיליטער, אבער ביז 1977, האט עס אנגעהאלטען אזוי.

ווען בעגין איז אריין אין זיין אמט, האבען די פרומע פארטייען געמאכט א ריי תנאים אויף אריין צו גייען אין קואליציה, ובתוכם אז יעדע מיידל קען חתמ'נען אז זי וויל א פטור מטעמי דת, און זי זאל חתמ'נען אז זי היט שבת און כשרות. מ'האט אויך אויפגעטוהן אז אנשטאט דארפן אראפגיין צום אפיס, קענען די מיידלעך אין שולע צוזאמען שיקן זייערע צעטליך, אבער מ'דארף א צעטל פון א רב וואס באשטעטיגט די רעליגיעזע צושטאנד פון די פרוי\מיידעל.

למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט אז על אף אז נאר בערך 9% פון תושבי מדינת ישראל זענען חרדיים, האבען 36% פון פרויען באקומען פטורים מטעמי דת. אין 2012 האט די מיליטער מחליט געווען אז דאס טויג נישט, און מ'דארף עפעס טוהן דערוועגן.

יעצט זוכן זיי צו מאכן נייע תנאים צו קענען באשטעטיגען די פאקט אז די פרוי\מיידעל וואס שטייט פאר זיי איז פרום. די פרומע חברי כנסת ווילען פארמיידן די מעגליכקייט אז א פרומע פרוי זאל געשלעפט ווערען אין מיליטער, און זיי ווילן אנהאלטן דער סיסטעם אז פרום מיינט שבת און כשרות ותו לא. מ'האט מורא אז זיי וועלן זעהן אומכניאקישע בילדער אויף פעיסבוק, און מחליט זיין עפ"י דעם.

בקיצור, מ'גייט ווייטער אין דרכי גדולי ומאורי ישראל, און מ'לאזט נישט צו אז די רעגירונג זאל מאכן געזעצן וואס זענען אונז נוגע, אן צו פראבירן צו מינערן וואס מער די שלעכטס דערפון.

אזוי האט מען מיר געזאגט פון א"י, איך האב אליינס נישט נאכגעפארשט.


טערסאנט אז נאר וואס מען זאגט 'דיר' נאך פון ארץ ישראל דאס גלייבסטו און שרייבסט נאך
וואס 'יענער' זאגט נאך דארף מען קודם ליצנות'ן


סיז כדאי צו הערן די ליצנות שוי פין די זיצערס אין כנסת, זיי שרייען בקול רם אז ס'ממש יהרג ואל יעבור, און זיי טרייען צו טון וואס זיי קענען אבער נעבעך... די כנסת האט עס באשטעטיגט און זיי נישט געוואלט הארכן
די גרויסע ליצים דא און צולייגערס ווערן געבעטן צו מקבל זיין בנאמנות זייערע רייד, און חלילה מהרהר זיין אז סהאט א פארבינד צו זייערע גרויסע געהאלטן און תקציבים וואס קומט אויך אגב פין די פאזיציעס אינעם קאליציע
אבער געדענקען ווייטער צו חזרן די לאזונג ס'נישטא קיין גזירה...
מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:58 pm#395630
ס'דא נאך א שינוי. כידוע אז ביי אחינו בני הפרענקים זענען דא צענדליגע טויזענטע משפחות, וואס שמירת הדת איז ביי זיי למחצה לשליש ולרביע, די עיקר איז ביי זיי די מסורת, היטען שבת, צינדן לעכט ער"ש, לייגן תפילין, בקיצור די עקרי המצוות, אבער זייערע קינדער רוב רובם פאלן אוועק, די טעכטער גייען הויזן, ניצען זייער סמארטפוין שבת, בקיצור זיי האבן קיין סאך א שייכות ניט מיט יודישקייט, און רוב רובם פון זייערע עלטערן האבן ניטאמאל אן איינונג אז זייערע טעכטער דרייען זיך מיט בחורים און היטן נישט קיין שבת, זיי קומען אהיים טוען זיי זיך אן זייער סקירט און טיען אויס זייער הויזן, זיי לנעמן נישט ארויס זייער סמארטפואן וכו' וכו'.
די חברה, פארשטייט זיך אליינס זיי זענען מצהיר אין חתם'נען אז זיי היטען שבת און כשרות, מאידך גיסא הייבט זיך עס נישט אהן. היינט די ערשטע זאך ווען אזא מיידל קומט אהן, בעט מען איר איר פייסבוק/אינסטעגראם/וכל-שם-דאית-ליה אקאונט, און דארט זעט מען פינקטליך ווען זי ניצט איר סמארטפאון, און צו זי היט שבת צניעות און כשרות, און די היינטיגע וועלט אז עין רואה און מ'נעמט סעלפי'ס פון זיך אגאנצע טאג, איז שווער צו לייקענען. און ווען מ'וויל זיי נישט געבן א פטור, פאנגען אהן די עלטערן א ויצעקו, זיי האבן ניטאמאל אן האנונג אז די צבא ווייסט מער פון זיי.
נישט אומזיסט האבן זיך דייקא די ספרדישע רבנים צאמגענומען צו אן אסיפה.

