Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » מציאות הבורא

מציאות הבורא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 57 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12213
מיטוואך אפריל 11, 2018 7:56 pm#399493
אזוי ווי עמעזאן האט שוין מציין געווען, דער חזון איש דערמאנט די שאלה אין אמונה ובטחון. די דרוקערס פון אמונה ובטחון האבען אבער משמיט געווען די חלק פון די ספר. עס איז אבער יא געדרוקט אין די ספר חזון איש טהרות, וואס אין דער בעק האט מען געדרוקט די אמונה ובטחון.

יש מבעלי דמיון השואלים מה נרוויח אם נסכים שיש להעולם ממציא, אחרי שהננו מוכרחים להסכים שבורא עולם נמצא ואין עת להתחלתו ומציאותו נצחית והרי הדרא קושיא לדוכתה איך אפשר לנמצא בלא הויה, אבל אין לדמיון בינה כי כל נמצא שיש לו מידה וקצב אורך ושטח אנו מציירים בדעתנו העדרו וכל הנמצאים בסוג הזה בהכרח שיש עת למציאותם ויש להם התחלה וכל שיש לו התחלה יש לו הויה וכל שיש לו הויה יש לו מהוה. אבל יש נמצאים שאין להם לא מידה ולא שטח והם נמצאים בחיוב ולא יצויר בהם העדר והן המושכלות, כמו ב' פעמים ב' הם ד', וכמו המושכל שהאלכסון עודף על האורך וכיוצא בהן מן המושכלות שאין למושכל מושגים ממושגי גוף ואין עת למציאותן ולא נולדו מעולם ולא ימותו לעולם. ואין מציאותן נרגשות רק בנשמה שניתן לאדם להבין ולהשכיל ונמצא כזה הוא מציאותו יתברך, ממציא כל הנמצאים, אך אין ליצור שום מושג ממהותו כי הוא יתברך בעל כח ובעל בחירה יודע כל יצוריו ויודע מעשיהם ויודע צורכם וכל המתרחש עמהם ומהוה את כל הנעשה בכל העולמות ברצונו יתברך כי כל הנעשה ברצונו יתברך קשורה ואין כל פעולה זולתו יתברך


אין די ספר זכור לדוד, א ספר זכרון אויף דוד'ל פרנקל, האט הרב גדליה נדל זצ"ל א שטיקל אויף די חזו"א. איך האב עס נישט פאר מיר, און איך האב עס שוין יארען נישט געזען, דעריבער קען עס נישט נאכברענגען. אבער דער חזון איש איז א שטארקע חומר למחשבה אויף דער ענין.
מיטוואך אפריל 11, 2018 9:22 pm#399499
אבל אין לדמיון בינה כי כל נמצא שיש לו מידה וקצב אורך ושטח אנו מציירים בדעתנו העדרו וכל הנמצאים בסוג הזה בהכרח שיש עת למציאותם ויש להם התחלה וכל שיש לו התחלה יש לו הויה וכל שיש לו הויה יש לו מהוה.

די קשר צווישען space and time and matter
מיטוואך אפריל 11, 2018 9:28 pm#399500
ידעתי ידעתי האט געשריבן:דער 'היגיון' פון גורם ותוצאה, האט נישט קיין שייכות צו צייט

אז דו וועסט נאר אביסל נוצן דיין דשעלי אין קאפ וועסט אליינס פארשטיין פארוואס ס'האט יא א שייכות.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 2:22 am#399517
אין די חוקים פון פיזיקס איז בעצם נישטא קיין גורם און תוצאה.
אין די טאג טעגליכע לעבן איז מען געוווינט אז א גורם געשעהט אייבעג פאר די תוצאה און נישט פארקערט. למשל, דו וועסט זאגן אז אנצינדן א פייער האט גורם געווען די ליכט זאל ברענען, אבער נישט אז די ברענענדיגע ליכט האט גורם געווען אז דו זאלסט פארדעם אנצינדן א מעטש.
אבער ביי די fundamental laws of physics איז נישטא קיין קאוס און עפעקט, ס'איז פשוט א sequence פון זאכן. אזויווי די אלף בית. דו גייסט נישט זאגן אז די אות אלף איז גורם די אות בית און די אות ב' איז גורם די אות ג' און ג' איז גורם ד' אא"וו. דו קענסט פונקט אזוי זאגן פארקערט, אז ת' איז גורם ש' און ש' ר' אא"וו. נאר וואס דען, די א"ב איז פשוט א sequence און קיין איין אות איז נישט די גורם און קיין איין אות איז נישט די תוצאה.
אזוי אויך פיזיקס. די fundamental laws of physics זענען א פאר equations וואס זיי זאגן דיר וויאזוי זאכן טוישן זיך מיט צייט און ס'איז נישטא דארט קיין גורם און תוצאה.
צו פארשטיין מער קוק די ווידיא m https://youtu.be/3AMCcYnAsdQ m
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:17 am#399518
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין די ספר זכור לדוד, א ספר זכרון אויף דוד'ל פרנקל, הטו הרב גדליה נדל זצ"ל א שטיקל אוי די חזו"א. איך האב עס נישט פאר מיר, און איך האב עס שוין יארען נישט געזען, דעריבער קען עס נישט נאכברענגען. אבער דער חזון איש איז א שטארקע חומר למחשבה אויף דער ענין.

