@שבת אחים אז דו ברענגסט שוין זאל שוין זיין א דבר השלם...
דא האט איר חלק א' פון די ניק חסיד אמיתי אין אייוועלט א פאפא ווילימסבורג חסיד געווארן א סאטמערע פארט ימים טובים צו מורו ורבו גאב"ד סאטמר מונסי און כאפט זיך אריבער אויף וויזשניץ...
. ="חסיד אמיתי"]קודם כל מיט א שבח לבורא עולם פאר'ן מיר געבען די זכיה צו האבען די שכל "אלע יארען" צו לויפען און אריין כאפען ביי אלע צדיקי הדור הקודם, מוחזקת לי מאבותי, מיין טאטע זז"ג האט אונז אלעמאל געשלעפט ווען און ווי מען האט נאר געקענט.... און חלילה נישט פארפאסען, אני הצעיר בין געבוירען געווארען בשנת תשמ"ט לפ"ק און באלאנגט אונטער די חסידות פון פאפא אין די שטאט וומסב"ג, (מיט די יארען שפעטער האב איך געטוישט רעליגיע קיין סאטמאר) אבער איך וועל קיינמאל נישט פארגעסען ווי מיין טאטע פלעגט אונז נעמען צו ר' הערשעלע ספינקער זי"ע צו די טישען, און מיט כח מיר אריינגעווארפען אין סטיעשען וואגען פאר 22 יאר צירוק כדי צו שלעפען אויף טאהש וואס אגב די בעסטע זכרונות פון הרה"ק מ'טאהש האב איך פון יענע שב"ק, און אונז גענומען קיין א"י חודש תשרי כדי אריינצוכאפען און קענען געבען א בליק על פני צדיק הדור הרה"ק ר' משה ארי' זי"ע, וכמו כן אויף די תולדות אהרן רבי זצ"ל (וואס ליידער בעונותינו הרבים האבען מיר פארפאסט ר' משה ארי' זצ"ל מיט ווייניגער ווי צוויי וואכען כ' אלול ביז ר"ה) און אונז אלעמאל שלעפען צו א יעדע צדיק ווען אימער, וואס טאקע ביי יענע נסיעה קיין א"י אויף חודש תשרי האב איך געהאט די זכיה מיטצוהאלטען א שב"ק בצל הקודש ביי הרה"ק ישועות משה מ'וויזשניץ זצ"ל וואס דאס וועט מיר ליגען אין זכרון אלע יארען, וואס בכלל לעבען מיט א השתוקקות צו א צדיק... וואס ווער עס קען מיין טאטע זז"ג ווייסט זייער גוט פון וואס איך רעדט, צו פארשטיין געבען וועל איך אנהייבען מיט וואס מיין טאטע האט מיר געזאגט זונטאג צופרי אין אפיס, איךהאב ב"ה געהאט די זכיה נעכטען נאכט צו זיך טובל זיין אין די הייליגע וואסער ווי מען האט טובל געוועהן גפו הקדוש פון הרה"ק מ'וויזשניץ זי"ע הכ"מ ביים טהרה, און די טאטע פארציילט מיר דאס נעכטען נאכט (מוצש"ק) בין איך געוועהן על ציון קודשו פון הרה"ק מ'סקווירא זי"ע – ב' ניסן, און נאכדעם בין איך אריינגעפארען קיין מאנסי מנחם אבל זיין די קינדער פון הייליגען וויזשניץ'ע רבי, און ביים ארויסקומען זעה איך א געלויפאכטס, פרעגט ער וואס גייט פאר האט מען אים גענטפערט אז מען האט געפענט די מקוה פון די טהרה, און די טאטע זאגט מיר דאס ער האט שוין זוכה געוועהן צו זיך טובל'ן נאכען צדיק עטליכע מאל, רבו מובהק הרה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע, הרה"ק מריבניץ זי"ע, הרה"ק מ'קיוויאשד זי"ע, און יעצט, להחזיר לענינינו, נאך די הקדמה איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין די המשך פון ווי קומט פאפא קיין סאטמאר און סאטמאר קיין וויזשניץ און תולדות אהרן וכדומה ואי אפשר לפורטם כי רבים הם
איך בין נישט קיין וויזשניץ'ע חסיד, אבער יא א חסיד פון וויזשניץ'ע רבי זצ"ל, איך ווייס נישט פון ווי אנצוהייבען, ווען די רבי'ס הייליגע און לעכטיגע צורה קומט מיר א קעגען שוין זייט די ביטערע הודעה פון מיין גרויסע ברודער פרייטאג 9:03 צופרי אז מען שרייט יעצט שמע ישראל ארום די וויזשניץ'ע רבי'ס בעט... די פעדער איז צו ארעם און די מחשבה איז בכלל נישט קלאר, זיך צו קענען מסדר זיין פון ווי אנצוהייבען און ווי צו ענדיגען.