און צו דיר @איש את רעהו, זאג מיר די אמת, מיט וואס ועסטו זיך מער פרייען, אז דו הערסט אז ס'איז יא דא א גיוס, אדער אז די וועסט אויסגעפונען אז אלעס איז האולי בלאף און שקר. ממילא ס'איז שווער צו רעדן מיט דיר א גלייך ווארט, ווייל דו ווארסט שוין ארויס אויפן טאג וואס ס'וועט שוין באמת זיין א גזירת גיוס, און דו וועלסט קענן שרייען "זעסט! כ'האב ענק געזאגט אז די ציונים ....". פארשטייט זיך אז די פרייסט דיך מיט אזא סארט ידיעה אז ס'דא כביכול עפעס "א פרישע צרה" על פי לשונך, ס'איז מיר שווער צו צושטערן דיין שמחה, אבער אפשר וועט עס נאך אנקומען איין טאג די א"ג גזירת גיוס, לאמיר ווארטן צוזאמען מיט געדולד, אזויווי מ'זאגט דאך ביי די אני מאמין "ואע"פ שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא", צדיקים האבן געזאגט אז אמונה איז א המשכה, מיטן גלייבן אזוי קען מען ממשיך זייך די ישועה... כ'מיין צו זאגן די גזירה. סבלנות איז א גוטע זאך.
ס'דערמאנט מיר א גוט ווארט וואס איינער האט מיר אמאל געזאגט, אז ווי א יאר ס'גייט אדורך זעט מען וואס פאר א ווייטערע בליק די סאטמארער רבי האט געהאט, ער האט דאך גע'טענה'ט אז די מדינה וועט נישט האבן קיין קיום, און ס'גייט אדורך 50 יאר, 60 יאר, 70 יאר, און אין קול ואין עונה, ס'ווערט א שטערקערע אקאנעמי, א שטערקערע מיליטער, א פארגעשריטענער מדינה. יעדעס יאר ווערט נתגלה ווי מער א ווייטע בליק ער האט געהאט, אמאל האט מען געמיינט אז ער האט געזען וואס וועט זיין נאך 20 יאר נאך 30 יאר, היינט זעט מען אז ער האט געזען אפילו אסאך ווייטער, לפחות מער ווי 70 יאר.
מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:06 pm#395640
א פלא'דיגע הנהגה
די חברי כנסת ארבעטן אויף זייער אחריות..
מיטוואך פעברואר 14, 2018 8:15 pm#395648
איש את רעהו: איך וועל מיך בלויז שטעללן אויף די לעצטע סענעטנס פון דיין פריער'דיגע תגובה...."זיי שרייען אז ס'איז נישטא קיין גזירה"... ניין. ס'איז טאקע ב"ה נישטא קיין גזירה פון גיוס בנות. כמו שאמרתי למעלה. אן אמת'ע ערליכע פרוי אדער מיידל האט זיך נישט וואס צו זארגן. יא. אויב איינע שטעלט אן דו פרצופים. זי קומט צו גיין אין אפיס פון לישכת הגיוס מיט א שפיצל. און זי האלט א קרבן מנחה סידור און א תהילים אין האנד. און זי מורמלט קאפיטלעך תהילים. אדער ליינט זי ערליך איבער די קול קורא'ס פון די רביצין קלוגהויפט שתליט"א. און זי רעדט שטיל און איידל. און זי בעט אז מ'זאלל איהר מוחל זיין און געבן א פטור ווייל זי איז רעליגיעז. און אין מיליטער וועט זי ח"ו, היל"ת נישט קענען זיין אזוי אפגעהיטן ערליך און הייליג. נאכדעים גייט זי ארויף אויף פעיסבוק אדער אנ'אנדערע סאושל מידיום און זי ברענגט פיקטשערס פון זיך ווי זי זיצט אין א ב---י בעידינג סוט צוזאמען מיט איהר בויפרענד אויפ'ן ביעטש אין תל אביב. נאכדעים גייט זי פרעסן שרימפס אין א רעסטאוראנט. און דאס אלעס ווערט געפאוסט און ארומגעשיקט אום שבת קודש. יעצט וואס זאללן די מיליטערישע אינסטאנצן טון...?! זאללן זיי זיך פיהלן ווי כעלעמער אז א יעדער חילוני און שייגעץ און שיקסע נוצן אויס זייער פארגרינגערונג. און דרייען זיך ארויס פון מיליטער דינסט. אדער נאכגיין און אויספארשן די אמת'ע פאקטן. און אז מ'רופט אזא פארשוין'טע אראפ אין לישכת הגיוס און מ'פרעגט זי אויס. וואס איז די עוולה דארט...?! ווייל א פאר נארישע אידעלעך, ליידיגגייער וועללן קרומען מיט די נאז. מילא. זאללן זיי פאררופן אסיפות אין בארקלעי'ס אדער אפילו אין מעדיסאן סקווער גארדן. און א פאר אידעלעך וועללן זיי צוזאמשעלטן אויף איי וועלט אדער קאווע שטיבל. זיי לאכן זיך אויס פון די אלע זאכן...! (אויך אונז.)...!
מיטוואך פעברואר 14, 2018 8:50 pm#395651
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
נעכטען איז אריבער טאקע די נייע תקנות\תיקונים און א פראבלעם שטעלט זיך יא אויס. מ׳דארף עס נאך פארהאנדלען, אזוי ווי מ׳האט אלס פארהאנדעלט אלע יארען. די געזעץ האט געמאכט א וועדה וואס וועט דן זיין אין יעדער פאל פון ספק צו די מיידעל זאגט ליגענט צו נישט. און טאמער א מיידעל\פרוי לאזט אפ אידישקייט, וועלען זיי איהר נעמען אין מיליטער, אפילו ווען דעמאלס איז זי געווען פרום. די חברי כנסת האבען זיך שטארק געטענה׳ט אז די וועדה זאל באשטייען בעיקר פון פרומע מענטשען, וואס ווייסען וואס איז דאס פרומקייט. דאס האבען זיי נישט דורכגעפיהרט, און דאס קען פאראורזאכען פראבלעמען.

יעצט האבען זיי צוויי עצות:-

א. ווייטער זוכען וועגען צו האנדלען דער ענין, מאכען אפמאכען און עפעס אויספיהרען.

ב. לאזען די געזעץ ווי עס שטייט און גייט, און זאלען די פרייע טוהן ווי זיי ווילען.

איש את רעהו וויל פלאן ב., דרכי אבותינו ורבותינו איז אלס געווען פלאן א. און עס זעט נישט אויס אז עפעס האט זיך גע׳ענדערט.

(אגב אורחא, בן גוריון האט דאך געוואלט אויסשפילען די פרומע, דורך לאזען בני תורה בלייבען ביים לערנען. ער האט געמיינט אז אזוי וועלען זיי בלייבען מחוץ למחנה. דערווייל האט זיך אויסגעלאזט אז דערמיט האט זיך דער עולם התורה געבליהט און געוואקסען, ווייל קיין ברירה צו ארבעטען איז דאך נישט געווען. טאמער יעצט ווילען זיי זיכער מאכען אז א יוצאת לשאלה וועט מוזען דינען אין מיליטער, וועלען זיי מעגליך\האפעדיג אפשטעלען די פרוי פון אזא שריט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 3:23 am#395665
ליטוואק פן בודאפעסט: קומט דאך אויס לויט דעם. אז מגלגלין זכות ע"י זכאי. אט די פארהאסטע און פארשאלטענע ציונים (צו וועם מ'לויפט נאך די טשעקס פון ביטוח לאומי און קופת חולים. אויך ווען די פארשאלטענע אראבערס שטעקן אריין א מעסער אין רוקן פן זייערע אזוי גערופענע גוטע פריינט.) האבן די זכי' צו האלטן א סאך העיליגע פרויען און מיידלעך פון מאה שערים און גאולה ביי זייער ערליכקייט. (לכה"פ לפנים) כדי זיי זאללן נישט מוזן גיין דינען אין מיליטער. זיי (די ..."ציונעם"... טענה'ן ..ביסט א שיקסע. דאמאלס גיי דינען אין מיליטער. אבער אונזערע היימישע דעמאגאגן וויללן סתם האבן אן אישו איבער וואס ארומוצרידערן און שלעפן געלט ביי די סאטמאר'ע גבירים פון אמעריקע און ענגלאנד. פונקט אזוי ווי ..."נטרונא"..וואס איז א פעיק אישו און א פעיק ארגאניזאציע. ס'האט נאכנישט געראטעוועט דאס לעבן פון קיין איין איד. אין די גאנצע וועלט איז נישט רעקארדירט געווארן אז א גוי וועלכער האט געוואלט שלאגן אדער ח"ו הרג'נען א איד האט זיך צוריקגעהאלטן ווייל ער האט געהערט די נטרונא פראפאגאנדע...!
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 5:41 am#395666
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
דער לעקציע איז פארקערט, אפילו ווען זיי וועלען וועלען שטיקען תורה און אידישקייט, וועט דער אויבישטער נוצען זייער מעשים אויף פארקערט. אזוי ארבעט די השגחה. דער בריסקער רב פלעגט זאגען, דער רמב"ם זאגט אז נצרות איז א פארגייער פאר משיח, ט׳זאלען מיר בויען קלויסטערס פאר דעם?