קרעדיט: אמאל דאונלאודעד פון עצכח. איך טרעף עס נישט יעצט.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:18 am#399519
.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:24 am#399520
דער חזו"א איז מיר טאקע אלעמאל געווען אומפארשטענדליך, מהיכי תיתי אז די מושכלות זענען נישט אמאל נולד געווארן? קומט ר' גדליה און זאגט אז אה"נ, און נישט דאס האט דער חזו"א געמיינט. וואס האט ער יא געמיינט? זאגט ער נישט. ר' גדליה מצדו טענה'ט אז דאס איז אן אקסיום וואס מען מוז בעל כרחך אנעמען.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:32 am#399521
שלום על ישראל האט געשריבן:לאמיך פרעגן אן עם-הארץ'ישען פראגע, פארוואס איז נישט פארשטענדליך (נישט מוכח) אז איינמאך מיר גייען צוריק אזוי ווייט צו פארן בריאה (פאר די דיימענשאן פון "צייט" איז באשאפן געווארן), איז נישט קיין פראבלעם פון מי ברא את הבורא? ער איז אלץ דא געווען.

אין אנדערע ווערטער, נאר ווען מיר לעבן אין די צומצם פון זמן, לויפן מיא אויף א גראנאלאגישע סדר, און עס פעלט אויס צו פארשטיין וואס איז געווען "פאר" דעם.

מאכט סענס?

מאכט סענס, אבער מ'מוז נישט נוצען "זמן" אין די טענה. מען קען סתם אזוי טענה'ן אז היות די גאנצע פראבלעם אז א זאך מוז האבן א מקור איז עפעס וואס איז אין אונזער יוניווערס, און מיר האבן נישט קיין ראיה אז מחוץ לעולם איז אויך דער כלל גילטיג, אלזא קען מען נישט פרעגן די פראגע אויף גאט ווייל ער איז נישט אין אונזער יוניווערס אז ער זאל מוזן זיין געבינדן צו אירע חוקים.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:56 am#399522
איך פארשטיי נישט, פאר וואס א סענטענס וי "אייינס מיט אייס זיינען צויי", איז א"מושכל" וואס איז אמת אפילו אן פיזיק [כמבואר בחזו"א לעיל], און "יעדער איי מוז האבן א האן וואס האט איהר גיהעאט [אדער אן אנדערע סארט בריאה כמובן]", דארף צוקומען צו די פיזיקס כדי צו ווערן וירקליך, ביידע שטאמען דאך פון דער זעלבער שכל.
אין בין גרייט צו לערנען און פארשטיין, אבער די סארט "מתנשאים" וואס זייערע תשובות איז בסגנון איך פארשטיי, דו פארשייסט נעביך נישט, גיבן מיר גאר נישט צו.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:37 am#399523
זיי ביטע מער מסביר דיין פראגע. דער חזון איש קוקט אויס אז ער זאגט בערך דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן אז הגיון האט נישט מיט פיזיקס און דאס עקזעסטירט אפילו אן א בריאה (א טענה וואס איך פארשטיי נישט פון וואנעט מען נעמט די הנחה).
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:16 am#399531
ריכטיג האט געשריבן:זיי ביטע מער מסביר דיין פראגע. דער חזון איש קוקט אויס אז ער זאגט בערך דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן אז הגיון האט נישט מיט פיזיקס און דאס עקזעסטירט אפילו אן א בריאה (א טענה וואס איך פארשטיי נישט פון וואנעט מען נעמט די הנחה).