מן הסתם די ערשטע מאל וואס איך האב מיטגעהאלטען וואס איך געדענק, איז געוועהן שב"ק פר' שמות שנת תשנ"ו די מיטאג טיש אין שטאט וויליאמסבורג, וואס מיין טאטע האט מיר אהינגעטראגען און מסביר געוועהן לויט מיין קינדירישע שכל אז די רבי האט א ספעציעלע כלי וואס ער האלט אונטער די עסן בשעת ער פירט עס צו צו די מויל, און איך זאל עס גוט באטראכטען... אלעס כדי איך זאל קוקען על צורת קודשו, איך געדענק אפילו אז איך האב מקנה געוועהן די קינדער וואס שטייען אין א שורה און יעדע פאר מינוט לאזט מען זיי צו צום רבי'ן און זאגען עפעס אריין אין אוירען (שפעטער האט מיר מיין טאטע מסביר געוועהן אז זיי זאגען א תורה..) און יענע מוצש"ק ווען אונז זענען אריין מיט א קוויטעל בקודש פנימה, די זכרונות ברענגען צוריק די אלטע 6 לי עוועניא בילדינג, ר' יעקל ראזענפעלד שרייבען די קוויטעל, זייענדיג א קינד האב איך זיך געוואונדערט פון ווי מיין טאטע פארשטייט וואס די רבי זאגט (האבען'דיג א שווערע דיבור) וואס איך געדענק קלאר אז די רבי געבט א שטופ ארויף די הענט נאך ברכת קודשו כדי מען זאל עס געבען א קוש... דאס אלעס איז קינדירישע זכרונות, אבער די קומענדיגע שבת במדבר, בין איך שוין געגאנגען שלאפען פרייטאג מיטאג כדי צו זיין אויף ביי ליל שב"ק טיש טראץ מיין אינגע עלטער קוים 7 יאר אלט (די רבי פלעגט קומען בקבוע קיין וומסב"ג שבת פר' שמות ובמדבר)
אוי..! מים רבים לא יוכלו לכבות די געדענקעניש פון די שטראלידיגע צורה, גרויסע ווייסע בארד, שווארצע סטראקעס בעקיטשע, אראפגעלייגט ידיו הקדושים פארענט פון די חלות, און זיינע אויגען זענען דורך געגאנגען די שורות חסידים בשעת עס האט זיך אנגעהויבען די "גוט שבת, גוט שבת....." און נאכדעם א שישקעניש און מען הערט מיט זיין נישט נגינה'דיגע קול די "שלום עליכם..." (און יעדע פאר מינוט קוקט מיין טאטע אויף מיר זיכער צומאכען אז איך נעם נישט אראפ די אויגען פון רבי'ן) און נאך קידוש ווערט פליצלינג פון א פעך שווארצע סטראקעס בעקיטשע, א גלאנציגע גאלדענע בעקיטשע... דאס איז אלעס קינדירישע חשבונות, אבער דאס געדענקט מען גוט!
אין מיין קליינע קינדירישע מח איז געווארען א פשוט'ע זאך, אז 2 מאל א יאר איז דא א "שבת וויזשניץ" און נאכדעם וואס איך בין געווארען אביסעל עלטער האב איך אנגעהויבען מער צו פארשטיין (עכ"פ אזוי רעדט איך מיר איין) און מיין טאטע האט מיר אנגעהויבען ארויסצונעמען אויף מאנסי ווען ער איז אריין מיט א קוויטעל איבער'ן יאר ווי נמשל שלוש עשרה מידות פאר א שמחה, וכדומה.