מהאוכל יצא מאכל ומהעז יצא מתוק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:11 pm#395674
ליטוואק פון בודאפעסט: די סברא פון הפוך על הפוך דערמאנט מיך פון אנ'אנדערע קאמישע סיטואציע. א טייל פאררוקטע ברואים האבן געטענה'ט אז אכמאדינידזשאד, ימ"ש איז א באהאלטענער מוסד עידזשענט. האביך געטענה'ט אז לויט דעם קומט אויס אז נתניהו ארבעט פאר די קעי.דזשי.בי. אדער די איראנער אויסשפיר אגענטור...!
פרייטאג פעברואר 16, 2018 12:48 pm#395726
א פרישע היכי תמצי פין כבוד התורה!!
ווער געדענקט דען נישט אין תשמ"ט ווי טייל פון די גרויסע עמלים בתורה אין די ליטווישע וועלט זענען געלאפן קלאפן אויף די טירן אז מען דארף פאר כבוד התורה לויפן צו די שטום בודקעס, מען האט מבטל תורה געווען און איבערגעדרייט א וועלט אז פאר כבוד תורה דארף מען צושטעלן די שטימען ווי מער און בויען די צייטונג

היינט איז געקומען א פרישע מושג און כבוד תעירע.. דער יתד פאפיר די אפיציעלע ווארט פין די ליטווישע וואס טראגן די דגל פין כבוד תעירע, האבן היינט פרייטיג אין א לענגערע מאמר אריינגעשניטן אין די רבנים פין די מועצת אין אמעריקא אויף זייער בריוו געברענגט דא: l viewtopic.php?p=395640#p395640 l
מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:42 pm#395912
ימים ידברו: איך האב נישט קיין געדולד אדורך צו ליינען דיינע לאנגע און באורינג שטיקלעך וואס זענען ליידיג פון א יעדן תוכן. דו רעדסט ארום און ארום און די רופסט מענטשן נעמען ווי שייגעץ און עוכר ישראל. אבער קיין גראדע תשובה געסטו נישט. ברענג מיר נאר יעצט נישט דעם חזון איש. און אויב דו האלטסט אז דו ווילסט מתקן זיין די חילונים אין ארץ ישראל, דארפסטו זעהן אז די מדינה הטמאה (לשיטתך המשוטה) דארף בטל ווערן. און נאכדעים, ווען דיינע פאלעסטינער גוטע פריינט וועללן זיין אין טשארדזש זאלסטו שיקן א דעלעגאציע צו זעהן אז ס'זאלל ח"ו נישט זיין קיין גיוס בנות. לאמיך וויסן ווען דו קומסט צוריק פון ראמאללאה אדער על קודס מיט גאנצע (און אפילו מיט האלבע ) ביינער...!
מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:58 pm#395913
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
זייער פיין.

לאמיר ליינען וואס די ממשיכי דרכם פון גאוני נר ישראל, חיים בערלין און לעיקוואד (פארוואס האט מען אויסגעלאזט בית התלמוד? א געוואלדיגע זכות וואס די מוסר׳ניקס האבען) האבען געשריבען, פארשטייט זיך עפ"י וואס זיי האבען געהערט פון זייער ראשי ישיבות. מ׳נעמט זיך גאר אן פאר די כבוד פון הרב הוטנר, הרב רודרמן און הרב קוטלר. טעגליך האבען זיי מסביר געווען די יסוד אין שיעור, אין מיטען סוגיא פון צרת צרה צו אשו משום חציו. גאנצענע העפטליך האבען זיי אפגעשריבען פון די סוגיא פון גיוס בנות בדעת רעק"א.

זיי פאדערען אין זייערע בריוו ׳שלא לגעת בחוק׳. מ׳זאל נישט צורירען די אלטע געזעץ. מ׳דארף עס אנהאלטען ווייל די אלטע געזעץ שטימט מיט די הייליגע מסורת פון די פלאם פייערדיגע פסקים וכו׳ וד"ל.

וואס שטייט אין די חוק? אוודאי כדעת המלאכים, אלו המחיים ע"י פיהם, די זי"ע׳ס פון הר סיני, אז קיין מיידעל טאר נישט גייען אין מיליטער, יהיה מי שיהיה (בערעל - פאר דיר שרייב איך תהיה מי שתהיה).

אזוי גאר? אין די געזעץ פון תשל"ז שטייט וויאזוי מ׳באשטעטיגט די פרומקייט פון די מיידעל וואס שטעלט זיך. געוואלד! נישט נאר געוואלד, נאר געוואלד און געשריגען! די חותמים היקרים, פון חיים ברלין, נר ישראל און לעיקוואד והגלילות, פאדערען און געבען אויס די וויי געשריי, אז מ׳דארף פארלעצען די גזירות קמאי, די מפיהם אנו חיים ׳ניקעס, די שרפים וחיות הקודש אז קיין שום מיידעל טאר נישט גייען אין מיליטער. אוי וויי! מ׳האט משנה געווען! די האנט איז שוין שטארק פלאצירט אויף די אונטערשטער (פון וואנעט ימים ידברו ציעט זיין פלאמפייערדיגע ווערטער)!

