Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
117 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 124 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1217
מאנטאג אוגוסט 04, 2014 10:37 pm#215484
איציק פערלמאן דער שפילער פונעם באקאנטן האלאקאסט מאווי טרויעריג ליד.
m https://www.youtube.com/watch?v=ueWVV_GnRIA m
מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:17 pm#215485
ווארשא'ער געטא אויפשטאנד.

דינסטאג אוגוסט 05, 2014 8:38 am#215492
וויקיפעדיע האט א פולע ליסטע מיט פילמען איבער דער צווייטער וועלט מלחמה. m http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_Holocaust_films m

The reader פון קעיט ווינזלעט איז א שמוציגע פילם וראה הזהרתיך.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:36 am#218223
אידאַ איז א פוילישע דראמא-פילם איבער א נאנע וואס ווערט געוואויר אז זי איז א יוד וואס איר משפחה איז געהארגעט געווארן ביים קריג
עס שפילט יעצט אין געקליבענע טיאטערס אין ניו יארק אין ארום און עס באקומט אויסערגעווענליכע ריוויוס
m http://www.imdb.com/title/tt2718492/ m
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:45 am#218230
טאַק טאַק דאבזשע פּאָלסקאַ שװיניאַ גופּי. מער פון דעם קען איך נישט קײן פויליש.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:29 am#218239
פארשטייט אז ס'קומט מיט ענגלישע אונטערקעפלעך
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:49 am#218240
פארשטײט זיך אבער איך גײ נישט פאר מאװיס װאס דער גאנצע מאװי דארף איך סובטײטעלס אז נישט
פארשטײ איך עס נישט.
אײן אויסנאם איז Flame and Citron.
m http://www.imdb.com/title/tt0920458/ m

א פילם װעגן דענישע פארטיזאנער.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:50 pm#222910
יעצט געענדיגט שינדלר ליסט ישר כח פארן ארויפלייגן די אנדערע לינקס ארבעט עפעס נישט די סאונד איינער קען העלפן?
עס איז גאנץ אינטערעסאנט איך קען נישט זאגן אז עס איז מיר געקימן טרערן ווייל איך ווער נישט איבערגענימן פין נאכגעמאכטע זאכן עס איז אבער א גיטע אריינבליק וואס עס האט זיך אפגעשפילט
איין נקודה האב איך געטראכט אז למעשה דער שינדלר האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט מצליח געעווען אין ביזנעס אחוץ די איינע מאל אין ער האט געמאכט פונקט גענוג געלט צי קענען ראטעווען זיינע אידן ביז די סוף קריג דערנאך איז ער נישט געבליבן מיט קיין פעני הלה דבר הוא
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:40 pm#222924
בענד אוו בראדערס צייגט א לאגער מיט מתים לרחצה. ווי פארשאפן זיי אט די מתים? און אויסגעדארטע מענטשן?
דער וואס שפילט "יוד" דארט אוי איז ער מעכטיג!
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:52 pm#238674
א פראפעסיאנאלע דראמאטישע חרדישע פילם "שרה אחת מול כולם"
אין א לייכטן העברעאיש מיט אונטערקעפלעך
m http://movie.koshare.me/%D7%A9%D7%A8%D7 ... %A8%D7%94/ m
דירעקטירט דורך טלי אברהמי
m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7 ... 7%9E%D7%99 m
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:23 pm#238759
קרעמער1 האט געשריבן:א פראפעסיאנאלע דראמאטישע חרדישע פילם "שרה אחת מול כולם"
אין א לייכטן העברעאיש מיט אונטערקעפלעך
http://movie.koshare.me/%D7%A9%D7%A8%D7 ... %A8%D7%94/
דירעקטירט דורך טלי אברהמי
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7 ... 7%9E%D7%99