איך געדענק אפילו א שיינע פאר מאל איז אויסגעקומען דאס מיין טאטע'ס רבי כ"ק מרן גאב"ד מאקאווא שליט"א איז אויסגעקומען צו זיין אין וומסב"ג שבת שמות און אלעמאל זיך צוגעאיילט מיט די סעודה בייטאג און –פארשטייט זיך- נישט געבענטשט און זיך זייער געאיילט צו לי עוועניא צו מיטאג טיש פון וויזשניץ'ע רבי, מיט א התבטלות ווי א ריכטיגע חסיד אמיתי.
און דאס אלעס איז נאך פון די געזונטע יארען! ווען די רבי איז נאך געשטאנען על רגליו הטהורים, פאר די נפילה אין מקוה וואס פון דעמאלטס איז ער שוין ליידער נישט געגאנגען על משענתו.
נמשל די קוויטעל איז געוועהן א צווייטע צורה ווי ביים טיש צו ביים דאווענען, א קוויטעל איז די רבי געזעצען און געשמועסט און צירוקגעגאנגען זכרונות, "מיר געדענקען, די זיידע ר' אייזיק איז געוועהן ביים זיידען די אהבת ישראל אין גרויסווערדיין...." וכדומה, און ביים טיש איז געוועהן פושט צורה ולובש צורה, זיין הייליג געזיכט האט געשאסען פינקען פייער, מען איז געשטאנען מיט א פחד און א ציטער, פון די הייליג איד, און ווער רעדט נאך אויב זיינע אויגען זענען אנגעקומען אויף דיר... אויש האט עס געציטערט.
ווי אויך געהאט די זכיה מיטצוהאלטען א ב' סיון טיש, און די רבי האט פארציילט מעשיות פון זיידען די אהבת ישראל, מען האט געקענט הערן א פליג דורך פליען, ווי אויך האבען מיא מיטגעהאלטען א ר"ח טיש מיט די קאלפיק, און ווי אויך אסאך אנדערע זמנים דא און דארט ווען מען האט געהאט די זכיה.
באופן קבוע איז געוועהן פון חורף תשס"ז וואס איך בין געקומען לערנען אין מאנסי בישיבת מו"ר כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר שליט"א ביז תשע"ב, ווען איך בין שוין געגאנגען בשעה טובה ומצלחת אויפשטעלען מיין אייגענע אידישע שטוב – נישט איידער אריין גיין מיט א קוויטעל בקודש פנימה און אפנעמען ברכת קודשו- איז געוועהן יענע 5-6 יאר זענען מיינע גליקליכסטע יארען וואס איך האב געהאט די זכיה לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, שוין ליידער נישט געגאנגען אויף די אייגענע פיס אבער נאך געוועהן דא מיט אונז "בתוקפו"
באמת איך ווייס נישט וויאזוי אנצוהייבען... ווי הייבט מען אן?... ווי נעמט מען דעם פעדער צו באשרייבן דעם אדם גדול בענקים? איך גיי נישט באשרייבן דא דעם רבי'ן, ווייל עס איז נישט מעגליך צו רעדען פון אים, נישט פון זיין תורה, און נישט מעגליך צו רעדען פון זיין פארלאנגען די תורה פון זיינע חסידים, וואס איך מיין לענ"ד אז עס איז נישט דא במדומה לזה היינט אזא מנהיג וואס זאל אזויפיל פארלאנגען –און כמעט קיינמאל נישט זיי צופרידען- ווייל עס איז נישט גענוג געלערנט...., און זיכער נישט רעדן פון זיין קדושה וטהרה, און נישט פון זיין פשטות, און נישט פון זיין הנהגה, בקיצור "עס איז נישט מעגליך צו רעדען און צו קענען באשרייבען די קדוש ה'" אויב איך מעג זאגען איז עס א בחינה פון רביה"ק זי"ע מ'סאטמאר, צו א בחינה פון רבן של ישראל מרן החת"ס זי"ע, דהיינו: וויפיל יאר עס גייט נאר דורך און וויפיל ספרים און תולדות עס קומען נאר ארויס האט מען נאך נישט אנגעהויבען די ארבעט... אבער דאך וויל איך פאראייביגן מיינע זכרונות וואס איך געדענק פונעם רבי'ן, כדי שיעמדו למשמרת לימים רבים און קען זיין ס'וועט אויך זיין אינטערעסאנט פאר די חברים דא.