לאמיר זע׳ען לעומת זה וואס די חברי כנסת האבען געטוהן. זיי האבען געוועילט אנטקעגען די געזעץ. און פארוואס? האבען זיי געזאגט די טעם. ווייל מיר זיינען נישט מסכים אז סיי וועלכע אידישע מיידעל זאל גייען אין מיליטער.

הייסט׳ס דיין מחאה איז ממש צום זאך, נאר אביסל אין די פאלשע ריכטונג. די חברי כנסת האלטען ווי דיר (אדער דו האלטסט ווי זיי, דיין וועגווייזערס). און די מועצת חותמי אמעריקא האלטען גאר די אנדערע וועג, און מ׳דארף זיי גאר באשייגעצען!

לאבהורי בעלמא - איך האב דאס געשריבען ארויס צו ברענגען א פאוינט. אז מיט קליינע ברעקלעך פון אינפארמאציע, ווערט אלס פארדרייט. איך קום נישט טשעפען קיין שום צד אין די נושא, אחוץ דער פקח ימים ידברו און די וואס האט איהם געדינגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 19, 2018 3:50 pm#395935
בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת החזון איש אז די מדינה וועט אינטער גיין נאך 40 יאר
בערל שיטתי כשיטת רבינו הק' מסאטמאר אז די מדינה טאר נישט זיין קיין איין מיניט
בערל שיטתי המשוטה כשיטת הבריסקר רב אז די ראשי השלטון זענען רוצחים נישט ווייניגער ווי די פאלסטינע רוצחים
בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת הבית דין הגדול מהגרי"ח זאנפעלד עד הגר"ם שטרנבוך אז מטאר נישט מפשר זיין אויף קיין אידיש נפש במדינה של גיהנם
בערל אפי' לשיטת בעלזא רב זי"ע איז עס טריפה חזיר און עס איז נאר א קישעלע לתקופת אחד, און מסרחי איז פינקט אזוי טריף כידוע
בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע
בערל סך הכל כל גדולי הדור חוץ הגראי"ל שטיינמאן וואס אינדעם ווייסט ליטוואק בעסער האלטען אז די מדינה איז נגד ד' ותורתו ואין לה זכות קיום והשאלה כשיש מדינה האיך להתקומם עם בעיותיה לרוח התורה, מרן מסאטמאר האט געהאלטען מהאנדעלט נישט מיט זיי מאיז לוחם כ"ד שעות ביום, מנעמט נישט מגעט נישט וכו',
די גדולי אגודה האבען געהאלטן מטאר נישט האבען קיין מדינה, ממיז אבער לוחם זיין מיט רשעות נגד הדת און די בעסטע איז זיין אינווענדיג אין די ממשלה נישט אין קאליציע כדי צו מלחמה האלטען, ולא הי' הנסיון של נהנה זיין עד מנחם בעגין
מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:03 pm#395938
ימים ידברו האט געשריבן:בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת החזון איש אז די מדינה וועט אינטער גיין נאך 40 יאר
בערל שיטתי כשיטת רבינו הק' מסאטמאר אז די מדינה טאר נישט זיין קיין איין מיניט
בערל שיטתי המשוטה כשיטת הבריסקר רב אז די ראשי השלטון זענען רוצחים נישט ווייניגער ווי די פאלסטינע רוצחים
בערל שיטתי המשוטה איז כשיטת הבית דין הגדול מהגרי"ח זאנפעלד עד הגר"ם שטרנבוך אז מטאר נישט מפשר זיין אויף קיין אידיש נפש במדינה של גיהנם
בערל אפי' לשיטת בעלזא רב זי"ע איז עס טריפה חזיר און עס איז נאר א קישעלע לתקופת אחד, און מסרחי איז פינקט אזוי טריף כידוע
בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע
בערל סך הכל כל גדולי הדור חוץ הגראי"ל שטיינמאן וואס אינדעם ווייסט ליטוואק בעסער האלטען אז די מדינה איז נגד ד' ותורתו ואין לה זכות קיום והשאלה כשיש מדינה האיך להתקומם עם בעיותיה לרוח התורה, מרן מסאטמאר האט געהאלטען מהאנדעלט נישט מיט זיי מאיז לוחם כ"ד שעות ביום, מנעמט נישט מגעט נישט וכו',
די גדולי אגודה האבען געהאלטן מטאר נישט האבען קיין מדינה, ממיז אבער לוחם זיין מיט רשעות נגד הדת און די בעסטע איז זיין אינווענדיג אין די ממשלה נישט אין קאליציע כדי צו מלחמה האלטען, ולא הי' הנסיון של נהנה זיין עד מנחם בעגין


בערל אפילו לשיטת מהר"א שליט"א מסאטמר איז מרכז הרב אליינס שילדיג און די רציחות פון חאמאס כידוע

רז"ל האלט נישט אזוי ?
מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:08 pm#395940
גאנצעל פרעג אן רז"ל...
מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:13 pm#395943
נו דעס טו איך יעצט .......
מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:27 pm#395948
גאנצעל יא חכמה יש כאן...
מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:28 pm#395949
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
יא, די אגודה, ביז הרב שטיינמן איז אנגעקומען, איז קיינמאל נישט אריין אין די קאאליציה. הונדרעט פערצענט גערעכט.

און דאס האט מיט די ׳שיטה׳ פון דער חזו"א אז עס וועט זיך נישט האלטען מער ווי פערציג יאר. אוודאי, יעדער זעט די שייכות.

און דער בי"ד פון הרי"ח זוננפלד מיט הרב משה שטרנבוך (וואס די דריטע אין די מושב איז מסתמא געווען הרב אברהם מן ההר) זענען ממש דא נייטיג אויך. אוודאי.