קרעמער1: ייש"כ. ס'איז א הערליכער און רירנדער פילם. א שטארקע דראמאטיזאציע פון אן אמת'ן מצב.
הערה א': מ'קען עס אריינלייגן אין אשכול "עס האט מיר געברענגט טרערן"...!
הערה ב': ווען די רוסישע אידן זאגן אונז ווי גרויס זיי זענען גיווען אין רוסלאנד(מיט א חטף קמץ). מיינען מיר אז זיי פארציילן באבע מעשיות...!
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:02 am#238783
איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

m http://www.imdb.com/title/tt1906443/ m
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:08 am#238786
פידלער האט געשריבן:איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

http://www.imdb.com/title/tt1906443/

איז עס אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט? כ'האב פונקט געזוכט היינט אויף נעטפליקס פילמס/דאקומענטארן איבער קלאסישע מוזיק, און אנגעטראפן דעם פילם,
אגב, נעטפליקס'ס קאטאלאג ווערט שוואכער פון טאג, אפילו פון די ווייניג גוטע וואס זיי האבן יא געהאט ווערן פילע אראפגענומען, צוויי פילמען וואס איך האב געהאט געקוקט אויף נעטפליקס און געהאט צוגעלייגט צו מיין ''מיי ליסט'' זענען פארשווינדן לעצטנס, (the man who cried & girl interrupted) :(
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:14 am#238798
ישראל קאפקע האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

http://www.imdb.com/title/tt1906443/

איז עס אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט? כ'האב פונקט געזוכט היינט אויף נעטפליקס פילמס/דאקומענטארן איבער קלאסישע מוזיק, און אנגעטראפן דעם פילם,
אגב, נעטפליקס'ס קאטאלאג ווערט שוואכער פון טאג, אפילו פון די ווייניג גוטע וואס זיי האבן יא געהאט ווערן פילע אראפגענומען, צוויי פילמען וואס איך האב געהאט געקוקט אויף נעטפליקס און געהאט צוגעלייגט צו מיין ''מיי ליסט'' זענען פארשווינדן לעצטנס, (the man who cried & girl interrupted) :(


יא, זייער אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט. עס שטעלט פאר די גרינדונג פון די Palestine Philharmonic Orchestra וואס איז שפעטער געווארן די Israel Philharmonic Orchestra. ס'דא מוזיקאלישע חלקים דא און דארט איבער די פילם.

יעדע December טוישט Netflix זייער סעלעקציע. ס'דא אפאר נייע גוטע.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:52 pm#239320
The imitation game איצט ערשינען. א בריטישער מאדנער איזאלירטער מאטעמאטיקער מיטן נאמען "עלען טורינג" ברעכט דייטשלאנדס געהיימסטער שפיאנאזש געהיימניס, גערופן "אניגמע," - א געוויסע טעכנאלאגיע וואס האט פארדרייט דעם אויסשטעל פון די דייטשע זענדונגען כדי נישט צו ווערן אויפגעכאפט - וועלכע איז אן קיין ספק געווען איינע פון די גרעסטע באשטייערונגען צו געווינען דעם קריג. ער איז דערנאך אנגעקלאגט געווארן אויפן פארברעך, נעמליך היימגעשלעכט.