אנהייבען וועל איך פון ווי איך האב מיטגעהאלטען די 6 יאר אלס בחור און איך וועל ממשיך זיין און צוביסלעך צוריקומען פון וואס איך געדענק נאך, אנגעהויבען האט זיך עס ווען איך בין געגאנגען לערנען אין ישיבה גדולה און מיין טאטע האט מיר אנגעזאגט... גייסט אויף מאנסי האב שכל און כאפ אריין ווען דו קענסט נאר און גיי צום צדיק! האב שכל...! און טאקע גלייך די ערשטע שב"ק האב איך זיך געמאכט די קבוע (אינאיינעם מיט א חבר וואס וואוינט היינט אין אנטווערפעהן) און יעדע וואך נאך די בייטאג סעודה זענען אונז געגאנגען צו מיטאג טיש, פרייטיג צונאכט'ס האט די (סאטמאר) רב שליט"א געפירט באטע אדער טיש, און של"ס האט דאך אויך די רב געפירט, איז פארשטייט זיך אז באופן קבוע בין איך נישט געוועהן אין וויזשניץ, נאר פון מאל צו מאל זיך אריבערגעכאפט, אבער אויב מען קען זאגען... האב איך בדרך כלל נישט פארפאסט קיין מיטאג טיש יענע יארען!
עס איז געוועהן בדרך כלל א ליידיגע'רע טיש, זייענדיג גלייך א ¾ שעה נאכען דאווענען ממילה איז רוב עולם נישט צוריקגעקומען האב איך געהאט א ספעציעלע געפיהל צו די שלחן הטהור, עס איז געווען דארט א קלענערן עולם האב איך געקענט צוקומען נענטער, און מיטהאלטן יעדעס ריר, די נגינים, די עבודת האכילה... ווי נעמט מען צוריק די צייטן.... זיך גוט געקענט איינקוקען על פני צורת קודשו, בשעת די הייליגע עבודה און קענען באקומען שריים וכדומה.
די מיטאג טיש פלעגט זיך אנהייבען (איך רעדט פון ס"ו ווען איך האב מיטגעהאלטען און עס איז שוין ליידער געוועהן נאך די נפילה...) מען האט אריינגעשטופט די רבי מיט די רעדער בענקעל און עס האט זיך אנגעהויבען מיט נטילת ידים, און ווער עס געדענקט די קדושת אכילה ביים עסן די פיש... ווייסט זייער גוט פון וואס איך רעדט.. אי סופר ואי שוקל, ווער בין איך מגושם דאס אראפצושרייבען אויף א פשוט'ע פאפיר??? ווי א צדיק אמת רעכט אפ די עבודת הקודש... איי הייליגע טאטע אין הימעל, ליידער ליידער גייען מיר שוין נישט זוכה זיין צו דעם ביז משיח'ס טאג, די פארזינגען די זמירות ווען אלע אויגען זענען געוואנדען צום קדוש עליון זיך שאקלענדיג זיך, די זכרונות פון די קבוע וואס הרב משה בן ר' דוד אבערלענדער האט געהאט אנצוהייבען מזמור לדוד... אפילו ווען די רבי האט בעונותינו הרבים פארלוירען אביסעל די זעה קראפט איז אלעס געוועהן על פיו, די משמשים און כמו כן הרה"צ ר' ישראל כהיום אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א מ'מאנסי האבען זיך איינגעבויגען צום רבי'ן צו פרעגען דעת קודשו אויף יעדע זאך! יעדער וואס איז מכובד געווארען איז עס געוועהן ע"פ הוראות רבינו, עס איז א שאד אריינצוגיין אין אלע פרטים ווייל נישט דאס קען זעטיגען מיינע זכרונות, ווייל ווען איינער וועט עס איבערקוקען וועט מיינען אז דאס איז עס פון וואס איך רעדט... ממילה לוינט נישט עס צו פאראייביגען מיט מיינע פשוט'ע גשמיות'דיגע בליק.