שטיי איך מיטן חזו"א צוזאמען, אויב אזוי בין איך זיכער צופרידן.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:27 am#399537
ווען איך האב געזען די חזון איש יארן צוריק האב איך עס פארשטאנען אזוי. אמת טאקע אז גאט האט געקענט מאכן א וועלט וואו ס'נישט דא קיין איינס און קיין צוויי וכו'. אבער איינמאל ער האט געמאכט אז ס'זאל זיין אז מושג ווי איינס, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז צוויי איינסערס איז צוויי וכו', און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:02 am#399543
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען איך האב געזען די חזון איש יארן צוריק האב איך עס פארשטאנען אזוי. אמת טאקע אז גאט האט געקענט מאכן א וועלט וואו ס'נישט דא קיין איינס און קיין צוויי וכו'. אבער איינמאל ער האט געמאכט אז ס'זאל זיין אז מושג ווי איינס, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז צוויי איינסערס איז צוויי וכו', און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

ממש די סיים איז נוגע צי אונז, איינמאל וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אזא מושג פון א גשמיות'דיגע עקזיסטענץ, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז דאס מוז האבן א כאוס, און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:34 pm#399589
ידעתי ידעתי האט געשריבן:ממש די סיים איז נוגע צי אונז, איינמאל וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אזא מושג פון א גשמיות'דיגע עקזיסטענץ, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז דאס מוז האבן א כאוס, און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

טראל ארום מיט א צווייטן. גוד לאק.
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:06 pm#399709
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען איך האב געזען די חזון איש יארן צוריק האב איך עס פארשטאנען אזוי. אמת טאקע אז גאט האט געקענט מאכן א וועלט וואו ס'נישט דא קיין איינס און קיין צוויי וכו'. אבער איינמאל ער האט געמאכט אז ס'זאל זיין אז מושג ווי איינס, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז צוויי איינסערס איז צוויי וכו', און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

נניח. (כאטש איך זעה דאס בכלל נישט אין זיינע ווערטער)

אבער וואס העלפט דאס פאר זיין קושיא?
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:13 pm#399711
אז דו זעסט אז ס'זענען דא זאכן וואס עקזיסטירן ווייל זיי זענען מחויב מן המציאות און נישט ווייל זיי זענען באשאפן געווארן. די זעלבע איז בנוגע צו גאט.
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:47 pm#399714
וואס הייסט? דער מושג "1+1=2" איז דאך - לויט דיינע ווערטער - באשאפן געווארן אינאיינעם מיט דער מושג "1", אלזא איז דאך דאס יא באשאפן געווארן?
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:53 pm#399715
ריכטיג האט געשריבן:וואס הייסט? דער מושג "1+1=2" איז דאך - לויט דיינע ווערטער - באשאפן געווארן אינאיינעם מיט דער מושג "1", אלזא איז דאך דאס יא באשאפן געווארן?

איך פארשטיי אויך אזוי, און איך האב געווארט אז דו זאלסט עס פרעגן.
ס'זעט מיר אויס אז דער חזו"א האט פארשטאנען, אז נישט פשט אז 1+1=2 איז באשאפן געווארן צוזאמען מיט 1. נאר אז ס'האט אלץ געווען אזוי, ס'איז פשוט נאכנישט געווען קיין 1 אז מ'זאל קענען מאכן 1+1.
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:59 pm#399716
מיט דעם הגיון קען מען זאגן עולם קדמון בכח ולא בפועל... :?
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:05 pm#399717
ריכטיג האט געשריבן:מיט דעם הגיון קען מען זאגן עולם קדמון בכח ולא בפועל... :?

ניין, ווייל די וועלט איז נישט מחויב מן המציאות, מ'קען זיך זייער גרינג פארשטעלן א מציאות אן קיין וועלט.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:08 pm#399718
מען קען זיך אויך פארשטעלן א מציאות אן קיין "1+1=2", כדברי ר' גדליה נדל.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:11 pm#399719
נאכאמאל. '1', איז נישט מחויב מן המציאות. 1+1=2 איז יא מחויב מן המציאות. מעיקס סענס?
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:24 pm#399722
ניין, מען קען די זעלבע זאך זאגן אויף סיי וועלעכע פועל יוצא פון דער וועלט, און נאכהער זאגן אז די פועל יוצא איז קדמון.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:27 pm#399724
ריכטיג האט געשריבן:ניין, מען קען די זעלבע זאך זאגן אויף סיי וועלעכע פועל יוצא פון דער וועלט, און נאכהער זאגן אז די פועל יוצא איז קדמון.
איך פארשטיי אויך אזוי, אבער איך קען הערן פארוואס איינער זאל פארשטיין אנדערש.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:28 pm#399726
ריכטיג האט געשריבן:מען קען סתם אזוי טענה'ן אז היות די גאנצע פראבלעם אז א זאך מוז האבן א מקור איז עפעס וואס איז אין אונזער יוניווערס, און מיר האבן נישט קיין ראיה אז מחוץ לעולם איז אויך דער כלל גילטיג, אלזא קען מען נישט פרעגן די פראגע אויף גאט ווייל ער איז נישט אין אונזער יוניווערס אז ער זאל מוזן זיין געבינדן צו אירע חוקים.