א קריטישע פונקט וואס האט מיר ממש צוריסן ביזן טיפעניש פון מיין נשמה! איז אינעם מאמענט וואס די "אניגמע געהיימניס" ווערט געבראכן דערוויסן זיך די וויסנשאפטלער אז א דייטשע יו-בואט גייט אט אט אטאקירן א בריטישע ציל, און זיי זענען די איינציגע מענטשן וואס קענען דאס צוריקהאלטן מיט א בלויזן טעלעפון רוף, אבער דער איזאלירטער קאלטער עלען לאזט נישט בשום אופן! ס'האט נישט געהאלפן דער פאקט אז עימיצער פון די וויסנשאפטלער האט זיך געוויינט צו אים אז ער פארמאגט משפחה מיטגלידער אויפן ארט וואו די אטאקע קומט פאר.
ער האט ארויס געכאפט דעם טרייבל און דאס צובראכן אויף שטיקער טענה'נדיג דערביי אז די דייטשן וועלן זיך זיכער דערוויסן אז מ'איז דערגאנגן זייער גרויסן סוד אויב די בריטישע וועלן נישט קענען ענטפערן ווי אזוי זיי זענען געוואויר געווארן פונעם דייטשן אטאקע איר אפצושלאגן, און דאס גאנצע ארבייט וועט גיין לטמיון.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:28 pm#239368
לויט וויפיל איך געדענק איז עס געווען די ארבייט פון א גאנצע שטאב קאוד-ברעכערס וואס האבען צום סוף געבראכן די אומברעכבאר דייטשע עניגמע. זיי האבען געארבייט אין העכסטן געהיים אין א אונטערערדישע פאסיליטי בשם 'בלעטשלי פארק' וואס איז היינט א באקאנטע טוריסט אטראקציע אין גראס-בריטאניע.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:19 am#239510
כאטש מען רעדט דא בלויז פון פילמס, און א בילד איז דאך ווערד טויזענט ווערטער, און אודאי אזוי ווידיאוס, דאך וויל איך איבערהאקן א מינוט - כ'האב אדורכגעלייענט דעם בוך "דער טאטע האט געהייסן לויפן", פון הרב קארנבלי שליט"א - אן איבערלעבער פון דעם גיהנם. וואס זאל איך אייך זאגן, שוידערליך איז דאס ווארט, טרערן זענען געפלאסן פריי, עס איז אראפגעלייגט זייער גוט, עס האט מיר געגעבן אסאך אינסיידס און געוויסע דיטעילס וואס כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט, עס איז א מאסט ריעד, לא נראה כבושם הזה, ווערד אלע געלטער, און איז געאייגענט צו ליינען אין די תשעה באב טעג.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:43 pm#288536
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווארשא'ער געטא אויפשטאנד.


ווי קען מען האבן דעם ווידעאו עס אף נאו?
דינסטאג יולי 14, 2015 8:44 am#289243
.
מאנטאג יולי 27, 2015 10:31 am#292008
Genocide
איין אהאלב שעה לאנג.
א 1982 דאקומענטאר איבער די אידישע האלאקאוסט אין אייראפע.
דורך ארנאלד שווארצמאן.
נאראטירט דורך אָרסאן וועלס און עליזאבעט טעילאר.
איינע פון די בעסטע פילמען איבער די האלאקאוסט וואס איך האב נאר געזען.

אוועיליבל אויף נעטפליקס.
m http://m.imdb.com/title/tt0082443/ m
פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:05 am#345496
ארויפגעברענגט לכבוד תשעה באב!
פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:21 am#345499
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
כ'האב א טעלעגראם טשענעל ( אויף מיין קאמפיוטער ) וואס האט אלע האלאקוסט מאוויס בפונדק אחד. א שאד איך וועל נישט זיין ביי מיין קאמפיוטער ביז נאך תשעה באב. ווער עס קען עס אהער לינקען תבא עליו ברכה.
פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:00 pm#345508
נעגעל וואסער האט געשריבן:כ'האב א טעלעגראם טשענעל ( אויף מיין קאמפיוטער ) וואס האט אלע האלאקוסט מאוויס בפונדק אחד. א שאד איך וועל נישט זיין ביי מיין קאמפיוטער ביז נאך תשעה באב. ווער עס קען עס אהער לינקען תבא עליו ברכה.