און ווייל זיי זענען פאלנע רוצחים, דעריבער זאל מען דוקא נישט האנדלען מיט זיי נאר זיך רייצען וואס מער. ווייל מיט רוצחים רייצט מען זיך. אוודאי אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:00 pm#395950
עעעענדליך
מען גייט צוזאמזעצן די גדולים פון מועצת זעהן וואס מען קען טוהן צום פראבלעים פין בנות ישראל וואס ווערן פארפלאנטערט...
ראשי 'אגודת ישראל' פועלים לכנס את מועצת גדולי התורה החסידית ביום חמישי הקרוב
בנושא תקנות הפטור לבנות והקשיים שמערים צה"ל
מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:22 pm#395957
אה ברוך השם מיר ווארטען צו הערען די דעת תורה פון גדולי הדור איינמאל פאר אלעמאל...
מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:53 pm#395959
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
איין מאל פאר אלעמאל, ממש ווי מ׳האט געוואלט. דער סאדיגערער רבי, מיט דער ערלויער רבי, צוזאמען מיט א שטיקל סלאנימער רבי, ווי אויך דער גערער רבי, און ווי קען מען פארגעסען פון דער מאדזיצער רבי. אלע וואס זיצען אויפ׳ן מועצת בלויז צוליעב זייער גדלות אין תורה, זיי גייען זאגען וואס איז דער דעת תורה. צו מ׳זאל לאזען די פרייע מאכען געזעצען ווי זיי ווילען, כדעת איש ידברו, אדער זאל מען פראבירען צו מינערען וואס מער.
אדער גייען זיי צוזאמען קומען צו שמועסען ווי איז בעסער צו גייען אויף דאטשע, קיין צפת, שווייץ, אמעריקא אדער גאר וועילס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 19, 2018 11:11 pm#395979
ימים ידברו: דו פרובירסט דא צו שרייבן פאעטרי. איך האב נישט קייין געדולד צו ליינען פאעטרי. כש"כ ווען איינער קאן נישט. דו זאגסט אז דער חזון איש האט געזאגט אז די מדינה הטמאה וועט אונטערגיין נאך 40 יאר. נו, ס'איז שוין ב"ה אונטערגעגאנגען. די אלע אפיקורסים , להכעיס'ניקעס און עוכרי ישראל ווי די מפ "ם פארטיי און זייערע פיהרער זענען שוין נישטא. די היינטיגע פיהרערס זענען סתם פאליטישןס. און די ערליכע אידן האבן היינט אויך ב"ה א פארלאמענטארישן און פאליטישן כח. דער ראש הממשלה ר' בנימן נתניהו הי"ו זז"ג איז גרייט צו העלפן די מוסדות התורה און ערליכע אידן. מי מעכב..? שאור שבעיסה. די ביסל להכעיס'ניקעס וואס זענען נאך פארבליבן. אקעיגן זיי דארף מען קעמפן. די אלטע מדינה מיט איהרע פיהרערס וועלכע האבן ח"ו געוואלט אויסרייסן די תורה און אידישקייט זענען שוין ב"ה נישטא. למשל. ר' יאיר לפיד זז"ג איז א תינוק שנשבה. לויט וואספארא טאטן ער האט געהאט איז ער א צדיק. קיין להכעיס'ניק איז ער זיכער נישט. און די רעגירונגס מענטשן וועלכע וויללן איינפיהרן אז בחורים און יונגעלייט זאללן גיין אין מיליטער מיינען ח"ו נישט קיין שלעכטס. ס'מוז דאך זיין ווער ס'זאלל אפהיטן די גרעניצן אקעיגן די רוצחים די שבעים זאבים וואס ווילן ח"ו פארציקן די אידישע קינדער. די נח"ל חרדי בריגאדע איז זייער גוט צוגעפאסט פאר אן ערליכן איד. ער גפינט זיך אין אן ערליכע סביבה. וואו מ'דאוונט א יעדן טאג מיט מנין. און מ'לערנט שיעורים אין די פרייע צייט.

ס'איז דאך א בפירוש'ער פסוק. משה רבינו האט געזאגט פאר די בני גד ובני ראובן ווען זיי האבן געוואלט האבן זייער חלק פון ארץ ישראל אין עבר הירדן. האט זיי משה רבינו געזאגט מוסר..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"...?!
דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:09 am#395983
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
דער בילד וואס אונז האבען מיר, פון א גלח פון די אינקוויזיציע, וואס עס רינט איהם פון מויל ווען ער כאפט אידישע קינדער צו טויפען, איז נישט די איינציגסטע וועג פון שמד.
ווען געוויסע אידען, וואס האבען זיך געמאכט א נאציאניליזם און פאליטישע אויסדרוק פון אידישקייט, זוכען אוועק צו שטעלען א וועג אז אפילו די וואס פיהרען זיך אנדערש ווי זיי זאלען אויך זיין א חלק פון זיי, איז עס אויך א פראבלעם פאר די אידישקייט.
כמעט וואס מ׳הערט נישט קיין פארזיכערונגס טענות פאר׳ן נעמען חרדים אין מיליטער. די עיקר איז אז מ׳האט א טענה אז מ׳לעבט דארט, און מ׳האלט זיך אפגעזונדערט. און דאס איז א געפערליכע שמד. צו יאיר לפיד איז א תינוק שנשבה (אויב יא, איז זיין טאטע אויך. זיי זענען דורות נעאלאגען. נאר דורך יאיר׳ס מאמע איז ער אן אייניקעל פון ר׳ שמעלקא סעלישער) איז נישט אינטרעסאנט. דאס האט מיט זיין גיהנם. לגבי די געפאר פאר אונז איז ער א משומד און א שלאנג. (הרב שטיינמן איז גראדע געווען עקסטרעם אין זיין מיינונג אויף די רעגירונג. ער האט זיי געהאלטען פאר פאלנע אינקטויזיציאנערען, און ער האט געציטערט פאר זייער פלענער. ער האט געוואוסט און געשעצט זייער מאכט, ער האט גוט געוואוסט אז דא פאדערט זיך א ריזיגע מאס חכמה, סתם שלאגען איז גוט פאר קליינער רשעים)

די סיסטעם פון גדולי ישראל האט זיי אלעמאל געהאלטען אפגעזונדערט, און די ציונים האבען צוגעהאלפען. נאר נאכאנאנד האבען זיי געזוכט עצות אין דעם, און אייביג האט מען שטילעהייט זיך ארום געשפילט מיט זייער געזעצען אז מ׳זאל זיך קענען ווייטער האלטען פרום. יא, זיי זענען רשעים. אבער מיר קענען נישט מער ווי זיך אפזונדערען און היטען פון זיי. הלוואי ווען מ׳קען אפווארפען יעדער געזעץ וואס איז קעגען די תורה, אבער ביזדערווייל קען מען נאר שתדל׳ן זיך צו ראטעווען.

עס איז אבער דא אזעלכע וואס לעבען מיט די פרייע לעבען, און ווען א געזעץ זאגט עפעס, האט עס א ווירדע ביי זיי. זיי קוקען נישט אן די פראבלעם פון די געזעץ אלס עפעס וואס גייט געשען, נאר אלס א פראבלעם פאר זיך. פארוואס? ווייל ביי זיי איז די מדינה א שטארקען יש, זיי קוקען אן זייער החלטות כמפי משה מפי הגבורה, און דעריבער ווען עס שטייט דארט עפעס, איז עס א זאך. ביי אנדערע זענען די געזעצען אזעלכע פראבלעמען און שטרויכלונגען וואס מ׳דארף זוכען א וועג זיך אויסצודרייען דערפון. דער עיקר איז וואס פאסירט, נישט וואס שטייט.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 20, 2018 2:37 am#395993
ליטוואק פון בודאפעסט: כל הדברים הללו מלמעלה נאמרו רק כנגד רוחם של איש את רעהו וחברו בדומה לו ימים ידברו...!