אפילו די פרייטאג צונאכטס טישען, פלעג איך זיך ארויף שטיפען ביז נאנט סמוך ונראה צום צדיק, פלעג איך אויך זיך מסתופף זיין בצלו הקודש, טאקע נישט בקבוע, און ליידער נישט גענוג פאר מיין נשמה, אבער אויף צוגעדענקען אין זכרון און צו קענען איבערגעבען בעזה"ש פאר מיינע קינדער איז עס גענוג אריין געקראכען אין מיינע זכרונות קעמערלעך, ליידער אהן די פריעדיגע כוחות אבער די קידוש! אוי די קידוש, ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט מיט די שוואכע כוחות אנליינענדיג אויפן טיש מיט איין האנט, און געקאכט און געברענט ווי א קעסעל אינעווייניג, מיט א פלאם'דיגע געזיכט, אפילו די נערישע זאכען וועט בלייבען אין מיר, ווי די רבי פלעגט עסען מיט א אונטער כלי און דערנאך פלעגט הרה"צ ר' ישראל אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי אפשאקלען מיט זיין האנט די דיוקנא קדישא אויב עס איז געבליבען ברעקלעך...
ווי אויך ליגט מיר אין זכרון א חתונה און מצוה טאנץ בביתו פונעם רבי'ן, הגם ביי די חסידים איז דאס געווען א וועכענטליכע זאך, ליגט עס מיר אין די ביינער די שבת שבע ברכות פרייטיג צונאכטס, ווען דער רבי זי"ע האט געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג, האט מען אים אינטערגעהויבן, און איז ארומגעגאנגען מיט דעם חתן בערך דריי פיר מאל, וינועו אמות הסיפים!
ווי אויך פלעגען מיר אריינפאלען צו די שמחות בחצר הקודש, זייענדיג קוים א גאס אפגעריקט פון ישיבה, סיי די חופת און סיי די גאר פריע מצוה טאנץ, און בכלל גאר אסאך פשוט'ע ברית'ן פון חסידים ווי די רבי פלעגט דערנאך פראווענען א לחיים אינדרויסען מיט די בעלי שמחה, (עס פלעגט טאקע קאסטען קנס פאר די מנהל פון ישיבה פאר'ן נישט זיין ביים דאווענען.... אבער עס האט זיך געלוינט!)
אוי... די זכרונות פלאקערן אין מיר און קענען זיך נישט בארויהיגען... נישט מעגליך צו בארוהיגען כרגע, אלע מיינע יארען געוויסט נישט צו פארפאסען און זיך געקוויטעלט ביים צדיק און זוכה געוועהן עטוואס לחזות בנועם ה', אונז געדענקען א אינטרעסאנטע זאך ביים קוויטעל אמאל, ליידער אין די יארען וואס די רבי האט שוין ליידער נישט געקענט זעהן און זיכער נישט ליינען, בין איך געוועהן בקודש פנימה מיט די טאטע זז"ג, איך געדענק נישט כרגע וועלעכע זמן, אבער די גבאי, ר' יעקב אהרן ווערצבערגער האט אנגעהויבען פארליינען די קוויטעל הויעך אויף די קול, בשעת די רבי זיצט אהן א הוט, און ליינט זיך אהן זיין פנים על ידיו הקדושים, האלטענדיג זיין גלעזער אין די האנט, און ער הייבט אהן: מרים בת אסתר (מיין טאטע זז"ג הייבט אלעמאל אהן זיינע קוויטלעך מיט זיין מאמע'ס נאמען) און ער ליינט ווייטער, מנחם בן מרים, און די רבי הייבט זיך אהן אויפצוזעצען און ער פארבירט אנצוטען די ברילען, כדי צו קוקען ווער דאס איז.. און ער