קענט וועיט
פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:18 pm#345512
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 5:39 am#350171
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
דאס זענען מאוויס איבער די צוויטע וועלט מלחמה, עס איז דא מער דאקומענטרי סטייל
זונטאג יולי 30, 2017 6:07 pm#380772
ליסטע פון פילמס אויף נעטפליקס, אב תשע"ז
דאקומענטעריס

'AUSHWITZ: THE NAZIS AND THE 'FINAL SOLUTION
די געשיכטע פון ​​די 'פיינעל סאלושען' עפאכע פון די האליקאוסט, איבערהויפט פון די מערסטע טרויעריג באקאנטע טויט לאגער, אוישוויץ. (6 חלקים)

EINSATZGRUPPEN: THE NAZI DEATH SQUADS

א זעלטענע דורכבליק אין די ראלע פון ​​די טויט סקוואדס באקאנט אלס "איינזעצגרופן", נאציס וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די מאסן מערדער פון אידן, ציגיינער און רוסישער ארעסטאנטן דורך שיסן, איידער די קאנצעטראציע לאגערן זענען געווארן די אפיציעלע מיטל פאר די הרוגות. (4 חלקים)

NUREMBERG: NAZIS ON TRIAL
היינטיגע אינטערוויוס, סצענעס פון די ארכיוון און דראמאטיש איבערגעשפילט, די סעריע דערציילט די געשענישן פון די נורעמבערג טרייעלס און די פראפייל פון דריי הויפט נאציס. (3 חלקים)

STEAL A PENCIL FOR ME
א ציענדע ראמאנטישע דאקיומענטערי פילם דורך אקאדעמי אווארד נאמאני מישעל אהייאן, אן עכטע געשיכטע איבער א פארפאלק וואס האבן זיך פארליבט בשעת'ן שמאכטן אין לאגער און צוזאמען האבן זיי איבערגעלעבט די גיהנום. עס ברענגט ארויס די כוח פון ליבע און די מעגליכקייט פון דאס מענטשליכע מין צו איבערקומען אומגעהויערע פּיין און ווייטאג.

THE SEVEN DWARFS OF AUSCHWITZ
א פאמיליע פון זיבן אידישע קארליקעס וואס האבן געלעבט אונטער די נאצי הערשאפט. וואס עס געשעט ווען זיי ווערן אנדעקט דערגרייכט אסאך ווייטער ווי מ'קען זיך נאר פארשטעלן. אקטיאר ווארוויק דייוויס דערציילט די געשיכטע פון ​​די אָוויץ משפחה, אַ גרופע פון ​​זיבן אינטערהאלטערס וואס זענען געווארן פארכאפט און, עווענטועל, גיני פּיגס צו די נאצי'ס מלאך המות דר. דזשאסעף מענגעלע ימש"ו און זיינע פינסטערע אבסעסיעס. ווארוויק'ס עקספאדיציע נעמט אונז צו מזרח אייראפע און פארשט אויס זייער מערקווירדיגע, אינספירירענדע געשיכטע פון ​​מענטשליכע שטארקייט.

NAZI CONCENTRATION CAMPS
שוידערליכע סצענעס פון די נאצי קאנצענטראציע לאגערן באלד נאכן באפרייען, באשטייט בעיקר פון הויפענעס טויטע קערפער הי"ד און לעבעדיגע סקעלעטענס. פרעזענטירט געווארן אלס עדות אין די נורעמבערג טרייעל.

THE LAST NAZIS
דאקומענטירט פארבליבענע לעבעדיגע מלחמה קרימינאלן, אולי די לעצטע געלעגנהייט צו רעדן צו די מענטשן און אויפדעקן די אימפאקט זייער עקזיסטאנץ האט געהאט אויף אנדערע.

מאוויס

THE BOY IN THE STRIPED PAJAMAS
די חורבן דורך א אומשולדיג קינד'ס אויגן. א אכט יעריגער דייטשע אינגל באקענט זיך מיט א קינד וועלכער לעבט אויף די אנדערע זייט פון דעם צוים נישט וויסנדיג אז ער איז א אידישער ארעסטאנט. כנ"ל.

NAKED AMONG WOLVES
א פילם באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע פון ​​א פאר'יתומ'טע בעיבי וואס ווערט אריינגעשווערצט אין בוכענוואלד קאנצעטראציע לאגער און די השתדלות פון די ארעסטאנטן אים צו באשיצן פון ווערן אויפגעדעקט ווען די לאגער'ס נאצי וועכטער ווערט געוואר פון זיין אנוועזנהייט.