לויט דעם מוז איך דאך נישט זאגן אז ס'איז בכלל דא א בורא.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:35 pm#399731
קלונימוס, מעגליך אז דיין פראגע איז לעגיטים, אבער ביטע זיי מער מפרש.
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:53 pm#399735
דער סברא פונעם חזו"א, אז די בורא איז פון אזא מין וואס דארף נישט קיין ממציא, קומט אריין נאר אויב איך זאג אז ס'מוכרח אז ס'דא א בורא, דעמאלטס פארענטפערט ער פארוואס ס'נישט מוכרח אז דער בורא דארף א בורא, אבער האסט נישט מכריח געווען אז ס'מוז זיין א בורא, ווייל מיין שאלה איז נאך א סטעפ פריער אז אויב אונז זאג מיר אז אונז זעמיר נישט משיג דעם בורא איז יתכן אז נאר לויט אונזערע השגות מוז א מצוי האבן א ממציא ממילא איז דאך זעכער דא בורא און אויף דעם קען מען זאגן אז ס'לאו דוקא אז דער בורא האט א ממציא, אבער אויב זאג איך אז אונזערע מוחות זענען מצומצם און קענען נישט משיג זיין די עכטע אמת איז יתכן אז בעצם דארט ווי אונז זעמיר נישט משיג דארף א מצוי נישט האבן קיין בורא.
פרייטאג אפריל 13, 2018 2:05 pm#399739
די ווארט איז נישט "ווייל אונזערע מוחות זענען מצומצם".

נאר אז דער כלל "יעדע נמצא האט א ממציא" איז עפעס וואס מיר ווייסן אין אונזער יוניווערס, מילא בהכרח דארפן מיר זאגן אז דער מקור איז פון א דרויסענדע יוניווערס וואס דארט גילט נישט דער כלל (נישט ווייל מיר פארשטייען נישט, נאר ווייל מיר האבן נישט קיין סיבה אזוי צו זאגן).
פרייטאג אפריל 13, 2018 2:13 pm#399742
און אויב דארט גילט נישט דער כלל איז ווי אזוי קומט מען צו צי די מסקנא אז ס'זיכער דא א ממציא?
אויב דארט ארבעט עס נישט לויט ווי אזוי אונז פארשטיי מיר, אפשר דארט דארף א נברא נישט קיין בורא ס'מעגליך אז ס'ארבעט דארט אויף עפעס אן אנדערען אופן וואס אונז זענען נישט משיג.
פרייטאג אפריל 13, 2018 2:18 pm#399744
די מסקנה איז טאקע פון אונזער וועלט, נישט פון יענע.
זונטאג אפריל 15, 2018 1:35 pm#399844
ריכטיג האט געשריבן:די מסקנה איז טאקע פון אונזער וועלט, נישט פון יענע.

ווי אזוי איז שייך צו מאכן אזא מסקנא מיט די השגות פון אונזער וועלט אויב ס'יתכן אז דאס איז נישט דער ריכטיגע מציאות?
זונטאג אפריל 15, 2018 1:49 pm#399849
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. ווער האט דא געזאגט אז אונזער וועלט איז נישט די ריכטיגע מציאות??

לאמיר נאכאמאל איבערגיין די הוכחה:
אין די וועלט וואס מיר קענען איז נישט יתכן קיין נמצא אן א ממציא, אלזא אונזער וועלט איז נישט צושטאנד געקומען פון זיך אליין.

בהכרח אז דאס קומט פון אן אנהויב, דהיינו עפעס וואס איז יא דער ערשטער. איי, מיר האבן דאך פריער געזאגט אז ס'איז לא יתכן נמצא בלי ממציא? דער הכרח אזוי צו זאגן איז געקומען פון די באקאנטשאפט מיט "אונזער" וועלט, און ביי אונזער וועלט איז זיכער אזוי, משא"כ דער ערשטער ממציא איז דאך נישט פון אונזער וועלט מאטריאל, און אויף איהם האבן מיר נישט קיין הכרח אז דער כלל גילט.

ביטע פרעג לכתחילה קלאר. יעדעס מאל דו פרעגסט דארף איך איבערפרעגן. א דאנק.