אויב הרב שטיינמאן זצ"ל קען ח"ו זיין מסיטרא אחרא, קען בנימן נתניהו און יאיר לפיד זיין מסיטרא דקדושה. דאס איז נאר צו וווייזן ווי פארדרייט און פאררוקט זיי זענען...!
דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:29 am#395997
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: כל הדברים הללו מלמעלה נאמרו רק כנגד רוחם של איש את רעהו וחברו בדומה לו ימים ידברו...!

אויב הרב שטיינמאן זצ"ל קען ח"ו זיין מסיטרא אחרא, קען בנימן נתניהו און יאיר לפיד זיין מסיטרא דקדושה. דאס איז נאר צו וווייזן ווי פארדרייט און פאררוקט זיי זענען...!

דו דערמאנסט מיר א גוט ווארט, ווי איינער האט געזאגט:
די מדינה איז דאך די סט"א, ממילא קומט אויס אז די שואה איז פון די באשעפער, די מדינה דורך די סט"א, די ששת הימים מלחמה די סט"א, די דורכפאל פון יוהכ"פ מלחמה און פון של"ג איז דאך פון די אייבעשטער. ממילא קומט אויס אז אלע גוטע זאכן איז פון די סט"א, און די אלע מפלות פון באשעפער. איז פארוואס זאך איך נישט דינען גלייך די סט"א ...
דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:04 pm#396000
בן פרצי: ייש"כ. דו ברענגסט ארויס זייער א גוטע נקודה. ווען איינער גייט אויף זייער פארקרומטן דרך אן דעם דעת הבדלה. אזוי ווי אונזערע היימישע פאררוקטע ברואים וועלכע קומען דא ארויף, ודומיהם. נישט אזוי ווי די אמת'ע דעת תורה און שיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

איך האב א .."שיטה"... אפצוענטפערן אן אבסורדאלע טענה מיט א צווייטע, נאך מער אבסורדאלע טענה. נישט מיט שכל. אז מ'ענטפערט אפ אן אבוסרדאלן ארגומענט מיט שכל בלייבט עס אומ-באלאנסירט. ועם עיקש תתפתל. דאס הייבט מער ארויס זייער פאררוקטן און אומ-מענטשליכן ארגומענט. אבער למעשה רעדן זיי אזעלכע נארישקייטן וואס ס'פאסט אפילו נישט פאר א יונגל פון 5 יאר. ווייל זיי זענען די ריכטיגע מסלפים. זיי פארדרייען די פאקטן.

איך האב עס שוין אויסגערעכנט טויזנט מאל והדברים פשוטים מאד...!

די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס בנים עקזיסטירט. און איז א פאקט. אבער ס'איז דא א מענטשליכער און נארמאלער וועג דאס מסדר צו זיין. און היינט איז ב"ה דא שטארקע הילפ'ס ארגאניזאציעס וועלכע געבן עצות און העלפן מסדר זיין די פאפירן אויפ'ן ריכטיגן,לעגאלן וועג. און זיי שטעללן טאקע צו לאיערס אויך לעת הצורך. אט אזעלכע ארגאניזאציעס און עסקנים דארף דער היימישער עולם שטיצן. איי, ס'איז דא אן עלטערער ראש ישיבה שליט"א וועלכער ס'איז איהם אריין א דזשוק אין קאפ צו טון מאדנע זאכן. און ער פארפיהרט נעבעך די צאן קדשים (כבודו במקומו מונח). אבער דאס איז שוין א פאליטישער שפיעל. ס'האט גארנישט צו טון מיט די מציאות. אדער מיט אידישקייט.

גיוס בנות. די גזירה עקזיסטירט ב"ה אינגאנצן נישט. נאכדעם וואס כלל ישראל האט מיט מסירת נפש אויסגעקעמפט אז מ'זאלל נישט טשעפען ערליכע פרויען און מיידלעך צו גיין אין מיליטער. בחסדי השי"ת זוכן אפילו די פרייע חברה אין ארץ ישראל נישט צו טשעפען אט דעם געזעץ. וואס די רעגירונג וויל סך הכל איז, אז די טויזנטער פרייע און נישט רעליגיעזע מיידלעך און פרויען וועלכע לעבן אן אומ-רעליגיעזן לעבן. זיי האלטן נישט קיין שום מצוות התורה. אבער ווען ס'קומט צו גיין דינען אין מיליטער זעהען זיי א גוטע געלעגנהייט . אן אזוי-גערופענעם ..."לאאפ-האול"... אין געזעץ וועלכער געט א באפרייאונג פאר די ערליכע פרויען און מיידלעך. און זיי נוצן דאס אויס. און דערקלערן זיך אלס ..."רעליגיעז"... ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי מחלל שבת און עסן נבילות וטריפות און לעבן א פריצות'דיגן לעבן. אט דאס וויל די רעגירונג יעצט אפשטעללן. אויך נישט אויף א ווילדן, אויטאמאטישן אופן. נאר אויב א פרוי דערקלערט זיך אלס ..."רעליגיעז"... און זי זוכט א פטור אויף דעם סמך. אבער איהר לעבנס וועג איז אינגאנצן א סתירה צו רעליגיע, וויללן זיי אויפשטעללן א קאמיסיע וועלכע זאלל נאנטער און שטערקער בודק זיין די אמת'ע פאקטן. און זיי זאללן קענען באשטימען אויב מ'קען אוועקנעמען דעם ..."פטור" פון די פרוי...!

דעם אומגעהויערן גרויסן שאדן וואס די שקרנים און פאלשע ברואים מאכן אן קענמען גארנישט אפשאצן. ווייל אויב זיי פארפיהרן יעצט ווען ס'איז נישט דא קיין הוה אמינא פון א פראבלעים. און דער אמת וועט דאך פריער אדער שפעטער ארויסקומען. און ווען ס'וועט ח"ו זיין אן אמת'ע גזירה על הדת וועט מען שוין מער נישט גלייבן...!
דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:18 pm#396001
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
איך ווייס נישט צו זיי זענען בכח צו פארשטייען די ענין פון צניעות, ווי זאכען ווערען אויפגעטוהן בחדרי חדרים, און דוקא אזוי איז מעגליך א הצלחה. ווען מ׳טוט בפומבי, איז עס צרות.