WINTER IN WARTIME
דערציילונג וועגן א בחור אין נאצי-אקופירט האלאנד וואס ווערט געפריווט מיט פאמיליע לויאליטעט, ווייטאגליכע בחירות צווישן סעיפטי און קוראזש, און די ביטערע מציאות פון מלחמה.

SCHINDLER'S LIST
איינער פון די היסטאריש וויכטיגסטעע פילמען אמאל ארויס געגעבן, סטיווען ספילבערג'ס שינדלער'ס ליסט איז א מאכטפולע געשיכטע וועמענס לעקציעס פון מוט און אמונה זעצן פאר צו באגייסטערן דורות. געווינער פון זיבן אקאדעמי אווארדס כולל בעסטער בילד און בעסטער דירעקטאר, די אומגלויבליכע אמת'ע מעשה פאלגט נאך דעם עניגמאטישער אסקאר שינדלער (ליאם נעסאן), וועלכער האט געראטעוועט די לעבן פון מער ווי 1,100 אידן בשעת דעם חורבן. עס איז די נצחון פון איין מענטש וואס האט געמאכט א דיפערענץ און די דראמע פון ​​יענע וואס האבן איבערגעלעבט איינע פון די טונקעלסטע קאפיטלען אין מענטשליכע היסטאריע דורך זיינע פעולות.

RIPHAGEN: THE UNTOUCHABLE
א העכסט געקוקטער טריללער פון נידערלאנד וועגן אַ ברייט-באקאנטער האלאנדישער פאררעטער וואס האט געהאלפן די נאציס צוזאמברענגן אידן פון באהעלטעניש צו גנב'נען זייערע נכסים און איז פאראנטווארטליך אויף הונדערטער אומגעקומענע נפשות. א יוניק געשיכטע איבער די סארט צוזאמארבעט וואס האט געמאכט נאצי אקופאציעס אזוי סוקסעספול אין אייראפעאישע לענדער.

RUN BOY RUN
אן אכט יעריג אידיש אינגל אנטלויפט פון די ווארשע געטע און באהאלט זיך אויס צווישן די ביימער וואו ער נעמט אויסערגענליכע שריט צו איבערלעבן.

MASTERPIECE CLASSIC: THE DIARY OF ANNE FRANK
אין א צייט פון פיינטשאפט, גייט א פאמיליע אריין אין באהעלטעניש. ס'פארהאן א גייסט וואס מ'קען נישט צעברעכן. ס'פארהאן א קול וואס מ'קען נישט דערשטיקן. באזירט אויף די טאגבוך פון א אידיש מיידל.
זונטאג יולי 30, 2017 6:54 pm#380774
יי"כ "סלינקי, אבער ס'רוב פון דעם איז נישט דא בחנם.
אויף די אויבענדערמאנטער טעלגראם טשענעל וואס רופט זיך Collection of world war || movies איז דא א גרויס חלק פון דעם אויף היי רעז
ווי אויך אויב האט איר עמאזאן פריים זענען גאנץ א פאר דא חנם אין כסף, איינער פון די בעסטע פילם'ס "the pianist" איז דא דארט.
Escape From Sobibor קאסט מיר דארט אפאר דאלאר. זייער אן אינטערסאנטער פילם.

ויה"ר שהימים האלו וכו'
זונטאג יולי 30, 2017 7:09 pm#380776
כ'האב געשריבן אז דאס איז א ליסט פון וואס איז יעצט אוועילעבעל אויף נעטפליקס. כ'זע טאקע אויף טעפעטאלק קומט נישט ארויף די קעפל בעפאר די תגובה
מאנטאג יולי 31, 2017 6:36 pm#380919
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
דאס מערסטע ארגיניעלע פילם מיט גרויליגע מראות הייסט warfile, nazi concentration camp, נישט געאייגענט פאר שוואכע הערצער.

עיני עיני ירדו מים.

