מעיקרא האב איך נישט געוואלט שרייבן א תגובה ביי דעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן לרגל פגירתו של אותו נעבעכדיגן כופר בעיקר
דעם טעלעגראם לינק איז געבלאקט אין מיין טריפה'נעם קאמפיוטער איז קען איך נישט וויסן גענוי וואס דער האט געשריבן בסוף ימיו...
אבער לויט געוויסע מקובלים איז טאקע אונזער גאנצע ששת-אלפים פון די וועלטעלע די צווייטע סעריע פון זיבן לפי סדר שבעת ימי הבנין (חג"ת-נהי"מ)
ולפי דבריהם איז פארשטענדליך אסאך מאמרי חז"ל ווי צ.ב.ש. "
מתחילה היה בורא עולמות ומחריבן" "
שבתחלה עלה במחשבה לבראתו במדת הדין, ראה שאין העולם מתקיים, הקדים מדת רחמים ושתפה למדת הדין"
און נאך אנדערע מאמרי חז"ל, א קלאהרע מראה-מקום געדענק איך נישט יעצט, אבער אזוי האב איך ערגערטס געלערנט.
אסאך שטודיעס פון סייענטיס פראבירן טרעפן אלעס אין דעם חומר פונעם זאך, והיא טעותם, כי יוצר החומר הטמין עצמו בחכמתו שלא יוכלו למוצאו בקל כי עם ע"י אמונה,
און אויב מ'קומט מיט אן אמונה'דיגע בליק וויסט מען אז אלע חקירות ובדיקות קענען זיך אנהייבן פון די צווייטע שטאפל, ד.ה., ווי-אזוי האט דער הייליגע בורא דאס באשאפן און זיך באהאלטן וכו'
כל שאר מיני החקירות און טעארייעס פון דער-ביג-באנג און די-עוועלאציע-טעאריעס למיניהם האבן פשוט נישט אנגעפאנגען אין דער ריכטיגער שלב.
ומי שיש תח"י להעשיר ידיעות הציבור בעניין זה שהבאתי וכדו' תבוא עליו ברכה.
און אויב ס'וועט ארויסקומען גוט'ס פון סטיוון פאקינג'ס אשכול, נו זאל ער האבן א שטיקעלע עילוי נשמה...
![שמייכלט :)]()