נאר מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו פאוני גזירות, ווי מציצה בפה און בייקס אין ווסמב"ג, ממילא מיינט מען אז מ׳קען אייביג שפילען. דארט האט מען געקענט זיך באנערישען, ווייל וועמען גייט עס אן. ווען עס קומט צו ערנסטע מעשה׳ס, דארף מען נוצען שכל און ערמה, און דאס גייט נאר בצניעות. טאקע ביים פארהאנדלונג איבער לימודי חול, טוט זיך אלס אונטער די קוליצען, וויל נאר אזוי טוט מען אויף.

און פון דעם קומט מען אן צו די מסקנא אז אויפטוהן איז נישט די ציל פון די קאכעדיגע מוחים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 20, 2018 1:00 pm#396007
ליטוואק פון בודאפעסט: כדאמרן. אז די אלע אזוי-גערופענע ..."עסקנים"... זענען נישט אין די ליין צו העלפן אידן. זיי זענען אויסן נאר צו העלפן זיך אליינס. לרעות (לראות) את עצמן...! זיי זענען א באנדע ליידיגגייער. און זיי מוזן טרעפן עפעס א וועג אויסצוהאלטן זייער ברייטן לייפסטייל. נאכדעים וואס אלע לאקאלע היימישע דריידלעך האבן זיך שוין אויסגענוצט...! ס'איז ב"ה דא גענוג נאאיווע גבירים אין ענגלאנד און אמעריקע פאר וועם מ'קען איינרעדן אז דאס איז שיטת רביה"ק. און זיי מאכן אויף די ברייטע קעשענעס...!

ר' יואל'יש קרויס זז"ג פון די (אמת'ע) נטורי קרתא אין מאה שערים זאגט. לגבי די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס לצבא. אזא איינער ווי איך (אויף זיך אליין) קען רעדן איבער יא אדער נישט גיין אין מיליטער. איך נעם גארנישט פון די מדינה. נישט פון קופת חולים אדער ביטוח לאומי. אבער די העיליגע אידן פון פלג הירושלמי און זייערע נאכשלעפערס. זיי האבן אייביג גענומען און נעמען נאכאלץ געלט פון די ..."מדינה הטמאה"...בשתי ידיים. זיי זענען פארשריבן אויף א יעדן פראגראם. איז אויב דו נעמסט געלט פון די מדינה, דארפסטו אויך גיין אין מיליטער...! קעיס קלאוזד...!
דינסטאג פעברואר 20, 2018 1:45 pm#396012
די שאלה איז, ווען נוצט ער איין ניק און ווען די אנדערע?
דינסטאג פעברואר 20, 2018 2:29 pm#396014
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יואל'יש קרויס זז"ג פון די (אמת'ע) נטורי קרתא אין מאה שערים זאגט. לגבי די אזוי-גערופענע גזירה פון גיוס לצבא. אזא איינער ווי איך (אויף זיך אליין) קען רעדן איבער יא אדער נישט גיין אין מיליטער. איך נעם גארנישט פון די מדינה. נישט פון קופת חולים אדער ביטוח לאומי. אבער די העיליגע אידן פון פלג הירושלמי און זייערע נאכשלעפערס. זיי האבן אייביג גענומען און נעמען נאכאלץ געלט פון די ..."מדינה הטמאה"...בשתי ידיים. זיי זענען פארשריבן אויף א יעדן פראגראם. איז אויב דו נעמסט געלט פון די מדינה, דארפסטו אויך גיין אין מיליטער...! קעיס קלאוזד...!

במידה מסויימת איז ער גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט, ווער דינגט זיך מיט דעם? רוב ככל פון יהדות הנאמנה, חוץ פון דעי וואס גייען בשיטת ה'שיטה', האבן נישט קיין פראבלעם מיט די עצם מושג פון גיין אין מיליטער, פון משה רבנו'ס צייטן און ווייטער איז אייביג געווען א גזירת גיוס אין כלל ישראל, אדרבה, אין פרשת מסעי איז דאך דא א גאנצע מוסר דרשה פון משה רבנו אקעגן בני גד ובני ראובן, ווייל ער האט געהאט א הוה אמינא נאר אז זיי ווילן זיך משתמט זיין פון גיין אין מלחמה, דאס איז אונזער שיטה הקדושה.

נאר וואס דען, לעת עתה, זענען די ערליכע יודן א מיעוט פון ווייניגער פון 20 פראצענט פון כלל ישראל, און ליידער ווערט אלעס געפירט דורך נישט ערליכע יודן, און כתוצאה מכך איז די צבא ההגנה לישראל נישט א פלאץ ווי אן ערליכע יוד קען זיך דרייען דארט, ממילא איז דא א טעכנישע פראבלעם פאר אונז צו קענען גיין אכטונג געבן אויף אונזערע ברידער'ס. לו יצוייר ס'איז שייך צו מכשיר זיין די צבא און עס מאכן ריין פון נישט ריינע זאכן, ווייס איך נישט צו ס'דא אן היתר פון זיך ארויסדרייען, "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה"?

נעמן געלט פון די מדינה נעמן אונז, וועגן די זעלבע סיבה וואס אונז געבן געלט פאר די מדינה. מיט יעדע מילך באטל וואס מ'קויפט אין געשעפט געט מען געלט פאר די מדינה, דורך די טעקס. די מדינה האט נישט קיין אייגענע געלט וואס זי פאברעצירט, די גאנצע געלט איז פשוט וואס מ'נעמט צאם פון די עולם, און מ'טיילט עס צוריק איין לויט די צרכים פון די פאלק, ד"ה בטחון, חינוך, כלכלה, בריאות וכדו'. וויפיל די פרומע יודען נעמען געלט פאר זייערע חינוך, אוטומאטיש בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר די חינוך פון די נישט ערליכע יודן, וויפיל מ'נעמט געלט פאר 'תרבות תורנית' ווי לדוגמא סיומי הש"ס וכדו', בלייבט איבער ווייניגער געלט פאר 'תרבות החילונית' וואס איז פיל מיט איסורי תורה. די אלע וואס נעמן נישט קיין געלט פון די מדינה, זענען נאר גורם אז מיט זייער געלט גייט מען זיך ניצען אויף דברים שאין הפה ראוי לדבר ואין העט ראוי לכתוב.