ס'דא אויף עמעזאן פריים בחינם.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:19 am#380976
איז דא א ''כשרע'' מאוויא (אן פרויען) פון די צוויטע וועלט מלחמה אהיימצוברענדען אין שטוב?
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 am#380977
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
נישט וואס איך ווייס. ווארום ביים קריג האט מען ג'הרגט מער פרויען ווי מענער.
מיטוואך מאי 16, 2018 4:51 pm#402880
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
איך האב אמאל געהערט אז עס זענען דא עכטע פילמען וואס די דייטשן ימ"ש האבן אפגעכאפט אין די טויט לאגערן, ווייסט איינער דערפון , און וואו מען קען עס זעהן.
זונטאג יולי 22, 2018 1:14 pm#409504
the world at war איז לכאורה די בעסטע דאקומענטערי איבער די צווייטע וועלט מלחמה (26 עפיזאדן). אלעס באשטייט פון ארגינעלע מלחמה-פילם, און אינטערוויוס מיט די באטרעפענדע (בכללם הויכראנגיקע אמעריקאנער, בריטישע און נאציס).

די ערשטע דריי עפיזאדן געפונען זיך אויף יוטוב. די איבריגע קענט איר זען דא, מאכט זיכער צו קלויבען די וועלכע האבן אן 'HD' אינעם קעפל.





מאנטאג יולי 23, 2018 11:32 am#409579
קען זיין אז ס'איז אזוי-ווי אתרוגים אויף מוצאי שמחת תורה
אבער דא האט איהר א לינק מיט אן אינהאלט-רייכע סעריע פון האליקאסט שאוס
מאנטאג יולי 23, 2018 7:09 pm#409615
א שאד אז די אלע לינק'ס וואס מען האט ארויפגעלייגט זינט תשעה באב תשע"ב וועט די אשכול האט זיך געעפענט ארבעטן שוין נישט, אפשר קען איינער פון פריש ברענגן לינקס וואס ארבעטן אין צוויי טויזענט 18
ס'רוב פון די יו טוב ווידיאוס זענען שוין בלאאקירט, און די דראפבאקסעס זענען שוין ליידיג, ווי אויך די אלט באניצטע מיטלן פון מיטטיילן פיילס פירן אין באד
יישר כח למפרע
אחר כתיבת שורות אלו האב איך באמערקט נקודת האמת האט אונז אביסל פארגיטיגט
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:32 pm#424100
'שתיקה זועקת' סרט מטלטל אודות פשעי מין בילדים בשואה.

פרייטאג פעברואר 08, 2019 3:20 am#424117
איך אויך האט געשריבן:'שתיקה זועקת' סרט מטלטל אודות פשעי מין בילדים בשואה.


זייער אינפארמאטיוו. נישט צום פארשטיין די מענטשן וואס האבן עס איבערגעמאכט.
פרייטאג פעברואר 08, 2019 4:25 pm#424140
גלויבער האט געשריבן:איז דא א ''כשרע'' מאוויא (אן פרויען) פון די צוויטע וועלט מלחמה אהיימצוברענדען אין שטוב?

גלויבער: פארדעים 'עסטו מוזן גיין רעדן צו די נאציס, ימ"ש. ווייל , ווי באוואוסט, האבן זיי זייער שטארק מקפיד געווען אז ס'זאלל, ח"ו נישט זייין קיין תערובות. נישט אין קאנצענטראציע לאגער. און נישט אין די גאז קאמערן און קרעמאטאריומס. זיי האבן א יעדע זאך אנגעפרעגט ביים דיין, זז"ג. איידער זיי האבן ערלויבט די אידן אריינצוגיין אין די לאגערן...!