פרעגט מיט אזא נוסח פשוט צו זעכער מאכען, וזה לשון קודשו: מנחם לעפלער? פון די מעבעל (פורניטשער)?... עס איז אונז געוועהן א פלא... באמת א אינטרעסאנטע זאך, 100'טע חסידים גייען דורך טעגליך, טויזענטע הזכרות, און ער האט געדענקט א נאמען וואס איז זיך מזכיר בלויז עטליכע מאל א יאר!.. אלס א חסיד אמיתי האב איך עס צוגעגליכען צו א מעשה פון הייליגען ר' ישעי'לע זי"ע מ'קערעסטיר, איינמאל איז געקומען א איד מיט א קוויטעל פון א דארף, און ר' ישעי'לע האט אים געזאגט אז פון דיין דארף איז געקומען צו מיר 2 איד'ן 15 יאר צירוק, און אזוי און אזוי האבען זיי געהייסען און אזוי האט געהייסען זייער מאמע'ס, און די איד איז אויף'ן וועג אהיים דורך געפארען די וואוין ארט פון ר' אליעזר'ל ביקסאד'ער זי"ע און אים פארציילט מיט התפעלות וועגען ר' ישעי'לעס זכרון, האט אים ר' אליעזר'ל גענטפערט פאר מיר איז עס נישט קיין פליאה בכלל, ווייל איך האב מקובל אז ווער עס איז א נוטר הברית פארגעסט נישט גארנישט! (עיין באריכות בספר מופת הדור עמ' צט) אויב מעג איך צוגלייכען... בכלל יעדע קוויטעל, באמת מיטגעפילט מיט יעדע איד'ס צער, מיטגעוויינט מיט א צרה, איך געדענק אמאל ביי א הזכרה האט די רבי ממש געלאזט טרערן אין פארענט פון אונז, און ווי אויך ביי א שמחה, זיך באמת מיטגעפרייט, און לאמיר נישט פארגעסען.. אונז זענען נישט קיין וויזשניץ'ע חסידים....
ווי אויך געדענק איך, אז כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א (וואס איז געוועהן א שטארקע חסיד פון רבי'ן נאך פון די מאנסי יארען) איז געוועהן אמאל פרייטאג בקודש פנימה, און דערמיט האט די טעלפאן געקלינגען מיט א הזכרה און די רבי האט געבטען די נאמען –אימיטען די שמועס- און געשאקעלט די קאפ אהין און צירוק (די חסידים וועלען וויסען פון וואס איך רעדט) און נאכדעם געהייסען אפשרייבען אויף א קוויטעל פאר די תולדות אהרן רבי זאגענדיג "א כהן קען בענטשען"...
און ווי אויך געדענק איך פון יענע יארען –וואס דאס האט אנגעהאלטען ביז יעצט- ווען מען האט גערעדט מיט מאקאווא רב שליט"א וועגען קומען אויף אמיריקע, איז געוועהן א תנאי בדבר... נאר אויב ער וועט קענען מיטהאלטען א שבת ביי וויזשניץ'ע רבי, אבער א שבת ווי אא חסיד אינגאנצען, געדאווענט אין וויזשניץ, קוקענדיג אגאנצע צייט בפני צורת קודשו, געגעסען ביי הרב מאיר זלמן שטעג –שנעלערהייט- און מיטגעהאלטען אלע טישען בצל הקודש, איך געדענק וועו הרה"צ ר' ישראל כהיום אדמו"ר מ'וויזניץ מאנסי שליט"א האט אים מכבד געוועהן אויפצוהייבען די בעכער אריינצולייגען בתוך ידיו הקדושים, מיט וואס פאר א חדרת קודש די מאקאווא רב איז צוגעלאפען און מיט וואסס פאר א ציטער ער האט דאס געטוען, דאס קען מען נישט באשרייבען...
וועל מיר ממשיך זיין א צווייטע מאל... בעזהשי"ת מיינע געפילען פלאקערען נאך!