עכ"פ דאס האט נישט קיין שום שייכות מיטן גיין אין צבא, ווייל אפילו אונז וואלטן נישט גענומען געלט וואלטן אונז אויך בעצם געדארפט גיין אין צבא, אזויווי יודן אין אלע דורות פון ימות יהושע בן נון, זענען געגאנגן מבן עשרים שנה ומעלה כל יוצאי צבא בישראל. אונז האבן א טעכנישע פראבלעם, וואס ווילאנג מ'וועט עס נישט פאררעכטן וועלן אונז נישט קענען גיין.

איך מיין אז אלעס איז דברים פשוטים, וואס יעדער נארמאלע יוד פארשטייט אליינס, אבער לפעמים ווען ס'קומען אהן אזעלכע חולה'גאנים און פאנגען אהן צו דרייען א קאפ מיט זייער 614'טע מצוה, און זייער 14'טע אני מאמין - די "שיטה הקדושה" עפ"ל, טענה'ט מען זיך צוריק, און מ'כאפט ניטאמאל וויפיל זיי דרייען א קאפ.
מיטוואך פעברואר 21, 2018 2:40 pm#396077
הרב בוארון
00.jpg
מיטוואך פעברואר 21, 2018 5:40 pm#396099
Re: א פרישע צרה, פארפלאנטערן בנות אין מיליטער !
אוודאי געוויס אזוי. דער וועלטס באקאנטע הרב בוארון, וואס אלע זענען טעגליך משכימים לפתחו האט עפעס געזאגט. וואס? מ׳קען דאך נישט ליינען. דער עיקר איז אז ער האט עפעס געזאגט און אזוי ארום ווייסט מען אז אזא מענטש עגזיסטירט, און עס איז גאנץ מעגליך אז ער איז א זכר נישט קיין נקבה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:18 pm#396106
גראדע קען-מען ליינען אז מ'קליק'ט אויפן בריוו,

הרב ציון בוארון הוא חבר בית הדין הגדול של הרבנות הראשית בירושלים.

ער איז געוועהן א קאנדידאט אויפן פאסטן פונעם רב הראשי הספרדי המכונה ראשון-לציון און האט פארלוירן פאר הרב יצחק יוסף בן מרן זצ"ל.

זינט יענטסמאהל האט ער פולע טענות קעגן ש"ס וואס מכלומרשט זארגן זיך ניט פאר ספרדישע מיידלעך, און ניין ער האט גארניט מיט פאליטיק, נאר א חשבון מיט די וואס האבן זיך געזארגט פאר בן הרב עובדיה אויף זיין חשבון.

לקראת העצרת באיסטאדיון של ברוקלין יצ"ו פארגאנגענעם א' שלח ה'תשע"ז המכונה "כינוס-הרבבות-בארקעלעיס-סטעדיום" האט ער געשריבן א לענגערע בריוו אויך מסביר צו זיין אז די גזירת גיוס בנים איז אויף זיינע אייניקלעך.

(גראדע א ידיד האט מיר געשיקט יענטסמאהל א פיקטשער ווי מ'זעהט זיין בריוו אין די אפיציעלע באקס פונעם לוח מודעות פון סאטמאר-86-קעייזענאוו-בלאנדאן-הבירה, ווי מ'האט אויפגעהאנגען זיין בריוו, אבער מ'האט געמאכט א ליין העכער זיין טיטל
כזה:
בוארון.JPG
בוארון.JPG (11.19 KiB) געזען געווארן 1668 מאל
)
אויף אזוי ווייט וויפהל איך פארשטיי די תקנות, אויב ס'איז נוגע פאר הרב בוארון'ס אייניקלעך, האב איך מורא צו זיך משדך זיין מיט איהם.

איך קען עם נישט פערזענדליך, איך קען אויך נישט זיינע אייניקלאך, אבער ס'איז שמעקט מיר זיינע געוואלדיגע קנאות...
מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:12 pm#396110
נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעדיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!

איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.

איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!
מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:45 pm#396115
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ס'הייסט אז סאטמאר האט געפילטער'טע קנאות. ווען זיי דארפן שוין ברענגען לכאורה אן ...,הודאת בעל דין כמאה עדים דמי"...לשיטתם. דאך פילטערן זיי אויס די ..."נישט טויגעטיגע"... טיטלען און פארטיי אנגעהעריגקייטן, רח"ל...!

איך האב א קרוב. איינער פון די גאוני וצדיקי הדור. ער, אלס גרויסער גאון בתורה ווייסט אפצושאצן די חשיבות און וויכטיגקייט פון די ספרים וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורכ'ן מוסד הרב קוק. און ער לערנט טאקע פון די אלע שיינע, נוצליכע ספרים. אבער די קנאות פון זיין גירסא דינקותא לאזט איהם נישט קוקן אויף דעם סימבאל פונ'ם מוסד. ע"כ שניידט ער ארויס דעם לאגא פון מוסד הרב קוק פון אלע ספרים.

איך ווייס נישט. כ'האב נישט געטשעקט לעצטנס. לויט ווי איך הער, האט ער שוין נאכגעלאזט פון די אלע משוגעת'ן און מטורפ'דיגע זאכן וואס די ליידיגגייערס האבן ממציא געווען אלס א טייל פון אידישקייט...!

האסט מיר דערמאנט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט,

אין געייטסהעד-ישיבה האט געלערנט א בחור'ל וואס ס'האט עם געכאפט א-רוח-קנאות און ער איז אלץ געווארן מעהר און מעהר דערקעגן דעם יפו-רב ומוסדותיו לדורותיהם.
קיין גרויסן תלמיד-חכם איז ער אויכעט נישט געוועהן,
ויהי היום, ער האט ארויס גענומען פון אוצר ספרי הישיבה די ספרי הראשונים בהוצאת מוסד הרב קוק אויף יענע מסכתא וואס מ'האט געלערנט יענע זמן אין ישיבה
און אין א יעדע מקום שנכתב בהערות המכון "ואומר רבינו" "ודברי רבינו" וכדו' האט ער אויסגעמעקט מיט א ברייטע שווארצער מארקער עד סוף העניין או ההערה.
(פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען:
ער האט געמיינט אז ס'איז ביאורים פון רב קוק אויף דברי הראשונים... :lol: )
און עד היום הזה קען-מען טרעפן אין אוצר-הספרים דארטן די ספרים וואס יענער גאון וצדיק האט אויסגערייניגט פון א יעדע ברעקל ציונות ח"ו. ;) :lol: :twisted:

אינטערסאנט אויב ס'איז דא עפעס אמת אין דעם עפיזאד,
אויב איינער קען מעהר פרטים, צו ס'איז דא עפעס אמת אין די מעשה, צו אויב נישט, וועמען איז איינגעפאלן אזא שיינע מעשה, תבוא עליו ברכת טוב ולייק'ס.