דו בהמה וואס דו ביסט...!
דינסטאג פעברואר 12, 2019 7:41 pm#424333
איך האב געזען די פילם NAZI CONCENTRATION CAMPS ,די שוידערליכע צענעס גיין נישט ארויס פון מיין קאפ, איך האב מיר געטראכט צו מיר, אז סעזיכער דא מענטשן וואס קענען אנווייזן אויף געוויסע פון די מענטשן וואס מען ווייזט דארט ווער זיי זענען, עס ווערן געוויזן הינדערטע אדער טויזענטע קלארע פענימער, איז נישט דא עפעס א טעכנעלאגישע מיטל היינטיגע צייטן צו דערגיין די נעמען פון די טויזענטע נרצחים? די ערגסטע פארט ווי עס האט מיר געקאסט אפאר הייסע טרערן איז ווי די טראקטאר שטיפט מאסן טויטע גופות אריין אין א גרויסן לאך און זיי פאלו אריין דארטן ווי ראבעל פון א צוזאמגעפאלענע געביידע, עס איז האר אויפשטעלענדיג עס צו זען, און וויסן אז צווישן די סקאלעטן ליגן אונזערע זיידעס אדער קרובים און סתם מענטשן. יודן נקמה!
דינסטאג פעברואר 12, 2019 11:21 pm#424351
סמבטיון: ס'איז א חילוק. אין די פארניכטונגס לאגערן האב די דייטשן/נאציס, ימ"ש פארשריבן פונקטליך א יעדנ'ס נאמען. ממילא איז יא דא רעקארדס פון די אלע הרוגים. משא"כ די איינזאץ גרופן,ימ"ש האבן נישט געפיהרט קיין ביכער. נאר זיי האבן (מיט די הילף פון די לאקאלע באפעלקערונג) אויסגעהרג'ט די אידן. זיי האבן געהייסן אויסגראבן גריבער. און זיי געשאסן מיט מאשין געווער. און די קרבנות זענען נעבעך אריינגעפאללן אין די גריבער...!
ווען איך ליין אבער קוק א פילם איבער וויאזוי די נאציס, ימ"ש האבן מבזה געווען און געפייניגט די אידן, איז איין זאך זיכער. אויב איך האב פונקט דאמאלס א מאשין גאן, ביניך גרייט אפצוקאסענען מיליאנען דייטשן, ימ"ש...!
פרייטאג מאי 08, 2020 12:54 am#448088
איבער די (נישט) פרואוון צו ראטעווען דעם אייראפאישן אידנטום. מומלץ מאוד.

מאנטאג מאי 11, 2020 3:55 pm#448387
נעגעל וואסער האט געשריבן:נישט וואס איך ווייס. ווארום ביים קריג האט מען ג'הרגט מער פרויען ווי מענער.

אן ענטפער פאר גלויבער...ניין. ווייל די נאציס ימ"ש האבן געהרג'עט פרויען אויך. רח"ל. זיי זענען נישט געווען אזעלכע פרומע ווי דו...(ס.ע.ה.). ווער ס'' ווייסט נישט וואס די ראשי תיבות מיינען, קען איך איהם זאגן. נאר רוב מענטשן קענען עס אליינס אויס פיגערן...לאל...!

נ.ב: גלויבער: ווען ס'וועט קומען צו שידוכים, זאלסטו ח"ו נישט טון א שידוך וואס מ'טראגט אן מיט נשים/מיידלעך, רח"ל פאר דיין זון...האסט געהערט...ס.ע.ה.)
מאנטאג מאי 11, 2020 4:33 pm#448390
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
איך אויך האט געשריבן:'שתיקה זועקת' סרט מטלטל אודות פשעי מין בילדים בשואה.

די ווידיאו איז שוין נישט אויף יוטיוב.

איינער קען מיך צופירן דערצו?
מאנטאג מאי 11, 2020 6:35 pm#448396
ונבנתה, דער פילם איז נורא נוראות. בעיקר הלל בערגסאן-קוק אינטערוויו וואס ער האט טאקע עד היום נאכנישט באקומען זיין ערליך פארדינטע אנערקענונג.

איך האלט דער פילם ברענגט נישט גענוג שארף ארויס דעם שטוינענדן נידריקייט פונעם רעפרמער ראביי סטיוון ווייז שר''י (אין די אפהענגידיגע צייטונגן באקומט ער אויך א ימש''ו) וואס חוץ פון זיך אנפרעסן ביי איין באל נאכן צווייטן אינעם גראנדיעזן עסטאריע האטעל ודומיו און געהאלטן דרשות של הבל האט ער זילטש עפעס געטוהן צו העלפן די אידן וואס מען האט טאג טעגליך אויסגעשאכטן הי''ד.

קינד און קייט ווייסט צו פארציילן זיין אקטיווע שטערונג צום באקאנטן רבנים מארש אין וואשינטאן בשנת תש''ב, און אז ער האט פערזענליך פארהארטעוועט דאס הארץ פונעם פרעזידענט רוזעוועלט זאל זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן און נישטאמאל אריינלאזן די מתי מספר פליטים וואס האבען בדרך לא דרך זיך ארויסגעדראפעוועט פון די נאצישע נעגל.

אבער דאס איז געווען אין תש''ב וואס אז מען וויל בדוחק גדול מאוד מאוד קען מען עם עטוואס פארענפערן. אבער מיר איז געווען א חידוש אז אזוי שפעט ווי ענדע תש''ד ווען עס איז געוון די סאמע לעצטע טשאנס צו ראטעווען אונזערע באבעס און זיידעס וצאצאיהם הי''ד האט דער נידריגע בריאה נאכאלטס געטאהן כל מה שביכלתו אז קיין שום איד זאל זיך נישט קענען ראטעווען. עס איז ממש געגאנגן בנפשו אקטיוו צו שטערן די הייליגע ארבייט פונעם פרומען וועד הצלה און די בערגסאן גרופע.
מיטוואך יולי 29, 2020 9:12 pm#455516
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
לכבוד תשעה באב
m https://t.me/worldwarIImovies m
מיטוואך יולי 29, 2020 11:38 pm#455530
עס איז דא א דאקומענטרי וואס האט רויע footage פון די מארד לאגערן וואס מאכט אן אויסטערלישע איינדרוק אויף דעם מענטש. עס איז נישט געווען עוועליבעל יארן און איינער א צדיק האט עס ארויפגעלייגט אויף יוא טוב. עס הייסט German Concentration Camps Factual Survey
דא האט איר א לינק
m https://www.youtube.com/watch?v=cAHnPzVO7Us m
זעה אן אינטערסאנטע איבעזיכט אויף די פילם, ער איז איבעצייגט אז די האסט קיינמאל ענליכס נישט געזעהן. און איך מוז מודה זיין אז ביי איז דאס געווען די פאל. עס איז ווערט אייער צייט איר וועט נישט חרטה האבן
m https://qz.com/411444/the-most-powerful ... cumentary/ m
דאנערשטאג יולי 30, 2020 10:22 am#455541
יתרו האט געשריבן:עס איז דא א דאקומענטרי וואס האט רויע footage פון די מארד לאגערן וואס מאכט אן אויסטערלישע איינדרוק אויף דעם מענטש. עס איז נישט געווען עוועליבעל יארן און איינער א צדיק האט עס ארויפגעלייגט אויף יוא טוב. עס הייסט German Concentration Camps Factual Survey
דא האט איר א לינק
https://www.youtube.com/watch?v=cAHnPzVO7Us
זעה אן אינטערסאנטע איבעזיכט אויף די פילם, ער איז איבעצייגט אז די האסט קיינמאל ענליכס נישט געזעהן. און איך מוז מודה זיין אז ביי איז דאס געווען די פאל. עס איז ווערט אייער צייט איר וועט נישט חרטה האבן
https://qz.com/411444/the-most-powerful ... cumentary/

דרייוו דראפבאקס איינער?
ארבעט נישט ביי מיר
{0FF98474-5AA2-46E7-8F12-E617DA3EDF03}.png.jpg
דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:13 pm#455543
דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:28 pm#455545
יתרו האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/xze9xgaxyjngewn/videoplayback%20%283%29.mp4?dl=0

שכח